משה לעמסטער
גאָטס טאָגבוך — די תּורה
1
דער באַשעפֿער האָט אַ מאָל אָנגעהויבן
אַ טאָגבוך צו פֿירן, צו פֿאַרשרײַבן אַלעס,
וואָס ער טוט אויף דער וועלט פֿון אונטן ביז אויבן
אַרום דעם טאָגבוך געשײַנט האָבן שטראַלן.
אָט האָט זיך דער טאָגבוך אין גיכן פֿאַרענדיקט
גרויס איז געוועזן פֿון זאַצן די צאָל,
נאָר גענוג, צו וואָס באַשרײַבן לענגער,
דאָס איז דאָס לעצטע וואָרט: „כּל־ישׂראל…‟
דער באַשעפֿער פֿאַרמאַכט דעם הייליקן טאָגבוך
ערגעץ דאָרט צווישן זונען און שטערן־רוימען,
שרײַבט אָן אין דער מיט פֿונעם ליכטיקן טאָוול:
בלויז איין שטראַלנדיק וואָרט: „תּורה‟…
2
דער באַשעפֿער האָט אויף דער ערד געזוכט,
פֿאַר וואָס פֿאַר אַ פֿאָלק די תּורה צו געבן?
וועמען פֿאַרטרויען דאָס הייליקע בוך
ווער לויט דער תּורה וועט דאָרט קאָנען לעבן? —
וועלכע פֿעלקער: ווײַסע, שוואַרצע, געלע,
צי די וואָס וווינען אין בערג, צי אין די טאָלן
צי אויף אַ ווײַטן אינדזל ערגעץ,
די כינעזער, די טיורקן, די מאָנגאָלער?..
ניין, ניט דער קאָליר פֿון הויט צי אויגן
און ניט די פֿאַרשיידענע וווינונגס־גערטנער
האָבן שײַכות צו די הייליקע אוצרות —
די תּורה־ווערטן האָבן שײַכות צו הערצער!
ס’איז אָבער פֿאַראַן אַ פֿאָלק אַ זעלטנס,
וואָס האָט אויף דער ערד ניט ווייניק געליטן,
ער איז ניט ענלעך אויף אַנדערע פֿעלקער
דאָס פֿאָלק איז באַוווּסט, מע רופֿן זיי ייִדן.
די ייִדן האָבן אַ באַזונדערן גורל
ס’איז דאָ אין זייערע הערצער אַן אָרט אַ פֿרײַס
דאָס אָרט איז זיכער פֿאַר דער תּורה —
פֿאַרן אייביקן געטלעכן גײַסט.
ס’האָט גאָט זיי געגעבן דאָס בוך וואָס איז הייליק
און זיי מיט אים האָבן זיך ניט געדונגען
די תּורה גענומען ערנסט און פֿריילעך
און אין איינעם מיט איר געטאַנצט און געזונגען…
געווען איז זיכער דער באַשעפֿער פֿון וועלטן,
אַז די ערד און די מענטשהייט וועלן תּמיד זײַן,
אויב די ייִדן וועלן לעבן צווישן פֿעלקער —
די בײַ וועמען די תּורה אין הערצער שײַנט.
און ס’ווייסן די ייִדן איבערגעצײַגטע
אָן זיי די פּלאַנעטע וועט ניט האָבן קיין ווערט —
זי וועט זיך ניט דרייען, ניט גרינען ווײַטער —
אָן זיי דער באַשעפֿער וועט פֿאַרלאָזן די ערד!..
3
די תּורה
איז די נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק
אַ דאַנק וועלכער
אַ ייִד לעבט און אָטעמט
אַזוי ווי עס פֿאָדערן
דעם באַשעפֿערס געבאָטן —
די תּורה
איז די נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
די תּורה
איז די פֿליגל פֿון אונדזער פֿאָלק,
אַ דאַנק וועלכער
מיר קאָנען פֿליִען און דערגרייכן
צו די סאַמע העכסטע הייכן —
די תּורה
איז די פֿליגל פֿון אונדזער פֿאָלק.
די תּורה
איז דאָס האַרץ פֿון אונדזער לאַנד,
אַ דאַנק וועלכער
טײַכן מילך און האָניק זיסן
פֿון דער צוגעזאָגטער ערד
קאָנען זיכער פֿליסן —
די תּורה
איז דאָס האַרץ פֿון אונדזער לאַנד.
די תּורה
איז דער שוצפֿאַרדעק פֿון לאַנד
פֿון אונדזערע ערד און טאָל
פֿון די בייזע ייִדנפֿײַנט,
פֿון די בלוטיקע שׂונאי־ישׂראל —
די תּורה
איז דער שוצפֿאַרדעק פֿון לאַנד…
* * *
און ווער בין איך, און וואָס בין איך
וועגן וואָס אויף דער ערד
בין איך געוואָרן געבוירן?
וויִאַזוי דאַרף איך לעבן
וואָס איז מײַן ווערט? —
פֿון וואַנעט מײַן חכמה שעפּן?
איך זוך די ענטפֿערס — איך לייען די תּורה —
דעם הייליקן טאָגבוך פֿונעם באַשעפֿער…