ביסט אױך געװען אַלט בלויז 37

יעווגעני קינסין

ווי, ווען זיי זענען געטראָפֿן אַהערצו — װער װײסט?

ווי, ווען זיי זענען געטראָפֿן אַהערצו — װער װײסט?
און װיפֿל דורות פֿון זײערע אָבֿות געלעבט האָבן דאָ?
נאָר על–כּל–פּנים, סע לעבט זײ זיך גוט:
דאָ כּמעט אַלץ רוט אין שאָטן, ס׳װערט קײן מאָל נישט הײס,
קײנער דערקוטשעט נישט, שפּײַז איז אַ סך אַלע שעה,
און קײן מאָל װערט נישט פֿאַרגאָסן קײן בלוט.

װאָס נאָר מע טוט נישט מיט זײ און געטאָן מ׳האָט אַ מאָל:
די פֿיניקיִער, כּדי אױסצואַרבעטן פֿאַרבן פֿון זײ,
פֿלעגן זײ הרגענען טױזנטערװײַז;
און שטאָפּן אָן די פֿראַנצױזן עד־היום דאָס מױל
מיט זײער פֿלײש — פֿון מאכלים פֿאַרשײדענערלײ
ס׳איז, דוכט זיך, זײער באַליבטער מין שפּײַז.

מיר אָבער פֿלעגן זײ קײן מאָל נישט אָנטאָן קײן שאָדן,
אױף אָט דער װעלט מיר און זײ מיט לגמרי באַזונדערע װעגלעך
גײען במשך פֿון טױזנטער יאָרן.
אָט הלמאַי, װען אַ מאָל דװקא דאָעט, אין שאָטן,
פּלוצעם דערזען האָב איך זײ זיצן שטאָלץ, אומבאַװעגלעך, —
כ׳לעבן, בין איך גאַנץ פֿאַרחידושט געװאָרן.

ברענגט אונדז דאָס לעבן סײַ גרױסע, סײַ קלײנע סורפּריזן,
און דאָס איז טאַקע געװען הױלער אמת, די װאָר, נישט קײן חלום,
װאָס פֿון אים דאַרף מען אַ מענטשן דערװעקן.
כ׳האָב עס געזען — הײַנט פֿאַר װאָס דערפֿון זאָל מען נישט װיסן?
אין אונדזער פּראָג, אױפֿן ייִדישן אַלטן בית–עולם,
אױף אַ מצבֿה אַ גרױער — צװײ שנעקן.

אױגוסט 27, 2024

דענקמאָל לכּבוד יוסף בומאַגינען אין ביראָבידזשאַן

יוסף בומאַגינען

С меня при цифре 37 в момент слетает хмель, —
Вот и сейчас — как холодом подуло:
Под эту цифру Пушкин подгадал себе дуэль
И Маяковский лёг виском на дуло. *
          
В. Высоцкий.

*פֿון מיר בײַ ציפֿער 37 פֿליט באַלד אַרויס די באַרוישונג, —
אויך איצט — ווי ס׳וואָלט אַ צי געטאָן די קעלט:
צו אָט דער ציפֿער האָט פּושקין צוגעטראָפֿן מיט זײַן דועל
און מאַיאַקאָווסקי האָט צוגעשטעלט זײַן שלייף צום רעוואָלווער.

וו. וויסאָצקי

אַפֿילו אױב, װי אַלע אַרום דיר, פֿלעגסט גלײבן
אין קאַרל דעם אױסװוּרף און אין יאָסיף דעם רוצח —
װען כ׳טראַכט פֿון דיר, זעט אױס מיר גרינגער באַלד דאָס לעבן,
און מיט עקשנות דורך די שװעריקײטן גײ איך.
 
דו גיסט מיר כּוחות בײַצוקומען און צו װאַגן,
און מײַן נשמה מיט התלהבֿות מאַכסטו ברענען.
דײַן נאָמען פּשוטער און ליכטיקער „בומאַגין” —
אויף גאָר דער וועלט אים אַלע ייִדן מוזן קענען.

יאָ, ביסטו אױך געװען אַלט בלױז זיבן–און–דרײַסיק,
װען דײַן יונג לעבן איז געװאָרן אויפֿגעריסן,
דײַן טױט געװען איז אָבער גאָר אַן אַנדער מעשׂה:
געשטאָרבן ביסט אַזױ, װי ס׳שטאַרבן עכטע ריזן.

נישט מיט דײַן פֿרױס אַ קאַװאַליר געשלאָגן האָסט זיך,
נישט אָנגעטאָן האָסט זיך אַ מעשׂה מחמת ייִאוש,
נאָר מיט אַדאָלף דעם שׂטן האָסטו זיך פֿאַרמאָסטן,
װאָס האָט פֿאַרמאָסטן זיך אױף אַלצדינג, װאָס איז ייִדיש.

יאָ, דיר אַן אַנדער גורל איז געװען באַשערט,
און דײַנע לױבערקרענץ — גאָר אַנדערע זײ זײַנען.
נישט מיט דער שלײף געלײגט זיך האָסטו אױף אַ רער,
נאָר צוגעדעקט אַן אַמבראַזור מיט קערפּער דײַנעם.

עד־היום הערט נישט אױף דאָס בײזע שרײַען–ברומען,
און בײַ רכילותניקעס װערט נישט רױט דאָס פּנים.
װען שלאָגן מיר זיך — בלוטדאָרשטיק איז אונדזער אומה,
װען נישט — מע זאָגט, אַז אַלע זײַנען מיר פּחדנים.

אַלײן דאָס לעבן דײַנס איז זײער דעמאַסקירונג,
אַלײן דײַן טױט — צו שאַנד און שפּאָט ער טוט זײ מאַכן.
מיט קאַטן אונדזערע אַ קאַמף געטאָן האָסט פֿירן,
און מקריבֿ האָסט געװען דײַן לעבן אָן שום פּחד.

אַפֿילו אױב אין מאַרקסן–סטאַלינען פֿלעגסט גלײבן,
ביסט פֿאָרט געװען אַ ייִד אַן עכטער, אַ געמלטער,
און הײַנט געדענקט מען דיך, װי אַלע אונדז׳רע לײבן,
װאָס קעמפֿן דרײסט און פֿון געפֿאַר זיך נישט באַהאַלטן.

אין האַרצן מײַנעם, יוסף, איז דײַן אָנדענק הײליק,
און װעסטו תּמיד זײַן די מאָס פֿאַר מײַן געװיסן —
װי פֿיסאַנאָװיטש, און פּאַפּערניק, און גאָרעליק,
װאָס יעדער ייִד אױף גאָר דער װעלט פֿון זײ מוז װיסן.

אײן חלום האָב איך נאָר: אַז קאָנען כ׳װעל אַ מאָל
מיט שטײנדעלעך אַ הײַפֿל אױף דײַן קבֿר קומען
און זאָגן קדיש דאָרט… און אפֿשר אױף אַ קול
דאָס ליד דיר לײענען — צי פּשוט שטײן אַ שטומער.

29–30 אױגוסט, ,2024

Leave a comment