בערל קאָטלערמאַן
דער יצר־הרע רעדט אָפֿנהאַרציק אויף אַ שרײַבער־קאָנפֿערענץ
וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי שָׁבַת וַיִּנָּפַשׁ
שמות לא יז
…און אויף דעם אַכטן טאָג בין איך געוואָרן אַ סופֿר
כּדי פֿאַרשרײַבן אַלץ אויף ערלעכסטן מאַניר,
כּדי אַיעדן אות פֿאַרוואַנדלען אין אַ שופֿר —
אַ לויב טאָן גאָטס אויפֿטו אויף אייביקן פּאַפּיר.
איך האָב זיך אָנגעברייט לויט אַלטן גוטן סדר:
געשטעלט מײַן סעקרעטער אויף סאַמע העכסטן באַרג,
צעלייגט דערויף אַ קלף, אַ טינטערל, אַ פֿעדער —
די שפּאָגל־נײַע וועלט האָט שטאַרק אויף מיר געוואַרט.
נאָר פּלוצעם האָט די ערד ברייט אויפֿגעמאַכט איר מויל —
מײַן טלאָ, מסתּמא, האָט צעקראַצט איר דינע שאָל —
און פֿײַער־ריטשקעלעך פֿון מלכותדיקן גרויל
פֿאַרשיקט מיך האָבן גלײַך אינעם צלמוות־טאָל…
קיין מדרש, זאָג איך אײַך, דערמאָנט ניט אין מײַן פּלאָג
און משהס תּורה שווײַגט לגבי יענעם טאָג.
קהלת
כָּל הַדְּבָרִים יְגֵעִים…
…וְאֵין כָּל חָדָשׁ תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ
קהלת א ח-ט
גרינע גראָזן בייגן זיך און וויאַנען,
דאַרע וואַדיס לעכצן נאָכן רעגן,
ערגעץ הינטער ווײַטע הרי־חושך
זאַמלען כּוחות האַרבסטיקע טומאַנען.
אין אַזאַ סעזאָן ניטאָ קיין נײַעס,
עס גייט אויף די זון און גייט זי אונטער,
זוכט אַ דיכטער פֿרישע שיינע גראַמען,
נאָר די ווערטער האַלטן ניט קיין חיות.
לייגט אַוועק זײַן פּען דער מידער שלמה.
עפּעס שטיל אין שטוב און שטום אין דרויסן…
איז עס שוין דער סוף פֿון אַלע זאַכן
צי די צײַט מעתּה ועד עולם?
דורך צעפּראַלטע טירן קומט אַ צוגווינט,
לעשט די ליכט, צעוואַרפֿט די פּאַרמעט־בויגנס,
צופּט אַ סטרונע פֿון דער אַלטער האַרפֿע,
רירט אָן די גאַרדינע און — פֿאַרשווינדט.
חתן־בראשית
(הרי אַתּ)
ווען אלול טוט זיך אָן אין בגדי־משי,
דערשפּירט די זומער־נאַכט שוין זײַן פֿאַרראַט;
עס שופֿרט אין דער לופֿטן: מקודשת,
דער תּישרי־צוזאָג שעפּטשעט: הרי אַתּ,
און יעדער טראָפּן רעגן קלאַפּט דעפּעשעס:
קומט, גיט אַ קוק אויף אונדזער שיינעם יאַט,
די כּלה וואַרט צו ווערן מקודשת,
די כּלה הערט בפֿירוש: הרי אַתּ.
מע גרייט שוין צו די חופּה פֿאַר בראשית,
מע שטעלט אַרויס די ספֿרים צום פּאַראַד,
דער חתן בענטשט מיט דבֿקות: מקודשת
און כאַפּט דער עולם אונטער: הרי אַתּ.