לאַפּסוס־קאַקטוס — 84

דער מילנער

צווישן די אַזוי גערופֿענע „ברויט־פּרנסות‟, דאָס הייסט, דער אַרבעט, וואָס פֿלעגט ברענגען דעם פּרנסה־געבער און זײַן משפּחה ברויט צו זאַט, וואָלט מען געקאָנט אָנרופֿן אויך דעם מילנער. נאָר דאָס מיינט לחלוטין נישט, אַז דער מילנער איז חלילה געווען אַ גבֿיר. צו פֿאַרדינען זײַן שטיקל ברויט פֿון דעם מעל, וואָס ער פֿלעגט אָנמאָלן, האָט ער געדאַרפֿט גוט בייגן דעם קריזש. ווי יענער ייִד האָט זיך געקלאָגט: „איך האַלט אַ מיל, האָלט איך, דאָס הייסט, די מיל האַלט מיך, װאָרום װי זאָגט איר, אַז מע קריכֿט אַרײַן ליגט מען, אַ ברירה האָט מען? ס’איז אַ ראָד, פֿאַרשטייט איר מיך, סע דרייט זיך!‟ (שלום־עליכם, „בײַם דאָקטער‟)

אַ ווינטמיל

בדרך־כּלל איז די מיל געשטאַנען דווקא נישט אין שטעטל. די ראָד פֿון דער וואַסערמיל האָט זיך געדרייט אויפֿן טײַך, און די פֿליגלען פֿון דער ווינטמיל האָט דער ווינט געדרייט ערגעץ אין מיטן פֿעלד אויף אַ באַרג, ווי אין כעלם, למשל. דעריבער פֿלעגט דער מילנער מיט זײַן משפּחה זיך ווייניק קאָכן אינעם שטעטלדיקן לעבנס־קעסל; זײַן מער אָפּגעזונדערט, מער פֿאַרטאָן אין זײַן אייגענער „קלאַפּערײַ‟. דעריבער פֿלעגט מען זאָגן: „ער איז טויב ווי אַ מילנער; אַ מילנער הערט אױף צו שפּירן די קלאַפּערײַ פֿון דער מיל, װען ער װױנט אין איר טאָג אױס, טאָג אײַן. ערשט, װען ער פֿאַרלאָזט די מיל אױף אַ צײַט און קערט זיך אום צוריק, באַמערקט ער װידער דעם גערױש.‟

ס׳רובֿ קליענטן בײַם מילנער זײַנען פֿאָרט געווען פּויערים פֿון די אַרומיקע דערפֿער. דער מילנער אַליין האָט זיך ווייניק אײַנפֿאַרשטאַנען אין די קליינע אותיותלעך. געוויס, אַז אויך זײַנע קינדער זײַנען נישט זעלטן געוואַקסן פּאָלנע עם־הארצים. מע דערציילט, אַז דער רבי פֿונעם שטעטל אָסטרי, ר׳ נחום, איז געזעסן שיבֿעה נאָך זײַן זון, הלמאַי יענער האָט חתונה געהאַט מיטן מילנערס טאָכטער.

צוליב דעם אָפּגעזונדערטן לעבנס־שטייגער, פֿלעגן אַרום דעם מילנער נישט זעלטן אַרומגיין פֿאַרשיידענע באָבע־מעשׂיות, למשל, אַז דער מילנער איז אַ נאַשבראַט מיט די רוחות, מחמת זיי האָבן ליב זיך צו שפּילן מיט די מילפֿליגלען; אַז דער מילנער פֿון אַ וואַסערמיל חבֿרט זיך מיט שדים און וואַסערגײַסטער. צו מאָל איז דער מילנער אָפּגעקומען צוליב דעם מאַנגל אויף אַ שטיקל ברויט אין די הונגעריקע צײַטן, בײַ גלײַך מיטן בעקער און פּויער.

דזשאָן קאָנסטעבל, וואַסערמיל

אַ שטיקל ברױט

— מאַמע , מאַמע , גיב מיר אַ שטיקל ברױט!
— גײ, מײַן קינד, צום בעקער, וועט ער דיר געבן אַ לעבל ברױט.
— בעקער, בעקער, גיב מיר אַ לעבעלע ברױט!
— גײ, מײַן קינד, צום מילנער וועט ער דיר געבן מעל, װעל איך דיר אױסבאַקן אַ לעבעלע ברױט.
— מילנער, מילנער, גיב מיר אַ ביסל מעל!
— גײ, מײַן קינד, צום פּױער, וועט ער דיר געבן קאָרן, די קאָרן װעל איך צעמאָלן אױף מעל, װעסטו ברענגען די מעל דעם בעקער, װעט ער דיר אױסבאַקן אַ לעבל ברױט.
— פּױער, פּױער, גיב מיר אַ ביסל קאָרן!
— גײ, מײַן קינד, אין פֿעלד, געפֿין דאָרטן זאַנגען, איך װעל פֿון די זאַנגען אױסדרעשן די קערנער, וועסטו די קערנער אָפּגעבן דעם מילנער, דער מילנער װעט זײ צעמאָלן אױף מעל, און דער בעקער װעט פֿון די מעל דיר אַ לעבעלע ברױט אױסבאַקן. (צ. פֿרעס, „אַ שטיקל ברויט‟)



ווי עס זאָל נישט זײַן, אויף דער צונג פֿון עמך, איז דער מילנער קיין אָרעמאַן נישט געווען. יעדנפֿאַלס, דאָס ווערטל באַשטעטיקט עס: „ער איז אַזױ הונגעריק, װי דעם מילנערס הינער, אױף אַלע מײַנע פֿרײַנט געזאָגט.‟

זייער בולט און אומעטיק האָט געשאַפֿן די געשטאַלט פֿונעם מילנער אונדזער גרויסער ליריקער מאַרק וואַרשאַווסקי אין זײַן זינגליד „דעם מילנערס טרערן‟. לאָמיר הערן ווי דאָס ליד זינגט דער וווּנדערלעכער זינגער סידאָר בעלאַרסקי.

מיט גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a comment