זייגער־מאַכער און זייגערס
אַ זייגער־מאַכער איז געווען אַ פֿאַך, וואָס אין די שטעטלעך האָט דעם פֿאַכמאַן און זײַן משפּחה קוים געקאָנט אויסהאַלטן. וויפֿל, מישטיינסגעזאָגט, זייגערס האָט אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר פֿאַרמאָגט? אויב ער האָט שוין יאָ פֿאַרמאָגט בירושה, למשל, אַ ציבעלע־זייגער, האָט ער אים אָפּגעהיט, ווי אַ שוואַרצאַפּל אין אויג, ער זאָל דעם זייגער קאָנען איבערגעבן זײַן יורש. אַ זייגער בפֿרט אַ גאָלדענער זייגער — איז דאָך פֿאָרט אַ פֿאַרמעגן.
אַן אַנדער זאַך, אַ וואַנטזייגער אין שטוב. אויב ער גייט, גייט ער, אויב ער שטייט, שטייט ער. ווער קוקט זיך דען אום אויפֿן זייגער. די צײַט לויפֿט סײַווי — צי דער זייגער גייט, צי ער שטייט. צוריק גערעדט, אַ זייגער וואָס שטייט, איז פֿאָרט בעסער פֿון אַ זייגער וואָס גייט שלעכט. דעמאָלט דערמאָנט מען זיך אין אַ זייגער־מאַכער.

בײַ אַ פּראָסטן ייִד טרעפֿט זיך, אַז וואָס מער דער פֿאַך איז קאָמפּליצירט, אַלץ מער רופֿט בײַ אים דער בעל־מלאָכה אַרויס חשיבֿות. איין זאַך איז אַ סטאָליער אָדער אַ שוסטער, אַ שנײַדער, אַ גלעזער, אַ שטריק־דרייער אַפֿילו אַ פּאַריקמאַכער — קלאָר צו פֿאַרשטיין מיט וואָס דער בעל־מלאָכה איז באַשעפֿטיקט; גאָר אַן אַנדער זאַך איז אַ זייגער־מאַכער; ער גריבלט זיך מיטן קליינעם שרויפֿן־ציִער אין די געדערעם פֿונעם זייגער, אין די פּיצינקע שרײַפֿעלעך און רעדעלעך, ספּרונזשינקעלעך און פּאָמפּעדיקלעך… דערצו נאָך מיט אַן אַרײַנגעדרייטן אין אַן אויג שפּאַקטיוו… ממש אַ דאָקטער! אפֿשר דערפֿאַר איז פֿונעם פֿאָלקס מויל אַרויס דאָס ווערטל: „דער זייגער־מאַכער איז אַ דאָקטער, אָבער ער דינט נישט דעם מלאך־המוות.‟
זייגערמאַכערײַ איז געווען אַ ריינע שיינע פּראָפֿעסיע, דעריבער האָט די ייִדישע מאַמע געחלומט אָפּצוגעבן איר זון צום זייגער־מאַכער צו באַוואָרענען דאָס קינד אויף להבא מיט אַ גוטער פּרנסה.
מעגלעך, טאַקע צוליב דעם, וואָס דער פֿאַך האָט פֿאָרט געטראָגן עפּעס אַ סוד אין זיך, פֿלעגן וועגן דעם זייגער־מאַכער אַרומגיין כּל־מיני מעשׂיות. נישט תּמיד „ריינע און שיינע‟. אָט, למשל, ווי עס באַשרײַבט יחזקאל קאָטיק איינעם אַ זייגער־מאַכער אינעם בוך „מײַנע זכרונות‟:
„בײַ אונדז אין קאַמעניץ איז געװען אַ זײגער־מאַכער מ., װאָס איז געװען אַ גאָון אין הלכות פֿאַלשע פּלאָמבעס און פֿאַלשע חתימות; ער האָט געקאָנט מאַכן אַזױ גלאַט אַ שטיקל אַרבעט, אַז ס׳איז נישט געװען צו דערקענען.
ער האָט, אײגנטלעך, געקאָנט נאָכמאַכן זייער גוט פֿאַלש געלט, זילבער און גאָלר, האָט ער אָבער נישט געװאָלט אײַנשטעלן זײַן לעבן אין סכּנה. נאָר דאָ, אין דער ברײַזער, פֿלעגט ער נאָכמאַכן אַלע אַקציז-חתימות און פּלאָמבעס, און די אַקציזניקעס האָבן רערפֿון געװוּסט.
ער האָט געקאָנט זײַן זייער רײַך, נאָר ער פֿלעגט פֿאַרשפּילן אין קאָרטן מיט די אַקציזניקעס. אין קאָרטן איז אים גראָד נישט געגאַנגען. ער איז אױך געװען אַ לעב-קינד, און אין בריסק, װוּהין ער פֿלעגט אָפֿט אַרײַנפֿאָרן אױף עטלעכע טעג, פֿלעגט ער פֿאַרלעבן אַ פֿײַנע סומע געלט.
מען פֿלעגט אים אומשלעפּן איבער גאַנץ גראָרנער גובערניע, אין אַלע ברײַזערס, און ער האָט שױן געהאַט פֿאַרשײדענע עצות, װי אַזױ צו מאַכן, אַז מע זאָל קאָנען גנבֿענען שפּירט. דאָך האָט ער אַלץ געטאָן מיט רער יריעה פֿון די העכערע אַקציזניקעס, װײַל ער האָט געװאָלט לעבן זיכער, נישט דאַרפֿן מורא האָבן פֿאַר קײנעם…‟
פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט נאָר בײַ ייִדן איז אַ זייגער־מאַכער געווען אַ פּערסאָנאַזש, וואָס פֿלעגט צוציִען דעם אויפֿמערק. נעמט אַזאַ געלערנטן וויסנשאַפֿטלער ווי טשאַרלז דאַרווין, האָט ער אויך נישט אויסגעמיטן צו באַמערקן: „עס איז יעדן אײנעם באַקאַנט, אַז אַ זײגער־מאַכער און אַ שטײן־קריצער זײַנען עלול צו זײַן קורצזיכטיק, בעת מענטשן, װעלכע לעבן פֿיל אין דרױסן, און דערהױפּט װילדע, זײַנען געוויינטלעך ווײַטזיכטיק.‟
דער גרויסער מעשׂה־שרײַבער האַנס כריסטיאַן אַנדערסאָן האָט דערהויבן די קונסט פֿון אַ זייגער־מאַכער צו דער העכסטער מדרגה פֿון כּישוף־מײַסטערשאַפֿט:

„נאָר אײן מאָל אױף דער נאַכט, װי דער געקינסטלטער פֿױגל האָט נאָרװאָס פֿאַרן קיסר, װאָס איז אין בעט געלעגן, צו זינגען אָנגעהױבן, אַזױ האָט עפּעס פּלוצעם אינעװײניק אין אים זידן און זשומען גענומען, די רעדלעך האָבן זיך צערעדלט, און די מוזיק איז אַנטשװיגן געװאָרן.
דער קיסר איז אױפֿגעשפּרונגען און האָט נאָך זײַן לײב-דאָקטאָר געשיקט. אָבער װאָס האָט יענער דען געקאָנט טאָן, האָט מען גערופֿן דעם זײגער־מאַכער, און יענער האָט נאָך לאַנגע שמועסן און באַקוקענישן, װי ס’ניט איז, דעם פֿױגל צורעכט געמאַכט, נאָר געזאָגט האָט ער, אַז מ’דאַרף זיך מיט אים זייער און זייער געהיט באַגײן: די צײנדעלעך האָבן זיך אױסגעריבן, און אַװעקשטעלן זײ אַזױ, אַז די מוזיק זאָל זיך װי פֿריִער הערן, קאָן מען נישט. אָט אַ צרה!‟ („דער זינגפֿויגל‟)
שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזער קלאַסיקער שלום־עליכמען; ס׳איז דאַכט זיך נישטאָ קיין איין ווערק זײַנס, ווי ס׳וואָלט נישט דערמאָנט געוואָרן אַ זייגער־מאַכער. מעגלעך, אַז ווען ער אַליין וואָלט נישט געוואָרן אַ שרײַבער, וואָלט ער זיכער אַרײַנגעדרייט אין אַן אויג דעם זייגערמאַכערישן שפּאַקטיוו. ס׳איז דאָך נישט קיין סוד, אַז די העלדן פֿונעם שרײַבערס ווערק רעדן מיט די רייד פֿונעם שרײַבער גופֿא. שוין זשע האָט שלום־עליכם געטראַכט אַנדערש ווי איינער פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן:
„דער זײגער־מאַכער זאָגט, אַז די גאַנצע װעלט איז געגליכן צו אַ ציפֿערבלאַט, די װײַזערס — דאָס איז אונדזער לעבן, דער אומרו — דאָס זײַנען מיר, און אַז די װאָג פֿאַלט אַראָפּ — איז אונדזער לעצטע היסטאָריע…‟
און אָט וואָס שלום־עליכם דערציילט אונדז אין נאָמען פֿון זײַן ליטעראַריש חכמל מאָטל פּייסי דעם חזנס:
„ער [פֿעטער שניאור] האָט אָבער אױסגעפֿירט זײַנס — ער איז אַ זייגער־מאַכער. איך װייס ניט, צי ער איז פֿון די בעסטע, נאָר ער נעמט נישט טײַער און מאַכט גיך. מײַן ברודער אליהו האָט בײַ אים שוין װיפֿל מאָל צורעכט געמאַכט דעם זייגער. כּמעט אַ װאָך איבער אַ װאָך פֿאַרריכט ער אים דעם זייגער. אַ מאָדנער זייגער בײַ מײַן ברודער אליהו: אָדער ער לויפֿט משוגענערװײַז, אָדער ער גייט אײַנגעהאַלטן מיט אַ שעה פֿריִער, אָדער ער שטעלט זיך גאָר אַװעק — און טוט אים עפּעס! מײַן ברודער אליהו װאָלט אפֿשר געגאַנגען צו אַן אַנדער זייגער־מאַכֿער, פּאַסט אים ניט פֿאַר זײַן חבֿר פּיני. זײַן חבֿר פּיני זאָגט, אַז שולדיק איז מסתּמא דער זייגער, ניט דער פֿעטער שניאור. װאָרום ממה-נפֿשך: איז דער זייגער אַ זייגער, װעט דאָך אים יעדער זייגער־מאַכער קענען צורעכט מאַכן. אלא װאָס דען איז דער זייגער אַליין קען זײגער ניט, הײַנט װאָס װעט אים העלפֿן דער זייגער־מאַכער?‟
אַז מיר רעדן שוין וועגן דעם זייגער־מאַכער, איז לאָמיר טאַקע זיך דערמאָנען אינעם זייגער אַליין, אין דעם חפֿץ, וואָס האָט געבראַכט אויף דער וועלט דעם זייגער־מאַכער און זײַן קונסט. און אפֿשר פֿאַרקערט: איינער אַ זייגער־מאַכער האָט אין אַ גליקלעכן טאָג צוגעטראַכט דעם זייגער…
מינים זייגערס:
פּגר (זייגער, וואָס שטייט); ציבעלע־זייגער, קעשענע־זייגערל, טאַשן־זייגערל, בראַנזלעט־זייגערל, האַנטזייגער, קאַמין־זייגער, שטאָט־זייגער, טורעם־זייגער, וועקזייגער, וועקער, שלאָגער, זונזייגער, שאָטן־זייגער, זאַמדזייגער… און צו דעם דאַרף מען צוגעבן דעם הײַנטיקן, עלעקטראָנישן זייגער און הונדערטער זײַנע וואַריאַנטן…
צום סוף וואָלט איך געוואָלט צוגעבן אַ קרענצל שפּריכווערטלעך און אויסדרוקן מכּוח דעם זייגער־מאַכער און זײַן וווּנדערלעכן פֿאַך, וואָס צום גרויסן באַדויערן, גייט שוין אויך אונטער…
ווען אַ שוחט נעמט זיך צו זײַן אַ זייגער־מאַכער, קומט אַרויס, אַז װי די בהמה נאָך דער שחיטה קאָן נישט גײן, אַזױ אויך דער זײגער נאָך זײַן פֿאַרריכטן קאָן נישט גײן.
אַ זייגער איז בעסער ווי מזומן־געלט — מזומן־געלט גייט אַוועק און אַ זייגער שטעלט זיך אָפּ.
װען פֿריידט זיך דער זײגער־מאַכער? װען די צײַט איז שלעכט.
אַ זײגער־מאַכער מיט שװאַכע אױגן איז דאָס זעלבע װאָס
אַ חזן אָן אַ שטימע.
גאָט איז ענלעך צו אַ געניטן זײגער־מאַכער: ער האָט אָנגעצױגן דעם
זײגער, און יענער גײט שױן אַליין.
די שטוב ברענט און דער זייגער גייט.
מיט גרוסן, לאַפּסוס־קאַקטוס