
פּעדלערײַ און די ייִדישע אימיגראַציע
פּעדלערײַ, ווי אַ מיטל צו פֿאַרדינען פֿון האַנדל אַ פּאָר גראָשנס, האָט פֿאַרנומען אינעם ייִדישן לעבן דאָס נידעריקסטע שטאַפּל סײַ פֿון סאָציאַלן און סײַ פֿון מאָראַלישן קוקווינקל. פֿון דעסטוועגן, האָט דווקא דאָס פּעדלען דערמעגלעכט דעם ייִדישן אימיגראַנט אָן אַ שפּראַך און אָן אַ דאַך זיך צוביסלעך שטעלן אויף די פֿיס אינעם נײַ לאַנד. אַ פּעדלער האָט זיך אין די קליינע ייִדישע שטעטלעך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן, סײַדן אויף די ירידים; ער האָט זיך גענייטיקט אין אַ שטאָט, אין אירע גאַסן און גרויסע הײַזער, כּדי פֿון גאַנץ קאַיאָר ביז שפּעט אין אָוונט זיך איבער זיי אומדרייען מיט זײַן פּושקע קליין־סחורה… נישט אומזיסט פֿלעגט מען זיך ביטער וויצלען, אַז די פֿיס האָדעווען דעם הונט און אַ דעם פּעדלער. איין אונטערשייד — דער פּעדלער האָט נאָר צוויי רגלים.
אַזאַ געבענטשטער שטח פֿאַר ייִדישער פּעדלערײַ איז געוואָרן אַמעריקע, דאָס „גאָלדענע לאַנד‟, באַזונדערס ניו־יאָרק, מיט זײַנע ברייטע אַוועניוס און וואָלקן־קראַצערס. אָט ווי דער שרײַבער י. שטיינבוים באַשרײַבט עס אין זײַנען זכרונות:
„װען דער שרײַבער פֿון די שורות איז אין 1882 אָנגעקומען קײן אַמעריקע, איז די גרעסטע צאָל פֿון די דאַמאָלסדיקע ייִדישע ניו־יאָרקער אײַנװױנער באַשטאַנען פֿון פּעדלער. פּונקט װי איצט, אַזױ זײַנען אױך דאַן געװען פֿאַרשיידענע פּעדלער: הױז-פּעדלער, קאָסטימער-פּעדלער, שיפֿקאַרט-פּעדלער און קאָנטרי-פּעדלער. אַ סך גרינע ייִדן, װעלכע זײַנען געקומען מיט דער ערשטער גרױסער אימיגראַציע פֿון רוסלאַנד, האָבן זיך גלײַך אַ נעם געטאָן צו פּעדלערײַ. די גרינגסטע זאַך איז געװען צו װערן אַ הױז–צו-הױז פּעדלער. פֿאַר דעם האָט זיך ניט געפֿאָדערט קײן גרױסער קאַפּיטאַל. (מיט אײן דאָלאַר קאַפּיטאַל האָט אַ ייִד דעמאָלט געקאָנט אַרײַנגײן אין „ביזנעס‟. ער האָט בלױז געדאַרפֿט צוזאַמענקלאַפּן פֿון עטלעכע דינע ברעטלעך אַ פֿלאַך הילצערן סטענדל, צובינדן צו דעם אַ שטאַרקן שטריק, כּדי צו קאָנען אָנטאָן דעם סטענדל אױפֿן האַלדז. אַנדערע פֿלעגן אַפֿילו דאָס אױך ניט האָבן. זײ פֿלעגן פּשוט קױפֿן אַ ביליקן פֿלאַכן קאָרב, אײַנשאַפֿן זיך די סחורה און אַרומגײן מיט דעם פֿון הױז צו הױז פֿאַרקױפֿן. די סחורה איז מערסטנס באַשטאַנען דאַן פֿון שפּילקעס, שוך-בענדלעך, האָר-קאַמען, זאָקנבענדלעך און אַ פּאָר שטיקלעך שמעקעדיקע זײף.‟

בפֿירוש מיט סימפּאַטיע באַציט זיך צום פּעדלער דער זשורנאַליסט און ציוניסטישער טוער יעקבֿ זרובבֿל: „די פּעדלערײַ גופֿא איז אַ גאַנץ שװערע פּרנסה. פֿון באַגינען ביז שפּעט אין דער נאַכט זײַן אױף די פֿיס, אויסזײַן װוּ נאָר אַ העק, אױסשטײן פֿאַרשידענע בזיונות, קריכן דורך דער הינטערטיר, װוּ מע לאָזט נישט — דורך דער פֿראָנטטיר, צושטײן צו יענעם, װי אַ קלעק, און נישט אָפּלאָזן אים, װען דיך אַלײן עקלט דער גאַנצער עסק. די ערשטע חבֿרה, װאָס האָבן זיך גענומען עוסק זײַן בײַ פּעדלערײַ, זײַנען געװען מער צוגעפּאַסט דערצו. דאָס זײַנען געװען אין אַ גרױסער מאָס חבֿרה־לײַט, געניטע פֿון זייער הײם אין אַזעלכע און ענלעכע עסקים. זײ האָבן שנעל געכאַפּט דעם שניט און טאַקע געמאַכט גאָלד. שפּעטער זענען אַװעק אין דער „לײַן‟ מענטשן פֿון גאָר אַן אַנדער קאַטעגאָריע: רעװאָלוציאָנערן און סתּם אינטעליגענטן. ס׳מאַכט נישט, אַמעריקע איז „אָלרײַט‟, זי לערנט אױס גיך און מאַכט-איבער דעם כאַראַקטער. לכתּחילה זיך געקװענקלט, געמאַכט אומגעלומפּערטע שריט, אין דער שטיל, פֿאַר זיך אַ טרער געלאָזט, און ביסלעכװײַז זיך „אױסגעגרינט‟; איצט שטײַגן זײ איבער אין זײערע פּעדלער־פֿעיִקײטן און המצאָות דעם אַלטן פֿריִערדיקן דור פּעדלער.‟ („אין טעג פֿון מלחמה און רעוואָלוציעס: בלעטער פֿון אַ לעבן‟)
פֿון זײַן שטאַנדפּונקט שאַצט פּעדלערײַ אָפּ דער היסטאָריקער שמעון דובנאָוו אין זײַן פֿונדאַמענטאַלער אַרבעט „די נײַסטע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק‟:
„נאָך דעם װי מ’האָט אָפּגעשאַפֿט [אין ענגלאַנד] דעם ביל װעגן נאַטוראַליזאַציע, האָבן נישט ווייניק ייִדן פֿון דער געלט־אַריסטאָקראַטיע אָפּגעשמדט זייערע קינדער. נאָך זיי האָבן דאָס געטאָן אַ גאַנצע גרופּע ייִדישע פֿאַמיליעס אין לאָנדאָן. דערהױפּט האָט מען זיך גענומען אָפּטרײסלען פֿון ייִדישקײט אין דער ספֿרדישער קהילה, בײַ די רײַכע נעגאָציאַנטן און פֿינאַנציסטן. שטאַרקער האָבן זיך געהאַלטן די אַשכּנזים, דײַטשיש-פּױלישע ייִדן; בּײַ זײ איז די נאַציאָנאַלע טראַדיציע געװען פֿעסטער. עקאָנאָמיש זײַנען זײ געשטאַנען נידעריקער פֿאַר די ספֿרדים, זײ זײַנען דעריבער געװען אױך װײַטער פֿון די העכערע ענגלישע קלאַסן. די אַשכּנזישע ייִדן האָבּן געװױנט ניט אין לאָנדאָן אַלײן, נאָר אין אַנדערע פּאָרט-שטעט און האַנדלס-צענטערס אױך: אין ליװערפּול, פּלימוט, בּריסטאָל; זײער בּאַשעפֿטיקונג איז געװען קלײנהאַנדל און פּעדלערײַ.‟

די סאָציאַליסטן אין אַמעריקע, אין שפּיץ מיט דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, האָבן דעם פּעדלער נעבעך און זײַן פּרנסה אַראָפּגעריסן, געמאַכט מיט דער בלאָטע גלײַך.
„די ראַדיקאַלע אימיגראַנטן האָבן געװיס ניט געטראַכט װעגן פּעדלען. אָבער אַפֿילו אומװיסנדע אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון די אימיגראַנטן-פּאַרטײען האָבן אױך געהאַלטן פּעדלערײַ און האַנדל פֿאַר אַ שענדלעכע באַשעפֿטיקונג; נאָר אַרבעטן, און טאַקע אַרבעטן מיט די הענט! נאָר דאָס איז געװען באַטראַכט פֿאַר אַן אָרנטלעכן מיטל צו פֿאַרדינען אױף חיונה…‟ (אב. קאַהאַן „בלעטער פֿון מײַן לעבן‟)
פּעדלערײַ, ווי אַ פּרנסה בײַ ייִדן האָט נישט אויסגעמיטן קיין איין ווינקעלע אין דער וועלט, וווּ די ייִדן זאָלן נישט געווען זוכן פֿאַר זיך און זייער הויזגעזינד אַ מקום־מיקלט; אפֿשר אויך דערפֿאַר האָט מען דעם ייִדישן פּעדלער גערופֿן מיטן נאָמען, מקום־גייער, דאָס הייסט, אַ גאַסן־גייער פֿון הויז צו הויז.
דער ייִדישער עקאָנאָמיסט חיים שאַשקעס פֿלעגט אַ סך אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט. זײַנע נאָטיצן פֿון די רײַזעס קאָן מען געפֿינען אין זײַן בוך „לענדער און שטעט: רײַזע־אײַנדרוקן‟
„מער װי אַ העלפֿט ייִדן אין סיריע לעבן פֿון פּעדלערײַ איבער די צאָלרײַכע אַראַבישע דערפֿער, װוּ זײ זענען באַקאַנט פֿאַר ביליקסטע פֿאַרמיטלער און װערן דאָרט דעריבער גערן געזען. אַרום 15 פּראָצענט זענען שנײַדערס, שוסטערס און אַנדערע בעלי-מלאכֿות, אַ 15 פּראָצענט גרױסע סוחרים און אַ 10 פּראָצענט אַרבעטנדיקע אינטעליגענץ…
הונדערטער ייִדן פֿאַרנעמען זיך מיט פּעדלערײַ אין נאָענטן אױבערשלעזיע: מע פּעדלט מיט צוקערלעך און פֿאַרטיקע אַנצוגן, מיט זײגערלעך און שטוב-מכשירים און, װי די מאָדע איז הײַנט, װערט אַלץ געגעבן אױף ראַטעס.‟
„אויך אינעם ייִדישן אימיגראַנטישן גן־עדן, אין אַרגענטינע, האָט פּעדלערײַ זיך צעבליט: צװישן די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע, װעלכע האָבן אױפֿגעבױט אונדזער ייִשובֿ זײַנען געװען צװײ פּרינציפּיעל פֿאַרשידענע עלעמענטן: די ייִדן, װעלכע זײַנען געקומען אַהער מיט אַן אידעאַל זיך װידער צו פֿאַרבינדן מיט דער מאַמע-ערד, צו װערן בעסער, און די שטאָטישע עלעמענטן, װעלכע זײַנען געקומען אַהער, װײַל זײ האָבן נישט געהאַט די מעגלעכקײט אויסצוּוואַנדערן קײן נאָרד-אַמעריקע. די דאָזיקע לעצטע גרופּע איז געקומען מיט דער כּװנה, צו בלײַבן דאָ נאָר אַ קורצע צײַט, נאָר „דערװײַל‟, ביז זײ װעלן קאָנען פֿון דאַנען אויסוואַנדערן קײן נאָרד-אַמעריקע אָדער זיך אומקערן צוריק אין דער אַלטער הײם. און בלײַבנדיק דאָ „אױף דערװײַל‟, האָבן זײ זיך תּחילת גענומען צו אַ „דערװײַליקער‟ פּרנסה װי ׳קיענטעע׳, (פּעדלערײַ), — אַ פּרנסה, װעלכע האָט דאָ אין דרום-אַמעריקע באַקומען אַ באַזונדערן סאָציאַלן כאַראַקטער און אַ באַזונדערע באַדײַטונג
פֿאַר דער אַנטװיקלונג פֿונעם ייִדישן סאָציאַל-עקאָנאָמישן לעבן אין די שטעט.‟
די ייִדישע עמיגראַציע קיין מעקסיקע האָט זיך איר אייגענע שטריכן מכּוח פּעדלערײַ. זייער בולט באַשרײַבט עס אין זײַנע דערמאָנונגען סאָלאָמאָן קאַהאַן:
„עס איז דעריבער געװען נאַטירלעך, אַז פּעדלערײַ זאָל גלײַך פֿאַרנעמען דעם ערשטן פּלאַץ צװישן די אימיגראַנטישע פּראָפֿעסיעס. קרובֿים אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָבן געהאָלפֿן און אױף די גאַסן פֿון דער הױפּט-שטאָט האָבן זיך באַװיזן די ערשטע פּעדלער מיט זאָקן און קראַוואַטן. עטלעכע פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אַריבערגעקומענע „אױסגעגרינטע‟ פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, האָבן געעפֿנט אַן אויספֿאַרקױף פֿון די דאָזיקע סחורות, זײער גוט אױסרעכנדיק אױף די פּעדלער-מאַסע ווי אױף זײערע בעסטע פֿאַרקױפֿער. אַ סך זײַנען קראַנק געװאָרן פֿון אַרומגײן אַ גאַנצן טאָג מיט דער שװערער משׂא אונטער דער טראָפּישער מעקסיקאַנישער זון. אָבער די באַדינגונגען פֿון דער פּעדלערײַ האָבן זיך װאָס אַמאָל מער פֿאַרערגערט, צוליב דעם װאַקסנדיקן אימיגראַציע-שטראָם פֿון אײראָפּע. די שװינדלערישע צוזאָגן פֿון די פֿאַרשיידענע אַגענטן, אַז פֿון מעקסיקע אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז בלױז אײן שפּאַן, האָבן געלאָקט, און װען מען איז אַהער געקומען, איז מען מיט אַמאָל געבליבן אין אַ טעמפּן װינקל. פּעדלערײַ אַלײן האָט נישט געקאָנט דערנערן די נײַ-אָנגעלאָפֿענע אימיגראַנטן, און עס האָט זיך באַװיזן דער האַנדל מיט שטאָלװאַרג אױף די מאַרק-פּלעצער. („ייִדיש־מעקסיקאַניש‟)

נישט אויסגעמיטן האָבן אין זייערע ווערק די טעמע „אימיגראַנט און פּעדלערײַ‟ די ייִדישע שרײַבערס. לאָמיר אָנהייבן פֿון שלום־עליכמען:
„הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אָט דער בערל-אײַזיק איז אַװעק קײן אַמעריקאַ, אָפּגעװען דאָרט היפּשע עטלעכע יאָר און איז געקומען צוריק — װאָס פֿאַר װוּנדערים דער ייִד האָט זיך אָנגעדערציילט פֿון דעם אַמעריקאַ! „ערשטנס — דאָס לאַנד. ארץ זבת חלבֿ ודבש. מענטשן מאַכן געלט, מע זשעברעװעט מיט בײדע הענט, מע שאַרט גאָלד! און געשעפֿטן, ׳ביזנעס׳, הײסט דאָס דאָרטן, איז פֿאַראַן אַזױ פֿיל, אַזש דער קאָפּ דרייט זיך! װאָס איר װילט — דאָס טוט איר. װילט איר אַ פֿאַבריקע — איז אַ פֿאַבריקע. עפֿענען אַ סטאָרקע — איז אַ סטאָרקע. שטופּן אַ פּושקאַר — איז אַ פּושקאַר. אַניט — נעמט איר זיך צו פּעדלערײַ, אָדער איר גייט אַרבעטן אין אַ שאַפּ — אַ פֿרײַע מדינה! איר קאָנט אײַך געשװאָלן װערן פֿון הונגער, אױסציִען זיך אין גאַס, װעט אײַך קײנער ניט שטערן, קײן װאָרט ניט זאָגן.‟ („בערל־אײַזיק‟)
יעקבֿ גאָרדין:
„סײַמאָן האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון דעם אַמעריקאַנישן װערטל: ׳װען דו נעמסט זיך צו אַ זאַך, דאַן האַלט זיך דערבײַ׳, — און פּעדלען איז ניט נאָר געװאָרן זײַן אַרבעט, נאָר אױך אַ טײל פֿון זײַן פֿאַרגעניגן. פֿון זונען־אױפֿגאַנג ביז אַרום צען אָדער עלף אַזײגער בײַ נאַכט, האָט ער געפּעדלט. אין זעקס מאָנאַט צײַט האָט ער אַהײם געשיקט אַכציק רובל פֿאַר זײַן פֿרױ און דאַן אױך געקױפֿט שיפֿס-קאַרטן אױף אױסצוצאָלן. קורץ, אַכט מאָנאַט נאָך זײַן אָנקומען, איז סײַמאָנס פֿאַמיליע געװען אין ניו־יאָרק. סײַמאָן האָט זיך מיט דער צײַט אַרױפֿגעאַרבעט און איז געװאָרן אַ קאָסטאָמער־פּעדלער, פֿון װאַנען ער האָט געשפּאָרט עטלעכע הונדערט דאָלאַר. אָבער פּעדלערײַ איז אים נימאס געװאָרן, און ער האָט באַשלאָסן צו װערן אַ סוחר.‟ („וואַרום ער האָט זיך געשמדט‟)
ה. ד. נאָמבערג:
„ס’איז אַ גרינגע פּרנסה דאָס מין פּעדלערײַ און אַ ייִדישע פּרנסה. מיט קאַרגע פּאָר גראָשן האָט איר אַ געשעפֿט אין האַנט, און עס איז קײן װוּנדער נישט, אַז ס’געפֿינען זיך אױף איר אַזױ פֿיל בעלנים. און דאָס דאָזיקע מין פּעדלערײַ װערט געטריבן מיט די פֿאָלקסלידער, פּונקט אַזױ װי מיט די געדיכטן פֿון אַלטע און נײַע דיכטער. אױך דאָ קאָנט איר אײַך דורכשפּאַצירן דורך אַ ריי אויסשטעלונגען, װאָס בײַ אײנעם הענגט אױבן, הענגט בײַם צװײטן אונטן. און װידער אַמאָל — די זעלבע סחורה. דער פּעדלער דאַרף נישט פֿיל האָבן אױף פֿאַרקויף. ער קאָמבינירט מיט דעם קלײנעם ביסל סחורה און קומט אױס…‟ („דער פּעדלער גייט‟)
פּעדלערײַ האָט באַגלייט די ייִדישע אימיגראַציע אין אַלע אירע תּקופֿות. אַ ייִדישן פּעדלער אָדער פּעדלערקע קאָן מען זען אויך הײַנט אויף ברײַטאָן־ביטש האַנדלען בײַ אַ טישל מיט אַלערליי חפֿצים און צאַצקעס, געבראַכט נאָך פֿון דער אַלטער היים. פֿון דעסטוועגן, גייט אָט די פּרנסה בײַ ייִדן אונטער. דאָס שטאַפֿעט־שטעקעלע פֿון פּעדלערײַ האָבן איבערגעכאַפּט די אימיגראַנטן פֿון מעקסיקע און אַנדערע לאַטײַן־אַמעריקאַנער לענדער. מע קאָן זיי אָפֿט זען אויף די סאָבוויי־סטאַנציעס פֿאַרקויפֿן זייער נאַציאָנאַלע נאַשערײַ, אָדער אַרומגיין איבער די וואַגאָנען מיט פּושקעס זיסוואַרג…
פּעדלערײַ איז געווען און פֿאַרבליבן אַ סאָציאַלער צייכן פֿון אימיגראַנטישער נויט און דעם גרויסן ווילן זיך פֿאָרט אַרויפֿדראַפּען אויפֿן שטײַלן לייטער פֿון אַ נײַ בעסער לעבן.
לאַפּסוס־קאַקטוס
מאָוועמבער 16, 2024