אַ צווייטער רוים. די רײַזע קיין סטאַמבול

אַ בליק אויף דער שטאָט פֿונעם האָטעל־פֿענצטער

ליובאָוו לאַווראָוואַ

ס’איז געווען מײַן חלום זײַט יונגע יאָרן צו באַזוכן סטאַמבול. אָבער ס’איז ניט מקיים געוואָרן פֿריִער, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. און אָט, סוף אַפּריל, איז געקומען די ריכטיקע צײַט. איך מיט מײַן מאַן זײַנען אָפּגעפֿלויגן קיין טערקײַ. ווי אַ צופֿאַל איז עס אויסגעפֿאַלן אויף פּסח, און איך האָב געטראַכט, אַז מסתּמא וועלן מיר דאָרט באַגעגענען אייניקע מענטשן פֿון ישׂראל, ווײַל די ניט פֿרומע ייִדן האָבן ליב צו רײַזן אין די יום-טובֿים. אַן אַנדערע דערוואַרטונג מײַנע איז געווען צו פֿאַרגלײַכן סטאַמבול און ירושלים — די צוויי שטעט, וואָס האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער וועלט-געשיכטע אין מערערע תּקופֿות. סטאַמבול איז אַפֿילו געווען באַרימט ווי „אַ צווייטער רוים‟.

טערקײַ איז צווישן דער קליינער צאָל מדינות, וווּ די רוסישע בירגער דאַרפֿן ניט קיין וויזע, כּדי אַהין אַרײַנצופֿאָרן. דערפֿאַר איז די ריכטונג פּאָפּולער צווישן רוסישע טוריסטן. דער פֿלי פֿון מאָסקווע דויערט איצט עפּעס פֿינף שעה, כאָטש מיט אייניקע יאָרן צוריק האָט מען געדאַרפֿט בלויז אַ פּאָר שעה. אַ סך מענטשן באַנוצן סטאַמבול, כּדי צו איבערזעצן זיך אויף אַן אַנדער פֿלי און רײַזן ווײַטער.

נאָך אין די 2000ער יאָרן זײַנען געווען ענגע באַציִונגען צווישן טערקײַ און רוסלאַנד סײַ אין האַנדל, סײַ אין דער בוי-אינדוסטריע בשעת די פֿירמע „ענקאַ‟ האָט אויפֿגעשטעלט די באַרימטע געבײַדעס אין מאָסקווע. ס’זײַנען אַנטשטאַנען דעמאָלט אינטערנאַציאָנאַלע משפּחות, געוויינטלעך, מיט אַ רוסישער מאַמען און אַ טערקישן טאַטן. מיר האָבן באַמערקט אַ פּאָר אַזעלכע פּאָרלעך שוין אינעם פֿלי. דאָס האָט אָנגעגעבן אונדזער רײַזע אַ געוויסן קאָלאָריט.

ווען מיר זײַנען אָנגעקומען קיין סטאַמבול גופֿא, האָבן מיר זיך געפֿילט ווי אין דער סאַמע מיט פֿון דער שטאָט בּבֿל!

ערשטער טאָג

בבֿלישע אַטמאָספֿער

איך פֿיל זיך אינגאַנצן פֿאַרכאַפּט פֿון די פֿאַרביקע מענגעס כּל־מיני לענדער אינעם סטאַמבולער עראָפּאָרט. איך האָב געוואַרט דורכצוגיין דעם פּאַס-קאָנטראָל, געקוקט און געהאַט הנאה פֿון די מאַלײַער פּאַסאַזשירן אין ברייטע געלע בגדים, פֿון די טונקלהויטיקע פּאַסאַזשירן און די שיינע פּילאָטן און סטואַרדעסעס אין פֿאַרשיידענע אוניפֿאָרמען. איך האָב אַפֿילו געזען ווי אַ פֿרוי, אָנגעטאָן אין הידזשאַב, וואָס איר גאַנץ פּנים איז פֿאַרבאַהאַלטן, מאַכט דורך דעם פּאַספּאָרט-קאָנטראָל: זי גייט צו צו אַ פֿענצטערל וואָס הינטער אים אַרבעט אַן אַנדערע פֿרוי, ווײַזט דאָס פּנים און שוין.

דער וועטער אין סטאַמבול אין חודש אַפּריל איז וואַרעם און מילד. די ביימער שטייען שוין גרין, אָבער איך האָב כּמעט ניט באַמערקט קיין בלומען. בשעת מיר האָבן געוואַרט אויף אונדזער אויטאָבוס־טראַנספֿער, צוזאַמען מיט אַנדערע טוריסטן, האָב איך באַטראַכט די טאַקסיס — שוואַרצע, אָראַנזש און גרינע. דער פּרײַז ווענדט זיך פֿון דעם קאָליר.

אַ סך אויטאָס האָבן פֿאַרטונקלטע שויבן, דער סאַלאָן איז באַלויכטן מיט נעאָנעווע לעמפּ. די שאָפֿערן זײַנען כּסדר אין געיעג: זיי דרוקן אויפֿן סיגנאַל יעדע סעקונדע, און ווען זיי דרוקן ניט, שרײַען זיי בייז הויך אויף אַ קול דורכן פֿענצטערל איינער אויף דעם אַנדערן. די פֿאַרשטאָפּטקייט אויף די וועגן איז אַ געפֿערלעכע. דערצו שטערן דער באַוועגונג פֿילצאָליקע וועגעלעך, אָנגעלאָדן מיט סחורה. אין אָוונט טשעפּעט מען זיי צו מיט קייטן צו זײַלן.

דער אַרײַנגאַנג אין “גראַנד־באַזאַר”

דער ערשטער אָנבליק אויף דער שטאָט

אויפֿן וועג פֿונעם פֿליפֿעלד זעט זיך גוט אָן די בוכטע „גאָלדענער האָרן‟. זי הייבט זיך אָן ווי אַ קליין טײַכל און לאָזט זיך אויס אין אַ ברייטן אײַנגוס. די ברעגן זײַנען פֿאַרשטעלט מיט הײַזער און מעטשעטן אָן אַ שיעור. אין די פּאַרקן, ווי אומעטום, שפּילן זיך קינדער, שפּאַצירן און פּלאַפּלען פֿרויען, און די מענער פּרעגלען פֿלייש. כּל־מיני שיפֿן און שיפֿלעך שווימען אַהין אין אַהער, און אויף דער ברעג-גאַס האָבן זיך אויסגעשטעלט פֿישערס. די גאַסן זײַנען באַפּוצט מיט רויטע און ווײַסע פֿאָנען, גרויסע און קליינע — די קאָלירן פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿאָן; און אומעטום הענגען גרויסע פּאָרטרעטן פֿון די פּאָליטישע אָדער אַנדערע טוערס, אָבער ניט פֿון אַטאַטיוּרקן אָדער ערדאָגאַנען.

אינעם היסטאָרישן צענטער ווערן די געסלעך ענגער. מע קען באַמערקן אין דער מענגע אַ מולאַ, וועלכער איז באַקליידט אינגאַנצן אין ווײַס. שפּעט אין אָוונט פֿאַרשווינדן פֿון די גאַסן אַלע פֿרויען, און עס בלײַבן נאָר גרופּעס מענער. קרעמלעך ווערן פֿאַרשלאָסן פֿרי, אַרום זיבן אַזייגער. קוים געפֿינען מיר אַן אָרט, כּדי אויסצוטוישן דאָס געלט. מיט די פֿריש באַקומענע טערקישע ליראַס לאָזן מיר זיך גיין אין אַ קליין רעסטאָראַנדל לעבן אונדזער האָטעל.

דאָס עסן איז געשמאַק, כאָטש דער קעבאַב איז צו שאַרף. קיין טיי איז ניטאָ. מע דערלאַנגט אונדז בלויז אַ טעסעלע קאַווע. אָבער ס’איז פֿאַראַן אַ טשײַניק אינעם האָטעל־צימער. דער ערשטער טאָג אין סטאַמבול איז אויסגעגאַנגען. פֿאַרן גיין שלאָפֿן הערן מיר אַ געבעט, וואָס טראָגט זיך פֿון פֿון דעם שכנותדיקן מעטשעט.

צווייער טאָג

סולטאַנאַכמעט. דער היסטאָרישער צענטער

דער היסטאָרישער צענטער

אונדזער האָטעל האָט זיך געפֿונען אין דער היסטאָרישער געגנט פֿון סטאַמבול, אינעם ראַיאָן, וועלכער הייסט סולטאַנאַכמעט. דערפֿאַר איז דער מערסטער טייל מערקווירדיקײטן געווען נאָענט. מע האָט געדאַרפֿט אַריבערגיין די גאַס מיטן מאָדנעם נאָמען „דיוואַן‟, און מ׳איז גלײַך אָנגעקומען צו דער טוריסטישער פֿוסגעייר זאָנע.

אין די אַנטיקישע צײַטן איז דאָרטן געווען אַ היפּאָדראָם. איצט איז דאָ אַ לאַנגער גרויסער פּלאַץ, וווּ עס זײַנען געבליבן דענקמעלער פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות. למשל, דער שיינער דײַטשישער פֿאָנטאַן, דער עגיפּטישער זײַל, באַדעקט מיט היעראָגליפֿן, דער שלאַנגענזײַל. ס’זײַנען פֿאַראַן אויפֿשריפֿטן מיט דערקלערונגען אויף ענגליש, טערקיש און אַראַביש.

פֿונעם פּלאַץ קען מען אַרײַנגיין אינעם האָף פֿון דעם באַרימטן בלויען מעטשעט, וואָס זײַן אַנדער נאָמען איז סולטאַנאַכמעט. כּדי צו זען די מעטשעט פֿון אינווייניק, דאַרף מען וואַרטן אין אַ לאַנגער ריי. מיר האָבן נאָר אַ קוק געטאָן אויף דער געבײַדע פֿון אויסן. זי איז בלוי פֿון אינווייניק דערפֿאַר הייסט זי אַזוי. די מויערן זײַנען ווײַס און גרוי. דורך די פֿענצטערלעך דערשײַנען פֿילפֿאַרביקע וויטראַזשן. פֿאַרן אַרײַנגאַנג געפֿינט זיך אַ גאַלעריע פֿאַר גלויביקע מענטשן, כּדי זיך צו וואַשן.

ניט ווײַט פֿון דער בלויער מעטשעט שטייט די באַקאַנטסטע „אַיאַ-סאָפֿיאַ‟ — פֿריִער אַ קריסטלעכע קירכע און איצט אַ מעטשעט. זײַנע מויערן זײַנען רויט און זעען אויס מאַסיוו. אויף אַ קליינעם פּלאַץ פֿאַרן אַרײַנגאַנג שפּריצט אַ פֿאָנטאַן מיט אינטערעסאַנטע מאָזאַישע בילדער אויף היסטאָרישע און קולטורעלע טעמעס. דאָרט, אויפֿן פּלעצל, קאָן מען זען שטיין רויטע וועגעלעך, וווּ מע פֿאַרקויפֿט טראַדיציאָנעלע בייגעלעך מיט קונזשוט־זערנעס. דאָ קאָן מען זיצן און באַטראַכטן דאָס לעבן אינעם סאַמע צענטער פֿון סטאַמבול, די מישונג פֿון טוריסטן און טערקישע משפּחות. מיר זײַנען אָבער געגאַנגען ווײַטער, ווײַל אונדזער ציל איז געווען דער פּאַלאַץ „טאָפּ-קאַפּי‟.

דער פּאַלאַץ „טאָפּ-קאַפּי‟

דער פּאַלאַץ איז ניט קיין איינציקע געבײַדע, נאָר אַ גאַנצע ריזיקע טעריטאָריע מיט הײַזער און סעדער, וווּ מען דאַרף פֿאַרברענגען אַמווייניקסטן אַ האַלבן טאָג ביז מע זעט אַלץ, כאָטש אויבערפֿלעכלעך. די אײַנטריט־בילעטן קאָסטן זייער אַ סך. אין אַ באַזונדערן קיאָסק פֿאַרטיילט מען אוידיאָ-וועגווײַזערס אין אויסטויש אויפֿן פּאַספּאָרט.

טאָפּ-קאַפּי איז אַרומגערינגלט מיט מויערן, דערפֿאַר דאַרפֿן די באַזוכערס דורכגיין דורך אַ טויער. עס זײַנען אינגאַנצן פֿיר הויפֿן, איינער נאָכן אַנדערן, און צווישן זיי אויך טויערן.

דער סאַמע סודותדיקער טייל איז דער האַרעם. נאָך אַ באַזונדערן טויער הייבט זיך אָן אַ לאַבירינט פֿון צימערן, קאָרידאָרן און הייפֿלעך. אַלץ איז דעקאָרירט אויף יעדן מעגלעכן אופֿן — מיט שניצערײַ און וואַנטגעמעלן, מיט קעראַמיק און אינקרוסטאַציעס. די מאָטיוון זײַנען שטרענג אָרנאַמענטאַליש לויטן רעליגיעזן קאַנאָן. דאָס מעבל איז פּראָסט און אַפֿילו פּרימיטיוו אין דער פֿאָרעם, אָבער זעט פּרעכטיק אויס צוליב דער צירונג. די אָרנאַמענטן ציִען צו זיך צו דאָס אויג.

כאָטש דער אינטעריער איז גלענצנדיק, האָב איך ניט געקאָנט פּטור ווערן פֿון טרויעריקע מחשבֿות, אַז דאָס ווײַבלעך לעבן אינעם האַרעם איז געווען אָפֿט גאָר טראַגיש, צוליב אינטריגעס, באַגרענעצונגען און אָן שום פֿרײַהײט.

אַגבֿ, איז מיט מיר געשען אינעם האַרעם האַלב קאָמישע, האַלב דראַמאַטישע סיטואַציע. אין אייניקע צימערן פֿונעם פּאַלאַץ זיצן און שטייען מאַנעקענען פֿון פֿאַרשיידענע היסטאָרישע פּערסאָנאַזשן, וועלכע האָבן געוווינט דאָרטן. למשל, וויזירן, וועכטערס, דינערס און אַנדערע. אינעם האַרעם האָב איך דערזען אַ ווײַבלעכע פֿיגור, וועלכע האָט זיך, זיצנדיק אויף אַ מין סאָפֿקע, נידעריק אָנגעבויגן. די פֿיגור האָט אויסגעזען גאַנץ אומבאַוועגלעך. זי איז געווען באַקליידט אין טונקעלע בגדים און האָט געטראָגן אַ שוואַרצן קאָפּטוך. איר פּנים האָט זי פֿאַרשטעלט מיט די הענט און זיך ניט גערירט.

איך האָב אויף איר אַ קוק געטאָן, זײַענדיק זיכער, אַז עס איז אַ מאַנעקען. נאָכדעם האָב איך זי פֿאָטאָגראַפֿירט און גרייט געווען צו גיין ווײַטער. פּלוצעם צו מײַן דערשטוינונג האָט זיך די פֿיגור אַ ריר געטאָן פֿון אָרט! ס’איז מיר קלאָר געוואָרן, אַז דאָס איז אַ לעבעדיק מיידל. זי האָט געדאַוונט. ס׳האָט מיר אויסגעזען, אַז זי האָט מיך ניט באַמערקט.

אַ חוץ דעם האַרעם, זײַנען פֿאַראַן אין טאָפּ-קאַפּי אַ סך אַטראַקציעס. איינע פֿון זיי איז דעם סולטאַנס שאַצקאַמער. דאָרט געפֿינט זיך אַ פּרעכטיקע אויסשטעלונג פֿון כּל־מיני זאַכן: פֿון מלוכישע אָרדענס ביז פּיפּקעס, פֿון צירונג ביז אַ קינדערש וויגעלע. אַ מאָל איז עס אַפֿילו ניט קלאָר, וואָס פֿאַר אַן אָביעקט דאָס איז. דער הויפּט־פּרינציפּ איז, אַז יעדע זאַך איז רײַך באַפּוצט מיט דימענטן, סמאַראַגדן און פּערלן, וואָס פֿאַרוואַנדלען די זאַך אין אַ מוזיי־עקספּאָנאַט.

ערלעך געזאָגט, האָבן מיר אָנגעהויבן ניט מיט דעם האַרעם און ניט מיט דער שאַצקאַמער, נאָר מיט דער קיך און אַנדערע אַזעלכע ניט חשובֿע ווירטשאַפֿטלעכע געבײַדעס. ס’איז צוליב דעם וואָס זיי געפֿינען זיך נענטער צום אַרײַנגאַנג. און ס’איז טאַקע כּדאַי געווען, װײַל זיי דערלויבן זיך פֿאָרצושטעלן דעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿונעם לעבן אין יענע צײַטן.

די טוריסטן גייען איבער פֿון איין הויף צום צווייטן און מאַכן זיך באַקאַנט מיט די אוצרות פֿונעם סולטאַן — זײַנע זייגערס און געווער, בגדים און ביכער, אומצאָליקע כּלים. אינדרויסן געניסן זיי פֿון ביימער און בלומען, גראָז און פֿייגעלעך. בײַ סאַמע סוף דערוואַרט די באַזוכערס אַ נאַטירלעכע מתּנה — אַ בליק אויף באָספֿאָר.

דאָרטן איז אַ מאַרמאָר־פּלאַץ. דאָס וואַסער אונטן איז ברייט, און עס פֿאַרכאַפּט דאָס אויג. עס קערט זיך ווידער אום דאָס געפֿיל פֿון בבֿל, אַ געמיש פֿון פּנימער און שפּראַכן. פֿון דעסטוועגן, גיט זיך מיר אײַן צו פֿאַרשטיין דעם טײַטש פֿון אייניקע ווערטער אוּן פֿראַזעס. אין גיכן קערן מיר זיך צוריק אום צום ערשטן גאָרטן און ערשטן טויער…

איך דערמאָן זיך ווי מײַן טאַטע איז געגאַנגען שפּאַצירן מיט מיר ווי אַ קינד קיין „ווע-דע-ענ-כאַ‟ אין מאָסקווע, די באַרימטע סאָוועטישע אויסשטעלונג פֿון די דערגרייכונגען אין דער פֿאָלקסווירטשאַפֿט. די דערגרייכונגען פֿון דעם סולטאַנס ווירטשאַפֿט זײַנען ניט ווייניקער. מײַן מאָבילקע דערווײַזט 12 טויזנט שריט, וועלכע מיר האָבן געמאַכט.

דער רעשט פֿונעם טאָג גייט דורך אָן שום געשעענישן — מיר עסן אין אַ רעסטאָראַן אויף דער גאַס, וווּ די גאַסן-פּעדלערס דערלאַנגען אונדז רויזן. דער טאָג ענדיקט זיך ווי נעכטן מיט דעם מועדזינס געבעט.

דריטער טאָג

אויפֿן מאַרק “גראַנד־באַזאַר”

גראַנד־באַזאַר

אונדזער ווײַטערדיקער ציל איז געווען דער באַרימטער מאַרק, גראַנד-באַזאַר. מיר האָבן געקויפֿט צוויי טראַנספּאָרט-קאַרטן, יעדע פֿאַר 70 ליראַס, און זײַנען אָפּגעפֿאָרן צוויי סטאַנציעס צום מאַרק.

אין מאַרק טרעפֿט מען דורך אַ טויער. די האַנדל-רייען זײַנען באַדעקט מיט אַ סטעליע, וואָס איז באַמאָלט מיט בלומען. די קיאָסקן שטייען אין לאַנגע ליניעס, ווי גאַנצע גאַסן, וועלכע זײַנען אָפּגעטיילט צווישן זיך מיט זײַלן. אויף אייניקע זעט מען וואַש-פֿאָנטאַנען, און זיי ווערן באַנוצט גאָר אינטענסיוו, ווײַל די לופֿט איז הייס און שטיקנדיק.

די קרעמער זײַנען ניט פֿאַרטיילט „טעמאַטיש‟. אַזוי געפֿינט זיך אַ קליידונג-קראָם לעבן אַ קיאָסק מיט זיסוואַרג, לעדערנע טאַשן ווערן פֿאַרקויפֿט נאָענט צו אײַז אָדער קאָמפּאַקטלעך און מאָבילקעס. אַגבֿ האָב איך געדאַרפֿט אַ נײַעם טאַש, אָבער איך האָב זיך שטאַרק באַמיט איידער איך האָב געפֿונען וואָס איך דאַרף. בעצם זײַנען פֿאַראַן אַ סך טאַשן מיט די נעמען „גוטשי‟ אָדער „מאָסקינאָ‟… פֿאַרשטייט זיך, נישט קיין אמתע, נאָר פֿאַלשע. צו געפֿינען אַ טאַש אָן אַזעלכע אויפֿשריפֿטן, איז אַ גאַנצע מעשׂה. מע קען דינגען זיך וועגן דעם פּרײַז און באַקומען אַ גוטע הנחה.

אַ חוץ דעם גראַנד-באַזאַר געפֿינט זיך אין סטאַמבול אַ האַנדל־ראַיאָן מיטן מוזיקאַלישן נאָמען „לאַלעלי‟. ער איז אויך באַקאַנט ווי דער רוסישער ראַיאָן. אויפֿן מאַרק טרעפֿט מען אָן אויף דער באַרימטער טערקישער אַטראַקציע — פֿאַרקויפֿערס פֿון אײַז. זיי מאַכן אַ גאַנצן ספּעקטאַקל פֿונעם פֿאַרקויפֿן אײַז, ווי זשאָנגליאָרן אָדער כּישוף-מאַכערס. איז כּדאַי עס צו זען.

אין דער געגנט פֿון גראַנד-באַזאַר האָבן מיר געכאַפּט עפּעס פֿון דער טיפּישער טערקישער אַטמאָספֿער. די פֿרויען גייען אָנגעטאָן אין טראַדיציאָנעלע בגדים לעבן די מענער, וועלכע טראָגן אַ מאָל נאַציאָנאַלע קליידונג און אַ מאָל אייראָפּעיִשע ,און אַפֿילו זייער אָפֿענע זאַכן. די מענער האָבן מער פֿרײַהײט אין דעם אויסקלײַב ווי זיך אָנצוטאָן.

אייניקע ווינקעלעך פֿון דער שטאָט זעען אויס גאָר היימיש. אָט לויפֿט אַ ייִנגל און טראָגט מיט זיך אַ טאַץ מיט עסן, אפֿשר פֿאַרן טאַטן אָדער דעם ברודער; אָט שפּילן מענער אָדער זקנים אין „שעש-בעש‟, זיצנדיק צוזאַמען לעבן אַ רעסטאָראַן. זיי טרינקען פּאַמעלעך טיי פֿון קליינטשיקע נידעריקע גלעזער.

ס’איז נייטיק צו דערמאָנען, אַז סטאַמבול שטייט אויף בערגלעך. דערפֿאַר האָבן מיר זיך געפֿילט מיד נאָכן גיין באַרג־אַרויף, באַרג־אַראָפּ אונטער דער ברענענדיקער זון. מיר האָבן פֿאַרבראַכט דעם אָוונט אינעם האָטעל-צימער, בײַם פֿאַנאַנדערקוקן די אומצאָליקע פֿאָטאָס, וועלכע מיר האָבן גענומען.

אינצווישן האָט בײַ מײַן מאַן אָנגעהויבן וויי טאָן דער האַלדז, צוליב די קאַלטע געטראַנקען, זײַנען מיר שוין געװען געצוווּנגען צו בלײַבן אינעם האָטעל. מיר האָט עס געוואָלט באַזוכן אַ מוזיי, נאָר מײַן מאַן האָט מיר קאַטעגאָריש פֿאַרבאָטן אַרומצוגיין אַליין אין אַ פֿרעמדער שטאָט. אפֿשר איז עס געווען ריכטיק, נאָר איך האָב טאַקע געװאָלט באַזוכן אַזעלכע אינטערעסאַנטע מוזייען פֿון מאָזאַיִק און פֿון טעפּעכער.

אַ ווירטועלער טור איבערן ייִדישן מוזיי

מיר האָבן פּלאַנירט צו באַזוכן אויך דעם ייִדישן קוואַרטאַל באַלאַט אין סטאַמבול, אָבער איך האָב געמוזט באַגרענעצן זיך מיטן פֿאָרשן בלויז דאָס אינטערנעץ-זײַטל, ווײַל מײַן מאַנס האַלדז איז געוואָרן ערגער. איין שיל אין דער שטאָט איז פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן מוזיי: פֿוּן אַ ספּעציעלן אָרט אינעם מוזיי קענען די באַזוכערס טאָן אַ קוק אויף דעם ווי מען דאַוונט אָדער מע פּראַוועט אַ בר-מיצווה.

צווישן די עקספּאָנאַטן אין דער מוזיי-אויסשטעלונג זײַנען פֿאַראַן טראַדיציאָנעלע ייִדישע זאַכן, אָבער אייניקע פֿון זיי זײַנען דעקאָרירט גאָר אומגעוויינטלעך; למשל, מיט דער געשטאַלט פֿון דער האַלב-לבֿנה, וואָס איז אַ טיפּישער איסלאַמישער סימבאָל.

לויט דעם אינטערנעץ-זײַטל פֿונעם מוזיי זײַנען די באַציִונגען צווישן די טערקן און די ייִדן געווען היסטאָריש גוטע. ס’איז אַ שאָד, וואָס די הײַנטיקע אַנטי-ישׂראלדיקע שטימונג דערווײַזט זיך אויך אין סטאַמבול. וועגן דעם וועל איך רעדן אַ ביסל שפּעטער אין מײַן רעפּאָרטאַזש.

מיר האָבן פֿאַרכאַפּט דעם אָוונט פֿון דאָנערשטיק אין סטאַמבול, און דאָס איז געווען די צײַט פֿון אַ באַזונדער דאַווענען אין די מעטשעטן צוליב דעם, וואָס ערבֿ-פֿרײַטיק איז אַ פֿײַערלעכע צײַט פֿון דער וואָך. דעם מועדזינס זינגען איז געווען העכער און האָט געדויערט לענגער ווי פֿריִער אין אַנדערע טעג. דעם אַנדערן טאָג אין דער פֿרי איז אויך דאָס עסן אינעם האָטעלס רעסטאָראַן געווען פֿײַערלעך.

אַ בליק אויף באָספֿאָר

פֿערטער טאָג

מיר האָבן פֿאַרבראַכט אונדזער לעצטן טאָג אין דער שטאָט, אײַנקויפֿנדיק מתּנות פֿאַר זיך און קרובֿים, און זײַנען געגאַנגען נאָך אַ מאָל אין דעם היסטאָרישן טייל אינעם שטאָט-צענטער.

ווידער האָבן מיר זיך דערנענטערט צו דעם סולטאַנאַכמעט־פּלאַץ. נאָר דאָס מאָל זײַנען מיר געווען שאָקירט פֿון דעם ווי דער פּלאַץ זעט אויס: מיר האָבן געזען ווי מען גרייט צו עפּעס אַ דעמאָנסטראַציע, כּדי צו שטיצן פּאַלעסטינע. אומעטום האָט מען געזען די פּאַלעסטינישע פֿאָנען און אַנטי-ישׂראלדיקע אויפֿשריפֿטן. מיר האָבן זיך צוגעאײַל וואָס גיכער צו פֿאַרלאָזן דאָס אָרט.

ס’איז שווער צו שרײַבן וועגן דעם. אַגבֿ האָבן מיר באַמערקט קליינע פּאַלעסטינישע פֿאָנען אויף די ווענט לעבן אייניקע קראָמען און קרעטשמעס. זיי זײַנען געהאַנגען צוזאַמען מיט די טערקישע פֿאָנען. מיר האָבן באַשלאָסן ניט אײַנצוקויפֿן קיין סך אין אַזעלכע ערטער. איצט איז אונדז געוואָרן אין גאַנצן קלאָר, הלמאַי מיר האָבן קיינמאָל ניט געהערט אין סטאַמבול קיין העברעיִשע רייד. די דערשײַנונג אויפֿן הויפּט-פּלאַץ איז געווען מער ווי אַ לעפֿל דזעגעכץ אין אַ פֿעסל האָניק. נאָר דאָס איז געווען אַ פֿאַקט.

סטאַמבול האָבן מיר פֿאַרלאָזט מיט געמישטע געפֿילן. בלי־ספֿק איז די שטאָט אינטערעסאַנט מכּוח דער געשיכטע און קולטור, אָבער דער הײַנטיקער טאָג האָט אונדז געבראַכט אַן אַנטוישונג…

איך האָב באַמערקט אַ טשיקאַווע זאַך, בשעתן באַטראַכט דעם אויסקלײַב פּֿון ביכער אין אַ פּאָר קראָמען. אומעטום ווערן פֿאַרקויפֿט די ביכער פֿון אָרכאַן פּאַמוקן. דער שרײַבער איז געווען סײַ אַ מין דיסידענט, סײַ אַ נאַציאָנאַלע שטאָלץ. אָט דער פֿאַקט גיט מיר עפּעס אַ האָפֿענונג אויף בעסערע און ליכטיקערע צײַטן פֿאַר טערקײַ און פֿאַר אונדז אַלעמען.

Leave a comment