לאַפּסוס־קאַקטוס — 89

אַ בלעכער־וואַרשטאַט אין דײַטשלאַנד, אָנהייב 1880ער יאָרן

בלעכער און בלעכערײַ

נאָכן באַרימטן אַמעריקאַנער מיוזיקל „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז די געשטאַלט פֿון אַ ייִדישן פֿידלער שוין אַנדערש נישט געווען מעגלעך זיך פֿאָרצושטעלן, ווי שפּילנדיק לעבן דעם קוימען אויף זײַן פֿידל. אין דער ווירקלעכקייט אָבער האָט דאָס הויכע אָרט, גענוג אַ סכּנהדיקס, פֿאַרנומען אַן אַנדער ייִדישער פּאַרשוין — דער בלעכער.

דער דאַך איז געווען זײַן נחלה, וואָס האָט אים געשפּײַזט. איך געדענק נאָך פֿון מײַנע קינדער־יאָרן אין בעלץ דעם אַרבעטער, וואָס זײַן פֿאַך איז געווען דעקן דעם דאַך מיט בלעך, אײַנשטעלן די רינוועס אין די דרויסנדיקע ווינקלען פֿון ווענט און אַרום דעם דאַך. מיט איין וואָרט אַזוי, ווי ס׳האָט עס אויסגעדיכטעט דער ייִדישער פּאָעט לייב קוויטקאָ אין זײַן ליד פֿאַר קינדער „רינג אין רינג‟:

„קומען אָן די בלעכער: — אָט, מיר זײַנען דאָ!
מיר קענען דעקן דעכער — גיך, קײן צײַט ניטאָ!
נעמען מיר די טאָװלען בלעך,
מיט אַ האַמער, מיט אַ שער.
שנײַדן הין, שערן הער,
קלאַפּן צו, קלאַפּן אײַן,
בײַ די רינװעס שערט מען פֿײַן,
לעכלען דורך, פֿרענדזלען אױס
אַקסל־רינװעס בײַ דעם הױז.
און בײַם גאַנעק, פֿול מיט שׂכל, —
װערט מיט שליאַרקעלעך אַ דעכל,
און אין שפּיץ געשניצט אַ האָן,
אָדער גאָר פֿון בלעך אַ פֿאָן!

די „טאָוולען בלעך‟, וועלכע זײַנען דערמאָנט אינעם ליד, זײַנען געווען פֿון צוויי מינים: שוואַרצע טאָוולען בלעך און צינקעווע טאָוולען בלעך. שוואַרץ בלעך איז געווען דינער און ביליקער, דערפֿאַר אָבער האָט מען די דעכער, געדעקט מיט שוואַרץ בלעך, געמוזט אָפּפֿאַרבן מיט איילפֿאַרב, אַנדערש וואָלט דער זשאַווער זיי גיך אויפֿגעפֿרעסן. מערסטנס, זײַנען אין שטאָט געווען טונקל־רויטע דעכער, זעלטענער — גרינע.

גאָר אַנדערש האָבן אויסגעזען די דעכער, געדעקט מיט צינקענע טאָוולען בלעך. זיי האָט מען שוין פֿאַרבן נישט געדאַרפֿט, נישט מורא געהאַט פֿאַר רעגנס און געוויטער. אין די זוניקע טעג האָבן די צינקענע דעכער געפֿינקלט אויף דער זון, און דער הימל האָט זיך אין זיי געשפּיגלט. אמת, נישט יעדער באַלעבאָס האָט זיך געקאָנט פֿאַרגינען צו האָבן אַ צינקענעם דאַך.

אַ בלעכער־וואַרשטאַט

איך האָב נאָך פֿאַרכאַפּט דעכער, געדעקט פֿון קאָנסערוונבלעך. געמיינט האָט עס, אַז די גרויסע אויסגעליידיקטע קאָנסערוון־פּושקעס פֿון אונטער דער טאָמאַטן־פּאַסטע, פֿלעגט דער בלעכער צעשנײַדן מיט זײַן שווערער, שאַרפֿער שער, זיי אויסגלײַכן מיט אַ הילצערן העמערל און מיט די פֿירעקיקע שטיקער דעקן דעם דאַך. דאָס בלעך איז געווען דין און ווייך, עס האָט אָבער געהאַט איין גרויסע מעלה — באַאַרבעט קעגן זשאַווער אויף אַ ספּעציעלן אופֿן. פֿון דעסטוועגן, האָט מען אַזאַ דעכל געמוזט אָפּפֿאַרבן מיט איילפֿאַרב. קיין לאַנג לעבן האָבן זיי, פֿאַרשטייט זיך, נישט געהאַט.

עס זײַנען אויך געווען בלעכערס קונסט־מײַסטערס. אַזאַ מין בלעכער מאָלט דער שרײַבער דבֿ פֿריד אין זײַנע זכרונות „אין שטורמישן לעבן‟:

„דוד מאיר דער בלעכער איז צװײ מאָל אין װאָך, אין די מאַרקטעג, געשטאַנען אױפֿן מאַרק, אױסגעשפּרײט אױף דער ערד אַ זאַק, אױף װעלכן עס זענען געװען אײניקע מינים סחורות פֿון זײַן אױסאַרבעטונג: אַ קװערטל, אַ לײקע, אַ רער צו אַ סאַמאָװאַר וכדומה.‟

אַ בלעכער אין שטעטל האָט געמוזט זײַן מער ווי אַ בלעכער, מחמת וויפֿל „אײַזערנע דעכער‟ האָט פֿאַרמאָגט אַ ייִדיש שטעטל… צו אַזעלכע בלעכערס האָט געהערט אויך מענדל פֿון שלום־עליכמס דערציילונג „מענדל דער בלעכענער‟.

„מענדל איז פֿון פֿאַך אַ בלעכער. נאָר מע האָט אים אַ נאָמען געגעבן בײַ אונדז ׳דער בלעכענער׳, װײַל ער זעט אױס גלײַך, װי ער װאָלט געװען געמאַכט פֿון בלעך. אַ הױכער ייִד, אַ גלײַכער, אַ טרוקענער, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגער האַרטער בלעכענער נאַקידקע. אַ בלעכן פּנים, אַ בלעכענע באָרד, און אַפֿילו אַ קול אױך פֿון בלעך — אַ בלעכן קול. זײַן אַרבעט — איז סאַמאָװאַרן. ער גלײזט, דאָס הײסט, ער װײַסט-אױס סאַמאָװאַרן. נאָר אַזױ װי סאַמאָװאַרן גלײזט מען בײַ אונדז, מײנסטנס, נאָר אױף פּסח, איז די גאַנצע שפֿע בײַ אים ערבֿ־פּסח, און אין די איבעריקע טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר קוקט ער נישט אָן קײן סאַמאָװאַר אין די אױגן. בײַ אַזעלכע גאָלדענע געשעפֿטן װאָלט מענדל דער בלעכענער געהאַט אַ ברירה צו שטאַרבן אַ גאַנץ יאָר פֿון הונגער, װען ער זאָל נישט האָבן אין האַנט נאָך עטלעכע פּרנסות…‟

דעם בלעכערס דלות האָט אַרײַנגעקוקט פֿון זײַן געלעכערטן דאַך, ווי די שטעטלדיקע חוזק־מאַכערס פֿלעגן זינגען:

„בין איך מיר אַ בלעכערל,
קלאַפּ איך מיר טאָג אױס טאָג אײַן,
לוסטיק, פֿרײלעך, פֿײַן.
זאָג מיר, בלעכער, װי גרױס איז בײַ דיר די נױט?
האָסטו בולקעס, האָסטו ניט קײן ברױט?
איך זיץ און קלאַפּ בײַ יענעם פֿרעמדע דעכער,
בײַ מיר אין שטוב רינט פֿון אַלע לעכער.‟

זייער רירנדיק און מעשׂהדיק האָט אָנגעמאָלט די געשטאַלט פֿון אַ בלעכער דער מאָנטרעאָלער דיכטער מ. מ. שאַפֿיר אין זײַן ליד „סטעזשקעלע‟:

האָט זיך דאָס שרעטעלע אומגעקוקט, צי זעט עס קײנער ניט און איז צו אַ בלעכערל אַװעק, תּיכּף, —
— װיפֿל קענסטו מאַכן לאַמטערנדלעך פֿאַר מײַן שטאַם פֿון דעם-אָ װוּנדער-שטײנדעלע פֿונעם שטערן-ים?‟
— פֿון אַזאַ-אָ רינגעלע, אָך און עך און אַך — מאַך איך דיר לאַמטערנדלעך גאָר און גאָר אַ סך‟.
— נו, מאַך זשע, טײַער בלעכערל, כ’וועל דיר באַצאָלן פֿײַן. נאָר פֿיל אָן איטלעכס לאַמטערנדל מיט לבֿנה-שײַן!‟
און אַזױ איז טאַקע געװעזן, און אַזױ איז עס ביז הײַנט פֿון איטלעכן לאַמטערנדל די לבֿנה שײַנט…
נו, שאַ, מײַן טײַער לעבן־ליולינקע, מײַן קרױן, אַמאָל איז געװעזן אַ מעשׂהלע, געװעזן — און אױס — און שױן!‟

אין די שווערע צײַטן פֿון דער אַמעריקאַנער ווירקלעכקייט, פֿון דער אַזוי גערופֿענער „גרויסער דעפּרעסיע‟ איז געשאַפֿן געוואָרן דאָס ליד פֿון נתן־דוד קאָרמאַן „דאָס ליד פֿון דעם אַרבעטלאָזן בלעכער‟

„מיר קלינגט אין אױער נאָך געקלאַנג פֿון בלעכן —
נאָר ס’זשאַװערט נאָך מײַן שער און צװאַנג און האַמער;
געװען איז דאָך אַמאָל מײַן זוניקסטער פֿון אַלע שליאַכן
און איצטער האַלט דער הונגער מיך אין קלאַמערן.

ס’איז ליב געװען דער רױך פֿון קאָכיק-הײסער סמאָלע,
כאָטש ס’האָט דער רױך געפֿרעסן מײַנע אױגן, —
איצט קוקן אױגן טונקל און געשװאָלן
און דער רוקן איז פֿון לײדיק-גײן צעבױגן.

איצט שלעפּ איך זיך און קוק אַרױף צו דעכער,
װוּ כ’האָב מײַן פֿרײד פֿון מי אַמאָל געשפּונען;
איצט װילן הענט מײַן ברױט פֿאַר מיר פֿאַרדינען,
נאָר ס’קוקט דער באָס װי כ’װאָלט אַראָפּ פֿון זינען…

כ’בין אַלט שױן איצט אין כּוחות, ניט אין יאָרן —
און ס’איז מײַן האַנט איצט ציטערדיק און שװערער, —
כ’האָב עמערס שװײס אױף דעכער דאָרט געלאָזן,
בײַם בלעכעװען, בײַם האַמערן און שערן.

זינג איך איצט מײַן ליד פֿון אַרבעטלאָזן בלעכער
און הונגער שרײַט פֿון מיר און רופֿט מיט טױזנט קולות:
׳העי, רױבער, גיט מיר אָפּ צוריק דעם עכאָ
פֿון בלעכעװען, פֿון האַמערן אױף דעכער!׳‟

מיט גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment