אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין

                                

צווייטער טײל

קאַפּיטל ג

2

אין מישעס און קאַטיעס גליקלעך געמײנזאַם לעבן איז געװען בלױז אײן חילוקי–דעות: מישע פֿלעגט רעגולער קומען צו זײַנע עלטערן, און קאַטיע האָט געהאַלטן, אַז ער טוט עס צו אָפֿט. פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגט זי עס זאָגן אים. מיט עטלעכע װאָכן נאָך זײער צװײטן װיזיט צו גילסקערן האָט קאַטיע געבראַכט אַ נײַעם אַרגומענט:

— װאָס איז אָנגעשריבן אין דער ביבל? „דרום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב‟. הײסט עס, אַז פֿאַר אונדזערע אָבֿות איז דאָס שױן מיט טױזנטער יאָר צוריק געװען אַ נאָרמע.

מישען איז געװען זײער גרינג צו געפֿינען אַ קאָנטראַרגומענט:

— יאָ, נאָר װאָס נאָך איז אָנגעשריבן אין דער ביבל? „האַלט אין כּבֿוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער‟. דאָס איז אײנס פֿון משהס געבאָט, און פֿאַר אונדזערע אָבֿות איז עס תּמיד געװען הײליק.
— דו האַלסט אָבער דײַנע עלטערן ממילא אין כּבֿוד, — האָט קאַטיע דערװידערט.
— קאַטיושע, — האָט מישע געזאָגט שטיל און מיט אַ זיפֿץ, — יאָ, בײַ דיר האָבן זיך נישט אײַנגעגעבן מיט מײַנע עלטערן די באַציִונגען, און מיר טוט עס זײער װײ, נײַערט פֿאַרשטײסטו ניט, אַז פֿאַר מיר וועלן זײ סײַ־ווי נישט אױפֿהערן צו זײַן מײַנע עלטערן? איך בענק נאָך זײ, מיר װילט זיך זען מיט זײ. 

דאָס איז געװען נישט אין גאַנצן אמת. בשעתן באַזוכן די טאַטע–מאַמע, האָט מישע געהאַט געמישטע געפֿילן, װײַל כאָטש זײ פֿלעגן נישט אַרױסזאָגן זײער באַציִונג צו קאַטיען אױף אַ קול, האָט מישע גוט געװוּסט װעגן דעם, און דעריבער, דערצײלנדיק די עלטערן װעגן זיך, האָט ער נישט געקאָנט זיך טײלן מיט זײ מיט זײַן סאַמע גרעסטן גליק אין לעבן. אין אונטערשײד פֿונעם טאַטן, פֿלעג די מאַמע פֿאָרט פֿרעגן מישען, צי אַלץ איז כּשורה בײַ קאַטיען, — אױס העפֿלעכקײט, נאָר אױך צוליב נאָך אײן סיבה. אין דער אמתן פֿלעגט מישע באַזוכן די עלטערן אָפֿטער, װי קאַטיע און ער אַלײן האָבן געװאָלט, כּדי נישט צו געבן דער מאַמען אַן איבעריקע געלעגנהײט זיך צו קלאָגן, אַז ער האָט זי געהאַט פֿאַרלאָזט.

— און איך, מיינסטו, בענק נישט נאָך מײַנע עלטערן? — האָט קאַטיע געזאָגט, — מיר לעבן בכלל אין פֿאַרשײדענע שטעט, און איך זע זײ בלױז עטלעכע מאָל אין יאָר!
— איז באַזוך זײ אָפֿטער! — האָט מישע באַלד געענטפֿערט, — שױן זשע בין איך קעגן דעם?! פֿאָר צו דײַנע עלטערן אַפֿילו יעדן סוף–װאָך! געלט אױף דעם האָבן מיר, דאַנקען גאָט. פֿאָר צו זײ אומבאַדינגט, די עלטערן זײַנען אַ הײליקע זאַך!

אַזאַ פֿאָרשלאָג האָט קאַטיע פֿון מישען בפֿירוש נישט דערװאַרט. זי האָט אָפּגעשװיגן אַ פּאָר רגעס און געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט:

— יאָ, מישע, דו ביסט אַװדאי אַ גוטער זון…
— קאַטיושע, איך האָף אָבער, אַז דו מיינסט נישט, װאָס איך בין אַ נישט גענוג גוטער מאַן? — האָט מישע אַ פֿרעג געטאָן.
— אַ גוטער, מישענקע, אַ גוטער, — האָט קאַטיע פֿרידלעך געענטפֿערט, — זײער אַ גוטער, — זי האָט אים אַרומגענומען און אַ קוש געטאָן.

קאַטיע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זי האָט געהאַט געזאָגט גענוג, — און טאַקע, אױסער מישעס צו אָפֿטע, װי איר האָט זיך געדאַכט, באַזוכן זײַנע עלטערן, האָט זי זיך אױף גאָרנישט ניט געקאָנט קלאָגן: מישע פֿלעגט טאָן פֿאַר איר אַלץ, װאָס ער האָט געקאָנט, און קאַטיען איז געװען לגמרי קלאָר, װי שטאַרק ער האָט זי ליב געהאַט. 

אין עטלעכע טעג אַרום האָט קאַטיע אַ פֿרעג געטאָן דעם מאַן:

— נו װאָס, לאָזסט מיך באמת אָפּ צו מײַנע עלטערן? צי קאָן איך אַװעקפֿאָרן צו זײ פֿרײַטיק אױפֿן סוף–װאָך?
— קאַטיושע, געליבטע מײַנע, אַװדאי, פֿאָר! — האָט מישע באַשטעטיקט.
— װעסט נאָך מיר נישט בענקען?
— כ׳װעל יאָ בענקען, נאָר די עלטערן זײַנען אַ הײליקע זאַך. כ׳בעט דיך, גיב זײ איבער פֿון מיר אַ האַרציקן גרוס און די סאַמע האַרציקסטע דאַנקען פֿאַר דיר!

מישע האָט עס געזאָגט, װי זײַן שטײגער איז געװען, אין גאַנצן אױפֿריכטיק — און קאַטיען מיט איר געבױרענער שטאָלצקײט און נאָך די אַלע עװלות, װאָס זי האָט זיך געהאַט אָנגעליטן, האָט, פֿאַרשטײט זיך, קײן מאָל נישט געקאָנט קומען אױפֿן געדאַנק איבערצוגעבן מישעס עלטערן גרוסן און אַ דאַנק פֿאַר אים.

שטײענדיק אױף אַ שפּעט–אָװנטיקן פּעראָן פֿונעם לענינגראַדער װאָקזאַל, האָט מישע זיך דערמאָנט אין פּרץ מאַרקישס ליד, װאָס ער האָט דאָס געהאַט איבערגעלײענט אין דער רוסישער איבערזעצונג מיט יאָרן צוריק, נישט לאַנג פֿאַר דעם, װי ער האָט זיך באַקענט מיט קאַטיען: „אין פֿענצטער פֿון װאַגאָן איז אײַנגעראַמט דײַן קאָפּ <…> כ׳װעל דײַנע אױגן זען אַ לאַנגע צײַט נאָך אין דער שײַן פֿון די פֿאַרשװינדנדיקע פֿײַערלעך, אין דעמערונג פֿאַרטײַטע…‟

צו בענקען איז מישען אױסגעקומען נישט די גאַנצע צײַט בעת יענעם סוף–װאָך. שױן שבת אין דער פֿרי האָט אין זײַן װױנונג אַ קלונג געטאָן דער טעלעפֿאָן, און פֿונעם טרײַבל האָט זיך דערהערט די באַקאַנטע װאַרעמע שטים:

— אַ גוטן, מישענקע, עס רעדט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש. אױב דו און קאַטיע זײַנען פֿרײַ הײַנט אין אָװנט, קומט צו מיר אַהײם: מירן זיצן צוזאַמען און שמועסן.
— אַ דאַנק, עמאַנויִל גריגאַריעװיטש. קאַטיע איז אַצינד, צום באַדױערן, נישט אין מאָסקװע, נאָר איך בין פֿרײַ, און אַװדאי, װעל איך קומען מיט פֿאַרגעניגן.
— כממם… נאָר צי זײַט איר… צוזאַמען?
— יאָ, עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, אַװדאי, זײַנען מיר צוזאַמען! קאַטיע איז פּשוט אַװעקגעפֿאָרן קײן לענינגראַד צו אירע עלטערן אױפֿן סוף–װאָך.
— אַ, נו, איז גוט. דאַן קום זיבן אַזײגער.

דאָס מאָל איז גילסקער געװען אין דער הײם מיט זײַן פֿרױ, נאָר גערעדט האָט אין פֿאַרלױף פֿונעם גאַנצן אָװנט מערסטנס ער, דער באַלעבאָס.

— נו װאָס, צי האָסטו אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק דאָס, װאָס איך האָב דיר געהאַט געשאָנקען? — האָט ער אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ שמײכל.
— נישט אַלץ, נאָר עפּעס האָב איך אױסגעלערנט, — האָט מישע געענטפֿערט גאַנץ ערנסט און אָנגעהױבן דעקלאַמירן:
 
„אין אָנהײב האָט גאָט באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. און די ערד איז געװען װיסט און לײדיק, און פֿינצטערניש איז געװען אױפֿן געזיכט פֿון תּהום, און דער גײַסט פֿון גאָט האָט געשװעבט אױפֿן געזיכט פֿון די װאַסערן…‟.

עמאַנויִל גריגאָריעװיטש און זײַן פֿרױ האָבן געקוקט אױף מישען מיט באַגיטיקונג.

— און װי מײנסטו: צי עקזיסטירט גאָט, צי נישט? — האָט גילסקער אַ פֿרעג געטאָן.
— כממם… כ׳װײס נישט…
— יאָ–אָ–אָ… — האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש צעצױגן דאָס װאָרט און פּלוצעם אָנגעהױבן רײדן װעגן גאָר עפּעס אַנדערש: — איך געדענק, דו האָסט געפֿרעגט בײַ שעסטאַקאָװסקין, עליו–השלום, צי יענער האָט זיך געהאַט געטראָפֿן מיט סטאַלינען…

מישע איז פֿאַרגליװערט געװאָרן מיטן לעפֿל אין דער האַנט.

— איך האָב זיך מיט סטאַלינען אַ סך מאָל געטראָפֿן, — האָט גילסקער גערעדט װײַטער. מישע האָט אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם.
— ער האָט מיך צוליב עפּעס ליב געהאַט און פֿלעגט מיך גאַנץ אָפֿט פֿאַרבעטן צו זיך שפּילן… און אָט איין מאָל, נאָך דער מלחמה, בײַ נאַכט דערהערט זיך בײַ מיר אַ קלונג אין טיר. אױפֿן שװעל שטײען צװײ מענער אין אוניפֿאָרמעס און זאָגן מיר: „פֿאַרפּאַקעװעט אײַערע זאַכן…‟ — הײב איך אָן פֿאַרפּאַקעװען אין אַ זעקעלע מײַן צײן–בערשטעלע און דאָס גלײַכן — און אינעם סאַמע לעצטן מאָמענט זאָגט פּלוצעם אײנער פֿון די מענער: „פֿאַרגעסט נישט מיטצונעמען אײַער קאָנצערט–קאָסטיום!‟ — דאַן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מע אַרעסטירט מיך נישט. מע האָט מיך אָפּגעפֿירט אויף אַ פֿליפֿעלד, און אינעם עראָפּלאַן האָב איך דערזען סאָפֿראָניצקין, באַרינאָװאַ, דעדיוכינען… ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז מיר פֿליִען קײן פּאָטסדאַם, װוּ דעמאָלט האָבן זיך געטראָפֿן סטאַלין, רוזװעלט און טשערטשיל. דאָרטן האָבן מיר אָפּגעשפּילט אַ קאָנצערט און געבליבן אױף עטלעכע טעג. דעמאָלט האָט סטאַלין מיך עטלעכע מאָל אַרױסגערופֿן צו זיך, און אָט איין מאָל טוט ער מיך פּלוצעם אַ פֿרעג: „װי מיינסטו: צי עקזיסטירט גאָט, צי נישט?‟ — אַװדאי האָב איך לחלוטין נישט דערװאַרט, אַז סטאַלין קאָן אַזוינס פֿרעגן, האָב איך געענטפֿערט: „כממם… כ׳װייס נישט…‟ — און ער האָט געזאָגט: „איך װײס אױך נישט. דערצו נאָך, אַז קײנער האָט מיר נאָך טאַקע נישט דערקלערט, װאָס איז געװען פֿריִער: די הון אָדער די אײ.‟…

בשעת דער װעטשערע האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש דערצײלט אַ סך אי װעגן זײַנע טרעפֿונגען מיט סטאַלינען, אי װעגן פֿיל אַנדערע זאַכן, בפֿרט מכּוח עפּעס, װאָס איז געװען פֿאַר מישען גאַנץ אומגעריכט: עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז גילסקערס לערער, דער באַרימטער הענריך נײגאַוז איז רעפּרעסירט געװאָרן אין 1941. מע פֿלעגט שרײַבן זײער אַ סך װעגן נײגאַוזן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, נאָר װעגן דעם דאָזיקן פֿאַקט — קײן אײן װאָרט נישט. עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט דערצײלט, אַז װען ער האָט געהאַט דאָס ערשטע מאָל געבעטן דעם פֿירער צו באַפֿרײַען זײַן לערער, האָט יענער געענטפֿערט: „דײַן פּראָפֿעסאָר איז אַ תּחתניק, און בעט מיך װעגן דעם נישט מער!‟ — כאָטש אין דער אמתן איז נײגאַוז קײן האָמאָסעקסואַל לחלוטין נישט געװען; פֿאַרקערט, ער האָט געפֿירט ליבעס מיט אַ סך פֿרױען. פֿון דעסטװעגן, װען מיט עטלעכע חדשים שפּעטער איז טשערטשיל געקומען צו פֿליִען קײן מאָסקװע, האָט סטאַלין װידער פֿאַרבעטן גילסקערן שפּילן פֿאַר אים און דעם בריטאַנישן פּרעמיער–מיניסטער. ער איז געבליבן זײער צופֿרידן, האָט װידער געפֿרעגט, צי דער יונגער פּיאַניסט האָט געהאַט װאָסערע–ניט–איז פֿראַגעס אָדער ביטעס, — און, זעענדיק, אַז דער פֿירער איז געװען אין אַ גוטער שטימונג, האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אים װידער געבעטן צו העלפֿן נײגאַוזן; דאַן האָט סטאַלין געזאָגט אײנעם פֿון זײַנע מיטהעלפֿערס: „עמאַנויִל האָט פּראָבלעמען מיט זײַן לערער, קלײַב זיך פֿונאַנדער אין דעם ענין,‟ — און נאָך דעם איז נײגאַוז באַפֿרײַט געװאָרן פֿון דער טורמע. 
  
— יאָ, אַזױ איז עס געװען, — האָט גילסקער געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט, — נײגאַוז אָבער…

צו יענער צײַט האָט די װעטשערע זיך שױן געהאַט פֿאַרענדיקט, דער באַלעבאָס איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם טיש און פֿאָרגעלײגט:
 
— לאָמיר אַריבערגײן אַהינצו. 

װען אַלע האָבן זיך אַװעקגעזעצט אױף די דיװאַנען אינעם גאַסט–צימער, האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אַ פֿרעג געטאָן בײַ מישען: 

— צי האָסטו געלײענט נייגאַוזס בוך „װעגן דער קונסט פֿון פֿאָרטעפּיאַן–שפּילן‟?
— יאָ, אַװדאי.
— און צי געדענקסטו, װאָס ער האָט אָנגעשריבן אין דעם װעגן מיר?
  
מישע האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ װײַלע:

— יאָ, איך געדענק, אַז ער האָט אײַך דאָרטן עטלעכע מאָל דערמאָנט…

גילסקער האָט גענומען פֿונעם זשורנאַל–טישעלע אַ פּאָר ביכער, אַ בלעטער געטאָן אײנס פֿון זײ און אָנגעװיזן מישען אױף עפּעס אַ זײַט: 

— צי געדענקסטו אָט דאָס–אָ?

מישע האָט אַ קוק געטאָן און איבערגעלײענט: 

„װען ע. גילסקער איז געקומען צו פֿאָרן זיך לערנען בײַ מיר אין דער אַספּיראַנטור פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע, האָב איך אים איין מאָל געמוזט זאָגן: דו ביסט שױן אַ מאַנצביל, קאָנסט עסן ביפֿשטעקסן און טרינקען ביר, נאָר מע האָט דיך ביז איצט אױפֿגעצױגן מיט אַ קינדער–סמאָטשיק. זײַן לערערין פֿלעגט מיט אים לערנען אױף די לימודים צו שפּילן מיט דער לינקער האַנט באַזונדער און באַזונדער — מיט דער רעכטער האַנט, אָנשטאָט צו הייסן אים צו טאָן עס אין דער הײם זעלבשטענדיק; זי פֿלעגט נישט אַנטװיקלען גענוג זײַן מוזיקאַליש דענקען, נישט באַקענען אים מיט מוזיק בכלל, נישט געקוקט אױף זײַן אומגעהײַערע אױפֿנעמפֿעיִקײט און טאַלאַנט….‟

מישע האָט זיך דערמאָנט אין דעם דאָזיקן פּאַסאַזש. װען ער האָט געלײענט אָט דאָס בוך מיט אַ סך יאָר פֿריִער, נאָך אין שול, איז אים, נאַטירלעך, פּשוט נישט געקומען אױפֿן געדאַנק זיך צו פֿאַרטראַכטן, װאָס דער גרױסער גילסקער האָט געמוזט פֿילן, לײענענדיק אַזעלכעס. אַצינד האָט ער געװיס תּיכּף אַלץ פֿאַרשטאַנען, באַזונדערס אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם, װאָס עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט נאָר װאָס געהאַט דערצײלט מכּוח נײגאַוזס באַפֿרײַונג פֿון תּפֿיסה.  

— יאָ, עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, איך געדענק דאָס… װײסט איר, װען איך האָב דאָס געלײענט בשעתּו, האָב איך דעם נישט צוגעגעבן קײן שום באַדײַט: נו, מאַלע װאָס ס׳איז אַ מאָל געװען. נאָר אַצינדערט פֿאַרשטײ איך, אַװדאי…
— בערטע מיכײַלאָװנע ריינגבאַלד איז נישט געװען אַ „לערערין‟, זי איז געװען אַ פּראָפֿעסאָר, אַ פּראַפֿעסאָר פֿון דער אָדעסער קאָנסערװאַטאָריע, — האָט גילסקער געזאָגט מיט ביטערקײט, — לעװ אַראָנאָװיטש באַרענבױם… צי האָסטו געהערט װעגן אים?
— כממם… — דער נאָמען איז מישען געװען באַקאַנט, נײַערט ער האָט נישט געקאָנט זיך דערמאָנען, װוּ ער האָט אים געהאַט געהערט.
— ער איז זײער אַ גוטער מוזיק–קריטיקער, זײער אַ קלוגער און אַ געבילדעטער. ער האָט אָנגעשריבן אַ קריטישע רעצענזיע אױפֿן דאָזיקן בוך, און אַ חוץ דעם אַלעם, האָט ער קריטיקירט נײגאַוזן פֿאַר דעם, װאָס יענער האָט אַפֿילו נישט געהאַט דערמאָנט בערטע מיכײַלאָװנעס נאָמען. נײגאַוז האָט שאַרף קריטיקירט לעװ אַראָנאָװיטשן אין דער הקדמה צו דער צװײטער אױסגאַבע פֿונעם בוך…

דאָ האָט מישע זיך דערמאָנט: אָט פֿון װאַנען ער האָט געװוּסט באַרענבױמס נאָמען! געװיס האָט ער געלײענט דעם פֿאָרװאָרט.

— … נאָר דאָרטן האָט ער ריינגבאַלדס נאָמען פֿאָרט דערמאָנט און אָנגעשריבן אָט אַזױ, — עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט אַ בלעטער געטאָן דאָס אַנדערע בוך און געװיזן מישען דאָס אָרט: 

„זײַן לערערין, ב. מ. רײנגבאַלד, אַן אױסגעצײכנטער פּעדאַגאָג, װאָס האָט דערצױגן אַ היפּש ביסל טאַלאַנטירטע יוגנט, פֿלעגט לערנען מיט אים אױף די לימודים…‟ — און דער רעשט איז געװען דער זעלבער, אַרײַנגערעכנט דעם „קינדער–סמאָטשיקל‟.

— און צי װײסטו, װאָס איז געשען מיט בערטע מיכײַלאָװנען? — האָט גילסקער אַ פֿרעג געטאָן.
— נײן…
— װען זי האָט זיך אומגעקערט נאָך דער עװאַקואַציע קײן אָדעס, האָט מען זי פֿאַררודפֿט; מע האָט זי אַפֿילו נישט אױפֿגענומען צוריק אױף דער אַרבעט אין דער קאָנסערװאַטאָריע, און זי האָט זיך אָנגעטאָן אַ מעשׂה, זיך אַראָפּגעװאָרפֿן אין טרעפּצװישן… זי איז אַלט געװען בלױז זעקס און פֿערציק יאָר…
  
מישען האָט אָנגעכאַפּט אַ ציטער.
 
— אַלע מוזיקאַנטן, װאָס האָבן געלעבט אין יענער צײַט, װײסן װעגן דעם. און נײגאַוז האָט אַװדאי דערפֿון אױך זײער גוט געװוּסט.
  
מישען איז געװאָרן קלאָר, אַז עמאַנויִל גריגאָריעװיטש איז געװען ברוגז נישט בלױז פֿאַר זיך אַלײן.

— אין דער אמתן האָב איך דװקא בערטע מיכײַלאָװנע צו באַדאַנקען פֿאַר אַלצדינג. און װאָס שײך נײגאַוזן… הגם אָפֿיציעל האָב איך פֿאַרענדיקט די אַספּיראַנטור בײַ אים, האָב איך במשך פֿון די לעצטע אָנדערטהאַלבן יאָר דאָרטן זיך אױף אַן אומאָפֿיליִעלן אופֿן געלערנט בײַ איגומנאָװן. דעמאָלט, פֿאַרשטײט זיך, האָבן נישט איך, נישט איגומנאָװ װעגן דעם קײנעם נישט דערצײלט, נאָר הײַנט איז דאָס באַװוּסט צװישן די מוזיקאַנטן. 

גילסקער האָט אָפּגעשװיגן עטלעכע רגעס, אַ שװערן זיפֿץ געטאָן און גערעדט װײַטער:

— וועגן נײגאַוזן האָב איך אַ סך וואָס צו דערציילן פֿאַרשײדנס… אַ מאָל, בעת איך האָב זיך נאָך געלערנט בײַ אים אין דער אַספּיראַנטור, האָט ער אין אײנעם אַ טאָג מיך פֿאַרבעטן צו זיך אַהײם שפּילן פֿאַר אים. איך בין געקומען, האָב אָנגעהױבן שפּילן, און ער איז געזעסן אױף אַ דיװאַן און האָט געטרונקען בראָנפֿן. איך האַלט אין אײן שפּילן, ער האַלט אין אײן טרינקען — און פּלוצעם גיט ער אַ שלײַדער די גלאָז אין דער װאַנט און זאָגט: „עך, זשידעס, װי באַקומט זיך עס אַלץ בײַ אײַך!‟. 

בײַ מישען האָט זיך אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל. ער האָט, פֿאַרשטײט זיך, געװוּסט, אַז אין זײַן לאַנד האָט מען געקאָנט זיך ריכטן אױף שׂינאת–ישׂראל פֿון װעמען נאָר מע האָט געװאָלט, — נאָר פֿון דעם גרױסן, לעגענדאַרן הענריך נײגאַוז?!

— איך בין אױפֿגעשטאַנען, אַװעקגעגאַנגען און האָב אױפֿגעהערט קומען צו אים אױף די לימודים. אין אַ געװיסער צײַט שפּעטער האָבן מײַנע פֿרײַנד גענומען מיך צורײדן, אַז איך זאָל פֿאָרט קומען צום אַלטן מאַן. איך בין געקומען אין דער קאָנסערװאַטאָריע, און אױפֿן װעג צו נייגאַוזס קלאַסצימער אינעם בופֿעט האָב איך אים דערזען טרינקען בראָנפֿן. „עמע!‟ — רופֿט ער זיך אָן, — „פֿאַרגעב מיר, איך בין דעמאָלט פּשוט געװען שיכּור!‟ — איך בין אַרײַנגעגאַנגען אינעם קלאַסצימער, געשפּילט דאָרטן אַ ביסעלע — נאָר נײגאַוז קומט נישט. גײ איך װידער אינעם בופֿעט און זע, אַז ער האַלט אין אײן טרינקען און איז שױן גוט בגילופֿין. ער האָט מיך דערזען — און זאָגט: „קאָנסט עס דערצײלן! קײנער װעט דיר סײַ–װי נישט גלײבן, װײַל כּמעט אַלע מײַנע סטודענטן זײַנען ייִדן!‟ — דעמאָלט האָב איך װעגן דעם טאַקע קײנעם נישט דערצײלט. כּמעט קײנעם…

אַלע האָבן אָפּגעשװיגן עטלעכע װײַלעס. 

— און נישט געקוקט אױף דעם, — האָט מישע שטיל געזאָגט, — האָט איר זיך שפּעטער פֿאָרט משתּדל געװען פֿאַר אים בײַ סטאַלינען?

— נו, מע האָט אים דאָך פֿאָרט אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה. דו װײסט דאָך אַלײן, אַז אין יענער צײַט האָט מען געקאָנט אים אַפֿילו צעשיסן. װי זשע האָב איך געקאָנט נישט פּרוּװן אים אַרויסצוהעלפֿן? יאָ, און שפּעטער, בעת ער האָט געוווינט אין סװערדלאָװסק, פֿלעג איך קומען צו פֿאָרן אַהין געװאָר װערן וועגן אים.

מע האָט װידער אָפּגעשװיגן אַ ביסעלע.

— און נאָך דעם אַלעם, — האָט מישע געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט, — פֿלעגט ער װעגן אײַך שרײַבן…
— יאָ, — האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש געענטפֿערט מיט אַ ביטערן שמײכל, — נישט בלױז שרײַבן, נאָר אױך רײדן אומעטום. פֿאַרשײדענע מענטשן האָבן מיר װעגן דעם דערצײלט…

ער האָט אַ זיפֿץ געטאָן.

— און װעגן ריכטערן געדענקסטו, װאָס ער האָט אין אָט דעם בוך אָנגעשריבן?

מישע האָט זיך פֿאַרקלערט.

— איך געדענק, אַז װעגן ריכטערן האָט נײגאַוז דאָרטן אַ סך און זײער גוט אָנגעשריבן… ער האָט אים בפֿירוש זײער ליב געהאַט…
— יאָ… — האָט גילסקער באַשטעטיקט און װידער געבלעטערט דאָס בוך אין אַ טאָװל פֿון בעזש–קאָליר, — אָט, גיב אַ קוק:

„איך מוז שױן זאָגן אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, אַז אַזאַ גאַנצקײט, אָרגאַנישקײט, אַזאַ מוזיקאַליש–קינסטלערישן  ה אָ ר י ז אָ נ ט  האָב איך נישט געטראָפֿן בײַ קײנעם פֿון די פּיאַניסטן, װאָס זײַנען מיר באַקאַנט, און איך האָב געהערט די אַלע ׳גרױסע׳: האָפֿמאַנען, בוזאָני, גאָדאָװסקין, קאַרעניאָ, ראָזענטאַלן, ד׳אַלבערן, זאַוערן, יעסיפּאָװאַ, סאַפּעלניקאָװן, מעטנערן און זײער פֿיל אַנדערע (שױן אָפּגערעדט פֿונעם ייִנגערן דור פּיאַניסטן), כ׳האָב נישט געהערט, צום באַדױערן, בלױז די צװײ, װאָס איך װאָלט זײ, װאַרשײַנלעך, ליב געהאַט מער פֿון אַלעמען: ראַכמאָנינאָװן און סקריאַבינען.‟

— אין דער אמתן האָט ער ראַכמאַנינאָװס רעקאָרדירונגען יאָ געהערט, ער שרײַבט אַפֿילו װעגן דעם אינעם דאָזיקן בוך. און דאָך… באַרענבױם האָט אָנגעשריבן אין שײַכות מיט ריכטערן אין זײַן רעצענזיע, אַז װי גלענצנדיק יענער זאָל נישט זײַן, איז דאָס פֿאָרט צו פֿיל, — און אָט װאָס נײגאַוז האָט אױף דעם געענטפֿערט אינעם אַרײַנפֿיר, — עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט איבערגעבלעטערט עטלעכע צענדליקער זײַטן אױף צוריק.
 
„מכּוח די ׳אײַנגעגעסענע׳ דערמאָנונגען װעגן ריכטערן… יעדערן, אַפֿילו דעם סאַמע באַשײדענעם שרײַבער איז דערלױבט צו האָבן זײַנע פּאַסיעס, בפֿרט נאָך, אױב ער קאָן דערװײַזן, אַז זײ האָבן אַן ערנסטן יסוד. איך קאָן עס טאָן, נאָר כ׳װיל נישט אײַנמידן דעם לײענער. ריכטער איז געװאָרן, מחמת די אײגנאַרטיקײטן פֿון זײַן באַגאַבטקייט, עפּעס אַ װיכטיקסט געשעעניש אין מײַן מוזיקאַליש און פּעדאַגאָגיש לעבן. שױן זשע בין איך מחויבֿ אױסמײַדן דעם דאָזיקן פֿאַקט, צו פֿאַרשװײַגן אָדער אויסבאַהאַלטן אים אונטער דער מאַסקע פֿון „װױלגעזאָנענקײט‟, כּלומרשטער אָביעקטיװקײט? אײנער אַן אָנגעזעענער בודאַפּעשטער קריטיקער האָט אָנגעשריבן נאָך ריכטערס אַ קאָנצערט: ׳אײגנטלעך, זײַנען פֿאַראַן צװײ פּיאַניסטן — פֿראַנץ ליסט און סװיאַטאָסלאַװ ריכטער. דעם ערשטן האָב איך נישט געהערט. דעם צװײטן קען איך…׳.״.

„און דאָס איז נײגאַוז?! — האָט מישע, אַ געפּלעפֿטער, אַ טראַכט געטאָן, — צו װאָס זשע דאַרף מען, כּדי צו שטיצן זײַן מײנונג, ציטירן אַזאַ באַשײַמפּערלעכע שטותערײַ?! אַפֿילו אױב עס האָט זי אָנגעשריבן אַן ׳אָנגעזעענער׳…‟
— יעדערן איז דערלױבט צו האָבן זײַנע פּאַסיעס, — האָט גילסקער גערעדט װײַטער, — און װי געפֿעלט דיר אָט דאָס–אָ? — ער האָט געװיזן מישען נאָך אײן אָרט אינעם בוך:
 
„אײניקע געבן אָפֿן אָפּ די בכורה די אַנדערע פּיאַניסטן לגבי אים… מיט אָט די לעצטע, אַװדאי, מוז מען זיך רעכענען: אײניקע געבן דאָך אָפּ די בכורה נאַדסאָנען לגבי פּושקינען, און יעפֿים זאָזוליאַ — לגבי אַנטאָן טשעכאָװן.‟
  
מישע איז פֿאַרגליװערט געװאָרן אױף אַ געװיסער צײַט, דערנאָך האָט ער זיך אױסגעקערעװעט צו זײַן געװעזענעם פּראָפֿעסאָר און אַ שטאַמל געטאָן צעטראָגן:

— עמאַנויִל גריגאָריעװיטש… װײסט איר, איך קאָן אַפֿילו נישט פֿאַרשטײן, װי איך האָב דאָס נישט באַמערקט דעמאָלט, װען איך האָב געלײענט דאָס דאָזיקע בוך…
— דער נאָמען, מישענקע, דער נאָמען, — האָט גילסקער געזאָגט, קוקנדיק אױף זײַן תּלמיד, װי אַ קלוגער רבי, — דער נאָמען האָט תּמיד זײער אַ גרױסע השפּעה. און נײגאַוזס נאָמען — װאָס איז דאָ צו רײדן…

ער האָט װידער אַ זיפֿץ געטאָן און גערעדט װײַטער:
  
— נייגאַוז האָט געגעבן דעם טאָן — און זינט דעמאָלט האָט זיך אָנגעהױבן… צי האָסטו געהערט װעגן גריגאָרי קאָגאַנען?
— אַװדאי! „בײַ די טױערן פֿון מײַסטערשאַפֿט‟ האָב איך געלײענט.
— זײער גוט, — עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט גענומען פֿונעם זשורנאַל–טישל אַ קאָנװערט, אַרױסגענומען פֿון אים אַ בױגן פּאַפּיר און דערלאַנגט אים מישען, — אָט, לײען, װאָס ער האָט מיר אָנגעשריבן פֿאַר אַ יאָרן, און לײג אַכט אױפֿן לעצטן פּאַראַגראַף פֿאַרן פּאָסט–סקריפּטום.

אין זײַן בריװ האָט דער באַרימטער פּיאַניסט און מוזיק–פֿאָרשער גריגאָרי קאָגאַן אױספֿירלעך אָנגעשריבן װעגן דעם, װי אים איז געפֿעלן געװאָרן גילסקערס אַנומלטיקע אױספֿילונג פֿון בעטהאָװענס פֿינפֿטן קאָנצערט מיטן ניו–יאָרקער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, און דער ערשטער זאַץ פֿונעם לעצטן פּאַראַגראַף איז געװען אַזאַ:

„איך װאָלט געװאָלט אָנשרײַבן װעגן דעם אַלעם ערגעץ–װוּ אין דער פּרעסע, אָבער עס האָט זיך אַרױסגעװיזן אוממעגלעך מחמת די סיבות, אומאָפּהענגיק פֿון מיר.‟

— פֿאַרשטײסטו? ער האָט בפֿירוש געװאָלט אָנשרײַבן װעגן דעם אין דער פּרעסע — נאָר נישט געקאָנט. איבער די סיבות, אומאָפּהענגיק פֿון אים, — עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט באַטאָנט די לעצטע װערטער און אַ קוק געטאָן אױף מישען פֿילבאַדײַטנדיק, — און אַצינד לײען נאָך אָט דאָס–אָ. 

ער האָט גענומען פֿונעם טישל די צײַטונג „סאָװעטסקאַיאַ קולטוראַ‟ און דערלאַנגט זי מישען. אױבן האָט מישע דערזען דאָס קעפּל, געדרוקט מיט גרױסע אותיות: „אַ גרױסער פּיאַניסט פֿון דער הײַנטצײַטיקײט‟, און אונטער דעם — אַן אַרטיקל, װאָס האָט פֿאַרנומען די גאַנצע אײבערשטע העלפֿט פֿון דער זײַט: די רעצענזיע אױף סװיאַטאָסלאַװ ריכטערס אױספֿילונג פֿון מאָצאַרטס אַ קאָנצערט. מישע האָט די רעצענזיע איבערגעלײענט זײער אױפֿמערקזאַם.

— און איצט גיב אַ קוק אַהער, — און עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט אַ װײַז געטאָן אױפֿן אונטערשטן טייל פֿון דער זײַט. דאָרטן איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אַ קורצע נאָטיץ װעגן דעם, אַז גילסקער האָט געהאַט אױסגעשפּילט אינעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע בעטהאָװענס אַלע פֿינף קאָנצערטן.

— װײסטו, מישע, — האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש שטיל געזאָגט, — פֿון אַזעלכע זאַכן לאָזן זיך בײַ מיר ממש אַראָפּ די הענט…
— עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, װאָס זאָגט איר אַזױנס?! — האָט מישע אױסגערופֿן, — בײַ אײַך פֿון  ד ע ם  לאָזן זיך אַראָפּ די הענט?! איר װײסט דאָך, װי מע האָט אײַך ליב, װי מע הערט אײַך! גאַנצענע נעכט שטײט מען אין די רײען, כּדי צו קריגן אַ בילעט אױף אײַערע קאָנצערטן! אָט האָט אײַך אַפֿילו קאָגאַן אָנגעשריבן, אַז ער האָט געהאַט געקראָגן אַ בילעט אױף אײַער קאָנצערט מיט שװעריקײטן! שױן זשע איז עס אַזוי וויכטיק, װאָס מע שרײַבט אין די צײַטונגען?! 
— יאָ, מישע, דאָס איז אמת, אַװדאי… — האָט גילסקער שװער אַרױסגעבראַכט אויף די ליפּן, גלײַך װי אים איז געװען נישט גרינג מסכּים צו זײַן מיט דעם, — און דאָך…
 
ער האָט אָפּגעשװיגן עטלעכע װײַלעס.

— און כענטאָװאַס בוך װעגן מיר האָסטו געלײענט?
— אַװדאי!
— נו, און װי איז דאָס דיר געפֿעלן געװאָרן?
— איך האָב עס געלייענט מיט גרױס אינטערעס. װאָסי, צי איז דאָרטן אױך פֿאַראַן עפּעס שלעכטס? — מישע האָט אָנגעהױבן אײַליק זיך דערמאָנען אין דעם בוכס אינהאַלט, — נו יאָ, איך געדענק, עס זײַנען דאָרטן אָנגעשריבן פֿאַרשײדענע זאַכן װעגן אײַך…
— אַ ליגן איז דאָס אַלץ! — האָט גילסקער געזאָגט מיט פֿאַרדראָס, — נו אָט, למשל, גיב אַ קוק.

ער האָט גענומען פֿונעם טישל אַ ביכעלע אין אַ בלאָען טאָװל, עס אַ בלעטער געטאָן און געװיזן מישען דעם פֿאָלגנדיקן פּאַסאַזש:

„די רעפּעטיציע פֿאַרציט זיך אױף דרײַ–פֿיר שעה. דערנאָך פֿאַרהאַלט זיך גילסקער מיטן דיריגענט און פֿירט אונטער אײניקע סך–הכּלען: עס װערן באַהאַנדלט די שטרײַט–מאָמענטן, דער פּיאַניסט הערט אױס דעם דיריגענטס באַמערקונגען און װוּנטשן…‟

— דו האָסט שױן אַ סך געשפּילט מיטן אָרקעסטער. װער זאָגט װעמען אַרױס װוּנטשן: דער דיריגענט דעם סאָליסט, צי דער סאָליסט דעם דיריגענט? באַזונדערס, אױב דער סאָליסט איז… אַלט שױן העכער פֿערציק?

מישע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דווקא נישט זײַן עלטער האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אויסן געווען.
  
… אומקערנדיק זיך אַהײם, האָט מישע געהאַט געמישטע געפֿילן: ער איז געװען גליקלעך און דאַנקבאַר גילסקערן דערפֿאַר, װאָס יענער האָט אים סוף–כּל–סוף געהאַט דערנענטערט צו זיך, נײַערט אין דער זעלבער צײַט האָט ער דאָס ערשטע מאָל אין לעבן דערפֿילט — זײער שאַרף דערפֿילט! — דעם זינען פֿון די װערטער „יוסיף דעת יוסיף מכאוב‟.


המשך קומט

Leave a comment