דער פֿינפֿיאָר־פּלאַן (המשך)

עמיל קאַלין

דאָס דריטע קאַפּיטל

2

צוויי געטאָקטע סטואַרדעסן זענען געשטאַנען בײַם טירל, פֿון וועלכן עס האָט אַרײַנגעבלאָזן אין עראָפּלאַן אַ קאַלטער ווינט, און זיך געזעגנט מיט די דינע שמייכלען פֿון פּאַסאַזשירן, דאָס רובֿ באַיאָרטע פּאָרלעך, אָנגעלאָדענע מיט העק-און-פּעק. אייניקע האָבן געהאַלטן אויף די הענט קליינע רענצלעך, פֿולגעפּאַקטע, שווערע. אַ לאַסט, וואָס איז קענטיק געווען איבער זייערע כּוחות. די פּנימער האָבן זיך פֿאַרקרימט, געוואָרן רויט און די מײַלער האָבן בשעתן טראָגן אַרויסגעלאָזט קרעכצן, ווי זיי וואָלטן געליטן, חלילה, פֿון מערידן.

סעם האָט דערקענט נישט ווייניק ייִדישע פּנימער צווישן דעם עולם. דער אַמאָליקער חוש צו דערשמעקן ווער עס איז אַ ייִד, יענער מעג זיך הייליק שווערן, אַז ער שטאַמט פֿון הוילע גויים, איז עטוואָס שטומפּיק געוואָרן דורך דער אָפּגעלעבטער צײַט אין ניו-יאָרק; אָבער איצט, ווען ער האָט זיך ווידער גענייטיקט אין אים, איז ער ווידער געוואָרן שאַרפֿער.

„וואָס ציט אָט די ייִדעלעך אַהער, האַ?‟ — האָט סעם געטראַכט צו זיך און געפֿירט דעם בליק איבערן עולם, וואָס האָט געוואַרט אין אַ לאַנגער ריי אַרויסצוגיין פֿון עראָפּלאַן. — „וויפֿל מע זאָל זיי נישט געווען דערגיין די יאָרן, אָפּטאָן יסורים, אָנשפּײַען אין פּנים, אַרויסטרײַבן מיט די ערגסטע בזיונות, — דאָך קומען זיי צוריק. די שווערע זכרונות ווערן, אַזוי צי זאָגן, אַנדערש, אָפּגעווישט, דער ווייטיק — טעמפּער, און זיי דרייען זיך צוריק און לויפֿן ווידער אין געמויזעכץ אַרײַן, אין סאַמע גיהנום, פֿון וועלכן זיי האָבן זיך אַרויסגעדראַפּעט נישט טויט און נישט לעבעדיק. ווי סע שטייט אין חומש, בנאמנות! אַ פֿאָלק מיט אַ האַרטן קאַרק!‟ בשעתן טראַכטן האָט ער זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון, אַז ער געהערט טאַקע צו יענע ייִדן און אָט וועלן זײַנע פֿיס אַרויפֿטרעטן אויף דער רומענישער ערד, יענע ערד, וועלכע ער האָט זיך געגעבן דאָס וואָרט נישט באַטרעטן כּל-זמן ער לעבט.

ווען סעם איז אַרויסגעגאַנגען מיט זײַנע העק-און-פּעק פֿון דעם עראָפּלאַן און אַרײַנגעצויגן אין זײַנע לונגען די ערשטע פּאָרציע פֿרישע לופֿט, האָט ער דערזען פֿאַר זיך אַ מונדירטן יונגן־מאַן. ער איז געשטאַנען אויף די צוגעשטעלטע טרעפּ, האַרט בײַ דעם טירל. מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז ער איז אַ מאַנעקען, נאָר זײַן נאָז איז געווען נאַטירלעך רויט צוליב דער דורכדרינגלעכער, נאָכמיטאָגדיקער קעלט. קיין אבֿר האָט אין אים זיך נישט גערירט, בלויז די אויסגעגלאָצטע בלויע אויגן האָבן זיך אָנגעשפּאַרט אין דעם מענטשלעכן שטראָם, וואָס איז שטיל פֿאַרבײַגעגאַנגען. ער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ ווינטערדיקער אוניפֿאָרם: שוואַרצע שטיוול, כאַקי־הויזן, אַ לאַנגער, מיליטערישער מאַנטל, וואָס דערגרייכט ביז די קני. אויפֿן קאָפּ האָט געשטעקט אַ כאַקי־קעפּקע אַרומגעצויגן מיט אַ רויטן פּאַס מיט אַ שוואַרצן דאַשיק פֿון פֿאָרנט. סעם האָט נישט דערקענט דעם מונדיר נאָר עס האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער האָט אַמאָל געזען ענלעכע מונדירן אויפֿן קאָנווערט פֿון אַ פּלאַטע: „רוסישע פֿאָלקס-לידער, געזונגען פֿון דעם רויטער אַרמיי־כאָר‟. „איז ער טאַקע אַ סאָלדאַט צי ער געהערט צו די הילף-כּוחות?‟ — האָט סעם זיך געפֿרעגט און געוואָרפֿן קאָסע בליקן אויף דער ביקס, וואָס דער יונגער־מאַן האָט געטראָגן אויפֿן אַקסל.

„אַן אָרדענונג מוז זײַן! אַזאַ שיינער ברוכים-הבאים. כ׳לעבן…‟, — האָט סעם געטאָן אַ שאָקלט מיט קאָפּ צום מיליטער־מאַן, און זײַנע פֿיס האָבן גענומען גיכער אַראָפּקלעטערן איבער די גליטשיקע טרעפּ.

אונטן איז דער עולם געשטאַנען אויפֿן נאַקעטן אַספֿאַלט און אויסגעוואַרט דעם אויטאָבוס, ער זאָל שוין קומען און אַלע אָפּפֿירן צום טערמינאַל. נאָר די האָפֿענונגען לעבן באַזונדער, און די ווירקלעכקייט — באַזונדער; דער האָריזאָנט איז געבליבן פּוסט: אַ פּאַס העל־בלויער הימל, וואָס ווערט ווײַסער דאָרט, וווּ ער טרעפֿט זיך אָן מיט דער ערד, עטלעכע ווײַטע, גרויע געבײַדעס, דער קאָנטראָל-טורעם און ביימער מיט טיף-גרינע קרוינען.

סעם האָט זיך אומגעקוקט. דער פּייסאַזש האָט אויסגעזען פֿרעמד, אָבער די פֿאַרבן, די שײַן פֿון דער זון, דער האַרבסטיקער ווינט, די דורכדרינגלעכע נאַסע קעלט, דער ריח, וואָס האָט זיך געטראָגן אין דער לופֿטן און געווען אָנגעזעטיקט מיט גאַזאָלין און רויך, —אַלץ איז אים געווען באַקאַנט. דער מוח האָט באַשטעטיקט „פֿרעמד‟, נאָר דער קערפּער האָט אַרויסגעבראַכט אַ כּמעט-פֿאַרגעסענעם היימישן געפֿיל, וואָס אַפֿילו די פֿערציק יאָר לעבן אין ניו-יאָרק זענען נישט ביכולת געווען אָפּווישן.

פֿון די געציילטע פּאַסאַזשירן איז אויסגעוואַקסן אַ גאַנצע מחנה, נאָר קיין טראַנספּאָרט האָט זיך נאָך אַלץ נישט באַוויזן. פּלוצעם איז צוגעקומען אַ מענטש אַן אַרבעטער פֿונעם פֿליפֿעלד און געגעבן דעם עולם צו פֿאַרשטיין, אַז קיין שום אויטאָבוס וועט זיי נישט ראַטעווען, ווײַל דער מאָטאָר האָט זיך אָפּגעשטעלט און וויל נישט אַרבעטן ווידער. מע וועט מוזן נעמען די פּעקלעך און שפּאַנען „אין סטרוי‟. דאָס איז אַ מהלך פֿון אַן ערך פֿופֿצן־צוואַנציק מינוט. עטלעכע פּאַסאַזשירן האָבן זיך געבייזערט, „סטײַטש?!‟ — האָט זיך אַן אַלטע פֿרוי געווענדט צו דעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן: ס׳איז אַ בושה! עס זענען דאָ אַלטע לײַט, קינדער! נישט אַלע קאָנען גיין און שלעפּן זייערע פּעק!‟.

דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער האָט אַ צי געטאָן מיט די אַקסלען און דערקלערט דער אַלטער פֿרוי, אַז ער איז, ליידער, נישט קיין מאָטאָר און נישט קיין מעכאַניקער. זײַן שעף האָט אים געשיקט ער זאָל אָנווײַזן דעם וועג אין טערמינאַל, נישט שלעפּן די טוריסטן אויף די הענט. מע האָט גערעדט אונטער די נעזער, זיך איבערגעקוקט, אָבער די אונטערשטע שירה איז געבליבן די אייגענע — ס׳וועט זיי העלפֿן, ווי אַ טויטן באַנקעס.

אַלע האָבן געפֿאָלגט דעם ערשט נאָמינירטן „פּאַסטעך‟. אַלע האָבן אויפֿגעהויבן זייערע בעבעכעס און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. סעם האָט זיך אויך נאָכגעשלעפּט אין דער מאָדנער טשערעדע; ער האָט געפּרוּווט רעגולירן דעם אָטעם און שפּאַנען צום טאַקט. דאָס שטעכעניש בײַ דער זײַט איז געוואָרן וואָס אַ מאָל שטאַרקער און שאַרפֿער. ייִנגערע קרעפֿטיקערע פּאַסאַזשירן האָבן געהאָלפֿן די עלטערע צו טראָגן די וואַליזעס. איין בחור איז צוגעגאַנגען צו סעמען און געפֿרעגט, אויב ער דאַרף אַ ביסל הילף. סעם האָט אין דער אמתן יאָ זיך אין דעם גענייטיקט, אָבער די גאווה האָט אים דערלאָזט מודה זײַן דערין. ער האָט אָפּגעזאָגט דעם בחור. „דאָ האַלט מען קיינעם נישט אין וואַטע‟, — האָט ער געזאָגט צו זיך. — „יעדער מוז זיך אַן עצה געבן מיט די אייגענע כּוחות. מע אַשאָזעט זיך, וויפֿל די כּוחות סטײַען און וווּהין דער מוח דערטראָגט דיך.‟

ער האָט געהאַט אַ געפֿיל, אַז אָט, אָט וועלן די כּוחות אים פֿאַרלאָזן. ער וועט פֿאַרלירן די שליטה איבער זײַנע נערוון, זיך אַוועקזעצן אויפֿן קאַלטן אַספֿאַלט און נישט מסכּים זײַן אין קיין שום פֿאַל זיך אַ ריר טאָן פֿון אָרט. מע מעג אים שלאָגן און ממיתן.

אויך בײַ דעם פּאַספּאָרט-קאָנטראָל איז נישט אַלץ געגאַנגען גלאַטיק: ווײַזט אַרויס, אַז עמעצער האָט געוואָרפֿן אַן „אייגעלע‟ אויף סעמען. אַז ער האָט זיך צוגעשטעלט צו דער קאָנטראָל־בודקע, האָט אים אַ גראָבער מונדירטער מאַנסביל — דאָס מאָל מיט אַ קאָפּ גרויע האָר און קליינע, שוואַרצע אייגעלעך, ווי בײַ אַ קראָ — געמאַכט אַ צייכן, ער זאָל זיך אָפּרוקן אין אַ זײַט. דער מונדירטער מענטש מיט די גרויע האָר איז צוגעגאַנגען צו סעמען און אָנגעהויבן דורכפֿירן אַ „ספּעציעלן וויזע-קאָנטראָל‟. דער לײַביקער גוי האָט געבלעטערט אַהין-אַהער די זײַטלעך פֿון סעמס אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט, זיך אָפּגעשטעלט און אײַנגעקוקט זיך מיטן בליק אין אַלע שטעמפּלען, קנייטשנדיק דעם שטערן בשעת-מעשׂה. בײַ סעמען איז דאָס בלוט פֿאַרגליווערט געוואָרן אין די אָדערן. ער איז געשטאַנען פֿאַרשטיינערט פֿאַר שרעק און געוואַרט אויף דעם גזר-דין. ווער ווייסט, וואָס פֿאַר אַ בילבול איז דער גוי מסוגל איצט אויסצוטראַכטן? נאָר נאָך אַ קורצער ווײַלע זענען זײַנע די מחשבֿות ווידער לויטער געוואָרן און עס איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז עס איז, אין דער אמתן, זייער גרינג אַרויסקריכן פֿון דער בלאָטע: דער גוי וויל מע זאָל אים עפּעס געבן אין יד אַרײַן. סעם האָט זיך געקווענקלט. נישט זײַענדיק קיין היגער, האָט ער רעכט נישט געוווּסט מיט וויפֿל קאָן מען אָפּקומען. וויפֿל נעמט געוויינטלעך אַזאַ פּאַרשוין אין אַזאַ צושטאַנד? דער גוי איז עלול, חלילה, אָננעמען דאָס „שענקען‟ איין פּעקל „קענט‟ ציגאַרעטן ווי אַ באַליידיקונג, אַ סימן פֿון ייִדישער קאַרגשאַפֿט און קאַפּיטאַליסטישער חוצפּה: „די חזירים! זיי ווילן אונדז אונטערקויפֿן פֿאַר שיבוש, האַ?‟ — האָט דער גרויער מונדירטער מאַנסביל געזאָגט אין סעמס קאָפּ. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן זײַן, אַז דרײַ פּעקלעך זענען אַ צו אַ הויכע פּרײַז, גיי ווייס, וווּהין אַזאַ גרײַז קאָן אָפּפֿירן. לסוף, האָט זיך סעם אָנגענומען מיט קוראַזש און דערלאַנגט דעם גוי צוויי פּעקלעך און זיך זייער אַנטשולדיקט פֿאַר דער גרויסער טירחה און אומאָנגענומענקייט. דער מענטש האָט גענומען פֿלינק דעם „געשאַנק‟. ביידע פּעקלעך זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין זײַנע קעשענעס. דער מונדירטער מענטש האָט אומגעקערט סעמען דעם פּאַספּאָרט און געזאָגט: „די קאָנטראָל האָט זיך פֿאַרענדיקט. איר מעגט גיין ווײַטער.‟ — אַזוי אַרום איז סעם אָפֿיציעל אַריבערגעגאַנגען די רומענישע גרענעץ.

בײַם אָפּנעמען די וואַליזעס האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אַלע פּאַסאַזשירן צו געפֿינען דעם באַגאַזש. בײַ אייניקע זענען די וואַליזעס אָנגעקומען מיט צעשניטענע בײַכער און, אַז זיי האָבן זיך אין די אינגעוויינדן אַ גריבל געטאָן, זענען זיי געווויר געוואָרן, אַז די ווערט-זאַכן האָבן אויסגעפֿעלט.

דאָס מאָל איז סעם באַגליקט געוואָרן. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָנטאַפּן ביידע פֿעטע רענצלעך, און ער איז געקראָכן מעשׂה טשערעפּאַכע, קוים שלעפּנדיק נאָך זיך די פּעק און ביידע וואַליזעס. צו זײַן חידוש להיפּוך צו די אַמעריקאַנער פֿליפֿעלדער, וווּ מע טרעפֿט אויף יעדן טריט באַלויכטענע קלייטן מיט פּאָליצעס, פֿולגעפּאַקטע מיט סחורה, איז דער בוקאַרעשטער „אָטאָפּען‟־פֿליפֿעלד געווען ליידיק, גרוילעך, שטויביק, האַלב-פֿאַרטונקלט. די לעמפּ האָבן עפּעס נישט געברענט אַזוי העל, ווי אין די מערבֿדיקע פֿליפֿעלדער.

אין דרויסן האָבן זיך אַרומגעדרייט עטלעכע טאַקסי-שאָפֿערן מיט די הענט פֿאַרלייגט הינטער די רוקנס. זיי האָבן זיך אַלע מאָל אָפּגעשטעלט אַ רגע, כּדי צו באַטראַכטן אונטער די דאַשיקעס פֿון די גרויע בערעטן, וואָס מע רופֿט זיי אין רומעניע „באַסק‟. צו די אָנגעקומענע געסט האָבן זיי זיך נישט געריסן. אַז עמעצער איז צוגעגאַנגען צו זיי, האָבן זיי געצויגן מיט די אַקסלען און אָנגעוויזן אויף זייער „שעף‟ — אַ לאַנגער בחור, וואָס האָט גערייכערט שטינקענדיקע ציגאַרעטן איין ציגאַרעט נאָך אַ צווייטער. ער האָט געזאָלט אַלץ אַראַנזשירן. סעמען איז אײַנגעפֿאַלן, אַז לויט דער קאָמוניסטישער שיטה, זענען זיי אַלע אָנגעשטעלטע פֿון דער מדינה.

צווישן די „טאַקסיסטן‟ איז אויסגעוואַקסן אַ פּאַרשוינדל. ער האָט אויסגעזען סעמען סײַ היימיש, באַקאַנט און סײַ ווילד-פֿרעמד. ער האָט געפֿאָכעט מיט ביידע הענט אין דער לופֿטן און אויסגערופֿן: „שלמה! סעם! סאָלאָ! סאָלאָמאָן! שלוימעלע!‟ סעם האָט נישט געקאָנט גלייבן זײַנע אייגענע אויגן. דאָס פּאַרשוינדל איז דאָך געווען פּוּיקעלע! ער האָט אויסגעזען עלטער. ער האָט געהאַט אַ קאָפּ גרויע האָר, אַ פּאָר אומבאַקאַנטע קנייטשן האָבן זיך דורכגעשניטן איבערן שטערן, אונטער די שוואַרצע מילדע אויגן זענען געהאָנגען געשוואָלענע טאָרבעלעך, אָבער עפּעס אין אים, וואָס לאָזט זיך נישט גרינג אָנטאַפּן, האָט זיך נישט געביטן אויף אַ האָר. אין אַ געוויסער מאָס איז פּוּיקעלע געבליבן פּונקט דער אייגענע, ווי סעם האָט אים געדענק, ווען ער האָט זיך געזען מיט אים צום לעצטן מאָל פֿאַר דעם פּסח פֿון יאָר 1948.

פּוּיקעלע האָט זיך דורכגעשניטן דעם וועג צווישן די טאַקסיסטן און ביידע מענער האָבן זיך אַרומגעכאַפּט און געקושט ווי זיי וואָלט געווען ברידער.

„האָסט דיך גאָר נישט געביטן, אַזוי זאָל מיר גוט זײַן!‟ — האָט זיך פּוּיקעלע אָנגערופֿן. — „נאָר דאָס בײַכעלע איז בײַ דיר אַ ביסקעלע אויסגעוואַקסן, קיין עין-הרע. אָבער דאָס איז גוט! פֿרעסן ביזן פּלאַצן איז אַ מחיה! געדענקסט נאָך ייִדיש, אַה?‟
„וואָס ביסטו געקומען אַהער, מענטש איינער?‟ — האָט זיך סעם צעלאַכט. — „איך בין אַ גרויס ייִּנגעלע.‟
„פֿרעג נישט!‘ — האָט פּוּיקעלע געמאַכט אַ מאַך מיט דער האַנט. — „ס׳געווען אַ ריינער צופֿאַל. איך האָב אָפּגעשטימט דאָ אַ באַגעגעניש מיטן מלאך-המות. דער עיקר, ער איז נישט געקומען. מסתּמא זיך פֿאַרהאַלטן בײַ אַן אַנדערן. האָב איך מיר געזאָגט: אויב איך לעב און איך בין שוין דאָ. ס׳אַ פּלאַן — איך וואַרט אויף דיר.‟
מײַן פּלאַן איז געווען אַזאַ: איך האָב געטראַכט, אַז כ׳וועל מיך פֿריִער אַרײַנכאַפּן אין ׳אינטערקאָנטינענטאַל׳ און דערנאָך טעלעפֿאָנירן צו דיר.‟
„וואָס פּלוצעם?‟ — האָט פּוּיקעלע געגעבן אַ כאַפּ אונטער סעמס אַ וואַליזע און אָנגעהויבן גיין. — „וועסט פֿריִער דערכאַפּן בײַ מיר ס׳האַרץ. און דערנאָך… וועגן מאָרגן גאָט וועט זיך שוין זאָרגן.‟

סעם איז נאָכגעגאַנגען פּוּיקעלען. דער הויקער איז נישט געוואָרן קלענער, די שמאָלע, אײַנגעבויגענע פּלייצע האָט אויסגעזען איצט נאָך שמעלער און אײַנגעבויגענער. ער האָט נאָכגעשלעפּט דעם לינקן פֿוס און צומאָל געשאַרט מיט אים. זײַן אונטערשטער טייל איז געווען פֿאַרקאָוועט אין אַזאַ אײַזערנעם שטײַגעלע.

„איך בין שוין אַ מענטש מיט אַלעמען גלײַך‟ — האָט סעם דערהערט פּוּיקעלעס דין קולכל. — „מיט אַן אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק האָב איך זיך פֿאַרשריבן אויף צו באַקומען אַ ׳טראַבאַנט׳ און מיט אַ חודש צוריק איז די מאַשין שוין געווען בײַ מיר! וויפֿל מיינסטו, האָט זי מיר אָפּגעקאָסט? וויפֿל זי קאָסט אַלעמען… מ׳קאָן נישט אַראָפּנעמען פֿונעם מקח. ס׳אַ פֿאַרפֿיקסירטער פּרײַז — צוואַנציק טויזנט ליי.‟

סעם האָט דערזען אויפֿן פּאַרקירן-פּלאַץ אַ העל-בלוי קאַרליק-מאַשין, ווי אין דעם לונאַ-פּאַרק אין קוני-אײַלענד.

„וואָס זאָגסטו צו מײַן צאַצקע, האַ?‟ — האָט פּוּיקעלע זיך אויסגעדרייט צו סעמען און צו אים אַ שטאָלצער אַ וווּנק געטאָן.

המשך קומט

Leave a comment