טײַערע לייענער, מיט 7 יאָר צוריק האָט „ייִדיש בראַנזשע‟ זיך באַוויזן אין דער עלעקטראָנישער מעדיע־וועלט. ווי דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿון דער אויסגאַבע, וויל איך באַגריסן און באַדאַנקען אַלע מחברים, וואָס האָבן מיט זייערע ווערק געמאַכט זי רײַכער, טיפֿער, פֿאַרשיידנאַרטיקער, מיט איין וואָרט, געשפּײַזט און געכאָליעט דאָס נײַ־געבוירענע קינד, געשטעלט עס אויף די פֿיס און געלאָזט גיין צו אײַך, אונדזערע טײַערע לייענער.
נאָך שלום־עליכם האָט זיך געקלאָגט: „אוי, וווּ נעמט מען אַ לייענער פֿאַר אונדזערע שריפֿטן?!‟ אין דעם ביטערן זאָג איז פֿאָרט דאָ אַ טראָפּנדל פֿון ייִדישן בטחון. די ייִדישע לייענערשאַפֿט איז צעזייט און צעשפּרייט, דעריבער איז אויך די געאָגראַפֿיע פֿון אַן עלעקראָנישער אויסגאַבע זייער אַ ברייטע. הײַיאָר האָט די רשימה פֿון אונדזערע אַבאָנעמענטן דערגרייכט ביז 1600 שטענדיקע באַזוכערס. פֿאַר אַן אויסגאַבע אויף ייִדיש איז עס אַ בכּבֿודיקע צאָל. ס׳איז נישט אין גאַנצן אַ פֿרייד, נאָר אַ טרייסט איז עס; מיר האָפֿן זייער, אַז יעדער אונדזערער לייענער, וועט צוגעבן צו דער רשימה כאָטש נאָך איינעם אַ לייענער. ווי זאָגט דאָס ווערטל: אַ ביסל און אַ ביסל ווערט אַ פֿולע שיסל!
„ייִדיש בראַנזשע‟ — איז אויך דער נאָמען פֿונעם פֿאַרלאַג. במשך פֿון דער צײַט זײַנען דערשינען נײַע פּראָזע־ביכער און לידער־זאַמלונגען פֿון: בערל קאָטלערמאַן, עמיל קאַלין, יעווגעני קיסין, אלי שאַרפֿשטיין, שלום בערגער, מרדכי יושקאָווסקי, ניסן לעווין, באָריס סאַנדלער. אין גיכן וועלן אַרויס נײַע ביכער פֿון עמיל קאַלין און יעווגעני קיסין.
אַ יישר־כּוח קומט דעם גראַפֿיקער און דיזײַנער באָריס בודיאַנסקי. מיר זײַנען מיט אים אין איין פֿאַרלעגערישן שפּאַן אָט 25 יאָר.
איך וויל אויסדריקן אַ באַזונדערן דאַנק יעווגעני קיסינען — דעם שטענדיקן מחבר און געטרײַען ספּאָנסער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟.
אונדזער פֿאָלק לעבט איבער אַ שווערע תּקופֿה. מיר דאַרפֿן זײַן אַלע געאייניקט און שטאַרק, נישט נאָכגעבן דעם שׂונא און נישט לאָזן זיך פֿאַרפֿירן פֿון די כּלומרשטע פֿרײַנד. אַחדות און שלום־בית!
באָריס סאַנדלער
אָקטאָבער 28, 2024, ברוקלין, ניו־יאָרק