פֿון אונדזער עזבֿון: אַבא פֿינקעלשטיין (1898־1978) און אַבא לעוו (1882־1959)

ביבליאָגראַף, פֿאַרלאַג־טוער. געבוירן אין שטעטל סטופּעניץ, קיִעווער גובערניע. אין 1922 אָנגעקומען אַרבעטן אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער מאָסקווער צענטראַלער ייִדישער צײַטונג ”דער עמעס“ און פֿון דעמאָלט אָן אויף שטענדיק זיך פֿאַרבונדן מיט דעם ייִדישן פֿאַרלאַגוועזן און בוך־פֿאַרשפּרייטונג. אַן אַקטיווער אָנטייל האָט ער גענומען אינעם שאַפֿן די ייִדישע פּאָליגראַפֿישע באַזע אין מאָסקווע און מינסק און אינעם אָרגאַניזירן דעם בוך־פֿאַרקויף. ביזן יאָר 1940 איז ער געווען שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿון ”עמעס“־פֿאַרלאַג און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה — פֿאַרוואַלטער פֿונעם פֿאַרלאַג און פֿון דער צײַטונג ”אייניקײַט“. פֿון די 1930ער יאָרן פֿאַרנעמט ער זיך אויך מיט ייִדישער ביבליאָגראַפֿיע, דרוקט סטאַטיסטיש־ביבליאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן אין מינסקער זשורנאַל ”שטערן“, אין די מאָסקווער אַלמאַנאַכן ”סאָוועטיש“ און ”היימלאַנד“ און שפּעטער, אין „סאָוועטיש היימלאַנד“. צוזאַמען מיטן ביבליאָגראַף און פֿאָלקלאָריסט אַבא לעוו צונויפֿגעשטעלט אַ זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקווערטלעך; ס׳האָט זיך אָבער אָנגעהויבן די מלחמה און די ריזיקע פֿאָלקלאָר־אַרבעט האָט נישט דערזען די ליכטיקע שײַן.

אַבא לעוו איז געבוירן אין סקידער, אין אַן אַרבעטער־משפּחה. פֿון די יונגע יאָרן געאַרבעט מיטן פֿאָטער אין אַ גאַרבערײַ. אין 1897 אָנטייל גענומען אין אַ גאַרבער־שטרײַק, עטלעכע מאָל געווען אַרעסטירט. געלעבט אין ווילנע, וואַרשע, אָדעס, קיִעוו און שפּעטער — אין מאָסקווע. געווען אַ סאָלדאַט פֿון דער צאַרישער אַרמיי. ער האָט דורכגעמאַכט מיט ש. אַנ־סקין די רײַזע איבער די פּאָגראָמירטע געביטן פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע און אים געהאָלפֿן זאַמלען דאָקומענטן און מאַטעריאַלן, וועלכע אַנ־סקי האָט באַאַרבעט פֿאַר זײַן ”חורבן־גאַליציע“. נאָך דער רעוואָלוציע איז לעוו געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער אין דער ייִדישער סאָוועטישער פּרעסע. זינט 1928 האָט ער געפֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג און איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער ביבליאָטעק און היסטאָרישער סעקציעס בײַ דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געהאַט אַ שם אין דער וויסנשאַפֿטלעכער און ליטעראַרישער וועלט פֿון מאָסקווע ווי איינער פֿון די באַהאַוונטסטע ביבליאָגראַפֿן און היסטאָריקער. ער האָט קאָנסולטירט ייִדישע שרײַבער בעת זייער אַרבעט איבער דער היסטאָרישער טעמאַטיק, בפֿרט ווען ער האָט אָנגעהויבן צו אַרבעטן אינעם פֿאַרלאַג ”דער עמעס“. ס׳איז אַנאָנסירט געוואָרן זײַן בוך ”די טעראָריסטישע באַוועגונג צווישן די ייִדישע אַרבעטער“, נאָר נישט דערשינען. ווען די דײַטשישע אַרמיי איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד און מאָסקווער ייִדישע שרײַבער זײַנען עוואַקויִרט געוואָרן אין טיף רוסלאַנד, איז אַבע לעוו געבליבן אין מאָסקווע: ער האָט נישט געקאָנט זיך צעשיידן מיט די פֿאָרש־מאַטעריאַלן, וועלכע ער האָט יאָרן לאַנג געזאַמלט. ביזן סוף 1942 איז ער געשלאָפֿן אין די אויסגעליידיקטע צימערן פֿונעם פֿאַרלאַג ”דער עמעס“, נאָר דערנאָך האָט מען אים מיט צוואַנג עוואַקויִרט און ער האָט אַ צײַט געלעבט אין דער קירגיזישער שטאָט אָש. זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע, האָט ער פֿאָרגעזעצט אַרבעטן אינעם פֿאַרלאַג ”דער עמעס“. אין 1948 איז ליקווידירט געוואָרן דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט. אַ. לעוו איז אַרעסטירט געוואָרן; ער האָט זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע ערשט אין יאָר 1956. אַ קראַנקער און אויסגעשעפּטער, האָט ער גלײַך גענומען אַרבעטן איבער אַ בוך זכרונות, נאָר נישט באַוויזן אים צו פֿאַרענדיקן. דער כּתבֿ־יד פֿון דער אָנגעהויבענער אַרבעט האָט זיך
נישט פֿאַרהיט.

אין מײַן אַרכיוו געפֿינט זיך דער כּתבֿ־יד מיט די ווערטלעך, געזאַמלט פֿון אַבא פֿינקעלשטיין און אַבא לעוו. אונדזערע לייענער האָבן די זעלטענע געלעגנהײט צו לייענען און זיך אײַנהערן, ווי עס קלינגט די סאַמעראָדנע ייִדישע פֿאָלקס־חכמה פֿון „אַלטע און נײַע קוואַלן‟.

אַ בדחן אָן אַ קאַפּעליע, האָט אַ פּנים ווי אַ שטוב אָן אַ סטעליע.

אויך בײַ אַ בוים זײַנען נישט אַלע צווײַגן גלײַכע.

געבויט פֿאַר לײַטן, און אַליין געבליבן פֿון דער זײַטן.

ביסטו ברוגז, טאָ בײַט די פּערענע.

גאָט איז אַ פֿאָטער — אַז ער גיט נישט קיין מכּה, גיט ער אַ בלאָטער.

גאווה ליגט אויפֿן סמיטניק [מיסט־קופּע], ווער עס וויל, דער נעמט דאָס.

אַ גוטער גאַסט לאָזט אַ גוטן אָנדענק.

אַ פֿוילער גייט שטענדיק צו גאַסט.

נאַרישקייט און שטאָלץ וואַקסן אויף איין האָלץ.

גנבֿה נישט, און שלאָג זיך נישט על־חטא.

נעמעראָווער זײַנען נישט קיין געבעראָווער.

דער רבֿ פּסקנט דעם דין, ווי עס קומט אים אויפֿן זין.

אַ קלוג פֿערד קערעוועט אַליין דעם דישל.

פֿון „האָב‟ און „וועט‟ קאָכט מען נישט קיין וועטשערע

איינער האָט אַ פֿולן קעלער מיט ווײַן, דער צווייטער האָט אַ פֿולע שטוב מיט פּײַן.

הענער און מענער זײַנען פֿון איין שורש.

אַז דער הונט בילט זיך אויס, ווערט אים גרינגער אויפֿן האַרצן.

ער האָט זיך געהיט פֿון פֿאַרקילונג, און געקראָגן קדחת.

ער איז שוין דער אמתער העכט, רק ער גנבֿעט און בלײַבט שטענדיק גערעכט.

דער ייִחוס בײַם באַלעגאָלע איז נישט דער וואָגן, נאָר די בײַטש.

מיט אַ פֿאַלשער וואָג קאָן מען האָבן אַ פֿינצטערן טאָג.

פֿון אַ גוט וואָרט, עסט מען נאָך נישט קיין ברויט.

אַנטקעגן דער זון זיצט מען, אַנטקעגן דער לבֿנה ליגט מען.

ער איז צוקער־זיס, נאָר האַרט ווי אַ נוס.

אַז חבֿרה פּסקנט — איז דאָס שטאַרקער ווי אַ דין־תּורה.

אַז מע מאַכט חתונה אַ קינד, ווערט מען פּטור פֿון אַ חובֿ.

מיט חושד זײַן אומזיסט, קאָן מען הרגענען אַ מענטש.

פֿון חן לאָזט זיך אַמאָל אַרויס אַ כריין.

אַז מע טאַנצט באָרוועסערהייט, צערײַסט מען נישט קיין שיך.

פֿון אַ ליידיק טעפּל אַנטלויפֿן אַפֿילו די מײַז אויך.

תּבֿה — איז אַ קאַסטן, נאָר נישט שטענדיק איז ער אָפֿן.

וואָס טויג דיר די חכמה, אַז די נאַרישקייט גילט נאָך.

ווענט האָבן אויערן און טויערן האָבן אויגן.

ס׳האָט אַ טעם, יאַק טוט.

נישט אַלע מענטשן האָבן איין טעם: איינער פֿילט קימל, דער צווייטער — שימל.

פֿון אַ טראָפּן וואַסער מאַכט ער אַ בלאָטע.

ביז זיבעציק יאָר ציילט מען, נאָך זיבעציק — דערציילט מען.

יוצא זײַן פֿון גאָטס וועגן, הייסט נאָך נישט פֿון לײַטנס וועגן.

די וועלט לעבט נישט מיטן דין, נאָר מיטן יושר.

ליבע־יסורים זײַנען אויך יסורים.

יענעמס ווײַב איז שטענדיק שיין, יענעמס קינד איז שטענדיק ריין.

טיף, ווי דער ים, איז אַ ווײַבעריש האַרץ.

בעסער שלאָגן זיך מיט אַ גוטן פֿרײַנד איידער קושן זיך מיט אַ פֿײַנט.

גאָט פֿירט די וועלט, ווי דעם באַלעבאָס געפֿעלט.

אַ דאַנק גאָט, וואָס ער וואַרפֿט נישט קיין שטיינער פֿון הימל, זיי וואָלטן געטראָפֿן דעם אָרעמאַן.

דער גרעסטער ליגן איז, אַז גאָט איז אמת.

יעטווידער פֿויגל האָט זיך זײַן בוים.

ווי מע בעט זיך אויס, אַזוי שלאָפֿט מען.

אַ באַרימער איז גוט צו שמײַסן.

פֿון אַ פֿאַרברודיקטן ברונעם וועסט קיין וואַסער נישט באַקומען.

גאַנדז איז גוט, נאָר קראָפּ פֿון אינדיק איז נאָך בעסער.

פֿון דאָרף אין שטאָט איז ווײַט, און פֿון שטאָט אין דאָרף איז נאָך ווײַטער.

ער האָט דערקענט דעם פֿויגל נאָכן גאַנג נאָך.

האָניק עסן ווערט אויך דערעסן.

יעדער פּאַסטעך האָט זיך זײַן הונט.

הענדלער און שווינדלער זײַנען פֿון איין חדר.

ער טראָגט העמדער פֿון אייגענער לײַן, און שטיוול — פֿון אייגענער פֿי.

אַ גוט וואָרט הערט מען פֿון דער ווײַטנס.

שטילע וואַסער רײַסט די הרעבליע.

אַז חבֿרה וויל, איז קהל מסכּים.


אין אַ זאַטן אָסיען טרײַבט מען נישט די ציגן אין פֿעלד.

Leave a comment