— ליטעראַטור־היסטאָריקער. געבוירן אין שטעטל לאַנאָוויץ וואָלינער גובערניע, אין אַ משפּחה פֿון אַן אַרענדאַר. פֿאַרענדיקט דעם פּאָליטעכניקום אין קאַרלסרוע, דײַטשלאַנד, וווּ אים איז צוגעטיילט געוואָרן דער טיטל אינזשעניר־כעמיקער. אַריבערגעפֿאָרן קיין באַזל, שווייץ, וווּ ער פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר־דיסערטאַציע. אין 1898 קערט ער זיך אום קיין רוסלאַנד, באַזעצט זיך אין פּעטערבורג, פֿאַרוואַלטעט מיט דער צענטראַלער כעמישער לאַבאָראַטאָריע בײַם פּוטילאָווער זאַוואָד, וווּ ער האָט אָן אַן איבעררײַס געאַרבעט ביז זײַן אַרעסט אין 1938, אָבער דאָס איז געווען ניט דער איינציקער אינטערעס אין זײַן לעבן. דער עיקר איז בײַ אים געווען ליטעראַטור־פֿאָרשונג, אָנהייבנדיק פֿונעם מיטל־עלטער און ביזן 20סטן יאָרהונדערט. שוין אין 1900 באַווײַזן זיך זײַנע ערשטע אַרבעטן אויף דעם געביט. אין 1901 ווערט ער אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין דער ייִדיש־רוסישער פּרעסע, דרוקט אַרטיקלען אין Пережитое (דאָס איבערגעלעבטע), Восход (דער אויפֿגאַנג) און Еврейская старина (דער ייִדישער אַמאָל). פֿיל כּוחות גיט ער אָפּ דער 16־בענדיקער Еврейская энциклопедия (ייִדישע ענציקלאָפּעדיע) (1908־1913), אין וועלכער ער רעדאַקטירט דעם אָפּטייל ”נײַע העברעיִשע און ייִדישע ליטעראַטור“. פֿון גרויסן באַטײַט איז זײַן מאָנאָגראַפֿיע אויף רוסיש ”די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין רוסלאַנד אין פֿאַרבינדונג מיט די געזעלשאַפֿטלעכע שטרעמונגען“ (1916), פֿאַר וועלכער ער האָט באַקומען די פּרעמיע פֿון דער ”געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן בילדונג צווישן ייִדן אין רוסלאַנד“. די געשיכטע פֿון דער פּרעסע איז אין אָט דער אַרבעט דערפֿירט ביזן 1881 און כאַפּט אַרום די פּעריאָדיק אויף דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, העברעיִש און רוסיש. אין 1903 האָט ער אין Восход פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַרבעט ”די געשיכטע פֿון דער זשאַרגאָנישער ליטעראַטור און אירע לייענער“ — איינע פֿון די ערשטע פּרוּוון אין געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. ער האָט מיטגעאַרבעט אין דער פּעטערבורגער צײַטונג ”דער פֿרײַנד“ און האָט באַקעמפֿט די קעגנער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. צוזאַמען מיט שאָול גינזבורג, ש. דובנאָוו א״אַ האָט ער אין 1912 געגרינדעט אין פּעטערבורג דעם זשורנאַל ”די ייִדישע וועלט“. אין 1915 איז ער צוגעטראָטן צו זײַן פֿונדאַמענטאַלער פֿילבענדיקער אַרבעט ”געשיכטע פֿון ליטעראַטור בײַ ייִדן“. זי איז דערשינען אין ווילנע (8 בענד). דער 9טער באַנד איז בײַ אים שוין געווען גרייט אויף אָפּצושיקן קיין ווילנע, נאָר סוף 1938 האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ צוואַנגס־לאַגער. צום אָרט פֿון דער פֿאַרשיקונג איז י. צינבערג אָבער ניט דערפֿאָרן. אין וולאַדיוואָסטאָק האָט מען אים, אַ שווער קראַנקן, אַראָפּגענומען פֿון דער באַן און געלייגט אין אַ לאַגער־שפּיטאָל, וווּ ער איז אין יאַנואַר 1939 געשטאָרבן. עס האָט זיך פֿאַרהיט זײַן גרויסער אַרכיוו, וווּ עס האָבן זיך אויך געפֿונען די לעצטע בענד פֿון זײַן גרויסן לעבנס־ווערק.
די השׂכּלה־באַוועגונג אין רוסלאַנד (אויסצוג)

דער פֿרידלעכער פֿאַרבאַנד צווישן תּורה און וויסן, צווישן גאָטספֿאָרכטיקייט און אויפֿקלערונג, וואָס האָט זיך געלאָזט באַמערקן בײַ די ערשטע השׂכּלה־פּיאָנערן, — איז זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן. דעם ווילנער גאָונס דעוויז, אַז יעדער מאַנגל פֿון וויסן אין די חכמות חיצוניות איז גורם אַ הונדערטפֿאַכן מאַנגל בײַם לערנען די תּורה, — איז אַנטשיידן אָפּגעוואָרפֿן. יעדע וויסנבראַנזשע, אַלע חכמות חיצוניות זײַנען דערקלערט געוואָרן פֿאַר לויטער אַפּיקורסות. די דאָזיקע רעאַקציאָנעלע שטרעמונג האָט אויך נישט ווייניק געהאַט צו פֿאַרדאַנקען דער נצחונישער פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער חסידות־באַוועגונג, וואָס איז געווען זייער פֿײַנדלעך געשטימט קעגן אַלץ, וואָס האָט געהאַט די מינדסטע שײַכות מיט אייראָפּעיִשער בילדונג. זייער כאַראַקטעריסטיש אין דעם הינזיכט איז דער טראַגישער גורל פֿון איינעם פֿון דעם ווילנער גאָונס ייִנגסטע תּלמידים — מנשה איליער.
מנשה בן־יוסף איז געבאָרן אין 1767 אין סמאָרגאָן אין דער פֿאַמיליע פֿונעם אָרטיקן דיין. מע דערציילט, אַז אַ דאַנק זײַנע גרויסע פֿעיִקייטן, האָט דער קליינער מנשה שוין צו 10 יאָר נישט געקאָנט קריגן פֿאַר זיך אין סמאָרגאָן קיין פּאַסיקן מלמד, און ער הייבט פֿון דעמאָלט אָן לערנען „פֿאַר זיך‟ אין בית־מדרש צוזאַמען מיט די דערוואַקסענע בחורים. צו 15 יאָר האָט ער שוין געשמט פֿאַר אַ למדן. נאָך דער חתונה, ווען ער פֿאָרט אַריבער צום שווער קיין איליע „אויף קעסט‟, זיצט ער ימם־ולילה אין בית־מדרש און לערנט; און ווען דער שווער זײַנער ווערט אַ יורד און מנשה מוז אַראָפּ פֿון קעסט, ווערט זײַן פֿרוי די אשת־חיל; זי איז מפּרנס די פֿאַמיליע און ער זיצט ווײַטער אומגעשטערט איבער זײַנע ספֿרים.
צוויי פּערזענלעכקייטן האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויפֿן יונגן מנשה און אויף זײַן גײַסטיקער אַנטוויקלונג: דער ערשטער איז געווען דער ווילנער גאָון, צו וועמען מנשה איליער פֿלעגט אָפֿט פֿאָרן און פֿאַרברענגען גאַנצע יאָרן; נישט פֿון קלענערן באַדײַט איז געווען פֿאַר מנשה איליער די באַקאַנטשאַפֿט מיט זײַן קרובֿ, דעם באַוווּסטן ביבליאָפֿיל יוסף מזל, וואָס האָט געוווינט אינעם שכנותדיקן שטעטל ווײַזען און זיך קונה־שם געווען מיט זײַן אויסערגעוויינטלעך רײַכער ביבליאָטעק; דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט די מיטל־אַלטערלעכע חקירה־ספֿרים און אויך מיט „חכמות חיצוניות‟, ווי מאַטעמאַטיק, אַסטראָנאָמיע, פֿיזיק אויף ווי ווײַט זיי ווערן באַהאַנדלט אין דער העברעיִשער מיטל־אַלטערלעכער ליטעראַטור.
דער יונגער למדן ווערט אַ וויסנדורשטיקער „זוכער‟. ער לאָזט זיך זוכן גרעסערע צענטערס פֿון וויסן. ווי אַלע אַנדערע השׂכּלה־פּיאָנערן, חלומט ער וועגן דער פּרײַסישער רעזידענץ־שטאָט — בערלין. נאָך פֿיל מאַטערנישן דערשלאָגט ער זיך קיין קעניגסבורג, און פֿון דאָרטן האָפֿט ער צו דערלאַנגען צו בערלין. אין קעניגסבורג באַגעגנט ער באַקאַנטע סוחרים פֿון ליטע. יענע זײַנע אויסער זיך, וואָס אַזאַ למדן־מופֿלג וועט זיך לאָזן צום הויפּט־נעסט פֿון אַפּיקורסות, וווּ ער קאָן נאָך אַראָפּ, חלילה, פֿונעם דרך־הישר. זיי וואָרענען אים שטאַרק, און אַז ער בלײַבט אַלץ בײַ זײַנעם, פּרוּוון די גאָטספֿאָרכטיקע סוחרים אים ראַטעווען פֿון סיטרא־אַחרא דורך אַ מסירה. מע גיט איליערן נישט אַרויס דעם נייטיקן פּאַסיר־שײַן, און ער מוז צוריקקערן קיין איליע.
זײַן נישט־געלונגענע רײַזע האָט נאָך מער געשטאַרקט אין אים דעם דורשט נאָך וויסן, וואָרום אויפֿן וועג קיין בערלין האָט ער באַגעגנט אייניקע מענטשן מיט אַ וואָסערער־ס׳איז אייראָפּעיִשער בילדונג, און זיי האָבן אים אויפֿגעקלערט, אַז זײַנע ידיעות וועגן „חכמות חיצוניות‟, וואָס ער האָט געשעפּט פֿון דער העברעיִשער מיטל־אַלטערלעכער ליטעראַטור, זײַנען שוין שטאַרק פֿאַרעלטערט און נישט גענוגנדיקע. מיט גרויס מי און מאַטערנישן געלינגט אים צו באַקומען אייניקע דײַטשישע און פּוילישע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער. האָט ער אָבער די שפּראַכן, אויף וועלכער די ביכער זײַנען געווען געשריבן, זייער שלעכט פֿאַרשטאַנען; דערצו זײַנען די ביכער, וואָס ער האָט באַקומען, געווען אַ ביסל פֿאַרעלטערט. די דאָזיקע ביכער אָבער, ווי עס שײַנט, האָבן מער־ווייניקער באַקענט מנשה איליערן מיט די ראַציאָנאַליסטישע און הומאַניסטישע אידעען פֿונעם 18טן י״ה. אויך האָבן זיי אין אים דערוועקט דעם אינטערעס צו סאָציאַלע פּראָבלעמען. דאָס אַלץ האָט געהאַט אַ גוואַלדיקע השפּעה אויף מנשה איליערס וועלט־באַנעם. ער האָט בײַ זײַן גאַנצער שטרענגער רעליגיעזקייט געוואָרן אַן איבערצײַגטער ראַציאָנאַליסט; נאָר ווי אַ טיף עטישע נאַטור, האָט דער ראַציאָנאַליזם בײַ אים אָנגענומען גאַנץ אייגנאַרטיקע פֿאָרמען, און אַ דאַנק דעם, שטעלט מנשה איליער מיט זיך פֿאָר איינעם פֿון די טיפּישסטע און איידלסטע „טרוימער פֿון דער געטאָ‟, וועלכע עס האָט מיט יאָרן שפּעטער אַזוי גײַסטרײַך באַזונגען ישׂראל זאַנגוויל.
דער גרונט־פּרינציפּ פֿון מנשה איליערס וועלט־באַנעם איז — „טובֿת־הכּלל‟. „ווען גאָט ברוך־הוא, — דערקלערט מנשה איליער אין דער פֿאָררעדע צו זײַן ווערק ׳העמק שאלה׳ — זאָל וועלן באַשענקען מיך און אַלע מײַנע אייגענע מיט אַלדאָס גוטס אויף אייביקע צײַטן, נאָר דערבײַ לאָזט גילטן דאָס שלעכטס אויף דער וועלט, דאָס הייסט, עס זאָלן אויך אויף ווײַטער בלײַבן לײַדן לעבעדיקע באַשעפֿענישן, און מענטשן זאָלן ווײַטער לעבן אין צער, — וואָלט איך מיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם געשאַנק. איך וויל נישט זײַן אויסגעטיילט פֿון אַנדערע באַשעפֿענישן.‟
„וואָס פֿאַר אַ ווערט, — זאָגט ער ווײַטער, — קאָן האָבן טובֿת־עצמי קעגן טובֿת־הכּלל, מײַן איינציקער פֿאַרלאַנג און האָפֿענונג איז בלויז: אפֿשר וועל איך מיט עפּעס קאָנען מיטהעלפֿן ׳לתּיקון לעולם הקיום׳ — אויסבעסערן דעם עקזיסטירנדיקן סדר.‟
„איך האָב באַטראַכט, וואָס אַרום טוט זיך, — שרײַבט ער אין דער פֿאָררעדע צו אַן אַנדער ווערק ׳תּיקון כּללי׳ — איך רייד שוין נישט וועגן דעם אָפֿענעם רויב, וואָס קומט פֿאָר אויף דער וועלט, ווי יעדער שטאַרקערער שלינגט אײַן דעם שוואַכערן; פֿאַר מיר איז אָבער גאַנץ קלאָר, אַז די הויפּט־סיבה פֿון אַלע צרות אויף דער וועלט איז די מאַטעריעלע נויט און די נישט־געזיכערטע פּרנסה־קוואַלן. בלויז געציילטע זײַנען פֿאַרזאָרגט מיט פּרנסה, דער גרויסער רובֿ זײַנע אָבער ׳עניים מטופּלים׳, וואָס גייען אַרום נאַקעט און באָרוועס, האָבן נישט קיין דאַך איבער זיך און קומען ממש אום פֿון הונגער, קעלט און אַלערליי חלאַתן… איך שעם מיך צו דאגהנען וועגן זיך און וועגן די הצטרכותן פֿון מײַן הויזגעזינד, בעת איך זע, אַז די גאַנצע וועלט איז אין צער און נויט. איך קאָן נישט פֿאַרגעסן אין דער גרויסער נויט, איך זע זי שטענדיק פֿאַר די אויגן; איך קאָן מיך נישט באַרויִקן, איך מוז אויפֿדעקן דעם סדר־העולם, אָנווײַזן ווי אַזוי מענטשן לעבן, מיט זיי זײַנען זיך מפֿרסם, אַנטפּלעקן זייערע הצטרכותן, זייערע לײַדן. אפֿשר וועט גאָט דערלײַכטן מײַנע אויגן און וועט מיר אָנווײַזן דעם ׳דרך־הישר לתּיקוני־עולם׳, און איך וועל זוכה זײַן, אַז דורך מיר זאָלן אַרויסקומען ׳זכות וריוח בעולם‟…
מנשה איליער האָט דאָך געגלייבט אײַזן־פֿעסט אין דער מאַכט פֿון שׂכל־הישר. ער איז געווען פֿעסט איבערצײַגט, אַז ווי נאָר מע עפֿנט דעם מענטשנס אויגן, מע גיט אים צו פֿאַרשטיין על־פּי שׂכל־הישר, ווי שטאַרק ער האָט געגרײַזט, איז געגאַנגען אויף פֿאַלשע וועגן און האָט נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס פֿאַר אים איז ניצלעך, — גלײַך וועט ער זיך נעמען צום שׂכל, וועט לאָזן אויפֿן דרך־הישר און די ישועה וועט באַלד קומען. און אין משך פֿון צענדליקער יאָרן שרײַבט מנשה איליער מיט אומדערמיטלעכער ענערגיע איין ווערק נאָכן אַנדערן. ווי אַ טיפּישער אויטאָדידאַקט, איז ער געווען פֿעסט איבערצײַגט, אַז ער האָט אָנגעזאַמלט גרויס וויסן אין פֿיל בראַנזשעס, און ער קאָן דערמיט ברענגען פֿיל נוצן דעם ייִדישן קיבוץ.
ישׂראל צינבערג, „די געשיכטע פֿון ליטעראַטור בײַ ייִדן‟