דער זעלנער שלאָפֿט און די דינסט גייט ווײַטער

אַרויס פֿון קאָמסאָמאָל!

אלי שאַרפֿשטיין

קאַפּיטל 7

אין אַ גרויסן זאַל, שטיי איך מיר אינמיטן דער בינע. הינטער מיר האָט מען אַוועקגעשטעלט אַ לאַנגן הילצערנעם טיש, באַדעקט מיט אַ רויטן טישטעך. אויפֿן טיש האָט מען אַוועקגעשטעלט עטלעכע גראַפֿינען, אָנגעפֿילט מיט וואַסער און אַנטקעגן יעדן שטול שטייט אַ גרויסע געשליפֿענע גלאָז. אַרום דעם טיש זיצן אָפֿיצערן און סערזשאַנטן פֿון אונדזער פּאָלק. זייערע פּנימער זײַנען ערנסט, קיינער שמייכלט נישט, אַפֿילו מיט אַ האַלבן מויל. דער גרויסער זאַל פֿון דער טאַנקיסטן־שול איז אַזוי אָנגעפּאַקט מיט קורסאַנטן, אַז מ’זעט נישט קיין פֿרײַ אָרט, און עס שטייט אַזאַ בייזע שטילקײט, ווי אויף אַ לוויה. איך שטיי און שווײַג, און שמייכל אויך נישט. וואָס שטיי איך דאָ? מ’האָט מיר געהייסן שטיין, שטיי איך. איך ווייס נישט אַפֿילו צוליב וואָס איך שטיי דאָ, נאָר אין דער רויטער אַרמיי פֿרעגט מען נישט קיין פֿראַגעס, מ’טוט וואָס מ’הייסט.

הינטער מײַן רוקן הער איך, אַז עמעצער רוקט אָפּ די שטול, שטייט אויף און לאָזט אויס אַ שיינעם הוסט. ווי עס פֿירט זיך, הייבט ער אָן אויספּרובירן דעם מיקראָפֿאָן. דורך אַ גרויסן רעדער, וואָס שטייט אויף דער בינע נישט ווײַט פֿון מיר, רײַסט זיך אַרויס — „איינס… צוויי… דריי… מ’הערט מיך?‟ — און לויטן קול פֿאַרשטיי איך שוין, אַז דער רעדער איז דער קאָמאַנדיר פֿון אונדזער פּאָלק, פּאָלקאָווניק קאַראַס, און עס ווערט מיר אַ ביסל קאַלעמוטנע. קיין מאָל בין איך נאָך נישט געשטאַנען אַזוי נאָענט צו אַ פּאָלקאָווניק, און בפֿרט אונדזער „קאַראַסיק‟, ווי מיר האָבן אים גערופֿן צווישן זיך. ווי איך פֿאַרשטיי, גייט ער עפֿענען די פֿאַרזאַמלונג און האַלטן אַ רעדע. מסתּמא וועט ער רעדן וועגן מיר, אַנדערש וואָלט איך דאָ נישט געשטאַנען. וואָס וועט ער זאָגן? וואָס האָב איך אַזוינס אָפּגעטאָן? אפֿשר גייט ער מיך מישפּטן און גאָר אַרײַנזעצן אין אַ מיליטער־טורמע?

אַזוינע מחשבֿות דרייען זיך מיר אַרום אין קאָפּ, נאָר דער פּאָלקאָווניק לאָזט מיך נישט לאַנג וואַרטן, און ער הייבט אָן זײַן באַשולדיקונג־דרשה. ער הייבט אָן רעדן וועגן דעם קאָמסאָמאָל, דערמאָנט די היסטאָריע פֿון דעם יוגנט־פֿאַרבאַנד, רעדט וועגן די צילן פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. ער דערקלערט אונדז וועגן „דעם וויכטיקן טייל פֿון דער קאָמסאָמאָל־יוגנט בעתן שאַפֿן אונדזער סאָציאַליסטיש היימלאַנד‟. דער זאַל אַפּלאָדירט אים, און דאַן גייט ער אַריבער צו מיר. ער דערציילט דעם עולם, ווי אַזוי איך האָב „דערהרגעט‟ די קאָמסאָמאָל־באַוועגונג פֿון מײַן באַטאַליאָן, „באַגראָבן‟ די פּראָפּאַגאַנדע־אַרבעט צווישן די קורסאַנטן. ער דערציילט, וויִאַזוי איך האָב פֿאַרראַטן דעם צוטרוי, וואָס די קאָמסאָמאָל־פֿירערס פֿונעם פּאָלק האָבן מיר געגעבן, ווען מ’האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן אַ סעקרעטאַר פֿון דער קאָמסאָמאָל־אָפּטיילונג פֿון באַטאַליאָן. ער האָט מיך אַזוי שטאַרק „צעריבן‟ די ביינער, צעריסן אויף שטיק־שטיקלעך מײַן קאַמסאָמאָל־טעטיקײט, פֿאַרגלײַכט מײַנע טווּנגען מיט „פֿאַרברעכנס קעגן דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי‟ און קעגן דעם גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַז איך בין געווען זיכער — מ’שיקט מיך גלײַך אין תּפֿיסה אַרײַן.

פֿון דער צווייטער זײַט, זאָגן, אַז איך האָב עפּעס געשפּירט אַ בושה, אַ ניט־באַקוועמקײט קען איך נישט. זײַנע ווערטער האָבן מיך נישט געאַרט און נישט אָנגערירט קיין איין סטרונע אין מײַן געוויסן. בלאָטע! נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן! וואָס איז מײַן שולד? איך האָב זיי געבעטן צו מאַכן מיך פֿאַר אַ גאַנצן „קנאַקער‟ אין דער קאָמסאָמאָל־באַוועגונג? טאַקע ניין! קיינער האָט מיך נישט געפֿרעגט צי איך וויל, צי ניין. ווי אַזוי האָט עס פּאַסירט וועל איך אײַך דערציילן אַ ביסל שפּעטער. איצטער זײַנען מיר שוין ממש בײַם סוף פֿון דעם פּאָלקאָווניק קאָראַס רעדע. אָט גייט ער אַרויס צו דער אַוואַנסצענע און ווענדט זיך דירעקט צו מיר מיט אַזאַ לשון:

— קורסאַנט שאַרפֿשטיין! אונדזער קאָמסאָמאָל־אָרגאַניזאַציע האָט באַשלאָסן אַרויסצופֿירן דיך פֿון די קאָמסאָמאָל־רייען. פֿון הײַנט אָן ביסטו מער נישט קיין קאָמסאָמאָלעץ! האָסט געמאַכט אַ שאַנדע פֿאַר אונדזער קאָמסאָמאָל־פֿאַראייניקונג! לייג אַוועק דײַן קאָמסאָמאָל־שײַן און דעם קאָמסאָמאָל־צײכן אויפֿן טיש, און גיי אַראָפּ פֿון דער בינע!

שאַ! מ’האָט מיך נישט אַרעסטירט! שוין לײַכטער אויפֿן האַרצן. מ’האָט מיך אַרויסגעטריבן פֿונעם „לענינסקי קאָמסאָמאָל‟? נישט געפֿערלעך. אַבי די דינסט גייט אָן ווײַטער.

אַ קאָמסאָמאָלעץ בין איך געוואָרן שפּעטער פֿון מײַנע קלאַס־חבֿרים. אין די סאָוועטישע צײַטן איז עס געווען אַ מוז, וואָס יעדער 14־יאָריקער שילער איז דורכגעגאַנגען, צי ער וויל יאָ, צי נישט. אונדזערע עלטערן האָבן אויף דעם ניט געהאַט קיין השפּעה. שוין אין דעם ערשטן קלאַס האָט מען אונדז אָנגענומען אין דער ערשטער קינדער־באַוועגונג „אָקטאָבערלעך‟. וואָס עפּעס אָקטאָבער? לכּבֿוד דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע פֿון 1917, ווען די באָלשעוויקן האָבן געמאַכט זייער איבערקערעניש. מיר, זיבן־יאָריקע קינדערלעך, האָבן געקראָגן אַ ספּעציעלן צייכן צו טראָגן אופֿן העמד — אַ רויטן קופּערנעם שטערן מיט אַ פּאָרטרעט פֿון לענינען ווי אַ קינד. דער קליינער לענין, אַ ייִנגלעלע מיט בלאָנדע לאָקנס, האָט געשמייכלט צו אונדז, ווי אָנגעזאָגט: זײַט ווי איך. און מיר האָבן געגלייבט, אַז ער איז געווען דער בעסטער שילער אין דער וועלט, און מיר מוזן אים נאָכמאַכן.

אין דריטן קלאַס האָט מען אונדז פֿאַרביטן דעם לענין־צײכן אויף אַ רויטער טוך, אַרומגעבונדן אַרום דעם האַלדז. דאָס האָט געהייסן, אַז מ’האָט אונדז אָנגענומען אין דער אַלפֿאַרבאַנדישער „פּיאָנערן־אָרגאַניזאַציע‟ — די צווייטע מדרגה אויפֿן וועג צו ווערן אַ קאָמסאָמאָלעץ. ווי איר פֿאַרשטיין שוין, דער רויטער פּיאָנער־האַלדזטוך האָט סימבאָליזירט די רויטע פֿאָן. דעם דאָזיקן פּיאָנערן האַלדזטוך האָבן מיר געטראָגן, ווען מיר האָבן זיך געלערנט אין שול און אויך בײַ פֿאַרשיידענע פּיאָנער־טעטיקײטן. וואָס פֿאַר אַ טעטיקײטן? פּיאָנערן קלײַבן מעטאַלברוך (אַלטע אײַזערנע בעבעכעס, וואָס מענטשן וואַרפֿן ארויס), „מאַקולאַטור‟ (גענוצטע צײַטונגען און זשורנאַלן); געהאָלפֿן די אַלטע לײַט, וואָס זיי איז געווען שווער אַריבערצוגיין אַ גאַס צווישן די לויפֿנדיקע אויטאָמאָבילן, און אזוי ווײַטער. ווען מ’האָט סאַלוטירט אונדז מיט די ווערטער „זײַט גרייט צו פֿאַרטיידיקן דײַן פֿאָטערלאַנד!‟ — האָבן מיר אויך אָפּסאַלוטירט און געענטפֿערט „שטענדיק גרייט!‟.

אַ קאָמסאָמאָלעץ, ווי געזאָגט, קאָן מען ווערן צו פֿערצן יאָר, אויב דו ביסט עס ווערט אַוודאי. אויף דעם איז פֿאַראַן אַ קליינע פּראָצעדור. מ’רופֿט דיך אַרויס אין דעם היגן קאָמסאָמאָל קאָמיטעט, מ’פֿרעגט דיר עטלעכע פֿראַגעס וועגן דעם קאָמסאָמאָל־געזעץ, וואָס דו מוזט עס וויסן אויף אויסנווייניק. אויב דו ענטפֿערס ווי עס באַדאַרף צו זײַן אויף אַלע שאלות, ווערסטו אַ קאָמסאָמאָלעץ. און דווקא דאָ בין איך ניכשל געווען און דורכגעפֿאַלן אויפֿן עקזאַמען. בלויז איין וואָרט האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען פֿון אַלע זייערע שאלות און געענטפֿערט נישט ריכטיק. פֿון מײַן ענטפֿער איז אַרויס, אַז איך שטיץ ראַסיזם! איך, אַ ייִדיש קינד, וואָס לײַדט פֿון אַנטיסעמיטישע שכנים, פֿון שקצים, וואָס האָבן אונדז פֿײַנט… איך בין אַ ראַסיסט?! נאָר די קאָמסאָמאָל־טוערס האָבן אַזוי אויסגעטײַטשט מײַנע ווערטער, און מיר געהייסן קומען מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער צו דורכגיין נאָך אַן עקזאַמען, ווען איך וועל שוין קענען בעסער דעם קאָמסאָמאָל־געזעץ. און דער קאָמסאָמאָל־סעקרעטאַר האָט נאָך צוגעגעבן, אַז איך מוז זײַן שטאָלץ, אַז מ’גיט מיר אַזאַ מעגלעכקײט. נאָר אַלץ איז אויסגעקומען אַ סך פּשוטער און שנעלער. בלויז צוויי חדשים בין איך געווען דער איינציקער אין קלאַס אָן אַ קאָמסאָמאָל־צייכן אויפֿן ברוסט. מײַנע חבֿרים האָבן צוגעשפּילעוועט נאָענט צום האַרצן אַ קליינעם קאָמסאָמאָל־צײכן — אַ רויטע פֿאָן מיט לענינס פּאָרטרעטל אינמיטן. ס’אַוועק אַ חודש־אָנדערהאַלבן, און מ’האָט מיך אַרויסגערופֿן אין קאָמיטעט. דער קאָמסאָמאָל־סעקרעטאַר האָט מיר געמאָלדן, אַז מ’נעמט מיך שוין אַרײַן אין קאָמסאָמאָל. מיר איז עס געווען אַ וווּנדער: נישט קיין עקזאַמענס, נישט קיין קשיאות, קיין זאַך נישט! מ’האָט מיר געגעבן אַ מיטגליד־שײַן און צוגעטשעפּעט דעם קאָמסאָמאָל־צײכן אויפֿן לינקן לאַץ פֿון מײַן זשאַקעט, און געמאָלדן:

—פֿון הײַנט אָן ביסטו אַ קאָמסאָמאָלעץ. אין אונדזער שול זײַנען אַלע שילער פֿון דײַן עלטער קאָמסאָמאָלצעס, און אַנדערש קען עס נישט זײַן.

נו, בין איך געוואָרן אַ קאָמסאָמאָלעץ. מ’קען מיינען! קיין מאָל האָב איך זיך ניט אויסגעצײכנט, ניט פֿאַרנומען קיין וויכטיקע ראָלעס צי פֿאַראַנטוואָרטלעכע שטעלעס. איך בין געווען בלויז אַ פּשוטער מיטגליד. אין מײַן ייִדיש האַרץ האָט קיין מאָל ניט געברענט דער קאָמסאָמאָל־פֿײַער. און אַזוי האָב איך פֿאַרענדיקט די מיטל־שול, שטיל און שיין, און אָן הצלחות אין מײַן קאָמסאָמאָל־טעטיקײט.

דאָס ערשטע מאָל, וואָס די קאָמסאָמאָל־אָרגאַניזאַציע האָט זיך דערמאָנט אין מיך, איז געשען אין יאָר 1967, ווען איך בין שוין געווען אַ סטודענט פֿונעם ווילנער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אין יענעם יאָר האָט מען אָפּגעמערקט דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז עס געווען שוין איין מאָל אַ יום־טובֿ! בײַ אונדז אין ליטע האָט מען זיך אויך געגרייט צו דעם וויכטיקן טאָג, נאָר אויף אַן אַנדערן אופֿן.

די ליטווינער זײַנען קיין מאָל נישט געווען צווישן די גרויסע אָנהענגער פֿון די סאָוועטן. דעריבער איז מען געשטאַנען אויף דער וואַך און געווען גרייט, אַז אין די יום־טובֿדיקע טעג קאָנען פֿאָרקומען פֿאַרשיידענע פּראָוואָקאַציעס. בקיצור, די סאָוועטישע רעגירונג אין ליטע האָט זיך געגרייט צום ערגסטן סצענאַר.

אַ טאָג פֿאַר די אָקטאָבער־טעג, האָט מען מיך מיט מײַנע צוויי חבֿרים אַרויסגערופֿן אין קאָמסאָמאָל־קאָמיטעט פֿון דעם אינסטיטוט און געמאָלדן, אַז מאָרגן אין אָוונט וועלן מיר מוזן פּאַטרולירן אויף די שטאָט־גאַסן, כּדי אויסצומײַדן „מאַניפֿעסטאַציעס און פּראָוואָקאַציעס פֿון די אַנטי־סאָוועטישע עלעמענטן, וואָס זענען נאָך געבליבן פֿון דעם אַלטן רעזשים‟. וואָס פֿאַר אַן „אַלטער רעזשים‟ האָט קיינער נישט דערקלערט, נאָר מיר האָבן שוין אַליין פֿאַרשטאַנען וועגן וואָס ס׳רעדט זיך. אַ חוץ אונדז, האָבן געזאָלט אויך פּאַטרולירן אין שטאָט הונדערטער מיליטער־פּאַטראָלן: סאָלדאַטן און אָפֿיצערן, וואָס מ’האָט זיי געבראַכט פֿון רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. דער הויפּט־ציל איז צו „פֿאַרהיטן דאָס סאָציאַליסטישע פֿאַרמעגן פֿון די אימפּעריאַליסטישע שׂונאים‟.

איך האָב די „קאָכלעפֿל‟ פֿון קאָמסאָמאָל אויסגעהערט און אין מײַן קאָפּ האָבן זיך אָנגעהויבן דרייען אַנדערע מחשבֿות: איך וועל זײַן דער גרויסער היטער און שומר, דער שמשון הגיבור, וואָס וועט שטיין אויף דער וואַך, ווי אַ וואַנט, קעגן די שׂונאים פֿון סאָציאַליזם און ראַטעווען גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד? דווקא איך?! און וואָס וועל איך טאָן, טאָמער קומען די באַנדיטן מיט ביקסן און רעוואָלווערס? אַנטלויפֿן? וווּהין זאָל איך אַנטלויפֿן? וואָס קען איך טאָן קעגן זיי? נאָר ווי אַ קאָמסאָמאָלעץ האָב איך נישט געקאָנט זאָגן „ניין‟. ווען מ’האָט מיך אָנגענומען אין קאָמסאָמאָל, האָב איך דאָך געשוואָרן צו „פֿאַרטיידיקן דאָס סאָציאַליסטישע היימלאַנד און די קאָמוניסטישע רעגירונג, ווען ס’וועט זײַן נייטיק‟. איז וואָס זשע טוט מען? אויפֿן וועג אַהיים, האָבן מיר זיך דורכגערעדט צווישן זיך און באַשלאָסן: וואָס ס׳זאָל ניט פּאַסירן, אין פּאַטראָל גייען מיר ניט!

אַ פּאָר שעה פֿאַר דער פּאַטראָל־אָפּעראַציע, האָבן מיר אָנגעהויבן אָפּמערקן דעם גרויסן יום־טובֿ. ווי אַזוי? מיר האָבן זיך גוט אָנגעזשליאָקעט, אויסגעטרונקען אַ פּאָר פֿלעשער וואָדקע און עטלעכע קופֿלען ביר — אַלץ לכּבֿוד דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אַזוי שיכּורערהייט, זענען מיר אָנגעקומען צו דעם „ציווילן פּאַטראָל־צענטער‟. דאָרט האָט מען אונדז דערזען און גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז ס’איז נישטאָ מיט וועמען צו רעדן. מ’האָט אונדז גוט אויסגעזידלט, באַשיטן מיט שרעקלעכע קללות, באַליידיקט און… אַוועקגעשיקט אַהיים זיך אויסניכטערן. קוים שטיינדיק אויף די פֿיס, האָבן מיר אָפּגעשטעלט אַ טאַקסי און זיך דערקליבן קוים לעבעדיקע ביז מײַן חבֿרטעס שטוב, וווּ מ’האָט שוין אויף אונדז געוואַרט. און דאָ, צוזאַמען מיט אַלע חבֿרים און חבֿרטעס, האָבן מיר געהוליעט אַ גאַנצע נאַכט.

אויף מאָרגן, ווען מיר האָבן זיך אויסגעניכטערט, האָט מען אונדז דערציילט, וואָס פֿאַר אַן אַוואַנטורעס מיר האָבן אויסגעמיטן, נישט פּאַטרולירנדיק אויף די גאַסן. גאַנץ ווילנע האָט גערודלט פֿון די מעשׂיות, און מ’האָט שוין ניט געקאָנט פֿאַרשטיין, וואָס איז אַן אמת, וואָס איז אַ גוזמא און וואָס איז אַ גאָלער ליגן. מ’האָט דערציילט וועגן פֿאַרברענטע רויטע פֿענער, רעגירונג געבײַדעס מיט צעבראָכענע שויבן, פּאַטראָל־לײַט מיט צעבראָכענע נעז און קעפּ, און אַזוי ווײַטער… מײַנער אַ שכן, אַ ייִד אַן אונטערוועלטניק, וואָס האָט פּאַטרולירט אין שטאָט־צענטער, איז געבליבן כּמעט אָן ציין, אַזוי האָבן די ליטווישע זשלאָבעס אים צעמזיקט דאָס פּנים. אָט מיט אַזאַ „שׂימחה־ושׂשׂון” זײַנען דורכגעגאַנגען די „אָקטאָבער־פֿײַערונגען‟.

פֿרעגט איר דאָך, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו מײַן געשיכטע? עס האָט, ווײַל איך מיין, אַז פֿאַר דעם לייענער בכלל און פֿאַר דעם, וועלכער איז קיין מאָל נישט געווען קיין קאָמסאָמאָלעץ בפֿרט, איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין מײַנע באַציִונגען מיט אָט דער יוגנט־פֿאַראייניקונג.


יעצט לאָמיר זיך אומקערן צו מײַן מיליטער־דינסט. ס’איז שוין אַוועק כּמעט דרײַ מאָנאַטן זינט כ׳בין געוואָרן אַ קורסאַנט ווי אַלע קורסאַנטן אין דעם דריטן באַטאַליאָן פֿון דער טאַנקיסטן־שול. איין העלן טאָג רופֿט מען מיך אַרויס צו עפּעס אַ לייטענאַנט, וואָס מיר, די קורסאַנטן, האָבן אים קוים געקענט. ער האָט זיך אָפֿט „אַרומגעדרייט‟ צווישן אונדז, נאָר קיינער האָט ניט געוווּסט אומגעפֿער, ווער ער איז, ווי מ’רופֿט אים און וואָס איז זײַן אויפֿגאַבע. אין מײַנע אויגן האָט ער אויסגעזען אַ וווילער יאַט, וועלכער האָט ניט געמאַכט קיין וועזן פֿון זײַן אָפֿיצער־טשין, ווי אַנדערע קאָמאַנדירן; ער האָט קיין מאָל נישט געפֿאָדערט מ’זאָל אים סאַלוטירן. תּמיד האָט ער געהאַט צײַט צו פֿאַרברענגען מיט פּשוטע סאָלדאַטן: שפּילן מיט אונדז נעצבאָל, זיצן אין דער „קורילקע‟ (אַ פּלאַץ צו רייכערן) און שמועסן וועגן טאָג־ענינים. ער איז אַלע מאָל געווען גרייט אויסצוהערן יעדן סאָלדאַט, נאָר קיין עצות האָט ער קיין מאָל נישט געגעבן. וועגן זיך האָט ער קיין מאָל נישט דערציילט, און קיינער האָט נישט געהאַט קיין חוצפּה אים עס צו פֿרעגן. אין אונדזערע אויגן האָט ער אויסגעזען אַ „נאַשבראַט‟, אַן אייגענער.

בקיצור, מ’האָט מיך אַרויסגערופֿן צו אים, און אַז מ’רופֿט, גייט מען. נאָך אַ שטילן קלאַפּ אין טיר, הער איך, אַז מ׳הייסט מיר אַרײַנגיין. גיי איך אַרײַן צו דעם לייטענאַנט אין קאַבינעט, און ווי עס פֿירט זיך אין דער רויטער אַרמיי, שטעל איך זיך אַוועק אויסגעצויגן און סאַלוטיר אים. ער גיט אַ מאַך מיט דער האַנט, ווי זאָגנדיק, „לאָז מיך אָפּ מיט דער אָפֿיציעלקײט‟, און הייסט מיר זיך זעצן. זעץ איך זיך אַוועק, און כ’בין שוין טשיקאַווע צו פֿאַרשטיין, וואָס וויל ער פֿון מײַן לעבן, וואָס האָב איך אים געטאָן, נאָר פֿרעגן קען מען נישט. ער צינדט אָן אַ פּרעכטיק בולגאַריש ציגאַרעטל, אַ טײַערס, נישט פֿון די פּראָסטע, וואָס מיר רייכענען. פֿון זײַן נאָז און מויל שפּאַרט אַרויס אַ געדיכטער ווײַסער רויך, ווי פֿון אַ לאָקאָמאָטיוו, וואָס פֿאַרוואַנדלט זיך אין דרײַ רונדע קרײַזן. ער דערלאַנגט מיר אויך אַ ציגאַרעט פֿון זײַן זילבערדיקער פּאַפּיראָסן־פּושקע. אויף מײַן פּנים קען מען זען, ווי איך האָב הנאה אָנצינדן אַזאַ מין „נאָרמאַלן‟ ציגאַרעט, וואָס איך האָב שוין חדשים נישט געהאַלטן אין האַנט. מיר, פּשוטע זעלנערס, האָבן געפּאַליעט ביליקע ציגאַרעטלעך — „פּרימאַ‟, „פּאַראַשוט‟, „מאַכאָרקע‟, וואָס דער נעבעכדיקער סאָלדאַטן־געהאַלט האָט אונדז דערלויבט. כ’האָב געמאַכט אַ גיכן פּרוּוו צו גרינדן עטלעכע רינגלעך פֿונעם רויך, נאָר אָן גרויסער הצלחה. דער לייטענאַנט האָט זיך צעלאַכט, אַרויסגעלאָזט נאָך עטלעכע קרײַזן, און געגעבן אַ געשריי: „אַנדריי!‟. אַרויסגערופֿן זײַן באַדינער־סאָלדאַט, האָט ער אים געהייסן ברענגען צוויי גלעזער טיי און אַ פּושקע מיט ביסקוויטן.

אַזוי זײַנען מיר געזעסן, גערייכערט טײַערע פּאַפּיראָסן, געטרונקען זודיק־הייסע גוט פֿאַרקאָכטע שוואַרצע טיי און… געשוויגן. דעם שמועס האָט אָנגעהויבן אַוודאי ער, דער לייטענאַנט. קודם־כּל, האָט ער מיך געפֿרעגט ווי גייט מיר אין דער אוטשעבקע, ווי פֿיל איך זיך, און אַזוי ווײַטער — פֿראַגעס, וואָס מ’פֿרעגט סתּם אַזוי, ניט ווען מ’וויל באמת עפּעס וויסן וועגן עמעצן. נאָר איך האָב שוין געהאַט אַ געפֿיל, אַז נישט צוליב דעם האָט ער מיך אַרויסגערופֿן. ער האָט ווי געלייענט מײַנע געדאַנקען, און האָט אָנגעהויבן מיך פֿאָרשן וועגן מײַן משפּחה, וועגן מײַן טאַטע-מאַמע. און דאַן איז ער פּלוצלונג אַריבערגעגאַנגען צו מײַנע אויסלענדישע קרובֿים סײַ אין ישׂראל, סײַ אין אַמעריקע. ער האָט מיך אויסגעפֿרעגט וועגן מײַן אָנקל חנן, מײַן פֿאָטערס אַ לײַבלעכער ברודער, וואָס מער ווי דרײַסיק יאָר בויט אַ ייִדיש לאַנד אין ארץ-ישׂראל. ער האָט אַפֿילו געוווּסט, אַז אָנקל חנן איז געווען מיט אַ באַזוך בײַ אונדז אין ווילנע מיט פֿיר יאָר צוריק. דער לייטענאַנט האָט זיך אינטערעסירט וועגן דער שטאָט רחובֿותּ, וווּ חנן האָט געוווינט, ווי איך וואָלט דאָרטן אַמאָל געווען. מײַן גאַנץ לעבן האָב איך געטרוימט אַוועקצופֿאָרן פֿון דאַנען, מאַכן אַן עליה און פֿאַראייניקן זיך מיט אונדזער משפּחה אין רחובֿותּ, נאָר כ׳האָב אים וועגן דעם קיין וואָרט נישט געזאָגט. מײַנע ענטפֿערס זײַנען געווען קורץ און שאַבלאָניש, אַממערסטנס „יאָ‟ און „ניין‟. ער האָט מיך אויך אויסגעפֿרעגט וועגן דעם באַזוך פֿון דער טאַנטע ביילע מיט אָנקל אפֿרים פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע זײַנען מיט פֿינף יאָר צוריק געקומען אויף מײַן בר-מיצווה. „זיי זײַנען געקומען אַזש פֿון ניו-יאָרק אויף דײַן געבורטסטאָג?‟ — איז ער נתפּעל געווען. „פֿאַרוואָס טאַקע ניט?‟ — האָב איך אים געענטפֿערט מיט אַ פֿראַגע, ווי אַן אמתער ייִד.

אַזוי האָבן מיר געשמועסט און גערייכערט אַ היפּשע צײַט, אפֿשר אַפֿילו אַ שעה צי מער. איך האָב זיך געפֿילט גאַנץ גוט אין זײַן קאַבינעט, און אַז ס’איז גוט, קוקט מען נישט אויפֿן זייגער. פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען ווער ער איז, וואָס פֿאַר אַ ראָלע ער שפּילט און וועלכע פּאָזיציע ער פֿאַרנעמט אין אונדזער באַטאַליאָן. ווי אַזוי? לויט דעם, וואָס ער האָט געוווּסט וועגן מײַן פֿאַמיליע, איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז דער לייטענאַנט מיטן פֿאַרשעמטן שמייכל און אויסלענדישע ציגאַרעטן איז נישט קיין טאַנקיסט, ער איז בפֿירוש פֿון די דרײַ אותיות, „קאַ.גע.בע‟. מײַן מאַמע האָט אַלע מאָל געזאָגט, אַז די „געבעשניקעס‟ ווייסן אַלץ און זיי ווייסן קיין זאַך ניט! ער האָט גערעדט און געפֿרעגט, נאָר מיט קיין איין וואָרט האָט ער נישט דערמאָנט דעם עיקר: וועגן אונדזערע ציוניסטישע שטרעבונגען. שוין פֿיר יאָר ווי מיר קעמפֿט צו פֿאַרלאָזן ראַטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אַלץ אומזיסט. פֿיר יאָר איז פֿאָרט אַ תּקופֿה! צווישן ייִדן רופֿט מען אונדז „אָטקאַזניקעס‟ — די, וועלכע קריגן אָנשטאָט אַ דערלויבעניש, „אַ לאֹמיט אַן אַלף‟ (נאָך אַ ווערטל פֿון מײַן מאַמעס לעקסיקאָן) יעדעס מאָל, ווען מיר שיקן אַ בקשה צו פֿאַרלאָזן דעם „סאָציאַליסטישן גן־עדן‟ און אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל. פֿיר לאַנגע יאָר. ווען מיר וואָלטן געקראָגן כאָטש איין מאָל אַ „יאָ‟, וואָלט איך דאָך נישט געזעסן אַנטקעגן אים, אָט דעם לייטענאַנט, און פֿאַרשפּאָרט צו ענטפֿערן אויף זײַנע קלאָץ־קשיאות!

צום באַדויערן, האָט דער לייטענאַנט נישט געוווּסט וועגן דעם וויכטיקן טייל פֿון מײַן לעבן, אַנדערש וואָלט ער זיך נישט געווענדט צו מיר מיט אַזאַ משונהדיקן פֿאָרשלאָג: ווערן אַן אָנפֿירער פֿון דער היגער קאָמסאָמאָל־געזעלשאַפֿט. נישט מער און נישט ווייניקער! און דאָס איז נאָך געווען נישט אַלץ. צו אַלע „צרות‟ וויל ער, איך זאָל ווערן אַ „סטוקאַטש‟ אויכעט. איר האָט שוין געהערט אַזאַ וואָרט, „סטוקאַטש‟? אַזוי רופֿט מען אויף אונדזער לשון אַ מסור, אַ צוטראָגער, דער וואָס גיט איבער אַלץ וואָס ער הערט און זעט צו די מענטשן פֿון די „דרײַ אותיות‟. איר קענט זײַן זיכער, אַז דער לייטענאַנט האָט נישט גענוצט די דערמאָנטע ווערטער: נישט „צוטראָגן‟, נאָר „אינפֿאָרמירן‟, נישט „מסור‟ אָדער „סטוקאַטש‟, נאָר „אינפֿאָרמאַטאָר‟. און וואָס פֿאַר אַ אינפֿאָרמאַציע וואָלט ער געוואָלט אַרויסקריגן פֿון מיר? אים אינטערעסירט אַלץ: וועגן וואָס שמועסן די סאָלדאַטן, וואָס טראַכטן זיי, אויף וואָס און וועמען קלאָגן זיך דער פּשוטער זעלנער. און אַזוי ווײַטער און ווײַטער… נאָר מערער פֿון אַלץ וויל ער וויסן, צי עס זײַנען פֿאַראַן צווישן אונדזערע קורסאַנטן „פֿײַנט פֿון אונדזער סאָציאַליסטישער מדינה‟.

נו, וואָס זאָגט איר אויף דעם? וואָס האָב איך געקענט אים ענטפֿערן? זאָגן, אַז איך בין מסכּים, הייסט, אז איך וועל מוז מסרן מײַנע חבֿרים. זאָגן „ניין‟ — וועט אויסזען, אַז „דער ייִדישער זעלנער איז נישט זיכער מיט זײַן געטרײַשאַפֿט צום ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָך אַ גרעסערע צרה! פֿון דער צווייטער זײַט, איז אין מײַן קאָפּ פּלוצעם אַרײַן אַ געדאַנק: וואָס אַרט מיך אָננעמען זײַן פֿאָרשלאַג, און קיין זאַך נישט טאָן, קיינעם נישט אויסגעבן? אַזוי וועט מען כאָטש וויסן, ווער איז דער „סטוקאַטש‟ צווישן אונדז! ווײַל טאָמער וועט ער אויסקלײַבן אַן אַנדערן, ווי וועלן מיר וויסן, וועמען דאַרף מען אויסמײַדן און „אָננעמען אין מויל וואַסער‟, ווען ער דרייט זיך אַרום אין אונדזער סבֿיבֿה?

האָב איך אים געמאָלדן, אַז איך בין מסכּים, און אַזוי ווי איך בין נאָך אַ „גרינער‟ אין קאָמסאָמאָל, האָב איך אים פֿאָרגעלייגט, אַז ער זאָל זײַן מײַן פּערזענלעכער אָנווײַזער, מײַן לערער. איך בין זיכער געווען, אַז מיט מײַן בטחון און מײַן שאַפֿערישן מוח, וועל איך שוין געפֿינען אַן אויסוועג און אַ מיטל צו שפּאַנען „צווישן די טראָפּנס‟. אזוי האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַר מיר אַ נײַע תּקופֿה. אַ חוץ זײַן אַ קורסאַנט ווי אַלע מײַנע חבֿרים, לערנען די טאַנקיסטן־תּורה און שטרעבן צו ווערן אַ געראָטענער קאָמאַנדיר פֿון אַ T-62, האָב איך נאָך געפֿירט די קאָמסאָמאָל־אַרבעט פֿונעם גאַנצן באַטאַליאָן: אָרגאַניזירן טרעפֿונגען, אויסטראַכטן פֿאַרשיידענע אויפֿגאַבן פֿאַר די קאָמסאָמאָלצעס, כאַפּן אַ שמועס מיט די זעלנער וועגן זייער לאַגע און אויסהערן זייערע בקשות. צוזאַמען מיט דעם, האָב איך געמוזט פֿירן אַ טאָגבוך, וווּ כ׳האָב געזאָלט פֿאַרשרײַבן אַלץ, וואָס מ’האָט באַדאַרפֿט מעלדן די קאָמסאָמאָל־פֿירערס.

די גאַנצע מעשׂה האָט געדויערט אַ צוויי חדשים, ביז די אָנפֿירער פֿונעם קאָמסאָמאָל האָבן זיך געכאַפּט און פֿאַרשטאַנען, אַז איך טו גאָרניט! אַלץ, וואָס איך האָב צוגעזאָגט דעם לייטענאַנט, איז געבליבן אויף פּאַפּיר, ווי מ’זאָגט. תּכלית, האָב איך כּמעט קיין זאַך נישט געטאָן: קיין טאָגבוך נישט געפֿירט, קאָמסאָמאָלישע זאַמלונגען אָרגאַניזירט זייער זעלטן, און וועגן מסרן עמעצן איז בכלל נישט געשטאַנען קיין פֿראַגע; איך האָב קיין זאַך נישט געהערט און נישט געזען. פֿון מײַנט וועגן זײַנען אַלע זעלנער לײַבלעכע פּאַטריאַטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאַן האָבן די קאָמאַנדירן פֿאַרשטאַנען, אַז מאַכן פֿון מיר אַ גאַנצן „יאַ טעביע דאַם‟ איז געווען אַ טעות, אַ גרויסער טעות! קיין אָנפֿירער איז פֿון מיר ניט אַרויס. קיין מסור אויך ניט. איך האָב אַזוי שיין „באַגראָבן‟ די קאָמסאָמאָלישע טועניש, אַז אין די „הויכע פֿענצטער‟ האָט מען באַשלאָסן, אַז זיי מוזן מאַכן אַ סוף צו דעם און זיי האָבן מיך אַרויסגעטריבן פֿון די קאָמסאָמאָל־רייען. און וויִאַזוי האָבן זיי דאָס דורכגעפֿירט, האָב איך אײַך שוין דערציילט פֿריִער.

עפּילאָג

אויב איר האָט אַן אַנונג, אַפֿילו אַ קאַפּעטשקע, וואָס איז דאָס ראַטן־פֿאַרבאַנד, וויִאַזוי האָט זיך אַנטוויקלט די סאָוועטישע געשיכטע און ווירקלעכקײט, קענט איר שוין פֿאַרשטיין, אַז דער גרויסער טאַראַראַם מיטן אויסשליסן מיך פֿון די „צוזאַמענגעהעפֿטע רייען פֿון דעם קאָמוניסטישן יוגנטפֿאַרבאַנד‟, איז געווען אַ פּוסטע זאַך, „אַ באָרוועסער נומער‟ (מײַן מאַמעס אַ ווערטל), בלויז אַ טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג פֿאַר די יונגע סאָלדאַטן פֿון דער טאַנקיסטן־שול. איך אָבער האָב עס נישט געוווּסט, און כ’בין געווען זיכער, אַז איך בין שוין אויס קאָמסאָמאָלעץ. נאָר ניין! ווען איך האָב פֿאַרענדיקט די לאַנגע צוויי יאָר פֿון מײַן מיליטער־דינסט, גלײַך בײַ דער דעמאָביליזאַציע, האָט מען מיר אַרײַנגעלייגט אין האַנט אַ קאָנווערט, אָנגעפּאַקטן מיט אַלע מײַנע פּערזענלעכע דאָקומענטן. שוין פֿאָרנדיק אַהיים מיטן אײַזנבאַן „קאַלינינגראַד-ווילנע‟, האָב איך אויפֿגעעפֿנט דעם קאָנווערט, און צווישן אַנדערע פּאַפּירן האָב איך דערזען מײַן קאָמסאָמאָל־שײַן מיטן קאָמסאָמאָל־דאָסיע. אַ סימן, אַז איך בין נאָך געווען אַ מיטגליד פֿון דעם פֿאַרבאַנד. כ’האָב גוט דורכגעקוקט אַלע דאָקומענטן, זוכנדיק עפּעס אַ סימן פֿון דעם „סקאַנדאַל‟, וואָס האָט פּאַסירט מיט מיר אין דער טאַנקיסטן־שול אין ווענטספּילס, נאָר אומזיסט. קיין איין שלעכטן וואָרט וועגן מיר און מײַן קאָמסאָמאָל־טועניש האָב איך דאָרט ניט געפֿונען. קיין איין וואָרט! מײַן באַפֿרײַונגס־מונדיר האָב איך טאַקע באַפּוצט מיטן צײכן פֿון „לענינסקי קאָמסאָמאָל‟, נאָר יעצט האָב איך אויף דעם געהאַט אַן אָפֿיציעלן דאָקומענט. נו, מילא, וועל איך ווידער ווערן אַ קאָמסאָמאָלעץ!

כ’בין צוריק געקומען אַהיים, און שוין אין אַ וואָך אַרום האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ווילנער דרוקערײַ „ווײַזדאַס‟. מײַנע עלטערן האָבן דאָס אַראַנזשירט, איך זאָל זיך נישט אַרומדרייען פּוסט און פּאַס, ביז איך וועל זיך אַן עצה געבן וואָס צו טאָן. שוין צו מײַן ערשטן אַרבעטס־טאָג, האָב איך געבראַכט מיט זיך אַלע מײַנע קאָמסאָמאָלסקע פּאַפּירלעך, און זיי פֿאַרברענט אין דער „קאַטשעגאַרקע‟ — די פּעטשערע פֿון דער דרוקערײַ־באַהייצונג. דער אָפּעראַטאָר פֿונעם קעסל־צימער האָט עס געזען און געשוויגן. אים האָט עס נישט געאַרט, אַבי עס ברענט דאָס פֿײַער און באַהייצט די דרוקערײַ. פֿאַר מיר אָבער איז עס געווען אַ ציון־דרך: יעצט בין איך שוין נישט קיין קאָמסאָמאָלעץ טאַקע אויף אַן אמת!

Leave a comment