פֿון אונדזער עזבֿון: יחזקאל דאָברושין (1883־1953)

ליטעראַטור־פֿאָרשער, דראַמאַטורג, דיכטער, פּראָזאַיִקער. געבוירן אין דאָרף מוטין, אוקראַיִנע, אין אַ משפּחה פֿון אַ וואַלד־סוחר. געלערנט בײַ פּריוואַטע לערערס פֿון העברעיִש און רוסיש. אין 1902 אַרויסגעפֿאָרן קיין אויסלאַנד און פֿאָרגעזעצט זײַן בילדונג אין דער סאָרבאָנע. אין 1909 זיך אומגעקערט אַהיים און קראַנק געוואָרן מיט אַן ערנסטער קראַנקייט אויף אַ פֿוס, וועלכע האָט אים צוגעבונדן צו בעט ביז 1912. אין 1916 זיך באַזעצט אין קיִעוו. זינט 1920 האָט דאָברושין געוווינט אין מאָסקווע. ער האָט דעביוטירט נאָך ביז דער רעוואָלוציע אין העברעיִש (אין דער צײַטונג ”הצפֿירה“) און אין ייִדיש (אין ”וואָכנבלאַט“). בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער געדרוקט אין פּעטראָגראַדער ”טאָגבלאַט“ לידער און ליטעראַטור־קריטיק. זינט 1918 האָט ער אַנטוויקלט אַ ברייטע שאַפֿערישע טעטיקייט אין פֿאַרשיידענע געביטן — ליטעראַטור, טעאַטער, פּעדאַגאָגיק. אַקטיוו זיך באַטייליקט אינעם אַרויסגעבן און רעדאַגירן די אויסגאַבעס פֿונעם פֿאַרלאַג ”קולטור־ליגע“, די זאַמלונגען ”אייגנס“ (1918־1920), ”אויפֿגאַנג“ (1919), ”באַגינען“ (1919), ”ביכער־וועלט“ (1919) ,די זשורנאַלן ”שטראָם“ (1922־1924), ”קלינג־קלאַנג“ (1923), ”יונגוואַלד“ (1924־1927), ”פּיאָנער“ (1927־1928), דעם אַלמאַנאַך ”סאָוועטיש“ (1934־1941), די צײַטונג ”אייניקײַט“ (1942־1948).

אין 1912 איז אין ווילנע דערשינען זײַן ערשט ביכל לידער און איינאַקטערס. שפּעטער האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ סך אַנדערע ביכער, נאָר אין אַלע זשאַנרען האָט זיך געפֿילט אַ דיכטערישע נשמה. ער האָט געהאַט אַ שאַרף געפֿיל פֿאַר דער צײַט. ווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך אָנגעהויבן,למשל, די איבערוואַנדערונג פֿון ייִדן אויף ערד, האָט ער דאָס געדאַרפֿט זען מיט די אייגענע אויגן. סוף 1920ער יאָרן פֿלעגט ער אַלע יאָר באַזוכן די נײַע ייִדישע ייִשובֿים אין קרים, געפֿינענדיק דאָרט געשטאַלטן פֿאַר זײַנע ווערק. אַזוי איז געבוירן געוואָרן זײַן פּיעסע ”אַרום אַ בײַדל“ און דער סקיצע־ציקל ”ערדלעבן“. די איבערוואַנדערער האָבן אָנגערופֿן איינעם פֿון זייערע ייִשובֿים מיט זײַן נאָמען — דאָברושינאָ. אין קרים, אין די אַנדערע ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען פֿון אוקראַיִנע פֿלעגט מען די אויפֿגעקומענע ייִדישע דערפֿער אָנרופֿן מיט נעמען פֿון אָנגעזעענע געזעלשאַפֿטלעכע טוער, וועלכע האָבן פֿיל אויפֿגעטאָן אין געביט פֿון ייִדישער ערד־ אײַנאָרדענונג. נאָך דער מלחמה זײַנען די דאָזיקע נעמען פֿאַרביטן געוואָרן אויף נײַע, אָבער דאָברושינאָ איז פֿאַרבליבן אויף דער מאַפּע פֿון קרים (גיכער פֿאַר אַלץ, צוליב זײַן אויסזען פֿון אַן אוקראַיִניש־ צי רוסיש־אָפּשטאַמיק וואָרט. אַ גרויסן צושטײַער האָט דאָברושין אַרײַנגעטראָטן אין דער אַנטוויקלונג פֿון דעם ייִדישן טעאַטער. ער איז געווען דער ליטעראַרישער לייטער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער און האָט פֿאַר אים אינסצעניזירט אַ ריי ווערק פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און גאָלדפֿאַדען (”מסעות בנימין השלישי“, ”דרײַ פּינטעלעך“, ”די כּישוף־מאַכערין“, ”דאָס צענטע געבאָט“, ”מנחם־מענדל“, ”טבֿיה דער מילכיקער“ א״אַ). ער האָט אויך געשאַפֿן אָריגינעלע דראַמאַטישע ווערק. אין פֿאַרשיידענע יאָרן האָט דער מאָסקווער און אַנדערע טעאַטראַלע טרופּעס פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד אויפֿגעפֿירט זײַנע פּיעסעס און איינאַקטערס פֿאַר קינדער.

דאָברושינען געהערט אַ גרויסע צאָל טעאָרעטישע אַרבעטן אין געביט פֿון דראַמאַטורגיע און טעאַטער־קונסט. אין 1939 דערשײַנט אין מאָסקווער פֿאַרלאַג ”דער עמעס“ זײַן מאָנאָגראַפֿיע ”בנימין זוסקין“, אין 1940 — ”מיכאָעלס דער אַקטיאָר“, אין 1932 — זײַן זאַמלונג אַרטיקלען, אין וועלכע אַ היפּש אָרט פֿאַרנעמט די אָפּהאַנדלונג ”שלום־עליכמס דראַמאַטורגיע“. פֿאַר דער קאַפּיטאַלער זאַמלונג ”ייִדן אין פֿססר“ (אַרויסגעגעבן אינעם פֿאַרלאַג ”דער עמעס“ אין 1935) האָט ער אָנגעשריבן די אַרבעט ”ייִדישע טעאַטער־ קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד“. נישט לאַנג פֿאַרן אַרעסט האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן לעצט בוך — ”די דראַמאַטורגיע פֿון די קלאַסיקער (גאָלדפֿאַדען, מענדעלע מוכר־ ספֿרים, שלום־עליכם,י. ל. פּרץ)“. ער איז געווען איינער פֿון די באַליבטסטע לערער אין דער ייִדישער טעאַטראַלער סטודיע. אין 1939 האָט מען דאָברושינען באַערט מיטן אָרדען ”ערע־צייכן“, טאַקע פֿאַר זײַנע אויסגעצייכנטע פֿאַרדינסטן אינעם אַנטוויקלען די סאָוועטישע טעאַטראַלע קונסט.

אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור האָט דאָברושין באַזונדערס זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע ליטעראַטור־קריטישע און פֿאָרש־אַרבעטן. אָנגעהויבן האָט ער מיט צוויי ביכעלעך — ”אַלעקסאַנדער בלאָק“ און ”געדאַנקענגאַנג“, וועלכע זײַנען דערשינען אין די יאָרן 1921־1922 אין קיִעוו. פֿון דעמאָלט אָן איז קיין איין וויכטיקע ליטעראַרישע דערשײַנונג זיך נישט באַגאַנגען אָן זײַן אָפּשאַצונג. אַלע אָנגעזעענע שרײַבער פֿון די 1920־1940ער יאָרן האָבן געפֿונען אַן אָפּשפּיגלונג אין דאָברושינס אַרטיקלען. זײַן לעצטע גרויסע אַרבעט איז די מאָנאָגראַפֿיע ”דוד בערגעלסאָן“ (1940)

וואָגיק איז געווען דאָברושינס בײַטראָג אינעם אַרויסגעבן ווערק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער. ווען דער ”עמעס“־פֿאַרלאַג אָט אין די יאָרן 1935־1938 פֿירגענומען די אויסגאַבע פֿון שלום־עליכמס געזאַמלטע ווערק אין 15 בענד (1940), האָט דאָברושין אָנגעשריבן די אַרײַנפֿיר־אַרטיקלען צום ערשטן, צווייטן, דריטן, נײַנטן, פֿערצנטן און פֿופֿצנטן בענדער. שלום־עליכמס שאַפֿונג האָט ער אָנגעהויבן צו פֿאָרשן נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען אין די זאַמלונגען, געווידמעט שלום־עליכמס צווייטן און דריטן יאָרצײַט, וועלכע זײַנען דערשינען אין פּעטראָגראַד און אין קיִעוו אין 1918 און 1919 צענדליקער אַרטיקלען וועגן שלום־עליכמען זײַנען אַרויס אונטער זײַן פּען.

דאָברושין איז געווען באַוווּסט אויך ווי אַן אומדערמידלעכער פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אין דעם מאָסקווער אַלמאַנאַך ”סאָוועטיש“ האָט ער אָפּגעדרוקט פֿאָרשונגען וועגן דעם ייִדישן וויגליד, וועגן דעם קלאַסישן און סאָוועטישן פֿאָלקלאָר פֿון די ייִדישע מאַסן. כּמעט אַלע זאַמלונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער און פֿאָלקס־מעשׂיות, וועלכע זײַנען דערשינען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין פֿאַרשיידענע פֿאַרלאַגן, זײַנען באַגלייט מיט דאָברושינס אַרטיקלען און קאָמענטאַרן. פּראָפֿ. דאָברושין האָט אין משך פֿון
לאַנגע יאָרן געלייענט ציקלען לעקציעס וועגן ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר אין מאָסקווער, קיִעווער, אָדעסער הויכשולן. דאָברושינען האָט מען אַרעסטירט אין אָנהייב 1949. אָפּקומען די שטראָף האָט מען אים פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער לעבן דער סיבירער שטאָט אַבעז, און דאָרט איז ער געשטאָרבן.

יחזקאל דאָברושין

סערפּ און האַמער
(סצענישער דיאַלאָג צווישן אַ שטאָטישן ייִדן — אַ נײַגעריקן און אַ דאָרפֿישן ייִדן — אַ בייזן)

שטאָטישער: און וואָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך אין דאָרף מכּוח פֿרומקייט?
דאָרפֿישער: מיט פֿרומקייט איז בײַ אונדז אַזוי: ווער ס׳איז ניט פֿרום איז ניט פֿרום און ווער ס׳איז פֿרום איז אויך ניט פֿרום.
שטאָטישער: וואָס באַטײַט דאָס?
דאָרפֿישער (ציט ווערטער): דאָס באַטײַט, דאָס באַטײַט, אַז ס׳איז ניטאָ וווּ פֿרום צו זײַן.
שטאָטישער: און וואָס באַטײַט דער באַטײַט?
דאָרפֿישער (בייזלעך): דאָס הייסט, אַז בײַ אונדז אין דאָרף האָבן מיר פֿריִער געהאַט אַ שטוב וווּ צו דאַוונען און איצט האָבן מיר שוין ניט.
שטאָטישער: איז די שטוב ערגעץ אַהינגעקומען?
דאָרפֿישער (ברוגז): וווּהין וועט אַ שטוב אַהינקומען, די שטוב שטייט ווי געשטאַנען. אָבער ס׳איז שוין גאָר אַן אַנדער מין שטיין.
שטאָטישער: וואָס פֿאַר אַ מין שטיין, אַדרבא דערציילט.
דאָרפֿישער (געלאַסן): איר פֿאַרשטייט דאָך, ווי שווער ס׳איז איצט קריגן אין אַ דאָרף אַ הויז אַן אָרט פֿאַר אַ מנין. ערשטנס, איז יעדער ייִד באַזאָרגט מיט אַ ווײַב און מיט קינדער, און מ׳איז אויך באַוואַקסן מיט עופֿות, וואָס לייגן זיך אין שטוב, און מיט אַ קעלבל, וואָס דאַרף אַ וואַרעמען ווינטער־ווינקל, און ווער רעדט, אַז אַ ייִד האָדעוועט אַ חזיר איז דאָך אַוודאי ניט שייך צו ריידן וועגן אַ מנין אין שטוב. איז, ס׳מאַכט זיך איינער אַן עלטערער פּויער, וואָס וווינט געראַמער — בסך־הכּל ער, דאָס ווײַב און אַ זון אַ בחור אין די יונגע יאָרן, — און אַז ער איז מסכּים אַרײַנצולאָזן צו זיך דעם מנין און שטוב, איז דאָך געוויס גוט. דאַוונען, דאַוונען בײַ אונדז אין דאָרף געציילטע עלטערע מענטשן, און דאָס דאַוונען איז אויך ניט מי־יודע וויפֿל די לענג. וואָרום, אַז אַ ייִד אַ פּויער אין דאָרף היט שוין אָפּ שבת, קומט ער אויך בײַ אים אויס ניט מער, ווי אַ גוייִשער זונטיק — אין דער פּויערישער ווירטשאַפֿט, ווייסט איר, זײַנען פֿאַראַן אַרבעטן, וועלכע מע קאָן בשום־אופֿן ניט אָפּלייגן אויף מאָרגן — מילא קלײַבט מען זיך צונויף דאָ איין מאָל אין וואָך און מע דאַוונט אַקעגן אַ האַלבע שעה — ווי נאָך דעם וועטער נאָך.
שטאָטישער: נאָך דעם וועטער נאָך?
דאָרפֿישער: נו, יאָ, נאָך דעם וועטער נאָך — איז דער וועטער אַ שלעכטער דאַוונט מען מער, איז דער וועטער אַ גוטער דאַוונט מען אָפּ אויף דער גיך און יוצא, מע דאַרף דאָך לויפֿן אין פֿעלד אַרײַן.
שטאָטישער: ריכטיק.
דאָרפֿישער: ריכטיק. האָבן מיר טאַקע אַזוי געדאַוונט — אַ פֿיר פֿינף חדשים, ביז דער יונגער בחור, יענעם אַלטנס זון, וואָס האָט באמת די גאַנצע צײַט ניט געוואָלט לײַדן דעם מנין אין שטוב — אַ קאָמיוגיסט איז ער גאָר — האָט ער גענומען און צי בכּיוון, צי פֿון שיינקייט וועגן, האָט ער גענומען און אויסגעקלעפּט אַ גרויסן סערפּ און האַמער אויף דער דרויסנדיקער וואַנט פֿון זײַן שטוב צו דער גאַס צו. ס׳פֿאַרשטייט זיך, ס׳פֿאַרשטייט זיך, אַז אונדזער מנין איז געוואָרן אויס, בטל געוואָרן.
שטאָטישער: וואָס הייסט?..
דאָרפֿישער (ברוגז): אָט דאָס הייסט. וואָס וועלן מיר באַליידיקן די ראַטן־מאַכט? צי דען ווייסן מיר ניט, אַז אַ סערפּ און אַ האַמער קלעפּן זיך ניט צו אַ מנין, אַז אין אַזאַ שטוב פּאַסט שוין מער ניט זיך צונויפֿקלײַבן און דאַוונען? און ווער פֿאַר וועמען דאַרף אָפּטרעטן דעם וועג, האַ? (גרײַפֿט אָן אויפֿן שטאָטישן מיט כּעס) ווי זאָגט איר, אַדרבא, ווער פֿאַר וועמען דאַרף אָפּטרעטן, ווער פֿאַר וועמען, פֿרעג איך אײַך?..

Leave a comment