אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 10
אַ סאָלדאַט ווי אַלע סאָלדאַטן
אַ סאָלדאַט ווי אַלע סאָלדאַטן? אַ זעלנער ווי אַלע זעלנערס?
נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן! פֿון ווען אָן בין איך אַזוי ווי אַלע? הײַנט, ווען עס זײַנען שוין אַריבערגעלאָפֿן איבער פֿופֿציק יאָר, און איך צי אַרויס ביסלעכווײַז אַלץ, וואָס מע קען נאָך געפֿינען אין די פֿאַרוואָרפֿענע ווינקעלעך פֿון מײַן זכּרון, אָנערקען איך נאָך מער, אַז קיין זעלנער ווי אַלע בין איך קיינמאָל נישט געווען. און, טײַערע פֿרײַנט, וווּנדערט זיך נישט, קנייטשט נישט דעם שטערן און הייבט נישט אויף אַ ברעם. מעקט אויס פֿון אײַער פּנים דעם ספֿקדיקן שמייכל. באַלד וועל איך אַלץ אויסשטעלן אויף זייערע ערטער און ס’וועט ווערן קלאָר, וואָס האָב איך געהאַט אין זינען, זאָגנדיק אַזאַ דראַמאַטישע פֿראַזע. און אָנהייבן וועל איך פֿונעם באַשרײַבן אין פּרטי־פּרטים, ווי אַזוי די סאָוועטישע אַרמיי גייט אָן, אויף וואָס פֿאַראַ אופֿן האַנדלען זיך די מיליטער־ענינים דאָ אין גוואַרדייסק, אין אונדזער דריטער ראָטע פֿונעם טאַנקן־באַטאַליאָן. און אויב ס׳וועט זיך אײַך דאַכטן, אַז דער מחבר איז אַ ביסל מגזים מיט זײַן שילדערונג, און זײַן באַשרײַבונג איז ווי אַרויסגעצויגן פֿון אַנדערע וועלטן און פֿון אַנדערע צײַטן, — זײַט רויִק. איר קענט זיך פֿאַרלאָזן אויף אים, אַז אַזוי איז עס טאַקע געווען און געשען. ווי איך בין אַ ייִד!
יעדע אַרמיי אנטוויקלט זיך לויט די מיליטער־געזעצן און מיט אַ היעראַרכיע. דאָס הייסט, אַז אַלע טיילן זיך אויף קאָמאַנדירן און פּשוטע זעלנערס, און די לעצטע מוזן אַלע באַפֿעלן, וואָס די ערשטע גיבן זיי, אויספֿירן. און צווישן די קאָמאַנדירן זײַנען אויך פֿאַראַן פֿאַרשיידענע טשינען און פֿאַראַנטוואָרטלעכקייטן: סערזשאַנטן, נידעריקע אָפֿיצערן, הויכע אָפֿיצערן, און אַפֿילו גענעראַלן. די באַפֿעלן לאָזן זיך אַראָפּ פֿון אויבן אַראָפּ, ביז עס דערגייט צו אַ פּשוטן סאָלדאַט. אַזוי גייט עס שוין אָן הונדערטער יאָרן אין אַלע אַרמייען, און די סאָוועטישע אַרמיי איז נישט קיין אויסנאַם, נישט קיין יוצא־מן־הכּלל. דאָ בײַ אונדז אין טאַנקן־ראָטע איז בנימצא נאָך אַ געזעץ, נאָך אַ היעראַרכיע, וואָס שטייט נישט געשריבן, נאָר פֿון מײַנעטוועגן איז זי וויכטיקער ווי די אָפֿיציעלע. אויף רוסיש רופֿט מען עס „דעדאָוושטשינאַ‟. אויף ייִדיש איז נישטאָ אַזאַ וואָרט, וועל איך פּרובירן עס צופּאַסן ווי „סטאַזש‟. דעם סטאַזש ציילט מען לויט די יאָרן, וואָס איז אײַך געבליבן ביז דער דעמאָביליזאַציע פֿון אַרמיי. און דאָס געהערט בלויז צו אונדז, סאָלדאַטן און סערזשאַנטן, וואָס דאַרפֿן אָפּדינען בלויז צוויי יאָר. די אָפֿיצערן זײַנען נישט שײך, זיי זײַנען „פֿאַרהײַראַט‟ מיט די אַרמיי אויף לאַנגע יאָרן. אַמאָל האָט די דינסט געדויערט דרײַ יאָר. אַ האַלב יאָר פֿאַר מײַן פּריזיוו האָט מען דעם טערמין פֿאַרקירצט ביז צוויי יאָר.
מיר, סאָלדאַטן, טיילן זיך אויף דרײַ גרופּעס:
- די הערשער זײַנען די, וואָס זיי איז געבליבן דינען אַ האַלב יאָר צי ווינציקער. זיי רופֿט מען „זקנים‟.
- די וואָס דינען אין אַרמיי דאָס ערשטע יאָר, רופֿן זיך „סאַלאַגעס‟, אָדער פּשוט „די יונגע‟. אין בין איינער פֿון זיי.
- די דריטע גרופּע איז די גרעסטע. צו איר געהערן די, וועלכע זײַנען נישט אַהין און נישט אַהער, צווישן „יונגע‟ און „זקנים‟. זיי איז געבליבן דינען נאָך אַ יאָר. קיין באַזונדער נאָמען איז נישטאָ פֿאַר זיי, נאָר דאָ וועל איך זיי רופֿן „די מיטלסטע‟.
די אינערלעכע היעראַרכיע אַרבעט אַזוי: די „זקנים‟ זײַנען די מלכים, די באַלעבאַטים, די אמתע אָנפֿירערס פֿון דער טאַנקן־ראָטע. אין דער פֿרי שטייען זיי אויף שפּעטער ווי אַלע, אין אָוונט גייען זיי צו בעט ווען זיי ווילן. ווען מע טוט עפּעס אַן אַרבעט, גיט מען זיי נישט קיין שווערע מלאָכות. אַפֿילו זייערע געלעגערס פֿאַרבעטן זיי נישט מיט די אייגענע הענט, און וועגן פּוצן די אייגענע שטיוול גייט אַפֿילו נישט קיין רייד. פּשוט עס פּאַסט נישט פֿאַר זיי.
טאָ ווער זשע פֿירט אויס די „שוואַרצע אַרבעט‟ פֿאַר זיי? איך זע, אַז איר פֿאַרשטייט שוין אַליין. אַוודאי די יונגאַטשן פֿון דער ראָטע. זיי העלפֿן די „אַלטע‟ אויסצופֿירן די נישט „בכּבֿודיקע‟ אַרבעט. יעדער „זקן‟ האָט אַ דענשטשיק, און אַ מאָל צוויי דענשטשיקן. זיי זײַנען די קנעכט פֿון דער ראָטע. אויב עס עקלט אײַך פֿונעם מיאוסן וואָרט „קנעכט‟, אָטעמט אָפּ און באַרויִקט זיך. אַזאַ איז דער מצבֿ, און איך האַק נישט קיין ליגנס. מײַן ציל איז צו באַווײַזן אײַך אַן אמת בילד, איר זאָלט זען, ווי אַזוי עס האַנדלט זיך אין דער סאָוועטישער אַרמיי. און די יונגע סאָלדאַטן זײַנען טאַקע קנעכט בײַ די „אַלטע‟. קיין שום רעכט האָבן זיי נישט און באַקלאָגן זיך טאָרן זיי, נעבעך, אויך נישט. און מע קען זיי געבן יעדע אויפֿגאַבע, שיקן זיי אומעטום וווּ מע וויל, אָנלייגן אויף זייערע פּלייצעס כּלערליי אויפֿגאַבעס, וואָס אַן „אַלטן‟ פֿאַלט אַרײַן אין קאָפּ. און אַפֿילו אויב עס רעדט זיך וועגן אַן אויפֿגאַבע מיט אַ ריזיקע. די „זקנים‟ אַליין רזיקירן נישט. טאָ ווער זשע וועט עס טאָן? אַ חוץ גרויסע אויפֿטראָגן — „פּאָרוטשעניעס‟ אויף אונדזער לשון, זײַנען פֿאַראַן הונדערטער קליינע בקשות, וואָס די „זקנים‟ טראַכטן אויס, און די „יונגע‟ מוזן זיי אויספֿירן. אַמאָל איז עס טאַקע סתּם, צו באַווײַזן, ווער איז דאָ דער גלאַוונער, דער באַלעבאָס. און טאָמער אַן „אַלטן‟ פֿאַלט אין קאָפּ אַרײַן אַ משוגעת, און קיין „יונגער‟ איז נישט בנימצא? געפֿינט מען אַן אַנדער קרבן, פֿון די „מיטלסטע‟ דווקא, וואָס דרייט זיך אַרום פּוסט־און־פּאַס. פּונקט ווי די „יונגע‟, טאָר דער „מיטלסטער‟ נישט אָפּזאָגן אַן „אַלטן‟ אין זײַן פֿאָדערונג.
די „מיטלסטע‟ וועלן קיין מאָל נישט אָפּזאָגן אַן „אַלטן‟, כאָטש זייער קאָפּ איז פֿאַרנומען מיט וויכטיקערע ענינים: זיי גרייטן זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין „זקנים‟. פֿאַר זייערע אויגן שטייט שוין דער פּלאַן: וואָס וועלן זיי טאָן, ווען די „אַלטע‟ וועלן זיך שוין אָט-אָט-אָ באַפֿרײַען, און זיי וועלן שוין ווערן די נײַע הערשער אין ראָטע? אוי, וועלן זיי פּראַווען! אוי וועלן זיי וועלטיקן! און מיט אַן אײַזערנער האַנט! די יונגאַטשן וועלן נאָך בענקען נאָך די אַלטע „זקנים‟! אַזוי טראַכטן זיי, נאָר ביז־וואָס־ווען, דאַרפֿן זיי נישט שפּילן אויף די נערון פֿון די איצטעקע „זקנים‟, ווײַל ווער וויל דען אַרײַנפֿאַלן אין זייערע שווערע הענט?
אַ משוגענע וועלט, זאָגט איר? קען זײַן. מיר אָבער האָבן זיך שוין צו דעם גוט צוגעוווינט. איך, פּערזענלעך, האָב זיך קיין מאָל נישט געקלאָגט אויף דעם דאָזיקן סדר־ענינים. פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ געוויינטלעכער לעבנס־ציקל. ווי אַלע, האָב איך געטרוימט, אַז די צײַט זאָל דורכגיין און איך וועל שוין ווערן אַ „זקן‟ מיט אַלע „זקנים‟ גלײַך.
לויט די געזעצן פֿון דער אַרמיי איז די „דעדאָוושטשינע‟ געווען שטרענג פֿאַרבאָטן. פֿאַר אַזאַ סאָרט אויפֿפֿיר, האָט מען געקענט „אַרײַנפֿאַלן‟ אונטער אַ טריבונאַל, און אַפֿילו קריגן פֿאַר דעם עטלעכע יאָר תּפֿיסה. נאָר האָט נישט מורא, קיינעם מישפּט מען נישט, קיינעם זעצט מען נישט אַרײַן, און די טורמעס עקזעסטירן פֿאַר אַנדערע „גזלנים‟. די קאָמאַנדירן פֿאַרגינען אונדז די נישט־געשריבענע היעראַרכיע. זיי פֿאַרמאַכן די אויגן אויף דעם וואָס עס קומט פֿאָר, פֿאַרשטאָפּן די אויערן נישט צו הערן, און שווײַגן ווי די פֿיש אין דעם טײַך פּרעגוליאַ, וואָס פֿליסט לעבן די שטאָט. וואָס איז די סיבה, הלמאַי די אָפֿיצערן טוען קיין זאַך נישט, כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס לעבן פֿון די „יונגע‟? זיי איז עס פּשוט נויטיק. אַזוי קענען זיי קאָנטראָלירן אונדז מיט מער דערפֿאָלג, מיט מער הצלחה. די „זקנים‟, וואָס דינען שוין אָנדערהאַלבן יאָר אין דער אַרמיי, קענען זייער גוט די מלאָכה. זיי זײַנען געניטע זעלנער, ווייסן וואָס איז נייטיק, כּדי אָנהאַלטן די מיליטער־דיסציפּלין. זיי לערנען די יונגע סאָלדאַטן ווי אַזוי זיך אויסבעסערן און פֿאַרוואַנדלען זיך אין פּראָפֿעסיאָנעלע טאַנקיסטן. איך געדענק, ווען כ׳בין שוין געוואָרן אַן „אַלטער‟, האָב איך געפֿילט דאָס אַחריות פֿאַר אונדזער ראָטע, און תּמיד געשטרעבט מיר זאָלן זײַן בעסער פֿון אַלעמען.

נו, אויב אזוי, זאָגט איר, איז אַלץ שיין, כּשר און גלאַט? איז טאַקע ניין. ממש נישט גלאַט. זײַן אַ יונגער, אַ סאַלאַגע איז נישט קיין גרויסער פֿאַרגעניגן. און בפֿרט, ווען עס רעדט זיך וועגן פּעטש און קלעפּ. וואָסער פּעטש און וואָסער קלעפּ, פֿרעגט איר? די, וואָס דו באַקומסט, ווען פֿירסט נישט אויס, וואָס עס פֿאָדערט זיך פֿון דיר. אַז דו טוסט נישט וואָס די קאָמאַנדירן באַפֿעלן דיר, קענסט קריגן אַ שטראָף: שיילן בולבעס אין קיך, גראָבן גריבער און טראַנשייען מיט אַ לאָפּעטע און נאָך אַזעלכע אַרבעטן. אַפֿילו זיצן אין אַ מיליטער־טורמע עטלעכע מעת־לעת איז אויך נישט געפֿערלעך. נאָר די „דעדאָוושטשינע‟ איז געבויט אינגאַנצן אַנדערש, אויף פֿיזישע מיטלען, שלעג־שטראָפֿן, טעראָר. מאַכסטו אַ פֿעלער? קריגסטו קלעפּ! דערלאָזט אַן עבֿירה קעגן די „אלטע‟? אַ באָקס אין פּנים! זאָגסטו אַ וואָרט נישט צו דער זאַך, וואָס מע קען דאָס אויסטײַטשן ווי אַ חוצפּה? מע שלאָגט דיך נאָך מער! צוריק געשמועסט, שרײַבן און נישט פֿאַרשטאַרקן עס מיט אַ בײַשפּיל, איז ברענגען אַ ניוועץ. איז נאַט אײַך עטלעכע:
— אַ „יונגער‟ האָט אָפּגעפּוצט די שטיוול בײַ איינעם פֿון די „זקנים‟, נאָר זיי בלישטשען נישט אזוי, ווי דער „זקן‟ וואָלט געוואָלט. טאָ וואָס קומט אים, דעם יונגאַטש פֿאַר אַזאַ „געפֿערלעכער‟ עבירה? ריכטיק — אַ פּאַטש אין פּנים!
— מע זיצט אין „קוריקלע‟ בעת אינדרויסן בלאָזט אַ געפֿערלעכער ווינט. ס’איז אוממעגלעך אָנצינדן אַ ציגאַרעטל. איינער פֿון די „יונגע‟ פּרובירט אָנצינדן אַ שוועבעלע… און נאָך אַ שוועבעלע… און נאָך איינע… נאָר עס גייט נישט, אַלץ אומזיסט. דער ווינט איז אַזוי שטאַרק, אַז ער לאָזט נישט. נו, פֿרעג איך אײַך, ווער איז שולדיק? אַוודאי דער „יונגער‟! און עס קומט אים דערפֿאַר אַ באָקס אין דער נאָז, ער זאָל זיך אויסלערנען אָנצינדן אַ שוועבעלע — נישט וויכטיק, וועלכער וועטער זאָל נישט זײַן.
וואָס איך האָב אָקערשט באַשריבן זײַנען בלויז קלייניקײטן. ס’האָט אַמאָל געטראָפֿן, אַז אַ יונגער סאָלדאַט האָט זיך באַליידיקט אויף אַ „זקן‟, און אַוועק זיך זשאַלעווען, קלאָגן זיך פֿאַר די קאָמאַנדירן. דער קאָמאַנדיר האָט אים אויסגעהערט און נישט געהאַט קיין אַנדער ברירה, ווי אַרויסרופֿן צו זיך דעם „באַליידיקער‟, און אים אַרײַנזאָגן אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן. וואָס טוט מען מיט אַזאַ בונטאַר, מיט אַזאַ מסור? פֿרעגט שוין בעסער נישט. די גאַנצע קבֿוצה פֿון די צען „זקנים‟ זײַנען אים באַפֿאַלן, „געמישפּט‟ און דער פּסק וואָס ער האָט געקראָגן, זאָלט איר בעסער נישט וויסן. די „אַלטע‟ האָבן זיך אַוועקגעשטעלט אין קאָן, אַרײַנגעצויגן דעם „סטוקאַטש‟ אינמיטן, און מע האָט פֿון אים געמאַכט אַ בוכטשע־זאַק. מע האָט אים שיִער נישט דערהרגעט. ער האָט געהאַט מזל, וואָס ער האָט געענדיקט בלויז אין אַ שפּיטאָל, און אַז דער שפּיטאָל איז געווען זייער נאָענט צום מיליטער־לאַגער. מיר, די יונגע און די מיטלסטע, האָבן אויף דעם געקוקט און נישט אויסגערעדט קיין וואָרט, אַפֿילו קיין סימן נישט געמאַכט, אַז אפֿשר קלערן מיר עס עמעצן דערציילן. איר זײַט די ערשטע, וואָס הערן עס פֿון מיר.
כ’בין מסכּים מיט אײַך, אַז דאָס וואָס איך באַשרײַב, די דערנידערונג און די אַכזריות, וואָס די „סאַלאַגעס‟ האָבן געליטן פֿון די „זקנים‟, איז נישט לײַכט אַראָפּשלינגען. אָבער, צי קען איך עס אויסמײַדן? די שווערע און נישט קיין אויסגעטראַכטע עפּיזאָדן, וואָס איך דערצייל, זײַנען געווען אַ טייל פֿון מײַן לעבן אין גוואַרדייסק, אַ טייל פֿון מיר גופֿא. נאָר ווען איר וועט לייענען וועגן מיר, ווי וועגן אַ „יונגן‟, וועט איר בעסער פֿאַרשטיין דעם גרויסן אונטערשייד צווישן די אַלגעמיינע „יונגע‟ און מיר. איר געדענקט דאָך אַוודאי, פֿון וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מײַן דערציילונג? פֿון מײַן אַרויסזאָג, אַז איך בין נישט געווען אַ סאָלדאַט מיט אַלע סאָלדאַטן גלײַך. און יעצט, נאָך דער הקדמה וועגן דער „דעדאָוושטשינע‟ מיט איר דראַקאָנישע געזעצן, קען איך שוין באַשרײַבן פֿאַר אײַך מײַן לעבן אין דער דריטער טאַנק־ראָטע, ווי אַ „סמאַרקאַטש‟, אַ „סאַלאַגע‟, אַ יונגער זעלנער, וואָס האָט ערשט אָנגעקומען אין גוואַרדייסק נאָך אַ האַלב יאָר אין דער „אוטשעבקע‟ אין ווענטספּילס.
דאָס, וואָס איך שפּיל אויף אַ גיטאַרע, האָב איך שוין דערמאָנט? איך מיין, אַז ניט. און דאָס איז טאַקע דער וויכטיקסטער פּרט צו פֿאַרשטיין, וואָס איך בין געווען און וואָס כ׳האָב געטאָן. קיין גוואַרדייסק בין איך אָנגעקומען מיט אַ זאַק מיליטער־בגדים און מיט מײַן גיטאַרע, וואָס מײַן באָבע סאָניע, מײַן מאַמעס מאַמע, האָט מיר צוגעשיקט ממש פֿאַרן פֿאַרלאָזן ווענטספּילס. דאָס איז געווען מײַן צווייטע גיטאַרע זינט כ׳בין געוואָרן אַ סאָלדאַט. די ערשטע האָט זיך צעבראָכן אויפֿן אָפּגעגאָלטן קאָפּ פֿון עפּעס אַ קורסאַנט, וואָס איך ווייס אַפֿילו ווער איז ער. ווי אַזוי איז עס געשען, ווייס איך אויך נישט. איך בין דאַן געווען אַ קראַנקער און געלעגן אין שפּיטאָל. נאָר ווען איך בין געקומען צוריק, האָט מען מיר עס דערציילט. האָב איך גלײַך אָנגעשריבן דער באָבען, און זי האָט שוין געוווּסט וואָס צו טאָן און ווי צו באַזאָרגן מיך מיט אַ נײַער גיטאַר, נאָך שענער און בעסער, ווי די וואָס מע האָט „דערהרגעט‟.
מײַן ראָמאַן מיט די גיטאַרעס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דער בר־מיצווה, ווען איך בין געוואָרן 14 יאָר אַלט. ס’איז דאַן שוין אַוועק אַ יאָר דרײַ, זינט איך האָב אויפֿגעהערט שפּילן פֿידל. איז שוין געקומען די צײַט — אזוי האָב איך באַשלאָסן, אומצוקערן זיך צו מוזיק. האָב איך געבעטן בײַ מײַן טאַטע-מאַמע, זיי זאָלן מיר קויפֿן אַ פּשוטע גיטאַר. מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דעם גרעסטן געוועלב פֿאַר מוזיקאַלישע אינסטרומענטן אין ווילנע, אויף דער שאָפּען־גאַס, און איך האָב אויסגעקליבן, וואָס מיר איז געווען צום האַרצן. אויף דער גיטאַר, וואָס האָט פֿאַרמאָגט 7 סטרונעס, האָב איך זיך אויסגעלערנט שפּילן מיט מײַנע אייגענע כּוחות. דאָס הייסט, נישט ממש שפּילן, נאָר באַגלייטן זיך אַליין בײַם זינגען לידער. און וואָס האָב איך דעמאָלט געזונגען? אַוודאי רוסישע און סאָוועטישע לידלעך. כ’האָב אָנגעהויבן פֿון „אָטשי טשאָרניִע‟, צו ביסלעך האָב איך זיך אַליין אויסגעלערנט זינגען און שפּילן די באַוווּסטע לידער פֿון די אַזוי גערופֿענע רוסישע „באַרדן‟. מײַן רעפּערטואַר האָט זיך באַרײַכערט מיט לידער פֿון וולאַדימיר וויסאָצקי, אַלכּסנדר גאַליטש, יורי וויזבאָר און יעווגעני קליאַטשקין. און נישט נאָר. און אַוודאי האָב איך געזונגען „בלאַטע‟ גאַסן־לידער: וועגן גנבֿים, באַנדיטן, גאַסן־מיידלעך און נאָך ענלעכע פֿון דער אונטערוועלט. שפּעטער האָב איך אָנגעהויבן זינגען אויף ייִדיש אויכעט. פֿון אויסלענדישע פּלאַטעס האָב איך אויסגעלערנט די לידער, וואָס ס׳האָבן געזונגען דוד עשתּ, טעאַדאָר ביקעל און נחמה ליפֿשיץ. נאָר דווקא דער ייִדישער טייל פֿון מײַן רעפּערטואַר האָט נישט געהאַט קיין שײַכות צו מײַן צײַטפֿאַרברענג אין דעם רוסישן מיליטער.
אָט דעם־אָ אוצר, צוזאַמען מיט מײַן גיטאַר און מײַן טאַלאַנט, האָב איך מיטגעבראַכט צו די „זקנים‟ פֿון אונדזער טאַנקן־ראָטע. ווען זיי האָבן דערזען, אַז איך האַלט אַ גיטאַר אונטער מײַן בעט, האָבן זיי אויף מאָרגן אָרגאַניזירט אַ „פּיאַנקע‟. פֿרעגט איר וואָס איז דאָס פֿאַר ווערטל? ס’איז אַ הוליאַנקע, אַן אָנשיכּורניש, אַ מין מסיבה, ווען מע זשליאָקעט וואָדקע, מע פֿאַרבײַסט מיט שוואַרץ ברויט, און מע שיכּורט זיך אַזוי אָן, אַז מע שילט מיט קללות די גאַנצע וועלט. נאָר די „זקנים‟ מעגן טרינקען ווײַן און וואָדקע און הוליען, ווי ס’וואָלט געווען דער לעצטער טאָג אין לעבן. און ווען זיי טרינקען זיך שוין אָן, הייבט זיך אָן דער מוזיקאַלישער טייל. נאָר קודם־כּל מוז איך אײַך אויסמאָלן אַן ערלעך בילד, ווי אַזוי זעט אויס אַזאַ סאָרט מסיבה, אַזאַ פּיאַנקע.
איך ווייס נישט קיין אַנדערע פּלעצער, נאָר בײַ אונדז איז דאָס געווען אַ מין מסור, אַ טראַדיציע. איין מאָל אַ וואָך, און אַמאָל אַפֿילו צוויי, האָבן די „אַלטע‟ זיך צונויפֿגעקליבן אינעם שלאָפֿצימער, ווײַט פֿון פֿרעמדע אויגן, און נאָך דעם, ווען אַלע פּשוטע סאָלדאַטן זײַנען שוין געלעגן אין זייערע געלייגערס — צוויי גאָרנדיקע אײַזערנע בעטן. אייניקע פֿון די „יונגע‟ און „מיטלסטע‟ זײַנען שוין געווען אין דעם זיבעט חלום און געכראָפּעט ווי געהרגעטע. די אַנדערע זײַנען נאָך געווען אַ ביסל וואַכזאַם, נאָר די „זקנים‟ האָט עס נישט געאַרט. זייער קאָפּ איז געווען פֿאַרנומען מיט הוליען און שיכּרות. נאָר צו טרינקען מוז מען דאָך האָבן כאָטש איין פֿלאַש בראָנפֿן? טאָ ווי קומט די קאַץ איבערן וואַסער? נישטאָ קיין פּראָבלעם. מע „כאַפּט‟ אַ פּאָר „יונגע‟ און מע שיקט זיי אין קראָם. נאָר וועגן דעם וועל איך שרײַבן אין אַן אַנדער קאַפּיטל, און מיט אַלע פּיטשעווקעס. יעצט איז אײַך נייטיק צו פֿאַרשטיין, וואָס קומט דאָ פֿאָר.
איז אַזוי: מע זעצט זיך אַוועק אויף אַ פֿרײַ בעטל און אויף עטלעכע שטולן עס זאָל קלעקן אָרט פֿאַל אַלעמען. די בענקלעך ברענגט מען פֿון „לענינסקאַיאַ קאָמנאַטאַ‟, אַ צימער, וווּ מע פֿירט בדרך־כּל דורך די פּאָליטישע לעקציעס. מיט אַ געניטער האַנט עפֿנט מען אויף די ערשטע פֿלאַש וואָדקע, ווײַן אָדער סאַמאָהאָן. מע קויפֿט אַלע מאָל די ביליקסטע משקה, ווײַל קיין געלט איז בײַ די סאָלדאַטן פּשוט נישטאָ. דער געהאַלט פֿון אַ זעלנער איז ממש אַ נעבעכדיקער, און ס׳רובֿ פֿון דעם גייט אַוועק אויף ציגאַרעטן, נישט אויף אַלקאָהאָל. יעצט, ווען די פֿלאַש איז שוין אָפֿן, פֿילט מען אָן אַ גרויסע גלאָז ביז אַרויף, און דער ערשטער קען שוין טרינקען. אַזוי ווי מער ווי איין גלאָז האָבן מיר נישט געהאַט, האָבן די „זקנים‟ געטרונקען איינציקווײַז. דאָס הייסט, אַז יעדער איינער טרינק אויס זײַן גלאָז (250 מיליליטער) ביזן סאַמע דנאָ, און גיט איבער די גלאָז אַ צווייטן. דאָס גלאָז פֿילט מען ווידער אָן און מע „פֿאָרט ווײַטער‟. יעדע פֿלאַש איז אַ האַלב ליטער, הייסט עס, אַז איין פֿלאַש טיילן צוויי מענטשן. אויב ס׳טרעפֿט אַמאָל, אַז עס קלעקט נישט פֿאַר אַלעמען, ווײַל די עטלעכע רובלס, וואָס מע האָט צונויפֿגעקליבן, האָבן געקלעקט אויף אַ פֿלאַש-צוויי ווייניקער, צעטיילט מען דאָס, וואָס מע פֿאַרמאָגט. נישט געפֿערלעך… און מ׳זאָגט קיין וואָרט נישט אַרויס — נישט קיין ברכות, נישט קיין וווּנטשן. דער עיקר, אויסטרינקען דײַן פּאָרציע און איבערגעבן די ליידיקע גלאָז ווײַטער.
איצטער האָב איך צו אײַך אַ שאלה: צי האָט איר אַמאָל אַראָפּגעשלונגען אַ פֿערטל ליטער וואָדקע מיט איין זופּ? דאָס איז אויך אַ „וויסנשאַפֿט‟, אַ נישט קיין געשריבענע „תּורה‟, וואָס מע לערנט זיך אויס פֿון מער געניטע „שיכּורים‟. אויב איר וועט וועלן אַמאָל אויספּרובירן די „מלאכה‟, אָט האָט איר מײַן רעצעפּט:
— מע נעמט די גלאָז אין האַנט און מע האַלט זי פֿעסט, ווײַל אויב עס גיסט זיך אויס אַפֿילו איין טראָפּן, איז עס אַן עבֿירה!
— נאָך דעם מיט איין האַסטיקן בלאָז בלאָזט מען אַרויס די גאַנצע לופֿט פֿון די לונגען!
— יעצט באַדאַרף מען גיך אַרײַנגיסן די גאַנצע גלאָז מיט „פֿײַער־וואַסער‟, ווי מ’רופֿט עס בײַ די רוסן, אין גאָרגל אַרײַן. און דאָס איז עס! אַ סוף צו די דאגות! מ’קען שוין איבערגעבן די גלאָז דעם, וואָס זיצט לעבן דיר. און וואָס זאָל איך אײַך זאָגן? עס ברענט טאַקע ווי פֿײַער! דו שפּירסט אַ פֿלאַם אין מויל, אין נאָז, אין גאָרגל, אין שפּײַז־רער… אַוווּ נישט? נאָר מע געוווינט זיך צו. אַגבֿ, איז גרינגער, אויב איר האָט צו פֿאַרבײַסן מיט אַ שטיקל שוואַרץ ברויט. טאָמער האָט איר נישט, צינדט אָן אַ פּאַפּיראָס. דאָס קען אויך העלפֿן צו פֿאַרלעשן דאָס ברענעניש. און, ווי עס זאָל נישט זײַן, איר זעט דאָך, אַז מע שטאַרבט נישט פֿון דעם. אַניט, ווער וואָלט אײַך דערציילט און באַשריבן די גאַנצע מעשׂה?
איצטער, ווען די טרינקערס זײַנען שוין גוט בגילופֿינדיק, הייב זיי אָן צו שילטן אַלעמען און אַלץ מיט סמאַטשנע רוסישע קללות. און דאָ הייבט זיך אָן מײַן טייל. איך בין דאָ דער איינציקער „יונגער‟ צווישן אַלע „זקנים‟. איך שפּיל אַ וויכטיקע ראָלע, און דערפֿאַר לאָזן זיי מיר טרינקען באַגלײַך מיט אַלע „זקנים‟. מיט דעם זײַנען זיי מרמז, אַז איך בין פֿאַר זיי אַ „נאַשבראַט‟. און אַוודאי איז דאָס, אַ דאַנק מײַן גיטאַר.
נישט קוקנדיק, וואָס איך בין אויך אַ ביסעלע שיכּור, נעם איך מײַן גיטאַר אין האַנט, האַק אָפּ אַ פּאָר אַקאָרדן, און פֿיל אָן די זקנימס הערצער מיט בענקשאַפֿט. איר קענט זײַן זיכער, אַז איך בין שוין אַ מומחה, איך ווייס וואָס צו זינגען, און וואָס איז ווויל זיי צו הערן. איך הייב אָן מיט באַקאַנטע און פּאָפּולערע לידער פֿון וויסאָצקי און גאַליטש, גיי אַריבער צו עטלעכע לידער וועגן גנבֿים און קורוועס, תּפֿיסעס און טורמעס, און פֿאַרענדיק מיט אומענדלעכע זעלנערשע באַלאַדעס וועגן דער ווײַטער היים און מאַמעס מיט פֿאַרוויינטע אויגן, וואָס וואַרטן אויף זייער זונעלע. די „אַלטע‟ זינגען מיר אונטער מיט הייזעריקע שטימעס. איינער לאָזט אַ טרער, אַ צווייטער כליפּעט ווי אַ קליין קינד, און דער דריטער באַגיסט זיך מיט טרערן. מע זעט, ווי די אַרמיי איז זיי דערגאַנגען די יאָרן. זיי שטרעבן זיך שוין צו באַפֿרײַען פֿון דאַנען און צוריק קערן זיך צו די משפּחות.
נו, זע איר שוין, אַז איך קען די מלאכה? איצטער פֿאַרשטייט איר פֿאַר וואָס בין איך טאַקע נישט ווי אַלע? איך בין זיכער, אַז די חבֿרה פֿון מײַן זעלנער־קרײַז, די „יונגע‟, הייסט עס, זײַנען מיר מקנא. נאָר וואָס קענען זיי טאָן, נעבעך? איך בין דאָך נישט שולדיק, אַז פֿאַר די „אַלטע‟ בין איך אַ „פּאָּפּ שטערן‟, אַ שפּאַסמאַכער, אַ זינגער, וואָס גייט זיי אַרײַן גלײַך אין דער נשמה? אַוודאי קיינער פֿון די „יונגע‟ האָט צו מיר קיין טענות נישט געהאַט. ערשטנס, זיי האָבן אויך הנאה געהאַט, הערנדיק די באַקאַנטע און באַליבסטע לידער. צווייטנס, זיי האָבן שוין פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מיר וועלן ווערן „אַלט‟ און אָנפֿירן מיט דער ראָטע, וועלן מיר פֿאַרשפּאָרן צו ברענגען אַ פֿרעמדן בדחן ער זאָל אונדז פֿריילעך מאַכן. איך וועל זינגען פֿאַר זיי אויך.
יעצט פֿאָרשטייט איר שוין, ווי אַזוי איך האָב דורכגעפֿירט מײַן „סאַלאַגיש‟ יאָר. אַוודאי האָט געטראָפֿן, און נישט נאָר איין מאָל, אַז מע האָט מיר אויך געגעבן אַן אויפֿטראָג, אַפֿילו אַ סכּנותדיקן, נאָר אַממערסטנס האָט מען מיר געלאָזן צו רו. איך האָב געשפּירט, אַז די „זקנים‟ לויבן מיך און האַלטן פֿון מיר, און איך האָב זיי קיין מאָל נישט אונטערגעפֿירט.
המשך קומט