
דיכטער, דראַמאַטורג. געבוירן אין דאָרף גלובאָטשעק, פּאָדאָליע, אוקראַיִנע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַסטאָליער און איז געשטאָרבן, ווען בנימין איז אַלט געווען דרײַ יאָר. נאָך אין די גאָר יונגע יאָרן האָבן בײַם קינפֿטיקן שרײַבער זיך אַרויסגעוויזן מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. ער פֿאָרט קיין אָדעס און לערנט זיך שפּילן פֿידל בײַם פּראָפֿעסאָר פּייסי סטאָליאַרסקי, און הגם די בילדונג האָט ער נישט פֿאַרענדיקט און מוזיק איז נישט געוואָרן זײַן פּראָפֿעסיע, איז ער פֿאָרט געבליבן טרײַ אָט דער קונסט. אין די 1920ער יאָרן קומט ער אָן אין קיִעווער ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום. דאָרט באַקענט ער זיך מיט אַ ריי סטודענטן, שפּעטערדיקע טוער פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור — מיטן דראַמאַטורג משה גערשענזאָן, פֿאָלקלאָריסט זלמן סקודיצקי, ליטעראַטור־פֿאָרשער שלמה בריאַנסקי. זיי לאָזן אַרויס אַ ליטעראַרישע וואַנט־צײַטונג, וווּ יעדער פֿון זיי דרוקט זײַנע ווערק. זיי שאַפֿן אויך אַן אַמאַטאָרישע עסטראַדע־גרופּע אונטערן נאָמען ”משלחת“, וואָס ווערט זייער פּאָפּולער בײַ די קיִעווער יונגע צושויער. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם פּעדאַגאָגישן טעכניקום איז ער אָנגעקומען אויפֿן פֿיזיש־מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט בײַם קיִעווער מלוכה־אוניווערסיטעט. ער הייבט אָן אַרבעטן אין אַ ייִדישער שול ווי אַ לערער פֿון מאַטעמאַטיק, ליטעראַטור און שפּראַך. אין 1936, אין מינסקער פֿאַרלאַג גייט אַרויס זײַן ערשטע לידער־זאַמלונג ”פֿאַר קליינע קינדער“. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען דערשינען נאָך עטלעכע זײַנע ביכער: ”אַלערליי זאַכן“, ”משלים“, ”פֿאַר קינדער“. בעת דער מלחמה דערשײַנט אין מאָסקווע זײַן זאַמלונג סאַטירישע אַנטיפֿאַשיסטישע לידער ”זאַלץ אין די אויגן“. ער איז געווען דער מחבר פֿון אַ ריי לערן־ביכער פֿאַר דער ייִדישער שול, וועלכע האָבן אויסגעהאַלטן אַ צאָל אויפֿלאַגעס. אַ סך זײַנע קינדער־לידער און משלים זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין ליטעראַרישע כרעסטאָמאַטיעס אין סאַמע אָנהייב פֿון זײַן שאַפֿערישן וועג; אין דער מיט פֿון די 1930ער יאָרן, האָט ער אָנגעשריבן אַ פּיעסע פֿאַר אַ ליאַלקע־טעאַטער, ”לייזער דער בייזער“, וואָס איז צו ערשט אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף אוקראַיִניש (אין זײַן אייגענער איבערזעצונג), דערנאָך אויך אויף ייִדיש. אין 1936 האָט דער קיִעווער ייִדישער ליאַלקע־טעאַטער באַוויזן די פּיעסע אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿון ליאַלקע־טעאַטערס אין מאָסקווע און האָט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט נאָך דעם באַרימטן ליאַלקע־טעאַטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון סערגיי אָבראַזצאָוו. ביז הײַנט ווערן די ליאַלקעס פֿון אָט דער פֿאָרשטעלונג פֿאַרהיט אינעם מוזיי פֿון מאָסקווער צענטראַלן ליאַלקע־טעאַטער. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער דיכטער זיך עוואַקויִרט אין דער הויפּטשטאָט פֿון באַשקיריע אופֿאַ און געאַרבעט אינעם אוקראַיִנישן פֿאַרלאַג ”פֿראָנט און הינטערלאַנד“. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין קיִעוו און פֿאָרגעזעצט די ליטעראַרישע טעטיקייט. אין 1950 אָבער איז ב. גוטיאַנסקי אַרעסטירט געוואָרן און פֿאַרשיקט אין אַ צפֿונדיקן צוואַנגס־לאַגער. אין 1956 האָט מען אים רעהאַביליטירט. אַ צעבראָכענער פֿיזיש און גײַסטיק האָט ער זיך אומגעקערט קיין קיִעוו, נאָר איז אין גיכן געשטאָרבן.
לידער פֿאַר קינדער
(פֿונעם בוך „אַזעלכע און אַזוינע‟)
צוויי לײַדאַקעס
צוויי לײַדאַקעס
שלאָגן בײַדאַקעס,
לויפֿן אין גאַס
פּוסט און פּאַסט,
פּאָלאָכען די הינער,
וואַרפֿן זיך שטיינער,
קומט צום לייענען,
איז נישטאָ קיינער,
קומט צום שרײַבן,
גייען זיי אַרויס,
קומט צום עסן,
וואַקסן זיי אויס.
לײַדאַקעס,
פֿויליאַקעס, — אַזוי קענען זיי טאַקע!
ניאָנצע ראָכעס אויף צולהכעיס
אָט איז אונדזער
ניאָנצע ראָכעס,
אַלצדינג טוט ער
אויף צולהכעיס.
וואָס מע זאָגט ניט,
וואָס מע רעדט ניט,
וואָס מע הייסט ניט,
וואָס מע בעט ניט:
— ניטע, ניאָנצע,
ס׳איז פֿאַרווערט! —
הערט ער גוט
און טוט פֿאַרקערט:
— שטיי ניט.
שטייט ער,
— גיי ניט.
גייט ער.
— זינג ניט.
זינגט ער,
— שפּרינג ניט
שפּרינגט ער.
— שטער ניט.
שטערט ער,
— שער ניט,
שערט ער.
— שנײַד ניט.
שנײַדט ער,
— שפּײַ ניט,
שפּײַט ער.
— שרײַ ניט.
שרײַט ער.
און אַזוי ווײַטער.
שעפּע די פּריטשעפּע
אוי, אַ שעפּע,
אַ פּריטשעפּע —
זינט איך לעב!
דעם אַ שטופּ,
און דעם אַ צופּ,
און דעם אַ שלעפּ.
דעם — אַ פֿיסל,
דעם — אַ גיסל,
דעם אַ באַר.
דעם — אַ באָקסער,
דעם — אַ קלעם,
און דעם אַ שפּאַר.
דעם — אַ שמיר,
און דעם — אַ פֿלעק,
און דעם — אַ קלעק.
ס׳איז אַ מעשׂה
אָן אַ סוף
און אָן אַן עק.
אויפֿן לימוד
ניט ער טוט
און ניט ער הערט,
נאָר ער טשעפּעט זיך,
און טשעפּעט זיך,
און שטערט.
קוציע מאַלאַמוד — תירוצים אויפֿן פּוד
ס׳איז אַ יאַט בײַ אונדז פֿאַראַנען,
הייסט ער קוציע מאַלאַמוד,
האַקט ער צענדליקער תּירוצים,
טאָקט זיי, בראָקט זיי אויפֿן פּוד.
דרײַ פּראָגולן* אַ דעקאַדע**,
און פֿאַרשפּעטיקט פֿינעף מאָל!
מינוס, מינוס, מינוס, מינוס
אָן אַ שיעור און אָן אַ צאָל.
די דערציילונג ניט געלייענט,
די טאַבעלע ניט געמאַכט,
און די ליד ניט אויסגעחזרט,
און די העפֿטן ניט געבראַכט.
פֿרעגט דער לערער מאַלאַמודן:
— זאָג זשע, קוציע, זאָג פֿאַר וואָס?
— ווײַל עס קלינגט מיר אין אַן אויער,
און סע קיצלט מיר אין נאָז.
— ווײַל מײַן באָבע האָט געבאַקן
פֿרישע פּלעצעלעך מיט מאָן,
און בײַם זיידן פֿלאַמט אַ בעקל,
און סע שאָקלט זיך אַ צאָן.
— ווײַל מײַן מאַמע ט׳זיך צעיאָגט
און איז אַרויף אויף אַ טראַמווײַ,
ז׳ער אַראָפּ פֿון ביידע רעלסן
און געשטאַנען אַ שעה דרײַ.
— ווײַל דער טאַטע, כ׳מיין, די מאַמע,
האָט אַ לאַטע מיר געלייגט,
און די מאַמע, ניין, דער טאַטע,
האָט פֿאַסאָלקעלעך געווייקט…
אָט אַזוי אויף יעדן לימוד,
אָט אַזוי איז יעדן טאָג,
ניט באַזוכן און ניט לערנען,
נאָר תּירוצימלעך אַ שאָק.
*פּראָגול(ן) — דורכלאָזן די אַרבעט, לימודים אָן אַ סיבה
** דעקאַדע — 10 טעג
ליידיקע ווענט
וווּ ער גייט נאָר דורך,
בלײַבט נאָך אים אַ שפּור:
דאָס לעמפּעלע צעבראָכן
מיטן אַבאַזשור.
אין וואַשצימער געעפֿנט
אַלע זיבן קרענס,
געפּאָרעט זיך אין קיך,
די האַנטעכער פֿאַרברענט.
מיט בלײַער מיט אַ קרײַדל
האַלט ער שטענדיק גרייט,
און שרײַבט און מאָלט, און דראַקעט,
וווּ ער שטייט און גייט.
באַשריבן און באַמאָלט
די טירן מיט די ווענט, —
אַזאַ מין שאָדן־ווינקל,
ליידיקע צוויי הענט!
אפֿשר קענט איר טרעפֿן,
וווּ איז פּאַשעס אָרט?
גיי איך צווישן פּאַרטעס,
קוק אָט דאָ, און דאָרט.
ט‘האָב איך שוין געטראָפֿן,
וווּ דער פּאַשע זיצט,
אָט־אָ שטייט אַ באַנק,
צעשניטן און צעקריצט.
דאָס איז פּאַשעס אַרבעט,
כ׳האָב סע באַלד דערקענט,
קלאָר, אַז דאָ־אָ זיצט ער,
פּאַשע, „פּוסטע הענט‟!
ייִנגל־צינגל־פּלוידערזאַק
ייִנגל־צינגל־פּלוידערזאַק,
קוואָקע, קוואָטשקע, קוד־קו־דאַק,
מיטן דאַשיק אין דער זײַט,
פּויק און פּילדערט און ער שרײַט.
אַז דער לימוד הייבט זיך אָנעט,
און דאָס פּלוידערזעקל קאָן ניט,
שטייט ער אויף און טוט אַ גראַגער:
— כ׳בעט אַ וואָרט, איך האָב אַ פֿראַגע:
וואָס איז גרעסער, וויל איך וויסן,
די לבֿנה, צי די שיסל?
זאָגט מיר, לערערקע, פֿאַר וואָס
עסן פֿליגן ניט קיין גראָז,
טרינקען ציגן ניט קיין טיי,
אַלע ווינטער גייט אַ שניי,
האָבן קעמלעך גרויסע האָרבעס,
און די קאַטשקעס גייען באָרוועס?
ווי עס קומט נאָר די הפֿסקה,
לויפֿט ער אומעט, ווי אַ קוואָקע:
— קאָ־קאָ־קאָ, קאָ־קאָ־קאָ,
איך, דער פּלוידערזאַק, בין דאָ!
טאָמער עפּעס, טאָמער וואָס,
שטופּט ער אויך אַרײַן די נאָז,
נעמט זיך איבער, מאַכט זיך גרויס:
— קיינער וויסט ניט, נאָר איך ווייס.
צי הערט מען יאָ, צי הערט מען ניט,
ער שיט און מאָל, ער מאָלט און שיט,
און פּלוידער טאָן אַ פֿולן זאַק —
קאָ־קאָ־קאָ־קאָ־קוד־קו־דאַק.
— צינגל ס׳קלינגט מיט די די גאַס,
זיצט דאָס צווייטע יאָר אין קלאַס,
הער אויף מאָלן, הער אויף שיטן,
וועסט נאָך בלײַבן אויפֿן דריטן.