אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין

                                  צווייטער טײל 


קאַפּיטל ב

3


בעתן לײענען מישעס נאָטיצן אױפֿן אַנדערן טאָג, האָט קאַטיע זיך געחידושט, נײַערט נישט אין דער זעלבער מאָס, װי ער. ראשית, האָט מישע פֿאַרשריבן נישט אַלץ: אַפֿילו זײַן גלענצנדיקער זכּרון איז אַװדאי נישט געװען ביכולת אַרײַנצונעמען אַלע פּרטים פֿון דעם, װאָס דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט געהאַט דערצײלט, אַפּשיטא שױן דעם גאַנצן פֿאָרטראָג אױף העכער צװאַנציק זײַטן. שנית, היות קאַטיע האָט נישט געהערט שעסטאַקאָװסקיס מעשׂיות לעבעדיקערהײט, נאָר געלײענט מישעס איבערדערציילונג, האָט עס נישט געהאַט אויף איר אַזאַ שטאַרקע עמאָציאָנעלע אױפֿװירקונג. און לסוף, װי אַ מענטש, װאָס האָט פֿון קינדשאַפֿט אָן געהאַט באַקומען די ריכטיקע פּאָליטישע דערציִונג, איז קאַטיע, להיפּוך צו די קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאָרמאַליסטן, אױף קײן האָר נישט געװען „אָפּגעריסן פֿון דער אַרומיקער װירקלעכקײט‟. 

— נו יאָ: צו דיר באַציט ער זיך גוט, און צו שעסטאַקאָװסקין — שלעכט. און בכלל איז ער אַ סאָװעטישער נאַטשאַלניק, װאָס װילסטו?

— יאָ, אַװדאי, נאָר… אָט, גיב אַ קוק, — מישע האָט געװיזן קאַטיען זײַן פֿאַרצײכענונג מכּוח כרעמענקאָװס טעלעפֿאָן–געשפּרעך מיט סטאַלינען, װאָס שעסטאַקאָװסקי איז געװען אַן עדות דערפֿון.

— נו, געװאָלט האָט ער אַלײן באַקומען יענע אַרבעט — און אָנגעשריבן אינעם „צעקאַ‟. אין אונדזער מלוכה איז עס דאָך תּמיד געװען אַ געװײנטלעכע זאַך.

אַזאַ רעאַקציע איז געװען אַ חידוש פֿאַר מישען. כממם… אפֿשר איז דװקא דאָס געװען די אמתע סיבה, נישט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס ווילן צו דערנעענטערן דעם גרױסן סוף פֿונעם גרויסן קאָמפּאָזיטאָר? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה…

— נאָר װאָס שײך דעם אַלעם? — מישע האָט געבלעטערט עטלעכע זײַטן פֿון זײַן העפֿט און געפֿונען די אױסצוגן פֿון כרעמענקאָװס פֿאָרטראָג, — װי האָט ער געקאָנט זאָגן אַזױנס?! 

קאַטיע האָט זיך פֿאַרטראַכט אױף עטלעכע רגעס.

— ס׳איז אַרױס די באַשטימונג קעגן שעסטאַקאָװסקין און פּראָקאָפֿיעװן, מ׳האָט נאָמינירט כרעמענקאָװן װי דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן — און ער׳ט אַרײַנגעזאָגט שעסטאַקאָװסקין און פּראָקאָפֿיעװן אין הסכּם מיט יענער באַשטימונג. צי װײסטו נישט, װי ס׳איז געװען בימי סטאַלין — און אַצינד אױך?

קאַטיע פֿלעגט נישט לײגן אַזאַ אַכט אױף די פּרטים, װי מישע, נאָר זי פֿלעגט תּיכּף באַנעמען דעם תּוך.

װי ס׳זאָל נישט געװען זײַן, האָט מישע באַקלערט — און קאַטיע איז מסכּים געװען דערמיט, — אַז נאָך אַלעמען, װאָס טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט געהאַט געטאָן פֿאַר אים, מוזן ער און קאַטיע אים װידער באַזוכן אױף זײַן געבױרן–טאָג, הגם דאָס מאָל איז ער געגאַנגען אַהין מיט אַ משונהדיק געפֿיל.

— מישע! קאַטיע! גוטהעלף, טײַערע! אַ דאַנק, װאָס איר קומט אַלע מאָל, װאָס איר פֿאַרגעסט מיך נישט!

די זעלבע האַרציקײט אי אינעם קול, אי אױפֿן פּנים… גלײַך װי דער כרעמענקאָװ, װעגן װעלכן שעסטאַקאָװסקי האָט געהאַט דערצײלט און װעמענס פֿאָרטראָג מישע האָט געהאַט געלײענט, און דער טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, װאָס איז געשטאַנען פֿאַר מישען, זײַנען געװען צװײ לגמרי פֿאַרשײדענע מענטשן, כּרחוק–מיזרח–ממערבֿ.

— מישע, דו זעסט אױס עפּעס מאָדנע. איז אַלץ בײַ דיר אין אָרדענונג? 

— יאָ, טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, אַלץ איז כּשורה, — האָט מישע געענטפֿערט, אַפּנים, נישט זײער איבערצײַגעװדיק.

— אין אײַער משפּחה זײַנען אַלע געזונט?

פֿאַרשטײענדיק, אַז ער דאַרף דערקלערן די סיבה פֿון זײַן אױסזען, נאָר נישט קאָנענדיק זאָגן דעם אמת, האָט מישע געזאָגט עפּעס, װאָס האָט געהאַט אַ װײַטן שײַכות צום אמת:

— אַ דאַנק, טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, מיר זײַנען געזונט, נײַערט… שעסטאַקאָװסקי איז זײער קראַנק. כ׳בין געװען בײַ אים נישט לאַנג צוריק, און ס׳װערט אים אַלץ ערגער…

— יאָ, מישע, איך װײס, אַװדאי, — האָט כרעמענקאָװ זיך אָפּגערופֿן, — ס׳איז, לײדער, אמת… שױן לאַנג איז ער קראַנק. אי בײַ אונדז, אי אין אױסלאַנד האָט מען געפּרוּװט אים אױסהײלן — נאָר, צום באַדױערן… גוט, װאָס דו האָסט אים אַ קראַנקן אָפּגעגעבן אַ וויזיט.

קײן מינדסטער שפּור אַפֿילו פֿון װאָסערער–ניט–איז קינאה–שׂינאה האָט מישע אין טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס קול נישט דערפֿילט, בלױז װאַרעמקײט און מיטלייד. װי זאָל מען דאָס אַלץ פֿאַרשטײן?!

— נו, װאָס קאָן מען טאָן… חבֿרה, לאָמיר גײן, — און דער באַלעבאָס האָט דורכגעפֿירט מישען און קאַטיע אינעם גאַסטצימער. 

די אימענינעס זײַנען, װי תּמיד, דורכגעגאַנגען חי–געלעבט, עס זײַנען בײַגעװען אַ סך מענטשן. בײַם געזעגענען זיך, האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש אַ פֿרעג געטאָן:

— אַגבֿ: איז אײַך געפֿעלן געװאָרן אין „רוזאַ‟?

— יאָ, אַװדאי… זײער…

— איז פֿאָרט װידער אַהין אָט דעם זומער!

אַרױס אין דרױסן, האָט קאַטיע געזאָגט:

— אױסגעצײכנט, מישע: מירן װידער פֿאָרן אין „רוזאַ‟!

מישע האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט און אַראָפּגעלאָזט די אױגן.

— װאָס, ביסטו נישט צופֿרידן? — קאַטיע האָט תּיכּף פֿאַרשטאַנען די סיבה פֿון מישעס שװײַגן און דעם אױסדרוק אױף זײַן פּנים, — װילסט נישט פֿאָרן אַהין?

— ניין, נו… אַװדאי, זעסטו אַלײן, װי ער פֿירט זיך אױף, און… איך אַלײן קאָן נישט פֿאַרשטײן… נאָר… פֿאַרשטײסטו, נאָך אַלעמען, װאָס דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט מיר דערצײלט, האָב איך אַצינד אַזאַ געפֿיל, אַז… אױב כ׳װעל איצט פֿאָרן אין „רוזאַ‟, װעל איך אים דערמיט… װי פֿאַרראַטן…

— מישע, װאָס רעדסטו אַזױנס?! — האָט קאַטיע אױסגעשריִען, — שױן זשע פֿאָרסטו אַהינצו אױף כרעמענקאָװס חשבון?! דו צאָלסט דערפֿאַר דײַן אײגן געלט — און אַ סך געלט! און שױן זשע שעסטאַקאָװסקי גופֿא איז נישט געװען אין שאַפֿונג–הײַזער? דו האָסט דאָך מיר דערצײלט, אַז ער׳ט געהאַט פֿאַרפֿאַסט זײַן אַכטע סימפֿאָניע אין „איװאַנאָװאָ‟, אינעם שאַפֿונג–הױז! מישע, — קאַטיע האָט גענומען רײדן שטילער, נאָר װאָגיק, — דו שפּילסט זײַן מוזיק די גאַנצע צײַט, װעסט זי תּמיד שפּילט — און דאָס איז דער סאַמע עיקר, דװקא דערמיט װעסטו אים קײן מאָל נישט פֿאַרראַטן!

דאָס אַלץ איז אַװדאי געװען אמת — און דאָך האָבן מישע און קאַטיע, להיפּוך צו דעמענטי װאַסיליעװיטשן אין „איװאַנאָװאָ‟, אָפּגערוט אין „רוזאַ‟ דװקא אַ דאַנק טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשן… אין מישעס נשמה איז געבליבן אַ סתּירהדיק געפֿיל, נאָר ער האָט געלאָזט קאַטיען זיך אײַנרעדן.

אױפֿן נײַנטן טאָג פֿון זײער אָפּזײַן אינעם שאַפֿונג–הױז, אין אַ קילן אױגוסט–אינדערפֿרי, װען מישע און קאַטיע זײַנען געקומען אױף אָנבײַסן, האָט די גאַנצע גאָרקיך געזשומעט: „שעסטאַקאָװסקי איז געשטאָרבן! װען?! נעכטן אין אָװנט…‟.

אַ סך אָפּרוער זײַנען געפֿאָרן קײן מאָסקװע אױף דער לװיה. די געזעגענונג איז פֿאָרגעקומען אין דער קאָנסערװאַטאָריע, אינעם גרױסן זאַל. דעמענטי װאַסיליעװיטשס פּנים איז געװען נישט צו דערקענען. פֿון אײן זײַט, האָט עס אױסגעזען צערפֿול, און פֿון דער אַנדערער — װי אַ סאַרקאַסטישער שמײכל וואָלט זיך אָפּגעשטעמפּלט אױף דעם. „פּונקט װי זײַן מוזיק,‟ — האָט מישע שטיל געזאָגט קאַטיען. במשך פֿון צװײ שעה האָבן זײער אַ סך מענטשן געהאַלטן אין אײן קומען, דערנאָך האָט זיך אָנגעהױבן די פּאַניכידע. פֿאַרשײדענע מענטשן האָבן געהאַלטן פֿאַרשײדענע רעדעס. כרעמענקאָװ אין זײַן רעדע האָט געזאָגט, אַ חוץ דעם אַלעם, אַז שעסטאַקאָװסקיס לעבן איז געװען נישט גרינג, אַז אַ סך שװערע נסיונות זײַנען אױסגעפֿאַלן אױף זײַן גורל און דער סאַמע שװערער נסיון איז געװען זײַן דױערנדיקע קרענק. דאָס ערשטע מאָל האָט מישע געזען אָט די צװײ מענטשן אינעם זעלבן לאָקאַל, אַפֿילו אײנעם לעם אַנדערן (כרעמענקאָװ איז געשטאַנען אינעם ערן–קאַראַול) — נאָר אײנער פֿון זײ איז שױן געװען אַ שוכן–עפֿר…

נאָך דער לװיה אױפֿן „נאָװאָדעװיטשיע‟–צװינטער האָט די אַלמנה פֿאַרבעטן אײניקע מענטשן, בתוכם מישען און קאַטיע, צו זיך אױף דער דאַטשע. דאָרטן בשעתן הזכּרה–מאָלצײַט האָט עמעצער געזאָגט: „אָט דאָ האָבן זיך פֿאַרזאַמלט דעמענטי װאַסיליעװיטשס אמתע פֿרײַנד.‟ בײַם געזעגענען זיך האָט מישע געפֿרעגט בײַ דער באַלעבאָסטע:

— אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ, װען כ׳האָב געזען דעמענטי װאַסיליעװיטשן דאָס לעצטע מאָל, האָט ער מיר געזאָגט, אַז ער׳ט געהאַט פֿאַרטראַכט אָנשרײַבן אַ סאָנאַטע פֿאַר אַלט און פֿאָרטעפּיאַן. זאָגט מיר, כ׳בעט אײַך: האָט ער… טאַקע געאַרבעט אױף איר?

— יאָ, מישע, דװקא פֿאַרן טױט האָט ער זי פֿאַרענדיקט, — האָט יענע באַשטעטיקט.

— אָ–אָ–אָ… — מישען האָט אָנגעכאַפּט אַ ציטער, — װײסט איר, דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט מיך דעמאָלט געפֿרעגט, צי כ׳װעל זי אױסשפּילן, און כ׳האָב אים צוגעזאָגט עס טאָן. צי מעג איך… קריגן די נאָטן?

— אַװדאי, מישע. איצט געפֿינט זיך דער מאַנוסקריפּט בײַ דרוזשינסקין, װײַל דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט אים געװידמעט די סאָנאַטע, נײַערט איך װעל אײַך אומבאַדינגט געבן די נאָטן, װי נאָר כ׳װעל קאָנען עס טאָן.

אױפֿן אַנדערן טאָג האָבן מישע און קאַטיע זיך אומגעקערט אין „רוזאַ‟ ביזן סוף חודש. דאָרטן זײַנען װידער געװען אי מעיערסאָן, אי סאַמאָשין, אי מילנער; אַצינד האָבן זײ גערעדט אַ סך װעגן שעסטאַקאָװסקין. מישען איז געװאָרן קלאָר, אַז זײ האָבן אים געקענט פּערזענלעך, הגם קײן נאָענטע פֿרײַנד זײַנע זענען זײ בפֿירוש נישט געװען. בעסער פֿון אַלעמען האָט אים, װעדליק אַלע סימנים, געקענט מעיערסאָן. און אָט, אין אײנעם אַ פֿאַרנאַכט, בעת ער, קאַטיע און מישע האָבן געשמועסט אױף אַ באַנק און קײן אײן לעבעדיקער נפֿש (אַ חוץ, אפֿשר, די פֿײגל אױף די סאָסנעס) איז נישט געװען דערנעבן, האָט מישע זיך סוף–כּל–סוף אַנטשלאָסן פֿרעגן בײַ מעיערסאָנען מכּוח דעם, װאָס האָט אים אַזױ געפּײַניקט.

— מאַרק אַנאַטאָליעװיטש, כ׳װאָלט געװאָלט אײַך פֿרעגן װעגן עפּעס, — האָט מישע אָנגעהױבן רײדן מיט אַ שטיל קול, — כ׳גיב אײַך מײַן ערנװאָרט, אַז קײן אײן מענטש װעט זיך נישט דערװיסן דערפֿון. נאָר מיר זײַנען באַקאַנט שױן לאַנג, איר האָט אונדז שױן אַזױ פֿיל דערצײלט, דעריבער װאָלט איך געװאָלט בײַ אײַך פֿרעגן… איר געדענקט מסתּמא, װי ס׳איז געװען אין 1948… װען ס׳איז אַרױס די באַשטימונג קעגן פֿאָרמאַליזם… און מ׳האָט באַשולדיקט שעסטאַקאָװסקין… און פּראָקאָפֿיעװן אױך…

— אָ יאָ–אָ–אָ… — מעיערסאָן האָט זיך פֿאַרקלערט אױף אַ רגע, — כ׳געדענק, ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַרזאַמלונג… אַרױסגעטראָטן האָט עפּעס אַ טוער… תּחילת האָט ער דערקלערט, אַז די מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר  ה אַ נ ד ע מ אַ ט  האָט ער פֿײַנט געהאַט נאָך שטאַרקער, װי די מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר מ אַ ג ל ע ר: אַפּנים, האָט זײַן רעפֿערענט געקענט דעם לאַטײַנישן אַלפֿאַבעט. דערנאָך האָט ער באַשולדיקט „מאַגלערן‟ אין אַ פּאַנישער מורא פֿאַר די צװײ װעלט–מלחמות — מאַלער׳ז דאָך געשטאָרבן אין 1911… אַ סך טרײפֿענע קאָמפּאָזיטאָרן האָט ער אָנגערופֿן — און פּלוצעם הער איך: „זמעיערסאָן‟! אָט, האָב איך זיך דעמאָלט אױך קונה–שם געװען… — האָט ער אַ שמײכל געטאָן.

דאָס איז אַװדאי געװען זײער אַמוזאַנט, נאָר האָט בשום–אופֿן נישט דערנעענטערט מישען צו זײַן ציל, לכן האָט ער געמאַכט נאָך אײן פּרוּװ.

— מאַרק אַנאַטאָליעװיטש, פֿאַרשטײט איר, הלמאַי איך פֿרעג אײַך… די מעשׂה איז, אַז אינעם לעצטן יאָר האָב איך זיך עטלעכע מאָל געטראָפֿן מיט שעסטאַקאָװסקין. ער׳ט מיר דערצײלט זײער אַ סך און געבעטן, אַז װען ער׳ט שוין נישט זײַן, זאָל איך דערצײלן אַנדערע מענטשן דערפֿון, כּדי מ׳זאָל עס װיסן. בפֿרט האָט ער מיר דערצײלט אַ סך װעגן יענער באַשטימונג, װי מ׳האָט אים דעמאָלט גערודפֿט… נאָר אײנס האָט מיך פֿאַרחידושט מער פֿון אַלצדינג: ער׳ט מיר געזאָגט, אַז אין שפּיץ פֿון דעם אַלעם איז געשטאַנען כרעמענקאָװ, אַז דװקא כרעמענקאָװ האָט אים גערודפֿט…

מעיערסאָן האָט זיך געביטן אין פּנים.

— יאָ, — האָט ער געענטפֿערט װי מיט פֿאַרדראָס, — בײַ דעמענטי וואַסיליעװיטשן האָבן זיך נישט אײַנגעגעבן מיט כרעמענקאָוון די באַציִונגען, און ער פֿלעגט אים אױפֿנעמען אַזױ. נײַערט אין דער אמתן… דעמאָלט זײַנען דאָך געװען נישט בלױז יענע ענינים מיט פֿאָרמאַליזם, נאָר אױך… קאָסמאָפּאָליטיזם…

דאָס לעצטע װאָרט האָט מעיערסאָן אױסגערעדט נאָך שטילער און בפֿירוש אָן חשק. מישע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מאַרק אַנאַטאָליעװיטש געטרױט אים פֿאָרט נישט אין גאַנצן, האָט מורא, — און האָט אונטערגעכאַפּט: 

— אַװדאי! און דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט.

— און דער דאָקטױרים–ענין, — האָט קאַטיע אונטערגעכאַפּט פֿון איר זײַט.

מעיערסאָן האָט אױפֿמערקזאַם אַ קוק געטאָן אין די אױגן פֿון זײ בײדן.

— אָט–אָט, — האָט ער שױן כּמעט געשעפּטשעט, — איז אָט: טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט דעמאָלט אונדז אַלעמען געראַטעװעט. װען נישט ער, װאָלטן מיר אַלע אומגעקומען… און איך בתוכם…

— אַזױ גאָר?! — האָט מישע אױסגערופֿן, אױך בלחש.

— יאָ… געװען איז, למשל, אַזאַ מוזיק–פֿאָרשער שטילשטײן — אפֿשר האָט איר געהערט װעגן אים? ער׳ז נישט לאַנג געשטאָרבן, דװקא אינעם זעלבן טאָג, װי שעסטאַקאָװסקי. מיר האָבן זיך געחבֿרט, הגם ער׳ז געװען אַ סך עלטער פֿון מיר… אַ מאָל, בעת טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט נאָך קײן שום שטעלעס נישט פֿאַרנומען, האָט שטילשטײן אים געקלונגען און געזאָגט: „טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, איך װיל אָרגאַניזירן אַ באַהאַנדלונג פֿון אײַער אָפּערע ׳אין שטורעם׳ אינעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן.‟ כרעמענקאָװ האָט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ מין באַהאַנדלונג ס׳װעט זײַן, און געענטפֿערט: „גוט, כ׳בין מסכּים, נאָר בײַ אײן באַדינג: אַלע מוזיקאַלישע פֿראַגמענטן װעל איך אילוסטרירן אױפֿן פֿאָרטעפּיאַן אַלײן.‟ און אָט האָט זיך אָנגעהױבן יענע באַהאַנדלונג. דאָרטן זײַנען בײַגעװען פּראָקאָפֿיעװ, שעסטאַקאָװסקי, גליִער, גנעסין… שטילשטײן הײבט אָן קריטיקירן די אָפּערע: „און װײַטער קומט אַ װוּלגאַרלעכע, טריװיאַלע טעמע. טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, שפּילט אױס אױף דער זײַט אַזאַ און אַזאַ!‟ — און כרעמענקאָװ שפּילט: פֿאַרכאַפּנדיק, מיט התלהבֿות! װען אַלץ האָט זיך פֿאַרענדיקט, איז פּראָקאָפֿיעװ צוגעקומען צו אים, געדרוקט זײַן האַנט און געזאָגט: „טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש, איר זײַט זײער אַ מוטיקער מענטש. איך װאָלט לאַנג אַ קלאַפּ געטאָן מיטן דעקל פֿונעם פֿאָרטעפּיאַן און אפֿשר דערלאַנגט דעם מוזיק–פֿאָרשער אין פּרצף אַרײַן.‟ בערך צען יאָר זײַנען פֿאַרבײַ, כרעמענקאָװ׳ז געװאָרן דער הױפּט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן — און ס׳האָבן זיך אָנגעהױבן די ענינים מיט „קאָסמאָפּאָליטיזם‟. שטילשטײן דערװיסט זיך, אַז אָט–אָט װעט מען אים אײַנזעצן אין תּפֿיסה. „מאַרק!‟ — זאָגט ער מיר, — „ס׳קומט מײַן סוף, װאָס טוט מען?‟ — „גײט צו כרעמענקאָװן,‟ — זאָג איך. „װאָס רעדט איר?! כ׳האָב אים אַזױ באַלײדיקט, געשטעלט צו שאַנד פֿאַר אונדזערע קלאַסיקער — ער׳ט מיר נישט פֿאַרגעבן!‟ — „צי האָט איר אַן אַנדער ברירה?‟ — זאָג איך, — „ערגער װעט נישט זײַן.‟ גײט ער צו כרעמענקאָװן, ציטערט פֿאַר פּחד — און יענער באַגריסט אים: „סאָלאָמאָן יאָסיפֿאָװיטש! ברוך–הבאָ! װאָס האָט אײַך געבראַכט צו מיר?‟. שטילשטײן דערצײלט װעגן זײַנע צרות, טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש קלינגט תּיכּף–ומיד אינעם זשורנאַל „סאָװעטסקאַיאַ מוזיקאַ‟: „איר האָט געדאַרפֿט אַ מוזיק–פֿאָרשער, װאָס װאָלט געפֿאָרן קײן יאַקוטיע? שיקט שטילשטײנען. און אומגעזאַמט. שױן מאָרגן.‟ ער׳ז אַװעקגעפֿלױגן אױפֿן אַנדערן טאָג, און נאָך מיט אַ טאָג שפּעטער איז מען געקומען נאָך אים אין זײַן מאָסקװער דירה — נאָר ער׳ז שױן געװען אין אַ קאָמאַנדירונג. אָט אַזױ…

דאָס זעלבע האָבן מישען געזאָגט סאַמאָשין און מילנער, כּמעט װאָרט בײַ װאָרט: „בײַ זײ האָבן זיך נישט אײַנגעגעבן די באַציִונגען… ער פֿלעגט אונדז אַלעמען העלפֿן…‟ און זײ האָבן אױך דערצײלט מכּוח דעם, װי כרעמענקאָװ פֿלעגט העלפֿן די ייִדן אין יענער מוראדיקער צײַט סוף 1940ער — אָנהײב 1950ער. הגם נישט אַלץ איז מישען נאָך געװען קלאָר, איז אים געװאָרן אַ סך גרינגער אױפֿן האַרצן…  

המשך קומט

Leave a comment