עמיל קאַלין
דאָס דריטע קאַפּיטל
6
פּוּיו איז פּלוצעם פֿאַרשטומט געוואָרן. ער האָט פֿאַרקנייטשט דעם שטערן און פֿאַרגלאָצט די אַרויסגעבאַלטע שוואַרצע אויגן אויף דער געדיכטער פֿינצטערניש, אַ מעכטיקע מחיצה, וואָס האָט ווי אָפּגעטיילט ביידע שוועסטערקינדער פֿון דער אַרומיקער וועלט. די שטויביקע גאַס מיט אירע קליינע, אַלטע הײַזער וועלכע די דורכלויפֿנדיקע צײַט האָט נישט געזשאַלעוועט, די שמאָלע טראָטואַרן, די אָפּגעריבענע, גליטשיקע ברוקשטיינער, וואָס וואַרטן אומזיסט אויף אַ פֿור מיט אַ פֿערדל, דאָס שלאָפֿנדיקע קינד-און-קייט — אַלץ איז פֿאַרשלונגען און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, און פֿאַרבליבן איז בלויז אַ חשכותדיקע וויסטעניש.
סעם האָט באַטראַכט די טיפֿע שוואַרצקייט ווי אַ קינד, וואָס בייגט זיך אַראָפּ און קוקט אַרײַן אין דער פֿינצטערער טיפֿקייט פֿון אַ קערניצע. „נאַ, בײַ פּוּיקעלע איז אַ גרויסע גדולה, וואָס דאָס ווײַב זײַנס האָט אים געמאַכט הערנער און איז גאָר אַנטלאָפֿן מיט אַן אַנדערן‟, — האָט ער גערעדט צו זיך, — „דאָס איז אַ ריין משוגעת, אָבער, פֿון דער צווייטער זײַט, דער מענטש האָט אַ לויטערן קאָפּ, קיין עין-הרע, הלוואַי אויף מיר.‟
סעם האָט אויפֿגעמאַכט דאָס מויל עפּעס זאָגן, נאָך אַליין נישט וויסנדיק, וואָס עס וועט דערפֿון אַרויסקומען, אָבער גלײַך געביטן זײַן מיינונג און אַראָפּגעשלונגען די ווערטער. וואָס טויג פּוּיקעלען ווערטער אַצינד?
מחשבֿות, אָן קיין שום האַפֿט האָבן ווילד געטאַנצט, אויפֿגעשפּרונגען אין זײַן קאָפּ, ווי להבֿדיל „פּאָפּקאָרן‟. ער איז נישט געווען ביכולת און נישט געוואָלט אײַנפֿירן צווישן זיי קיין אָרדענונג.
„יאָ…‟, — האָט פּוּיקעלע געשעפּטשעט נאָך אַ לאַנגער פּויזע, — „אַזוי איז עס! ס’געווען אַנדערע צײַטן! הײַנט איז אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין דעם שׂכל. געדענקסט? ווען רוסלאַנד האָט אַנעקסירט בעסאַראַביע, האָט מען יענע, אַ חוץ די בעסאַראַבער ייִדן, וועלכע מ׳האָט זיי אַרויסגעטריבן, בײַ וועלכע עס איז אָנגעוויזן געווען זייער וווין-אָרט לעבן דעם פּרוט, פֿלעגן אַ שטיקל צײַט אַריבערגיין די גרענעץ. דיר דאַרף מען עס נישט דערציילן, אַז אַ סך ייִדישע משפּחות זענען געווען מיט איין פֿוס דאָרט און דעם צווייטן פֿוס — דאָ. מיר האָבן אויכעט געהאַט קרובֿים אין בעלץ, אין יעדינעץ… מומע שׂרה שטאַמט, דאָך פֿון בעלץ. זי האָט געהאַט צוויי טעכטער. יאָ… אָבער אַלץ איז שוין אַוועק מיטן רויך! און ס’טויג נישט רעדן דערפֿון, ווײַל וואָס העלפֿן ווערטער? ברינזע קריגט מען נישט פֿאַר ווערטער… אַגבֿ, אַגבֿ… אַז מע רעדט שוין דערפֿון: מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך מיך דערוווּסט, אַז אירע אַ טאָכטער האָט זיך אָפּגעראַטעוועט. ווי? וואָס? דאָס ווייס איך נישט. איצט איז אַלץ איינס. ווײַזט זיך אַרויס, אַז זי וווינט גאָר אין מאָסקווע, בײַ די הויכע פֿענצטער, אַזוי זאָל מיר גוט זײַן. מיר דאָ האָבן גאָרנישט געוווּסט פֿון איר און זי — פֿון אונדז. די פֿאַרקאַקטע מלחמה! איר מאַמע, מומע שׂרה האָט געטראָפֿן נאָך דער מלחמה אַהער, אין בוקאַרעשט. איז יענע, די טאָכטער, האָט מיר געשריבן אַ בריוו און זיך נאָכגעפֿרעגט נאָך דער מאַמען. וואָס קאָן מען ענטפֿערן דערפֿון? אַז די מאַמע ווייסט נישט, אויף וועלכער וועלט זי איז? איך בין עקסטרע געפֿאָרן צו מומע שׂרה אין מושבֿ-זקנים, אין דודעשט, מיט צוויי טראַמווײַען, אָנצוזאָגן איר בשׂורה, אַז איר טאָכטער לעבט, נאָר עס איז שוין נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. זי האָט שוין נישט געוווּסט, וואָס עס טוט זיך אַרום. די דעמענציע האָט פּראָסט-און-פּשוט אויפֿגעפֿרעסן איר מוח. זי האָט מיך נישט דערקענט. זי רופֿט מיך: „חיימעלע!‟ — אַזוי האָט געהייסן איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן. זי וויל חיימעלען? זאָל זײַן חיים. איך זאָג איר: „מומע שׂרה, מזל-טובֿ! דײַן טאָכטער לעבט אין מאָסקווע! זי שמייכלט ווי אַ קינד און קוקט מיך אָן ווי אַ תּם, מײַנע ווערטער זאָלן איר נישט שווער זײַן. ס׳טוט אַ שטאָך בײַם האַרצן, נאָר אַזוי איז עס געווען. וואָס טאָכטער ווער טאָכטער? זי פֿאַרשטייט נישט, נעבעך, וואָס מע רעדט צו איר. אַ קורצע צײַט דערנאָך איז זי געשטאָרבן. נו, אַ מעשׂה פֿאַר זיך.
בין איך אין יאָר 1940 אויך אַוועק צו דעם פֿעטער*. דאַ, יאַ גאַוואַריו פּאַ רוסקי, יאָ איך רעד רוסיש, אַ צעבראָכן רוסיש, פֿאַרשטייט זיך. פֿאַרן אַנעקסירן בין איך אַריבער דעם פּרוט, קיין בעסאַראַביע. געהאָפֿט אויף… ווייסעך, אויף וואָס איך האָב געהאָפֿט? די באָבע זאָל באַקומען רעדער! נו, און דאָ איז דעמאָלט געווען בעסער פֿאַר ייִדן? דאָס לעבן איז געהאָנגען אויף אַ האָר. דער עיקר, איך האָב מיך קיינעם נישט געוואָרפֿן אין די אויגן, און קיינער האָט מיך נישט געטשעפּעט. איך האָב געאַרבעט און נישט געהאַט טענות.
שפּעטער, אַז די דײַטשן און די רומענער האָבן זיך אַרײַנגעריסן, האָב איך מיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער סוף וועט דאָ זײַן אַ פֿינצטערער. מאָל דיר אויס, אַזוי ווי איך טראָג מיך אַרום מיט אַ האָרב און אַ שוואַכן פֿוס, האָב איך אַרײַנגעקלעטערט אין פֿולגעפּאַקטן וואַגאָן… זיך נישט נאָכגעפֿרעגט, וווּהין דער צוג פֿאָרט. אַזוי האָב איך מיך עוואַקויִרט פֿון קעשענעוו העט קיין מיזרח.
אמת, איך בין פּטור געוואָרן פֿון היטלער דעם הונט, אָבער אויך דאָרט, אויף די סטעפּן פֿון מיטל-אַזיע האָט מען ווײַט נישט געלעקט קיין האָניק, מעגסט מיר גלייבן אויפֿן וואָרט… איך האָב דאָרט געאַרבעט אין אַ קאָלכאָז, געהאָרעוועט און געהונגערט. מײַן גאַנצ לײַב איז געווען צעביסן און צעריסן. איך האָב געקרענקט אָן אַ שיעור. דרײַ מאָל האָט עס שוין געהאַלטן בײַם אָפּהאַקן מיר דעם שוואַכן פֿוס, נאָר ניסים געשען אויך מיט אפּיקורסים און ער איז נאָך דאָ הײַנט מיט אונדז. איך בין אָפּגעלעגן אין שפּיטאָל אַ חודש צײַט, געציטערט ווי אין קדחת, געווען מער דאָרט ווי דאָ. די דאָקטוירים האָבן אַראָפּגעלאָזט די הענט. מע האָט מיך געלאָזט ליגן ווי אַ קרעציקן הונט. די גרעסטע ספּעציאַליסטן האָבן נישט געוווּסט וואָס עס איז מיר… שאַ, וואָס רעד איך? קיין שום ספּעציאַליסט האָט נישט אַרײַנגעשמעקט אַהין. מענטשן האָבן דאָרט געליטן פֿון משונה-ווילדע קרענק, וואָס האָבן גאָר נישט קיין נאָמען. דאָס איז געווען נאָרמאַל. דער מלאך-המוות האָט זיך דעמאָלט צעהוליעט, נאָר מיר איז באַשערט געווען צו לעבן ווײַטער.
ס’איז נישט קיין עסק בלײַבן פֿאַרשטעקט טיף אין אַזיע. ס׳האָט מיך געצויגן צוריק אַהיים. נו, און וואָס איז דאָס אַזוינס אַ „היים‟? איך האָב מיך אין ערגעץ נישט געפֿילט ווי בײַ זיך אין דער היים. מילא, נאָך די גרויסע נצחונות איבער דער פֿאַשיסטישער חיה האָב איך מיך צוביסלעך פֿאַרשלעפּט קיין מערבֿ. איבעראַל האָב איך געזאָגט, אַז איך בין אַן אַרמענער: פּוּיו ראָזנעריאַן איז אַן אַרמענער — דזשעט בע דזשעט! [2] מיט מײַן נעזעלע, וועט מיר קיינער נישט גלייבן, אַז איך שטאַם פֿון די יוונים. איך בין צוריק געטראָפֿן קיין בוקאַרעשט אַן אַנדער מענטש, אַ צעבראָכענער, אָבער דאָס איז אויכעט געווען נאָרמאַל. ווער איז דען געקומען צוריק פֿון דער מלחמה אַ גאַנצער? דו ביסט אויך געווען צעשאָקלט דעמאָלט. דיך האָט מען ערשט אַרויסגעלאָזט פֿון קרימינאַל מיט אַ דרײַ חדשים פֿריִער, האַרט פֿאַר דעם, ווען די רויטע אַרמיי האָט אַרײַנמאַרשירט אין בוקאַרעשט. דו האָסט מיר אַליין געוויזן אַ פּאַפּיר ווי סע שטייט, אַז לויטן געזעץ ווערסטו מאָביליזירט צו דער אַרבעט לטובֿת די קריג-באַמיִונגען; און אין אַ צווייטן פּאַפּיר, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז לויטן געזעץ, אַן אַנדער געזעץ, ווערסטו באַפֿרײַט… דאָס געזעץ איז אַ מאָל נישט ווערט מער ווי אַ שטיקל פּאַפּיר און דאָך מוז מען אים פֿאָלגן.‟
סעם האָט זיך מיט אַ מאָל ווי איבערגעוועקט. דער גאַנצער עפּיזאָד פֿון אַ יאָר צוואַנג-אַרבעט לטובֿת די קריגס-באַמיִונגען — פֿריִער אין אַ פֿאַבריק און שפּעטער אין גראָבן שאַנצן, — איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון זײַן זכּרון, ווי עס האָט געהאַט צו טאָן מיטן לעבן פֿון אַ פֿרעמדן.
ער האָט זיך פּלוצעם דערמאָנט, אַז איין אין דער פֿרי, בשעת די „מאָביליזירטע‟ ייִדן זענען געגאַנגען אויפֿן שטראָז צו דער פֿאַבריק, האָט זיך לעבן זיי אָפּגעשטעלט אַן אויטאָ און אַ דײַטשער זעלנער איז אַרויסגעקראָכן פֿון אים, באַטראַכט גוטמוטיק די „קאָלאָנע‟ [3], אָנגעשטעלט דעם רעוואָלווער אויף אים, נאָר אַנשטאָט אַ קויל האָט דער דײַטש אויסגעשאָסן אַ געלעכטער. אַלץ איז פֿאָרגעקומען אַזוי גיך, אַז סעם האָט נישט באַנומען וואָס עס איז ערשט פֿאָרגעקומען. נאָר ווען דער אויטאָ איז אַוועקגעפֿאָרן, האָבן זײַנע הענט און פֿיס אָנגעהויבן ציטערן. דער וועכטער האָט זיי געטריבן ווײַטער. קיינער האָט נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט. אַלע האָבן מאַרשירט ווײַטער אויסצופֿירן זייער פֿליכט פֿאַרן היימלאַנד אין פֿאַבריק. סעם האָט געשפּאַנט מיט אַלעמען און שוין נישט געווען זיכער, אַז דאָס וואָס ס׳איז ערשט געשען, איז געשען אין דער אמתן, צי עס איז געווען נישט מער ווי אַן האַלוצינאַציע…
[1] פֿעטער — צונאָמען פֿאַר סאָוויעטן־פֿאַרבאַנד
[2] דזשעט בע דזשעט — עכטער
[3] קאָלאָנע — אַ ריי מענטשן
המשך קומט