טרוים דער פֿאַרחלומטער (אַ חסידישער מאָטיוו)

מרדכי יושקאָווסקי

אין טרױם איז מיר העלער, אין טרױם איז מיר בעסער
אין טרױם איז דער הימל גאָר בלױער װי בלאָ

(יוסף פּאַפּיערניקאָוו)

געווען אַמאָל אין אַ ווייַטן לאַנד אַ שטעטל. געהייסן האָט עס ערגעצוווּיעקווע. דאָס שטעטל איז געלעגן אַרייַנגעקוועטשט אין אַ טיפֿן טאָל צווישן הויכע מאָלערישע בערג און אַ שטורמישן, רוישיקן טייַך. די בערג, וועלכע זייַנען געווען באַדעקט מיט געדיכטע וועלדער, האָבן געהייסן עקוועלט, און דער טייַך, וועלכער האָט זיך געשלענגלט צווישן די פֿעלדזן און דערבייַ געשאַפֿן אַ סך וואַסערפֿאַלן און וואַסער-ווירבלס, האָט געהייסן בייזוואַסער. דאָס שטעטל איז געווען אַזוי ווייַט פֿאַרוואָרפֿן, אַז זעלטן-ווער פֿלעג אַהין אַרייַנבלאָנדזשען. זומערצייַט, ווען די גאַנצע סבֿיבֿה איז געווען גרין און בליִענדיק, אַלץ האָט געאָטעמט מיט פּאַסטאָראַל, און די נאַטור האָט געשפּילט מיט בונטע פֿאַרבן, דעמאָלט פֿלעגט מען נאָך טרעפֿן אינעם שטעטל ווען-ניט-איז אַ צופֿעליקן וואַנדערער, אָבער ווינטערצייַט, ווען דער גאַנצער אַרום איז געווען דורכויסיק ווייַס, באַדעקט מיט טיפֿע שנייען, ווען עס האָבן געוואָיעט אָן אַן אויפֿֿהער בייזע ווינטן, ווען אַפֿילו דער אומרויִקער טייַך איז געווען אָנגעטאָן אין אַן אייַז-פּאַנצער, און פֿון די בערג זייַנען דאָ און דאָרט אַראָפּגעפֿאַלן שניייִקע פֿלייצשטראָמען, דעמאָלט פֿלעגט דאָס שטעטל ערגעצוווּיעקווע אַרייַנגיין אין זייַן ווינטערדיקן דרימל. ייִדן זייַנען געזעסן דאָרט אין זייערע שטיבער, געהייצט די הרובעס מיט האָלץ, וואָס מע האָט אָנגעגרייט פֿון פֿאָרויס און געגעסן דאָס, מיט וואָס מע האָט זיך פֿאַרזאָרגט פֿון זומער — קאַרטאָפֿלעס מיט געזאַלצנס. אין אַזעלכע ווינטערס איז ניט געווען וווּ אַ גראָשן צו פֿאַרדינען, אַחוץ וואַלד-העקערייַ, פֿון וועלכער דאָס רובֿ שטעטל האָט געצויגן די חיונה.

די גרויסאַרטיקע נאַטור איז אין יענער סבֿיבֿה משפּיע געווען אויך אויף מענטשן, וועלכע האָבן געלעבט דאָרט. זיי זייַנען מערסטנס געווען רויִקע, פֿאַרטראַכטע, זעלטן-ווען זיך געאַמפּערט, געטאָן אַלץ אַ ביסל פֿאַרלאַנגזאַמט, ווײַל ס’איז קיינמאָל ניט געווען דאָרט וווּהין זיך צו אייַלן. די צייַט האָט זיך אין ערגעצוווּיעווקע געשטראָמט אַנדערש, צעצויגן, אָן געאייַל, אָן האַוועניש, אָן לויפֿעניש, באַזונדערס ווינטער, ווען יעדער טאָג האָט זיך געשלעפּט ווי אייביקייט.

אין איינעם פֿון אַזעלכע ווינטערדיקע טעג איז דאָס שטעטל געדיכט באַלויכטן געוואָרן מיט אַ לאַשטשענדיקער זון. די גרויזאַמע עקוועלטישע בערג האָבן זיך צעשפּילט אונטער אירע שטראַלן מיט אַלערליי קאָלירן און שאַטירונגען, דער אייַזיקער לבֿוש פֿונעם טייַך בייזוואַסער האָט זיך צעבלישטשעט אונטער דער זוניקער ליכט, ווי ער וואָלט באַדעקט געווען מיט אומצאָליקע דימענטלעך. און דאָס שטעטל האָט זיך ממש צעשמייכלט אין דעם גרויסאַרטיקן פֿאַרמעסט צווישן ליכט און שאָטן. עפּעס אַ מין מאָדנע לייַטזעליקייט איז אַראָפּ יענעם טאָג אויף דער גאַנצער סבֿיבֿה. אין אַזאַ שיינעם טאָג זייַנען אויך מענטשן אַרויסגעקראָכן פֿון זייערע פֿאַרשאָטענע מיט שניי הייַזקעס און זיך גענומען צו די דרינגענדיקע ענינים. אַלץ האָט פּלוצעם מיט איין מאָל אויפֿֿגעלעבט, זיך אָנגעפֿילט מיט האָפֿערדיקייט, זיך צעשוווּמען אין אַן אומקלאָרן געפֿיל פֿון דערהויבנקייט. און דווקא יענעם טאָג זייַנען די אייַנוווינער פֿון ערגעצוווּיעווקע געווויר געוואָרן, אַז אין אַן אָרעמער משפּחה פֿון לייזער דעם וואַלדהעקער איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע, און אָנגערופֿן האָט מען אים מיט אַ זעלטענעם נאָמען טרוים.

אַ מאָדנער געפֿיל האָט יענעם טאָג אַרומגעכאַפּט דאָס גאַנצע שטעטל. די אייַנוווינער האָבן געשפּירט, אַז עפּעס אַ גרויסע ברכה איז אַראָפּ אויף זיי פֿון הימל. אַלץ אַרום און אַרום האָט זיך געפֿרייט, און קיינער האָט ניט געוווּסט פֿאַרוואָס.

טרוים איז געוואַקסן ווי אַלע ייִדישע קינדער, געווען אַ גוטהאַרציק ייִנגל, לרובֿ געשמייכלט. קליינערהייט האָט אים דער טאַטע אין חדר געשיקט, און דער מלמד האָט באַמערקט, אַז טרוים, אָדער טרויקע, ווי די קינדער פֿלעגן אים רופֿן, איז געווען אַן אומגעוויינטלעך ייִנגל. ער פֿלעגט טענהן צו טרוימס פֿאָטער: „רעב לייזער, אין אייַער ייִנגל איז פֿאַראַן עפּעס אַ פֿונק אַזאַ, נישט פֿון הי, עפּעס זעלטנס. ס’איז מיר דערווייַל ניט קלאָר וואָס דאָס איז, אָבער איך פֿיל עס. נישט אומזיסט האָט איר אים אַזאַ וווּנדערבאַרן נאָמען געגעבן. ער האָט אַ טרוימערישע נשמה. זייַן בליק איז פֿול מיט טרוימערישקייט, מיט דערהויבנקייט‟.

דער מלמד האָט באַמערקט, אַז טרוימס אויגן זייַנען מערסטנס צום הימל געווענדט. אַנדערע קינדער האָבן אים געפֿרעגט: „טרויקע, וויפֿל איז דער שיעור אויפֿן הימל צו קוקן? וואָס זעסטו דאָרטן?‟ און טרוים האָט געענטפֿערט: „איר זעט דען ניט, אַז דער הימל האָט זיך ווי אַ טלית איבער דער ערד צעשפּרייט. יעדער וואָלקן האָט דאָך זייַן צורה. אין יעדן וואָלקנדל באַהאַלט זיך עמעצער. אָט איז אַ וואָלקן אַ מלאך. איר זעט דען נישט ווי ער פֿאָכעט מיט די פֿליגלען? און יענער גרויסער וואָלקן איז דאָך אליהו הנבֿיא, וואָס האָט זיך פֿאַרשטעלט, אָבער זייַן ווייַסע באָרד דערקענט מען דאָך גלייַך. און דער-אָ וואָלקן איז דאָך אַ ריזיק פּרוכת, וואָס האָט זיך צעשפּרייט אין זייַן פֿולער פּראַכט…‟ —
„און בייַ נאַכט, ווען מע זעט ניט די וואָלקנס, און דער הימל איז אויסגעשטערנט, וואָס זעסטו דעמאָלט?‟ — האָבן געפֿרעגט טרוימען די חדר-ייִנגלעך. „אָ, דעמאָלט ווערט די וועלט באַדעקט מיט אַ שטערנדיקן צודעק, און יעדעס שטערנדל איז אַ נשמה פֿון עמעצן פֿון די פֿריִערדיקע דורות אונדזערע אָבֿות, פּרוּוו איך דערקענען אין יעדן שטערנדל, וועמענס נשמה איז אין אים באַהאַלטן‟.

די קינדער האָבן געלאַכט, געזאָגט, אַז בייַ טרוימען פֿעלט אַ קלעפּקע אין קאָפּ, אַז ער איז אַן איבערגעדרייט שלעסל, אַז בייַ אים אין מוח האָט מען דאָס מעבל אַריבערגעשטעלט, אָבער אים האָט עס ניט געאַרט. ער פֿלעגט אַלץ אין הימל קוקן און שוין. נאָר דער אַלטער מלמד האָט דערפֿילט, אַז דאָס ייִנגל איז אַ כּלי־מפֿואר, אַ יחיד־סגולה, און פֿאַר אים זייַנען נתגלה יענע עולמות, וואָס אַ געוויינטלעך אויג זעט נישט און אַ געוויינטלעכער מוח באַנעמט נישט. ער פֿלעגט זיך אַלץ מער צוקוקן צו טרוימען, שמועסן מיט אים ווי אַ גלייַכער צו אַ גלייַכן, און דערבייַ האָט ער אַלץ מער געשפּירט, אַז איבער אָט דעם ייִנגל פֿון אַ קליינשטעטלדיקער אָרעמער משפּחה האָט זיך אַ באַזונדערע הימלשע ליכט צעגאָסן, פּונקט די זעלבע ליכט, וואָס האָט דעם גאַנצן אַרום באַלויכטן און אָנגעוואַרעמט אין יענעם ווינטערדיקן טאָג, ווען טרוים איז געבוירן געוואָרן.

טרוים איז אונטערגעוואַקסן, און ער האָט אַליין באַמערקט, אַז ער פֿאַרמאָגט אַ זעלטענע פֿעיִקייט — אין איין אָטעם אין אַן אַנדער ווירקלעכקייט זיך אַריבערטראָגן, הערן קלאַנגען און זען קאָלירן ניט פֿון דאַנען, נאָר פֿון אַן אַנדער שיינער, פֿאַרביקער, בליִענדיקער וועלט. ער האָט געקאָנט שפּאַנען איבער די טיפֿע בלאָטעס פֿונעם שטעטל, פֿאַרשמוציקט ווערן ביזן האַלדז, און דערבייַ זען זיך גיין איבער אַן אומענדלעכן פֿעלד, באַדעקט מיט אומצאָליקע פֿילקאָליריקע בלומען. ער איז מסוגל געווען שעהן-לאַנג זיצן אינעם באַרגיקן וואַלד, זיך צוהערן צום רויש פֿון די ביימער און הערן אַ געטלעכע מוזיק, וועלכע האָט אים גורם געווען זיך אויפֿצוהייבן איבער דער ערד און דערפֿילן דאָס פֿליִען איבער דעם גאַנצן אַרום, קוקן פֿון דער הייך אויף אַלץ, וואָס האָט אים אַרומגערינגלט.

טרוים האָט ליב געהאַט זיך אָפּזונדערן, אַרומבלאָנדזשען איינער אַליין איבער די סטעזשקעס אין די בערג, זיצן שעהן-לאַנג אויפֿן ברעג פֿונעם ברויזנדיקן טייַך און נאָכשפּירן דעם האַסטיקן גאַנג פֿון זייַנע וואַסערן. בייַ זייַן מאַמען פֿלעג אַלעמאָל דאָס האַרץ פֿאַרכאַפּט ווערן פֿון דער מורא, ער זאָל חלילה ניט גיין פֿאַרלוירן ערגעץ, אָדער די ווילדע חיות זאָלן אים ניט צערייַסן אויף שטיקער, אָבער טרוים פֿלעגט די מאַמע באַרויִקן: „עס קאָן מיט מיר קיין שלעכטס ניט געשען. איך ווייס, אַז דער מלאך־השומר וואַכט איבער מיר. איך פֿיל דעם געפֿאָך פֿון זייַנע פֿליגלען איבער מייַן קאָפּ‟.

אין אַ יאָר נאָך טרוימס בר-מיצווה האָט צו אים דער טאַטע געזאָגט:

— זון מייַנער, אַוודאי דאַרפֿסטו זיצן און לערנען, דער מלמד איז פֿון דיר אַזוי נתפּעל. ער זאָגט, אַז עס איז אין דיר פֿאַראַן עפּעס אַ פֿונק נישט פֿון הי. אָבער וואָס זאָל מען טאָן? איך קאָן דאָך דיך ניט לערנען. קוים וואָס איך פֿאַרדין דאָס שטיקל ברויט פֿאַר דער משפּחה. און איך ווער ניט ייִנגער און ניט געזינטער. איז נישטאָ קיין ברירה. וועסט דאַרפֿן לערנען אַ מלאָכה. וואָלסט געוואָלט אפֿשר זייַן אַ וואַלד-העקער ווי איך?‟

— ניין, טאַטע, — האָט טרוים מיט טרערן אין די אויגן געבעטן. — אויב שוין אַ מלאכה, בעט איך דיך, שיק מיך זיך לערנען אַ פֿאַך בייַ אַ בוכבינדער.
— פֿאַרוואָס עפּעס בייַ אַ בוכבינדער? — האָט זיך רעב לייזער געוווּנדערט.
— פֿאַרשטייסט, טאַטע, זיך פּאָרען בייַ די ספֿרים איז פֿאַר מיר ווי צוגעמאָסטן. יעדער ספֿר
האָט דאָך אַ נשמה. אַז איך נעם אין האַנט אַ ספֿר, פֿיל איך דעם תּוכן מיט אַלע מייַנע אבֿרים.
— הער זיך צו, טרויקע, — האָט רעב לייזער אַ צי געטאָן די אַקסלען, — עפּעס רעדסטו אומקלאָרע דיבורים, וואָס ס’איז מיר שווער צו פֿאַרשטיין. אָבער ווער ווייסט, אפֿשר טאַקע זעסטו דאָס, וואָס פֿאַר אַ פּשוטן בשׂר-ודם, ווי איך, בלייַבט פֿאַרהוילן. ווילסט לערנען אַ פֿאַך בייַ אַ בוכבינדער, וועל איך מאָרגן מיט אים רעדן און דיך אייַנאָרדענען.

און פֿאַר טרוימען האָט זיך אָנגעהויבן אַ דערוואַקסן לעבן. גאַנצע טעג פֿלעגט ער בייַם בוכבינדער אַרבעטן, אים אַרויסהעלפֿן און זיך לערנען די פּיטשעווקעס פֿונעם פֿאַך. אָבער דער עיקר, יעדע פֿרייַע מינוט פֿלעגט ער אין אַ ספֿר אַרייַנקוקן, אָדער צו אַ ביכל זיך צוכאַפּן. און בייַם לייענען האָט אים זייַן רייַכער דמיון פֿאַרטראָגן איין גאָט ווייסט וווּ. ער האָט זיך געזען און בולט געפֿילט אינעם אַריבערשפּאַנען איבער די צייַטן, קעמפֿן מיט בייזוויליקע אַרמייען פֿאַר פֿרייַהייט, פֿירן ליבעס מיט די שענסטע אַדעליקע מיידלעך, אַרומפֿאָרן איבער ימען און יבשות, אויספֿאָרשן ווייַטע מקומות, באַדעקטע מיט געדיכטן דזשונגעל, פֿול מיט ווילדע חיות, וווּ א מענטשנס פֿוס איז נאָך קיינמאָל ניט געטראָטן. נישט אַרויסגייענדיק פֿון די ד’ אמות פֿון ערגעצוווּיעווקע, האָט טרוים געוואַנדערט איבער די גרעסטע און שענסטע שטעט און לענדער, זיך געטראָפֿן מיט מלכים און מלכּות, מיטגעלעבט אויסטערלישע געשעענישן, געזיגט אין שווערע קאַמפֿן. אויף אַ ווייַטן אינדזל האָט ער געבויט אַ וועלט, וואָס איז כּולו־טובֿ און כּולו־יושר, וווּ מענטשן לעבן צופֿרידן און גליקלעך און ווייסן נישט פֿון קיין אָרעמקייט, פֿון קרענק, פֿון בלוט-פֿאַרגיסונגען, פֿון פּייַן און פּלאָג, וווּ ס’הערשט ברידערלעכקייט, וווּ אַלץ איז אָנגעפֿילט מיט ליבשאַפֿט און גוטסקייט, וווּ מע דאַרף נישט האָבן קיין ווילדע געזעצן און פֿאַרבאָטן, ווייַל דאָרטן האָט גאָטס וואָרט אַ פֿולע שליטה.

אין די אָוונטן פֿלעגט טרוים דערציילן זייַנע עטלעכע נאָענטע חבֿרים דאָס, וואָס ער פֿלעגט לייענען אין די ביכער, און בייַם דערציילן האָט זיך אין אים אַזאַ פֿייַער אָנגעצונדן, אַזאַ כּוח זיך צעשפּילט, אַז יענע, וועלכע האָבן זיך צוגעהערט, האָבן ניט ווילנדיק אויך מיטגעלעבט דאָס דערציילטע. ס’איז בייַ זיי פֿאַרכאַפּט געוואָרן דער אָטעם, און זיי האָבן ניט געקאָנט זיך אָפּרייַסן.

אינעם שטעטל איז מען צוגעוווינט געווען צו טרוימס מאָדנעקייט. אייניקע האָבן געטענהט, אַז ער איז גערירט אויפֿן קאַסטן און געדרייט דערבייַ מיטן פֿינגער בייַם שלייף, אַנדערע האָבן ליב געהאַט זיך צוהערן צו אים, ווען ער האָט דערציילט עפּעס וווּנדערלעכס, און האָבן דערנאָך אַפֿילו איבערגעחזרט זייַנע מעשׂיות. אָבער עס זייַנען געווען אויך אַזעלכע, וועלכע האָבן געפֿילט אינסטינקטיוו, אַז טרוים איז אַן אומגעוויינלעכער בחור, אַז ס’איז פֿאַראַן אין אים עפּעס פֿאַרבאָרגנס, אַז ער האָט אַ צוטריט צו די העכערע עולמות, אַז ער קאָן זען און הערן דאָס, וואָס פֿאַרן המון בלייַבט פֿאַרשלאָסן און פֿאַרחתמעט.

טרוימס אויסזען האָט זיך ניט אויסגעטיילט מיט עפּעס באַזונדערס — אַ שלאַנקער יונג, מיט אַ קאָפּ שוואַרצע קוטשעראַווע האָר, מיט אַן איידעלן פּנים, קוים שפּראָצנדיקער באָרד… ביז מע פֿלעגט ניט וואַרפֿן אַ בליק אויף זייַנע בלויע אויגן. אין די אויגן, וועלכע פֿון זייַן פֿריִער קינדהייט אָן זייַנען געבליבן מערסטנס צום הימל געווענדט, איז געלעגן אַ שטעמפּל פֿון עפּעס אַ פֿאַרחלומטקייט אַזאַ, וואָס לאָזט זיך ניט באַשרייַבן מיט קיין ווערטער, נאָר מע שפּירט זי דייַטלעך, מע ווערט דערציטערט פֿון איר. דעריבער האָט טרוים אַ צונעמעניש אינעם שטעטל געקראָגן „דער פֿאַרחלומטער‟.

די צײַט אין ערגעצוווּיעווקע איז געגאַנגען מיט איר נישט-אייַלנדיקן גאַנג, און טרוים איז בייַ זייַניקן געבליבן — בייַ טאָג געאַרבעט בייַ די ספֿרים, און אין די אָוונטן דערציילט מיט אימפּעט און ברען פֿאַר זייַנע באַקאַנטע אויסטערלישע מעשׂיות. אַלץ מער מענטשן פֿלעגן קומען זיך צוהערן צו אים. מע האָט באַמערקט, אַז בייַם דערציילן ניט נאָר ער אַליין פֿלעגט זיך אַריבערטראָגן אין פֿרעמדע וועלטן און וווּנדערלעכע מקומות, נאָר ער האָט מיט זיך מיטגעשלעפּט אַנדערע. ייִדן האָבן זיך צוגעהערט צו טרוימס געשיכטעס, איבערגעלעבט דערבייַ, בייַם האַרץ זיך געהאַלטן, געקרעכצט און געזיפֿצט, אַ טרער געלאָזט, געלאַכט ביז פֿאַרגעסנקייט, געטופּעט מיט די פֿיס פֿון התפּעלות, צוגעדעקט דאָס פּנים מיט די דלאָניעס אויס מורא, אויסגעשטאַרצט די אויגן בייַם באַוווּנדערן עפּעס, געדריקט האַנט אָן האַנט, וואַרטנדיק מיט אומגעדולד אויפֿן המשך, בקיצור, מיטגעלעבט און בייַגעפֿילט טרוימס מעשׂיות. ניט איין מאָל פֿלעגט מען אים זאָגן: „טרויקע, איך בין קיינמאָל אין מייַן לעבן ניט אַרויסגעפֿאָרן פֿון ערגעצוווּיעווקע, אָבער אַ דאַנק דיר בין איך די גאַנצע וועלט אויסגעפֿאָרן‟, „טרויקע, האָסט מיר גורם געווען זיך אַליין צו פֿאַרגעסן מיט אַלע מייַנע צרות און דאגות און איבערלעבן כאָטש אַ שעה צייַט אַן אַנדער לעבן — אַ בעסערס, אַ שענערס, אַ ריינערס‟. „טרויקע, גאָט האָט דיך געבענטשט מיט אַ זעלטענעם כּוח, און אַ דאַנק דיר האָט אונדזער פֿאַרוואָרפֿן שטעטל אויפֿגעלעבט‟.

מע ווייסט נישט וויִאַזוי, אָבער די קלאַנגען וועגן דעם אומגעוויינטלעכן בחור האָבן זיך פֿאַרשפּרייט ווייַט, אויסער די גרענעצן פֿון ערגעצוווּיעווקע. און דאָס שטעטל האָט טאַקע אויפֿגעלעבט. עס האָבן אָנגעהויבן שטראָמען אַהין ייִדן פֿון אַנדערע מקומות, זיך צוהערן צו טרוימס מעשׂיות, איבערלעבן דאָס דערציילטע. יעדער איינער האָט געוואָלט מיט טרוימען זיך אן עצה האַלטן, זוכן בייַ אים עפּעס אַ תּיקון, זיך אָננעמען בייַ אים מוט, זיך אָנוואַרעמען בייַ זייַן אומגעוויינטלעכן ברען און דורך אים זיך צורירן צו די העכערע עולמות, וועלכע זייַנען פֿאַר פּשוטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר פֿאַרהוילן.

אָט איז געקומען צו טרוימען איין מאָל אַ ייִד אלחנן פֿונעם ווייַטן שטעטל יענעזייַטעווקע. אַ לאַנגן וועג האָט ער דורכגעמאַכט, כּדי זיך צוהערן צו טרוימס מעשׂיות, אָפּגעווען עטלעכע טעג אין ערגעצוווּיעווקע און פֿאַרן פֿאַרלאָזן האָט ער געזאָגט צו טרוימען: „אײַ, רעב טרוים, ס’איז פֿאַר מיר אַן אמתער נחת-רוח געווען אָט די פּאָר טעג זיך צוהערן צו אייַך. איר האָט מיר מייַן פֿאַרוווּנדעט האַרץ אַ ביסל געהיילט, מיך געלאָזט פֿאַרגעסן אין מייַנע צרות, אָבער, לייַדער, אינגיכן וועל איך אַהיים פֿאָרן, ניט וויסנדיק, צי איך האָב נאָך בכלל אַ היים, ווייַל מען איז אין גלות… מע באַזעצט זיך אין אַ פּלאַץ, מע אַרבעט זיך אַרויף אַ ביסל, מע ווערט קוים-קוים אייַנגעפֿונדעוועט, פּלוצעם קומט אָן אַ גזירה אַרויסטרייַבן אַלע ייִדן. אַזוי פֿון איין אָרט טרייַבט מען מיך, אין אַן אַנדער לאָזט מען ניט אַרייַן. שוין דרייַ מקומות האָב איך געביטן מיט מייַן משפּחה אין די לעצטע צען יאָר. דאָס ווייַב מייַנס קרענקט נעבעך, און פֿאַר אַכט קינדער, קיין עין-הרע, מוז מען דאָך ברויט ברענגען. די ייִנגלעך מוז מען אין חדר שיקן, דעם שׂכר-לימוד צאָלן. סך־הכּל אַ סטאָליער בין איך, און די פּרנסה ווערט אַלץ שיטערער… צומאָל ווערט מיר אַלץ אַזוי נימאס, אַז איך האָב מער ניט קיין כּוח צו לעבן, הייב אָן שעלטן די וועלט אויף וואָס זי שטייט און פֿאַרשעלטן יענעם טאָג, ווען איך בין געבוירן געוואָרן. איך ווייס, אַז ס’איז אַן עבֿירה, אָבער אָפֿט מאָל הייב איך אויף מיט רוגזה די אויגן צום הימל און טענה צום אייבערשטן: „גאָט, צוליב וואָס האָסט געדאַרפֿט מיך אויף דער וועלט ברענגען, כּדי איך זאָל זיך אָפּמוטשען מייַנע פּאָר יאָר? צו וואָס טויג איך דיר? וויפֿל איז דער שיעור צו לייַדן?‟

אויסהערנדיק אויפֿמערקזאַם דעם ייִדן, האָט אים טרוים מיט אַ גוטהאַרציקן שמייכל געענטפֿערט: „רעב אלחנן, איר מעגט האָבן טענות צו גאָט, פֿאַרוואָס נישט? ס’איז אייַך שווער, איר מעגט אים אַרויסזאָגן אַלץ, וואָס עס ליגט אייַך אויפֿן האַרצן. איך דאַרף ניט דעם כּל-יכול פֿאַרטיידיקן און באַרעכטיקן אין אייַערע אויגן, ער וועט זייַן שטעטל אַליין באַשטיין. אָבער מייַן עצה איז, אַז איר דאַרפֿט ניט זען נאָר שלעכטס אין אייַער לעבן. נישטאָ אַזאַ זאַך — נאָר שלעכטס. עס שטייט דאָך געשריבן: „ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב‟ — דאָס הייסט: זע, איך האָב דיר געגעבן הייַנט דאָס לעבן און אַלדאָס גוטס, און עס ווענדט זיך אין דיר צו געפֿינען און דערזען דאָס גוטע. רעכנט אויס פֿאַר זיך די גוטע זאַכן, וואָס איר טרעפֿט אויף אייַער וועג און באַדאַנקט פֿאַר זיי דעם רבונו-של-עולם. וואָס גענוי, קאָן איך אייַך ניט זאָגן, יעדער איינער מאַכט זייַן אייגענעם חשבון פֿון גוטס און שלעכטס. אָבער קוקט ניט נאָר אויף דער בלאָטע אונטער אייַערע פֿיס. קוקט אָפֿטער אינעם בלויען הימל, אויף די גלאַנציקע שטערן. גיט אַ קוק אַ מין שיינקייט האָט גאָט באַשאַפֿן פֿאַר אייַך, באַטראַכט די בערג, די וועלדער, די בלומען, די זוניקע שטראַלן, דעם פֿרישן קאַיאָר. דאָס זייַנען גאָטס מתּנות פֿאַר אייַך, פֿאַר מיר, פֿאַר אונדז אַלעמען. לאָזט אייַך זיך פֿרייען דערמיט, און איר וועט זען, אַז אייַער לעבן וועט אַנדערש ווערן. הערט זיך צו צו דער צוויטשערייַ פֿון די פֿייגל, און איר וועט דערהערן דעם אָפּקלאַנג פֿון געטלעכער שירה.‟

דער ייִד האָט געקוקט אויף טרוימען מיט ברייט צעעפֿנטע אויגן, געשלונגען די ווערטער, צוגעטשמאָקעט מיט דער צונג און נאָר דעם קאָפּ באַוועגט אויף יאָ. פּלוצעם האָט ער געפֿרעגט:

„רעב טרוים, שיינע ווערטער רעדט איר, ס’ווערט פֿון זיי טאַקע וואַרעמער אויף דער נשמה, אָבער וואָס פֿאַראַ גוטס קאָן איך אין מייַן לעבן דערזען, האַ? אָ מאָל דאַכט זיך מיר, אַז אַ בהמה לעבט אַ שענער לעבן פֿון מיר‟.

אויף דעם האָט טרוים מיט זייַן געוויינטלעכן אימפּעט געענטפֿערט: „רעב אלחנן, טוט נאָר אַ קוק, איר האָט קיין עין־הרע אַ משפּחה — אַ ווייַב מיט אַכט קינדער. איר האָט פֿאַר וועמען צו האָרעווען און פֿאַר וועמען מתפּלל צו זייַן. אויף דער עלטער וועט איר זייַן אַרומגערינגלט מיט אַ גרויס געזינד, קיין עין־הרע, מיט קינדער און קינדס קינדער, און אייַער נאָכקומענשאַפֿט וועט אייַך גרויס נחת ברענגען און אייַך דערפֿרייען. איר וועט ניט וויסן פֿון קיין עלנטקייט. ניט אַלע האָבן אַזאַ מזל, ניט אַלעמען איז עס באַשערט געוואָרן‟.

דעם ייִדנס אויסגעמוטשעט פּנים האָט זיך פּלוצעם צעשייַנט, און עס האָט זיך באַוויזן אויף אים אַ שמייכל, וואָס האָט גאָר זעלטן זיך געזעצט אויף זייַנע ליפּן. זייַן געמיט איז פּלוצעם דערקוויקט געוואָרן, און מיט אַ רויִק האַרץ האָט זיך דער ייִד געלאָזט פֿאָרן אַהיים.

אין אַַ צײַט אַרום זייַנען נאָך אַ פּאָר ייִדן פֿון יענעזייַטעווקע געקומען צו טרוימען זיך צוהערן צו זייַנע מעשׂיות, מיט אים אַן עצה זיך האַלטן. זיי האָבן דערציילט, אַז אלחנן פֿון זייער שטעטל האָט זיך אומגעקערט פֿון טרוימען ווי אַ נייַער מענטש און האָט זיי דערציילט, אַז טרוימס רייד האָבן פֿאַר אים עפּעס אַ נייַ ווינקל אין דער נשמה געעפֿנט, אַז זינט ער האָט בייַ טרוימען באַזוכט, האָט זיך אַלץ בייַ אים צום גוטן זיך געביטן.

זינט דאַן האָבן ייִדן אָנגעהויבן שטראָמען קיין ערגעצוווּיעווקע. דאָס פֿאַרוואָרפֿענע שטעטל איז באַקאַנט געוואָרן אין דער ייִדישער וועלט. הונדערטער ייִדן האָבן זיך געשלעפּט אויף דעם לאַנגן, שווערן באַרגיקן וועג, כּדי זיך מיט טרוימס חכמה אָנזעטיקן, כּדי נאַשן בייַ אים אַ ביסל האָפֿערדיקייט און פֿאַרחלומטקייט, כּדי צו היילן בייַ אים די וווּנדן אין זייערע הערצער.

און כאָטש טרוים האָט שוין אַליין געהאַט אַ משפּחה און איז פֿון לאַנג שוין געווען אַ טאַטע פֿון קינדער, גענוג אייגענע דאגות געהאַט, פֿלעגט ער קיינעם ניט אָפּזאָגן, יעדן אויסהערן, פֿאַר יעדן טרייסט-ווערטער געפֿונען, יעדן אויף אַ געלעגער און אויף אַן איבערבייַס אייַנגעאָרדנט.

ייִדן האָבן געוואָלט אים באַצאָלן, מיט מתּנות אים געוואָלט באַשיטן, אָבער ער פֿלעגט פֿון אַלץ זיך אָפּזאָגן. ער פֿלעגט טענהן: גאָט האָט מיך מיט אַ פֿאַך באַזאָרגט, און איך צי מייַן פּרנסה פֿון בוכבינדערייַ. וויפֿל גאָט גיט מיר, בין איך אים פֿאַר אַלץ דאַנקבאַר און באַפֿרידיק זיך מיט וואָס ס’איז דאָ. העלפֿן ייִדן מיט אַ גוט וואָרט אָדער מיט אַ טאַט איז אַ הייליקע זאַך. הייליקייט מיט געלט גייען ניט אין איינעם. וווּ איז געלט, דאָרט ווערט פֿאַרלוירן די קדושה. וווּ איז געלט, דאָרט ווערט געשעדיקט די אמונה. וויכטיק איז דאָס, וואָס קומט אַרויס דירעקט פֿונעם האַרצן און גייט ניט אַדורך דורך דער קעשענע. צוליב אָט דער שטעלונג האָט טרוימס נאָמען נאָך מער געקלונגען צווישן ייִדן, און ער האָט ממש זיך קונה-שם געווען ווי אַ הייליקער צדיק.

אַלץ מער ייִדן פֿלעגן פֿאָרן צו אים, אַלץ מער כּבֿוד האָט מען געפֿילט פֿאַר אים, אָבער ער פֿלעגט זיך צניעותדיק האַלטן, גאָרנישט ניט געביטן אין זייַן לעבן, געאַרבעט ווי אַ בוכבינדער, אַ סך געלייענט און אין זייַן פֿרייַער צייַט דערציילט מעשׂיות סייַ פֿאַר די שטעטלדיקע ייִדן, סייַ פֿאַר די אַרייַנגעקומענע אורחים.

טרוימס תּהילה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף אַזוי ווייַט, אַז זי האָט אַרויסגערופֿן אַ קינאה צווישן רבנים און רביים. זיי האָבן געהערט אַלץ מער קלאַנגען וועגן עפּעס אַ מאָדנעם ייִדן פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן שטעטל, אַ העק, ערגעץ אין די עקוועלט-בערג, וואָס דערציילט פֿאַרן עולם באָבע-מעשׂיות פֿון ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן, גיט זיי עצות און נעמט נישט דערפֿאַר קיין גראָשן. פֿון דעסטוועגן זייַנען עולה-רגל צו אים הונדערטער ייִדן יעדעס יאָר. מע דערציילט, אַז ווי נאָר עס הייבט זיך אָן דער פֿרילינג און דער שניי לאָזט, ציִען זיך אין דעם פֿאַרוואָרפֿענעם שטעטל ערגעצוווּיעווקע שורות וועגענער מיט ייִדן, וועלכע ברענגען צו דעם בעל-דבֿר „גאַנצע זעק‟ צרות און דאגות, און ער היילט זייערע פֿאַרפּייַניקטע נשמות. מע באַציט זיך צו אים ווי צו אַ גרויסן צדיק מיט יראת־כּבֿוד און גרעסטן אָפּשייַ. אַן אומקלאָרע זאַך איז עס געווען פֿאַר די רבנים און רביים. וויִאַזוי איז עס מעגלעך? ווי וואַגט איינער אַזאַ מיט זיי קאָנקורירן? און צוויי באַקאַנטע רבנים האָבן באַשלאָסן אַליין זיך לאָזן אין וועג, באַזוכן דעם „סודותדיקן‟ ייִדן, זיך באַקענען מיט אים און פֿאַרשטיין מיט וואָס ציט ער צו דעם עולם, וואָס פֿאַראַ כּוח ליגט פֿאַרבאָרגן אין זייַנע גענג.

נאָך אַ לאַנגער נסיעה זייַנען די צוויי חשובֿע געסט אַרייַנגעקומען אין טרוימס באַשיידענער שטוב. ער האָט זיי באַגעגנט מיט גרויס דרך-ארץ, פּונקט ווי אַלע אַנדערע פֿילצאָליקע געסט, זיי מכבד געווען מיט אַ גלאָז טיי און פֿריש געבעקס. די רבנים האָבן זיך געוווּנדערט, אַז אַ ייִד, וועלכער איז געוואָרן אַ שם-דבֿר אין דער ייִדישער וועלט, צו וועלכן פֿאָרן הונדערטער מענטשן יעדעס יאָר, ווי צו אַ גרויסן רבין, לעבט אַזוי צניעותדיק. זיי האָבן זיך איבערגעקוקט צווישן זיך און געהויבן די פּלייצעס. נאָך דער באַקאַנטשאַפֿט האָט איינער פֿון זיי זיך געווענדט צו טרוימען:

— מיר האָבן געהערט, אַז איר זייַט אַ גרויסער צדיק, און אַ סך ייִדן פֿאָרן צו אייַך אין אַזאַ ווייַטן מקום, כּדי צו קריגן אייַער ברכה.
— איר האָט אַ טעות, — האָט געענטפֿערט טרוים מיט אַ גוטמוטיקן שמייכל, — כ’בין נישט קיין צדיק, און איך בענטש קיינעם נישט מיט קיין ברכות. ייִדן קומען אויסהערן פֿון מיר געשיכטעס, וועלכע איך האָב געלייענט אין פֿאַרשיידענע ביכער, און קומען מיט מיר זיך אַן עצה האַלטן. און טאָמער איך קאָן, כאָטש מיט אַ וואָרט, אַרויסהעלפֿן אַ ייִדן, פֿאַרוואָס נישט? ס’איז דאָך מייַן הייליקער חובֿ.

דער דאָזיקער ענטפֿער האָט צעטומלט די געסט, און זיי האָבן ווייַטער געפֿרעגט:

— רעב טרוים, אויב איר בענטשט ניט מיט קיין ברכות, און אויב איר האַלט זיך ניט פֿאַר קיין צדיק, וועלכע אַזעלכע עצות קאָנט איר גיבן, וואָס די רבנים ווייסן ניט? וואָס פֿאַראַ זעלטענע מעשׂיות דערציילט איר? מיט וואָס זשע ציט איר צו הונדערטער ייִדן יעדעס יאָר? אין וואָס באַשטייט אייַער תּורה?
— אויף אייַער שאלה וועל איך ענטפֿערן, אָבער דער ענטפֿער וועט דויערן אַ ביסל לענגער, — האָט טרוים זיך ווידער צעשמייכלט. און גלויבט מיר, איר וועט פֿון מיר גאָרנישט ניט דערהערן אַזוינס, וואָס איר ווייסט ניט אַליין. מייַן קוק אויפֿן לעבן און אויף דער וועלט איז אינגאַנצן אַ ייִדישלעכער, דעריבער גלייב איך, אַז איר וועט מסכּים זייַן כּמעט מיט אַלץ, וואָס איך גיי אייַך זאָגן.
— נו, לאָמיר הערן, — האָבן די צוויי רבנים אָנגעשפּיצט די אויערן.
— מייַן תּורה איז זייער פּשוט און צוטריטלעך, — האָט טרוים ממשיך געווען. ערשטנס, מוז מען האָבן אמונה אין האַרצן, ווייַל אַ מענטש אָן אמונה איז געגליכן צו אַ פֿאַרטריקנטן בוים. דער בוים, וואָס איז פֿאַרטריקנט געוואָרן, קאָן אָפּשטיין אַזוי לאַנגע יאָרן, אָבער קיין גוטס וועט פֿון אים ניט אַרויס, ניט קיין בלעטער, ניט קיין פּרות. האָבן אַן אמונה מיינט ניט זיך חנפֿענען פֿון אין דער פֿרי ביז בייַ נאַכט צום רבונו-של-עולם, אים קריכן אונטער די נעגל. דער בעסטער וועג צו דינען גאָט איז דורך זייַן יצור — דורכן מענטשן, ווייַל אַ מענטש איז גאָטס בריאה, גאָטס וויכטיקסטע שאַפֿונג. מע קאָן ניט זייַן גוט צו גאָט און שלעכט צו מענטשן, מע קאָן ניט דינען גאָט און דערבייַ פּייַניקן, דערנידעריקן, גרינגשעצן מענטשן. מע זאָגט דאָך טאַקע בייַ אונדז — זייַן גוט צו גאָט און צו לייַט… די גאַנצע חכמה ליגט אינעם געפֿינען דאָס גלייַכגעוויכט צווישן ייִדישקייט און מענטשלעכקייט; זייַן אַ ייִדישער מענטש און מענטשלעכער ייִד, ווייַל איינס אָן דעם אַנדערן האָט קיין שום זינען נישט.

צווייטנס, מע מוז געדענקען, אַז יעדער ייִד איז אייַערער אַן אייגענער ברודער. אַ ברודער קאָן זייַן ניט אַזוי קלוג, אַ לא-יוצלח, אַן עקשן, גיין אויף שלעכטע וועגן, אָבער דו קאָנסט ניט בלייַבן גלייַכגילטיק צו אַ ברודער, דעריבער איז עס אוממעגלעך, אַז פֿאַר אַ ברודער, דאָס הייסט, פֿאַר אַן אַנדער ייִדן, זאָל מען ניט אויסשטרעקן אַ האַנט אים צו העלפֿן, ווען ער נייטיקט זיך אין הילף. אַז אַ ייִד פֿאַרשטייט ניט עפּעס, רעד ניט צו אים, שטייענדיק איבער אים מיט די הענט אין די באָקעס, נייג זיך אַראָפּ צו אים און רעד מיט אים אויף זייַן הייך, קוקנדיק אים גלייַך אין די אויגן אַַרייַן. כּל־ישׂראל ערבֿים זה לזה — איז נישט סתּם אַ זאָג פֿון די חז”ל. דאָס איז דער וויכטיקסטער יסוד פֿונעם ייִדישן קיום. ווי נאָר די ייִדן פֿילן די ברודערשאַפֿט צווישן זיך, בליִען זיי, און ווען זיי הייבן אָן זיך רייַסן בייַ די קעפּ, זיך אַמפּערן און פֿייַנט האָבן איינער דעם אַנדערן, קומען אויף זיי שרעקלעכע מפּלות. דער אייבערשטער לערנט אונדז אָט דעם כּלל שוין גוטע עטלעכע טויזנט יאָר, און מיר האָבן עס נאָך אַלץ ניט אויסגעלערנט און ניט פֿאַרדייַט. און ווען ס’טרעפֿט חלילה אַן אומגליק, פֿאַרברעכן ייִדן די הענט צום הימל און גוואַלדעווען: ריבונו-של-עולם, האָב רחמנות, פֿאַר וואָס קומט עס אונדז? דער ענטפֿער איז אַן איינדייַטיקער: פּונקט פֿאַר דעם, פֿאַר דער שׂינאת־חינם, פֿאַרן ניט וועלן הערן און פֿאַרשטיין דעם אַנדערן ייִדן, פֿאַרן צאַפּן בלוט איינער פֿונעם צווייטן דורך תּחבולות, לשון־הרע, פּליאָטקעס, אָנרעדענישן און דאָס גלייַכן.

דריטנס, דער ערגסטער שׂונא פֿונעם מענטשן איז קינאה. ס’איז נישטאָ נאָך עפּעס, וואַָס צעשטערט אַזוי אַ מענטשלעכע נשמה ווי די קינאה. קינאה שאַפֿט אַלע מענטשלעכע חסרונות, פֿירט צו אַלדאָס שלעכטס אויף דער וועלט. אַנטלויפֿט פֿון קינאה ווי פֿון פֿייַער, פֿאַרטרייַבט זי פֿון זיך ווי אַ פּעסט, היילט זיך פֿון איר יעדן טאָג, יעדע מינוט, כּדי ניט פֿאַרכאַפּט צו ווערן אין איר שפּינוועבס און פֿאַרלירן די שליטה איבער איר.

און לעצטנס, אַ גאָר וויכטיקע זאַך, — דערבייַ האָט זיך טרוים צעהיצט און איז אַרייַן אין זייַן געוויינטלעכן אימפּעט, — מע מוז האָבן אַ חלום. אַ חלום איז א מקום-מיקלט פֿאַר אַ מענטשלעכער נשמה. אָן אַ חלום איז דאָס לעבן לאַנגווייַליק און פּריקרע. דער חלום איז מסוגל צו באַפֿאַרבן אַפֿילו דעם סאַמע גרויען און טריבן טאָג אין מענטשנס לעבן. אויב אַפֿילו דייַן חלום זעט אויס פֿאַר עמעצן לעכערלעך, און מע שפּאַסט פֿון דיר, נעם זיך נישט צום האַרצן. דער חלום איז נאָר דייַנער, און קיינער האָט ניט קיין חזקה אויף אים, נאָר דו ביסט אַ בעל-הבית איבער אים. ער איז אַ רעטונג פֿאַר דייַן נשמה אַפֿילו אין די שווערסטע צייַטן…

טרוים האָט נאָך לאַנג געשמועסט מיט די צוויי געסט, צעשפּרייט פֿאַר זיי זייַן גאַנצן וועלט-באַנעם, און די רבנים האָבן געשלונגען זייַנע ווערטער, זייַענדיק נתפּעל פֿון אים. אויפֿן אַנדערן טאָג האָבן די געסט זיך אָפּגעזעגנט, באַדאַנקט פֿאַרן הכנסת-אורחים און געפֿאָרן צוריק. זיצנדיק אויפֿן וואָגן און פֿאָרנדיק דורך די געשלענגלטע סטעזשקעס פֿון די עקוועלט-בערג, האָבן זיי נאָך לאַנג באַהאַנדלט דאָס געזעענע און געהערטע אין ערגעצוווּיעווקע. איינער פֿון זיי האָט געזאָגט: „פֿאַקטיש קיין סך נייַעס האָבן מיר ניט דערהערט פֿון אונדזער גאַסטגעבער. ער האָט גערעדט פּשוט וועגן באַקאַנטע זאַכן, אָבער דער פֿונק איז זייַנע אויגן לאָזט ניט בלייַבן גלייַכגילטיק. דער פֿונק, וואָס מע זעט אין זיי, איז פֿון הי… און דער אַנדערער רב האָט צוגעגעבן: „טאַקע קיין נייַעס האָבן מיר ניט דערהערט, נאָר איין וויכטיקע זאַך האָב איך פֿאַרשטאַנען בעת דעם באַזוך: ס’איז וויכטיק וואָס אַרייַנצורעדן אין די ייִדישע נשמות, אָבער ניט ווייניקער וויכטיק איז וויִאַזוי צו רעדן. אָט דער ייִּד טרוים פֿון ערגעצוווּיעווקע רעדט וועגן די זעלבע זאַכן, וואָס מיר רעדן, אָבער ער האָט געבראַכט אַ חלום פֿאַר ייִדן, און אין דעם ליגט זייַן גרויסער כּוח פֿאַרבאָרגן‟.

Leave a comment