יעווגעני קיסין
טייל 2 (סוף)
קאַפּיטל ב
4
אומגעקערט זיך קײן מאָסקװע, האָט מישע באַלד אָנגעקלונגען שעסטאַקאָװסקיס אַלמנה און געפֿרעגט, צי ער מעג זי באַזוכן. זי איז בפֿירוש געװען גערירט און האָט אים פֿאַרבעטן קומען אין אַ פּאָר טעג אַרום. נאָך דעם האָט ער גענומען זײַן „פּינקס‟ און אָנגעהױבן לײענען די פֿאַרנאָטירונגען, געמאַכט צוריק מיט עטלעכע חדשים.
„גראָד דעמאָלט האָט סטאַלין אים נאָמינירט װי דער הױפּט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן…‟ — און מיט עטלעכע שורות נידעריקער: „כרעמענקאָװ האָט גענומען שרײַען: ׳איר װייסט, װעמען איר האָט געלױבט?! װי נאָר מירן פּטור װערן פֿון די אַליִיִרטע, װעלן מיר אײַער שעסטאַקאָװסקין צונעגלען!׳‟. פּלוצעם האָט מישע זיך פֿאַרטראַכט: יענער פֿאָרטראָג איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין 1948, „גראָד דעמאָלט האָט סטאַלין אים נאָמינירט װי דער הױפּט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן‟ — נאָר מכּוח „פּטור װערן פֿון די אַליִיִרטע‟ האָט מען געקאָנט רײדן בלױז בשעת דער מלחמה, אַם װײניקסטן מיט דרײַ יאָר פֿריִער! װי זשע האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש געקאָנט זאָגן אַזױנס, בעת ער האָט נאָך קײן שום מאַכט נישט געהאַט?! אַװדאי האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש, זכרונו–לבֿרכה, נישט געלײַגט, אָבער… אפֿשר געגלײבט אין דעם ליגן? אָדער… װאָס האָט ער דערצײלט פֿריִער? מישע האָט געבלעטערט עטלעכע זײַטן אױף צוריק און איבערגעלײענט מעיערהאָלדס געשיכטע װעגן די באַװײַזן פֿון די עדות און שעסטאַקאָװסקיס קאָמענטאַר: „אַפֿילו דאָס, װאָס איז אָקאָרשט געשען, געדענקט מען אָפֿט נישט ריכטיק!‟ איז מעגלעך האָט ער פּשוט עפּעס איבערגעפּלאָנטערט, ווײַל ס׳איז געווען מיט יאָרן צוריק?
מישע האָט געלײענט װײַטער: „בכלל האָב איך נישט ליב קײן פּליאָטקעס, און װען מ׳הײבט אָן מיר דערצײלן, װער און װאָס האָט געזאָגט װעגן מיר, סטאַרע איך זיך געװײנטלעך איבעררײַסן אַזאַ שמועס. מ׳האָט מיר דערצײלט פֿון די מאָסמיטלען, װאָס כרעמענקאָװ האָט זײ געהאַט אָנגענומען, כּדי מ׳זאָל מיך ליקװידירן; איך גלײב נישט אין אָט די מעשׂיות.‟ אַלץ אין מישען איז פֿאַרגליװערט געװאָרן פֿון חידוש: אױב אַזױ, איז פֿאַר װאָס זשע האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש געגלײבט יענעם מוזיק–פֿאָרשער מכּוח װעלן „שעסטאַקאָװסקין צונעגלען?!‟ בעתן זיצן לעבן זײַן באַליבטן קאָמפּאָזיטאָר און הערן זײַנע דערצײלונגען, איז מישע אַװדאי נישט געװען ביכולת זיך צו פֿאַרטראַכטן און באַמערקן די סתּירות. אַצינד אָבער… האָט צו ערשט, סטאַלין זיך באַקענט מיט די אַנקעטעס פֿון די קאַנדידאַטן, דערנאָך געהײסן ברענגען זײערע פֿאָטאָגראַפֿיעס, צעלײגט זײ אױפֿן טיש, געטראַכט — און אַ װײַז געטאָן אױף כרעמענקאָװס פֿאָטאָגראַפֿיע: ׳דער׳‟, — פֿון װעמען, פֿרעגט זיך, האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש געקאָנט זיך דערװיסן װעגן דעם מיט די אַלע פּרטים? זיכער נישט פֿון עמעצן, װאָס איז געװען דערבײַ; הײסט עס, פֿון אַ דריטער, און אפֿשר אַפֿילו פֿערטער אָדער פֿינפֿטער פּערזאָן: ס׳באַקומט זיך, אַז ס׳איז טאַקע געװען אַ פּליאָטקע… „מ׳האָט פֿאַרשאָטן סטאַלינען מיט פּעטיציעס‟, — אויב אַזוי, פֿון װאַנען זשע האָט שעסטאַקאָװסקי געקאָנט געװױר װערן? ער האָט דאָך בשום–אופֿן נישט געקאָנט זען מיט זײַנע אױגן קײן שום פּעטיציעס, אַדרעסירט סטאַלינען; װען דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט דערצײלט װעגן זײַן טרעפֿונג און טעלעפֿאָן–געשפּרעך מיטן פֿירער, האָט ער גאָרנישט אַזױנס ניט דערמאָנט — הײסט עס, אַז סטאַלין האָט עס אים אױך נישט געזאָגט; נו, און װאָס שײך די מחברים גופֿא פֿון אַזעלכע פּעטיציעס, װאָלטן זיי אַװדאי נישט געגאַנגען דערצײלן שעסטאַקאָװסקין דערפֿון! װידער אַ פּליאָטקע…
מישע האָט איבערגעלײענט זײַן פֿאַרצײכענונג מכּוח כרעמענקאָװס טעלעפֿאָן–געשפּרעך מיט סטאַלינען, װאָס שעסטאַקאָװסקי איז געװען אַן עדות דערפֿון און האָט אים פֿאַרטײַטשט, װי אַ באַװײַז, װאָס טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט געהאַט געפּרוּװט אים „אַרויסשטויסן פֿונעם קינאָ‟ און אױף אַזאַ אופֿן „דערנעענטערן זײַן סוף‟. ער האָט זיך דערמאָנט אין קאַטיעס רעאַקציע אױף אָט דער מעשׂה, און ס׳איז אים אַרײַן אַ געדאַנק: אין דער אמתן האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש דאָך געהערט נישט דעם גאַנצן געשפּרעך, נאָר בלױז דאָס, װאָס טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט גערעדט, לכן האָט ער אפֿשר פֿאַרשטאַנען זײַן זינען נישט ריכטיק אָדער לפּחות נישט אין גאַנצן ריכטיק און מחמת דעם געמאַכט אומריכטיקע אױספֿירן! דערנאָך האָט מישע איבערגעלײענט „די שענדלעכע געשיכטע‟ װעגן כרעמענקאָװן בשעת זײַן װיזיט צו סטאַלינען — און געטראַכט: „אױב טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס באַציִונגען מיט דעמענטי װאַסיליעװיטשן זײַנען געװען אַזױ שלעכט, האָט ער דאָך נישט געקאָנט אים דערצײלן אַזױנס װעגן זיך אַלײן, אַפּשיטא שױן מיט התלהבֿות! הײסט עס, אַז אױך דערפֿון האָט ער געהערט — װער װײסט פֿון װעמען?‟. „אָנצודאָסן אין די הױזן פֿאַר דעם פֿירערס אױגן — דאָס איז אַ מין כּבֿוד און דער העכסטער פֿאַרגעניגן!‟ דאָ האָט מישע זיך פּלוצעם דערמאָנט: װאָס האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש געזאָגט בעת זײער פֿאָרלעצטער טרעפֿונג? ער האָט װידער איבערגעבלעטערט עטלעכע זײַטן אױף צוריק און געלײענט: „איך האָב מורא געהאַט. אַלע האָבן דעמאָלט מורא געהאַט — און איך אױך. איך בין געװען אַ פּחדן.‟ נו יאָ, דװקא אַזױ: אַלע האָבן דעמאָלט מורא געהאַט — און כרעמענקאָװ אױך! הלמאַי „אַ מין כּבֿוד און דער העכסטער פֿאַרגעניגן‟? אַזאַ רעאַקציע פֿונעם מענטשלעכן אָרגאַניזם קומט דװקא און בלױז פֿון מורא! „איך בין זיכער: ער האָט זיך זײער באַמיט, אַז אָט די געשיכטע זאָל דערגײן צו סטאַלינען, כּדי סטאַלין זאָל אָפּשאַצן זײַן חניפֿה, מורא און געטרײַשאַפֿט‟, — יאָ, דעמענטי װאַסיליעװיטש, עליו–השלום, איז געװען זיכער אין דעם, נאָר אױב דרינגען לאָגיש, מײנט עס דאָך נישט, אַז ס׳איז טאַקע געװען אַזױ! אַז אָך און װײ…
מישע האָט ממשיך געװען לײענען זײַנע נאָטיצן נאָך אַ מאָל און אָבער אַ מאָל, פֿאַרגלײַכן, טראַכטן. אַצינד, איבערגעלײענט די נעגאַטיװע אַרױסזאָגונגען װעגן כאַטשאַטריאַנס מוזיק אין כרעמענקאָװס פֿאָרטראָג, האָט ער זיך גלײַך דערמאָנט אין דעם, װאָס ער האָט געהאַט געזען כאַטשאַטריאַנען בײַ טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשן אין שטוב און װי זײ האָבן געהאַט גערעדט אײנער מיטן אַנדערן, — און דאָ איז בײַ מישען אױפֿגעקומען אַ פֿראַגע, אױף װעלכער ער האָט נישט געקאָנט געפֿינען קײן ענטפֿער. פּלוצעם — גלײַך װי בײַ טבֿיה דעם מילכיקער: „און עס קריכן מיר אין קאָפּ אַרײַן משונה–מאָדנע מחשבֿות און געדאַנקען‟, — מישע האָט זיך װידער דערמאָנט אין עפּעס, װאָס שעסטאַקאָװסקי האָט אים געהאַט געזאָגט בשעת זײער פֿריִערדיקער טרעפֿונג, װידער איבערגעבלעטערט עטלעכע זײַטן אױף צוריק און איבערגעלײענט: „עפּעס אַ גאָרנישט האָט אָפּגעבאַקט יענץ מיאוס טיפּשות — און איך האָב געמוזט עס פֿאָרלײענען, װי אַ פּאַפּיר–ליאַלקע אױף אַ שטריקעלע.‟ אפֿשר, האָט מישע אַ טראַכט געטאָן, האָט יענעם פֿאָרטראָג כרעמענקאָװס אױך אָפּגעבאַקט עפּעס אַ גאָרנישט, און טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט אױך געמוזט אים פֿאָרלײענען, „װי אַ פּאַפּיר–ליאַלקע אױף אַ שטריקעלע‟? נאָר דאָס איז, אַװדאי, געװען בלױז אַ השערה, קײן שום ראַיות דערפֿון האָט מישע נישט געהאַט…
מיט צװײ טעג שפּעטער איז מישע געקומען אין דער דירה אױף דער נעזשדאַנאָװאַ–גאַס. די באַלעבאָסטע האָט אים פֿאָרגעלײגט טײ, און זײ האָבן זיך אַװעקגעזעצט בײַם טיש אינעם גאַסטצימער.
— אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, טײַערע, — האָט מישע גענומען רײדן, — איך פֿאַרשטײ, אַז אַװדאי האָט איר אַ סך פֿרײַנד און באַקאַנטע, װאָס האָבן אַ סך גרעסערע מעגלעכקײטן װי איך, נאָר אױב אַ מאָל װעל איך קאָנען עפּעס טאָן פֿאַר אײַך, העלפֿן אײַך כאָטש אין װאָס–ניט–איז, בעט איך אײַך, גיט מיר צו װיסן.
— אַ דאַנק, מישע… — האָט יענע געענטפֿערט.
— איר װײסט, װער דעמענטי װאַסיליעװיטש איז געװען פֿאַר מיר — און װעט תּמיד בלײַבן…
— יאָ, מישע. ער האָט אײַך אױך זײער ליב געהאַט…
אינאַ אַלעקסאַנדראָוונאַ האָט געשװיגן אַ ביסעלע.
— כ׳האָב נאָך נישט קײן איבעריקן עקזעמפּלאַר פֿון דער אַלט–סאָנאַטע, אָבער װי נאָר כ׳װעל אים באַקומען, װעל איך אים אײַך אומבאַדינגט געבן.
— אַ דאַנק, אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ… אַ שײנעם דאַנק…
מישע האָט אױך אָפּגעשװיגן עטלעכע רגעס.
— אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, איך פֿאַרשטײ, אַז אַצינד איז אײַך מסתּמא שװער צו רײדן װעגן דעמענטי װאַסיליעװיטשן, נאָר אױב איר װעט מיר אַ מאָל עפּעס דערצײלן װעגן אים, װעל איך זײַן זײער דאַנקבאַר…
— װעגן װעמען זשע נאָך קאָן איך רײדן אַצינד? — האָט זיך אָפּגערופֿן די אַלמנה, — ער איז געװען דער זין פֿון מײַן לעבן… ער האָט מיר געשאָנקען גליק… דרײַצן גליקלעכע יאָר…
און זי האָט אָנגעהױבן דערצײלן: אי װעגן זיך, װעגן איר שװערער קינדשאַפֿט און דערװאַקסלינג–יאָרן, אי װעגן איר באַקאַנטשאַפֿט און זיװג מיט שעסטאַקאָװסקין… בערך אַ שעה האָט זי גערעדט — און מישע האָט אַפֿילו נישט געדאַרפֿט גאָרניט אױספֿרעגן.
— אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, אַ האַרציקן דאַנק אײַך, װאָס איר׳ט מיר דערצײלט פֿון דעם אַלעם. זאָגט מיר: האָט איר נאָך אַ ביסל צײַט?
— יאָ, מישע, כ׳בין פֿרײַ.
— איר פֿאַרשטײט, װען כ׳בין געװען בײַ אײַך דאָס לעצטע מאָל, האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש מיר געזאָגט, אַז אינעם ערשטן נומער פֿון „סאָװעטסקאַיאַ מוזיקאַ‟ פֿאַרן יאָר 1948 ס׳איז דאָ… עפּעס, װאָס כ׳זאָל לײענען…
— אַ–אַ–אַ… יאָ, איך װײס, — האָט אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ באַשטעטיקט.
— װאָלט איר געקאָנט עס מיר װײַזן?
— אַװדאי, כ׳װעל איצטער פּרוּװן עס געפֿינען.
זי איז אַרױסגעגאַנגען פֿונעם גאַסטצימער, האָט זיך אומגעקערט אין עטלעכע מינוט אַרום מיט אַן אַלטן זשורנאַל פֿון בעזש–קאָליר אין דער האַנט און דערלאַנגט אים מישען. מישע האָט געקוקט אױפֿן אינהאַלט און דערזען: „ט. כרעמענקאָװ. פֿאַר דער שאַפֿונג, װאָס איז װערט דאָס סאַװעטישע פֿאָלק‟.
דער אַרטיקל איז געװען אַ סך קירצער פֿונעם פֿאָרטראָג. אױף דער צװײטער זײַט האָט מישע איבערגעלײענט: „צק אַקפּ(ב) װײַזט אָן אין זײַן באַשטימונג, אַז די פֿאָרמאַליסטישע פֿאַרקריפּלונגען, אַנטידעמאָקראַטישע טענדענצן האָבן געפֿונען זײער סאַמע פֿולן אױסדרוק אין די װערק פֿון אַזעלכע קאָמפּאָזיטאָרן, װי חבֿרים ד. שעסטאַקאָװסקי, ס. פּראָקאָפֿיעװ, אַ. כאַטשאַטריאַן, ג. פּאָפּאָװ, נ. מיאַסקאָװסקי, װ. שעבאַלין און אַנדערע…‟ — „אָט אין װאָס עס גײט דאָ‟, — האָט מישע אַ טראַכט געטאָן, — „קאַטיע ז׳געװען גערעכט: דווקא יענע, קעגן װעמען ז׳געװען די באַשטימונג פֿונעם „צעקאַ‟, האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש געטאַדלט; אָט הלמאַי ער האָט אי מיאַסקאָװסקין צוגעשריבן ׳הײַנטיקײט׳, אי כאַטשאַטריאַנען געשאָלטן. כאַטשאַטריאַן אָבער איז בפֿירוש נישט ברוגז אױף אים — הײסט עס, אַז ער װײסט, װאָס די איניציאַטיװ האָט געשטאַמט נישט פֿון כרעמענקאָװן… אינטערעסאַנט איז, אַז דערבײַ האָט ער זײ אָנגערופֿן ׳חבֿרים׳!‟. נאָך אַ גרעסערער חידוש האָט דערװאַרט אױף מישען נעענטער צום סוף פֿונעם אַרטיקל:
„דאָס נאָכמאַכן די נעגאַטיװע זײַטן פֿון שעסטאַקאָװסקיס, פּראָקאָפֿיעװס מוזיק (װײַנבערג, סװירידאָװ, לעװיטין, מעיערסאָן)…‟.
„די סאַמע קאָנסעקװענטע אַפּאָלאָגעטן פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאָרמאַליסטישער ריכטונג זײַנען געװען שטילשטײן, מאַרטינאָװ, זשיטאָמירסקי, מאַזעל, בעלזאַ, ציטאָװיטש און אַנדערע.‟
און שפּעטער — מכּוח דער אַפּאָלאָגעטיק פֿון שעסטאַקאָװסקיס טרײפֿענער 9טער סימפֿאָניע:
„װעגן דעם זעלבן רעדט דער קריטיקער שטילשטײן אין דער בראָשור װעגן אָט דער 9טער סימפֿאָניע. ׳שרײַבן פּשוטער (!!), דורכזיכטיקער, װי די 9טע סימפֿאָניע איז אָנגעשריבן, איז, דוכט זיך, שױן באמת אוממעגלעך.׳‟
נאָך אַלעמען, װאָס מעיערסאָן האָט דערצײלט הן װעגן זיך אַלײן, הן װעגן שטילשטײנען… „יאָ‟, — האָט מישע אַ קלער געטאָן, — „טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש פֿלעגט טאַקע זאָגן און שרײַבן דאָס, װאָס מ׳האָט געפֿאָדערט אין יענע גרױליקע יאָרן, נײַערט טאָן פֿלעגט ער פּונקט דאָס היפּוכדיקע… און מ׳דאַרף מישפּטן װעגן מענטשן נישט לױט זײערע דיבורים, נאָר לױט זײערע מעשׂים…‟.
— אַ דאַנק, אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, — מישע האָט דערלאַנגט שעסטאַקאָװסקיס אַלמנה דעם זשורנאַל.
— יאָ, מישע… װער נאָר האָט נישט געהעצט דעמענטי װאַסיליעװיטשן… — האָט זי געזאָגט מיט אַ פֿאַרטראַכט און צערפֿול קול, — כ׳געדענק, דװקא װען מיר האָבן חתונה געהאַט, האָט מען בײַ אונדז דאָס ערשטע מאָל געשטעלט „קאַטערינאַ איזמײַלאָװאַ‟. אין משך פֿון צװײ װאָכן איז זי געגאַנגען אינעם טעאַטער יעדן אָװנט — און יעדן אָװנט זײַנען מיר געגאַנגען זי הערן. און אָט, האָב איך באַמערקט, אַז אױף יעדן ספּעקטאַקל קומט עפּעס אַ באַיאָרטער מענטש מיט וואָנצעס. כ׳האָב געפֿרעגט דעמענטי װאַסיליעװיטשן, צי ער װײסט, װער דער מענטש איז, און ער׳ט געענטפֿערט: „ס׳איז הענריך נײהאַוז.‟ אױפֿן אַנדערן אינדערפֿרי גײ איך אַראָפּ נאָך דער פּאָסט — און נעם פֿונעם פּאָסטקעסטל אַרױס אַ קאַרטל, קוק אױף דעם און זע דעם אָנהײב: „טײַערער דעמענטי װאַסיליעװיטש! קײן טאָג גײט נישט פֿאַרבײַ, װען איך טאַדל זיך נישט…‟. װײַטער האָב איך נישט געלײענט, כ׳האָב זיך אומגעקערט און געגעבן דאָס קאַרטל דעמענטי װאַסיליעװיטשן. ער׳ט אַ קוק געטאָן — און אַרױסגעװאָרפֿן עס אינעם מיסט–עמער. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָס קאַרטל ז׳געװען דװקא פֿון נײהאַוזן און ווען אין זײַן צײַט האָט מען געהעצט דעמענטי װאַסיליעװיטשן פֿאַר „לעדי מאַקבעט‟, האָט נײהאַוז אױך פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מיאוסן אַרטיקל װעגן דער אָפּערע…
דאָס מאָל איז מישע געגאַנגען אַהײם פּאַמעלעך, און אין זײַן מוח האָבן געעקבערט „מחשבֿות און געדאַנקען‟ פֿון גאָר אַן אַנדער מין… אַװדאי האָט שעסטאַקאָװסקי איבערגעליטן אַ גוזמא מוראדיקע עװלות, און קײנער האָט קײן מאָראַליש רעכט נישט צו פֿאַראורטײלן אים — נײַערט שױן זשע איז עס יושרדיק, אַז מע בעט מחילה, אַפֿילו נישט צו דערלײענען דעם חרטה–בריװ ביזן סוף, נאָר פּשוט אַרױסװאַרפֿן אים אינעם מיסט–עמער? באמת קײן אידעאַלע מענטשן זײַנען נישטאָ, אַפֿילו אױב זײ זײַנען זשעניִען…
נאָר אַװדאי האָט עס בשום–אופֿן נישט געקאָנט משפּיע זײַן אױף מישעס ליבשאַפֿט צו שעסטאַקאָװסקיס מעכטיקער מוזיק. ער האָט גיך אָפּגעזוכט זײַן קאָנסערװאַטאָריע–חבֿר, דעם טאַלאַנטירטן אַלטיסט זשאָרע באַשין, דערצײלט אים, אַז דעם גרױסן שעסטאַקאָװסקיס לעצט װערק איז געװען אַ סאָנאַטע פֿאַר אַלט און פֿאָרטעפּיאַן, און פֿאָרגעלײגט, זײ זאָלן זי אױסשפּילן צוזאַמען.
המשך קומט