נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 87

„דאַנקטאָג‟ און די אַמעריקאַנער ייִדן

פֿון די קינדער־יאָרן האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט דאָס פּורים־לידעלע, וואָס הייבט זיך אָן אַזוי: „אינדיק, אינדיק, ווען איז פּורים?” — אָדר, אָדררײַ!

אין אַמעריקע וואָלט מען געדאַרפֿט פֿרעגן דעם אינדיק — ווען איז „דאַנקטאָג‟; אָבער מע פֿרעגט אים נישט, מע ווייסט עס זיכער — דעם לעצטן דאָנערשטיק פֿון חודש נאָוועמבער, הײַיאָר דעם 28סטן.

מילא דער אינדיק! ער פֿאַלט אַ קרבן סײַ אויף דעם ייִדישן יום־טובֿ „פּורים‟ און סײַ אויף דער ניט־ייִדישער חגא „דאַנקטאָג‟. מײַן קשיא איז: צי מעגן די אַמעריקאַנער ייִדן בכלל און די פֿרומע בפֿרט פּראַווען דעם „דאַנקטאָג‟?

די דאָזיקע פֿראַגע האָב איך אַמאָל געשטעלט דעם באַוווּסטן געלערנטן ד״ר שיקל פֿישמאַן אין דער צײַט, ווען מיר ביידע האָבן געאַרבעט אין דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟. ער ווי אַ פֿאַרבעטענער שרײַבער און איך, ווי דער הויפּט־רעדאַרטאָר.

זײַן ענטפֿער האָט זיך אויסגעלאָזט אין אַ גאַנצן אַרטיקל, וואָס איך דרוק הײַנט איבער מיט אייניקע קירצונגען.

די ייִדישע פֿרויען גרייטן זיך צום “דאַנקטאָג”

ד״ר שיקל פֿישמאַן

אין איינעם פֿון חײם גראַדעס געשמאַקסטע נאָוועלעס ענטפֿערט אַן עקסט־פֿרומער ייִד מלא רציחה אויף דער פֿראַגע „צי מען מעג‟ חתונה האָבן מיט אַ ציוניסט, אַז „בײַ ייִדן איז ניטאָ קיין שום זאַך וואָס מען ׳מעג׳; בײַ ייִדן זענען בלויז דאָ ׳זאַכן וואָס מען מוז און זאַכן וואָס מען טאָר ניט!׳.

אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו, וואָס זענען געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, האָבן אַזוינס ניט געטאָן און האָבן זיך דערבײַ אידענטיפֿיצירט מיט דער גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿון אַ מלוכה, וואָס נעמט אַלעמען אויף בסבֿר־פּנים־יפֿות, מיט אַ גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט, פֿון וועלכער מיר אַלע, און אויך אונדזערע עלטערן און באָבע־זיידעס, האָבן ניט ווייניק אָפּגעלעקט אַ ביינדל. אין די שולן האָבן אייניקע לערערס דורכגעפֿירט (פֿאַרשטייט זיך, אויף ייִדיש) פּראָגראַמען וועגן „דאַנקטאָג‟ פֿאַר אַלע תּלמידים און פֿאַר דערוואַקסענע אויך. מע האָט זיך אויסגעזעצט אין אַ קרײַז אויפֿן דיל, געזונגען לידער (מיר האָט זיך ספּעציעל פֿאַרגעדענקט דאָס ליד „אָ גרויסער גאָט, מיר זינגען לידער, אונדזער טרייסט ביסטו אַליין‟, פֿון מ. וואַרשאַווסקין), און דעקלאַמירט און פֿאָרגעלייענט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, געמאַכט פֿאַרגלײַך מיט סוכּות, אאַז״וו. דאָס אָפּטיילן פֿרום פֿון פֿרײַ איז שוין דעמאָלט בײַ אַ סך לערערס ניט געווען אַזוי שאַרף און האַמעטנע ווי פֿריִער און ווי שפּעטער. אַ סך טאַטע־מאַמעס האָבן געהאַלטן, אַז אי גאָט אי ייִדיש זענען ביידע חשובֿע טיילן פֿון דער קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און אַז איינס פּסלט ניט חלילה דאָס צווייטע.

וואָס שײך אָננעמען „דאַנקטאָג‟ ווי אַ ייִדישער יום־טובֿ איז דער ענין, ווי יעדער ענין וואָס רירט אָן ייִדן און ייִדישקייט, אַ ביסל ערנצטער בײַ די פֿרומע אפֿשר, ווײַל זיי האַלטן אַזוי שטאַרק פֿון „ניט מישן‟, ניט מענער מיט פֿרויען, ניט ייִדן מיט גויים, ניט מילכיקס מיט פֿליישיקס, און ניט וואָל מיט פֿלאַקס. דעריבער איז בײַ שטאַרק פֿרומע לײַט די ערשטע פּראָבלעם צי אין שײַכות מיט „דאַנקטאָג‟ איז דאָ עפּעס אַ חשש, אַז ער שטאַמט גאָר פֿון אַ גוייִשן מקור. איז לאָמיר כאָטש אַ ביסעלע אונטערזוכן דעם טראַדיציאָנעלן שורש פֿונעם יום־טובֿ בכלל. פֿון וואַנען שטאַמט ער אייגנטלעך?

דער שווערער ווינטער פֿון 1622—1623 איז געווען דער דירעקטער גורם פֿון דער ערשטער „דאַנקטאָג‟־פֿײַערונג. די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען דעם 30סטן יולי, ד״ה, אין סאַמע מיטן זומער און ניט אין האַרבסט ווי אַצינדער. מיט די אינדיאַנער האָט מען פּונקט דעמאָלט געלעבט בשלום און זיי זײַנען געווען בײַ דער שׂימחה גאָר אָנגעלייגטע געסט. לויט די אָנווײַזונגען פֿון די אינדיאַנער איז דער שריט געווען זייער אַ געראָטענער און פֿאַר אַלעמען איז געווען מער ווי גענוג צו עסן. אָבער דאָס איז געווען נאָר אַ לאָקאַלע שׂימחה און איז פֿאָרגעקומען בלויז, כּדי אָפּצומערקן דעם נצחון איבער אַ ספּעציעל שווערן ווינטער. ערשט דעם 26סטן נאָוועמבער, 1789, מיט גאַנצע 126 יאָר שפּעטער, האָט וואַשינגטאָן אַרויסגעגעבן די ערשטע פּראָקלאַמאַציע לטובֿת אַ לאַנדישער שׂימחה, וואָס זאָל הייסן „דאַנקטאָג‟, כּדי אויסצודריקן זייער דאַנק… „פֿאַר דער רעליגיעזער פֿרײַהייט, מיט וועלכער מיר זענען געבענטשט געוואָרן… און, אין אַלגעמיין, פֿאַר די אַלע גרויסע און פֿאַרשיידענע טובֿות און חסדים, מיט וועלכע ער האָט אונדז באַשאָנקען‟.

נישט ביז ווען די אַחדות פֿונעם לאַנד איז ווידער געווען אין געפֿאַר, צוליב די אַלע אינערלעכע פּראָבלעמען, וואָס די נעגער־שקלאַפֿערײַ האָט כּסדר גורם געווען פֿאַרן „לאַנד פֿון די בראַווע און די היים פֿון די פֿרײַע‟, איז דאָס פּראַווען „דאַנקטאָג‟ ווידער אַרויף אויפֿן לאַנדישן סדר־היום. נאָר ס׳האָט ווידער געדויערט שיינע עטלעכע יאָר ביז לינקאָלן האָט אין 1863 אַרויסגעלאָזט זײַן „פּראָקלאַמאַציע‟, אַ דאַנק וועלכער די אַמעריקאַנער פּראַווען אָט דעם טאָג אי ווי אַ לאַנדישן, אי ווי אַ וועלטלעכן, אי ווי אַ באַצאָלטן רוטאָג, און אי דעם 4טן צי דעם 5טן דאָנערשטיק פֿון חודש נאָוועמבער. „בלויז אין אַמעריקע‟, וווּ עס גילטן אויך ווי „יורידיש־וועלטלעך‟ אַזעלכע אַלגעמיין אָנגענומענע ימים־טובֿים ווי „גוט פֿרײַטיק‟, ניטל, חנוכּה און „נײַיאָרטאָג‟, וואָלט „דאַנקטאָג‟ געקענט אויסגעטײַטשט ווערן פֿונעם העכסטן געריכט ווי אַ וועלטלעכער, און בלויז אין אַמעריקע וואָלטן ס׳רובֿ רבנים פּוסקים מסכּים געווען מיט אַזאַ פּסק, באַשר־בכן, אַז דער טאָג וואַקסט ניט אַרויס פֿון געצנדינערישע שורשים און פּוצט זיך ניט אין נאַרישע קאָסטיומען אָדער אויפֿפֿירן.

ניט אַרײַנגייענדיק אין אַלע פּרטי־פּרטים, וואָס זענען מיט רבנישע מיינונגען תּמיד פֿאַרבונדן, באַקומט זיך, אַז לגבי „דאַנקטאָג‟ זענען פֿאַראַן דרײַ הויפּט־מיינונגען. פֿאַראַן מיינונגען, אַז „דאַנקטאָג‟ איז ניט קיין גוייִשער יום־טובֿ, ניט מער ווי דאָס היטן דעם טאָג פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿרײַונג פֿון דער ענגלישער ממשלה. דאָך איז קיין פֿולע אייניקייט ניט פֿאַראַן אַפֿילו ניט אויף דעם פּונקט. די פּלוגתּא דאָ גייט אין דעם צי אין אַמעריקע הערשט אין תּוך אַ „וועלטלעכע געזעלשאַפֿט‟, אַ „גוייִשע‟ געזעלשאַפֿט, צי אַ „געצנדינערישע געזעלשאַפֿט‟. מיטן חילוק צווישן אָט די דרײַ אָפּשאַצונגען האָבן די פּוסקים פֿון 100 יאָר צוריק אין מיזרח־אייראָפּע זיך קיין מאָל ניט געדאַרפֿט פֿאַרנעמען, בעת הײַנט צו טאָג זענען דערמיט פֿאַרבונדן גאָר אַ סך רבנישע זאָרגן וועגן וואָס פֿאַר אַ, און וויפֿל, אַמעריקאַניזאַציע מיר מעגן זיך דערלויבן אין אָט דער „גאָלדענער מדינה‟. די הלכה דערלויבט ייִדן צו היטן סעקולערע ימים־טובֿים אַזוי לאַנג ווי זיי ווערן ניט געפּראַוועט אין איינעם מיט פֿרײַנד, וואָס גיבן צו צום ימים־טובֿ די סימנים און מנהגים פֿון אַ רעליגיעזן ריטואַל, צי אַ ייִדישן צי אַ ניט־ייִדישן. און לסוף, דאַרפֿן מיר זיך אַלע באַמיִען אַרויסצוּווײַזן דרך־אַרץ פֿאַר די מיינונגען פֿון ייִדן, וואָס גייען זיך מיט אונדז פֿונאַנדער. נאָר אויב און ווען מיר וועלן דאָס שוין דערגרייכן, וועלן מיר באמת זוכה זײַן צו פּראַווען „דאַנקטאָג‟.
די הלכה דערלויבט ייִדן צו פּראַווען פּריוואַטע „דאַנקטאָג‟־שׂימחות צוזאַמען מיט אַלע אונדזערע וועלטלעכע און ייִדישע פֿרײַנד. מיר דאַרפֿן אָבער אין יענעם טאָג לחלוטין ניט פֿאַרקלענערן אונדזערע ייִדישע התחײַבותן. אונדזער בירגערשאַפֿט אין אַמעריקע און אונדזער דאַנקבאַרקייט צו אַמעריקע צווינגען אויף אונדז ניט אַרויף קײן פֿרעמדע פּרינציפּן, וואָס זענען ניט בהסכּם מיט אונדזער ייִדישקייט. מיר מעגן זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר־השׁכל פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיקן: ניט פֿאַרמינערן, חלילה, אונדזער ייִדישקייט דורך אָפּלאָזן אויף אַפֿילו איין טאָג דאָס לערנען און דאָס שטיצן די ייִדישע ליטעראַרישע און קולטורעלע הצטרכותן אויף כּל־מיני געביטן. אַזוי האָט אויך אונדזער וועלטלעכע טראַדיציע אונדז געלערנט. מיר טראָגן אַ צוויייִקע טראַדיציע און דאָס פּראַווען „דאַנקטאָג‟ איז בהסכּם מיט ביידע.

נאָוועמבער 27, 2024, ברוקלין, נ״י

Leave a comment