באָריס סאַנדלער
ירושלים. פּורים–קאַרנאַוואַל. גראָטעסק און פֿאַרביק האָט ער זיך געשלענגלט איבער די שמאָלע, אָנגעטאָן אין ווײַסע מלבושים געסלעך פֿון דער אַלטער שטאָט, וואָט האָט שוין געהאַט אײַנגעדרעמלט, יוו אַן אומשטערבלעכער ספֿינקס אַ מידער פֿון וואַרטן תּשובֿות אויף זײַנע סודותדיקע רעטענישן. אויסגעפּוצטע פּאַרשוינען, פֿאַרשטעלטע לצים און קייסאָרים, מערדער און רוצחים פֿון אַלע צײַטן, מאָנסטערס, געשפּענסטן מיט צעשפּאַלטענע שאַרבנס, אַז די געהירן פֿאַלן פֿון זיי אַרויס, זונות ,ענלעכע איינע צו אַן אַנדערער מדור לדור, בלייכע בתולות ,אויסגעבענקטע נאָך אַ טראָפּן תּענוג , מכשפֿות, וועלכע כאַפּן אַן אָנבליק אויף די הײַנטיקע פּאָליטיקערינס, האָמאָסעקסואַליסטן מיט אײַנגעפֿלאָכטענע קאָליריקע פּרעזערוואַטיוון אין די צעפּ, כּלערליי באַשעפֿענישן מיט פֿאַנטאַסטישע צורות און גופֿים, וועלכע האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿון די TV־עקראַנען ,ווי אַ דזשין פֿון דער מעשענער כּלי; דאָ און דאָרט האָט צווישן דעם המון אַרויסגעשטעקט אַ הערבל פֿון אַ מרדכי — אַ פֿאַרשלעפּטער תּירוץ פֿאַר דער דאָזיקער שׂימחה. מ’האָט אים נאָך ניט פֿאַרגעסן ,דעם אַלטן מסור ,ניט אַרויסגעלאָזט פֿון אויג — אַז ער האָט געקאָנט אַמאָל פֿאַרקויפֿן, קאָן מען אים הײַנט אונטערקויפֿן! — אָט אַ המן, אַ מאָל מיט אַ רויטן אַלטמאָדישן קאַפּעליוש אויפֿן קאָפּ, און אַ מאָל מיט אַ ווײַס־שוואַרצער געקעסטלטער פֿאַטשיילע, וועלכע גייט גיך אין דער מאָדע אַרײַן…
דער שקר-ריח האָט זיך געטראָגן איבער די פֿאַרשטעלטע, זיך אײַנגעגעסן אין די קאַלכשטיינערנע, שוואָמענאַרטיקע לונגען פֿון דער שטאָט.
אַלכּסנדר האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון דעם רעשיקן שטראָם און זיך צוגעטוליעט צו אַ פֿינצנטערער וואַנט, ווי צוגעוואַקסן צו איר מיט דער פּלייצע און נאַקן, ער האָט עס געטאָן גיך און פֿלינק, אַז זײַנע חבֿרים, פֿאַרשטעלט ווי בלינדע בעטלערס פֿון ברייגעלס בילד, זאָלן אים ניט באַמערקן. צוריק גערעדט, האָבן זיי אים שוין פֿון לאַנג ניט געהאַלטן בײַ דער האַנט, געדרייט אַ פֿלירט מיט צוויי קורנאָסע צעשויבערטע מכשפֿות. אַלכּסנדר אַליין האָט אין דער פּורים–שפּיל געשפּילט די ראָלע פֿון זייער באַגלייטער, אַ דלותדיקן אָפּגעריסענעם נע–ונדניק, אָנגעטאָן אין אַ לאַנג אויסגעברענט העמד אַריבער די צעריסענע דזשינסן און אויף די פֿיס אַ פּאָר איבערגעקערטע סאַנדאַלעטן. די שפּיל האָט אים פֿאַרכאַפּט. טאַקע דעריבער האָט ער עס געטאָן בשתּיקה, ווי געוואָלט פּטור ווערן פֿון די דרײַ בלינדע פֿרײַנד זײַנע, זיך אויסגעבאַהאַלטן פֿון זיי און זיך געמאָלט, אַז ער, אַלכּסנדר, אַנטלויפֿט פֿון דעם גזלן פּראָקוסט, וועלכער נישטערט און זוכט אים איבערן מידבר, כּדי אויספּרוּוון אויף אים עפּעס אַ ווילד–נײַעם מכשיר פֿון פּײַן…
קאַרנאַוואַל — די פּאַסיקסטע צײַט אויפֿצודעקן דאָס אמתע פּנים און ניט מורא האָבן, אַז מע וועט עס דערקענען.
ער האָט זיך דערמאָנט: אין דער אַרמיי, נאָך דעם ווי מ’האָט אויף אים אַרויפֿגעשלעפּט דעם זעלנער–מונדיר, האָט ער באַלד דערפֿילט, אַז ער איז בלויז אַן אויספֿירער פֿון עמעצנס ווילן: מ’האָט אים געהייסן לויפֿן, איז ער געלאָפֿן, מ’האָט אים געהייסן שטיין אויסגעצויגן, ווי אַ סטרונע, איז ער געשטאַנען, מ’האָט אים געהייסן זיך וואַלגערן אין בלאָטע, האָט ער זיך געוואַלגערט, מ’האָט אים געהייסן שיסן און דערהרגענען, האָט ער עס געטאָן. אַ סאָלדאַט דאַרף ניט טראַכטן! זײַן קאָמאַנדיר טראַכט פֿאַר אים! — האָט אים אַרײַנגעקלאַפּט אין קאָפּ דער סערזשאַנט. ניט פּשוט איז אים געווען צו באַנעמען די פּרימיטיווע עבֿרי, אָבער דער זעלנער–מונדיר האָט אים אַרויסגעהאָלפֿן. זײַנע געפֿילן און געדאַנקען האָבן באַקומען איין פֿאַרב — די כאַקיפֿאַרב פֿונעם קאַזיאָנע מונדיר. נאָר אין אים האָט ער זיך געפֿילט פֿרײַ און זיכער, און מאָראַליש–באַרעכטיקט לגבי די באַפֿעלן און מעשׂים ,וועלכע מ’האָט אים געהייסן אויספֿירן. ער האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אויסגעפֿורעמט קלעצל, פּונקט אַזאַ ווי די איבעריקע סאָלדאַטן־קלעצלעך פֿון זײַן אָפּטייל. בשעת די מאַרשירונגען אויפֿן פּלאַץ האָט ער געזען פֿאַר זיך נאָר דעם אָפּגעגאָלטן נאַקן פֿון דעם סאָלדאַט, וועלכער האָט מאַרשירט אין דער ריי פֿאַר אים אויף אַ דיסטאַנץ פֿון אַן אויסגעשטרעקטער האַנט און געפֿילט מיט זײַן אייגענעם אָפּגעגאָלטן נאַקן דעם אײַנגעשרויפֿטן בליק פֿון דעם סאָלדאַט פֿון הינטן. אַ לאַנג שטיקל צײַט נאָך דער דעמאָביליזאַציע פֿלעגט אַלכּסנדר זיך פּלוצעם אויפֿכאַפּן בײַ נאַכט אין אַ קאַלטן שווייס. די צוגעחלומטע אַרמיייִשע קאָשמאַרן זײַנען באַלד נעלם געוואָרן, זיך אויסגעמעקט, ווי אַ טעקסט פֿונעם קאָמפּיוטער–זכּרון נאָך ניט אַ ריכטיקער קאָמאַנדע, עס בלײַבט נאָר דער פֿלאַכגרויער באַרעמלטער פֿאָן. איין זאַך האָט אים געהאָלפֿן אין די שלאָפֿלאָזע נעכט ווידער אײַנשלאָפֿן— דער שינעל זײַנער, דער איינציקער טראָפֿיי, וועלכן ער האָט איבערגעלאָזט פֿאַר זיך, ווײַל אַלע איבעריקע בעבעכעס, געבראַכט פֿון דער אַרמיי, האָט ער צעגעבן די ייִנגלעך פֿון זײַן הויף. אונטער איר ממושתדיקער וואַרעמקייט, פֿילנדיק מיטן לײַב דעם גראָבן שטאָף, פֿלעגט ער תּיכּף ”אויסשליסן“ זיך און שוין אָן שום חלומות אָפּשלאָפֿן אויף איין זײַט ביז האַלבן טאָג…
אַלכּסנדר האָט זיך אַרומגעקוקט. דאָס געסל, וווּהין ס’האָט אים געבראַכט דער פּורים–צוג, האָט געטראָגן אַ לאַנגן פֿאַרדרייטן נאָמען פֿון עפּעס אַ רבֿ אָדער אַ רבי. צווייגאָרנדיקע בנינים אָן ביידעמער, מיט שמאָלע אויסגעקאָוועטע גאַנעקלעך זײַנען געשטאַנען פֿון ביידע זײַטן דער ברוקירטער גאַס. שמאָלע פֿענצטער מיט האַלב–קײַלעכדיקע קאַרניזן, מיט לאָדנס פֿון דרויסן, אָפּגעפֿאַרבטע אין העל–געלער, גרינער, בלויער פֿאַרב זײַנען געווען קונציק אײַנגעמײַסטרעוועט אין דער פֿאַסאַדוואַנט. אַריבער די פֿעסטע טירן, ענלעכע צו הויפֿטויערן, זײַנען אַראָפּגעהאַנגען דאָ און דאָרט עלעקטרישע לאַמטערנס. דאָס מיטל–אַלטערלעכע געסל האָט אויסגעזען ווי אַ בינע–דעקאָראַציע צו דער הײַנטיקער פּורים־שפּיל.
די קלאַנגען פֿונעם קאַרנאַוואַל: אַ געמיש פֿון גרילצנדיקע פֿלייטן־קאָלענצן, מאָנאָטאָנישן געברום פֿון די זאַקפֿײַפֿלעך, טראַסק און קלאַפּערײַ פֿון גראַגערס, פּויקן און טאַמבורינען, קוויטשערײַען און אָרגאַזמישע התפּעלות פֿון די פֿאַרשטעלטע — די גאַנצע המון־קאַקאָפֿאָניע האָט זיך אַלץ מער און מער דערווײַטערט פֿון אַלכּסנדרען און בהדרגהדיק ווי אַן אינטראָדוקציע אַרײַנגעפֿירט אים, דעם פֿאַרבלאָנדזשעטן נע–ונדגיק, אינעם אָנהייב פֿון עפּעס אַ פֿאַנטאַסטישער געשיכטע…
אַלכּסנדר — אַזוי מענעריש–שטרענג און אפֿשר מליצידיק–דערהויבן האָט זיך צו אים געווענדט אין דער היים נאָר דער פֿאָטער, דער באַקאַנטער כירורג אין זייער שטאָט, דאָקטער מאַרשאַק. די מוטער, אַ לערערין פֿון כעמיע אין שול, האָט אים גערופֿן היימיש — סאַשאַ. זײַנע עלטערן זײַנען שוין ביידע געווען ווײַט ניט קיין יונגע מענטשן ווען זייער איין און איינציקער יורש האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט.
בײַ פֿינף יאָר האָט אַלכּסנדר אָדער סאַשאַ פֿרײַ געלייענט און ליב געהאַט זיך פֿאַרמאַכן אינעם פֿאָטערס קאַבינעט, אין דעם הויכן און געראַמען צימער; אַרום די ווענט ביז אַרויף צו דער סטעליע זײַנען געשטאַנען פּאָליצעס מיט ביבער, לעבן פֿענצטער — דער דעמבענער טיש מיט געשניצטע פֿיסלעך, אַ בענקל מיט אַ געפֿלאָכטענעם געזעס און כּמעט אין מיטן דעם קאַבינעט, ווי אַן אײַנגעוואַקסן פֿון גאָר אַלטע צײַטן, איז דאָ געבליבן שטיין דער מגושמדיקער פֿאָטעל, אַ באַצויגענער מיט שוואַרצן לעדער, ערטערווײַז אָפּגעריבן ביז געלע פֿלעקן. דעם דאָזיקן פֿאָטעל האָט מען, דאַכט זיך, קיין מאָל פֿונעם אָרט ניט גערירט, אַפֿילו בשעת די גענעראַל–אויפֿראַמרנגען, ווען אַלע זאַכן אין שטוב האָבן זיך אָנגעהויבן צו באַוועגן ,איבערשטעלן און איבעררוקן. וועגן אים, וועגן דעם אומגעלומפּערטן פֿאָטעל, זײַנען בײַ אַלכּסנדרען פֿאַרבליבן די בעסטע דערמאָנונגען, וועלכע האָבן אים פֿאַרבונדן מיטן פֿאָטערס היים, מיט די קינדער–יאָרן און מיט זײַן יוגנט.
אין דרויסן גיסט אַ קאַלטער אָסיען–רעגן, און דער קליינער אַלכּסנדר אַן אײַנגעקוטעטער אין דער מוטערס וואָלענער קאָפֿטע, טערקיש אַרונטערגענומען אונטער זיך די פֿיס מיט שטענדיק אַראָפּגעלאָזטע זאָקן, זיצט זיך אין דעם ווייכן פֿאָטעל אָט מיט דעפֿאָס ראַבינזאָנען, אָט מיט דיומאַס מושקעטערן און אָט מיט קאָנאַן דוילס שערלאָק האָלמסן. ער האָט ניט געלייענט קיין ביכער וועגן שפּיאָנען אָדער וועגן דער מלחמה. מעגלעך, ווײַל ער האָט זיי ניט געפֿונען אין דעם פֿאָטערס ביבליאָטעק. דערפֿאַר האָט ער זייער גיך אָפּגעזוכט דאָרט, צווישן די דיקע מעדיצינישע בענד זייער טשיקאַווע זאַכן, שיין אילוסטרירטע און גענוי באַשריבענע, אָבער ניט אין גאַנצן פֿאַרשטענדלעכע. אַלכּסנדר האָט ליב געהאַט אָט די ביכער סתּם בלעטערן, זיך אײַנקוקן אין די בילדער פֿון מענטשלעכע אבֿרים און דערנאָך זין טאַפּן דעם בויך, דעם קאָפּ, גלײַך ווי ער וואָלט געקאָנט זיי דאָרט אָנטאַפּן.
אין דעם אַלטן פֿאָטעל פֿלעגט אַלכּסנדר ניט איין מאָל אײַנדרעמלען מיט אַן אויפֿגעבלעטערט בוך אויף די קני… די גלײַכע שורות אויף די זײַטן פֿלעגן זין צעקריכן, צעשווענקען זיך, ווי די רעגן–טראָפּנס אויף די שויבן; דאָס ערשט איבערגעלייענטע האָט אויפֿגעוואַכט און זיך פֿאַרוואַנדלט אין לעבעדיקע בילדער, גלײַך ווי ער וואָלט געזען ניט קיין חלום, נאָר אַ קינאָפֿילם. די שענסטע חלומות זײַנען געווען יענע, וועלכע האָבן אים אַוועקגעטראָגן אין די בלויע הייכן. ער האָט זיי גערופֿן ”פֿליִענדיקע חלומות“. אין די דאָזיקע חלומות האָט אַלכּסנדר געשוועבט איבער דער וועלט, ווי אַ מלאך, נאָר אָן פֿליגלען; וואָס עס קומט פֿאָר אונטן האָט ער ניט געוווּסט — די געדיכטע וואָלקנס האָבן אים פֿאַרשטעלט די ערד. דעם אמת געזאָגט, האָט ער אין די חלומות זײַנע נאָך דער ערד ניט געבענקט, הגם אַ שאָד, וואָס קיינער פֿון זײַנע חבֿרים האָט אים פֿון אונטן אויך ניט געקאָנט זען. זײַנע ”פֿליִענדיקע חלומות“ פֿלעגן זיך אָפֿט איבערחזרן, אָבער כּמעט תּמיד האָבן זיי געהאַט איין סוף: אַלכּסנדר פֿלעגט פּלוצעם דערפֿילן ווי זײַנע מוסקלען, ביינער און געדערעם דריקן זיך צונויף, דער גוף פֿאַרדרייט זיך, ווי אַ ספּיראַל, ווערט וואָס אַ רגע אַלץ מער אײַנגעשרומפּן, דער קאָפּ שפּאַרט זיך אָן אינעם פּופּיק, הייבט אָן זיך צעוואַקסן און צעבלאָזן, אָנגיסן זיך מיט בלוט… אַ בליץ און אַ דונער — די לעבעדיקע ספּיראַל, דער גוף הייבט אָן משונה־גיך זיך צעוויקלען און זיך טראָגן אַראָפּ אין תּהום אַרײַן — די פֿײַל פֿון פֿײַער האָט געטראָפֿן אינעם מלאך…
אַלכּסנדר האָט ערגעץ געלייענט אָדער געהערט, אַז קינדער וואַקסן אינעם שלאָף און אַז די געפֿאַלענע מלאכים היטן אויס זייערע נשמות פֿון בייז און יצר–הרע.
אַניוטאַ, דאָס מיידל מיט אַ ברייט פּנים און שטענדיק רויטע באַקן פֿלעגט קומען צו זיי יעדן דאָנערשטיק און פֿון אין דער פֿרי אָן ביז אין אָוונט זיך אומדרייען איבער דער שטוב מיט אַ פֿײַכט שמאַטקעלע און מיטן בעזעם אין דער האַנט; ניט אײַלנדיק, קיין ווינקעלע ניט פֿאַרזען, צו יעדער זאַך זיך צורירן, אָפּווישנדיק דעם שטויב, און דערבײַ עפּעס צומורמלען זיך אונטער דער נאָז. נאָכן פֿאַרענדיקן אויפֿראַמען האָט אַניוטאַ זיך פֿאַרמאַכט אינעם באָדצימער און דאָס שטילע מורמלען אירס האָט זיך צעוואַקסן ביז אַ סקאַוווּטשעניש אָדער אַן אומעטיקן געוווי. אַלכּסנדר, וואָס פֿלעגט זיך צו דער צײַט אומקערן פֿון דער שול, האָט אַניוטאַס זינגען גערופֿן ”באָדקאָנצערטן“. בדרך–כּלל איז ער טאַקע געווען אויף די דאָזיקע קאָנצערטן דער איינציקער צוהערער און זיך שוין צו זיי צוגעוווינט.
אין יענעם טאָג האָט אים אַניוטאַס זינגען בפֿירוש יאָ געשטערט. צי זי האָט אין דעם אַרײַנגעלייגט צו פֿיל האַרץ, צי ער איז געווען אין אַ שלעכטער שטימונג נאָך דער קאָנטראָל–אַרבעט אויף מאַטעמאַטיק, יעדנפֿאַלס אַלכּסנדר איז אַרויס פֿון זײַן צימער אַ בייזער און שוין גרייט געווען אָנקלאַפּן אין דער טיר פֿונעם באָדצימער. די טיר אָבער איז געווען ניט צוגעמאַכט. אין פֿאַרלעגנהייט איז אַלכּסנדר געבליבן שטיין לעבן דעם ליכטיקן פּאַס שײַן, וואָס איז געפֿאַלן אויפֿן דיל. ער האָט זיך ניט אײַנגעהאַלטן און מיט נײַגער אַרײַנגעקוקט. אַ לאַנגע ווײַלע האָט ער פֿונעם דערזעענעם ניט געקאָנט אָפּרײַסן דעם בליק, דערנאָך זיך געכאַפּט, אַז אַניוטאַ קאָן אים נאָך באַמערקן, האָט ער זיך אויסגעדרייט און ווי אַ פֿאַרטשאַדעטער זיך אַ וואָרף געטאָן צוריק, ניט צו זיך, נאָר צום פֿאָטערס קאַבינעט, וועלכער האָט זיך פֿאַרשלאָסן פֿון אינעווייניק. נאָך אַליין ניט פֿאַרשטייענדיק צוליב וואָס ער טוט עס, האָט אַלכּסנדר אַ דריי געטאָן צוויי מאָל דעם שליסל. זיך אַראָפּגעלאָזט אינעם פֿאָטעל, האָט ער ווידער דערזען פֿאַר זיך דאָס בילד: שפּריצלעך וואַסער גיסן זיך אויף אַניוטאַס פּנים — זי האָט עס אונטערגעשטעלט זיי אַנטקעגן, — רינען אַראָפּ פֿון איר ברייטן קין אויפֿן האַלדז ווײַטער דורך דער שמאָלינקער רינע צווישן די בערגלעך בריסט מיט שטאַרצנדיקע פּיפּקעס, צעצווײַגן זיך און צעלויפֿן זיך איבערן בויך און לענדן, כּדי זיך ווידער צונויפֿגיסן און שוין פֿאַרלירן זיך אין דעם געל־געקרלײַזלטן דרײַעק… ס’איז אים געוואָרן הייס, גלײַך ווי ער וואָלט ניט אַנטלאָפֿן אַ פֿאַרשעמטער פֿונעם באָדצימער, נאָר אַהין אַרײַנגעגאַנגען אַ פֿאַרכּישופֿטער פֿון אניוטאַס געוווי. ער האָט צעשפּיליעט דאָס אייבערשטע קנעפּל פֿון די הויזן. אַ שלאַבעריקער האָט ער צעשטעלט די פֿיס, פֿאַרמאַכט די אויגן. דער צעפּאַליעטער ייִנגלשער דמיון האָט אָנגעהויבן פֿירן מיט זײַן האַנט…
דער קאַרנאַוואַל–צוג האָט אונטער וועגנס פֿאַרלוירן זײַנע אָנטיילנעמערס, האָבן זיי זיך צעשיט איבער דער שטאָט, ווי פֿאַרשיידנפֿאַרביקע שפּליטערס. אַ היפּש ביסל פֿון זיי האָט זיך איצט אומגעדרייט אינעם געסל, וווּ ס’איז פֿאַרבליבן אַלכּסנדר. ס’איז געווען דאָ לעבעדיק און פֿריילען, ניט געקוקט אויף דער שפּעטער שעה.
אַ פּאָרעלע, גלײַך אין מיטן דער גאַס, האָט זיך געהאַלדזט און זיך געקושט, אַרומגערינגלט מיט אַ כאָפּטע ייִנגלעך, וועלכע האָבן געפֿײַפֿט און גערייצט זיי מיט מיאוסע ווערטער. אויבן אויפֿן גאַניק האָט אַ דיקע פֿרוי מיט צעלאָזטע צעשויבערטע האָר אַראָפּגענומען פֿונעם שטריק דאָס טריקענע געוועש און דערבײַ קוויטשיק זיך איבערגערעדט מיט דער שכנה פֿונעם גאַניק אַנטקעגן. יענע איז געשטאַנען אָנגעשפּאַרט מיט די עלנבויגנס אין דער רעם־פּאַרענטש און גערייכערט אַ ציגאַרעט. פּלוצעם האָט זי היסטעריש אויסגעשריִען, אַפּנים, צו איינעם פֿון די ייִנגלעך: ”נתּי, לך הביתּה! אני אהרוג אותך!“ — נתּי, גיי אַהיים! כ’וועל דיך ד’רהגענען!
דאָס געסל און דער טומל האָט דערמאָנט אַלכּסנדרען זײַן אייגענעם הויף. אויפֿן האַרץ איז געוואָרן גרינג און וואַרעם. אין די וואַנדער–קליידער האָט ער זיך באמת געפֿילט פֿרײַ און היימיש. נאָך מער, די ראָלע פֿון אַן אייביקן נע–ונדניק האָט אים צוגעגעבן קוראַזש, באַפֿרײַט פֿון זײַן אייגענעם ”איך“ ווי דעמאָלט אין דער אַרמיי, איז ער איצט גרייט געווען אויספֿירן יעדן באַפֿעל, ווי נאַריש דער באַפֿעל זאָל ניט זײַן. אָבער וועמענס? סײַדן דעם גורלס…
ווי ס’האט זיך אַרויסגעוויזן, האָט צווישן די שטיבלעך אין די ענגע הייפֿלעך געקאָכט אַ באַזונדער לעבן. באַלויכטענע סײַ פֿון די פֿענצטער, סײַ פֿון די עלעקטרישע גירלאַנדעס איבער די ווענט, האָבן זיך די הייפֿלעך פֿאַרוואַנדלט אין אימפּראָוויזירטע האַנדלפּלעצער; דאָרט האָבן די סוחרים הויך, צוהעלפֿנדיק זיך מיט די הענט, געלויבט זייער סחורה: אַלערליי קלייניקייטן ,סוּווענירן, וואָלוועלע צירונג. אַלכּסנדר האָט זיך קוים אָפּגעטשעפּעט פֿון איינעם אַ הענדלער, וועלכן ס’האָט זיך פֿונדעסטוועגן אײַנגעגעבן אַרײַנצושטופּן אים אַ צאַצקעלע פֿאַר אַ פּאָר גראָשנס — אַ שוואַרץ שדל, וואָס ווײַזט אַ ”נאָז“. אַלכּסנדר האָט עס אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער טאָרבע — זייער אַ וויכטיקער אַטריבוט פֿון זײַן וואַנדער־מלבוש און באַלד פֿאַרגעסן אין דער קניה.
ער האָט אויך אַנטדעקט פֿאַר זיך עטלעכע הייפֿלעך–קאָפֿעטעריעס. יעדע פֿון זיי האָט געטראָגן איר אייגענעם נאָמען, גלײַך ווי ספּעציעל צוגעפּאַסט צו דער הײַנטיקער שׂימחה: אוזני–המן, שיכּורער חמור, פֿריילעכער תּלין… ביי דער קאַפֿעטעריע מיטן נאָמען שער–אַהבֿה האָט אַלכּסנדר זיך אָפּגעשטעלט. צווישן הונדערט אַנדערע טויערן פֿון דער אַלטער שטאָט, וואָס יעדער טויער האָט זײַן אייגענעם נאָמען, קאָן געוויס זײַן איין טויער, וואָס הייסט, ”טויער פֿון ליבע“. אָבער ניט נאָר דער ראָמאַנטישער נאָמען האָט אים צוגעצויגן, אויך די רייצנדיקע ריחות פֿון פּורים־נאַשערײַען און פֿון ערשט אָנגעמאָלטע קאַווע־קערנס.
אַלכּסנדר האָט מיט אַ מאָל אַנטפּלעקט, אַז אַפֿילו שפּילנדיק אַ פֿרעמדע ראָלע, קאָן מען אין דער אמתן פֿילן דעם הונגער. ער האָט איבערגעטראָטן די שוועל פֿון דער קאַפֿעטעריע ”שער־אַהבֿה“ און זיך צוגעזעצט לעבן אַ קליין קײַלעכדיק טישל, וואָס האָט זיך אויסגעבאַהאַלטן אונטער אַ צעצווײַגטן בוים־וואַזאָן מיט פּרעכטיקע נאָר בוטאַפֿאָרישע פֿיאָלעט־בלומען. אַנטקעגן אים איז בײַ אַ צווייט טישל געזעסן אַ ”בלוי“ פּאָרעלע. אַוודאי, דער טויער פֿון ליבע איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען, בפֿרט בעת אַ פּורים־שפּיל…
ער האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן מאָגערער טאָרבע דאָס ביסל געלט, וואָס איז אים פֿאַרבליבן. נישקשה, אויף אַ טעסעלע קאַווע וועט אים קלעקן.
— דו וואַרסט נאָך אויף עמעצן?
דאָס קול האָט זיך דערהערט הינטער זײַן פּלייצע. אויסדרייען דעם קאָפּ האָט אַלכּסנדר נישט באַוויזן. פֿונעם שאָטן האָט זיך אויסגעשיילט אַ יונגע פֿרוי.
— ניין, האָט ער געענטפֿערט. — כ׳בין אַליין און כ׳וויל אַ טעסעלע קאַווע־טורקי.
זי האָט זיך צעשמייכלט:
— כ׳בין ניט קיין קעלנערין, כ׳וועל עס דיר אָבער ברענגען.
אַלכּסנדר האָט שוין ניט געצווייפֿלט — מיטן בליק האָט ער באַגלייט די זונה. אויף די נאַקעטע פֿיס אירע, וועלכע האָבן זיך, דאַכט זיך, אָנגעהויבן פֿון די אַקסלען, האָט ער פֿאַרהאַלטן דעם בליק. אַ שאָד, וואָס זײַן טאָרבע, זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן איז אַזוי מאָגער.
אין אַ פּאָר ווײַלעס אַרום האָט זי זיך אומגעקערט, האַלטנדיק אין דער האַנט אַ טעלערל מיט געבעקס.
— דאָס איז אויפֿן חשבון פֿונעם בעל־הבית, — האָט זי אים באַרויִקט, — פֿאָרט אַ יום־טובֿ.
זי האָט עס צוגערוקט נענטער צו אַלכּסנדרען און צוגעגעבן:
— דײַן קאַווע־טורקי קאָכט זיך נאָך.
אַרויסגעשלעפּט פֿונעם בײַטעלע, וואָס האָט זיך געבאָמבלט אויפֿן בויך, צוגעשפּיליעט צום ברייטן רויטן רימען, אַ לאַנגע דינע ציגאַרעט און אַ צינדערל, האָט די זונה פֿאַרוואָרפֿן אַ פֿוס איבער אַ פֿוס און פֿאַררייכערט.
אַלכּסנדר האָט זיך דערווײַל געקוויקט מיט דער אומדערוואַרט צוגעפֿאַלענעם שלח־מנות.
— ווי זשע הייסטו, פֿייגעלע?
זי האָט ניט באַלד געענטפֿערט, פֿריִער אַרויסגעלאָזט דעם רויך דורך די פֿעט־אָנגעפֿאַרבטע ליפּן.
— אסתּר…
אַלכּסנדר האָט זיך צעלאַכט:
— שפּילסטו, הייסט עס, אויך אַ ראָלע…
— הײַנט שפּילן אַלע!
— אויב אַזוי, וואָלט דיר מער געפּאַסט, מיין איך, דער נאָמען לילית.
— לילית? — האָט זי זיך פֿאַרחידושט, — לילית איז בלויז אַ חלום, און איך בין אַן אמתע, צו מיר קאָן מען זיך צורירן און כ׳וועל ניט נעלם ווערן.
זי האָט זיך אָנגעבויגן צו אים און בכּיוונדיק־זיסלעך אַ שעפּטשע געטאָן אים אין פּנים:
— דו קאָנסט זיך איבערצײַגן אין דעם אַליין, נאַרעלע.
— כ׳מוז דיר גלייבן אויפֿן וואָרט, — ער האָט אָפּגעווענדט דעם קאָפּ, — בײַ מיר וועסטו אַ סך ניט פֿאַרדינען. כ׳בין אַ בידנער נע־ונדניק.
— כ׳זע, אַז ניט קיין קייסער אַחשורוש! אַגבֿ דײַן קאַווע־טורקי דאָרף שוין זײַן פֿאַרטיק.
געבראַכט האָט זי צוויי טעסעלעך קאַווע.
— כ׳האָב אַ טראַכט געטאָן, — האָט זי אים דערקלערט, — אַז דו ווילסט מיך מחבד זײַן.
— ביסטו נאָך דערצו אַ טרעפֿערקע אויך?
— פֿרעג ניט, — האָט זי קאָקעטיש אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט. — בײַ מײַן פֿאַך מוז מען זײַן וואָס אין דער קאָרט!
זיי האָבן זיך צעלאַכט. אַלכּסנדר האָט פּלוצעם דערפֿילט, אַז ער וויל זי, די זונה פֿונעם ”שער־אַהבֿה“, וויל, ווי נאָר אַן אויסגעבענקטער נע־ונעדניק נאָך אַ לאַנגער נסיעה קאָן וועלן אַ פֿרוי.
— דו ווייסט, — האָט ער זיך אָנגערופֿן, — ס׳איז ניט אומבאַדינגט צו זײַן אַ קייסער, כּדי צו בלײַבן אַ מאַנספּאַרשוין.
זי האָט אים פֿאַרשטאַנען:
— וואָס זשע זיצן מיר דאָ? יאַללאַ, קום!
… דאָס ערשטע מאָל איז עס געשען אין גיכן נאָך דעם, ווי אַלכּסנדר איז געוואָרן אַ סטודענט.
מיט סאָפֿיען האָט אים באַקאַנט זײַן נײַער פֿרײַנד ”סיראַנאָ“ — אַזוי האָט ער זיך אַליין פֿאָרגעשטעלט, דער פֿריילעכער בחור מיט אַ שאַרפֿער צונג און אַ לאַנגער נאָז. אויף די לעקציעס זײַנען זיי געזעסן איינער לעבן אַנדערן און אַלע רייד, באַזונדערס וועגן סעקס פֿלעגן בײַ סיראַנאָ אויפֿקומען גראָד בשעת די לעקציעס.
— גלייב מיר, — האָט ער אײַנגערעדט דעם פֿרײַנד מיט אַ שעפּטש, — סאָפֿיע איז פּונקט דאָס, וואָס דו דאַרפֿסט איצט האָבן.
— פֿון וואַנען ווייסטו, וואָס איך דאַרף?
— ווײַל דאָס וויל מען האָבן שטענדיק! — און סיראַנאָ האָט צוגעשטעלט דעם לעצטן אַרגומענט: — אין דײַנע יאָרן איז שוין צײַט צו זײַן ניט נאָר אַ טעאָרעטיקער!
אַזוי האָט אַלכּסנדר געקראָגן סאָפֿיעס טעלעפֿאָן און זיך מיט איר באַקאַנט. זי איז געווען אויף אַ פּאָר יאָר עלטער פֿון אים, געהאַט אַ מאַן און אַ קליין מיידעלע. דער מאַן אירער איז געווען אַ מוזיקער, אַ גיטאַריסט אין אַן אַנסאַמבל און איז שטענדיק פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אויף גאַסטראָלן. ”ער האָט זיך זײַנע גאַסטראָלן, און איך האָב זיך מײַנע!“ — האָט געלאַכט סאָפֿיע. נאָך דער צווייטער אָדער דריטער באַגעגעניש — סתּם שפּאַצירט, געפּלאַפּלט, געווען אין קינאָ — האָט זי אים בײַם געזעגענען זיך געזאָגט, אַז דאָס לעבן איז גענוג קורץ, כּדי צו פֿאַרלירן די צײַט אויף נאַרישע ”קוציניו־מוציניו“, בעסער עס פֿאַרברענגען צוזאַמען אין בעט…
אין יענעם אָוונט זײַנען גראָד די עלטערן אַלכּסנדרס געגאַנגען אין טעאַטער, האָט אַלכּסנדר אויסגענוצט די געלעגנהייט און פֿאַרבעטן סאָפֿיען צו זיך אַהיים. פֿריִער, בעת ער האָט זיך נאָך געלערנט אין שול, פֿלעגן זיי, עטלעכע ייִנגלעך און מיידלעך פֿון זייער קלאַס, זיך צו מאָל טרעפֿן אויף אַ קערמעשל; טאַנצן פּאָרלעכווײַז כּמעט אין דער פֿינצטער, אויב מע קאָן דאָס טאָפּטשען זיך אויף אַן אָרט, דאָס רײַבן זיך איינער אינעם אַנדערן און דערבײַ זיך קושן אין די ליפּן ביז חלשות אָנרופֿן טענץ. יעדן פֿאַלס, בײַ זיי האָט עס געהייסן ”כאַפּן קייף“.
דאָס באַגעגעניש מיט סאָפֿיען איז געווען גאָר אַן אַנדער זאַך. ער האָט געוווּסט צוליב וואָס זי וועט קומען, אָבער ער האָט קיין אַנונג ניט געהאַט, ווי אַזוי זיך צו פֿירן מיט איר, פֿון וואָס אָנהייבן. געמאָלט האָט ער זיך, אַז קודם־כּל מוז מען אויסטרינקען אַ ביסל ווײַן אָדער ליקער. ווײַטער… ווײַטער האָט ער געפֿילט, ווי עס הייבט אים אָן פֿלאַמען דאָס פּנים און אַז די איינצלנע געדאַנקען, וועלכע האָבן זיך ביז אַהער געפּלאָנטערט אין קאָפּ, ווערן אויך פֿאַרשוווּנדן.
סאָפֿיע איז געקומען פּונקט צו דער באַשטימטער צײַט. אַראָפּגעוואָרפֿן די שיך פֿון די פֿיס, האָט זי אָנגעשטעקט זײַן מוטערס מעשטעס און גלײַך זיך גענומען צו באַטראַכטן די דירה.
— ס׳איז מיר שטענדיק טשיקאַווע געווען צו וויסן, ווי אַזוי עס וווינען באַוווּסטע מענטשן, — האָט סאָפֿיע געברענט מיט נײַגער.
אַ צעמישטער איז אַלכּסנדר איר נאָכגעגאַנגען, עפּעס לאַפּאָטשעט אונטער דער נאָז און יעדעס מאָל איבערגעחזרט די פֿון פֿריִער צוגעגרייטע פֿראַזע, ווי מורא געהאַט זי צו פֿאַרגעסן: ”אפֿשר ווילסטו פֿריִער אַ ביסל ווײַן אָדער ליקער?“ אין אַ מאָמענט האָט סאָפֿיע זיך אויסגעדרייט צו אים און, אַרײַנקוקנדיק גלײַך אין די אויגן, געפֿרעגט: ”פֿריִער איידער וואָס?“
אַלכּסנדר האָט זיך שוין אין גאַנצן פֿאַרלוירן; אומבאַהאָלפֿן געהויבן די אַקסלען און פּלוצעם אַרויסגעשטאַמלט: ”ס׳איז גוט צום אַפּעטיט…“
זיי זײַנען געשטאַנען אין מיטן דעם דאָקטערס קאַבינעט: סאָפֿיע איז זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ געלעכטער, און אַלכּסנדר האָט בשעת־מעשׂה געטראַכט, אַז דאָס בעסטע וואָלט איצט געווען אַרויסצוטרײַבן זי פֿון דער שטוב, זיך פֿאַרשפּאַרן דאָ אַליין און אַנטשלאָפֿן ווערן אינעם ווייכן פֿאָטעל, ווי דעמאָלט אין די קינדער־יאָרן. ער האָט אָבער דערפֿילט איר אָטעם אויף זײַנע ליפּן, לעפּיש זי אַרומגעכאַפּט מיט ביידע הענט און זיך מיט איר אַראָפּגעלאָזט אויפֿן פֿאָטעל…
די זונה האָט אים געבראַכט צו פֿירן אין אַ שמוציק האָטעלעכל מיטן נאָמען ”מיגדלור“. דער מענטש, וואָס האָט זיי דערלאַנגט דעם שליסל, האָט בײַ איר גאָרניט געפֿרעגט, בלויז אַ קוק געטאָן אויף איר קאַוואַליר מיט אַן אָפּגעזונדערטן בליק.
— קום אַרויף, — האָט זי אים אָנגעכאַפּט פֿאַר דער האַנט, — לייג אַכט, עס פֿעלט ערגעץ דאָ אַ טרעפּל.
אַהער אין האָטעל האָט זי אים געפֿירט דורך די אײַנגעשלאָפֿענע פּוסטע געסלעך און ליקלעך, מער באַלויכטן פֿון דער לבֿנה־שײַן, איידער פֿון די געציילטע עלעקטרעשע לאַמטערנס. ס׳איז געוואָרן קילבלעך. די נאַכט האָט אַראָפּגעלאָזט אויף דער שטיינערנער שטאָט אַ פֿײַכטע דעק, מעגלעך דעריבער האָט זיך דאָס פּאַסיקל פֿון השתּנה־גערוך געפֿילט אין דער פֿרישער לופֿט נאָך שאַרפֿער. אַלכּסנדר האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף איר, פֿאַרטרויט איר זײַן לעבן, נאָך איר נאָכגעגאַנגען, גלײַך ווי דער גורל אַליין וואָלט אים געפֿירט און בלויז איין מאָל האָט אַ בליץ געטאָן דער געדאַנק: צי וועט אים די זונה ניט פֿאַרפֿירן צו אַ סכּנה־נפֿשות? גראָד אין דעם מאָמענט זײַנען זיי דורכגעגאַנגען לעבן אַ קופּע שטיינער — אַ חרובֿ געוואָרענער בית־כּנסת. די דאָזיקע קופּע ליגט שוין דאָ מסתּמא הונדערטער יאָר און קיינעם אַרט עס ניט, — ווען ס׳האָט זיך פּלוצעם דערהערט אַ געוווי פֿון עפּעס אַ חיה.
די זונה, וואָס איז ביז אַהער געגאַנגען עטוואָס פֿאָרויס, געשפּאַנט מיט אירע לאַנגע גלײַכע פֿיס פֿון אַ שטרויס, אַליין ענלעך צו אָט דעם מין פֿויגל, אָנגעטאָן אין אַ פּאָר בכּיוון־אונטערגעהאַקטע דזשינסן, אַז די צוויי קנייטשן אונטער די הינטערבאַקן האָבן פֿון דאָרט אַרויסגעקוקט מיט אַ חוצפּהדיקן שמייכל, — זי, די באַגלייטערין זײַנע, דערהערנדיק דעם שוידערלעכן געוווי, האָט מיט אַ מאָל פֿאַרהאַלטן דעם גאַנג און זיך צוגעטוליעט צו אַלכּסנדרען. ער האָט זי אַרומגענומען און זײַנע ספֿקות זײַנען תּיכּף נעלם געוואָרן. די זונה האָט געציטערט. ”דאָס איז, אַפּנים, אַ היימלאָזער הונט…“ — האָט ער זי באַרויִקט.
מיט עטלעכע שעה שפּעטער, בעת דער וואָכעדיקער קאַיאָר האָט אים אויפֿגעוועקט, האָט ער זיך ווידער דערמאָנט אין דעם עפּיזאָד בײַ די חורבֿות, אָבער אַרויסגערופֿן האָט עס בײַ אים גאָר אַנדערע געדאַנקען און געפֿילן.
כּמעט אונטערן סאַמע דאַך האָט אים אסתּר אַרײַנגעפֿירט אין אַ האַלבקײַלעכיקן אַלקער מיט אַ שמאָל פֿענצטערל אָן שויבן, וואָס האָט זיך פֿאַרהאַנגען מיט הילצערנע שטאָרקעס. קיין טיש און בענקלעך האָט אַלכּסנדר דאָ נישט באַמערקט, בלויז אַ ברייטע נידעריקע בעט אויף קורצע פֿיסלעך און לעבן איר אַ נאַכטטישל.
— דאָס אָרט איז טאַקע פֿאַר אַזאַ קייסער ווי איך, — האָט אַלכּסנדר זיך געוויצלט.
אסתּר האָט באַלד אויסגעלאָשן דאָס נעבעכדיקע לעמפּעלע אונטער דער סטעליע, אַן אַרומגעקלעפּטס מיט פֿליגן־קאַקעכץ און צוגעטראָגן דאָס אָנגעצונדענע צינדערל צום ליכט אינעם מעשענעם לײַכטער, וואָס איז עלנט געשטאַנען אויפֿן נאַכטטישל, ווי אַ צופֿעליקער אַטריבוט, אַרײַנגעבראַכט אַהער פֿון גאָר אַן אַנדער פֿאָרשטעלונג.
— סײַדן פֿאַר אַזאַ קייסער, — האָט זי נערוועז צוגעגעבן, — אָבער ניט פֿאַר אַזאַ מלכּה.
לאַנג. צו לאַנג. אַן אייביקייט האָט געדויערט דער וועג פֿון ”שער־אַהבֿה“ ביז דעם האָטעל ”מיגדלור“, גלײַך ווי זי, די זונה, וואָלט אים בכּיוון געפֿירט מיט די סאַמע פֿאַרדרייטע סטעזשקעס פֿון מענטשלעכער נישטיקייט און דערנידערונג ער זאָל זיך דערמיט אָנשטעקן; אַז די בלאָטע פֿון דורות, וואָס האָט זיך אײַנגעגריבלט אין די ברוקירטע הינטערגעסלעך זאָל צושטיין צו די פּאָדעשוועס פֿון זײַנע סאַנדאַלעטן. צוריק גערעדט, איז ער אַליין געגאַנגען אַהער זײַן גאַנץ לעבן — פֿון יענע ערשטע ייִנגלשע וויזיעס דורך אַלע זײַנע ליבע־פּאַסירונגען און ראָמאַנען, וועלכע פֿלעגן אים גיך נימאס ווערן. ערשט איצט און ערשט דאָ האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז געחלומט האָט ער תּמיד וועגן אַ זונה, מישטיינס געזאָגט, ווי ניט ווייניק באַלעבאַטישע מאַנספּאַרשוינען, וואָס נאָר די טאָג־טעגלעכע מאַסקע פֿון אַ לײַטישן מענטשן האָט זיי אָפּגעהאַלטן דעם חלום צו פֿאַרווירקלעכן. איצט אין דער נעסט פֿון זנות מיטן נאָמען ”מיגדלור“, ווי אויף חוזק און אויף צו להכעיס דער ”לײַטישער געזעלשאַפֿט“, וועט זײַן חלום מקוים ווערן.
ער האָט זי זשעדנע און גראָבייִנגלש אַרומגעכאַפּט, אָבער ווידער דערפֿילט ווי זי האָט אויפֿגעציטערט און אַ פּרוּוו געטאָן זיך באַפֿרײַען פֿון זײַנע אָרעמס.
— וואָס איז געשען?..
— גאָרנישט.. לייג ניט קיין אַכט… דריק מיך שטאַרקער צו זיך צו און פֿרעג מער קיין וואָרט ניט…
זי האָט אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך אירע זונישע בגדים, ער — זײַנע וואַנדערקליידער.
— די דאָזיקע נאַכט בין איך דײַן מלכּה… יאָ. יאָ… גיי אַרײַן אין מײַן טויער… דו ווייסט דעם וועג… ביסט דאָך מײַן קייסער…
דאָס צינגל פֿונעם ליכטל האָט אָנגעצייכנט אויף דער וואַנט אסתּרס סילועט, וואָס האָט זיך באַוועגט אין אַ טאַנץ; און ער, אַלכּסנדר, האָט זיך אין דעם טאַנץ באַטייליקט. ער האָט זיך אײַנגעקלאַמערט מיט די הענט אין אירע לענדן, ווי געוואָלט זיך איבערצײַגן, אַז דאָס איז נישט קיין וויזיע, אַז אירע בריסט — די צוויי טויבן — טראָגן אין זייערע שנאָבלען די געגאַרטע ראָסע, וואָס וועט לעשן זײַן דורשט… נאָך, נאָך… האָט זי אויסגעזונגען איר ניגון צום טאַקט פֿון זייער טאַנץ און נאָכגעפֿאָלגט זײַן ווילן. אָט האָבן זיי זיך פֿאַרדרייט, אירע פֿיס האָבן אַרומגעכאַפּט זײַן גוף און זיך פֿאַרוואַנדלט אין צוויי פֿליגלען… אַרויף, אַלץ העכער אַנטקעגן די פֿאַלנדיקע מלאכים, כּדי דערנענטערן מיטן יעדן נײַעם קאָן פֿון זייער טאַנץ די פֿאַראורטיילטע רגע פֿון סוף…
אויסגעמאַטערטע זײַנען זיי געלעגן אויפֿן געלעגער, באַגלייטנדיק די לעצטע פֿאַנטאָמען פֿון זייער נאָענטקייט. לײַכטע שאָטנס האָבן זיך אַדורכגעטראָגן איבערן אַלקער, אַ שפּיל געטאָן מיטן צינגל פֿונעם ליכט. אינעם פֿינצטערן ווינקל, וווּ עס געפֿינט זיך דער וואַשבעקן, האָבן שווערע וואַסער־טראָפּנס געפּיקט די לעבער פֿון שטילקייט.
— ס׳איז דיר גוט? — האָט זיך דערהערט איר קול.
— מאָדנע…
— פֿאַר וואָס?
— איך האָב זיך אַלץ פֿאָרגעשטעלט גאָר אַנדערש.
— דו ביסט אַנטוישט?
אַ ווײַלע האָט ער געשוויגן.
— דו ביסט ניט קיין זונה…
זי האָט זיך אָפּגערוקט פֿון אים. שוין קאַלט געפֿרעגט:
— פֿאַר וואָס מיינסטו אַזוי?
— איך ווייס ניט ווי אַזוי עס דיר צו דערקלערן. כ׳האָב עס דערפֿילט… איך בין גערעכט?
זי האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם געלעגער, אַרויפֿוואַרפֿנדיק דעם צעקנייטשטן לײַלעך אויף די פּלייצעס. ער האָט ניט אָפּגעפֿירט פֿון איר קיין אויג, הנאה געהאַט פֿון יעדער תּנועה אירער. אָט האָט זי אַ שאַר געטאָן אויפֿן דיל מיט דער האַנט, אָפּגעזוכט צווישן זייערע שמאַטעס דאָס בײַטעלע. אַרויסגעשלעפּט אַ ציגאַרעט, האָט זי צוגערייכערט פֿונעם ליכט.
— ווער ביסטו כ׳זאָל ענטפֿערן אויף דײַנע נאַרישע פֿראַגעס?! — האָט זי זיך ענדלעך אָנגערופֿן.
— מיט אַ פּאָר ווײַלעס צוריק האָסטו מיך גערופֿן קייסער!
— דײַן צײַט זיך צו רופֿן קייסער האָט זיך פֿאַרענדיקט. האָסט באַקומען וואָס ד׳האָסט געוואָלט, איצט גיי זיך דײַן וועג!
דער אומדערוואַרטער קער אין זייערע באַציִונגען און איר אויפֿפֿירונג, איר פּלוצעמדיקע אויפֿגעבראַכטקייט האָט אים אי פֿאַרחידושט, אי נאָך מער אויפֿגערייצט אין אים דעם נײַגער.
— אפֿשר וויל איך דיך האָב נאָך און נאָך… — האָט ער זי איבערגערייצט, — ס׳איז דאָך דײַן מלאָכה צו טאָן וואָס דעם קליענט גלוסט זיך…
— שתּוק! שווײַג! — האָט זי אָפּגעהאַקט. — פֿאַרנעם זיך פֿון דאַנען!
אַלכּסנדר האָט דערפֿילט ווי זײַן לײַב צינדט זיך ווידער אָן מיט חשק צו איר; ער האָט אויסגעשטרעקט די האַנט און זיך קוים צוגערירט צו איר אַנטבלויזטן אַקסל מיט די שפּיץ פֿינגער. אַ שאַרפֿער ווייטיק האָט אים אַ שנײַד געטאָן דאָס האַרץ, ער האָט קורץ אויסגעשריגן און צוריק געשלעפּט די האַנט. זי האָט זיך בייז צעלאַכט, פֿאַרקוועטשנדיק דאָס ציגאַרעט־רעשטל אינעם אויבערפֿלאַך פֿונעם נאַכטטישל.
— פּרוּוו נאָך איין מאָל זיך צורירן צו מיר.
אַלכּסנדר, כּדי אײַנשטילן דעם ווייטיק, וואָס האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט פֿונעם אָפּגעבריטן אָרט אויף דער אייבערשטער זײַט דלאָניע אַרויף צום אַקסל, האָט אויף דעם בלאָטער עטלעכע מאָל אַ בלאָז געטאָן.
— ניין, דו ביסט ניט קיין זונה, — האָט ער אויסגעזײַט צווישן די ציין, — ביסט אַ ווילדער אומריינער לאָך…
— שתּוק! סתּום ת׳פּה! — האָט זי אָנגעהויבן שרײַען אויסער זיך. — ווער ביסטו, ווער?! אַ גלות־שפּליטער! אָן אַ שטיקל באָדן אונטער די פֿיס, אָן גאָט אין האַרצן!.. צוליב טויג דיר דער באָדן, אַז דו האָסט קיין ביימעלע אין דײַן לעבן ניט פֿאַרפֿלאַנצט! צו וואָס דאַרפֿסט גאָט, אַז דו קענסט קיין איין תּפֿילה ניט זאָגן!.. ביסט געקומען אין לאַנד, נאָר ווײַל דו ווייסט, אַז פֿון דאַנען וועט מען דיך ניט אַרויסטרײַבן!
מיט די קני האָט זי זיך אָנגעשפּאַרט אינעם עק פֿונעם בעט, גרייט, דאַכט זיך, אין יעדן מאָמענט זיך אַ וואָרף טאָן אויף אים, ווי אַ ווילדע חיה און צערײַסן אים אויף שטיקלעך.
— יאָ, ביסט גערעכט… כ׳בין ניט קיין זונה, כ׳האָב נאָר געשפּילט די ראָלע פֿון אַ זונה… ס׳איז דאָך פּורים! נאָר געטאָן האָב איך עס באַוווּסטזיניק, נאָר צוליב איין זאַך — אַרויסבאַקומען בײַ דיר די זרע דײַנע…
דאָס פּנים האָט זיך איר פֿאַרקרימט אין אַ בייזער גרימאַסע:
— יאָ, יאָ… דו ביסט ניט מער ווי אַ זרע־געבער… און ניט דו, נאָר איך בין געווען דײַן קליענטקע, הערסט, כּלבֿ…
אַ פּאַטש איבערן פּנים האָט איבערגעריסן אירע קוויטשערײַען.
… דער קוואַלוואַסער האָט געהאַט זײַן אייגענעם נאָמען און זײַן אייגענע לעגענדע. גערופֿן האָט מען דעם קוואַל — ”זילבערנער שליסל“, און די לעגענדע האָט דערציילט וועגן אַ מיידלשס האַרץ, אַן אויסגעבענקטס נאָך איר געליבטן, וועלכער איז אַוועק אין פֿרעמדע קאַנטן זוכן דעם זילבערנעם שליסל פֿון גליק און זיך שוין מער ניט אומגעקערט. וואָס איז מיטן געליבטן געשען דערציילט זיך אין דער לעגענדע ניט. דאָס פֿאַרליבטע האַרץ דעם מיידלס האָט זיך אָבער פֿאַרוואַנדלט אין אַ קלאָר־ציכטיקן קוואַל, וווּ דאָס וואַסער איז אין די גרעסטע פֿרעסט ניט פֿאַרפֿרוירן געוואָרן און געשניטן די ציין אין די זומערדיקע היצן — אַזוי קאַלט איז עס געווען. אַרום דעם קוואַלוואַסער האָט זיך צעוואַקסן אַ יאָדלעווער וואַלד, וואָס האָט געהייסן ”זילבערנער יאַר“ און שפּעטער אַ דאַטשע־דערפֿל מיטן זעלביקן נאָמען.
אינעם ”זילבערנעם יאַר“ פֿלעגט דער דאָקטער מאַרשאַק דינגען אויפֿן גאַנצן זומער אַ דאַטשע און אַלכּסנדר מיט זײַן מאַמען האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט די קאַניקולן. דער דאָקטער אַליין פֿלעגט זיך אַהין נאָר אַרײַנכאַפּן אויף די אָפּרוטעג, אַ מאָל זיך פֿאַרהאַלטן אַזש אויף אַ וואָך. אויך שפּעטער, ווען אַלכּסנדר האָט זיך שוין געלערנט אינעם אוניווערסיטעט, פֿלעגט ער פֿון זײַנע קאַניקולן אויסשטוקעווען אַ שטיקל צײַט, כּדי צו פֿאַרברענגען אינעם ”זילבערנעם יאַר“.
דאָס לעצטע מאָל איז אַלכּסנדר דאָרט געווען אין גיכן נאָכן אומקערן זיך פֿון דער אַרמיי. אָבער שוין ניט זומער, נאָר אין אַ פֿראָסטיקן, זוניקן ווינטערטאָג. אַ שמאָל אָנגעטאָפּטשעט אין שניי סטעזשקעלע האָט אים געבראַכט מיט אַ פֿריילעכן ”כראָמטש“ אונטער די פֿיס צום קוואַלוואַסער, וואָס האָט אויף קיין רגע ניט אויפֿגעהערט זײַן פֿליסיק־לעבעדיקן לויף, דורכגעשלאָגן פֿאַר זיך דעם וועג פֿון ערגעץ טיף אונטער דער ערד און דערנאָך שוין אויף דער ערד צווישן שטיינער און פֿאַרשטיינערטע, שוואַרצע פּניאָקן.
אַ ייִנגעלע אין אַ פּאָר גרויסע אומגעלומפּערטע וואָליקעס האָט זיך געשפּילט לעבן דעם קוואַלוואַסער. דערזען אַלכּסנדרען, האָט ער אים שטיל באַטראַכט, צוזשמורנדיק אַן אויג קעגן דער זון, דערנאָך אַ פֿרעג געטאָן: ”ווילסט אַ טרונק, וועל איך דיר געבן…“ ניט געוואַרט אויף אַן ענטפֿער, האָט דאָס ייִנגעלע אָנגעפֿולט די אַלומינעווע קוואָרט, וואָס איז געשטאַנען אויף אַ שטיין.
— נאַ, טרינק! מײַן מאַמע זאָגט, אַז וואַסער פֿונעם זילבערנעם קוואַל דערוואַרעמט די נשמה. דו ביסט אין גאַנצן פֿאַרפֿרוירן.
מיט קנאַפּע צוויי יאָר שפּעטער האָט אַלכּסנדר עמיגרירט; זיך אַליין געלאָזט זוכן דעם זילבערנעם שליסן פֿון גליק…
אינטערעסאַנט, האָט אַלכּסנדר געטראַכט, וואָס פֿאַר אַ מאָדנע שטיק קאָן אַמאָל אַרויסוואַרפֿן דער זכּרון: דווקא איצט און דאָ איז אויפֿגעשוווּמען דאָס ווײַטע בילד, פֿאַרצויגן מיט אַ בלוי־זילבערדיק אײַטעלע פֿון צײַט. עס האָבן אים אַפֿילו אַ שנײַד געטאָן די ציין, ווי ער וואָלט פֿאַרזוכט דאָס וואַסער פֿון יענעם קוואַל. פֿאַר וואָס זשע איז אים אַזוי שווער אויפֿן האַרצן?..
ער האָט בײַ איר מער גאָרנישט ניט געפֿרעגט. זי איז געליגן אויסגעדרייט צו אים מיט דער פּלייצע און פֿון צײַט צו צײַט האָט ער געזען ווי עס ציטערט אויף איר אַקסל, געהערט אירע פֿאַרשטיקטע אונטערכליפּענישן. אַלכּסנדר האָט חרטה געהאַט פֿאַר דעם פּאַטש, וואָס ער האָט איר דערלאַנגט. און איצט האָט די האַנט זײַנע געברענט סײַ פֿונעם אָפּברי, סײַ פֿונעם פּאַטש. ס׳איז געווען קלאָר, אַז מיט דער פֿרוי, וואָס ליגט מיט אים אויף איין געלעגער אַן אָפּגעפֿרעמדטע און אַן אײַנגעשלאָסענע אין זיך, קומט עפּעס פֿאָר.
די לעצטע פֿונקען פֿון דער פּורים־שפּיל זײַנען אויסגעלאָשן געוואָרן. מאָרגן אָדער שוין הײַנט וועט דאָס וואָכיקע ווינטל צעבלאָזן דאָס פֿאַרבליבענע בערגעלע אַש.
זי האָט אַליין אָנגעהויבן צו דערציילן. געפּלאָנטערט, אַרויסרײַסנדיק פֿון איר לעבנס־געשיכטע, פֿון איר אייגענער ”מגילת־אסתּר“ נאָר די זאַכן, וועלכע זי האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק אים צו אַנטדעקן. זי איז אַ היגע שוין אינעם פֿינפֿטן דור. זי האָט אַ מאַן, וועלכן זי האָט ליב. און דער מאַן האָט זי ליב. זיי לעבן צוזאַמען שוין אָט פֿינף יאָר. בעת ער איז געווען אין דער אַרמיי, נאָך פֿאַר זייער חתונה האָבן איז ער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין קאָפּ. דער קליינער שראַם אויפֿן שטערן איז געבליבן אַן עדות נאָך דער אָפּעראַציע. אַזוי איז בײַ אים אַלץ אין אָרדענונג, בתוכם סעקס. איין קלייניקייט — זיי האָבן ניט קיין קינדער. די דאָקטוירים זאָגן, אַז דאָס איז אַלץ איבער דער פֿאַרוווּנדונג. פֿון דעסטוועגן האָבן זיי ביידע געגלייבט און געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט מען אים אויסהיילן. די לעצטע חדשים איז אים פּשוט ניט צו דערקענען. זי פֿילט, אַז זי קאָן אים פֿאַרלירן אויף שטענדיק… דעמאָלט האָט זי באַשלאָסן צו טאָן דאָס, וואָס זי האָט געטאָן הײַנט. אַוודאי פֿאַרשטייט זי, אַז ס׳איז אַ ווילדער משוגעת… דער וויי־געשריי אין האַרצן צו ראַטעווען זייער ליבע האָט זיך אַרויסגעוויזן שטאַרקער פֿון דעם שׂכל. דער פּורים־קאַרנאַוואַל איז געווען די פּאַסיקסטע צײַט פֿאַר איר פּלאַן. זי האָט געטראַכט: אסתּר־המלכּה האָט זיך געלייגט אינעם קייסערס בעט, כּדי צו ראַטעווען איר פֿאָלק, וועט זי, צוליב ראַטעווען איין לעבן, ווערן אַ זונה אויף איין נאַכט. דער גרעסטער ליגן דאַרף אויסזען אמתדיק, ווי אין די שענסטע פּורים־שפּילן. פֿאַר פּריִער אָפּגערעדט אינעם האָטעל ”מיגדלור“, האָט זי זיך געלאָזט זוכן דעם ”קליענט“.
— ווײַטער ווייסטו שוין אַלץ אַליין.
בשעתן דערציילן האָט זי ניט אויפֿגעהערט צו רייכערן. דער טאַביקרויך האָט געשוועבט איבערן אַלקער און די שוואַכע שײַן פֿונעם ליכט האָט אָפּגעלייגט אויף די ווענט און סטעליע משונהדיקע געקרײַזלטע שאָטנס, ווי דאָס וואָלטן זיך באַוועגט די נשמות פֿון אַלע יענע, וועלכע האָבן דאָ, אין דעם אַלקער, געזינדיקט.
— פֿאַר וואָס זשע דווקא איך?
— אַזוי איז, אַפּנים, באַשערט געווען. און… אפֿשר נאָך דערפֿאַר, ווײַל דו ביסט פֿון יענע מקומות, פֿון וועלכע עס שטאַמט מײַן מאַן. ער איז אויך אַ ליכטיקער…
אַלכּסנדר האָט איראָניש באַמערקט:
— אָט זיך, הייסט עס, דאָס רעדל אַ דריי געטאָן און דער גורל האָט אָנגעוויזן אויף מיר.
— זײַ מיר מוחל, אויב דו קענסט… — האָט זי שטיל אַרויסגעבראַכט אויף די ליפּן. דאָס איז שוין געווען גאָר אַן אַנדער פֿרוי, מיט וועלכער אַלכּסנדר האָט זיך באַקענט מיט עטלעכע ווײַלעס צוריק. — דו האָסט אַ משפּחה?
— ניין… כ׳בין מסתּמא לויט דער נאַטור אַן אמתער נע־ונדניק.
איצט האָט ער דערפֿילט אַ באַדערפֿעניש זיך אַנטדעקן פֿאַר איר. אירע אויגן האָבן עס בײַ אים געבעטן. און אַלכּסנדר האָט איר דערציילט וועגן זײַן היים, וועגן דעם אַלטן פֿאָטעל; וועגן סאָפֿיען און דעם ייִנגעלע לעבן דעם קוואַלוואַסער ”זילבערנער שליסל“; דערציילט וועגן דעם שניי אויף די שוואַרצע לאַפּעס פֿון הויכע שטאַלטנע יאָדלעס, נאָך וועלכן ער בענקט ביז הײַנט …
— האָסטו נאָך עמעצן דאָרט? — האָט זי געפֿרעגט.
— יאָ… צוויי מצבֿות און אַ גאַנץ שטיק לעבן מײַנס.
דאָס ליכט האָט שוין געהאַלטן בײַם גסענען, זיך פֿאַרכלינעט מיטן צינגל אינעם צעשמעלצטן חלבֿ.
— כ׳געדענק, — האָט זי זיך דערמאָנט, — ווי מײַן זיידע פֿלעגט זאָגן, אַז יעדער מענטש קומט אַרײַן אין ירושלים דורך זײַן אייגענעם טויער…
זי האָט ניט פֿאַרענדיקט. פֿון דרויסן האָט זיך דערהערט די ערשטע תּפֿילה פֿונעם מועדזין.
— אין גיכן וועט אָנהייבן טאָגן. — האָט זי זיך אַ כאַפּ געטאָן, — כ׳מוז שוין גיין.
אײַלנדיק, האָט זי זיך אָנגעהויבן אָנטאָן.
— דאָ איז פֿון דײַן טאָרבע אַרויסגעפֿאַלן אַ צאַצקעלע.
אַלכּסנדר האָט ניט באַלד פֿאַרשטאַנען וועגן וואָס זי רעדט. דערזען אין איר האַנט דאָס שוואַרצע שדל, וואָס ווײַזן אַ ”נאָז“, האָט ער זיך צעשמייכלט.
— דו קאָנסט עס מיר שענקען? — האָט זי געפֿרעגט.
— אויב די זאַך געפֿעלט דיר…
— אַ דאַנק!
זי האָט זיך אָנגעבויגן צו אים. אַ קוש געטאָן אין די ליפּן.
— זײַ מצליח, נע־ונדניק…
שפּעטער מיט עטלעכע שעה האָט אַלכּסנדר זיך אומגעדרייט איבער די שמאָלע געסלעך, געזוכט די פֿאַרלוירענע פֿרײַנד זײַנע. דער נײַער טאָג איז שוין אויסגעווען אין אַלע ווינקעלעך פֿון דער אַלטער שטאָט, אַרײַנגעקוקט אין די פֿענצטער און טירן, און אין וווּ אַ שפּאַרונקעלע. דער אויפֿגעוואַכטער ספֿינקס פֿון צײַט האָט ווידער געפֿרעגט זײַן רעטעניש, און ווי אַ פֿאַרקריפּלטע תּשובֿה האָט זיך דערהערט פֿון דער ווײַטנס: ”אַלטע זאַכען! אַלטע זאַכען!..“
אַלכּסנדר האָט באַגלייט מיט די אויגן דאָס סקוטשנע אייזל, וואָס האָט געשלעפּט נאָך זיך אַ ברייט וועגעלע. צווישן די קופּעס שמאַטעס איז געשטאַנען איבערגעקערט אויף אַ זײַט אַן אָפּגערובענער פֿאָטעל מיט צוויי טאַנצנדיקע ספּרוזשינעס אין דרויסן. דער בעל־עגלה, אַן אַלטער אַראַבער, איז געזעסן פֿון אויבן און ווי פֿון אַ דרעמל פֿויל אַויסגעשריגן זײַן רעפֿרען: ”אַלטע זאַכען! אַלטע זאַכען!..“
אַלכּסנדר איז געבליבן שטיין אַ געפּלעפֿטער. ער וואָלט געקאָנט שווערן, אַז ס׳איז דער זעלבער פֿאָטעל פֿון זײַן פֿאָטערס קאַבינעט! אָבער באַלד האָט די ווירקלעכקייט עס פֿאַרענטפֿערט: נאַרישקייט… אַן אויסדאַכטעניש… די פּורים־שפּיל האָט זיך פֿאַרענדיקט.