אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 11
וויפֿל קאָסט אַ טאַנק?
פֿאָרוואָרט
וויפֿל קען קאָסטן אַ טאַנק? ניין, נישט פֿון די קינדערשע שפּילעכלעך, נאָר אַן אמתער רוסישער טאַנק? צום בײַשפּיל, אַ T-55 מיט אַ הונדערט־מילימעטער האַרמאַט, צוויי 7.62מ”מ קוילן־וואַרפֿערס און אַ דיזל־מאָטאָר פֿון מער ווי פֿינף הונדערט פֿערדנקראַפֿט? נו, וואָס זאָגט איר? איר האָט נישט קיין אַנונג? אַוודאי ווייסט איר נישט, פֿון וואַנען זאָלט איר וויסן? און איך ווייס עס נישט? אַפֿילו איך בין שוין אַ טאַנקיסט פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַקער אויף מײַן טאַנק־מאַשין איבער די בלאָטיקע פֿעלדער פֿון קאַלינינגראַדער געגנט אין דער לענג און אין דער ברייט; איך קען דעם טאַנק אויף אויסנווייניק, ווייס איך פֿאָרט נישט וויפֿל סאָוועטישע רובלס דאַרף מען באַצאָלן פֿאַר אַזאַ אײַזערנע מאַכאַרײַקע, וואָס וועגט כּמעט פֿערציק טאָן. און אַז מע שמועסט שוין וועגן אַ טאַנק, רעדט מען דווקא וועגן געלט? מע קען עס דען קויפֿן? אַוווּ? ניין, אַוודאי קויפֿן אַ טאַנק קען מען נישט. נאָר עס טרעפֿט אָ מאָל, אַז מ’האָט מזל, געפֿינט מען. און וווּ געפֿינט מען אַ טאַנק? הערט אַן אמתע מעשׂה.
מיט יאָרן צוריק, ווען איך בין נאָך געווען אַ שילער אין די ערשטע קלאַסן פֿון אַ פֿאָלקסשול אין ווילנע, האָט מען געפֿונען אין איינעם פֿון די ליטווישע דערפֿער אַ טאַנק, אַן אמתער T-34, איינעם פֿון די טאַנקן, וואָס האָט געשלאָגן די דײַטשן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען אַ גאַנץ נשקשהדיקע מאַשין, וואָס דער ליטווישער פּויער האָט זי געפֿונען אין טיפֿן וואַלד. אַ פּנים, האָט אים עמעצער דאָרט פֿאַרגעסן. דער דאָזיקער פּויער האָט אַרײַנגעפֿירט די מאַשין אין זײַן הויף און באַהאַלטן אין אַ הילצערנער געבײַדע הינטערן קו־שטאַל. דער טאַנק האָט אויסגעזען אינגאַנצן אַ נײַער, און דער ליטווינער האָט אים אויסגעפּוצט נאָך מער. מענטשן האָבן דערציילט, אַז דער טאַנק איז געווען נאָר אַ טייל פֿון דעם געווער־אַרסענאַל, וואָס די ליטווישע קעגנערס פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן פֿאַרבאַהאַלטן אין די סטאָדאָלעס און אויף די בוידעמס. נאָר אויף אַלץ קומט אַ סוף, אַוודאי. עמעצער האָט אים געמסרט, און די מעשׂה האָט זיך נישט געענדיקט מיט אַ שיינעם סוף, ווי אין די קינדערשע מעשׂיות. דעם „טאַנקן־באַהאַלטער‟ האָט מען געכאַפּט, און ער האָט גוט באַצאָלט פֿאַר זײַן „מציאה‟. אָבער נישט מיט קיין געלט: מ’האָט אים אַרעסטירט, געמישפּט און באַשולדיקט ווי אַ פֿײַנד פֿון דעם סאָציאַליסטישן היימלאַנד, אַ שׂונא פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. נישט מער און נישט ווייניקער! און ער האָט שוין גוט באַצאָלט פֿאַר דעם מיט אַכט יאָר תּפֿיסה אין סיביר.
גוט, איך זע, אַז איך האָב זיך אַ ביסל פֿאַררעדט. וועמען אַרט עס וויפֿל קאָסט אַ טאַנק? מיך אַרט עס נישט. נאָר דאָ אין אונדזער טאַנקן־באַטאַליאָן, טורקעט מען אונדז אויף יעדן טריט מיט די „געלט־זאַכן‟. מע דערציילט און מע דערקלערט אונדז, אַז מיר, די סאָוועטישע סאָלדאַטן, קאָסטן דער סאָוועטישער אַרמיי אָפּ אַ באַרג מיט געלט. און נישט אַזוי מיר, ווי אונדזער באַוואָפֿענונג, כּלי־זײן! מ’פּויקט אונדז אין קאָפּ, אַז אַ ביקסן־קויל קאָסט אַזויפֿיל און אַזויפֿיל, אַ גראַנאַט קאָסט צען מאָל מערער, און וועגן די האַרמאַטקוילן פֿרעגט שוין נישט! דאָס האָט ווערט אַ גאַנצן קאַפּיטאַל! און איך טראַכט: וואָס האָבן זיי זיך אָנגעזעצט אויף אונדז? וואָס ווילן זיי, מיר זאָלן נישט שיסן? אַרומפֿאָרן מיט די טאַנקן פּוסט־און־פּאַס, פֿאַרברענען טײַערן סאָלער און נישט אויסשיסן קיין איין קויל? ווי אַזוי וועלן מיר זיך אויסלערנען צו פֿאַרטיידיקן אונדזער לאַנד פֿונעם קאַפּיטאַליסטישן פֿײַנד?
ווײַזט זיך אַרויס, אַז ס’איז פֿאַראַן אַ סיבה אויף דעם. יעדעס מאָל, ווען מיר טרענירן זיך און שיסן פּאַזע, טרעפֿן נישט אין די צילן, הייבט זיך אָן אַ ריידערײַ וועגן געלט. די געניטונגען קאָסטן געלט. די צילן — סילועטן פֿון די נאַטאָ־זעלנער, דזשיפּן און טאַנקן, וואָס מ’האָט ספּעציעל פֿאַר אונדז אויסגעזעגט פֿון פֿאַניר, — קאָסטן אויך טויזנטער רובלס. און אויב מיר שיסן „מימאָ‟, נישט טרעפֿן, הייסט עס, און די הילצערנע ברעטער בלײַבן שטיין נישט קיין געטשעפּעט, קריגן מיר יענעם „נאַגאָניאַי‟, דאָס הייסט, מ’זידלט אונדז, מ’באַשיט מיט קללות, און… מ’הייבט אָן ווידער רעדן וועגן געלט. נאָר געלט אינטערעסירט זיי, נאָר געלט.
פּלוצלינג האָב איך דערשפּירט, אַז עמעצער האָט מיך אָנגעכאַפּט פֿאַרן קאָלנער פֿון דעם טאַנקיסטן־אָוועראָל, און וויל מיך אַרויסשלעפּן פֿון דער טאַנק־קאַבינע . איך פּרוביר זיך צו באַפֿרײַען פֿון זײַנע אײַזערנע לאַפּעס, נאָר אומזיסט — ער איז שטאַרקער פֿון מיר. כּדי נישט מזיק צו מאַכן דעם בגד, באַשליס איך, אַז איך וועל אים העלפֿן צו אַרויסציִען מיך פֿונעם טאַנק. מיט ביידע הענט כאַפּ איך אָן דעם שווערן דעקל פֿונעם קריכלאָך און צי זיך אַרויף. איך מאַך אַ שפּרונג, און אָט בין איך שוין אויף דער ערד, אויסער דעם טאַנק. איך הייב אויף מײַנע אויגן און איך קוק אויף דעם, וואָס האָט מיך געשלעפּט, און איך דערקען אונדזערן קאָמבאַט (באַטאַליאָן־קאָמאַנדיר), לייטענאַנט-קאָלאָנעל קוזנעצאָוו. ער איז מיט אַ יאָר דרײַסיק עלטער פֿון מיר, נאָר אַ האַנט האָט ער ווי אַ געוויכט־הייבער. ער האָט מיך געכאַפּט, ווי כ׳וואָלט געווען אַ טין־זעלנער, אַוועקגעשטעלט אַנטקעגן זיך, נעבן נאָך דרײַ מיטגלידער פֿון אונדזער טאַנק־עקיפּאַזש: אָלעג, דער טאַנק־קאָמאַנדיר, וויטיאַ קראַסולין, דער שאָפֿער, און גאָטשאַ קאָטריקאַדזע, דער שיסער. קוזנעצאָוו, ווי זײַן שטייגער, האָט אָנגעהויבן צו מאַכן אַ טומל, שרײַען, זידלען און קאָכן זיך ווי אַ סאַמאָוואַר. זײַן פּנים איז געוואָרן רויט, ווי אַ בוריק, פֿון מויל איז אים אַרויס אַ פּאַפּיראָסן־רויך, ווי פֿון אַ לאָקאָמאָטיוו, און צו אַלע צרות האָט ער זיך נאָך געשפּיגן. און אויסגעזען האָט ער, פּונקט ווי ער וואָלט געהאַלטן בײַם קריגן אַ האַרץ־אַטאַק. נאָר ער איז געווען געזונט, ווי אַ דערוואַקסענער אָקס, און קיין קרענק האָט אים נישט גענומען. זײַנע אויגן האָבן ממש געברענט פֿון כּעס. פּלוצעם האָט ער זיך געווענדט דווקא צו מיר, און מיט מאָדנע פֿראַגעס:
— דו ווייסט וויפֿל ס׳באַדאַרף אָפּקאָסטן אַ האַרמאַטקויל? — ער האָט געקוויטשעט מיר גלײַך אין פּנים אַרײַן, — דו ווייסט, יאָפּ־טוואָיו־מאַט? דו שווײַגסט? ווייסטו ניט? צוויי פּאָר כראָמעווע שטיוול! דו פֿאַרשטייסט עס, שטיק אויסוואָרף? אַ האַרמאַטקויל איז ווערט צוויי פּאָר שטיוול!
אַוודאי האָב איך אים געהערט. זײַן געוואַלד איז דערגאַנגען ביז מײַנע אויערן, כאָטש איבער זיי איז געווען אָנגעטאָן מײַן טאַנקיסטן־שלעם. נאָר פֿון איבערראַשונג האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס וויל ער און וועגן וואָס רעדט ער. וואָס טומלט ער? וואָס האָט ער זיך אָנגעזעצט אויף אונדז? וואָס האָבן מיר אים געטאָן? וואָסערע שטיוול און וואָסערע קוילן? עס אַרט מיך וויפֿל ס׳קאָסטן אַ פּאָר שטיוול?
די זאַווערוכע איז געווען גרויס, נאָר מײַן מוח איז געווען ווי אויסגעשלאָסן. צו אונדז זײַנען צוגעלאָפֿן נאָך עטלעכע אָפֿיצערן און סערזשאַנטן, און צווישן זיי „פּראָשקאַ‟ — אַזוי האָבן מיר גערופֿן אונדזער ראָטע־קאָמאַנדיר קאַפּיטאַן פּראָכאָראָוו. מסתּמא איז דאָ עפּעס געשען, אָדער זיי האָבן דערהערט דעם געוואַלד פֿון דעם קאָמבאַט. איך מאַך נאָך אַ פּרוּוו זיך צו דערמאָנען, וואָס איז דאָ פֿאָרגעקומען, נאָר אומזיסט. די געדאַנקען דרייען זיך מיר אַרום אין מײַן צעטומלטן מוח, ווי פֿאַרנעפּלטע האַלב־פֿאַרחושכדיקע בילדער. איך שטרענג אָן מײַן זכּרון נאָך אַ קאַפּעטשקע, און ביסלעכווײַז הייב איך זיך אָן צו דערמאָנען. די אָפּבליקן פֿון דעם, וואָס ס׳איז דאָ געשען מיט אַ האַלבער שעה צוריק, קערן זיך אום זייער פּאַמעלעך, אַ בילד נאָך אַ בילד, וואָס שטעלן זיך אויס אין אַ לאַנגער ריי. דערווײַל זע איך נישט נאָך קיין פֿאַרבינדונג צווישן די עפּיזאָדן. אַפֿילו אַזוי פֿאַרשטיי איך שוין, אַז מיר זײַנען אַרײַגעפֿאַלן אין אַ בראָך, אין יענער „פּערעדעלקע‟ [1]. און ווי קריכט מען דערפֿון אַרויס? פֿון וואַנען זאָל איך וויסן? צו ביסלעך אַנטוויקלט זיך פֿאַר מיר דאָס גאַנצע בילד, די גאַנצע צרה. אין איך הייב אָן צו אַנאַליזירן די מעשׂה אַ טריט נאָך אַ טריט, אַ מינוט נאָך אַ מינוט… און עס ווערט מיר קאַלט.
אונדזער טאַנק־עקיפּאַזש איז געזעסן אויף אַ ברעזענט, אויסגעשפּרייט אויף דער נאַסער ערד הינטער דער קאַמף־מאַשין, הינטערן טאַנק. מיר זײַנען שוין געווען גרייט צו אַ נאַכט־־טרענירונג, וואָס מ’רופֿט עס, אײנזאַמער טאַנקן־טראַקט… וואָס באַטײַט עס? יעדער עקיפּאַזש מיט זײַן מאַשין מוז דורכפֿאָרן אַ וועג־טראַסע, צוגעגרייט פֿון פֿריִער, שיסן פֿון אַלע כּלים, ביזן „אומברענגען דעם שׂונא‟. אין וועמען שיסט מען? ווי איך האָב שוין פֿריִער דערקלערט, אין די הילצערנע צילן, וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט אין פֿעלד. אַ טאַנק־עקיפּאַזש פֿאַרמאָגט פֿיר זעלנער. איך בין דער לאָדער פֿונעם טאַנק. וואָס איז מײַן אַרבעט? איך לאָד אײַן די קוילן אין די מאַשין־ביקסן, און דער עיקר, שטופּ איך אַרײַן די האַרמאַטקוילן אינעם הונדערט־מילימעטער קאַנאָן. יעדער קויל וועגט בײַ פֿערציק קילאָ, נישט ווינציקער. און ס’איז וויכטיק צו אײַנלאָדן די קוילן וואָס גיכער. ווי אַזוי איז עס מעגלעך? מ’דאַרף זיך אַ סך טרענירן. און איך פֿאַרנעם זיך מיט דעם יעדעס מאָל, ווען איך האָב אַ פֿרײַע מינוט. פֿון די שווערע קוילן און געניטונגען, באַקומט מען מוסקלען און מ’ווערט אַ זשלאָב, ווי אַ געזונטער גוי. און ערשט דאַן ווערט מען אַ גוטער לאָדער, אַ מומחה. און מיינט ניט, אַז איך מאַך זיך גרויס. נאָך צוויי מאָנאַטן אין גוואַרדייסק, האָב איך גוט אויסגעשטודירט די מלאכה און געוואָרן איינער פֿון די בעסטע לאָדערס אינעם גאַנצן באַטאַליאָן.
איז זיצן מיר אַזוי זאַלבע פֿערט לעבן אונדזער אײַזערנער פֿערציק טאָן־מאַשין, און מיר וואַרטן ביז ס׳וועט קומען די צײַט מע זאָל אונדז געבן אַ סיגנאַל אָנהייבן. און בעת מעשׂה, רייכערן מיר אַ ציגאַרעט נאָך אַ ציגאַרעט. יעדער איינער איז פֿאַרנומען מיט זײַנע געדאַנקען. ס’איז שוין גוט שפּעט און אַלע זײַנען פֿאַרמאַטערט פֿון אַ לאַנגן געניטונגס־טאָג. מיר זיצן און מיר שווײַגן, פּונקט ווי מ’האָט געהאַט וואַסער אין מויל. נאָר אין דעם פֿאַל, אַנשטאָט וואַסער, זײַנען אונדזערע מײַלער אָנגעפֿילט מיטן געדיכטן רויך פֿון דער „מאַכאָרקע‟, „פּרימאַ‟, „פּאַמיר‟ און אַנדערע ביליקע ציגאַרעטלעך, וואָס דער זעלנערשער געהאַלט דערלויב צו קויפֿן. און אויב עמעצער האָט שוין געעפֿנט זײַן פּיסק צו דערציילן עפּעס אַ זעלנערישן וויץ, באַפּוצט מיט גראָבע ניבֿול־פּהיקע ווערטלעך, האָט קיינער נישט געלאַכט. ווער האָט כּוח צו לאַכן נאָך אַזאַ שווערן טאָג?
אויף דער ערד, נעבן דעם טאַנק איז געשטאַנען אַ הילצערנע ברעט אויף קליינע פֿיסלעך. אויף דער ברעט זײַנען געלעגן דרײַ האַרמאַטקוילן און אַ קעסטל מיט 7.62 מ”מ קוילן פֿאַר דעם איינציקן מאַשין־ביקס, וואָס האָט פֿאַרמאָגן אונדזער T-55. אלץ איז געווען צוגעגרייט, ווי ס’באַדאַרף צו זײַן, ווי איז מקובל אין אַזאַ סאָרט נאַכט־געניטונגען. דער פּלאַן איז זייער פּשוט: ווען מיר וועלן באַקומען אַ ספּעציעלן סיגנאַל פֿון די אינסטרוקטאָרן, מוזן מיר וואָס גיכער נעמען די גאַנצע אַמוניציע, דאָס הייסט אַלע קוילן, אַרײַנפּאַקן זיי אינעם טאַנק, גיך אַרײַנשפּרינגען אינעווייניק און זיך אַוועקזעצן — יעדער איינער אויף זײַן געוויינטלעכן אָרט, און גלײַך רירן זיך פֿון אָרט, דאָס הייסט פֿאָרן אין פֿעלד אַרײַן. ווען דער קאָמאַנדיר מיטן שיסער וועלן דערזען די פֿאַרשפּרייטע אויפֿן פֿעלד הילצערנע צילן, וועלן מיר אָנהייבן שיסן אין זיי פֿון אַלע כּלים. ס’איז וויכטיק נישט נאָר צו טרעפֿן און אויסלעכערן די צילן מיט קוילן, נאָר אויספֿירן דאָס אין אַ קורצע צײַט. די צײַט הייבט מען אָן מעסטן פֿונעם סיגנאַל וואָס מ’קריגט פֿון די אינסטרוקטאָרן, וואָס זיצן אויף אַ הויכן טורעם. און ווען שטעלט מען אָפּ דעם זייגער? ווען דער טאַנקן־קאָמאַנדיר וועט מעלדן, אַז מ’האָט שוין געענדיקט דעם טראַקט. אוודאי ווילן מיר דערגרייכן דעם בעסטן רעזולטאַט- פֿאַרניכטן אַלע צילן און אין אַ קורצע צײַט.
די נאַכט האָט זיך אויסגעגעבן ממש אַ פֿינצטערע. אַפֿילו די לבֿנה האָט זיך באַהאַלטן ערגעץ וווּ הינטער די שווערע רעגן־וואָלקנס. אויפֿן דעם טאַנקן־פּאָליגאָן איז יעצט אַן הפֿסקה – קיינער פֿאָרט נישט און קיינער שיסט נישט. ס’איז אזוי שטיל, אַז מ’קען הערן ווי די האַרץ קלאַפּט. וואָס’ר הפֿסקה? ווען אַ טאַנק ענדיקט זײַן געניטונגס רײַזע, געדויערט אַ האַלב שעה צי מער, ביז מ’קוקט איבער די צילן, וואָס מ’האָט געשאָסן אין זיי. מ’ציילט די לעכער, וואָס די קוילן האָבן אויסגעהאַקט, מ’מאַרקירט זיי און מ’פֿאַרשרײַבט דעם רעזולטאַט. אַזוי איז דער סדר ענינים, און ווי איר פֿאַרשטייט נעמט דאָס אַ ביסל צײַט.
דאָ האָט אונדזער טאַנק־קאָמאַנדיר אָלעג זיך פּלוצלינג אַוועקגעשטעלט אַנטקעגן אונדז, אַרויסגעוואָרפֿן זײַן נישט קיין געענדיקטן פּאַפּיראָס, און מיט אַ שטיל קול, ווי דערציילנדיק אַ סוד, זיך געווענדט צו אונדז:
— איך האָב אַן אידעע, — זײַנע אויגן האָבן געבלישטשעט פֿון דער מחשבֿה, וואָס איז אים אַרײַן אין קאָפּ, — וואָס האָבן מיר דאָ צו וואַרטן? ווער קען אונדז זען אין אַזאַ פֿינצטערניש? גיט אַ קוק, ווי חושכדיק איז הײַנט. און אויב אַזוי, לאָמיר נעמען אונדזערע בעבעכעס, זיך אַרײַנגנבֿענען אין דער מאַשין, און וואַרטן אינעווייניק. אַזוי וועלן מיר פֿאַרשפּאָרן אַ פּאָר מינוט, און וועלן ענדיקן דעם טראַקט נאָך שנעלער. נו, וואָס זאָגט איר, חבֿרים? עס געפֿעלט אײַך?
וואָס זאָלן מיר זאָגן? ער איז דער קאָמאַנדיר. ער הייסט און מיר טוען. מיר דאַכט זיך, אַז זײַן אויסלייג פֿון דעם, וואָס ס׳קומט פֿאָר, קלינגט אַפֿילו גאַנץ לאָגיש. אַלנפֿאַלס, איך בין נישט קעגן. נו, גערעדט און געטאָן. מיט איין שפּרונג בין איך שוין געווען אויפֿן טאַנק, נעבן דער לאָדער־קאַבינע. די חבֿרה האָבן מיר צוגעטראָגן די קוילן, און איך האָב זיי אָרגאַניזירט אויף זייערע ערטער, עס זאָל מיר זײַן באַקוועם צו אַרבעטן. און דער עיקר, איך זאָל קענען זיי גיך אײַנלאָדן בשעת מיר וועלן אויספֿירן די געניטונג. נאָך דעם האָבן זיי אויך זיך אײַנגעאָרדנט אויף זײערע פּלעצער, און מ’האָט געוואַרט צו קריגן דעם באַפֿעל און אָנהייבן אונדזער קעמף־רײַזע. וואַרטן מיר, הייסט עס, אינעווייניק און קיינער זעט אונדז נישט. אין טאַנק איז פֿאָרט וואַרעמער און וווילער, ווי אין דרויסן.
נאָר אָלעג האָט זיך נאָך נישט באַרויִקט. ער האָט נאָך געהאַט געדאַנקען און אידעעס. עס איז אים אײַנגעפֿאַלן אין קאָפּ, אַז די צײַט פֿון דעם געניטונג־טראַקט קען מען פֿאַרקירצן נאָך מער.
—איליושקע, — זאָגט ער צו מיר, — שטופּ אַרײַן דעם ערשטן קויל אין דעם האַרמאַט. ווען מיר וועלן אָנהייבן פֿאָרן, וועט גאָטשאַ קענען אויספֿירן דעם ערשטן שאָס אַ סך גיכער. ער וועט נישט מוזן וואַרטן ביז דו וועסט לאָדן דעם האַרמאַט. אַזוי וועלן מיר געווינען נאָך אַ מינוט.
— און דאָס וועט נישט אויסשיסן?
— דאגה ניט! מיר וועלן זײַן פֿאָרזיכטיק, — און ער האָט אַ קוק געטאָן אויף דעם שיסער, —זײַ פֿאָרזיכטיק מיטן האַרמאַט, גאָטשאַ! ער איז שוין אָנגעלאָדן. און דו, קראַסולין, — האָט ער אָנגעזאָגט דעם שאָפֿער, — גיב אַ דריק דעם אַקומולאַטאָר־קנאָפּ און שליס אויס די עלעקטרע אין דער מאַשין. עס פֿעלט אונדז, אַז גאָטשאַ וועט צופֿעליק אָנדריקן אויף דעם עלעקטרישן שיסער־קנעפּל!
יעצט זײַנען מיר ווידער געזעסן אין פֿול פֿינצטערניש. יעדער איינער האָט געוואַרט און אַפֿילו געכאַפּט אַ דרימל. דאַן האָט גאָטשאַ באַשלאָסן צו מאַכן אַ „שפּאַציר‟ מיטן האַרמאַט, און ער האָט אָנגעהויבן צו דרייען די מעכאַנישע רעדלעך. ער האָט געוואָלט בלויז אַ קוק טאָן אין פֿעלד אַרײַן, געפֿינען די אויסבאַהאַלטענע ציל־ברעטער, וואָס שפּעטער וועט ער באַדאַרפֿן טרעפֿן אין זיי. ס’איז טאַקע געווען חושכדיק, נאָר אַרום די שיס־געניטונגס־צילן האָבן זיך אַרומגעדרייט סאָלדאַטן מיט קעשענע־לעמפּלעך. זיי האָבן איבערגעקוקט די צילן און געציילט די לעכער. זיי האָבן באַלויכטן די הילצערנע סילועטן, און אונדזער שיסער האָט געקענט זען זיי גאַנץ גוט. דער האַרמאַט האָט זיך גערוקט לינקס און רעכטס, אַרויף און אַראָפּ, ביז גאָטשאַ איז שוין פֿאַרמאַטערט געוואָרן צו אַרײַנקוקן זיך אין דעם טעלעסקאָפּ. מיט דער לינקער האַנט האָט ער אומגעקערט דעם טאַנקן־טורעם צו דער פֿריִערדיקער פּאָזיציע, אינמיטן און מיט זײַן רעכטער האַנט — גענומען דרייען דאָס אונטערשטע רעדל, כּדי אויפֿצוהייבן דעם האַרמאַט ביזן סוף. דאַן האָט עס געטראָפֿן… וואָס? דער בראָך! אויפֿהייבנדיק דעם האַרמאַט, האָט גאָטשאַ, נישט שפּירנדיק, געגעבן אַ ריר די מעכאַנישע נויטפֿאַל־פּעדאַל, וואָס איז געווען לעבן זײַן קני. די פּעדאַל האָט מען גענוצט נאָר דאַן, ווען מ’האָט געהאַט אַ פּראָבלעם מיט דער עלעקטריע. און דער האַרמאַט האָט אויסגעשאָסן.
איך האָב דעם שאָס נישט געהערט. איך געדענק נאָר, אַז פּלוצלינג האָב איך דערהערט אַ מין קלאַנג פֿון אײַזן, און לעבן מײַנע פֿיס איז אַנידערגעפֿאַלן אַ הייסער מעטאַלישער אַרבל פֿון אַ קויל. די ערשטע מחשבֿה איז געווען: אַוווּ איז אַהינגעטאָן די קויל אַליין? איך האָב דאָך אַרײַנגעפּראַוועט אינעם האַרמאַט אַ גאַנצן קויל, און יעצט איז אַרויס פֿון אים בלויז דער קופּערנער אַרבל! אַוווּ איז ער?! אַ משונה מחשבֿה, ניין? טאַקע יאָ! וואָס עפּעס האָב איך אַזוי געטראַכט, פֿאַרשטיי איך נישט ביז הײַנט. און נאָך מער, ווי אַזוי האָב איך נישט געהערט דעם שאָס? איר קענט זיך פֿאָרשטעלן, וואָס פֿאַראַ רויש איז עס געווען! אָבער איך געדענק נאָר דעם מעטאַל־קלאַנג, וואָס האָט מיר דערמאָנט דעם קלאַנג פֿון די קלויסטער־גלאָקן אין ווילנע…
נאָך אַ מינוט, און מ’האָט מיר שוין אַרויסגעשלעפּט פֿונעם טאַנק. דאָס געדענקט איר יאָ. און אָט שטייען מיר אַלע צוזאַמען אַנטקעגן די קאָמאַנדירן: פֿראָשקאַ דער ראָטני, קוזנעצאָוו דער קאָמבאַט, און נאָך עפּעס אַן עלטער־לייטענאַנט — אַן אויסגעדאַרטער פּאַרשוין מיט אַ פֿאַרקרימטער מאָרדע און וואָנצעס פֿון אַ קאָזאַק. מיר, די טאַנקיסטן, זײַנען גוט פֿאַרלוירן און אָנגעשראָקן דערמיט, וואָס ס׳איז געשען און מיט דעם, וואָס ס׳וועט זײַן ווײַטער. און איך קוק דווקא אויף דעם מיט די וואָנצעס. עפּעס געפֿעלט ער מיר נישט. ער דערמאָנט מיר מײַן פֿאָטערס אַ ווערטל: „ער קען שוין פֿאַרכּשרן די וואָנצעס און קושן אין תּחת!‟. דאָס לאָזט אַרויס פֿון מיר אַ קליין שמייכל, נאָר דער בייזער אויגנבליק פֿון אַלע דרײַ ראַנג־טרעגערס מעקט אויס מײַן שמייכל און קערט מיך אום צוריק צו דער ווירקלעכקײט. קוזנעצאָוו באַקוקט אונדז פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. עס פֿילט זיך, ווי עס בושעוועט אין אים אַ שטורעם. ער איז בייז און אין כּעס. מ’קען עס זען לויט די אָנגעבלאָזטע אַָדערן אויף זײַן ברייטן האַלדז. זײַן גלאַט אָפּגעגאָלט פּנים האָט זיך אָנגעגאָסן מיט טונקל־רויט, און איך דאַגה שוין פֿאַר זײַן געזונט, עס זאָל מיט אים עפּעס נישט פּאַסירן. צו באַרויִקן זיך, נעמט ער אַרויס אַ פּאַפּיראָס פֿון אַ באַגילטן פּאָרטסיגאַר, און צינד דעם פּאַפּיראָס אָן מיט אַ גאָלדענעם ציגאַרעטן-אָנצינדער. ער פֿאַרציט זיך צוויי-דרײַ מאָל, און הייבט אָן שרײַען מיט געוואַלדיקע קולות, גלײַך מיר אין פּנים אַרײַן:
— צי ווייסטו, יאָפּ־טוואָיו־מאַט, וויפֿל קאָסט אַ האַרמאַטקויל? אַ? דו ווייסט נישט!?
פֿון קוויטשען, ווערט זײַן מאָרדע נאָך מער רויט, און די האַנט מיטן פּאַפּיראָס הייבט אָן זיך טרייסלען. איך זע, אַז ער איז נערוועז און משוגע, נאָר איך פֿאַרשטיין נאָך נישט איבער וואָס. וואָס האָט ער געזאָגט? וויפֿל קאָסט אַ קויל? פֿון וואַנען זאָל איך וויסן? עס אַרט מיר? וואָס בין איך, אַ געווער־סוחר? מסתּמא, מיינט ער, אַז אַלע ייִדן זײַנען קרעמער צי סוחרים. אַניט, וואָס עפּעס פֿרעגט ער דווקא מיך די אידיאָטישע פֿראַגעס? נאָר דער קאָמבאַט וואַרט נישט אויף מײַן ענטפֿער, ער קען זיך נישט אָפּשטעלן. ער שיט פּעך און שוועבל אויף אונדזער עקיפּאַזש:
— באַנדיטן! גזלנים! פֿאַרשטונקענע טאַנקיסטן! עמעצער פֿון אײַך ווייסט, וויפֿל ס׳קאָסט אַ קויל? האָט איר אַן אַנונג? איר פֿאַרשטייט, וואָס איך פֿרעג אײַך? — און ער ווערט נאָר מער בייז, — נו, יאָפּ־טוואָיו־מאַט! זאָל עמעצער פֿון אײַך שוין זאָגן אַ וואָרט!
נאָר אַלע שווײַגן. זײַן שרײַען מאַכט מיר נאָך מער פֿאַרלוירן. וואָס איז מיר די נפֿקא־מינה וויפֿל ס׳קאָסט אַ קויל? און וויפֿל ס׳קאָסט אַ האַרמאַט צי אַ טאַנק, וויל ער נישט פֿרעגן? אינגאַנצן משוגע! איך, צום בײַשפּיל, בין אַ שנײַדערס אַ זון. אַנו פֿרעגט מיר וויפֿל ס׳קאָסט א קנעפּל, ווייס איך דען?
דער קאָמבאַט קוזנעצאָוו וואַרט נישט אויף אונדז, און מיט זײַן הייזעריקער שטימע הייבט ער אָן ענטפֿערן אויף זײַנע אייגענע שאלות:
— אַ קויל, אַ גאַנצער טאַנקנקויל, — ער שטרײַכט אונטער יעדעס וואָרט, — ער קאָסט ווי צוויי פּאָר כֿראָמאָווע שטיוול. צוויי פּאָר! איר פֿאַרשטייט וואָס איז דאָס צוויי פּאָר כֿראָמאָווע שטיוול? און וואָס האָט איר געטאָן מיט דעם? אַרויסגעוואָרפֿן דאָס געלט צו אַלדע רוחות! אויסגעשאָסן דעם אומשולדיקן קויל אין דער לופֿטן! נישט וווּ מ’באַדאַרף שיסן און טרעפֿן, נאָר סתּם אין דער וועלט אַרײַן! געמאַכט חוזק פֿון די געניטונגען!
ער האָט זיך ווידער פֿאַרצויגן פֿונעם פּאַפּיראָס, אַרויסגעלאָזט פֿונעם מויל און נאָז אַ געדיכטן רויך, נאָר דאָס האָט אים אויך נישט באַרויִקט.
— צוויי פּאָר כראָמעווע שטיוול זײַנען אַוועק צו דעם קאָטער אונטערן וויידל, צו דער שׂטנס מאַמע! און איר שטייט און שמייכלט… וואָס שמייכלט איר?
וואָסער שמייכל? ווער שמייכלט? איך שמייכל דען? יעצט איז מײַן קאָפּ פֿאַרנומען מיט די כראָמעווע שטיוול. אַזוינע שטיוול האָב איך קיין מאָל נישט געהאַט. אויב איר פֿאַרשטייט נישט, וועגן וואָס ער רעדט, דערצייל איך אײַך.
אין דער סאָוועטישער אַרמיי באַשוכן זיך די מיליטער־פּאַרשוינען אין כּלערליי שטיוול. יעדער איינער לויט זײַן ראַנג. מיר, די סאַמע פּשוטע סאָלדאַטן, טראָגן קירזעווע שטיוול. כראָמעווע שטיוול טראָגן די אָפֿיצערן און די לאַנגצײַטיקע סטאַרשינעס. פֿאַר די גענעראַלן האָט מען אויפֿגענייט ספּעציעלע יאַלעווע שטיוול, וואָס נאָר גאָט ווייסט, מיט וואָס זײַנען זיי אזוי אָסאָבענע, באַרימט הייסט, עס. ווי איר זעט, די רויטע אַרמיי איז נישט פֿון די גלײַטווערטלעכע אַרמייען. מן־הסתּם האָבן די כראָמעווע שטיוול געקאָסט פֿיל מערער, ווי די פּשוטע קירזעווע. דער קאָמבאַט, וואָס איז געווען באַשוכט אין אַ אַזאַ פּאָר שטיוול, ווייסט אַוודאי די פּרײַז פֿון זיי.
נאָר קוזנעצאָוון האָט אין גאַנצן נישט געאַרט, מיט וואָס איז געווען פֿאַרנומען מײַן קאָפּ. מיט נאָך מער פֿלינקײט און כּעס איז ער ממשיך געווען זײַן מוסר־רעדע. מיט אַ האַלב־אויסגערייכערטן פּאַפּיראָס צווישן זײַנע געלע ציין, האָט ער אויף אונדז געשפּריצט מיט סלינע און ווערטער. דאָ האָט ער גערעדט שטיל, ממש געשעפּטשעט, און מיט אַ מאָל געמאַכט אַ געוואַלד מיט אַ „פּאַמאַטערי‟. און קללות האָט ער געשאָטן, פֿרעגט שוין נישט! ווען פּושקין מיט טאָלסטוי וואָלטן הערן, וואָס האָט ער געמאַכט פֿון דער רוסישער שפּראַך, וואָלטן זיי מער נישט געשריבן. און מיר זאַלבע פֿיר זײַנען נעבעך געשטאַנען מיט פֿאַרמאַכטע מײַלער, נישט אַרויסגעלאָזט קיין פּיפּס. די אויגן האָבן געקוקט אונטן, באַקוקט אונדזערע פּראָסטע שטיוול, באַדעקט מיט ברוין־רויטן ליים פֿונעם געניטונג־פֿעלד. פֿון צײַט צו צײַט האָבן מיר צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יעדן „הייליק‟ וואָרט, וואָס איז אַרויס פֿון זײַן געמבע, און אין טיפֿן האַרצן געבעטן גאָט ער זאָל שוין שטום ווערן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין געווען זיכער, אַז אָן אַ תּפֿיסה וועלן מיר זיך נישט אַרויסדרייען. אויסשיסן אַזאַ האַרמאַטקויל סתּם? מיר האָבן דאָך געקענט שיסן עמעצן? קומט אונדז אַוודאי לכּל־הפּחות אַ שטראָף. אונדז אַלעמען, מיין איך, אַ חוץ דעם שאָפֿער. וואָס איז קראַסולין שולדיק, אַז מיר שפּילן זיך מיט האַרמאַטן? נו, טראַכט איך, וועלן מיר זיצן אין כודער־מודער, וואָס קען מען טאָן? און דאָ האָב איך טאַקע אַ טעות געהאַט. נישט דער קאָמבאַט, נישט דער ראָטע־קאָמאַנדיר — קיינער האָט נישט דערמאָנט דאָס וואָרט „תּפֿיסה‟. גערעדט האָט נאָר איינער, דער קאָמבאַט. און ווי איר געדענקט, גערעדט האָט ער וועגן געלט! בלויז וועגן צוויי פּאָר שטיוול!
נאָר קוזנעצאָוו איז דאָך אויך אַ מענטש. ער האָט זיך פֿאַרמאַטערט פֿון זידלען און האָט זיך אַ ביסל באַרויִקט. זײַן רונד פּנים מיט די פֿליישיקע אָפּגעהענגטע ליפּן האָבן צוריק באַקומען אַ נאָרמאַלן טאָן. נאָר זײַן קורנאָסע נאָז איז געבליבן רויט, ווי נאָך אַ האַלב־ליטער בראַנפֿן. זײַנע הענט האָבן זיך שוין מער נישט געטרייסלט און נישט געזוכט צו כאַפּן עמעצן פֿאַרן קאָלנער. דעם פּאַפּיראָס, וואָס ער האָט צעקײַט מיט די ציין, האָט ער אויסגעשפּיגן אויף דער נאַסער ליימענער ערד, צעטראָטן מיט די פּאָדעשוועס פֿון זײַנע כראָמעווע שטיוול און געקוקט אונדז גלײַך אין די אויגן. בײַ מיר איז דורכגעלאָפֿן אַ מחשבֿה, אַז ס’איז אַ שאָד זיך צו טאָפּטשען מיט אַזוינע שיינע און טײַערע שטיוול דאָ אין דער בלאָטע פֿון טאַנקן־פּאָליגאָן.
קוזנעצאָוו האָט געגעבן אַ שפּײַ, זיך גוט אויסגעהוסט, און פֿאַרענדיקט זײַן רעדע:
— וואָס מיינט איר, אַז מיט דעם האָט איר פֿאַרענדיקט? ניין, יאָפּ־טוואָיו־מאַט! איר האָט נאָך קיין זאַך נישט פֿאַרענדיקט! יעצט וועט איר אָנהייבן אַלץ פֿון דאָס נײַ. און עס פֿעלט איר זאָלט נישט מצליח זײַן! דער פֿריִערדיקער אינצידענט איז ווי נישט געווען. נישטאָ קיין פֿאַרוווּדעטע און נישטאָ קיין דערהרגעטע. צו דערשטוינען, אַלע זײַנען געבליבן לעבן. און דאָס הייסט, אַז מ’פֿאָרט ווײַטער, — ער האָט געוויזן מיט זײַן האַנט ווי מ’פֿאָרט, — איר זײַט מיר שולדיק אַן אויסגעלונגענעם טאַנקן־טראַקט. איז לויפֿט און גרייט זיך צו. באַווײַזט מיר, אַז איר קענט. און געדענקט, אַז איר האָט יעצט מיט איין טאַנקנקויל ווינציקער! — און ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין חושך, צוזאַמען מיט די אַנדערע קאָמאַנדירן.
יעצט, ווען מיר האָבן זיך שוין באַרויִקט, זײַנען מיר אַוועק מיט אַ פּאַוואָליע־גאַנג צו אונדזער מאַשין און פֿאַרענדיקט די געניטונג מיט גרויס דערפֿאָלג. מיר האָבן „דערהרגעט‟ אַלע הילצערנע ברעט־צילן, פֿאַרניכטעט דעם „אימפּעריאַליסטישן שׂונא‟. דער צײכן, וואָס מיר האָבן געקראָגן, איז געווען נישט אַזוי הויך, ווי בײַ אונדזערע חבֿרים, נאָר וועמען האָט עס שוין געאַרט? מיר זײַנען גליקלעך געווען, אַז מיר זײַן געבליבן אויף דער פֿרײַ, און נישט הינטער די אײַזערנע גראַטעס און פֿאַרשלאָסענע טיר־און־טויער.
פּערעדעלקע (רוס.) — האָבן אויף זיך קאַלטס און וואַרעמס