בערל קאָטלערמאַן
רחל וויל זיך ניט טרייסטן
(אויפֿן טויט פֿון נועה מרציאנו הי”ד)
גופֿעלעך-שטרוי, רויך און פֿעדערלעך…
חיים־נחמן ביאַליק
אוי ווי שטעכעדיק זײַנען די שטרויען
אונטער באָרוועסע איידעלע פֿיס
פֿון אור און פֿון נועה
פֿון משה
פֿון שלמה
און ווי ברעכעוודיק זיס
איז דאָס לעבן
ווען עס שפּרייטן זיך אויס אַלע שטעגן
איבער פֿרײַנדלעכע פֿרידלעכע פֿעלדער
איבער בריקן און וועלדער
אונטער זון
אונטער רעגן
רחל וועט אײַך קיין מאָל ניט פֿאַרגעבן
דאָס וואָס איז אומפֿאַרגעבלעך
ווען צעפֿליִען זיך שערבלעך
פֿונעם לעבן
וואָס איז
אַזוי ברעכעוודיק זיס
14.11.2023
וְשָׁבוּ בָנִים
טיפֿע היילן, בייזע רוחות,
פּחד, צער און פּײַן —
רחל רופֿט מיט שווערע טרערן:
עופֿעלע דו מײַן!..
קלאָג און יאָמער, מאַמע רחל,
ווי אַמאָל אויך הײַנט
ביסט געצוווּנגען זוכן קינדער
אינעם לאַנד פֿון פֿײַנט.
גיס די טרערן, רחל־סערצע,
וויין אויס זיך, רחל־קרוין,
קיין טרייסט נישטאָ פֿאַר דיר דערווײַל,
נאָר ווייס: ס’אי דאָ אַ לוין.
כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ
וְיֵשׁ תִּקְוָה:
וְשָׁבוּ בָנִים לִגְבוּלָם,
עוֹד לֹא אָבְדָה.
טיפֿע היילן, בייזע רוחות,
פּחד, צער און פּײַן —
רחל ווערט ניט מיד צו רופֿן:
עופֿעלע דו מײַן!
י”א במרחשוון תּשפּ”ד
אין שפּינוועבס
האַסטיקע ווינטן פֿאַרלעשן קוים זשיפּענדע ליכט,
שאָטנס ניט־זיכערע פֿיבערן און טוען פֿאַרשווינדן,
ס’שפּיגלט זיך אָפּ אינעם פֿערדישן אויג דײַן געזיכט,
ס’ציִען זיך נעכט אומרחמנותדיק, טויבע און בלינדע.
וואַרט, מיר’ן רײַטן בײַנאַנד דורך באַצויבערטן וואַלד,
וועלן אָפּהאַלטן די פֿערד מיר בײַ זאַמדיקע ברעגן,
דעמלט וועסט געבן אַ וואָרט, אַז אָט שוין זשע אָט באַלד…
באַלד וועסטו קומען אַהיים פֿון פֿאַרוואָגלטע וועגן.
דאָרטן בײַ היימישע ווענט וועסט זיך זעצן צום טיש,
וועסטו דערשפּירן דעם גרוך פֿון געפּרעגלטע בולבעס,
וועט דיר די מאַמע דערלאַנגען אַ טעלערל פֿיש,
וועט דיר דער טאַטע דערציילן פֿון שטייגערשע עובדות,
וועט מען דיך פֿירן צום שלאָף אין דײַן הילצערנער בעט
לעבן דעם אַלטן קאַמאָד מיט מלבושים פֿאַר קינדער,
וועסט זיך אויפֿכאַפּן פֿון חלום פֿאַרלאָזט אין שפּינוועבס
מיט אַ געשריי אין דער נאַכט אין דער טויבער און בלינדער.
סוף אייר תּשפּ”ד
בְּחַיֵּיכוֹן וּבְיוֹמֵיכוֹן
(צו די שלושים נאָך דער שׂימחת־תּורה־שחיטה)
ווידער וועלן וואַקסן ווײַנשלען
רויט און פֿײַכט,
וועל איך עלנט רײַסן קבֿרים —
ניט מיט אײַך.
ס’וועט באַגינען זיך ווי פֿריִער
נאָך אַ טאָג,
וועט איר האַלטן שיינע דרשות
אָן אַ טאָלק,
וועט איר איבערוועגן רוצחים:
ווער זשע טויג,
וועט איר מאַכן פֿון דער ווײַטנס
מיטן אויג,
וועט איר ווײַטער טרײַבן מוסר
אויף אַ קול —
צײַט די ייִדן זאָגן קדיש,
ווי אַמאָל.
מרחשוון תּשפּ”ד
אַ בוים אין פֿעלד
כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה (דברים כ יט)
ווען עס האָט דעם אָטעמלאָזן זעלנער
צוגעדריקט צו זיך די קאַלטע ערד,
האָט אַ זיפֿץ געטאָן די ערד: נאָך איינער…
ס’לעבט דאָך עשׂיו ווײַטער אויף דער שווערד.
נאָר דער זעלנער וויל זיך ניט נאָכגעבן,
נאָכן טויט איז קיין געזעץ ניטאָ.
ס’האָט צעפֿירט די הענט ער ווי בײַם לעבן,
אויסגעשטרעקט די פֿיס, דערהויכט דעם קאָפּ —
ס’איז געוואָרן אַ בוים אין פֿעלד דער זעלנער,
נאָך אַ מאָל דערשיסן וועט אים קיינער.
………..
סאַלוטירט דער בוים מיט אַלע צווײַגן,
שוועבן כמאַרעס ביטערלעך און שווײַגן.
יום־הזיכּרון תּשפּ”ד
זיבנפֿאַך
(אַ קינה)
שטאָל און אײַזן, קאַלט און האַרט און שטום,
שמיד אױס אַ האַרץ פֿאַר זיך, דו מענטש — און קום!
חיים־נחמן ביאַליק
רײַס אָפּ די אויגן פֿונעם גרויען נײַעס־שטראָם,
זיץ אויפֿן דיל און וויין, און וווי, און הויל
פֿון הוילן גרויל,
ווײַל דאָרט, וווּ האָט אַ בלום געבליט אין פֿעלד,
אַ קערפּער פֿון אַ מיידל איינזאַם ליגט,
און וווּ אַן עופֿל האָט געפּאַטשט די הענט מיט פֿרייד,
מיט בלוט פֿאַרפֿלעקטע ליאַלקעס צווישן ווענט
געחרובֿט שרײַען אָן אַ קלאַנג און אָן אַ קול
און וואַרטן נאָך, אַז עמעץ זאָל זיי הערן…
שמיד צו דײַן פּײַן און האַרץ אויף תּמיד
צו יענעם צוים, צו יענעם עמוד,
וואָס האָט געמוזט זיי היטן
פֿון דער שחיטה.
דו — גיב אַ וואָרט פֿאַר זיי, אַ נדר —
זיבנפֿאַך.
מוצ”ש כּ”ט בתּישרי תּשפּ”ד