געדענקשאַפֿט

מרדכי יושקאָווסקי

נועם סַפְרִי איז געווען אַ געוויינטלעך ישׂראלדיק ייִנגל. געבוירן איז ער אין נתּניה און דאָרטן פֿאַרבראַכט זייַנע קינדער-יאָרן. ווען ער האָט זיך געלערנט אין כּיתה ח’ (8-ער קלאַס), האָבן אַלע תּלמידים געמוזט אויספֿירן דעם פּראָיעקט „עבודת שורשם‟ (פֿאָרשן די פֿאַמיליע-וואָרצלען). ביז דאַן האָט נועם ווייניק זיך אינטערעסירט מיט די משפּחה-מעשׂיות. זײַן קאָפּ איז געלעגן אינגאַנצן אין קאָמפּיוטערס, אין שפּילן אויף גיטאַרע און אין שווימען אין ים. בייַ די-אָ זאַכן פֿלעגט ער פֿאַרברענגען זײַן גאַנצע פֿרייַע צייַט. און דאָ פּלוצעם מוז ער מאָלן עפּעס אַ פֿאַמיליע-בוים, פֿאָרשן ווער צו וועמען געהערט, ווער פֿון וועמען שטאַמט, פֿון וואַנען זייַנען זיי געקומען, וויִאַזוי און וווּ איז אָנגעגאַנגען דאָס לעבן פֿון די פֿריִערדיקע דורות, און אַזוי ווייַטער. נועם האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז ער וועט זיך נאָכפֿרעגן בייַ די עלטערן, זיי וועלן אים זיכער אַרויסהעלפֿן, און אַזוי אַרום וועט ער פּטור ווערן פֿונעם פּלאָג פֿון „עבודת שורשים‟.

אָבער עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער ענין איז געווען ניט אַזוי פּשוט. נועמס ביידע עלטערן זייַנען געווען סאַברעס און האָבן ווייניק וואָס געקאָנט אַרויסהעלפֿן דעם זון. אַ חוץ אייניקע אָפּגעריסענע פּרטים, האָבן זיי ניט קיין סך געוווּסט וועגן זייערע וואָרצלען און אינעם גייַסט פֿון זייער יוגנט-תּקופֿה זיך ווייניק אינטערעסירט מיט דער גאַנצער „גלותדיקייט‟. עצם דאָס וואָרט „גלותי‟ האָט אין זיי אַרויסגערופֿן אַ ווידערווילן. נועמס מאַמע אופֿירה, וואָס האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער איראַקער משפּחה, האָט זייער פֿרי פֿאַרלאָזט די היים, זיך קעגנגעשטעלט די משפּחה-טראַדיציעס און דראַסטיש געביטן איר לעבנס-שטייגער. זי האָט בכלל געוואָלט וואָס ווייניקער זיך גריבלען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווייַל אייניקע אירע זכרונות וועגן די באַציִונגען מיט דער נאָענטער משפּחה האָבן איבערגעלאָזט בייַ איר אין האַרצן אַ ניט-פֿאַרהיילטע וווּנד. אָבער דער טאַטע, יגאל, האָט זיך באַצויגן צום ענין מער ערנסט. ער האָט געזאָגט צום זון: „הער זיך צו, פֿאָרשן די משפּחה-וואָרצלען איז גאָר אַ וויכטיקער ענין, און ס’איז געוווּנטשן, זאָלסט קריגן די אינפֿאָרמאַציע ניט פֿון מיר. איך ווייס געוויסע זאַכן, וועלכע איך האָב געהערט פֿון מייַנע עלטערן, אָבער איך בין ניט דער בעסטער מקור. ס’וואָלט געווען אַ סך בעסער, זאָלסט פֿאַרברענגען מער צייַט מיט דעם זיידן זכריה. ניט געקוקט אויף זייַנע 86 יאָר, האָט ער אַ גלענצדיקן זכּרון, און ער וועט דיר זיכער דערציילן אַ סך מער פֿון מיר. פֿאַרלאָז זיך אויף אים, ער קאָן דערציילן…‟

נועמען האָט ווייניק דערפֿרייט די פּערספּעקטיוו אָפּצוזיצן שעהן-לאַנג מיטן זיידן און אויסהערן זייַנע מעשׂיות, כאָטש ער האָט ליב געהאַט דעם זיידן און האָט שטאָלצירט מיט אים. דער יונג האָט געוווּסט, אַז דער זיידע זכריה איז עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אַליין אין 1939 אין עלטער פֿון נייַנצן יאָר, אָנטייל גענומען כּמעט אין אַלע ישׂראלדיקע מלחמות, געוואָרן אַ הויכראַנגיקער אָפֿיציר אין צה”ל, געקראָגן אַ סך מיליטערישע אויסצייכענונגען. ער האָט חתונה געהאַט מיט דער באָבע חנה, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים און האָט געשטאַמט פֿונעם אַלטן ייִשובֿ. זיי האָבן געבראַכט אויף דער וועלט צוויי זין און אַ טאָכטער. אַלע דרייַ האָבן געקראָגן אַ גוטע העכערע בילדונג און האָבן אויפֿגעשטעלט פֿייַנע משפּחות, ווי זאָגט מען בייַ אונדז אין לאַנד: לתפארת מדינת ישׂראל (צום רום פֿון מדינת־ישׂראל)! דערמיט האָבן זיך אויסגעשעפּט נועמס קענטענישן וועגן דער געשיכטע פֿון זייַן טאַטנס משפּחה. זינט די באָבע חנה איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, איז דער זיידע געוואָרן צו באַריידעוודיק, און נועם פֿלעגט אים זעלטענער באַזוכן, ניט געהאַט קיין געדולד צו פֿאַרשווענדן די צייַט, אויסהערנדיק דעם זיידנס זכרונות. ער איז מער גערן געווען צו פֿאַרברענגען מיט חבֿרים אויפֿן ים, זיך אַרייַנגריבלען מיטן קאָפּ אין די קאָמפּיוטער-שפּילן, אָדער גרימפּלען אַ גוטע פּאָר שעה אויף דער גיטאַרע. אָבער קיין ברירה האָט ער ניט געהאַט, די „עבודת שורשים‟ האָט מען סייַ-ווי-סייַ געמוזט אויספֿירן. נועם האָט טעלעפֿאָנירט צום זיידן, געבעטן, יענער זאָל אים ווידמען אַ פּאָר שעה צייַט, אים דערציילן וועגן זייַנע וואָרצלען און העלפֿן צו מאָלן און אויספֿילן דעם משפּחה-בוים. דער זיידע איז ממש גערירט געוואָרן פֿון דעם אייניקלס בקשה און האָט אים געענטפֿערט: „וואָס פֿרעגסטו מיך? קום, ווען דו ווילסט. הלוואַי זאָלסטו וועלן אויסהערן כאָטש אַ פֿערטל פֿון דעם, וואָס איך האָב דיר צו דערציילן‟.

אויף מאָרגן נאָך דער שול איז נועם גלייַך געלאָפֿן צום זיידן און געטראָפֿן יענעם זיך פּאָרען בייַ די בלומען און געוויקסן אין זייַן גאָרטן. דער זיידע האָט באַפֿוילן, אַז קודם וועט מען עסן מיטאָג, אַלע געשפּרעכן וועט מען אָפּלייגן אויף שפּעטער. כאָטש נועם איז געווען ניט אַזוי הונגעריק, ער האָט גוט געוווּסט, אַז מיטן זיידן איז ניט כּדאַי זיך צו אַמפּערן. נאָכן אָפּדינען צענדליקער יאָר אין צה”ל, האָט ער קאָמאַנדעוועט מיט דער גאַנצער משפּחה אויף רעכטס און אויף לינקס, און אַלע נאָענטע האָבן ניט געהאַט קיין ברירה און אויסגעפֿירט זייַנע באַפֿעלן. דעם זיידנס אויסזען האָט גלייַך אַרויסגעזאָגט, אַז ער איז אַ מיליטער־מאַן. אַפֿילו ניט געקוקט אויף זייַן בכּבֿודיקן עלטער, איז ער געווען שלאַנק, ספּאָרטיוו, אַלץ געטאָן שנעל, פֿלעגט אויפֿשטיין זעקס אַזייגער יעדן פֿרימאָרגן און מאַכן פֿיזישע איבונגען אויפֿן ברעג ים.

נאָכן אָפּעסן מיטאָג האָט דער זיידע זכריה געבראַכט אַ מאַסיוון פֿאָטאָ-אַלבאָם און אים אַוועקגעלייגט אויפֿן גרויסן עסטיש. נועם האָט באַמערקט, אַז דער זיידע האָט זיך פֿאַרטראַכט אויף אַ ווייַלע, מיט אַ מאָל געוואָרן אַ ביסל ווייכער, אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די מיליטערישע שטרענגקייט. עס איז געווען צו דערקענען, אַז ער האָט זיך ערנסט צוגעגרייט צום שמועס מיטן אייניקל. אַ חוץ דעם אַלבאָם, האָט ער אויך געבראַכט אַ דיקע העפֿט, אין וועלכער ער האָט פֿאַרצייכנט פֿאַרשיידענע נעמען, דאַטעס, פּרטים. בכדי דער געשפּרעך זאָל אָנגיין זאַכלעך, האָט דער זיידע אויף אַ באַזונדערן בויגן אָנגעשריבן די וויכטיקסטע פּונקטן, וועגן וועלכע ער וועט דערציילן, און זיי דורכנומערירט. ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ שטול מיט אַ הויכן אָנלען, אָנגעטאָן די ברילן און נאָך אַ ווייַלע פֿון געשפּאַנטן שטילשווייַגן געזאָגט צו נעומן: „מיינסט, אַז איך בין תּמיד געווען ספֿרי? מייַן אמתער פֿאַמיליע-נאָמען איז געווען בוכמאַן. אויף ייִדיש מיינסט עס „איש הספר‟. שוין זייַענדיק אין ארץ־ישׂראל, האָב איך פֿאַרהעברעיִשט דעם נאָמען. אַזאַ מאָדע איז געווען דעמאָלט. מיר האָבן אין אַלץ געוואָלט נאָכמאַכן די סאַברעס, זיך ענדגילטיק אָפּרייַסן פֿון אַלדאָס גלותדיקס, ווערן שטאָלצע ייִדן פֿון אַ נייַעם שניט, און מצליח געווען, זיך אָפּגעריסן… ערשט אויף דער עלטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ס’איז געווען אַ גרויסע נאַרישקייט. מע קאָן דען זיך אָפּרייַסן פֿונעם אייגענעם שטאַם, אָפּהאַקן פֿון זיך דעם אייגענעם „איך‟, די אייגענע משפּחה, די שפּראַך, אויף וועלכער די מאַמע האָט געזונגען אירע וויגלידער? דעמאָלט האָב איך עס ניט פֿאַרשטאַנען, און פֿון זעליג בוכמאַן איז געוואָרן זכריה ספרי, נישט מער און נישט ווייניקער.

פֿאַר נועמען איז עס טאַקע געווען אַן אומדערוואַרטע נייַעס. ער האָט זיך געוווּנדערט, אַז ביז איצט, ביז זייַן עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר, האָט אים קיינער ניט דערציילט, אַז זייַן פֿאַמיליע-נאָמען איז אייגנטלעך געווען אַן אַנדערער, און ספרי איז שוין אַ ישׂראלדיקער פּראָדוקט.

דער זיידע איז ממשיך געווען:

— שטאַמען שטאַם איך פֿון אַ קליין שטעטל געסענעוו. וואַרשייַנלעך, אַז הייַנט עקזיסטירט עס שוין ניט. עס האָט זיך געפֿונען אין מיזרח-גאַליציע. בעת מייַן קינדהייט איז עס געווען פּוילן, הייַנט געהערן יענע מקומות צו אוקראַיִנע. עס איז אַ העק, אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, אפֿשר אַ הונדערט, הונדערט צוואַנציק קילאָמעטער, צפֿונדיקער פֿון לעמבערג, לוואָוו הייסט הייַנט די גרעסטע שטאָט פֿון דער געגנט.
— סבא (זיידע), — האָט זיך אָנגערופֿן נועם, — נאָך דעם, ווי דו האָסט פֿאַרלאָזט דייַן היים אין 1939, האָסטו זיך מער קיינמאָל ניט אומגעקערט אַהין?
— ניין, כ’האָב נישט וואָס צו טאָן דאָרטן, — האָט אָפּגעשניטן דער זיידע.
— אָבער פֿאַר וואָס? ס’איז דיר ניט אינטערעסאַנט צו זען, ווי עס זעט אויס דאָס פּלאַץ, וווּ ביסט געבוירן געוואָרן, וווּ דו האָסט פֿאַרבראַכט דייַן קינדהייט?
— הער זיך צו, טייַערער, — האָט געענטפֿערט דער זיידע מיט אַ שטילערן קול און מיט גרויס טרויער אין זייַן בליק, — עס זייַנען דאָ זאַכן, וואָס מע קאָן נאָר פֿילן אין האַרצן, און ס’איז זיי שווער אַרויסצוברענגען אויף די ליפּן. איך האָב דאָרטן איבערגעלאָזט אַלע מייַנע נאָענטע, דעם טאַטן, די מאַמע, צוויי שוועסטער און דרייַ ברידער. איך בין דעמאָלט אַליין נאָך געווען אַ ייִנגל, אָנגעצונדן געוואָרן פֿון ציוניסטישע אידעען און באַשלאָסן איבערצולאָזן די היים. כאָטש מייַן פֿרומע משפּחה האָט זיך געבייזערט אויף מיר דערפֿאַר, בין איך אַוועק אין דער „הכשרה‟ קיין לעמבערג, און פֿון דאָרטן — גלייַך קיין ארץ־ישׂראל. איך פֿיל זיך שולדיק פֿאַר זיי ביזן הייַנטיקן טאָג, ווייַל איך בין ניט געפֿאָרן אַפֿילו זיך געזעגענען מיט זיי פֿאַר מייַן פֿאַרלאָזן גאַליציע. צו קומען איצט אַהין און זען דעם גרויסן ברודער-קבֿר, וווּ זיי אַלע זייַנען דערשאָסן געוואָרן בעת דער שואה, איז איבער מייַנע כּוחות. איך וועל עס ניט איבערלעבן. די שולד פֿרעסט מיך אויף פֿון אינעווייניק מייַן גאַנץ לעבן. איך וויל דורכטראָגן אינעם זכּרון ביז מייַן לעצטן טאָג זייערע לעבעדיקע געשטאַלטן, אַזעלכע, ווי איך האָב זיי פֿאַרגעדענקט, און ניט דאָס הפֿקרדיקע בערגל ערד מיט אַ קאַלטן שטיין איבער אים, אויב נאָר ס’איז דאָ בכלל דאָרט אַ שטיין… אָבער איך בעט דיך איין זאַך. דו ווייסט דאָך, אַז איך האָב ליב אָרדענונג אין אַלץ. איז לאָמיר דיר דערציילן אַלץ אַזוי, ווי איך האָב עס פֿאַרפּלאַנירט. דערנאָך וועסטו מיר שטעלן פֿראַגעס, אַנישט — וועט בייַ אונדז זייַן אַ באַלאַגאַן.

נועם האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אויף יאָ, און דער זיידע האָט געעפֿנט זייַן דיקן פֿאָטאָ-אַלבאָם אויפֿן ערשטן זייַטל. דאָרט איז געווען אַן אַלט שוואַרץ-ווייַס בילד, פֿאַרגעלט פֿון דער צייַט, פֿון וועלכן עס האָט אַראָפּגעקוקט אַ גרויס געזינד. אין צענטער איז געזעסן אַן אַלטער ווייַס-בערדיקער פֿרומער ייִד אין אַ הויכער יאַרמלקע, לעבן אים אַן עלטערע פֿרוי מיט אַ פֿאַטשיילע אויפֿן קאָפּ, אַרום זיי זייַנען געשטאַנען מיידלעך אין קליידלעך מיט שפּיץ-אַרטיקע ווייַסע קאָלנערס און יונגען מיט קאַפּעלעך, אַלע מיט ערנסטע, אָנגעשטרענגטע פּנימער. דער זיידע האָט מיט אַ קוים ציטערדיקן פֿינגער אָנגעוויזן: „דאָס איז די איינציקע פֿאָטאָ, וווּ ס׳איז פֿאַראַן מייַן גאַנצע נאָענטע משפּחה. שוין פֿון דאַנען, פֿון ארץ־ישׂראל, האָב איך געבעטן, מע זאָל עס מיר אַרויסשיקן. אָט דאָס איז דייַן עלטער-זיידע, — האָט ער געטײַטלט אויף דעם ווייַסבערדיקן זקן, געהייסן האָט ער מנשה. ער האָט געהאַט אַ גרויסן גאָרטן און געהאַנדלט מיט פֿרוכטן און גרינוואַרג. ער איז געווען זייער פֿרום, יעדע פֿרייַע מינוט פֿלעגט ער זיך צוכאַפּן צו אַ ספֿר־קודש און לערנען. לעבן אים איז מייַן מאַמע ציפּע, ציפּורה. און דאָס זייַנען מייַנע ברידער און שוועסטער… געווען אַ גרויסע פֿאַמיליע, און קיין סליד און קיין פּליט ניט פֿאַרבליבן. פֿאַרשטייסט, דער טאַטע איז געווען אויף מיר אין כּעס, ווייַל איך בין געפֿאָרן קיין ארץ־הקודש פֿאַר דעם, ווי משיח איז געקומען, און ציוניזם האָט ער געהאַלטן פֿאַר עבֿודה־זרה, אָבער ווען איך פֿאָר נישט אַוועק דעמאָלט, וואָלט פֿונעם גאַנצן שבֿט בוכמאַן-ספרי קיין זכר ניט פֿאַרבליבן. דאָס איז עס. מייַן עליה האָט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן, און מייַן משפּחה-בוים וואַקסט ווייַטער און ווערט פֿאַרצווייַגט אויף דער דאָזיקער ערד, אין אָט דעם אַלט-נייַעם לאַנד. פֿאַרשטייסט וואָס איך זאָג דיר?‟

נועם איז טיף גערירט געוואָרן. ער האָט נאָך קיינמאָל ניט געזען דעם זיידן, ער זאָל רעדן אַזוי פֿילבאַר, אַזוי עמאָציאָנעל, כּמעט מיט אַ טרער אין די אויגן. דער יונג האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ, געזעסן מיט אַן ערנסט פּנים, זיך צוגעהערט צו יעדן וואָרט פֿונעם זיידן און האָט מורא געהאַט צו זאָגן עפּעס, וואָס זאָל צעשטערן די זעלטענע אַטמאָספֿער, וועלכע האָט זיך דאָ געשאַפֿן. דעם זיידנס דערציילונג האָט אים אומדערוואַרט פֿאַרטראָגן ערגעץ ווייַט, אין אַן אַנדער וועלט, וואָס איז געווען פֿאַר אים סייַ פֿרעמד, סייַ באַקאַנט, סייַ ווייַט, סייַ נאָענט, סייַ פֿאַרהוילן אין אַן אומקלאָרן נעפּל, סייַ באַקומען אַ בולטן אויסזען אין די אַלטע פֿאַרגעלטע שוואַרץ-ווייַסע פֿאָטאָס פֿונעם זיידנס אַלבאָם. דער זיידע האָט נאָך אַ לאַנגע צייַט געבלעטערט דעם אַלבאָם, פֿאָרגעלייענט פֿון זייַן דיקער העפֿט, אָנגערופֿן נעמען, פּלעצער, דאַטעס, פֿאַרכאַפּנדיק דערציילט פֿאַרשיידענע עפּיזאָדן פֿון זייַן קינדהייט און יוגנט אינעם שטעטל, און נועם האָט געשלונגען יעדעס וואָרט, יעדעס פּיצל אינפֿאָרמאַציע. צום סוף פֿון אָט דער באַגעגעניש איז דער פֿאַמיליע-בוים געווען גרייט, און די „עבודת שורשים‟ כּמעט פֿאַרטיק.

נועם איז געגאַנגען אַהיים צופֿוס און איז ניט מסוגל געווען זיך אָפּצושליסן פֿון דעם געזעענעם און געהערטן אינעם זיידנס הויז. זייַן יונגערישע נייַגעריקייט האָט אים ניט אָפּגעלאָזט. עס האָט זיך אים געגלוסט צו דערוויסן אַ סך מער, ווי עס פֿאָדערט זיך פֿאַר דער „עבודת שורשים‟. יענער טאָג, ווען נועם האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה, אויסהערנדיק דעם זיידנס זכרונות, איז געוואָרן אַ ווענדפּונקט אין זייַן לעבן. זינט דאַן האָט די וועלט פֿונעם שטעטל, פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום אים געצויגן ווי אַ מאַגנעט. אָנשטאָט קאָמפּיוטער-שפּילן פֿלעגט ער פֿאַרברענגען שעהען אין פֿאַרשיידענע פֿאָרומס אין אינטערנעץ, וווּ עס האָט זיך געהאַנדלט וועגן דער נאָסטאַלגיע נאָך דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. ער פֿלעגט זיך צוכאַפּן, ווי צו הייסע קנישעס, צו ביכער, וועלכע ער האָט אָפּגעלאָדן אין אינטערנעץ און זיי לייענען איינס נאָכן אַנדערן; אַלע האָבן זיי באַשריבן דאָס לעבן אין דעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל. אָבער מער פֿון אַלץ האָט אים געצויגן צום זיידן. ער האָט געקאָנט שעהען-לאַנג הערן יענעמס מעשׂיות וועגן זייַן שטעטל און זייַן משפּחה, אַפֿילו ווען דער זיידע פֿלעגט איבערחזרן די זעלבע מעשׂה עטלעכע מאָל… די עלטערן און די נאָענטע חבֿרים האָבן באַמערקט, אַז נועם האָט זיך געביטן, געוואָרן ערנסט, צילגעווענדט, מער אַרייַנגעטאָן אין זיך, ווייניקער פֿאַרשווענדט די צייַט אויף שטיפֿערייַען און אַרומיאָגענישן מיט חבֿרים. דערבייַ האָט מען געטענהט: דער יונג איז פּשוט אויסגעוואַקסן, ער איז שוין ניט קיין ייִנגל, ער ווערט אַ מאַנסביל…

נועם האָט פֿאַרענדיקט די שול מיט הויכע צייכנס, מאָביליזירט געוואָרן אין דער אַרמיי, געדינט אין מודיעין (אויסשפּיר-דינסט), וווּ זייַנע קענטענישן אין קאָמפּיוטערײַ זייַנען זייער צוניץ געקומען. דער זיידע זכריה האָט דערלעבט דעם טאָג פֿון זייַן אייניקלס מיליטערישער שבֿועה. ער האָט זיך אויסגעפּוצט אין זייַן מיליטערישן מונדיר פֿון אַלוף-משנה (קאָלאָנעל) און איז געקומען אין איינעם מיט נועמס עלטערן צו דער אימפּרעזע. נאָך דער צערעמאָניע פֿון דער שבֿועה איז דער פֿרישער זעלנער צוגעגאַנגען צום זיידן, סאַלוטירט צו אים אויף אַ מיליטערישן אופֿן, און ביידע האָבן זיך שטאַרק און רירעוודיק אַרומגענומען. יעדער איינער פֿון זיי האָט זיך אָנגעפֿילט מיט גרויסער שטאָלץ פֿאַרן אַנדערן. קיינער איז ניט געבליבן גלייַכגילטיק צו דער דאָזיקער סצענע, און אַלע בייַוועזנדיקע זייַנען זיך ממש פֿאַרגאַנגען אין שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן. אָבער לייַדער אינגיכן נאָך דער דאָזיקער געשעעניש איז דער זיידע זכריה געשטאָרבן. נועם האָט זייער שווער אויפֿגענומען די דאָזיקע אַבֿידה. זייַן צוגעבונדקייט צום זיידן איז געווען אומגעוויינטלעך שטאַרק, און די בענקשאַפֿט נאָך אים האָט אים ניט געלאָזט צורו. ער האָט זיך אָן אויפֿהער געשטעלט פֿילצאָליקע פֿראַגעס: פֿאַר וואָס האָט ער פֿריִער זיך ניט אינטערעסירט בייַם זיידן מיט זייַן פֿאַמיליע-געשיכטע? וויפֿל נאָך האָט אים דער זיידע ניט באַוויזן צו דערציילן? וועלכע סודות זייַנען נאָך געבליבן פֿאַרהוילן?..

נועם האָט אָפּגעדינט דרייַ יאָר אין דער אַרמיי, דערנאָך אָנגענומען געוואָרן אין באר-שבער אוניווערסיטעט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון „מדעי המחשב‟ (קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿטן). דאָרט האָט ער געטראָפֿן זייַן ערשטע אמתע ליבע, קאַטיע, אַ שוואַרצחנעוודיק מיידל, וועמענס משפּחה איז עולה געווען מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿון קיִעוו. פֿאַר איר האָט ער אַנטפּלעקט זייַן האַרץ, דערציילט איר וועגן דעם זיידן זכריה און וועגן דעם זוים פֿון בענקשאַפֿט נאָכן שטעטל, וועלכן יענער האָט פֿאַרפֿלאַנצט אין זייַן נשמה. נועם האָט איר דערקלערט, אַז ער מוז עפּעס אויפֿטאָן לזכר דעם זיידן. ער וויל זען דאָס שטעטל געסענעוו, אָדער דאָס, וואָס ס׳איז פֿון אים פֿאַרבליבן, מיט זייַנע אייגענע אויגן. ער מוז באַזוכן דאָס פּלאַץ, פֿון וואַנען דער זיידע האָט געשטאַמט. דערבייַ האָט ער באַטאָנט מיט גרויסן באַדויער: „די פּראָבלעם איז, אַז איך זוך שוין אַ לענגערע צייַט אַרום אָט דאָס שטעטל אומעטום און געפֿין עס נישט. איך האָב שוין דורכגעגראָבן די גאַנצע אינטערנעץ הין-און-צוריק, געזוכט אין כּלערליי ענציקלאָפּעדיעס… נישטאָ. אַזוי ווי אין וואַסער אַרייַן… דער זיידע האָט מיך טאַקע זייַנערצייַט געוואָרנט, אַז וואַרשייַנלעך עקזיסטירט נישט מער דאָס שטעטל געסענעוו. עס איז געווען דאָך גאָר אַ קליין פֿאַרוואָרפֿן אָרט‟. קאַטיע האָט אים גוט פֿאַרשטאַנען און פֿאָרגעלייגט, אַז אין אַ פֿרייַען טאָג זאָלן זיי ביידע זיך אַדורכפֿאָרן קיין ירושלים און באַזוכן „יד ושם‟. אַזוי איז טאַקע געווען. נאָך דעם דויערנדיקן באַזוך אינעם מוזיי האָבן נועם און קאַטיע אַ לענגערע צייַט זיך אַרומגעדרייט אין „בקעת הקיהלות‟ (דער טאָל פֿון קהילות), כּדי אָפּצוזוכן דאָרט דאָס שטעטל געסענעוו, אָבער לייַדער, ניט געפֿונען…

אינעם אוניווערסיטעט האָט נועם זיך נאָכגעפֿרעגט בייַ אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם פֿאַקולטעט פֿון „מדעי הרוח‟ (הומאַניסטישע וויסנשאַפֿטן), און יענער האָט אים דערקלערט, אַז עס האָט עקזיסטירט אַ באַזונדערע ייִדישע טאָפּאָנימיק. ייִדן פֿלעגן אָפֿט מאָל אָנרופֿן געאָגראַפֿישע פּלעצער אַנדערש פֿון זייער אָנגענומענעם נאָמען. עס פֿלעגט זיך טרעפֿם, אַז די ייִדן האָבן געזוכט אין די געאָגראַפֿישע נעמען העברעיִשע וואָרצלען אָדער אַסאָציאַציעס מיט לשון־קודש, צום בייַשפּיל: קאָלאָמיי האָט מען געטייַטשט „קול מ-יה‟ (קול פֿונעם אייבערשטן), און אָסטרע פֿלעגט מען טייַטשן „אות תורה‟. אַזוי אַרום איז גאַנץ מעגלעך, אַז דער נאָמען פֿונעם שטעטל האָט געקלונגען גאָר אַנדערש אויף פּויליש אָדער אוקראַיִניש, און נאָר די ייִדן פֿלעגן אים רופֿן געסענעוו. אפֿשר אין די מקורות אויף ייִדיש קאָן מען געפֿינען אַזאַ נאָמען. דער רעיון האָט זיך באַזעצט אין נועמס קאָפּ, און ער האָט באַשלאָסן, אַז ער מוז לערנען ייִדיש. סייַ-ווי-סייַ האָט ער געדאַרפֿט אין אוניווערסיטעט זיך פֿאַרשרייַבן אויף אַ קורס פֿון אַ צוגאָב-שפּראַך, וועט ער אויסקלייַבן ייִדיש, פֿאַר וואָס ניט? אפֿשר דורך דעם שפּראַך-לימוד וועט ער זיך דערנענטערן נאָך מער צום זיידנס גייַסטיקער ירושה, זיך דערוויסן מער פּרטים וועגן דעם אַמאָליקן שטעטל, און ווער ווייסט, אפֿשר וועט ער זיך ערגעץ אָנשטויסן אויף דעם סודותפֿולן, פֿאַרהוילענעם שטעטל געסענעוו…

פֿונעם צווייטן לערניאָר האָט נועם טאַקע אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש, און אַפֿילו, לייענענדיק די פּשוטסטע לערן-טעקסטן, איז ער פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿונעם קלאַנג פֿון אָט דער שפּראַך. עס איז אים באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן צו הערן ווערטער מיט די קלאַנגען איי, אייַ, אוי. ער האָט אַליין ניט פֿאַרשטאַנען די ראַציִאָנעלע סיבה דערפֿון, אָבער עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז אַן אומקלאָר קול האָט פֿון זיי אַרויסגערעדט עפּעס, וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט פֿאַרגאַנגענהייט, מיטן גענעטישן זכּרון, מיט די פֿאָריקע דורות. קומענדיק אַהיים צו די עלטערן, האָט ער אָפֿטלעך אַרייַנגעשטעלט אין זייַן רעדן ייִדישע ווערטער און דערמיט דערפֿרייט די גאַנצע משפּחה.

סוף קומט

Leave a comment