מײַן לעבנס פֿאָטאָ־אַלבאָם
אין די טעג פֿון ערבֿ ראָש-השנה שווימען אַרויס די דערמאָנונגען פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם לעבן באַזונדערס אָפֿט. מײַן זכּרון ווערט געגליכן צו אַ ריזיקן פֿאָטאָ-אַלבאָם — אין הײַנטיקע צײַטן אַ פֿאַרגעסענע זאַך. דער דאָזיקער אַלבאָם טראַגט אויף זײַנע האַרטע זײַטלעך טויזנטער בילדער, געמאַכט פֿון פֿיר-פֿינף יאָר אָן, פֿון מײַנע ערשטע דערמאָנונגען, ביזן מאָמענט, וואָס כ’שרײַב אָט די שורות. שוואַרץ-ווײַסע בילדער, טאָנירטע, קאָלירטע… אויף אייניקע פֿון זיי האָבן די יאָרן איבערגעלאָזט זייער אָפּגעבליאַקעוועט שטעמפּל. נישט ווייניק פּנימער אויף די בילדער זײַנען שוין אין אונדזער ווירקלעכקייט נישטאָ. כּל-זמן אָבער איך עקזיסטיר, לעבן זיי אויך; מחמת דער מענטשלעכער זכּרון איז אַ טייל פֿון זײַן נשמה, וואָס ווען עס קומט די רגע, פֿאַרנעמט זי איר אָרט אין סאַמע אויבנאָן איבער די צען ספֿירות.
אָט האָט מען צוגעטראַכט דעם אַזוי גערופֿענעם קינסטלערישן אינטעלעקט — אַ וווּנדער שבוווּנדער, אַ נס! ס׳איז אוממעגלעך צו באַנעמען מיטן שׂכל, וויפֿל אינפֿאָרמאַציע טראָגט אין זיך זײַן זכּרון. נישט אויסצושעפּן! יאָ, דער מענטש איז טאַקע צוגעקומען אין זײַן וויסן צו די העכסטע שפּיצן פֿון מענטשלעכע דערגרייכונגען. איין זאַך איז אים פֿאָרט נישט געגעבן געוואָרן משׂיג זײַן — דאָס אַרײַנאָטעמען אין זײַן באַשאַפֿונג די נשמה. די דאָזיקע פּרערעגאָטיוו געהערט נאָר צום רבונו־של־עולם.
און אָט שווימט פֿון מײַן זכּרון אַרויס אַ ווײַט בילד, וואָס האָט זיך פֿאַרהיט אין מײַן לעבנס־אַלבאָם. און כאָטש עס איז אַ שוואַרץ־ווײַס, איז דער פֿאָקוס בולט און שאַרף.
נאָך אַ קליין קינד, געדענק איך, פֿלעגט מײַן טאַטע, זאָל זיך מיִען, בשעתן שפּילן זיך מיט מיר פּלוצעם אַ זאָג טאָן: „זאָלסט נאָר נישט פֿאַרמאַכן די אויגן, ווײַל עס ווערט אַרום באַלד שטאָק־פֿינצטער!‟ אײַ, ווי ס׳האָט זיך מיר בפֿירוש געוואָלט זען, ווי עס ווערט פֿינצטער פֿון מײַנע פֿאַרמאַכטע אויגן. כ׳האָב זיי געהאַלטן פֿאַרזשמורעט, צוהערנדיק זיך ווי מײַן טאַטע קלאָגט זיך: „אוי, אַ פֿינצטערניש, אוי, אַ חושך און אַ חשכות… ראַטעוועט!‟ — און איך האָב געפּרוּווט עטוואָס אויפֿמאַכן אַן אויג, צו זען, צי ס׳איז טאַקע אַזוי, ווי מײַן טאַטע מאָלט עס… אָבער באַלד האָט דאָס ליכט אַ שנײַד געטאָן דאָס שוואַרצאַפּל…
דער טאַטע האָט געלאַכט, און איך אַ צעמישטער, בין געשטאַנען ווי אַ באָק און געפּינטלט מיט די אייגעלעך.
וואָס זשע מיינט איר? אין אַ געוויסן זין איז עס טאַקע אַזוי: ווען דער מענטש וואָלט נישט אויפֿגעמאַכט די אויגן, וואָלטן חושך און חשכות געשטאַנען איבער דער וועלט. נאַט אײַך אַ ראַיה. אינעם ספֿר „תּיקוני־זוהר‟ ווערט געשריבן:
„פֿריִער פֿון אַלץ, האָט גאָט באַשאַפֿן די נשמה. עס שטייט אין דער תּורה: הארץ היתה תהו ובהו על פּני תהום… — אַלץ איז געווען וויסט, ווײַל דעם מענטשנס אויג איז נאָך געווען געשלאָסן. ווי נאָר דאָס אויג האָט זיך געעפֿנט, האָט גאָט גלײַך געזאָגט: יהי אור! — און ס׳איז געוואָרן ליכטיק.
דעם 22סטן סעפּטעמבער האָט די נשמה פֿאַרלאָזט די פֿרוי פֿאַניע בראָנצאָווסקי. מיט איר קול האָבן גערעדט די ווענט פֿון ייִדיש ווילנע. און באַלד האָבן זיך באַוויזן בילדער פֿון מײַן לעבנס פֿאָטאָ־אַלבאָם, פֿאַרבליבן פֿון ווילנע נאָכן שפּאַציר מיט פֿאַניען איבער איר היים־שטאָט אין יאָר 2011. פּינקטלעכער נישט פּשוט בילדער, נאָר 2 ווידעאָס וועגן יענעם באַזוך.
זאָל פֿאַניע האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן!
גיט אַ קוועטש אויף די פֿאַרבינדונג־אָפּשיקן.
https://yiddish2.forward.com/node/4016.html
https://video.search.yahoo.com/yhs/search;_ylt=Awrii0pHAvhmfPkWUBY0nIlQ;_ylu=c2VjA3NlYXJjaAR2dGlkAw–;_ylc=X1MDMTM1MTE5NTcwMARfcgMyBGZyA3locy1mYy0yNDUwXzQEZnIyA3A6cyx2OnYsbTpzYixyZ246dG9wBGdwcmlkA25sSS5HWE9nUWMyS0c2S2wyanJvaUEEbl9yc2x0AzAEbl9zdWdnAzAEb3JpZ2luA3ZpZGVvLnNlYXJjaC55YWhvby5jb20EcG9zAzAEcHFzdHIDBHBxc3RybAMwBHFzdHJsAzUxBHF1ZXJ5A0ElMjBUYWxrJTIwd2l0aCUyMEZhbmlhJTIwQnJhbnRzb3Zza3klMjBmcm9tJTIwVmlsbml1cyUyMChQYXJ0JTIwMSkEdF9zdG1wAzE3Mjc1Mjk1Nzg-?p=A+Talk+with+Fania+Brantsovsky+from+Vilnius+%28Part+1%29&ei=UTF-8&fr2=p%3As%2Cv%3Av%2Cm%3Asb%2Crgn%3Atop&fr=yhs-fc-2450_4&hsimp=yhs-2450_4&hspart=fc&type=fc_AC698FCDEA8_s69_g_e_d_n4_c999¶m1=7¶m2=eJwtjstOwzAQRX9llkXCzoxftZMdpP0AxIqqiyh1g0Vao7ipKr6eMWJ1zlyNZu6UTofu%2BNYToiVtD8%2FHK8%2BGWXPGyAghsKVv1i1JZZwktJJUTaeYOV4L6zqwXfJPmuehsRJhcxnGdL3l8tkBM87AAeQCDyCUZDtY7i1hkPgEUxy%2FcqOQixASnNMSz%2FnREPGh%2Bryk%2F0Jricufv5oXu1UehbOGBNFuL4Lda%2BF613ttnO29r%2FtjXVaojEAvlH8n3WpqkWRQ%2FuMX7ThIjQ%3D%3D#id=1&v
id=2f9e0d432f6eca858afad9ca239a87b0&action=view
https://video.search.yahoo.com/yhs/search;_ylt=Awrii0pHAvhmfPkWUBY0nIlQ;_ylu=c2VjA3NlYXJjaAR2dGlkAw–;_ylc=X1MDMTM1MTE5NTcwMARfcgMyBGZyA3locy1mYy0yNDUwXzQEZnIyA3A6cyx2OnYsbTpzYixyZ246dG9wBGdwcmlkA25sSS5HWE9nUWMyS0c2S2wyanJvaUEEbl9yc2x0AzAEbl9zdWdnAzAEb3JpZ2luA3ZpZGVvLnNlYXJjaC55YWhvby5jb20EcG9zAzAEcHFzdHIDBHBxc3RybAMwBHFzdHJsAzUxBHF1ZXJ5A0ElMjBUYWxrJTIwd2l0aCUyMEZhbmlhJTIwQnJhbnRzb3Zza3klMjBmcm9tJTIwVmlsbml1cyUyMChQYXJ0JTIwMSkEdF9zdG1wAzE3Mjc1Mjk1Nzg-?p=A+Talk+with+Fania+Brantsovsky+from+Vilnius+(Part+1)&ei=UTF-8&fr2=p%3As%2Cv%3Av%2Cm%3Asb%2Crgn%3Atop&fr=yhs-fc-2450_4&hsimp=yhs-2450_4&hspart=fc&type=fc_AC698FCDEA8_s69_g_e_d_n4_c999¶m1=7¶m2=eJwtjstOwzAQRX9llkXCzoxftZMdpP0AxIqqiyh1g0Vao7ipKr6eMWJ1zlyNZu6UTofu%2BNYToiVtD8%2FHK8%2BGWXPGyAghsKVv1i1JZZwktJJUTaeYOV4L6zqwXfJPmuehsRJhcxnGdL3l8tkBM87AAeQCDyCUZDtY7i1hkPgEUxy%2FcqOQixASnNMSz%2FnREPGh%2Bryk%2F0Jricufv5oXu1UehbOGBNFuL4Lda%2BF613ttnO29r%2FtjXVaojEAvlH8n3WpqkWRQ%2FuMX7ThIjQ%3D%3D#id=1&vid=2f9e0d432f6eca858afad9ca239a87b0&action=view