לאַפּסוס־קאַקטוס — 86

פֿישערײַ בײַ ייִדן

צו מאָל שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער גרעסטער אויפֿטו, וואָס דאָס אַשכּנזישע ייִדנטום האָט אויפֿגעטאָן לטובֿת דער וועלט, איז פֿאַרבונדן מיטן מאכל „געפֿילטע פֿיש‟. עס ווערן מיט דער צײַט אויסגעמעקט פֿונעם מענטשלעכן זכּרון די גרויסע נעמען פֿון געלערנטע, באַנקירן, מענטשן פֿון קונסט, דאָקטוירים וכדומה, אָבער די צוויי ייִדישע ווערטער — נישט אָפּצוטיילן איין וואָרט פֿונעם אַנדערן — האָבן דורך דורות דורכגעטראָגן דעם שם פֿון ייִדישער קולינאַרער טראַדיציע. דער מאָגן האָט דאָ גענומען די אויבערהאַנט איבערן שׂכל.

ווי עס זאָל נישט זײַן, שטעקט פֿאָרט דער עיקר אין דעם באַרימטן ייִדישן מאכל אין די פֿיש אַליין. נאָך מער — אינעם ייִדישן פֿישער, איינעם פֿון די דרײַ „פאען‟, אויף וועלכן עס האָט זיך געהאַלטן דאָס לעבן אין שטעטל.

אין אַ ייִדישער אַגדה ווערט דערציילט: „װען גאָט האָט די װעלט צעטײלט, האָט דער פּויער זיך גענומען די ערד, דער יעגער — דעם װאַלד, דער גערטנער — די פֿרוכֿטביימער, דער סוחר — די מאָס און די וואָג און דער פֿישער — דעם טײַך.” די ייִדישע פֿישערײַ איז באַזונדערס אַנטוויקלט געווען אין דרום־ווײַסרוסלאַנד, לענגויס דעם פּריפּיאַט־טײַך, אין קלענערע טײַכלעך און סאַזשלקעס. פֿאַר די ייִדן פֿון די ווײַסרוסישע שטעטלעך טוראָוו, מאָזיר, פּיעטריקאָוו איז פֿישערײַ געווען די הויפּט־פּרנסה. זיי האָבן זי גוט באַהערשט. דאָס כאַפּן פֿיש איז געווען בלויז אַ טייל פֿון דער מלאָכה; אפֿשר נאָך וויכטיקער איז געווען צו פֿאַרהיטן די סחורה און זי צושטעלן צום קונה. אַגבֿ, צווישן די פּרנסות, וואָס די ייִדן אין צאַרישן רוסלאַנד האָבן זיך מיט זיי נישט געטאָרט באַשעפֿטיקן, איז פֿישערײַ בפֿירוש דערלויבט געוואָרן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די גרעסטע „עסערס‟ פֿון פֿיש זײַנען געווען די ייִדן, הגם נישט אַלע מינים פֿיש, וואָס די ייִדישע פֿישערס פֿלעגן כאַפּן, האָבן די באַלעבאָסטעס אַרויסגעשטעלט אויפֿן טיש אין די שבתים אָדער יום־טובֿים. אַ געפֿילטן סודעק אָדער העכט — יאָ, אָבער נישט חלילה אַ שטער אָדער אַ וועלש. משה רבנו, דער ערשטער משגיח, האָט פֿעסט געשטעלט, וואָסער מין פֿיש קאָן דער ייִד עסן און וואָסער — נישט! שוין אָפּגערעדט פֿון קרעפּסן, מיט וועלכע די בלאָטיקע טײַכלעך אַרום פּריפּיאַט זײַנען געווען פֿאַרפֿלייצט. זיי, די קרעפּסן, פֿלעגט מען בדרך־כּלל טריקענען און ווי אַ דעליקאַטעס אַריבערפּעקלען קיין וואַרשע.

אַן אַנדער ווײַסרוסיש שטעטל שקלאָוו האָט זיך געפֿונען בײַם טײַך דניעפּער. אויך דאָרט האָבן נישט ווייניק ייִדן געצויגן זייער חיונה פֿון פֿישערײַ. דער שרײַבער שמואל־ניסן גאָדינער דערמאָנט זיך אין זײַן דערציילונג „די שקלאָווער לבֿנה‟: „מײַן טאַטע איז געווען אַן ערלעכער פֿישער, אַ פֿאַרהאַרטעוועטער האָרעפּאַשניק, וואָס פֿלעגט אין פֿאַרנאַכטן מיט דער נעץ אַרויספֿאָרן אויף דער אָזערע פֿיש כאַפּן. מײַן טאַטע איז געווען אַ פֿרומער ייִד און פֿלעגט אָפֿט זיצן אין שבתים־נאָכמיטאָגן מיטן „חוק לישׂראל‟ אין די הענט אויף דער פּריזבע פֿון זײַן דאָרפֿישער שטוב. דאָס איז אָבער געווען אַן אַנדער לעבן, אויף אַן אַנדער וועלט, וואָס איז שוין אונטערגעגאַנגען. מײַן טאַטע איז איין מאָל אין אַ פֿאַרנאַכט מיט דער נעץ אין דער אָזערע אַוועק און צוריק ניט געקומען. אפֿשר האָט אים אַ פֿיש דערשלונגען, און אפֿשר האָט אים דער שטורעם צום וויסטן ברעג צוגעוואָרפֿן, צו יענעם ברעג, הינטער וועלכן, לויט מײַנע דעמאָלטיקע קינדערשע פֿאָרשטעלונגען, האָט זיך געענדיקט די וועלט און אָנגעהויבן יענע וועלט.‟

גאָדינערס פֿאָטער איז, אַפּנים, געווען אַ פֿישער פֿאַר זיך, אָבער בדרך־כּלל פֿלעגן די פֿישערס זיך פֿאַראייניקן אין פֿישער־אַרטעלן און בראַנזשעס. אין די אָנהייב 1890ער יאָרן זײַנען אין רוסלאַנד באַקאַנט געוואָרן די אַסטראַכאַנער ייִדישע פֿישער־בראַנזשעס, וואָס האָבן געפֿירט זייער אַרבעט אויפֿן ברעג פֿון קאַספּישן ים. געבראַכט האָט אַהין די ייִדישע פֿישערס די נויט, ווײַל פֿאַר דעם האָבן זיי געכאַפּט פֿיש אויפֿן טײַך דונײַ און אין די אַרומיקע סאַזשלקעס. דאָס שטעטל ווילקאָוואָ, איזמאַיִלער אוּיעזד, בעסאַראַבער גובערניע האָט געשמט אויף גאַנץ אייראָפּע מיט זײַן הערינג־פּראָדוקציע. אָבער די צאַרישע מאַכט, אונטערגעהעצט פֿון די גוייִשע קאָנקורענטן, האָבן שטאַרק באַגרענעצט די טעטיקייט פֿון ייִדישע פֿישערס; האָבן זיי געמוזט פֿאַרלאָזן יענע געבענטשטע פֿיש־ערטער.

די געניטע ייִדישע פֿישערס האָבן זיך אויפֿן נײַעם אָרט גיך אַנטוויקלט. די פֿיש־אינדוסטריע האָט זיך צעבליט. איז ווידער — די צאַרישע גזירות האָבן זיי דאָרט אויך געטראָפֿן און דערשטיקט.

אַ באַזונדער אָרט אין פֿישערײַ האָבן פֿאַרנומען די פֿיש־הענדלערקעס. אַן עכטער פֿישער איז מיט זײַן פֿאַנג אין מאַרק נישט געגאַנגען. דערמיט האָבן זיך אָפּגעגעבן די פֿיש־הענדלערקעס. זייער בולט און זאַפֿטיק האָט זיי באַשריבן דער ווילנער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש אין זײַן דערציילונג „חנה־מערקע פֿון די פֿיש‟.

איך וועל זיך דאָ נישט גיין אַרײַנלאָזן אין די פֿיבערדיקע ליבע־פּרטים פֿון דער הויפּט־העלדין חנה־מערקע, וואָס „האָט געהאַט איר באַלייע פֿיש גלײַך בײַם אָנהייב מאַרק‟, און דעם ייִוואָ־פֿאָלקלאָריסט רובינשטיין. מײַן אינטערעס פֿאַלט דאָ בפֿירוש צונויף מיטן אינטערעס פֿון דאָקטאָר מאַקס ווײַנרײַך, וואָס האָט געבעטן די פֿישערקע צו פֿאַרשרײַבן „באַזונדערע ווערטער, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו פֿישפֿאַנג‟.

און אָט זײַנען אייניקע מוסטערן פֿון יענעם פֿישער־גלאָסאַר, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער פֿישערקע חנה־מערקע. די דאָזיקע ווערטער האָט זי געהערט פֿון איר מאַן אָרקע דער זאַוואַדניק, וואָס איז „דערטרונקען געוואָרן אין דער נאַראָטשער אָזיערע‟.

אַ זאַוואַדניק‟ — דער וואָס זעצט אָפּ אַ נעץ; „טאָניעווען‟ — אַרויסציִען די נעץ פֿון וואַסער; „דורכשווענקען די אָזערע‟ — דורכגיין מיט די נעצן פֿון ברעג צו ברעג; „ווען די פֿיש לאָזן איקרע, זאָגט מען — זיי שפּילן‟;

אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט די געשטאַלט פֿון אַ פֿישער קיין פֿאַרשפּרייטונג נישט געפֿונען. סײַדן יצחק־לייבוש פּרץ האָט אין אַ סטראָפֿע פֿון זײַן פּאָעמע „מאָניש‟ פֿאַרגליכן דעם „שוואַרצן שׂטן‟ מיט אַ פֿישער:

צו װאָס איז אונדזער לעבן גלײַך?
צו אַ טײַך!
און די מענטשן — צו די פֿיש!
ס’װאַסער איז געזונט און פֿריש,
װאָלט’מיר שװימען אָן אַן עק,
שטעלט דער שװאַרצער זיך אַװעק,
װי אַ פֿישער אױפֿן ברעג…
שטײט דער שׂטן אױפֿן לאַנד
מיט דער װענדקע אין דער האַנט
כאַפּט די פֿיש
.

ווער זשע זײַנען די פֿיש? די פֿאַרבלאָנדזשעטע מענטשלעכע נשמות. ווי אַ היפּוך צו פּרצ׳ס פֿישער־געשטאַלט, קלינגט דער ייִדישער פֿאָלקס־טײַטש פֿון אַ חלום: „ווען מע זעט אין חלום אַ גרויסן טײַך מיט פֿיש, באַטײַט עס אַ גרויס גליק‟. לאָמיר זיך האַלטן בעסער פֿאַר אָט דעם מיין און כאַפּן גרויסע פֿיש פֿון גליק.

אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment