דער זעלנער שלאָפֿט און די דינסט גייט ווײַטער

אלי שאַרפֿשטיין

קאַפּיטל 6

לויפֿן, נישט לויפֿן, און לויפֿן ווידער

קיין גרויסער לויפֿער בין איך קיין מאָל נישט געווען. ווען איך בין דאָס ערשטע מאָל דורכגעלאָפֿן גאַנצע צען קילאָמעטער מיט אַ מאָל, האָב איך שוין געפּראַוועט מײַן 62סטן געבורטסטאָג. און פּאַסירט האָט עס דאָ, אין ארץ־ישׂראל, אין אונדזער לאַנד. פֿון דאַן אָן האָב איך אָנגעהויבן לויפֿן טאַקע אויף אַן אמתן. איך בין געלאָפֿן און געלאָפֿן, אַמאָל אַפֿילו דרײַ מאָל אַ וואָך, און מײַן מוח האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, אַוווּ בין איך געווען פֿריִער און וואָס איז געווען די סיבה, אַז איך האָב אַזוי פֿײַנט געהאַט דאָס לויפֿעניש? פֿאַר מערער פֿון זיבן יאָר בין איך אָנגעלאָפֿן ווער ווייסט וויפֿל הונדערטער קילאָמעטערס.

איך מיט מײַן פּלוניתטע, זאָל לאַנג לעבן, האָבן מיר געהאַט אַ מינהג — פֿאָרן אַלע יאָר אין אורלויב, און יעדעס מאָל אין אַן אַנדער מדינה: ליטע, לעטלאַנד, אונגאַרן, דײַטשלאַנד, שפּאַניע, איטאַליע און בולגאַריע. אויב איר מיינט, אַז אויסצופֿאָרן די לענדער אין דער לענג און דער ברייט, זעענדיק נײַע פּנימער און הערנדיק פֿאַרשיידענע שפּראַכן, האָב איך געמאַכט אַן הפֿסקה פֿון לויפֿן, האָט איר טאַקע אַ גרויסן טעות. צוויי, און אַמאָל דרײַ מאָל אַ וואָך בין איך געלאָפֿן אין די פֿרעמדע שטעט און דערפֿער, „געמאָסטן‟ מיט די פֿיס ברייטע און שמאָלע געסלעך. אין רוים האָב איך אַרומגערינגלט דעם וואַטיקאַן (דווקא אויף יום־כּיפּור!), און אין בודאַפּעשט בין איך „געפֿלויגן‟ דורך די בריקן פֿונעם טײַך דונײַ הין און צוריק, אַז מענטשן האָבן געקוקט אויף מיר — ווער איז דער משוגענער, וואָס האָט נישט וואָס צו טאָן און לויפֿן איבער די גאַסן?

אין אייראָפּע טרעפֿט דאָך אַ מאָל, אַז עס גיסט אַ רעגנדל אינמיטן העלן טאָג, אָדער גלײַך פֿונעם פֿרימאָרגן. האָט עס מיך אָפּגעשטעלט? בלאָטע! אין בין געלאָפֿן ווײַטער, ווי ס’וואָלט אין מיר אַרײַן דער טײַוול, געלאָפֿן ווי אַ שד־משחית. אין דער היים האָב איך אָנטייל גענומען אין פֿאַרשיידענע פֿאַרמעסטן, וואָס קומען פֿאָר אין ישׂראל אַלע יאָר. און תּמיד בין איך געלאָפֿן די דיסטאַנץ פֿון צען קילאָמעטער. נישט מער. מײַנע קינדער און אייניקלעך האָבן מיר פֿאַרגינען. מײַן ייִנגסטער זון האָט זיך איין מאָל אָנגעטאָן אין מײַנע ספּאָרט־קליידער, אָנגעקלעפּט אַ שטיק בערדל מיט וואָנצעס, און ס’איז אַרויס פֿון דעם אַן אויסערגעוויינטלעכער פּורים־קאָסטיום. איך האָב זיך געפֿילט וווּנדערלעך, יונג און שטאַרק, נישט קוקנדיק אויף מײַנע עטלעכע און זעכציק יאָר. אַפֿילו, ווען ס’איז אונדז באַפֿאַלן די קאָוויד־פּאַנדעמיע, און איך בין שוין געוואָרן זיבעציק, בין איך געלאָפֿן אַרום מײַן קיבוץ, צווישן די פֿיש־סאַזשעלקעס, פֿול מיט ענערגיע און בטחון, אַז די מגפֿה וועט אויך דורכגיין.


אָבער מיט עטלעכע און פֿופֿציק יאָר צוריק, ווען איך בין געווען יונג און דרייסט פֿון איין זײַט, אָבער נאַריש און פֿאַרנומען, זײַענדיק אַ סאָלדאַט אין דער רויטער אַרמיי, האָב איך פֿײַנט געהאַט דאָס לויפֿעניש ווי דעם טויט! די הויפּט־סיבה צו ווערן אַ טאַנקיסט איז געווען צוליב מײַן מחשבֿה, אַז טאַנקיסטן לויפֿן נישט — זיי פֿאָרן! דאַרף מען דאָך האָבן אַזאַ מין מזל, און גלײַך פֿון אָנפֿאַנג אָן טרעפֿן דווקא דאָ, אין דער „אוטשעבקע‟ [1], אַ סערזשאַנט, וואָס איז „קראַנק‟ צו מאַכן אונדז דעם טויט און פֿאַריאָגן אונדז מיט דער לויפֿערײַ? ער האָט אַזוי דערגאַנגען אונדז די יאָרן, אַז מיר האָבן אים גערופֿן נישט אַנדערש, ווי מערדער, גזלן, באַנדיט.

אונדזער פֿרימאָרגן האָט זיך אָנגעהויבן פֿון דער אַזוי גערופֿענער גימנאַסטיק. וואָס עפּעס „אַזוי גערופֿענער‟? ווײַל ס’איז דאָ גימנאַסטיק און ס’איז דאָ געניטונגען אויפֿצוּוועקן די יונגע קורסאַנטן פֿון שלאָף, און מאַכן מיט זיי וואָס מ’וויל. די סערזשאַנטן קאָנען דאָס רופֿן טויזנט מאָל „גימנאַסטיק‟, נאָר פֿאַר אונדז, פֿאַרמאַטערטע נאָך פֿון נעכטן, נישט קיין אָפּגערוטע און נישט קיין אויסגעשלאָפֿענע סאָלדאַטן, איז זייער „גימנאַסטיק‟ געווען מערער אַן עונש, אַ באַשטראָפֿונג. און אַוודאי, איז עס גאָר נישט וויכטיק, וואָס פֿאַר אַ טאָג אין דער וואָכן און וואָס פֿאַר אַ וועטער איז אין דרויסן. אַ פֿראָסט מיט אַ פֿאַלנדיק שנייעלע? גוט פֿאַר דער „גימנאַסטיק‟! נאָך אַ גרעסערער פֿראָסט אָן שניי, נאָר מיט אַ שטאַרקן שטעכיקן ווינט? אַוודאי פּאַסט עס אַרויסצוציִען פֿון אונדז די נשמה מיט די געניטונגען! פּלוצלינג האָט זיך געביטן דער בייזער וועטער, געוואָרן עטוואָס וואַרעמער, און דער שניי האָט זיך שוין פֿאַרוואַנדלט אין אַ שוואַרץ־גרויער בלאָטע? דאָס אויך פּאַסט אַוודאי צו אָנהייבן דעם פֿרימאָרגן פֿון גימנאַסטיק מיט אַ בלאָטע־שפּריצערײַ. אַפֿילו די בייזע זאַווערוכעס און דאָס דונערן — אָפֿטע געסט אין דעם געגנט פֿונעם באַלטישן ים — האָבן נישט צעשטערט די פּלענער פֿון אונדזערע קאָמאַנדירן. מאַכן „גימנאַסטיק‟ איז בײַ זיי געווען אַ קודש־הקדושים. „דאָס פֿאַרשטאַרקט, — האָבן זיי געטענהט, — אײַער לײַב און מוט, גרייט אײַך צו צו ווערן בעסערע פֿאַרטיידיקער פֿון אונדזער סאָציאַליסטישן היימלאַנד.‟

האַלב זעקס אין דער פֿרי. אין דרויסן שטייט אַ פֿראָסט ווי אין סיביר און ס’איז פֿינצטער־חושך. אונטער אַ הויכן לאַמטערן־סלופּ, שטייען מיר האַלב נאַקעטע, אײַנגעאָרדנט אין דרײַ שורות. פֿון קעלט שטעלן מיר זיך איבער פֿון איין פֿוס אויפֿן אַנדערן, פּרובירנדיק כאָטש אַ ביסל זיך דערוואַרעמען, בפֿרט די פֿאַרפֿרוירענע פֿיס, אײַנגעוויקלטע אין אָנעטשעס. ס’טרעפֿט, אַז די קעלט און דער ווינט זענען נאָך געפֿערלעכער, דאַן דערלויבט מען אונדז בלײַבן מיט אַן אונטערהעמדל אויפֿן לײַב, וואָס וואַרעמט עטוואָס מער.

מיר הייבן אָן אויסצופֿירן, וואָס דער סערזשאַנט באַפֿעלט אונדז; מיר מאַכן די געניטונגען: מיר הייבן אויף די הענט און פֿיס, דרייען מיטן רוקן, בייגן זיך אײַן און נאָך, און נאָך… אַז מ’שטייט נישט אויף אַן אָרט, ווערט שוין וואַרעמער אין די ביינער, די מורעשקעס לויפֿן שוין נישט אַזוי אויף מײַן האַלב־נאַקעטן לײַב, און מיטאַמאָל ווערט די קעלט שוין נישט אַזוי געפֿערלעך. אַ האַלבע שעה אומגעפֿער מאַכן מיר ווײַטער, וואָס דער קאָמאַנדיר באַווײַזט אונדז. נאָך דעם לויפֿן מיר אַרום די קאַזאַרמעס. מיר מאַכן צוויי-דרײַ רונדן אַרום דעם בנין — און געענדיקט די גאַנצע מעשׂה מיט דער „גימנאַסטיק‟. יעצט קען מען שוין גיין אויסרייכערן אַ ציגאַרעטקע, אַרומוואַשן זיך, אָפּגאָלן זיך, און אָט זײַנען מיר שוין פֿאַרטיק צו א נײַעם טאָג.

כּמעט יעדן טאָג בײַט זיך דער דעזשור־קאָמאַנדיר, דער וואָס הייבן אָן מיט אונדז דעם פֿרימאָרגן. יעדער קאָמאַנדיר האָט זיך זײַנע מאָדנע באַזונדערקײטן. מיר זענען שוין צוגעוווינט צו דעם. אָבער, ווי אויף צו להכעיס, צווישן די סערזשאַנטן איז געווען אַ יוצא־מן־הכּלל. יאַניס, האָט מען אים גערופֿן. יאַניס, אַ ברענענדיק געלער לעט, אַ הויכער, אַ דאַרער, מיט אַ ווײַס לײַב פֿול מיט ברוינלעכע זון־פֿלעקן. פֿאַר אונדז, די קורסאַנטן פֿון דעם דריטן באַטאַליאָן אין דער טאַנקיסטן־שול, איז יאַניס געווען אַן אָנשיקעניש, אַן אָפּקומעניש, אַ גזירה. בײַ אונדז האָט ער געקראָגן דעם צונעמען, וואָס איך האָב שוין דערמאָנט פֿריִער. און גלייבט מיר, ער האָט עס פֿאַרדינט. קיין „ריינער‟ לעט איז ער טאַקע נישט געווען, נאָר אַ פֿערטל — אַ רוס, ווי ער האָט זיך באַרימט פֿאַר אונדז; נאָר זײַן זיידע איז געווען אַ לעט, וואָס איז אויך געבוירן געוואָרן נישט אין לעטלאַנד, נאָר אין מיזרח־פּרײַסן (הײַנט געהערט עס צו רוסלאַנד און רופֿט זיך קאַליניגראַדער געגנט). זײַן עלטער באָבע איז געווען טאַקע אַ לעטישע, נאָר דער עלטער־זיידע איז געווען אַן אמתֿער דײַטש. נו, פֿרעג איך אײַך, פֿון אַזאַ „סאַלאַט‟ קאָן אַרויסגיין עפּעס אַ נאָרמאַל מאכל?

פֿאַר דער אַרמיי האָט יאַניס זיך פֿאַרנומען מיט אַטלעטיק, געווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער לויפֿער אויף לאַנגע דיסטאַנצן. צען קילאָמעטער איז פֿאַר אים געווען נישט קיין דיסטאַנץ, נאָר אַ שפּאַציר, אַ לויף צו אָנוואַרעמען די מוסקלען. האָט ער, יאַניס, הייסט עס, אויסגעטראַכט פֿאַר אונדז אַ נײַע מוטשעניע. איין מאָל אין צוויי וואָכן, ווען ער איז געווען דער דעזשור־קאָמאַנדיר, האָט ער אַנשטאָט „גימנאַסטיק‟, אַרויסגעטריבן די פֿאַרשלאָפֿענע קורסאַנטן אויסער דעם מיליטער־לאַגער צו אַ לויפֿעניש פֿון צען קילאָמעטער. קוים וואָס מיר האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט, די אויגן פֿאַרמאַכן זיך און ווילן שלאָפֿן ווײַטער, דאָס לײַב טוט נאָך וויי פֿון די אײַזערנע בעטן… טאָ וואָס? גלײַך צען קילאָמעטער, נישט מער און נישט ווייניקער?! דער רוח זאָל אים נעמען, דעם „מערדער‟! ווער קען עס לויפֿן? אַוודאי נישט איך. און ווי באַשטייט עס מיטן ווינטערדיקן וועטער? דאָס איז נישט זײַן דאגה, ער איז צוגעוווינט.

אין דרויסן שטייט אַ פֿראָסט, וואָס מ’קען פּלאַצן, און דער שניי דערגייט ביז די קני? מ’לויפֿט! עס מאַכט זיך אויס דווקא אַ וואַרעמער פֿרימאָרגן, ווען דער שניי צעגייט און ווערט וואַסער — לויפֿט מען אויך! קומט ווידער אַ קעלט, און דער נאַסער שניי ווערט פֿאַרפֿרוירן, די ערד איז באַדעקט מיט שטיקלעך גליטשיק אײַז. נו איז וואָס? אַוודאי לויפֿט מען! וואָס ס׳זאָל נישט זײַן — לויפֿן מוז מען. און תּמיד לויפֿט מען מיט דעם זעלבן וועג, מיט די זעלבע סטעזשקעס. קודם־כּל פֿאַרלאָזט מען דעם מיליטער־לאַגער און מ’לויפֿט אַרײַן אין וואַלד. דער וואַלד איז גרויס און ברייט, פֿול מיט סאָסנעס און יאָלקעס. צווישן די ביימער ציט זיך אַן איין און איינציקער וועג, וואָס פֿירט אַוווּ ניט איז. קיינער ווייסט נישט, וואָס עס געפֿינט זיך פֿון דער צווייטער זײַט וואַלד. ווען מ’דערלויפֿט ביז אַ ברייטן וואַלדראַנד, קערט מען זיך אויס און מ’לויפֿט צוריק מיטן זעלבן וועג צו די קאַזאַרמעס. בסך־הכּל באַקומט זיך פּוקט צען קילאָמעטער. אַזוי זאָגט דער סערזשאַנט יאַניס. מיר גלייבן אים — ער אַליין האָט עס גוט אויסגעמאָסטן.

יאַניס איז געווען אַמאָל, נאָך פֿאַר דער אַרמיי, נאָך איידער ער איז געוואָרן אַ סערזשאַנט, אַ ספּאָרטלער. ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט לויפֿן אויף לאַנגע דיסטאַנצן — צען און אַפֿילו צוואַנציק קילאָמעטער. ער דערציילט, אַז ער האָט דערגרייכט צו ווערן אַ טשעמפּיאָן פֿון לעטלאַנד. מער פֿון דעם האָט ער נישט דערגרייכט, ווײַל ער האָט זיך מאָביליזירט און געוואָרן פֿריִער אַ פּשוטער טאַנקיסט, און שפּעטער אַן אינסטרוקטאָר אין דער טאַנקיסטן־שול. ווי מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אויף די אָפֿיציעלע פֿאַרמעסטן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט ער קיין מאָל נישט פֿאַרנומען קיין הויכן פּלאַץ. קען זײַן, אַז דערפֿאַר איז ער געוואָרן אַזוי פֿאַרביסן און פֿאַרביטערט, און געפֿונען אַ מיטל צו פֿאַרביטערן אונדזער לעבן און מאַכן אונדז דעם טויט מיט זײַנע לויפֿענישן.

ווען ער איז דער דעזשורנער סערזשאַנט, לויפֿן בײַ אים אַלע. געזונטע און קראַנקע, די, וועלכע זענען אַליין לויפֿערס, פּונקט ווי ער, און אַזעלכע, וואָס האָבן דאָס פֿײַנט, ווי איך. מ’לויפֿט צי מ’וויל, צי מ’וויל ניט. נאָר פֿאַר מיר און מײַן חבֿר סלאַוויק איז צו לויפֿן די גאַנצע דיסטאַנץ, די לאַנגע צען קילאָמעטער, פּשוט געווען איבער אונדזערע כּוחות. דאָס איז ממש נישט אַרײַן אין אונדזערע פּלענער. האָבן מיר אויסגעטראַכט אַ „קונץ‟ צו מאַכן אַ „ויברחל‟ פֿון דעם פֿרימאָרגנדיקן אָפּקומעניש.

יאַניס איז תּמיד געלאָפֿן דער ערשטער און די גאַנצע ראָטע — נאָך אים. אַנדערשט האָט אים אַוודאי נישט געפּאַסט: פֿאָרט אַ געוועזענער טשעמפּיאָן! לויפֿנדיק פֿון פֿאָרנט, האָט ער, פֿון איין זײַט, געגעבן פֿאַר אַלעמען דעם לויף־ריטעם, און פֿון דער צווייטער זײַט, נישט געקאָנט זען, וואָס עס טוט זיך הינטער אים. ווינטער־צײַט זענען די פֿרימאָרגנס פֿינצטער, פּונקט ווי ס’וואָלט זיך נאָך נישט געענדיקט די נאַכט. קוים וואָס מיר קענען זען איינער דעם צווייטן. האָבן מיר דאָס אויסגענוצט זייער גוט. נאָך אַ קילאָמעטער-צוויי פֿון לויפֿן ספּאָטיקעטערהייט און אָטעמען ווי אַ פֿאַרזשאַווערטער לאָקאָמאָטיוו, האָבן מיר מיט סלאַוויקן גענומען לויפֿן אַלץ לאַנגזאַמער און לאַנגזאַמער, כּלומרשט אָפּגעשטאַנען פֿון די לויפֿערס. ווען מיר זענען שוין געווען ווײַט פֿון אַלעמען, האָבן מיר זיך באַהאַלטן בײַ דער זײַט, הינטער די הויכע סאָסנעס. שטייענדיק אין חושך צווישן די הויכע ביימער, האָבן מיר געציטערט פֿון קעלט, געשפּרונגען פֿון איין פֿוס אויף די אַנדערע, פּרובירט זיך צו דערוואַרעמען כאָטש אַ ביסל, און געוואַרט ביז די ראָטע וועט לויפֿן צוריק. מיר האָבן באַוויזן צו אויסרייכערן אַ ציגאַרעט צי צוויי, ביז זיי זענען לעבן אונדז דורכגעלאָפֿן צוריקוועגנס. דאַן האָבן מיר זיך „צוגעסטרויעט‟ פֿון הינטן, און געלאָפֿן מיט אַלעמען גלײַך, אַזוי ווי מיר וואָלטן קיין מאָל נישט פֿאַרלאָזט אונדזערע לויפֿנדיקע חבֿרים.

מיט אַזאַ־אָ כיטרעם גאַנג זײַנען מיר מיט סלאַוויקן „געלאָפֿן‟ אַ היפּשע צײַט, ביז דער „רוצח‟ האָט אונדז ניט געכאַפּט. ער איז נישט געוואָרן נישט בייז און נישט אין כּעס. ער האָט פּשוט אויסגעטראַכט אַ ספּעציעלע שטראָף פֿאַר אונדז. וואָס פֿאַר אַ נײַ אָנשיקעניש? ער האָט אונדז באַפֿוילן צו קומען אויף דעם גרויסן פּלאַץ, הינטער דעם ספּאָרט־זאַל. ווען? פֿיר אַ זייגער נאָך מיטאָג, ווען אַלע קורסאַנטן קריגן אַ פֿרײַע שעה צו טאָן וואָס זיי ווילן: איינער לייענט, דער צווייטער שרײַבט אַ בריוו דער מאַמען, דער דריטער שפּילט אויף אַ גיטאַרע. קיין ברירה האָבן מיר נישט געהאַט, און אנשטאָט די אַלע גוטע זאַכן, האָבן מיר אויסגעפֿירט וואָס דער „באַנדיט‟ האָט אונדז געהייסן.

פּונקט צו דער צײַט זײַנען מיר שוין געשטאַנען אַוווּ ער האָט אונדז געהייסן, און געוואַרט אויף אים. אינמיטן דעם ברייטן פֿאַרשנייטן פּלאַץ איז געשטאַנען אַ הויכער לאַמטערן־האַלטער מיט אַ פֿיר־קאַנטיקן הויכרעדנער פֿון אויבן. געוויינטלעך, אויף דעם זעלביקן פּלאַץ האָט מען אונדז געלערנט מאַרשירן, און דורך דעם רעדער האָט מען געשפּילט און געפּויקט אין די אויערן מיט סאָוועטישע מיליטער־מאַרשן. אין אַ פּאָר מינוט אַרום האָט זיך באַוויזן יאַניס, דווקא אין אַ גוטער שטימונג. ער האָט זיך אונטערגעפֿײַפֿט עפּעס אַ מעלאָדיע, און געשמייכלט צו אונדז, ווי מיר וואָלטן געווען זײַנע לײַבלעכע און געטרײַע פֿרײַנט. מיר האָבן אים סאַלוטירט, ווי עס פֿירט זיך, און ער האָט זיך דיסלאָצירט אונטער דעם לאַמטערן־סלופּ. אונדז האָט ער געהייסן אויסצוטאָן די שינעלן מיט די גימנאַסטיאָרקעס און אָנהייבן לויפֿן אַרום דעם פּלאַץ מיט ברייטע קרײַזן. דאָס האָט אויסגעזען ווי מיר וואָלטן געלויפֿן אַרום אים, יאַניסן. און אפֿשר האָט ער עס אַזוי אויסגעפּלאַנירט, כּדי צו קריגן נאָך מער הנאה פֿון דער גאַנצער מעשׂה?

פּלוצעם האָט גענומען פֿונעם הויכרעדער שפּילן אַן אויסלענדישע מוזיק: לידער אויף עפּעס אַ סלאַווישער שפּראַך. טשעכיש? פּויליש? איך האָב זיך צוגעהערט, נאָר קיין אַנונג נישט געהאַט אויף וועלכע שפּראַך און וועגן וואָס זינגט מען. נאָר וואָס פֿאַר אַ נפֿקא־מינה? אַבי מ’שפּילט מוזיק איז שוין פֿריילעכער. דאָס האָט אַפֿילו פֿאַרבעסערט אונדזער שטימונג, דעם מצבֿ־רוח. אַזוי זײַנען מיר געלאָפֿן צום טאַקט פֿון דער מוזיק אַ מינוט 30-20, אַרומגערינגלט דעם פּאַסקודנעם סערזשאַנטיקל, ביז ער האָט אונדז נישט אָפּגעשטעלט. מיר האָבן זיך אַפֿילו גוט אָנגעוואַרעמט און אויסגעטרייסלט די ביינער, ווי מ’זאָגט. יאַניס האָט אונדז געהייסן זיך אומקערן אין דער ראָטע, און מאַכנדיק מיט זײַן ווײַזפֿינגער אַ „נו-נו-נו‟, האָט ער אונדז אָנגעזאָגט, ווי ער וואָלט גערעדט מיט קליינע קינדער:

— נו סימוליאַנטן, אָפּציִערס! יעצט פֿאַרשטייט איר שוין, אַז פֿון מיר קען מען זיך נישט באַהאַלטן? ווען איך זאָג לויפֿן — לויפֿט מען! פֿאַרשטאַנען?

— פּונקט אַזוי, חבֿר סערזשאַנט! — האָבן מיר אויסגעשריגן צוזאַמען און מיט דער רעכטער האַנט אים אָפּסאַליוטירט.

אַזוי זענען מיר זיך צעגאַנגען: איך מיט סלאַוויקן צו די קאַזאַרמעס, צו אונדזערע חבֿרים, און ער איז אַוועק מסתּמא צוגרייטן נאָך עפּעס אַ „סורפּריז‟ פֿאַר די קורסאַנטן, נאָך עפּעס אַ שלעכטס. אַזוי איז געווען זײַן טבֿע.

איר מיינט דאָך, אַז פֿון דאַן אָן האָבן מיר אָנגעהויבן „לויפֿן ווי מענטשן‟? נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן! ס׳איז דאָך באַקאַנט, אַז ווען מע דריקט אויף אַ מענטשן צו שטאַרק, געפֿינט ער מיטלען, ווי אַזוי זיך אַרויסצודרייען פֿון דעם דרוק. האָבן מיר אויך געפֿונען אַנדערע וועגן אויסצומײַדן דאָס „משוגעס‟ פֿון לויפֿן די פֿאַרשאָלטענע צען קילאָמעטער. איר קענט זײַן זיכער, אַז יאַניס דער „רוצח‟, דער באַוווּסטער סערזשאַנט־טשעמפּיאָן האָט אונדז מער קיין מאָל נישט געכאַפּט.

[1] אוטשעבקע (רוס.) — לערנאַנשטאַלט פֿאַר נײַ־מאָביליזירטע

המשך קומט

Leave a comment