אַ מעשׂה וועגן אַ קיכטיש

משה לעמטער

אַ מעשׂה וועגן אַ קיכטיש

1

ס’האָט זיך מיר געחלומט,
נאָך פֿאַרן קומען אויף דער וועלט,
(גאָר פֿרי האָב איך אָנגעהויבן
זען עראָטישע חלומות),
אַז דער טאַטע מיט דער מאַמען,
ווען זייער בלוט האָט געזאָטן און געקוועלט,
האָבן געמאַכט מיך אויף אַ טיש אין קיך,
וווּ מע מאַכט פּלאַצינטעס,
צי לאָקשן פֿאַר אַ יויך…
נײַן חדשים האָב איך זיך געבאַקט
אין מאַמעס בויך.

און ווען די מאַמע האָט מיך געבוירן,
בין איך געווען פּוכקע, ווי אַ זעמל,
גלײַך ווי נאָר וואָס פֿונעם אויוון,
האָט געזאָגט מײַן באָבע דעמלט…


ס’האָט עס עמעצער געזען, מסתּמא,
מע רעדט וועגן מיר און מע שעמט זיך נישט:
— ס’האָבן אים דער טאַטע מיט דער מאַמען
געמאַכט אין קיך אויפֿן קיכטיש.

ס’פֿלעגן זיך רייצן די קינדער־מאָלדאַוואַנען,
צי בײַ די שפּילן, צי בײַם כאַפּן פֿיש:
— ס’האָבן דיך דער טאַטע מיט דער מאַמען
געמאַכט אין קיך אויפֿן קיכטיש.

אַפֿילו דאָס מיידל, די שענסטע סאַמע,
שעפּטשעט מיר: „ביסט געשמאַק ווי אַ קניש,
צי טאַקע עס האָבן דײַן טאַטע און מאַמען
געמאַכט דיך אין קיך אויפֿן קיכטיש?..‟

און איך האָב געלאַכט, זיך ניט באַליידיקט,
געזאָגט: „אַזאַ ווי איך געפֿינט איר נישט!
ווײַל אַלע מאכלים, וואָס זענען טעם גן־עדן
מאַכט מען אין קיך דאָך אויף אַ קיכטיש.‟

ניין, איך וועל זיך מיט קיינעם ניט טוישן,
איך בין אַ זעלטענער, אַ ראַרער איש!
בין דער איינציקער אינעם דאָרף דעם גרויסן
וועמען אַ טאַטע האָט געמאַכט אויף אַ טיש!..

כ’האָב זיך אַ ליד געזונגען:
„פֿרונדזע ווערדע, זיסע זאַפֿטן
אָף־אָף־אָף און טרײַ־לאַ־לײַ
אויפֿן קיכטיש כ’בין באַשאַפֿן
כ’בין געשמאַקער פֿון מאַלײַ…‟

2

מײַן באָבע גרייט פֿון זויערטייג לאָקשן
אויפֿן טיש, וווּ מע האָט מיך געמאַכט אַ מאָל,
און ווײַל דער טיש איז צעוואַקלט, צעשאָקלט
זי וואָרטשעט און וואָרטשעט בייז אויף אַ קול:

— אַ, מאָדע גאָר,
אויף טישן קינדער מאַכן,
ס’האָט עס זיכער צוגעטראַכט אַ גוי,
אויך מיר געפֿינען אַ זעלטן מאכל —
אַ ייִדיש קינד אין בויך בײַ אַ פֿרוי!…

איך דערנעבן, דער פֿינף־יעריקער משה,
שטיל בין געזעסן, וועגן עפּעס געקלערט
מיטן טיש אין איינעם אין טאַקט זיך געהוידלט:
אַהין־אַהער, אַהין־אַהער…

— און דו, — זאָגט צו מיר מײַן באָבע שבֿע,
ס’ציט דיך אין קיך, ווי אַ לאָקש צו אַ לאָקשן־געמיש.
— אַוודאי, ווי אַ לאָקש, — ענטפֿער איך ווי אַ שייגעץ, —
כ’בין דאָך אויך, ווי אַ לאָקש געמאַכט אויפֿן טיש…

3

ס’איז שוין ניטאָ, געשטאָרבן דער טאַטע…
אין אַ פֿאַרטאָג די מאַמע הייסט מיר
דעם אַלטן קיכטיש אויף ברעטלעך צעהאַקן
און מאָרגן מיט זיי די הרובע צעהייצן.

דער ווינטערטאָג איז פֿראָסטיק און פֿריש
אויפֿן פֿײַער אין הרובע איך קוק און טראַכט:
„באַלד וועט ווערן אַש פֿונעם טיש
אויף וועלכן דער טאַטע האָט אַ מאָל מיך געמאַכט.‟

ס’שוועבט דער רויך פֿונעם קוימען אַלץ העכער
כ’ווייס ניט פֿאַר וואָס, שטיל זאָג איך אַ תּפֿילה
אפֿשר דער רויך וועט זיך מיט מײַן טאַטן טרעפֿן
צי אין גן־עדן, צי אין גיהנום, חלילה…

Leave a comment