לאַפּסוס־קאַקטוס — 85

קצבֿ און קצבֿות

אַ כּשרע יאַטקע אין ברוקלין, ניו־יאָרק, 1920ער יאָרן

דער קצבֿ און זײַן פּרנסה איז געווען נישט אָפּצוטיילן פֿונעם קהילה־לעבן סײַ אין שטעטל און סײַ אין שטאָט. אַ ייִד מוז האָבן אַ שטיקל פֿלייש אויף שבת. דאָס ווערטל זאָגט טאַקע, אַז ווען קיין פֿלייש איז ניטאָ, עסט מען יויך אָן פֿלייש, — ס׳איז אָבער געזאָגט געוואָרן צוליב צו באַטאָנען, אַז אַ יויך אָן פֿלייש האָט קיין שום טעם נישט.

די יאַטקע, דאָס הייסט, דאָס פֿלייש־קלייטל, האָט פֿאַרנומען אין מאַרק אַ צענטראַל אָרט. אָט ווי איך באַשרײַב עס אין מײַן דערציילונג „דער קינסטלער און דער שוחט‟:

„בערל דער קצבֿ, אַ מגושמדיקער ייִד מיט קורצע פֿליישיקע הענט און וווּרשטלעך־פֿינגער האָט צעהאַקט אַ טול פֿון אַ קאַלב אויפֿן ברייטן האַקקלאָץ. אויף אַ ברעט, צוגעקלאַפּט צו דער הינטערשטער וואַנט, זײַנען געהאָנגען אויף האָקן שוין אָנגעהאַקטע גרעסערע און קלענערע שטיקער פּרייד און זאָדיק. פֿאָרנט אויפֿן טיש זײַנען אויסגעלייגט געוואָרן גלײַך אויף דער הילצערנער גלאַט־אָפּגעהובלעוועטער אויבערפֿלאַך אָנגעשניטענע פּאַסן פֿלייש, מילץ און לעבער, אַ „לעקער‟ [אַ צונג], באַדעקט מיט אַ קאַלעמוטנעם שוים, און אַ שיסל מיט פּאָטרעכעס. ס’האָט נאָך געצויגן פֿון זיי אַ וואַרעמע פּאַרע…‟

אַ קצבֿ אָדער אַ פֿליישער, אַ העקער, אַ בוטשער (אַמער.), האָט געזאָלט גוט קענען ווי עס רופֿן זיך די טיילן פֿון אַ בהמה. אַ ייִדישער קצבֿ האָט געדאַרפֿט זײַן סײַ אַ שוחט, סײַ קאָנען אָפּשינדן די געקוילעטע בהמה, סײַ צעטרייבן דעם טול אויף טיילן און ערשט דערנאָך פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה.

אין אַ חסידישער מעשׂה וועגן דעם באַרימטן צדיק לוי־יצחק פֿון באַרדיטשעוו ווערט דערציילט:

„װען דער ׳קדושת־לױ׳ איז געװען אין אונגאַרן, האָט ער אַ מאָל גענעכטיקט בײַ אַ ייִד אַ קצבֿ. דער באַלעבאָס האָט דעם גאַסט נישט געקענט, וואָס יאָ, ער האָט דעמאָלט באַדאַרפֿט פּונקט שעכטן אַ בהמה. פֿרעגט דער קצבֿ דעם אורח, אױב ער איז אַ שוחט? זאָגט דער „קדושת לױ‟: „איר האָט טאַקע געטראָפֿן…‟ — האָט דער קצבֿ זיך זײער דערפֿרײט, און געזאָגט צום „קדושת לױ‟: „איך דאַרף נייטיק שעכטן אַ בהמה, און דער שוחט װױנט װײַט פֿון מיר. איך װעל אײַך באַצאָלן שחיטה־געלט, און מאַכט גרײט דעם חלף.‟

האָט דער „קדושת־לױ‟ געזאָגט צו אים:

„איך פֿאַרלאַנג פֿריִער פֿון אײַך אַ טובֿה. איך האָב געקריגן אַ טעלעגראַמע פֿון מײַן פֿרױ, אַז זי מוז האָבן 25 רובל, בעט איך אײַך, טוט מיר די טובֿה באָרגט מיר, און איך בין אײַך מבֿטיח, אַז איך װעל אײַך אָפּגעבן.‟

זאָגט דער קצבֿ: „איך קען עפּעס נישט אײַך, איך זאָל אײַך באָרגן געלט.‟

„אױבּ אַזױ, — זאָגט צו אים דער ׳קדושת־לױ׳, — געלט װילסטו מיר ניט באָרגן, װײַל דו קענסט מיך ניט, און אַ בהמה שעכטן וױלסטו יאָ בײַ מיר פּועלן. זײַ װיסן, אַז איך בין נישט קײן שוחט. װאָלסטו אָבער אָנגעטראָפֿן אױף אַן אַנדערן, װאָלט ער דיר אפֿשר געװען געשאָכטן צוליב דעם שחיטה־געלט. װאָלסטו דאָך געמאַכט טרפֿות פֿאַר ייִדן, װאָס דאָס איז ערגער, װי באָרגן אַן אומבאַקאַנטן ייִד 25 רובל…‟

אינעם פֿאָלקס מויל האָט טאַקע געקלונגען: „זאָל גאָט אויסהיטן פֿון דרײַ פֿאען — פֿישער, פֿליישער, פֿורמאַן. פֿון דרײַ פֿאען קומט נישט אַרויס קיין צדיק.‟ — ווען ס׳פֿלעגט אָבער קומען צו אַ פּאָגראָם, פֿלעגן אָפֿט די דרײַ „פֿאען‟ זיך שטעלן אין די ערשטע רייען קעגן די פּאָגראָמשטשיקעס.

דער ייִדישער היסטאָריקער שמואל־לייב ציטראָן (1860־1930) באַשרײַבט אין זײַנע מינסקער כראָניקעס אַזאַ פֿאַקט: „די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מינסק האָט זיך שטאַרק געשראָקן פֿאַרן מישפּט [איבערן קצבֿ], און באַזונדערס נאָכדעם, װי עס האָבן זיך גענומען טראָגן קלאַנגען, אַז בײַ נימקען זענען פֿון דעם קצבֿס פּעטש אַרױסגעפֿאַלן אַ פּאָר צײן, און אַז ער פֿילט זיך בכלל פֿון דעמאָלט אָן נישט בײַם בעסטן געזונט. מ’האָט אױך דערציילט, אַז דער אַלטער משומד, דער משגיח פֿונעם פּראַװאָסלאַװנעם אינטערנאַט, לייגט אײַן װעלטן און טענהט מיט אײן קול, אַז מע דאַרף האַרב באַשטראָפֿן נישט בלױז דעם קצבֿ, נאָר דעם גאַנצן מינסקער קהל, פֿאַרװאָס ער האָט נישט באַשיצט דעם פֿאַרשװעכטן כּבֿוד פֿון דער פּראַוואָסלאַװנער אמונה.‟

אויך אונדזער קלאַסיקער יצחק־לייבוש פּרץ שילדערט די קצבֿישע גבֿורה אין איינער פֿון זײַנע חסידישע מעשׂיות: „כ׳זאָל נישט זאָגן קײן גוזמא, אפֿשר אין צענטן הױז פֿון רבין, זכרונו לבֿרכה, האָט געװױנט אַ קצבֿ. איך זאָל נישט זינדיקן מיט די רײד, — ער איז שױן אױפֿן עולם־האמת, — אַ מגושמער קצבֿ, אַ קצבֿ שבקצבֿים! אַ קאַרק װי בײַ אַן אָקס, ברעמען װי די באַרשטן און הענט, װי די קלעצער! הײַנט — אַ קול! אַז ער רעדט, דאַכט, עס דונערט פֿון װײַטנס, חײל שיסט! ער איז, דאַכט זיך, אַ בעלזער חסיד געװעזן…‟

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט מען דעם קצבֿ מער געשעצט אין דער קהילה, צוליב זײַן צדקה איידער צוליב זײַן חכמה. בדרך־כּלל האָבן מיטן קצבֿ געהאַט צו טאָן די באַלעבאָסטעס, און נישט זעלטן פֿלעגט דער קצבֿ פֿאַלן אַ קרבן פֿון אַ בייזער צונג. דעמאָלט האָט זיך געטראָגן איבערן שטעטל: „כ׳האָב בײַ דעם קצבֿניאַק געבעטן אַ מאַרך־ביין, זאָל אים שוין דער ביין בלײַבן שטעקן אין גאָרגל! אַ קישקע־טרײַבער!‟

דער קאַרטון פֿון דער צײַטונג “פֿאָרווערטס”, פֿאַרבונדן מיט די געשעענישן פֿון 1902

אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון קצבֿות אָדער בוטשערײַ, ווי מ׳האָט עס גערופֿן אין אַמעריקע, דער „אויפֿשטאַנד‟ פֿון די ייִדישע באַלעבאָסטעס. אין מײַ 1902 איז דער פּרײַז אויף כּשר פֿלייש אַ שפּרונג געטאָן אין ניו־יאָרק פֿון 12 סענט ביז 18 סענט פֿאַר אַ פֿונט (454 גראַם). דעם פֿלייש־מאַרק האָבן קאָנטראָלירט די מאָנאָפּאָליסטן (טרעסט). ווי אַ פּראָטעסט, האָבן די קצבֿים אין די קליינע יאַטקעס זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרקויפֿן פֿלייש במשך אַ וואָך; זייער פּראָטעסט האָט אָבער נישט געהאָלפֿן. דעמאָלט זײַנעם אויף דער גאַס אַרויס די ייִדישע באַלעבאָסטעס אין שפּיץ מיט די אָרטיקע סופֿראַזשיסטקעס, וועלכע האָבן אָנגעהויבן רופֿן צו אַ שטרײַק. דעם 15טן מײַ האָבן זיך אויף די גאַסן פֿון אונטערשטן איסט־סײַט באַוויזן אַרום 20 טויזנט אויפֿגעבראַכטע פֿרויען, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין כּשרע יאַטקעס, געכאַפּט שטיקער פֿלייש און אין דרויסן, אָפּגיסנדיק עס מיט בענזין, אָנטערגעצונדן די קופּעס. די אָנגעקומענע פּאָליציי האָט די ווײַבער נישט געשאַנעוועט: געוואָרפֿן זיי פֿון די פֿיס אויף דער ברוק, געשלאָגן מיט שטעקנס.

דעם 18טן מײַ האָבן ס׳רובֿ יאַטקעס אין אונטערשטן איסט־סײַט זיך געשלאָסן. דער בויקאָט האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף ברוקלין, וווּ די ייִדישע „אויפֿשטענדלערקעס‟ האָבן גראָמירט די וויטרינעס פֿון די אָפֿענע כּשרע יאַטקעס און פֿלייש־קראָמען און אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דאָרטן די פֿלייש־פּראָדוקציע. דעם 27סטן מײַ האָבן די אָרטאָדאָקסישע רבנים, וועלכע האָבן ביז אַהער געשוויגן, האָבן דעם בויקאָט אָפֿיציעל אונטערגעהאַלטן.

אינעם זעלבן טאָג האָט איבער די קוואַרטאַלן פֿון וויליאַמסבורג מאַרשירט אַ טויזנטקעפּיקע דעמאָנסטראַציע ייִדישע פֿרויען. דאָס קאָנפֿיסקירטע פֿלייש האָבן זיי אָנגעטשעפּעט אויפֿן שפּיץ שטעקן און די שטעקנס שטאָלץ געטראָגן ווי זייערע פֿענער. די אומאָרדענונגען זײַנען אָנגעגאַנגען נאָך עטלעכע טעג. דעם 5טן יוני איז דער בויקאָט אָפּגעשטעלט געוואָרן. די ייִדישע באַלעבאָסטעס האָבן געזיגט. דער הורטפּרײַז איז געפֿאַלן ביז 9 סענט פֿאַר אַ פֿונט פֿלייש, דער איינצל־פֿאַרקויף — ביז 14 סענט.

פֿאַרענדיקן וויל איך מײַן קורצן איבערזיכט מכּוח דעם קצבֿ און קצבֿות מיט אַ דערמאָנונג, וואָס ס׳האָט איבערגעלאָזט אַ ניצול געבליבענער פֿונעם חורבן. געשען איז עס אין די ערשטע טעג פֿון דעם נאַצישן אָנפֿאַל אויף פּוילן:

„טײלמאָל זײַנען געװען פֿאַלן פֿון גװאַלדיקער העלדישקייט. אַזױ האָט אין קראַשניק (בײַ לובלין) אַ ייִדישער קצבֿ, װען מע האָט אים געהײסן צו שענדיקן ייִדישע הײליקייטן אין שיל, האָט ער אױפֿגעריסן זײַן העמד און אױסגערופֿן צו די נאַצי-מערדער: „שיסט מיך ליבער גלײַך אין האַרץ!‟ — מע האָט באַלד אױסגעשאָסן אויף אים און ער איז געפֿאַלן אַ טױטער…‟

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment