יאַפּאַנישע לידער

בערל קאָטלערמאַן

אַ שטומער שמועס מיט באַשאָ

אַ רויטער נזיר הייבט זײַן דאַרע האַנט,
אַ שווערער גלאָק שלאָגט אויס אַ תּיקון־שעה,
אַן אַלטער סטאַוו אין ווײַטן מיזרח־קאַנט
שווײַגט אין אַ שטומען שמועס מיט באַשאָ.

דאָ מיט אַ מאָל דערהערט זיך אַ גערויש,
אַ האַרבער קלאַנג צערײַסט די שטילע וועלט:
עס האָט אַ פּליוך געטאָן אַ קליינע פֿראָש,
דערמיט האָט זי דעם סטאַווס אין־סוף צעשטערט.

דער רויטער נזיר ווערט פֿאַרשטאַרט אין שרעק,
דער שווערער גלאָק פֿאַרשלינגט זײַן שווערע צונג,
נאָר דער פּאָעט ווערט גאָרניט אויפֿגערעגט
און בליץ געשווינד באַזינגט דער פֿראָשס אַ שוווּנג:

古池や
蛙飛びこむ
水の音

אַן אַלטער סטאַוו, אַ שטילע תּיקון־שעה,
אַ קליינע פֿראָש, אַ פּליוך — און שוין.
באַשאָ

Yamadera–Sendai, August 2024

היגומאַ־סאַן
(משלי מענטשן־בערן)

ואלה תּולדות פֿון דער מענטשן־בערן־אומה
אויף ווײַטע ברעגעס פֿונעם קאַלטן אינדזל עזאָ:
זינט אַלטע צײַטן ברענגען זיי קרבנות
פֿאַר זייער אָפּגאָט דעם גרויזאַמען הער היגומאַ.

בראשית איז געווען אַ בער — היגומאַ,
דער אָפּגאָט איבער טאָלן, בערג און טײַכן,
פֿון העכסטע שפּיצן אויפֿן קאַלטן אינדזל עזאָ
פֿלעגט ער באַטראַכטן רחבֿותן מיט אומעט.

לעת־ערבֿ איז דער אָפּגאָט הער היגומאַ
אַרויס פֿון זײַנע פֿעלדזענע פּאָקויעס,
אין אָפּגלאַנץ פֿון דער פֿײַערדיקער שקיעה
דערזען האָט ער אַ פֿרוי פֿון מענטשן־אומה.

האישה איז געווען גאָר שיין: זיך טובֿלען
איז זי אַראָפּ אין פֿרילינגדיקע וואַסערן,
אַנטבלויזטע בריסט – אַ צווילינג קליינע הירשן,
מסובין איז געשוווּמען זי פּאַוואָליע.

ויאמר: האָט דער אָפּגאָט הער היגומאַ
געטאָן אַ רעווע גוואַלדיק איבער וועלדער,
געלאָזט זיך לויפֿן וואַלגערנדיק די ביימער
ווי אַ צעהיצטער גבֿראָ־רבאָ־סומאָ.

ויהי: דעמאָלט איז זי טראָגעדיק געוואָרן,
געבוירן האָט אַ צווילינג וווילע ייִנגלעך:
איינער איז אַ קינד ווי אַלע קינדער
און דער צווייטער איז אַ בער אַ ברוינער.

עד־היום האַלט די מענטשן־בערן־אומה
אַ יום־זיכּרון אויפֿן קאַלטן אינדזל עזאָ:
מע ברענגט אום פֿרילינגצײַט דעם שענסטן בערל
אַן עולה־תּמימה פֿאַר דעם אָפּגאָט הער היגומאַ.

Shiraoi (Hokkaido), September 2024

Leave a comment