דער דאָקטער האָט געפּסקנט שנײַדן — שנײַדט מען!
אלי שאַרפֿשטיין
קאַפּיטל 8
ווען דער דאָקטער קאַמיש, אַ נידעריקער מאַיאָר מיט קליינע גרויע אויגן און נאָך מער קליינע וואָנצעקלעך, ווי בײַ מישקע יאַפּאָנטשיק, אַ בײַכל, ווי בײַ אַ פֿרוי אין מיטן שוואַנגערשאַפֿט, און קורצע אויסגעבויגענע פֿיסלעך, — ווען ער האָט מיר געמאָלדן מיט אַ הייזעריקער ציגאַרעטן־פֿאַררייכערטער שטימע, אַז מ’מוז מיך „אַוועקלייגן אונטערן מעסער‟, דאָס הייסט, מאַכן מיר אַן אָפּעראַציע, האָב איך גלײַך געענטפֿערט ווי עס פּאַסט אַן אמתן סאָוועטישן סאָלדאַט:
— פּונקט אַזוי, חבֿר מאַיאָר. אויב איר זאָגט, אַז מ’מוז, בין איך גרייט!
איך מיין, אַז דאָקטער קאַמיש איז געוואָרן זייער נתפּעל פֿון מײַן דרייסטקײט און נאָך מער מיט מײַן גיכן מסכּים זײַן. ער איז אויפֿגעשטאַנען פֿון זײַן פֿאָטעל, אַ ברייטער מיט אַ הויכן אָנלען, באַצויגן מיט שוואַרצער לעדער, צוגעגאַנגען צו מיר, אַוועקגעלייגט זײַן רעכטע האַנט אויף מײַן לינקן אַקסל, און אַרײַנגעשעפּטשעט מיר גלײַך אין אויער:
— דו ווייסט, ווער איך בין? וואָס פֿאַר אַ כירורג בין איך? וויפֿל ייִדן „פּראָדוציר‟ איך יעדעס יאָר? צענדליקער!
דאָס איז עפּעס געווען פֿאַר מיר אַ נאָווינע, דאָס האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען. וואָס הייסט, ער „פּראָדוצירט‟ ייִדן? ווער האָט געהערט וועגן אַזאַ זאַך? דאָס וואָס מאַיאָר קאַמיש איז אַ ייִד, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען גלײַך, ווען ער האָט געעפֿנט זײַן מויל און אַרויסגערעדט מײַן נאָמען מיטן ייִדישן רי”ש. אָבער וואָס האָט ער געהאַט אין זינען, דערמאָנענדיק פֿון „פּראָדוצירן ייִדן‟? דער דאָקטער האָט דערזען מײַן וואַקלעניש, מײַן אומפֿאַרשטענדעניש, און האָט אַלץ אויסגעשטעלט אויף די ערטער:
— צו אונדז אין שפּיטאָל שיקט מען צו אַ סך סאָלדאַטן פֿון גאַנץ לעטלאַנד, וואָס האָבן צוגעכאַפּט אַ מיאוסע קראַנקײט — טריפּער. איך זע, אַז דו פֿאַרשטייסט שוין וואָס איך מיין. אין שפּיטאָל היילט מען זיי קודם־כּל אויס. ווען זיי זײַנען שוין געזונט, פֿאַלן זיי אַרײַן אין מײַנע הענט, — ער האָט אַ רײַב געטאָן זײַנע קליינע דלאָניעס מיט אַן אמתן פֿאַרגעניגן, — און איך בין דאָך אַ כירורג? מאַך איך זיי אַ קליינע אָפּעראַציע… זייער אַ קליינע, נאָר אַ ווייטיקלעכע. עס טוט זיי אַזוי וויי, אַז זיי הייבן אָן צו שילטן אַלץ און אַלעמען, נאָר ס’איז שוין פֿאַרפֿאַלן. זיי זײַנען שוין ייִדן! וואָס מאַך איך זיי? אַ ברית! איך מילה זיי!
דער דאָקטער האָט געמאַכט אַ ריר מיט די פֿינגער, פּונקט ווי ער וואָלט געהאַלטן אַ שער אין האַנט, און אָפּגעשניטן, פֿאַרקירצט עפּעס.
— אַוודאי, — האָט ער גלײַך צוגעגעבן, — איך שנײַד זיי צוליב מעדיצינישע סיבות. איך הרגע אַוועק צוויי פֿויגלען מיט איין מאָל: אי זייערע פּעצלעך וועלן זײַן געזינטער און נישט אונטערכאַפּן ווידער עפּעס אַ כאָלעריע נאָכן טרענען לעטישע פּראָסטיטוטקעס, אי זיי וועלן זיך פֿאַרוואַנדלען אין כּשרע געמלטע ייִדן!
ער האָט ווידער אַ רײַב געטאָן זײַנע כירורגישע הענטעלעך, זיך פֿאַרגאָסן מיט אַ געלעכטער, פּונקט ווי מ’האָט אים געקיצלט, און פֿאַרענדיקט זײַן פֿאָררעדע:
— אַוודאי, וועלן זיי אַליין עס נישט פֿאַרשטיין. אַזוי מיין איך. זיי זײַנען דאָך גויים, וואָס פֿאַרשטייען זיי? און אויב יאָ? וואָס איז די נפֿקא־מינה? מיך אַרט עס נישט, אַבי זיי וועלן זיך אויסהיילן און אומקערן זיך צו זייער מיליטער־דינסט. פֿאַרשטייסטו שוין?
צי איך פֿאַרשטיי? ווי אַזוי זאָל איך נישט פֿאַרשטיין, אַז איך בין אַליין אַ געמלטער? מײַן ברית־מילה געדענק איך אַוודאי נישט, נאָר דער ברית פֿון מײַן ייִנגסטן ברודער האָט זיך בײַ מיר אָפּגעלייגט גוט אין זכּרון. דאָס הייסט, ווי אַזוי מ’האָט אים אָפּגעשניטן, האָב איך נישט געזען, אָבער איך געדענק זייער גוט וואָס האָט זיך געטאָן אַרום דעם ברית — די גאַנצע משפּחה, צענדליקער געסט, דעם מוהלס תּפֿילות. ממש אַ יום־טובֿ! דעם מוהל רבי שׂימחה האָב איך געקענט פֿון אונדזער ווילנער שול. ער איז געווען דער חזן אויכעט. כּמעט יעדן יום־טובֿ בין איך געגאַנגען מיט מײַן טאַטן הערן, ווי ער דאַוונט. ווי אַ קינד, בין איך געווען פֿאַרכּישופֿט מיט די שיינע טרילן, וואָס זײַנען אַרויסגעגאַנגען פֿון זײַן גאָרגל. און דאָ האָט ער אויך געזונגען די תּפֿילות מיט אַ חזנישן אויסדריי, בשעת ער האָט געמאַכט זײַן „מלאכה‟.
און דער ייִדישע דאָקטער־מאַיאָר פֿרעגט מיך, צי איך פֿאַרשטיי… אַוודאי פֿאַרשטיי איך וועגן וואָס ער דרייט מיר דעם קאָפּ. נאָר איך בין פֿאַרנומען מיט מײַנע אייגענע צרות, מיט מײַן אָפּעראַציע, וואָס קאַמיש וויל מיר דורכפֿירן. איך באַרויִק זיך מיט דעם, וואָס איך דאַרף שוין נישט דורכגיין נאָך אַ מאָל אַ ברית־מילה פֿון קאַמישס הענט, און מאַך אים אַ סימן, אַז איך בין מסכּים. און טאָמער זײַט איר שוין טשיקאַווע צו דערוויסן זיך, וואָס פֿאַר אַן אָפּעראַציע האָט צוגעגרייט פֿאַר מיר דער מיליטער־כירורג, דערצייל איך אײַך גלײַך פֿון אָנהייב, פֿון דער טאַנקיסטן־שול.
די צײַט לויפֿט, און איך האָב שוין אָפּגעדינט פֿינף לאַנגע חדשים ווי אַ קורסאַנט. איין פֿרימאָרגן, ווען דער דיזשור־סערזשאַנט האָט אונדז אויפֿגעוועקט מיט אַ געוויינטלעכן געשריי „שטייט אויף!‟ — האָב איך, שוין שפּרינגענדיק אַרויס פֿון בעט, דערפֿילט פּלוצעם אַ שטאָך אינמיטן דעם האַלדז אויפֿן גאָרגל. פֿונעם שאַרפֿן ווייטיק האָב איך נישט געקענט קערן דעם קאָפּ, נישט אויף לינקס און נישט אויף רעכטס. כ’בין צוגעגאַנגען צום שפּיגל און עס איז מיר געוואָרן קאַלט: אין סאַמע מיט פֿון מײַן גאָרגל־קנאָפּ איז מיר אַרויס אַ טשיריק, אַ פּרישטש, די גרייס ווי דעם גאָרגל אַליין! ווען דער סערזשאַנט האָט עס דערזען, האָט ער זיך גוט דערשראָקן, און מיך גלײַך אַוועקגעשיקט אין פּאָליקליניק. דאָרט האָט מען מיך באַקוקט און מיט אַ ספּעציעלן אויטאָ אָפּגעפֿירט קיין האָספּיטאַל. דעם מיליטער־שפּיטאָל אין ווענטספּילס געדענקט איר אַוודאי. איך האָב אים שוין באַשריבן אין מײַנע פֿריִערדיקע קאָפּיטלען. זײַט זיכער, אַז איך האָב זיך נישט פֿאַרבענקט נאָך די דאָקטוירים און אײַנשפּריצונגען. אפֿשר אַ ביסל נאָך די שיינע קראַנקנשוועסטערס, וואָס איך האָב דאָרט אַ מאָל געטראָפֿן.
דאָס מאָל האָט מען מיך האָספּיטאַליזירט אין אַן אַנדער אָפּטיילונג — „דיספּאַנסער פֿאַר הויט־ און ווענערעלע קראַנקײטן‟. פֿרעגט איר דאָך, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן הויט־קראַנקײטן צו די מיאוסע ווענערעלע קרענק, וואָס מ’כאַפּט זיי בײַ די שמוציקע נקבֿות? ווייס איך טאַקע אויך נישט! נאָר אַזוי איז אײַנגעפֿירט געווען אין די שפּיטאָלן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. און בכלל, די סאָוועטישע מעדיצין האָט געהאַט אַ פֿאַרדרייטן מוח כּמעט אין אַלץ. איך קען אײַך געבן אַ בײַשפּיל פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. ווען איך, אַ צוויי־יאָריק ייִנגל, בין געוואָרן קראַנק אויף פּאָליאָ, האָט מען מיך אַוועקגעלייגט אין אַ נערוון־שפּיטאָל. אויף אַן אמתן איז עס געווען אַ „משוגעים־הוי‟, וואָס מ’האָט דאָרט אויפֿגעעפֿנט אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג פֿאַר קינדער מיט דער געפֿערלעכער קראַנקײט — קינדער־פּאַראַליז. וואָס עפּעס? פֿון וואַנען זאָל איך וויסן? גיי פֿאַרשטיי דעם סאָוועטישן מוח!
נו, זאָג איך צו זיך אַליין, ווענעראָלאָגיע? זאָל זײַן ווענעראָלאָגיע! אַבי מע זאָל מיך אויסהיילן פֿון דעם אָנשיקעניש! אַבי ס׳זאָל מיר אַלץ איבערגיין, וועל איך ווידער קענען דרייען מיטן האַלדז. און ווי אַזוי האָבן זיי מיך געהיילט? דרײַ מאָל אַ טאָג איז צו מיר אין פּאַלאַטע אַרײַנגעגאַנגען איינע פֿון די צוויי קראַנקנשוועסטערס, וואָס האָבן דיזשורעט אין דער אָפּטיילונג. די ערשטע איז געווען זייער אַ הויכע און אַ דאַרע, מיט לאַנגע בלאָנדע צעפּ, מיט אומעטיקע, כּמעט טרויעריקע גרויסע אויגן און מיט זייער קליינע בריסט, וואָס מ’האָט זיי קוים באַמערקט אונטער דעם ציכטיק־ווײַסן כאַלאַט. די צווייטע איז געווען אַ היפּוך פֿון דער ערשטער: אַ נידעריק רונד מיידל מיט גרויסע שטאַרצנדיקע בריסטלעך. און תּמיד מיט אַ שמייכל. פֿון איר האָב איך געשעפּט דעם בטחון, אַז איך וועל זיך פּאָפּראַווען און געזונט ווערן. וואָס האָב די קראַנקנשוועסטערס מיר געטאָן? זיי האָבן געשמירט און אָנגעריבן מײַן גאָרגל מיט עפּעס אַ שוואַרץ שמירעכץ, אַ מין קרעם מיט אַ שטאַרקן שטונק. מ’האָט עס גערופֿן „איכטיאָל‟. נאָכן שמירן, האָבן זיי מיר אַרומגעבונדן דעם האַלדז מיט אַ לאַנגן ווײַסן מאַרלע־באַנדאַזש, וואָס האָט זייער גיך געביטן זײַן פֿאַרב צו שמוציק־גרוי, צוליב דעם שמירעכץ.
אַזוי, מיט אַ שוואַרץ־גרויעם האַלדז האָב איז זיך אַרומגעדרייט אין אונדזער ווענערעאָלאָגישער אָפּטיילונג, גערייכערט „פּרימאַ‟־ציגאַרעטן, אָבער נאָר אין דרויסן אין דער „קורילקאַ‟, און געוואַרט ביז מײַנע וווּנדן וועלן אַריבערגיין. דער גאַנצער שפּיטאָל האָט מיך שוין געקענט צוליב מײַנע „שמוציקע און שטינקענדיקע‟ באָנדאַזשן. און וואָס שײך דער אָפּטיילונג, בין איך שוין צוגעוווינט געוואָרן דרייען זיך צווישן די זעלנער מיט ווענערעלע קראַנקײטן. זיי האָבן דערציילט וועגן די לעטישע און רוסישע נקבֿות פֿון ווענטספּילס און זיך געשוואָרן, אַז מער וועלן זיי צו זיי נישט גיין. אָבער איך האָב געוווּסט, אַז ס’איז אַ ליגן די מעשׂה. דער סאָוועטישער זעלנער, וואָס איז פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער אין די קאַזאַרמעס, חלומט נאָר וועגן איין זאַך — זיך טרענען. און אויב מ’באַקומט אַ מעגלעכקײט, טראַכט מען נישט וועגן די שרעקלעכע מגיפֿות — טריפּער און סיפֿיליס.
ווײַזט זיך אַרויס אָבער, אַז פֿאַר מײַן מאַמען איז עס נישט געווען אַזוי פֿאַרשטענדלעך, די אָפּטיילונג, מיין איך. ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז איך ליג אין אַזאַ מין אָרט, איז זי גלײַך געקומען מיט דער ערשטער באַן, און איידער זי האָט מיך באַזוכט, איז זי אַרײַן גלײַך צו דעם הויפּט־דאָקטער אין קאַבינעט און נישט פֿאַרלאָזט אים, ביז דער נאַטשאַלניק פֿונעם שפּיטאָל האָט זיך געשוואָרן מיטן געזונט פֿון זײַנע קינדער, אַז איר זונעלע איז נישט קראַנק אויף איינע פֿון די מיאוסע קראַנקײטן. נאָר ווען איר איז געוואָרן קלאָר, אַז דער דאָקטער זאָגט איר דעם גאַנצן אמת, און אַז איך ליג דאָ מיט אַ פּשוטער וווּנד אויפֿן האַלדז, האָט זי אים געלאָזן צו רו און געקומען צו מיר.
מײַן מאַמע איז אַוודאי נישט געקומען צו מיר מיט ליידיקע הענט. זי האָט געבראַכט מיט זיך פֿאַרשיידענע מטעמים, וואָס זי האָט אַליין אָפּגעכאָכט פֿאַר איר קראַנקן סאָלדאַטיקל, ווי עס פּאַסט אַ מאַמען. קודם־כּל האָט זי מיך באַקוקוט פֿון אַלע זײַטן, אויסגעפֿרעגט וועגן מײַן לעבן אין דער „אוטשעבקע‟ און אָנגעפּאַקט מײַן קראַנקן־צימער מיט מאכלים. מיט אַ שעה שפּעטער איז זי שוין געזעסן אין דער באַן „ווענטספּילס-ריגע‟, און פֿון דאָרט מיט אַן אַנדער באַן — קיין ווילנע. און איך בין געבליבן דאָ אין שפּיטאָל, און ווי איך האָב געמיינט, נאָך אויף אַ וואָך-אָנדערהאַלבן, נישט מער. נאָר ווי איר ווייסט — אַ קראַנקער טראַכט און דער דאָקטער לאַכט.
אין מײַן פּאַלאַטע בין איך געווען נישט אַליין. לעבן מיר איז געלעגן אַ מאַטראָס, אַ קאַפּראַל פֿונעם ים־פֿלאָט. מיט וואָס איז ער געווען קראַנק גענוי ווייס איך נישט, אָבער איך ווינטש אים ער זאָל זײַן קראַנק זײַן גאַנץ לעבן! און גלייבט מיר, אַז עס קומט אים! ער האָט מיר „אונטערגעלייגט אַ חזיר‟, ווי מ’האָט בײַ אונדז געזאָגט. אַזוי זאָגט מען אויף אַ פּאַרשוין, וואָס מאַכט יענעם אַ נישט קיין שיינע זאַך, טוט אים אָפּ דווקא ער זאָל לײַדן. וואָס האָט דער מאַטראָס אָפּגעטאָן? ער איז אַוועק צו דעם גלאַוונעם דאָקטער פֿון דער אָפּטיילונג און זיך באַקלאָגט, אַז איך לאָז אים נישט שלאָפֿן, ווײַל איך מאַך אַ טומל פֿון כראָפּען בײַ נאַכט. געהערט אַ מעשׂה? איך כראָפּע? ווער פֿון אונדז כראָפּעט נישט? אַלע כראָפּען, ווער מער און ווער ווייניקער. נאָר פֿאַר דעם דאָקטער איז עס געווען גענוג, כּדי אײַנאָרדענען מיר אַ פּגישה מיטן הויפּט־כירורג, דאָקטער קאַמיש. דער מיליטער־כירורג, מאַיאָר קאַמיש, האָט זיך זייער דערפֿרייט מיט דער נײַעס, און גלײַך אָנגעזאָגט דער קראַנקנשוועסטער, זי זאָל מיר גלײַך ברענגען צו אים אין קאַבינעט אַרײַן. און ווי אַזוי איז דורכגעגאַנגען אונדזער ערשטע טרעפֿונג געדענקט איר אַוודאי.
די גאַנצע מעשׂה וועגן זײַנע הצלחות מיט די געמלטע גויים, האָט געהאַט איין ציל: ווײַזן מיר, וואָס פֿאַר אַ גרויסער כירורג איז ער, און בעת מעשׂה אַרויסווײַזן מיר, וואָס פֿאַר אַ ייִד ער איז. דאָס וועט מיר העלפֿן, אַזוי האָט ער געמיינט, אָנצונעמען דעם רעכטן באַשלוס. ער האָט נישט געוווּסט, אַז איך בין מסכּים סײַ־ווי־סײַ, זאָל מען נישט מיינען, אַז איך האָב מורא פֿאַר אַ קליינער אָפּעראַציע, פֿאַר אַ סקאַלפּעל. פֿון דער צווייטער זײַט, אפֿשר וועט עס פֿאָרט מאַכן אַ סוף צו מײַן שנאָרכן, צו מײַן כראָפּערײַ? דאַן האָב איך נאָך נישט געוווּסט, אַז דער פּרוּוו צו פֿאַרריכטן מײַן אָטעם־איבערגאַנג וועט מיר העלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. אָבער איך האָב עס אויך נישט געוווּסט, און אַזוי האָט מען מיך אַריבערגעפֿירט אין דעם כירורגישן אָפּטייל, אין אַ באַזונדערן צימער. יעצט האָב איך זיך געשפּירט ווי אין אַן אייגענעם „פּאַלאַץ‟, אַ גאַנצער „גראַף פּאַטאָצקי‟. דאָ זײַנען געווען נײַע דאָקטוירים מיט נײַע קראַנקנשוועסטערס, וואָס איך האָב זיי פֿריִער נישט געקענט. נו, נישט געפֿערלעך, איך וועל זיי שוין דערקענען. די אַטמאָספֿער אין דער אָפּטיילונג איז געווען אין גאַנצן אַן אַנדערע. דאָ האָט מען געקאָנט הערן קרעכצן, אויקענישן, געשרייען פֿון „געשניטענע‟ קראַנקע זעלנער און אָפֿיצערן. גייענדיק צו דער סעודה אין שפּיטאָל־גאָרקיך, האָב איך לויטן גאַנג דערקענט די געמלטע פּאַציענטן פֿון דאָקטער קאַמיש. קוקנדיק אויף זיי, בין איך געווען שטאַרקער פֿון אײַזן נישט צעלאַכן זיך.
און אָט איז געקומען דער גרויסער טאָג פֿון מײַן אָפּעראַציע, וואָס קאַמיש האָט מיר צוגעזאָגט. איך, אַן אַכצן־יאָריקער יונגאַטש האָב נאָך געגלייבט, אַז ס’וועט מיר העלפֿן. מ’האָט מיך אַוועקגעלייגט אויף אַ מאָדנער הויכער בעט, פֿאַרשפּרייט מיט ווײַסע ריינע לײַלעכער און אָן אַ קישן, און אַרײַנגעפֿירט אין דעם „קודש הקודשים‟ פֿונעם שפּיטאָל־אָפּעראַציע־צימער. ווען איך האָב דערזען פֿאַר זיך די מאַסע לעמפּ, ענלעכע אויף קליינע פֿראָזשעקטאָרן, וואָס האָבן געבליצט מיט אַ מין געל ליכט און קוים מיך נישט בלינד געמאַכט, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז שוין נישט קיין געלעכטער, און מ’גייט מיך טאַקע שנײַדן. וואָס גענוי גייט ער מיר אָפּערירן, דער ייִדישער מאַיאָר, האָב איך נישט געוווּסט. ווי ער האָט מיר דערקלערט, גייט ער מיר אויסשנײַדן די הײַמאָריטן און אויסרייניקן די לופֿט־רערלעך. זאָל איך אַזוי נישט וויסן פֿון קיין צרות, ווי איך האָב עס פֿאַרשטאַנען. נו, מילא, טראַכט איך, איך וויל גלייבן, אַז ער ווייסט וואָס ער טוט.
ליג איך אַזוי אויף דעם אָפּעראַציע־טיש, און אַרום מיר שטייען מעדיקערס. אַ חוץ דעם הויפּט־כירורג, קוקט אויף מיך אַ יונגער־מאַן, אָנגעטאָן אין אַ ווײַסן כאַלאַט און אַ ווײַס קליין היטעלע, ענלעך אויף אַ יאַרמולקע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט זיך צו מיר צוגעטוליעט אַ נישקשהדיקע, אַפֿילו אַ סימפּאַטישע קראַנקנשוועסטער. אַזוי ווי אַלע דרײַ זײַנען געווען אָנגעטאָן אין ווײַסע כאַלאַטן, איז בײַ מיר אין קאָפּ דורכגעפֿלויגן אַ מאָדנער געדאַנק: „מערדערס אין ווײַסע כאַלאַנט‟. די מחשבֿה איז געווען זייער אַ משונהדיקע און אינגאַנצן נישט צו דער זאַך, און איך האָב זי תּיכּף אַרויסגעטריבן, מה גם אַז דער דאָקטער האָט שוין אָנגעהויבן מיר צו דערקלערן, וואָס און ווען גייט ער מיר שנײַדן. זײַנע מעדיצינישע דערלערונגען זײַנען נישט געווען אַזוי קלאָר פֿאַר מיר. וואָס האָב איך יאָ פֿאַרשטאַנען, אַז די אָפּעראַציע וועט זײַן מיט אַ „היגער אַנעסטעזיע‟. דאָס הייסט, אַז שלאָפֿן וועל איך נישט שלאָפֿן, נאָר פֿילן וועל איך נישט פֿילן קיין זאַך. אַזוי האָט מיר צוגעזאָגט קאַמיש, און איך האָב אים געגלייבט. אַ בררה האָב איך געהאַט?
איך וועל אויסמײַדן די באַשרײַבונג, ווי אַזוי זיי האָבן מיך אַ גאַנצע שעה געשניטן און געמוטשעט, וואָס האָב איך געפֿילט און וואָס האָב איך נישט געפֿילט, און וואָס האָב איך מצליח געווען צו זען מיט מײַנע האַלב פֿאַרמאַכטע אויגן. גלייבט מיר, אַז עס איז פֿאַר מיר געווען שוין איין מאָל אַן אָפּקום. איך האָב שוין חרטה געהאַט פֿון דער גאַנצער מעשׂה. ווי קען דאָס זײַן, אַז קאַמיש האָט מיט אַזאַ לײַכקײט מיך איבערגערעדט? נאָר ס’איז שוין געווען צו שפּעט זיך קלאָגן אויף מײַן ביטערן גורל. איצטער בין איך געלעגן מיט אַ צעשניטענער מאָרדע אויף דעם ווײַסן טיש, וואָס איז געוואָרן רויט פֿון מײַן בלוט. די דאָקטטוירים האָבן געמאַכט זייער מלאכה און צווישן זיך געפּלאַפּלט אָן אַן אָפּשטעל. וועגן וואָס? אַממערסטנס וועגן דער אָפּעראַציע. דאָקטער קאַמיש האָט דערקלערט און געלערנט דעם יונגאַטש מיט די רונדע ברילן אַלץ, וואָס ער טוט אָפּ מיט מיר, ווי אַזוי באַדאַרף מען שנײַדן, אויסרייניקן אַלע אַדורכגאַנגען, ווי אַזוי פֿאַרנייט מען, און פֿון וואָס דווקא מוז מען זיך היטן „ווי פֿון פֿײַער‟, כּדי נישט צו באַשעדיקן עפּעס אַ וויכטיקן אבֿר.
איין דערקלערונג האָב איך פֿאַרשטאַנען און פֿאַרגעדענקט. דאָס איז שוין געווען צום סוף פֿון דער אָפּעראַציע, ווען דער דאָקטער האָט מיר אַרײַנגערוקט אַ לאַנגן באָנדאַזש אין ביידע נאָזלעכער. ער האָט אַרײַנגעשטופּט דעם באָנדאַזש טיף אינעווייניק, און אין דער זעלבער צײַט דערקלערט דעם אַסיסטענט:
—דאָ מוז איך זײַן זייער זייער פֿאָרזיכטיק, — האָט קאַמיש דערקלערט מיט אַ חסידישן ניגון, — דאָ באַדאַרף מען זיך היטן, עס זאָל נישט אַרויסגיין אַ צופֿעליקע בינדונג אינעם נאָזלאָך. ווײַל טאָמער מאַך איך דאָ אַ טעות, אַפֿילו דעם קלענסטן, וועלן מיר נישט קענען אַרויסציִען דעם האַלבן מעטער פֿון דעם בענדל, וואָס איך האָב אים אַרײַנגעשטופּט אינעם נעזל.
דאָ איז ער אַנטשוויגן און פֿאַרענדיקט דאָס „שטופּן‟ און פֿאַרקלעפּן דאָס נאָזלעכל מיט אַ פּלאַסטער. נאָך דעם האָט ער דורכגעפֿירט די זעלבע פּראָצעדור מיטן צווייטן נאָזלאָך. יעצט האָט קאַמיש אַראָפּגענומען די פֿאָרבלוטיקטע הענטשקעס, און מיר געמאָלדן, אַז איך בין שוין נאָך אַלעמען, אַז די אָפּעראַציע איז מצליח געווען און מיך וועט מען באַלד צוריקנעמען אין מײַן חדר.
און וואָס וועט זײַן ווײַטער? — האָט ער געשמייכלט צו מיר, — די גויקע, די קראַנקנשוועסטער, מיין איך, וועט שוין דיר דערקלערן. זי איז אַ געניטע מיט אַזעלכע קראַנקע ווי דו.
שוין ליגנדיק אין בעט אין מײַן פּאַלאַטע, האָט מיר די שוועסטער נאַטאַשאַ (אַזוי האָט מען זי גערופֿן, די שיינע שיקסע) געמאַכט אַ שטאָך אין תּחת, אַן אײַנשפּריצונג, און איך האָב זיך אײַנגעטונקען אין אַ לאַנגן שלאָף, אַזש ביז מאָרגן אין דער פֿרי. מיך האָט אויפֿגעוועקט אַן אַנדער סימפּאַטישע קראַנקנשוועסטער:
— קראַנקער, ווי פֿילסטו זיך? ס’טוט דיר עפּעס וויי?
קוקנדיק אויף דעם נײַ יונגן מיידל, האָב איך אָנגעהויבן פֿילן זיך אַ ביסל בעסער. אַפֿילו מײַן פּנים האָט אויפֿגעהערט אויף אַ ווײַלינקע צו ווײ טאָן. ס’איז מיר געוואָרן אַ ביסל הייס. איך מיין, אַז מײַן צעשניטן פּנים האָט זיך פֿאַרגאָסן מיט רויטער פֿאַרב פֿון זײַן אַזוי נאָענט צו אַזאַ שיינער יונגער קראַנקנשוועסטער און פֿון מײַנע פֿאַרבאָטענע זיסע געדאַנקען.
— נישקשה, — האָב איך געענטפֿערט מיט אַ שוואַכער שטימע, ווי פֿון יענער וועלט.
זאָגן האָב איך איר געוואָלט דווקא אַ גוט וואָרט, אַ קאָמפּלימענט, נאָר איך האָב נישט געהאַט קיין כּוח און קיין דרייסט אויך נישט. איר פּנים איז אויך אַ ביסל רויט געוואָרן, זי האָט מיר צוגעוווּנטשן איך זאָל זיך פֿילן בעסער, צוגענומען פֿון מײַנע „הונגעריקע‟ אויגן אירע פֿעסטע בריסט, און מיט גיכע טריט אַרויס פֿון צימער. אַ פּנים, האָט זי דערפֿילט אַוווּ פֿאָקוסירן זיך מײַנע אויגן, און איר איז געוואָרן אַ ביסל נישט אײַנגענעם.
איך בין אויפֿגעשטאַנען פֿון בעט, צוגעגאַנגען צום שפּיגל און… עס איז מיר געוואָרן אַ חושך־מצרים אין די אויגן און גוט פּאַסקודנע אויפֿן האַרצן! פֿון שפּיגל האָט געקוקט אויף מיך אין גאַנצן אַן אַנדער מענטש! מײַן פּנים, וואָס איך האָב עס אַזוי גוט געקענט, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ רונד־געשוואָלענער מאָרדע מיט אַ ברייטער נאָז, ווי בײַ די מאַלפּעס אין דזשונגל. צורירן זיך און אויסטאַפּן דאָס פּנים האָב איך מורא געהאַט. און זי האָט נאָך געשמייכלט צו מיר, די בלאָנדע גויה. צי האָט זי געהאַט אויף מיר רחמנות אָדער חוזק געמאַכט פֿון מײַן אויסזען? און אפֿשר איז זי צוגעוווינט צו זען אַזוינע אָפּערירטע פּנימער און קען זיך פֿאָרשטעלן ווי איך זע אויס אויף אַן אמתן? מיט קליינע שווערע טריט בין איך אַרויס פֿון צימער זוכן די קראַנקנשוועסטער און זי פֿרעגן, וואָס באַטײַט מײַן אויסזען. ווען זי האָט מיך דערזען, איז זי ווידער געוואָרן רויט און האָט מיך באַרויִקט:
— דאָס געשווילעכץ וועט אַריבערגיין. דאָס וועט נעמען אַ וואָך, צי עטוואָס מער. מ’דאַרף נאָר האָבן אַ ביסעלע געדולט.
נו, מיין איך, געדולט איז געדולט, אַבי די לײַדן זאָלן שוין אַריבערגיין. אָבער דאָס איז געווען נאָר דער אָנהייב פֿון די שוועריקײטן אויפֿן וועג צו ווערן ווידער געזונט און שטאַרק. איך האָב נאָך נישט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַן אָפּקום וואַרט אויף מיך און וואָס וועל איך באַדאַרפֿן נאָך אויסשטיין. דערווײַל, נאָך מײַן קורצן שמועס מיט דער קראַנקנשוועסטער, בין איך געווען אין אַ גוטער שטימונג און געגלייבט, אַז אַלץ איז צום גוטן, וו שלום־עליכם האָט געזאָגט.
אויף אַזאַ אופֿן זײַנען אַוועק דרײַ טעג, און איך האָב שוין אָנגעהויבן טרינקען און עסן. הייסע געקעכצן האָב איך נאָך נישט פּרובירט, און דעם טעם פֿון די מאכלים האָב איך כּמעט נישט געפֿילט. נאָר, דעם אמת ריידנדיק, וואָסער טעם קענען שוין האָבן די שפּיטאָלישע מאכלים? רייכערן האָב איך מורא געהאַט, ווײַל מײַן פּנים, ווי איר ווייסט, איז נאָך געווען גוט געשוואָלן און די נאָז פֿאַרשטאָפּט און פֿאַרקלעפּט. אויפֿן פֿערטן טאָג רופֿט מיך אַרויס קאַמיש צו זיך אין פּראָצעדור־צימער. גיי איך אַרײַן צו אים, און גלײַך פֿון דער שוועל פּרוביר אים ווײַזן וואָס פֿאַר אַ העלד איך בין, אַז איך בין פֿול מיט בטחון און אַז אַלץ גייט צום גוטן. דער דאָקטער זעצט זיך אַוועק אַנטקעגן מיר, באַלויכט מײַן געשוואָלענעם פּרצוף מיט ליכט, וואָס שפּראָצט פֿון אַ קליין שפּיגעלע, צוגעטשעפּעט צו זײַן שטערן, און רעדט צו מיר אַזוי:
— יעצט וועלן מיר אַרויסנעמען די באַנדן פֿון דײַנע נעזלעכער. זיי קענען דאָך נישט בלײַבן בײַ דיר אויף אייביק, — און ער פֿאַרגיסט זיך מיט אַ מאָדנעם געלעכטער.
נו, טראַכט איך, מסתּמא וויל ער מיך באַרויִקן. איך בין טאַקע רויִק. איך בין זיכער, אַז ער איז אַ גלענצנדיקער רופֿא, דער בעסטער. ווי קען עס זײַן אַנדערש? ער „פּראָדוצירט‟ דאָך ייִדן כּמעט אַלע טאָג! נאָר קאַמיש ווייסט נישט, וואָס ס׳קומט פֿאָר בײַ מיר אין קאָפּ, און נעמט זיך צו דער אַרבעט. ער הייסט מיר האַלטן אַ ווײַס־עמאַלירט שיסעלע, לייגט אַוועק זײַן לינקע האַנט אויף מײַן האַלדז־און־נאַקן, און מיט דער רעכטער האַנט נעמט אָן מיט אַ גרויסן פּינצעט דעם שפּיץ פֿונעם באַנד, וואָס שטעקט אַרויס פֿון מײַן רעכטן נאָזלעכל, און גיט אים אַ שטאַרקן צי אַרויס. ער האָט אַרויסגעצויגן בלויז אַ דרײַ-פֿיר סאַנטימעטער, נישט מער, און מיר האָט זיך עס געפֿילט ווי מ’ציט פֿון מיר ארויס דעם מאַרך, אַז מ’רײַסט פֿון מיר די נשמה אַרויס. נאָר קאַמיש, וואָס האָט גלײַך באַמערקט ווי בלאַס כ׳בין געוואָרן, האָט מיך ווידער באַרויִקט:
— האָב נישט מורא. איך ווייס, אַז עס טוט דיר אַ ביסל וויי. נעם צונויף דײַנע כּוחות, און אין אַ פּאָר מינוט וועט קומען אַ סוף צו די באָנדאַזשן. דו וועסט זען, ס’וועט דיר ווערן מילדער.
אַזוי האָט דער דאָקטער מיך „באַרויִקט‟ און געפֿאָרן ווײַטער. ער האָט געגעבן נאָך אַ צי, נאָר שטאַרקער, און נאָך אַ צי… און נאָך איינעם. איך האָב געליטן פֿון ווייטיקן און שרעק, נאָר קיין וואָרט נישט אויסגערעדט. איך בין דאָך אַ גיבור, ניין? קאַמיש האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט ביזן לעצטן צי. דאַן האָט אים אָפּגעשטעלט דער באָנדאַזש, וואָס האָט בשום אופֿן נישט געוואָלט אַרויסגיין. קאַמיש האָט געפּרוּווט נאָך עטלעכע מאָל צו פּטור ווערן פֿונעם פֿאַרשאָלטענעם באַנד, נאָר דער לעצטער האָט זיך „פֿאַרעקשנט‟. און דאָ איז מיר געוואָרן קאַלט, און האָב געמיינט, אַז איך גיי חלשן. איך האָב זיך דערמאָנט ווי בעת דער אָפּעראַציע, האָבן די דאָקטוירים געשמועסט צווישן זיך, אַז בײַם אַרײַנפֿירן דעם באַנד איז זייער וויכטיק צו געבן אַכט, ער זאַל זיך נישט פֿאַרבינדן אויף אַ קניפּל. ווײַל מיט אַ קנופּ — גיי צי אים דערנאָך אַרויס בפֿרט נאָך אַ פּאָר טעג, ווען אַלץ איז שוין פֿאַרטרוקנט געוואָרן. און עס האָט מיך געכאַפּט אַ „קאַנדראַשקע‟, אַ ציטערניש. כ’בין געווען זיכער, אַז דאָס איז די פּראָבלעם, און מ’וועט נישט קענען אַרויסציִען דעם רעשט, וואָס איז נאָך געבליבן אינעווייניק. נאָר קאַמיש האָט מיט זײַן אײַזערנער האַנט געגעבן אַ שטאַרקן צי… טרערן זײַנען מיר אַרויס פֿון די אויגן. דאָס שטיקל באַנד איז ברוך השם אַרויסגעפֿלויגן פֿון מײַן נאָזלאָך, ווי אַ קויל פֿון אַ האַרמאַט. בלוט האָט זיך געגאָסן פֿון מײַן נאָז, נאָר דאָס איז שוין געווען אַ קליינע צרה. אַבי כ’בין פּטור געווען פֿון דעם אָנשיקעניש.
נאָר קאַמיש האָט זיך שוין דערווײַטיקט פֿון מיר, אַוועק אויסוואַשן די הענט און זיך צוגרייטן צו אַ נײַעם „קרבן‟. מיך האָט ער געלאָזן מיט דער קראַנקנשוועסטער. זי איז צוגעגאַנגען צו מיר און אויסגעווישט מײַן פּנים פֿון בלוט און שווייס. זי איז געשטאַנען אַזוי נאָענט, אַז איך האָב געקאָנט זען, ווי מיט יעדן אָטעם הייבן זיך אַרויף אירע בריסט. זי האָט גלײַך עס דערפֿילט, פֿאַרשטאַנען וואָס איך פֿיל און האָט זיך אָפּגערוקט פֿון מײַן געלעגער. זי האָט מיך געבעטן איך זאָל קומען מאָרגן צו באַפֿרײַען דעם צווייטן לאָכנאָז פֿונעם געבליבענעם באַנד.
איר קענט זיך נישט אַפֿילו פֿאָרשטעלן, וואָס פֿאַר אַ מעת־לעת האָב איך געהאַט, ווי אַזוי איך בין געשלאָפֿן די נאַכט און וואַס פֿאַר אַ קאָשמאַרן האָבן זיך מיר געחלומט. קוים אַ לעבעדיקער האָב איך זיך דערוואַרט ביז מאָרגן אין דער פֿרי, און מיט פֿיס, וואָס האָבן נישט געוואָלט רירן זיך פֿון אָרט, בין איך דערגאַנגען ביז דעם דאָקטערס צימער. קאַמיש האָט מיר געעפֿנט די טיר, אַוועקגעזעצט אויפֿן פּראָצעדור־שטול, און מיט איין שטאַרקן צי האָט ער מיך באַפֿרײַט פֿון דעם געבליבענעם באָנדאַזשיקל. דער וווּנדער איז געווען, אַז איך האָב כּמעט קיין זאַך נישט געשפּירט — נישט קיין ווייטיק, אַפֿילו נישט קיין קיצל. פּשוט גאָרנישט! אַ פּנים, אַז איין מאָל אין אַ יובֿל קומט מיר אויך אַ שטיקל מזל.
אין שפּיטאָל בין איך געבליבן נאָך אַ דרײַ וואָכן, ביז מײַן אמת פּנים האָט זיך צו מיר אומגעקערט. פֿאַר דער צײַט האָב איך באַוויזן נישט ווייניק: דורכגעלייענט כּמעט אַלע דעטעקטיוו־געשיכטעס פֿון אַגאַטאַ קריסטי (אין דער ליטווישער איבערזעצונג), געהאָלפֿן אין דער שפּיטאָל־קיך ווי אַ סאַרווער, און אַפֿילו זיך אויסגעלערנט לייענען און שרײַבן גרוזיניש. ווי קומט צו מיר גרוזיניש? דאָ אין שפּיטאָל האָב איך זיך באַקענט מיט אַ טאַנק־מעכאַניקער פֿון אונדזער פּאָלק. וואַניאַ (אַזוי האָט מען גערופֿן מײַן שפּראַך־לערער) איז געווען אַ וווילער יאַט און מיר האָבן זיך פֿאַרחבֿרט מיט אים. ער איז געבוירן געוואָרן אין קוטאַיִסי, אַ גרויסע שטאָט אין גרוזיע. קיין גרוזינער איז ער נישט געווען, לויט דעם וואָס ער האָט מיר אַליין געזאָגט, נאָר גרוזיניש איז געווען זײַן מאַמע־לשון. ער האָט געמיינט, אַז ער איז גאָר אַ טערק, צי אַ טאָטער. ער איז נישט געווען זיכער אין דעם. פֿון מיר האָט ער זיך דערוווּסט, אַז איך בין אַ גרויסער פֿוסבאָל־פֿאָכער פֿון „דינאַמאָ טביליסי‟ ( די הויפּט פֿוסבאַל־מאַנשאַפֿט פֿון גרוזיע) און אויך אַ ליבהאָבער פֿון גרוזינישע לידער און קולטור, נאָר קיין גרוזיניש קען איך נישט. האָט ער זיך געשטעלט אַ ציל, מיך אויסצולערנען שרײַבן און לייענען גרוזיניש. און ער האָט עס דורכגעפֿירט מיט פֿיל הצלחה. ביז הײַנט קען איך לייענען די גרוזינישע בוכשטאַבן. דאָס איז מיר צונוץ געקומען מיט פֿינף יאָר שפּעטער, ווען מיר האָבן דורכגעפֿירט אַ שפּאַציר אין גרוזיע.
פֿונעם האָספּיטאַל בין איך באַפֿרײַט געוואָרן אַ וואָך פֿאַר דעם פֿאַרלאָזן די טאַנקיסטן־שול. בײַ אונדז אין באַטאַליאָן האָט מען שוין באַשלאָסן אַוווּ יעדער איינער וועט ממשיך זײַן די געבליבענע אָנדערהאַלבן יאָר דינסט. נאָר וועגן דעם, וועט איר קענען לייענען אין דעם קומענדיקן קאַפּיטל.
און וואָס שײך מײַנע עלטערן, האָב איך זיי קיינמאָל נישט דערציילט וואָס איך האָב געהאַט אָנגעוואָרן אין דער מיליטער־שפּוטאָל פֿון דער שטאָט ווענטספּילס. ס’איז בעסער, וואָס זיי האָבן עס נישט געוווּסט.
המשך קומט