אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

                      

יעווגעני קיסין

טייל 2
  

קאַפּיטל ג


1

במשך פֿון די אַלע יאָרן אין דער קאָנסערװאַטאָריע, װי מישע האָט זיך נישט געסטאַרעט, האָט עס זיך אים טאַקע נישט אײַנגעגעבן אײַנצושטעלן װאָסערע–ניט–איז פּערזענלעכע באַציִונגען מיט זײַן באַרימטן פּיאַנע–פּראָפֿעסאָר: גילסקער איז געװען ביז גאָר אַ פֿאַרבאָרגענער, אַפֿילו אַ שטרענגער מענטש און האָט געהאַלטן אַ דיסטאַנץ מיט אַלעמען — אַ חוץ די סאַמע נאָענטסטע פֿרײַנד זײַנע, װאָס ער האָט זײ אין גאַנצן געטרױט, נײַערט װעגן דעם האָט מישע אין יענער צײַט נאָך נישט געװוּסט.

בטבֿע איז מישע געװען לגמרי אַן אומאײגננוציקער מענטש. נישט קאַריערע, נישט געלט האָבן אים לחלוטין ניט אינטערעסירט, הגם אין ביידע זאַכן האָט אים גאַנץ צוגעשפּילט דאָס מזל. פֿון דעסטװעגן, װי מיר װײסן שױן, אַז אים האָט זיך עפּעס פֿאַרוואָלט, פֿלעגט ער זיך אַלע מאָל אײַנשפּאַרן צו פּועלן דאָס, נישט וויכטיק, װיפֿל צײַט און באַמיִונגען עס זאָל בײַ אים נישט געווען נעמען. העכער אָנדערטהאַלבן יאָר נאָך דעם, װי מישע האָט געהאַט פֿאַרענדיקט די קאָנסערװאַטאָריע, האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אין פֿאַרלױף פֿון פֿינף טעג אויפֿגעטראָטן אין מאָסקװע דרײַ מאָל: געגעבן אײן סאָלאָ–קאָנצערט און נאָך דעם געשפּילט צװײ מאָל שומאַנס קאָנצערט מיטן לאַנדס הױפּט–אָרקעסטער, דעם אַזױ גערופֿענעם מלוכישן אַקאַדעמישן סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין שפּיץ מיט עפּעס אַ פֿאַרהעלטנישמעסיק יונגן דיריגענט. װי באַלד, כּדי צו קריגן בילעטן אױף גילסקערס קאָנצערטן אין דער קאַסע, האָט מען געדאַרפֿט אָפּשטײן אַ גאַנצע נאַכט אין אַ רײ, און דערבײַ האָט עס גאָר נישט גאַראַנטירט, אַז דער רעזולטאַט וועט זײַן אַ פּאָזיטיווער, — האָט מישע זיך פֿאַרבונדן מיטן דירעקטאָר פֿונעם זאַל װאַסילי יערמאָלאַיעװיטש זאַכאַרטשענקאָװ, אַ יאָדערדיקן מאַנצביל פֿון מיטעלע יאָרן מיט ברײטע פּלײצעס און היפּשע געזיכט–שטריכן. מישע איז געווען מיט אים גוט באַקאַנט, און האָט אים צוגערעדט אײַנאָרדענען פֿאַר אים בילעטן אױף אַלע דרײַ אָװנטן. „יערמאָלאַיִטש‟, װי מע פֿלעגט אים רופֿן אין די מאָסקװער מוזיקאַלישע קרײַזן, איז געװען אַ קאָמפּליצירטער מענטש, נישט געקוקט אױפֿן באַשטענדיקן אױפֿגעלײגטן אױסדרוק פֿון זײַן פּראָסט רונד פּנים. צו באַקומען פֿון אים בילעטן אױף אַ קאָנצערט, פֿלעגט צומאָל אָנקומען מיט גרינע װערעם. דאָס מאָל האָט מישע זיך געסטאַרעט מיט אַלע כּוחות. נאָך דעם האָט ער אָנגעקלונגען זײַן געװעזענעם פּראָפֿעסאָר גופֿא, געפֿרעגט אױף אַ העכסט דעליקאַטן אופֿן, צי יענער װאָלט געקאָנט אים איבערלאָזן בילעטן אױף אַלע קאָנצערטן, און דערציילט אַלץ, װי ס׳איז געװען: „איך האָב שױן צו אײן בילעט אױף יעדן קאָנצערט, נאָר מײַן פֿרױ װאָלט אױך געװאָלט קומען. זי אַליין איז נישט קײן מוזיקאַנט, נײַערט האָט זי זײער ליב מוזיק.‟ גילסקער האָט צוגעזאָגט עס צו טאָן.

װען נאָכן סאָלאָ–קאָנצערט זײַנען מישע און קאַטיע אָפּגעשטאַנען אַ לאַנגע רײ אינעם אַרטיסטן–צימער און מישע האָט פֿאָרגעשטעלט קאַטיע עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן און זײַן פֿרױ, אַן עלעגאַנטער קלײנװוּקסיקער דאַמע מיט געטאָקטע געזיכט–שטריכן און געקרײַזלטע האָר, האָט קאַטיע תּיכּף דערפֿילט, אַז זי איז געפֿעלן געװאָרן דעם גרױסן פּיאַניסט, אַז זײַן פֿרױ האָט עס אױך דערפֿילט און איר איז עס געװען נישט צום האַרצן, כאָטש נישט ער, נישט זי האָבן קײן אײן װאָרט ניט אַרױסגערעדט. דעריבער נאָך די אַלע התלהבֿות–װערטער האָט קאַטיע שטיל און בכּיװן באַשײדן געזאָגט: „נו, לאָמיר גײן, מישע, לאָמיר נישט שטערן עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן נאָך אַזאַ פֿאַנטאַסטישן קאָנצערט‟, — און האָט זיך ליבלעך געזעגנט מיט גילסקערן און זײַן פֿרױ. 

דער קאָנצערט איז טאַקע באמת געװען אַן אױסערגעװײנטלעכער. גילסקער האָט, װי תּמיד, גלענצנדיק געשפּילט בעטהאָװענס 12טע און 16טע סאָנאַטעס. עס האָט זיך געדאַכט, אַז זײַן שפּילן און דער גאַנץ שטרענגער, קאָנצענטרירטער אױסזען זײַנער זײַנען געװען אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון בעטהאָװענס מוזיק, פֿון בעטהאָװענס גײַסט מיט זײַן טיפֿקײט, אינערלעכן כּוח און פֿעסטן װילן. בשעת יענעם קאָנצערט איז מישען פּלוצעם דאָס ערשטע מאָל אין לעבן געקומען אױפֿן געדאַנק, אַז אַפֿילו עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס געזיכט–שטריכן אַלײן זײַנען געװען ענלעך אױף בעטהאָװענס: נישט אױפֿן פּאָרטרעט אױף דער לינקער װאַנט פֿונעם זאַל איבערן באַלקאָן, נאָר אױף אײניקע פֿון בעטהאָװענס פּאָרטרעטן, װאָס מישע האָט געהאַט געזען זײערע רעפּראָדוקציעס אין ביכער; װען נאָכן אומקערן זיך אַהײם האָט מישע געװיזן קאַטיען יענע בילדער און זיך געטײלט מיט איר מיט זײַן געדאַנק, האָט זי, אַן איבערגעראַשטע, פֿולשטענדיק מסכּים געװען מיטן מאַן.

אַן אמתער סורפּריז פֿאַר מישען האָט זיך אַרױסגעװיזן שומאַנס „טאָקאַטע‟. פֿאַר דעם האָט מישע געהאַט געהערט עטלעכע מאָל גילסקערס אַלטע רעקאָרדירונג פֿונעם דאָזיקן װערק, געמאַכט בעת יענער איז געװען יונג, נאָך ייִנגער, אײדער מישע, און אױף יענער פּלאַטע האָט עס געקלונגען פּשוט װי אַ גלענצנדיקע װירטואָזישע פּיעסע, אױסגעשפּילט זײער שנעל און הילכיק, אָן װאָסערע–ניט–איז שאַטירונגען. אַצינד, אױפֿן קאָנצערט, האָט זיך מישען געדאַכט, אַז ער האָט געהערט לגמרי אַן אַנדער מוזיק: עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט געשפּילט אין אַן אָפּגעהאַלטענעם טעמפּ, נאָר מיט אַ סך ניואַנסן, און אָנשטאָט גלאַנץ איז זײַן שפּילן געװען פֿול מיט אינערלעכער קראַפֿט. להיפּוך צו זײַן פֿריִיִקער רעקאָרדירונג, האָט ער פֿאַרענדיקט די „טאַקאָטע‟ נישט אױף פֿאָרטיסימאָ, נאָר אױף פּיאַנאָ, — נײַערט נישט געקוקט אױף דעם, האָט די אַלגעמײנע עמאָציאָנעלע אױפֿװירקונג זיך באַקומען אַ שטאַרקערע!

נאָך אַ גרעסערן רושם האָט געמאַכט אױף מישען ליסטס צװײטע „ראַפּסאַדיע‟, װאָס ס׳איז געװען אָנגענומען זי שפּילן, װי אַן עפֿעקטפֿול װירטואָזיש װערק. אונטער עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס פֿלײשיקע פֿינגערס, װאָס אײניקע פֿון זײ זײַנען געװען פֿאַרקלעפּט מיט פּלאַסטערס, איז דאָס באמת געװען אַן אונגאַרישע „ראַפּסאָדיע‟ אינעם פֿולן זינען פֿון װאָרט: אַ חוץ דער פֿענאָמענאַלער מײַסטערשאַפֿט, האָבן זיך אין איר געהערט אי דער שטאָלצער מאַדיאַרישער נאַציאָנאַלער גײַסט, אי דראַמע, אי גראַציעזקײט פֿון אַ טאַנץ, אי הומאָר, אי די רײַכסטע קלאַנגען–פּאַליטרע — אי, װידער, גילסקערס טיפּישער אינערלעכער כּוח.

אַ באַזונדער געשעעניש פֿאַר מישען איז אין יענעם װינטערדיקן אָװנט געװאָרן די פּראָגראַם פֿון בראַמס׳ 4 „באַלאַדעס‟, װאָס ער האָט זײ דעמאָלט דאָס ערשטע מאָל געהערט לעבעדיקערהײט, אַזוי צו זאָגן. מיט אַ סך יאָר פֿאַר דעם האָט ער זיך געהאַט באַקענט מיט דער דאָזיקער מוזיק פֿון די נאָטן און האָט זיך באַלד פֿאַרליבט אין איר אָטעם–פֿאַרכאַפּנדיקער טיפֿקײט און שײנקײט, הגם די רעקאָרדירונגען פֿון די ווערק, װאָס ער האָט זײ געהאַט געקױפֿט אין אױסלאַנד — סײַ װילהעלם קעמפּפֿס, סײַ דזשוליוס קאַטשענס — האָבן אים אַנטױשט: זײ זײַנען בײדע געװען עפּעס שנעלע און פּוסטעװאַטע. איצט, אױף עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס קאָנצערט, האָט מישע סוף–כּל–סוף געהערט די דאָזיקע באַלאַדעס געשפּילט דװקא אַזױ, װי עס האָט זיך אים געװאָלט זײ הערן, װי ער האָט זײ זיך פֿאָרגעשטעלט. אין גילסקערס אינטערפּרעטאַציע איז די שײנקײט און די טיפֿקײט פֿון בראַמס׳ מוזיק געװען אױסגעדרוקט אין דער פֿולסטער מאָס, און בעתן הערן די צװײטע און די פֿערטע באַלאַדעס, האָט מישע געטראַכט װעגן דעם, אַז בײַ בראַמסן זײַנען די דאָזיקע אײגנטימלעכקײטן געװען איבערגעפֿלאָכטן און אַפֿילו אַרײַנגעדרונגען אײנע אין דער אַנדערער: בראַמס׳ שײנקײט איז געװען אַ טיפֿע און די טיפֿקײט — אַ װוּנדערשײנע. אין אײנעם אַ מאָמענט, װען עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט געשפּילט דעם מיטלסטן טײל פֿון דער לעצטער באַלאַדע און דער גאַנצער עולם האָט אים געהערט מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם, האָט מישע זיך פּלוצעם דערמאָנט אין װילהעלם פֿורטװענגלערס אַן אַרױסזאָגונג — און דאָס ערשטע מאָל אין לעבן נישט בלױז פֿאַרשטאַנען, נאָר דערפֿילט איר זינען: „בראַמס׳ יעדעס װערק איז אַן אוצר. דער, װער ס׳װעט אים אַרױסבאַקומען, װעט קריגן אַן אומגעהערט רײַכטום.‟ 
  
קאַטיע איז אַװדאי נישט געװען מסוגל צו פֿאָרמולירן אירע אײַנדרוקן מיט אַזעלכע פּרטים, נאָר זי איז אױך געװען ביז גאָר פֿאַרכאַפּט מיט גילסקערס שפּילן און, װי מישע, האָט זי אַרױסגעקוקט מיט אומגעדולד אױף שומאַנס קאָנצערט אין צװײ טעג אַרום.

אַרום שומאַנס קאָנצערט האָט מישע געהאַט אַ באַזונדערע געשיכטע. ער האָט שוין לאַנג, נאָך פֿון קינדשאַפֿט אָן, זײער ליב געהאַט דאָס דאָזיקע װערק, און װען אױפֿן דריטן קורס אין דער קאָנסערװאַטאָריע האָט ער דאָס ערשטע מאָל געשפּילט פֿאַר עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן דעם ערשטן טײל, האָט יענער אַ פֿרעג געטאָן מיט קלאָרער פֿאַרװוּנדערונג: „מישע, פֿאַר װאָס שפּילסטו דאָס אַזױ שנעל? עס װערט דאָך אָנגעװױרן די שטימונג, דער כאַראַקטער פֿון דער מוזיק. אָט הער,‟ — ער האָט אױסגעשפּילט די ערשטע טעמע, — „ס׳איז דאָך דאָ אין דעם אַזױ פֿיל אומעט — און דו קאָנסט עס אױסשפּילן זײער גוט, ס׳איז דײַן מוזיק!‟. „פֿאַרשטײט איר, עמאַנויִל גריגאָריעװיטש,‟ — האָט מישע געענטפֿערט שטיל און װי װײַט מעגלעך בנימוסדיקער, — „איך האָב נישט לאַנג צוריק איבערגעלײענט אין ברונאָ װאַלטערס ׳טעמע און װאַריאַציעס׳, אַז הגם אין אָנהײב פֿונעם דאָזיקן טײל האָט שומאַן אָנגעשריבן Allegro affettuoso, פֿאַרלאַנגזאַמען אַלע דעם טעמפּ שױן אינעם פֿערטן טאַקט און האַלטן אין אײן שפּילן לאַנגזאַם ביז אַהער…‟. ער האָט אױסגעשפּילט אַ פּאָר טאַקטן, — „און שױן מיט זעקס טאַקטן שפּעטער פֿאַלט מען װידער אַרײַן אין אַ סענטימענטאַלער פֿאַרלאַנגזאַמונג, הגם שומאַן האָט נישט געמאַכט קײן שום אָנװײַזונגען אױף קײן ענדערונגען פֿונעם טעמפּ; דעריבער זאָל דער אָרקעסטער שפּילן די ערשטע טעמע אינעם זעלבן טעמפּ, װי דעם אַרײַנפֿיר, דער פּיאַניסט — אין אַ ביסל רויִקער באַװעגונג, לױט שומאַנס רעמאַרקע espressivo, און נאָך דעם, אָנשטאָט דער געװײנטלעכער רויִקער אױספֿילונג, קומט אַן אױפֿגערעגטע אינטערפּרעטאַציע פֿונעם ראָמאַנטיש–באַטריבטן עפּיזאָד…‟. מישע האָט װידער אױסגעשפּילט אַ פּאָר טאַקטן און אױפֿגעהערט אין פֿאַרלעגנהײט, קוקנדיק אומדרײסט אױף זײַן שטרענגן פּראָפֿעסאָר.
  
— פֿאַרשטײסטו, מישע, — האָט דער פּראָפֿעסאָר דעמאָלט געזאָגט, — לײענען ביכער פֿון גרױסע מוזיקאַנטן איז אַװדאי נוצלעך, זײער נוצלעך אַפֿילו, נאָר דאָס מײנט נישט, אַז מע זאָל אַלע מאָל בלינד נאָכפֿאָלגן אַלצדינג, װאָס איז אָנגעשריבן אין זײ, אַפֿילו אױב עס זעט אױס איבערצײַגעװדיק. צום אַלעם ערשטן דאַרף מען פֿאָרט אַרױסגײן פֿון דער מוזיק גופֿא, זיך אָריענטירן אױף דער מוזיק, און װען עס האַנדלט זיך װעגן אַ טעמפּ, דאַרף מען הערן, צי דער טעמפּ גיט איבער דעם כאַראַקטער פֿון דער מוזיק, צי מע קאָן אױסדריקן אינעם דאָזיקן טעמפּ אַלץ, װאָס דער קאָמפּאָזיטאָר האָט אין דער מוזיק אַרײַנגעלײגט, אַפֿילו אױב ער האָט גאָרנישט ניט אָנגעװיזן אין די נאָטן. הער, װאָס פֿאַר אַ מרה–שחורהדיקע מוזיק דאָס איז, — עמאַנויִל גריגאָריעװיטש האָט װידער אַ מאָל אױסגעשפּילט די ערשטע טעמע, — שױן זשע קאָן מען אױסדריקן אָט דעם גאַנצן טרױער אין אַ שנעלערן טעמפּ? און אינעם װײַטערדיקן עפּיזאָד איז דאָ קײן שום רו ניטאָ, נאָר דװקא באַטריבטקײט, — ער האָט אױסגעשפּילט דעם אָנהײב פֿון יענעם עפּיזאָד, — און װאָס שײך אױפֿרעגונג — װעט זי קומען שפּעטער, אינעם זײַטיקן טײל, — ער האָט אױסגעשפּילט עטלעכע טאַקטן, צוזינגענדיק דערבײַ דעם קלאַרנעטס פּאַרטיע, — און אױך אין דער אַנטװיקלונג, — ער האָט אויסגעשפּילט אַ פּאָר טאַקטן, — דאַן װעט זיך באַקומען אַ קאָנטראַסט. און די פֿאַרלאַנגזאַמונג אינעם פֿאַרבינד–טײל איז לחלוטין נישט קײן סענטימענטאַלע. אױב דו װעסט אַ מאָל שפּילן עפּעס אױף אַ סענטימענטאַלן אופֿן, אַפֿילו טשטײַקאָװסקיס „סענטימענטאַלער װאַלס‟, װעל איך, כּל–זמן דו לערנסט זיך בײַ מיר, דיך נישט לאָזן עס צו טאָן. נו, און װאַלטער שרײַבט דאָך, אַז אַלע שפּילן אַזױ, ריכטיק? הײסט עס, אױך גרױסע פּיאַניסטן שפּילן אַזױ, און זײ אַלע זײַנען פֿאָרט נישט קײן נאַראָנים, פֿאַרשטײען עפּעס אין מוזיק. צי האָסטו געהערט װאָסערע–ניט–איז רעקאָרדירונגען פֿונעם דאָזיקן קאָנצערט?
 
— יאָ, אַװדאי… קאָרטאָס רעקאָרדירונג האָב איך געהערט… ריכטערס…
— נו אָט: בפֿירוש נישט די סאַמע קליינע פּיאַניסטן. בפֿרט ריכטער… מע האַלט אים בײַ אונדז אַפֿילו פֿאַר דעם סאַמע בעסטן… — די לעצטע װערטער האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אַרױסגעבראַכט מיט עפּעס אַן אומגעריכט איראָנישער אינטאָנאַציע.

מישע האָט זיך דערמאָנט, אַז אין ריכטערס רעקאָרדירונג האָט „דער ראָמאַנטיש–באַטריבטער עפּיזאָד‟ נאָך דער ערשטער טעמע געקלונגען טאַקע גאַנץ אױפֿגערעגט, אָבער ער האָט דעמאָלט נישט געהאַט די העזה צו דערװידערן זײַן פּראָפֿעסאָר. אַצינד, נאָך גילסקערס ערשטן קאָנצערט מיטן אָרקעסטער, האָט מישע, אַרײַנגייענדיק אינעם אַרטיסטן–צימער געזאָגט: „עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, הײַנט האָב איך פֿאַרשטאַנען אין דער פֿולער מאָס, װי גערעכט איר זײַט געװען, — געדענקט איר, װען איך האָב אײַך דאָס ערשטע מאָל אױסגעשפּילט אָט דעם קאָנצערט?‟. אין דער אמתן, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט די דאָזיקע מוזיק געטראָגן אין זיך אַ טיפֿן אומעט און טראַגיזם! גילסקער האָט עס איבערגעגעבן אין זײַן שפּילן, װי קײנער נישט; יעדע נאָטע אונטער זײַנע פֿינגער האָט גערעדט, דערצײלט, געבעטן, זיך באַקלאָגט, געװײנט, זיך באַאומרויִקט, פּראָטעסטירט, געטראַכט, מתפּלל געװען, געהאָפֿט, זיך געחידושט, געשטעלט שאלות, געגעבן תּשובֿות און װידער געשטעלט קשיות…

װען מישע און קאַטיע זײַנען צוגעגאַנגען צו עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן נאָך זײַן לעצטן קאָנצערט, האָט יענער פֿאָרזיכטיק אַ פֿרעג געטאָן בײַ זײ: „איר זײַט איצט מיט עפּעס באַשעפֿטיקט?‟ — און נאָכן באַקומען אַ נעגאַטיװן ענטפֿער, האָט ער געזאָגט: „װאַרט אָפּ אױף מיר, מירן פֿאָרן צוזאַמען צו מיר אַהײם.‟ שוין פֿאַר דער טיר בײַם פֿאַרלאָזן דעם אַרטיסטן־צימער, האָט קאַטיע, װיסנדיק װעגן מישעס שטרעבונגען, אַ קוק געטאָן אױף אים מיט שײַנענדיקע אױגן און שטיל געזאָגט אױף ייִדיש: „מזל–טובֿ!‟

בעתן באַזוכן אַנדערע מענטשן האָט מישע ליב געהאַט אָנקוקן די ביכער פֿון זייער היים־ביבליאָטעק. פֿאַרשטײט זיך, אין די שטיבער פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקײטן, װי שעסטאַקאָװסקי און כרעמענקאָװ, האָט ער נישט געהאַט די העזה עס צו טאָן, װי אױך װען ער פֿלעגט קומען מיט אַנדערע סטודענטן צו גילסקערן אױף זײַנע אימענינעס. דאָס מאָל אָבער, װען נאָך דער װעטשערע האָט דער באַלעבאַס פֿאַרבעטן אַלעמען אינעם גאַסט–צימער, האָט מישע אָנגעװיזן מיטן קאָפּ אױף די ביכער–שראַנקען און געפֿרעגט אומדרײסט: „עמאַנויִל גריגאַריעװיטש, צי מעג איך אַ קוק טאָן?‟. — „אַװדאי, מישע, גיב אַ קוק‟, — האָט יענער גערן מסכּים געװען.

מישע האָט אָנגעהױבן באַטראַכטן די ביכער מיט אינטערעס און איז פּלוצעם פֿאַרגליװערט געװאָרן אַן איבערגעראַשטער: עס האָט זיך אים געװאָרפֿן אין די אױגן דער נאָמען אױפֿן רוקן פֿון אַ קלײנעם דיקן שװאַרצן בוך: „די ביבל‟, אָנגעשריבן מיט רוסישע בוכשטאַבן. 
  
— װאָסי, צי האָט דיך עפּעס פֿאַראינטערעסירט? — האָט מישע דערהערט הינטער זיך עמאַנויִל גריגאַריעװוטשס קול. ער האָט זיך אױסגעקערעװעט און שטיל געזאָגט:
— אָט, זע איך, די ביבל… עמאַנויִל גריגאָריעװיטש, איך װעל קײנעם נישט דערצײלן, כ׳גיב אײַך מײַן ערנװאָרט! — ער האָט געקוקט גלײַך אין זײַן געװעזענעם פּראָפֿעסאָרס אױגן, סטאַרענדיק זיך צו װײַזן מיט זײַן קוק, אַז יענער קאָן אים פֿולשטענדיק טרױען.
— יאָ, — האָט גילסקער געענטפֿערט, — בעת איך בין געװען אין אַמעריקע, האָט מען דאָרטן צו מיר צוגעפֿעסטיקט אַן אָנשטימער פֿון דער פֿירמע „סטײנװײ‟; ער איז זײער אַ גוטער אָנשטימער און זײער אַ פֿרומער מענטש, און ער האָט עס מיר געגעבן פֿאַר אַ מתּנה.
— כ׳פֿאַרשטײ, — האָט מישע לײַכט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ, — איך האָב אַ סך געלײענט װעגן דער ביבל, נאָר די ביבל גופֿא איז מיר אַװדאי נישט אױסגעקומען צו לײענען… בלױז די פֿראַגמענטן, װאָס מע האָט זײ פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער „ביבליאָטעק פֿון דער װעלט–ליטעראַטור‟…
— אין דער „ביבליאָטעק פֿון דער װעלט–ליטעראַטור‟ האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט פֿראַגמענטן פֿון דער ביבל? — האָט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש איבערגעפֿרעגט מיט פֿאַרװוּנדערונג.
— יאָ, אינעם סאַמע סוף פֿונעם באַנד „פּאָעזיע און פּראָזע פֿונעם אוראַלטן מיזרח‟, אינעם אָפּטײל „אַלטהעברעיִשע ליטעראַטור‟. דאָרטן האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט די קאַפּיטלען װעגן דעם מבול פֿון „בראשית‟, „יונה‟, „רות‟, „איובֿ‟, „שיר–השירים‟ און „קהלת‟. אַזױ אַז דאָס אַלץ האָב איך איבערגעלײענט — און גאָר…
— און אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק, — האָט קאַטיע שטיל צוגעגעבן.
— דו האָסט דאָס אַלץ אױסגעלערנט אױף אױסנװײניק? — האָט גילסקער געפֿרעגט, אױפֿהײבנדיק זײַנע געדיכטע ברעמען, װאָס דורך זײער געלקײט האָבן זיך שױן דורכגעשניטן גרױע הערעלעך.
— יאָ…
— װאָס, און „איובֿ‟ האָסטו אױך אױף אױסנװײניק אױסגעלערנט?
— יאָ, — האָט מישע באַשטעטיקט און אָנגעהױבן דעקלאַמירן:
 „עס איז געװען אַ מאַן אין לאַנד עוץ װאָס זײַן נאָמען איז געװען איובֿ; און דער דאָזיקער מאַן איז געװען ערלעך און רעכטפֿאַרטיק, און גאָטספֿאָרכטיק, און אָפּגעקערט פֿון שלעכטס…‟.

מישע האָט דעקלאַמירט כּמעט צװײ שעה. קאַטיע האָט געקוקט אױף אים מיט שטאָלץ, עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס פֿרױ — מיט דערשיטערונג. כּל–זמן מישע האָט דערצײלט מיט התלהבֿות די מעשׂה פֿון איובֿס נסיונות, האָט דער אױסדרוק אױף זײַן געװעזענעם לערערס פּנים געהאַלטן אין אײן בײַטן זיך. 

— ביסט אַ מאָלאָדיעץ… — האָט גילסקער געזאָגט, װען מישע האָט פֿאַרענדיקט. אים איז בפֿירוש געװאָרן קלאָר, אַז עד–היום האָט ער לחלוטין גאָרנישט ניט געװוּסט װעגן זײַן טאַלאַנטירטן סטודענט, װאָס האָט זיך געהאַט געלערנט בײַ אים גאַנצע פֿינף יאָר, װי װעגן אַ מענטשן.

בערך אַ יאָר איז פֿאַרבײַ. אין משך פֿון דער צײַט האָט זיך עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן און מישען בשום–אופֿן נישט אײַנגעגעבן זיך צו דערקלינגען אײנער צום אַנדערן: אָט איז גילסקער געװען אױף גאַסטראָלן און אָט — מישע. אין יענע יאָרן האָט מען אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד נישט געקאָנט פּשוט אָננעמען דעם טעלעפֿאָן–נומער און זיך פֿאַרבינדן מיט אַן אַנדער שטאָט: מע האָט געמוזט פֿאַר פֿריִער באַשטעלן אַזאַ טעלעפֿאָן–געשפּרעך און װאַרטן צו מאָל שעהענװײַז. אַ פּאָר מאָל האָט מישע אָנגעשריבן עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן, און אײן מאָל האָט גילסקער אים צוגעשיקט אַ װוּנדערשײן פּאָסטקאַרטל פֿון לאָנדאָן, אױף װעלכן ס׳איז אָנגעמאָלט געװען דער בנין פֿונעם פּאַרלאַמענט אױפֿן הינטערגרונט פֿון זון–פֿאַרגאַנג. אין אײנעם אַ װינטערדיקן טאָג איז מישע געװען אין דער הײם און האָט געלערנט מיט באַגײַסטערונג דעם ערשטן טײל פֿון פּראָקאָפֿיעװס 2טן קאָנצערט. דאָס ווערק האָט בײַ אים נאָך פֿון די דערװאַקסלינג–יאָרן אַרױסגערופֿן אַסאָציאַציעס מיט װינטערדיקער מאָסקװע. ס׳האָט אַ קלונג געטאָן דער טעלעפֿאָן:
  
— אַ גוטן, מישע, עס רעדט עמאַנויִל גריגאָריעװיטש. װאָס טוסטו הײַנט אין אָװנט? אױב דו קאָנסט, קום צו מיר מיט קאַטיען. און נעם מיט זיך מיט אַ דיקן פּאָרטפֿעל. 

אַצינד האָט נישט בלױז גילסקערס שטים, נאָר אױך זײַנע װערטער אַלײן געקלונקען װאַרעם, װי קײן מאָל פֿריִער. מישע האָט אָפּגעזוכט אַן אַלטן לעדערנעם פּאָרטפֿעל און אַ טראַכט געטאָן, אַז מסתּמא װיל עמאַנויִל גריגאָריעװיטש אים שענקען זײַנע פּלאַטעס.

אין יענעם אָװנט איז גילסקער געװען אין דער הײם אַלײן. ער האָט מכבד געװען די יונגע געסט מיט קאַװע, אױסגעפֿרעגט מישען װעגן יענעמס ענינים, דערצײלט װעגן זײַן אַנומלטיקער נסיעה אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װוּ ער האָט געהאַט פֿאַרבראַכט אָנדערטהאַלבן חדשים און געשפּילט סײַ סאָלאָ–קאָנצערטן, סײַ מיט פֿאַרשײדענע אָרקעסטערס איבער דעם לאַנד —, פֿון קאַליפֿאָרניע ביז ניו–יאָרק. ער האָט אױך געשטעלט הערן מישען און קאַטיען די פּלאַטעס, װאָס ער האָט געהאַט געבראַכט פֿון די װײַטע מקומות: װלאַדימיר האָראָװיצס לעצטע רעקאָרדירונגען און דעם אַלבאָם פֿון צװײ פּלאַטעס מיטן נאָמען „קאָנצערט פֿונעם יאָרהונדערט‟ — די רעקאָרדירונג פֿונעם גאַלאַ–קאָנצערט לכּבֿוד דעם 85סטן יובילײ פֿון קאַרנעגי האָל. אינעם קאָנצערט האָבן זיך באַטײליקט מפֿורסמים פֿון דער מוזיק–װעלט: דער ניו–יאָרקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער אין שפּיץ מיט לעאָנאַרד בערנסטײַנען, וולאַדימיר האָראָװיץ, יהודי מנוחין, אײַזיק סטערן, דיטריך פֿישער–דיסקאַו, ראַסטראַפּאָװ (צו יענער צײַט איז ער נאָך אַלע זײַנע געבראָטענע אָפּקומענישן סוף–כּל–סוף אַװעקגעפֿאָרן אױף מערבֿ)… װען עטלעכע שעה זײַנען פֿאַרבײַ און ס׳איז געקומען די צײַט אַװעקצוגײן, איז דער באַלעבאָס צוגעגאַנגען צום פֿאָרטעפּיאַן, גענומען עפּעס פֿון דאָרטן און דערלאַנגט עס מישען.

— דאָס איז דיר, — האָט ער געזאָגט מיט עפּעס אַן אומגעװײנטלעך קול. 

דאָס איז געװען אַ קלײן דיק בוך, אײַנגעװיקלט אין אַ צײַטונג. נישט גלײבנדיק זײַן אײגענער השערה, האָט מישע עס אױפֿגעפּעקלט און אויפֿגעבלעטערט. אַן ערך אין דער מיט האָט ער איבערגעלייענט די װערטער: „געניס דאָס לעבן מיטן װײַב װאָס דו האָסט ליב‟.

אומגעקערט זיך אַהײם און האַסטיק אױסגעטאָן דעם פֿיטערנעם מאַנטל, האָט מישע זיך געװאָרפֿן צום דיװאַן, אַרױסגענומען פֿונעם פּאָרטפֿעל עמאַנויִל גריגאָריעװיטשס מתּנה און גענומען לײענען פֿון סאַמע אָנהײב אָן.

מישע, טו כאָטש די באָטן אױס, — האָט ער דערהערט קאַטיעס צערטלעכע שטים.

המשך קומט

Leave a comment