דאָס פּנים פֿון מײַן לאַנד

משה לעמסטער

אין אונדזער לאַנד

איך בין אין פּאַריז —
הייב זיך אויף אויפֿן אייפֿל־טורעם אַלץ העכער,
ווײַט אונטן איז די ערד.
פֿון די הייכן רעד איך צום באַשעפֿער,
נאָר ער האָט מיך ניט געהערט.

איך בין אין ניו־יאָרק —
די פֿרײַהייט־סטאַטוע באַזוך,
אויף דער שיינקייט אַרום איך קוק מיט אַ טרער
און רעד צום הימל, צום ברוך הוא
נאָר ער האָט מיך ניט געהערט.

איך בין אין רוים,
אין וואַטיקאַן, אין די קאַטעדראַלן הויכע,
וווּ בילדער, וואָס מיליאָנען זענען ווערט,
און רעד צום אייבערשטן פֿון אַ קלויסטער,
נאָר ער האָט מיך ניט געהערט…

און אין מײַן לאַנד — אין ישׂראל,
פֿון וואַנעט כ’זאָל ניט רעדן צו אונדזער טאַטן זיסן:
פֿון שטיבער, פֿון שילן, פֿון גערטנער…
ווייס איך אָן אַ צווייפֿל, ווייס אויף זיכער:
ער הערט מיך,
ער הערט מיך,
ער הערט מיך…

דאָס פּנים פֿון מײַן לאַנד

אויף דער ערד אַלע לענדער האָבן זייער פּנים
יעדעס פּנים מיט אַ באַזונדערן גלאַנץ
און צווישן זיי, צווישן פֿרײַנד און שׂונאים
איז אויך מײַן ייִדיש, מײַן ישׂראל־לאַנד.

בײַ מײַן לאַנד איז דאָס שענסטע פּנים
און איך ווייס פֿאַר וואָס, איך ווייס דעם סוד —
ס’האָט דאָס פּנים געבורטס־חן־סימנים,
וועלכע אויף אים געלאָזט האָט גאָט…

מיט ייִדיש אין האַרצן

איך לייען שלום־עליכמס ביכער:
ראָמאַנען, דערציילונגען… און קלער —
בײַ דעם, וואָס ייִדיש טראָגט אין האַרצן,
איז אויפֿן פּנים אַ שמייכל
און אין די אויגן אַ טרער.

איך דערמאָן זיך די מאַמע, די בעל־מלאָכות:
וואָס האָבן גענייט, געפֿאַרבט, געשערט…
בײַ דעם, וואָס ייִדיש טראָגט אין האַרצן
איז אויפֿן פּנים אַ שמייכל
און אין די אויגן אַ טרער.

איך קען ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער:
ליבהאָבערס און די וואָס האָבן אַ ווערט…
בײַ דעם, וואָס ייִדיש טראָגט אין האַרצן
איז אויפֿן פּנים אַ שמייכל
און אין די אויגן אַ טרער.

איך האָב הײַנט אויפֿן מאַרק באַגעגנט אַ ייִדן
מײַן האַרצברודער געווען איז זיכער ער —
אויף זײַן פּנים געשטראַלט האָט אַ שמייכל,
און ס’האָט אין די אויגן געפֿינקלט אַ טרער…

זי וויל מיר ניט העלפֿן

(פֿאָלקסמאָטיוו)

כ’וויל דיר אַ פֿראַגע,
מײַן טײַערע, הײַנט שטעלן,
וואָס זאָל איך טאָן
איך זאָל דיר געפֿעלן?

וואָס פֿאַר אַ ליד
פֿאַר דיר זאָל איך שרײַבן
דו זאָלסט מיט מיר
אויף תּמיד פֿאַרבלײַבן?

דו זאָלסט מיר שעפּטשען
מיט בריִיִקע ליפּן:
— דו ביסט מײַן איינציקער,
ביסט מײַן געליבטער?

נאָר דו אָבער שווײַגסט,
ווילסט מיר ניט העלפֿן
איך זאָל ווערן דײַן ריטער,
און דו זאָלסט ווערן מײַן העלדין…

עס זאָגט מיר די מאַמע
מיט פּשוטע ווערטער:
— ווײַזט אויס דאָס מיידל
איז ניט דײַן באַשערטע.

איז כ’זאָג דיר „אַדיע‟,
די האַנט דיר איך גיב
און גיי זיך צום מיידל,
וואָס זי האָט מיך ליב…

Leave a comment