נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 84

די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט שרײַבן אונטער “די ווענדונג צום וועלט־ייִדנטום”

דעם צוועלפֿטן אַווגוסט…
 

אין יאָר 1984 איז אין מאָסקווע בײַם פֿאַרלאַג „רוסקי יאַזיק‟ (רוסישע שפּראַך) דערשינען דער רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך, וואָס האָט באַלד באַקומען דעם צונאָמעניש „רויטער‟, צוליב זײַן האַרטן רויטן אײַנבונד. דער גורל פֿונעם ווערטערבוך שפּיגלט אין אַ געוויסער מאָס אָפּ דעם גורל פֿון דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור און וויסנשאַפֿט אין דעם נאָך־מלחמהדיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָנגעהויבן האָט זיך דער וועג פֿונעם ווערטערבוך אין 1946 אין די ווענט פֿונעם קיִעווער „קאַבינעט פֿאַר סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, שפּראַך און פֿאָלקלאָר‟ בײַ דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון אוקראַיִנע. פֿיר זײַנען זיי געווען, וואָס האָבן טאָג־טעגלעך זיך אָפּגעגעבן מיט דער אַרבעט איבערן ווערטערבוך: משה שאַפּיראָ (1899־1973), חיים לויצקער (1898־1970), ראובֿן לערנער (1912־1972) און משה מײַדאַנסקי (1900־1973). בראָש פֿון דעם גרויסן פּראָיעקט איז געשטאַנען דער ייִדישער אַקאַדעמיקער־לינגוויסט אלי ספּיוואַק.

רוסיש ייִדישער ווערטערבוך

צום יאָר 1949 איז דער ערשטער וואַריאַנט פֿונעם ווערטערבוך צונויפֿגעשטעלט געוואָרן. אָבער דאָ קומען אין באַוועג די מיטל־עלטערלעכע מילשטיינער פֿון דער סאָוועטישער אינקוויזיציע; דער „ייִדישער קאַבינעט‟ אין קיִעוו ווערט געשלאָסן, פּונקט ווי אַלע אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס איבערן לאַנד, די מיטאַרבעטער — ווער אַרעסטירט און ווער געלאָזט דערווײַל אויף הפֿקר. דער כּתבֿ־יד פֿונעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך ווערט קאָנפֿיסקירט און פֿאַרשפּאַרט אין די קעלערן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען אָן אַ סימן ווען־עס־איז באַפֿרײַט צו ווערן.

נאָך צענדליקער יאָרן איז דער כּתבֿ־יד פֿונעם ווערטערבוך פֿאָרט באַפֿרײַט געוואָרן. די אַלטע „בריגאַדע‟ מחברים, אין שפּיץ מיט משה שאַפּיראָ, זײַנען סײַ פֿיזיש און סײַ מאָראַליש אויסגעשעפּט געווען. אין די אָנהייב 1970ער האָבן זיי איינער נאָכן אַנדערן פֿאַרלאָזט די וועלט.

און די אָנהייב 1980ער קומט צום טיש מויני שולמאַן. ער האָט געהאַט אַ שם פֿון דעם בעסטן סטיליסטישן רעדאַקטאָר. דערצויגן אין דער סאָוועטישער ייִדישער שפּראַך־סיסטעם, האָט ער דורכגעמאַכט דעם וועג פֿון אַ ייִדישן רעדאַקטאָר, אָנהייבנדיק פֿון דער כאַרקאָווער צײַטונג „יונגע גוואַרדיע‟ ביז דער מאָסקווער „אייניקײַט‟; נאָך די רדיפֿות איז ער ממשיך געווען זײַן אַרבעט אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און אין דעם פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟.

אינעם אַרײַנפֿיר צום ווערטערבוך איז אָנגעוויזן, אַז „דער טויט פֿונעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן רעדאַקטאָר, פּראָפֿעסאָר אלי ספּיוואַק האָט איבערגעריסן די ווײַטערדיקע אַרבעט איבער דער אויסגאַבע‟. אַפֿילו דאַן האָט מען נישט געוואַגט אָנצורופֿן די אמתע סיבות סײַ פֿון ספּיוואַקס טויט און סײַ פֿונעם אָפּשטעלן די אַרבעט איבערן ווערטערבוך.

הײַנט ווייסן מיר שוין דעם שרעקלעכן אמת: אלי ספּיוואַק איז אַרעסטירט געוואָרן דעם 13טן יאַנואַר 1949 אין קיִעוו און איז איבערגעשיקט געוואָרן קיין מאָסקווע, ווי אַ באַשולדיקטער אין מיטאַרבעטן מיטן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. די פֿאַרהערן האָבן געפֿירט די אויספֿאָרשער ריומין און מערקולאָוו, וואָס האָבן זיך אויסגעטיילט מיט זייערע סאַדיסטישע מעטאָדן: שאַנטאַזש, פּײַניקונג, שלאָגן אין פּנים און אין דיכווינקל מיט די פֿיס. זיי האָבן געהאָדעוועט די אַרעסטירטע מיט געזאַלצענע פֿיש און פֿאַרווערט צו געבן זיי טרינקען וואַסער. נאָך איינעם אַזאַ מערדערישן פֿאַרהער איז אלי ספּיוואַק געשטאָרבן פֿון אַ בלוט־שטורץ אין די געהירן.

דער רויטער אײַנבונד פֿונעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך איז בפֿירוש באַרעכטיקט. ער איז אײַנגעטונקען אינעם ייִדישן בלוט.

אין גיכן נאָך דעם ווי דער ווערטערבוך האָט סוף־כּל־סוף דערזען די ליכטיקע שײַן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט מויני שולמאַנען בײַ אים אין דער היים. ער האָט אויפֿגעבלעטערט דעם רויטן בוך אויף דער זײַט 121 און זיך אָנגעשפּאַרט מיטן פֿינגער אינעם רוסישן וואָרט двенадцатый (דווענאַדצאַטיִי) — צוועלפֿטער. ווי אַ בײַשפּיל, איז ווײַטער געשטאַנען שוין נאָר אין ייִדיש: „דעם צוועלפֿטן אַווגוסט…‟ וואָס האָט געזאָלט מיינען: ווער עס ווייסט, וועט פֿאַרשטיין! מיר האָבן זיך שטיל איבערגעקוקט. יאָ, דעם צוועלפֿטן אויגוסט 1952 איז אין די קאַזעמאַטן פֿון „לוביאַנקאַ‟ אויסגעפֿירט געוואָרן דער לעצטער בלוטיקער פּסק אינעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט…

אויף אַזאַ שטילן אופֿן האָט דער ייִדישער רעדאַקטאָר מויני שולמאַן זיך נוקם געווען אין די תּלינים פֿון דער סאָוועטישער מלוכה.
 

אַ בכּבֿודיקע אונטערנעמונג צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די מערדעריש־אומגעבראַכטע מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָבן הײַיאָר דורכגעפֿירט די אַמעריקאַנער ייִדישע אינסטיטוציעס: אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס (שיין בייקער), אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך אין לאָס־אַנדזשעלעס (מירי קאָראַל), ייִדישער אַרבעט־קאָמיטעט און אַרבעטער־רינג (ניקאָלײַ באָראָדולין).

די זום־פּראָגראַם, געפֿירט פֿון שיין בייקער, האָט צונויפֿגענומען בײַ די 200 געסט פֿון אַלע קאָנטינענטן. צווישן די באַטייליקטע זײַנען געווען באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס — אַקטיאָרן, מוזיקער, זינגער, איבערזעצער, שרײַבער. עס זײַנען אויסגעפֿירט געוואָרן ווערק פֿון די ייִדישע סאָוועטישע מחברים.

בעלאַ בריקס־קליין, ז״ל

דעם 16טן אויגוסט האָב איך באַקומען אַ בשׂורה־רעה — נאָך אַ שווערער שלאַפֿקייט האָט אונדז פֿאַרלאָזט בעלאַ בריקס־קליין. מיר זײַנען געווען מיט איר באַקאַנט נישט איין צענדליק יאָר. איך געדענק שוין פּינקטלעך נישט, צי כ׳האָב זיך פֿריִער באַקאַנט מיט בעלאַן, צי ס׳איז קודם אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו שאַפֿן אין ישׂראל אַ ביוראָ פֿון דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟; יעדנפֿאַלס, ווען די ביידע זאַכן זײַנען צונויפֿגעפֿאַלן, איז דערפֿון אַרויס אַ מזלדיקער שידוך. בעלאַ איז געוואָרן די פֿאַרוואַלטערין פֿון דעם־”פֿאָרווערטס”־ביוראָ אין ישׂראל. בעלאַ האָט זיך אָפּגעגעבן דער אַרבעט מיטן פֿולן ברען און זייער שאַפֿעריש.

בעלאַ בריקס־קליין מיטן בילד פֿון איר טאַטן, דעם שרײַבער ירחמיאל בריקס

נישט זעלטן פֿלעגט זי זיך אַרײַנכאַפּן קיין ניו־יאָרק, די שטאָט פֿון איר קינדשאַפֿט און יוגנט. יעדעס מאָל פֿלעגן מיר פֿאַרברענגען מיט איר אַ פּאָר שעה, אַרומרעדן אונדזערע רעדאַקציע־ענינים און דערנאָך זיך אַרײַנכאַפּן אויף אַ לאַנטש אינעם גריכישן רעסטאָראַנדל לעבן דעם בנין, וווּ די רעדאַקציע האָט זיך געפֿונען; און יעדעס מאָל איז נאָך אַזאַ טרעפֿונג פֿאַרבליבן אויפֿן האַרצן אַ לײַכט געפֿיל, ווי עס טרעפֿט, בעת מע זעט זיך מיט אַ גוטן פֿרײַנד.

אַוודאי איז איר געווען נישט גרינג צו פֿאַרשפּרייטן אַ ייִדישע צײַטונג אינעם לאַנד, וווּ ייִדיש האָט זיך געהאַלטן, אַ דאַנק דעם ענטוזיאַמם פֿון געציילטע פּערזענלעכקייטן און דער נאָסטאַלגישער ליבע פֿון יחידים. ס׳איז טאַקע ריכטיק געזאָגט געוואָרן, אַז ייִדיש רעדט מען נישט, ייִדיש רעדט זיך. צום גרויסן באַדויערן, האָט דער עלטערער דור ייִדיש־רעדערס כּמעט נישט געקאָנט לייענען ייִדיש. אַ צײַטונג נייטיקט זיך אין אַ לייענערשאַפֿט. אָבער בעלאַ האָט זיך נישט אונטערגעגעבן: באַזוכט די אונטערנעמונגען פֿון די ייִדיש־קלובן, אויפֿגעטראָטן מיט לעקציעס, געטאָן, ווי מע זאָגט, וואָס איז מעגלעך און אוממעגלעך. נישט תּמיד פֿלעגט זי געפֿינען אַ פּאַסיקן ענטפֿער אויף אירע אָפֿנהאַרציקע און אויפֿריכטיקע מעשׂים לטובֿת ייִדיש, אָבער קיין בייז אויף דעם האָט זי נישט געטראָגן.

בעלאַ איז געווען אַ ליכטיקער און באַשיידענער מענטש, און נאָך איך אַוועקגיין איז אויסגעלאָשן געוואָרן אויף אונדזער ייִדישן הימל אַ העל־שטראַלנדיק שטערנדל.

כּבֿוד איר אָנדענק!


די זום־פּראָגראַם פֿון דער אָנדענק־אונטערנעמונג, לזכּרון דעם 12טן אויגוסט, 1952:

Leave a comment