נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 88

דער זון־אויפֿגאַנג אין אונדזער שטעטל אין טאָג פֿון חנוכּה

דער זון־אויפֿגאַנג אין אונדזער שטעטל, כּיסלו 25

חנוכּה־נס און ליכט

פֿון קינדווײַז אָן געדענק איך דעם זיידנס חנוכּה־לעמפּל. ער האָט עס געמאַכט פֿון פּשוטע פֿיר קאַרטאָפֿליעס; יעדע קאַרטאָפֿליע צעשניטן אויף צוויי גלײַכע טיילן האָט זיך בסך־הכּל באַקומען אַכט שטיקלעך. כ׳בין געווען אין דעם זיכער, ווײַל כ׳האָב שוין דעמאָלט געקאָנט ציילן ביז צען. דערנאָך האָט ער יעדן פֿאַרנאַכט אויסגעקאַלופּעט מיטן מעסער אין יעדער האַלב־קאַרטאָפֿליע אַ גריבעלע אין מיטן, אַרײַנגעגאָסן אַהין אַ ביסל שאָנעשניק־בוימל און אַײַנגעטונקען אינעם בוימל דעם קנויט, צונויפֿגעדרייט פֿון אַ שטיקל וואַטע. דער שפּיץ פֿון קנויט איז געבליבן שטעקן איבער דער קאַרטאָפֿליע, און דער זיידע האָט צו אים צוגעטראָגן דאָס אָנגעצונדענע שוועבעלע.

דער בוימל האָט געקנאַקט, געשאָסן מיט פּיצינקע פֿונקען; דעם זיידנס חנוכּה־לעמפּל האָט געברענט און פּריקרע געטשאַדעט, ווי עס טרעפֿט, ווען די קאַרטאָפֿליעס אין דער סקאָוורעדע ווערן צוגעברענט…

איך דערמאָן דאָס בילד יעדעס יאָר אינעם ערשטן טאָג חנוכּה, און כאָטש דאָס חנוכּה־לעמפּל בײַ אונדז אין שטוב איז אַ מאָדערנע און די ליכטלעך שפּילן פֿריילעך מיט זייערע שפּיציקע פֿײַער־צינגלעך, גייט מיר דער טשאַד פֿון מײַן זיידנס חנוכּה־לעמפּל נאָך ביז הײַנט.

זינט דעמאָלט איז אַוועק אַ גאַנץ לעבן, מײַנע זיבן אייניקלעך, קיין עין־הרע, מײַן גאָלדענע מנורה, צינדן אָן זייערע חנוכּיות, און יעדער פֿון זיי האָט זײַן אייגענע חנוכּייה, ווי עס פֿירט זיך.

איך און מײַן ווײַב פֿאַרברענגען די ווינטער־חדשים אין פֿלאָרידע, אין אַן אָרט, וווּ עס באַזעצן זיך מענטשן פֿון 50 יאָר און העכער. פֿאַלט די חנוכּה־שׂימחה אויס פּונקט אויף דער צײַט, ווען מיר געפֿינען זיך דאָרט. די אײַנוווינער פֿונעם דערפֿל אָדער שטעטל, ווי איך רוף עס, איז מערסטנס באַזעצט מיט די אַמעריקאַנער און קאַנאַדער ייִדן. אַ היפּשער טייל פֿון זיי איז פֿרום. איין קלייניקייט — אויפֿן שטח פֿון דעם שטעטל געפֿינען זיך פֿיר שילן: „בעת־ישׂראל‟, „יונג־ישׂראל‟, אַ חבד־שטיבל און אַ בית־המדרש „כּנסת יחזקאל‟. אויך די פֿירערשאַפֿט פֿונעם שטעטל באַשטייט ס׳רובֿ פֿון ייִדן.

אויף דער אונטערנעמונג לכּבֿוד חנוכּה האָבן קיין שיינע רייד און באַגריסונגען נישט אויסגעפֿעלט סײַ פֿון דער בינע און סײַ פֿונעם עקראַן, צוגעגרייט פֿון פֿריִער. הײַיאָר האָט יעדער פֿון די רעדנער נישט אויסגעמיטן צו באַטאָנען אין זײַן אויפֿטריט די סאָלידאַריטעט מיט מדינת־ישׂראל אינעם קאַמף פֿאַר איר עקזיסטענץ.

האָב איך אַ טראַכט געטאָן: וואָס שטעקט אין דעם חנוכּה־נס מער — דער נס, אַז דאָס ביסל אייל האָט געקלעקט פּונקט אויף אַכט טעג; אָדער אַז דאָס ליכט האָט באַזיגט דאָס פֿינצטערניש. אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווען דער זיידע האָט מיר דערציילט וועגן דעם חנוכּה־נס, האָב איך עס אויפֿגענומען פּונקט ווי מײַנע אייניקלעך נעמען עס אויף הײַנט — אַ ביסל כּשר אייל, וואָס וואָלט געדאַרפֿט קלעקן אויף צוויי, דרײַ טעג האָט געברענט אין דער מנורה אַכט טעג. טאַקע אַ נס!

מיט יאָרן קומט דער שׂכל. די לעצטע צײַט טראָגט זיך איבער דער וועלט בכלל און איבער דעם נאָענטן מיזרח בפֿרט, אַ שוואַרצע כמאַרע פֿון בייז. דער געטלעכער אור ווערט פֿאַרטונקלט און פֿאַרשטעלט. אָן ליכט איז נישטאָ קיין לעבן. געקומען איז די צײַט, אַז יעדער מענטש אין דער וועלט זאָל אָנצינדן אין זײַן נשמה דאָס ביסל אייל פֿון גוטס און דעמאָלט וועט ווידער געשען אַ נס — דאָס ליכטיקע וועט זיגן איבער דעם פֿינצטערן; אונדזערע אייניקלעך און זייערע קינדער און אייניקלעך וועלן טראָגן דעם נס ווײַטער…

דירפֿילד־ביטש, דעצעמבער 28

דעצעמבער 28, 2024

Leave a comment