דיכטער, געבוירן אין בערדיטשעוו, זיך געלערנט אין שול, דערנאָך אַריבערגעפֿאָרן מיט דער משפּחה קיין כאַרקאָוו. נאָכן פֿאַרענדיקן אַ מעכאַנישע שול און אַ טעכניקום איז ער אָנגעקומען זיך לערנען אין כאַרקאָווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אין די סוף 1920ער יאָרן הייבט ער אָן אַרבעטן אין די רעדאַקציעס פֿון די כאַרקאָווער צײַטונגען ”זײַ גרייט“ און ”יונגע גוואַרדיע“, אינעם מלוכה־פֿאַרלאַג פֿון אוקראַיִנע. די ערשטע לידער האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין די 1930ער יאָרן אין דער בערדיטשעווער צײַטונג ”די וואָך“. פֿון דעמאָלט אָן באַווײַזן זיך זײַנע לידער און פּאָעמעס אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס. אַן אויסגעצייכנטער ליריקער, איז ער געווען אַ מײַסטער פֿון קלינגעוודיקן פֿערז, און דאָס איז געווען אַ היפּשע מעלה פֿון זײַן שאַפֿונג. פֿיל האָט ער אויפֿגעטאָן אין געביט פֿון ליטעראַטור פֿאַר קינדער. פֿון העכער צוואַנציק זאַמלונגען, וועלכע ער האָט אַרויסגעגעבן, זײַנען כּמעט אַ העלפֿט געווענדט צום לייענער פֿונעם פֿאָרשול־ און שול־עלטער. אַ סך זײַנע ווערק זײַנען אין די פֿאַרמלחמה־יאָרן געווען אײַנגעשלאָסן אין לערנביכער און שול־כרעסטאָמאַטיעס, עסטראַדע־זאַמלונגען פֿאַר קליינקונסט און פֿלעגן אָפֿט קלינגען פֿון דער בינע אין יוגנט־קלובן. אַ ריי זײַנע פּאָעטישע ווערק זײַנען דערשינען אין דער איבערזעצונג אויף אוקראַיִניש און רוסיש. געשטאָרבן איז ער אין ווילנע, וווּ ער האָט זיך באַזעצט גלײַך נאָך דער מלחמה און האָט געשאַפֿן ווערק פֿאַר קאָנצערט־פּראָגראַמען.
יוסף קאָטליאַר
קרײַזן
נעם זעג אָפּ אַ בוים, דערזעסטו קרײַזן,
זײַן פֿאַרדינטע עלטער זיי דערװײַזן.
וואַרף אַ שטיין אין וואַסער — זיך צעשפּרײטן
וועלן קרײַזן, איינער נאָכן צווייטן,
אונטער מײַנע אויגן, זאָגסטו, קרײַזן, —
ס’איז אַ סימן, איך בין ניט פֿון אײַזן.
שיינע אויגן
שיינע אויגן, מיידל, פֿרוי,
זײַנען ניט נאָר שוואַרץ צי בלוי,
זײַנען ניט נאָר פֿול מיט פֿלאַם
זײַנען ניט נאָר שיינע סתּם.
שיינע אויגן — בלוי צי שוואַרץ —
זײַנען דורכגעזאַפּט מיט האַרץ.
טרערן
פֿול פֿון פּײַן די אויגן ווערן,
און אויך שׂימחה זיי באַטרערן.
נאָר פֿאַראַנען מיטלײַד-טרערן,
ניט מע זעט זיי, ניט מע הערט,
נאָר אויף זיי האַלט זיך די ערד.
דער קאָליר פֿון דײַנע אויגן
שפּיגלט זיך אין רעגנבויגן,
דו בײַ אים, צי ער בײַ דיר
האָט גענומען דעם קאָליר?..
דעם געשמאַק פֿון דײַנע ליפּן
האָבן רויזן אויסגעקליבן
צו פֿאַרשיכּורן די בין…
ווייס איך אויך ניט, װוּ איך בין!
גיי איך צו דעם טײַך, די שטראָמען
זינגען, חזרן דײַן נאָמען,
ווי אַ ניגון, ווי אַ ליד,
כ’האָב אַ ברירה? זינג איך מיט!
לאָז איך זיך אין וואַלד, די קליאָנען
מיט דער שלאַנקייט דיך דערמאָנען,
און די שאָטנס, שטריך נאָך שטריך,
וועמען, מיינסטו, מאָלן? דיך.
ס’זאָל דײַן בילד, כאָטש זײַן דערנעבן
אײַנגעגעבן, ווי אין לעבן,
איינע מעלות, חן אויף חן—
ווילסט אַ קוק טאָן? קום צו גיין!
נעכטיקע טעג
ווען איינער פֿאַרגעסט זיך, נעמט ריידן פֿון וועג,
שלאָגט מען אים איבער: „נעכטיקע טעג!‟
נעכטיקע טעג, נעכטיקע טעג,
ווי פּשוט מע מאַכט מיט דער האַנט זיי אַוועק!
און װאָס איז נאָך טײַערער, גיב זיך אַ פֿרעג,
פֿון די פֿאַרגאַנגענע נעכטיקע טעג?
נעכטיקע טעג, נעכטיקע טעג, —
אייגענער, שמאָלער, געפֿונענער שטעג.
באַרג-הייך — אָן שאָטנס, אַ זוניקער ברעג, —
וויכטיקע, ליכטיקע נעכטיקע טעג.
נעכטיקע טעג, נעכטיקע טעג, —
אויגן אָן קינאה, הערצער — אָן שרעק
ליבע — אָן קווענקל, אָן גאַל אויפֿן דעק
גאָלדענע, גלייביקע נעכטיקע טעג.
נעכטיקע טעג, נעכטיקע טעג
פּרוּוו זיך, קער אום זיי, דערוועג זיך, דערוועג,
זוך זיי, געפֿין זיי, אין זיך זיי דערוועק,
דײַנע פֿאַרגאַנגענע נעכטיקע טעג!
געזאַנג
פֿויגלען זינגען, און דערגיי פֿאַר װאָס!
אפֿשר, װײַל די נעסט איז גאַנץ געבליבן?
אפֿשר, װײַל מע האַלט זיך אין איין ליבן?
צי, װײַל שפּײַז האָט מען דערטאַפּט אין גראָז?
פֿויגלען זינגען, ווען ס’איז פֿריילעך זיי.
מענטשן זינגען אויך, ווען ס’טוט זיי וויי.
אָן דאַטעס
איך שטעל ניט קיין דאַטעס אונטער די לידער,
כ’וויל, זאָלסט זיי לייענען ווידער און ווידער.
און די, װאָס וועט דורך דורך דײַן האַרץ און דײַן אויער, —
די מעגסטו פֿאַרמעקן, די ליד, איך באַדויער.
נאָר זוך ניט, ווען כ’האָב זיי געשאַפֿן, בפֿרט, אַז
דיכטונג פֿאַרטראָגט ניט קיין גראַטעס און דאַטעס.