אויף אַ באַזוך אין דרום־טיראָל (סוף)

דער „זעע־האָטעל‟, וואָס האָט אונדז גאַסטפֿרײַנדלעך אויפֿגענומען, האָט געעפֿנט זײַנע טירן אין 1912. ער געהערט נישט צו די מאָדערנע אַרכיטעקטור־פּאַלאַצן, שוין גיכער — אַ ירושה־נחלה פֿון דער טיראָלער פֿאַמיליע ספּאַרער. פֿאַרשטייט זיך, אַז זינט 1912 האָט דער בנין זיך איבערגעבויט און איז מאָדערנעזירט געוואָרן, פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן אויסזען פֿאַרהיט די אָרטיקע אייגנאַרטיקייט און פּאַסט זיך אָרגאַניש אַרײַן אין דער אַרומיקער נאַטור. במשך פֿון אונדזער גאַסטעווען דאָרט האָבן מיר זיך באַקענט מיט די פֿאָרשטייער פֿון די לעצטע דרײַ דורות אייגנטימער — דעם עלטערן ספּאַרער, זײַן מוטער און זײַן פֿרוי, זייער טאָכטער און אייניקל. און נאָך — מיט דעם אַלטן כּלבֿ פֿון דער ראַסע גאָלדענער רעטריווער; ביז שפּעט אין אָוונט אַרײַן האָט מען אים געקאָנט זען ליגן אויפֿן דיל בײַ דעם הויכן אַדמיניסטראַציע־טיש. ער האָט שוין נעבעך קוים געזשיפּעט, נאָר פֿאָרט געהאַלטן ווײַטער די אויערן אויף דער וואַך.
ס׳רובֿ געסט זײַנען געווען מענטשן פֿון אונדזער עלטער, זעט אויס, פּענסיאָנירטע, און כּמעט אַלע — באַגלייט מיט אַ הונט. צומאָל האָט אויסגעזען, אַז געקומען זײַנען זיי אַהער נישט אַזוי צוליב זיך אַליין, נאָר לטובֿת זייער פֿירפֿיסיקן משפּחה־מיטגליד.

גרעסערע און קלענערע מאָלערײַ־לײַוונטן זײַנען געהאָנגען אויף די ווענט פֿון די צוויי עס־צימערן — אָרטיקע פּייסאַזשן, סצענעס פֿון פּויערישן לעבן, פֿאָלקס־שפּילערײַען, פֿישערײַ, מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע בילדער־גאַלעריע. מ׳האָט נישט געדאַרפֿט זײַן אַ מומחה אין קוסט, כּדי צו דערקענען אין אָט די אָריגינעלע בילדער די מײַסטערישע האַנט פֿון אַן עכטן קינסטלער. מײַן נײַגער איז אין גיכן געלייזט געוואָרן. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז דער מאָלער הייסט מאַקס ספּאַרער, אַ לײַבלעכער פֿעטער פֿונעם איצטיקן אייגנטימער. האָב איך שוין ווידער זיך געוואָנדן צום גוגל.
אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די שיינע ערטער אין דרום־טיראָל, איז ספּאַרער געבוירן געוואָרן אין 1886 אינעם שטעטל זיאָלע. באַקומען אַ פּעדאַגאָגישע בילדונג האָט ער גענומען עטלעכע קורסן פֿון מאָלערײַ אין דער פֿראַנציסקאַנער מיטלשול אין דער שטאָט באָלצאַנאָ. אויך דאָרט, אין באָלצאַנאָ, האָט ער צום ערשטן מאָל אַרויסגעשטעלט זײַנע בילדער אויף אַן אוסשטעלונג, אָרגאַניזירט פֿון דעם אָרטיקן פֿאַשיסטישן סינדיקאַט. זײַן טעטיקייט ווי אַ מאָלער לטובֿת די איטאַליענישע פֿאַשיסטן און שפּעטער אויך דעם דײַטשישן נאַציזם האָט מיט יאָרן זיך פֿאַרשטאַרקט און צעוואַקסן. אין דעם אַזוי גערופֿענעם אָפּציע־פּעריאָד, ווען די לאַדינאָרעדנדיקע באַפֿעלקורונג פֿון דרום־טיראָל איז געשטעלט געוואָרן פֿאַר דער דילעמע — אָדער זיי ציִען זיך אַריבער אין דריטן רײַך, אָדער פֿאַרבלײַבן ווי בירגער אין איטאַליע.
צו יענער צײַט האָט דער מאָלער מאַקס ספּאַרער, אַן הייסער אָנהענגער פֿון היטלערן, אַקטיוו געקעמפֿט אויפֿן פּראָפּאַגאַנדע־פֿראָנט — זײַנע צייכענונגען האָבן גערופֿן די דרום־טיראָלער לאַנדסלײַט צו מיגרירן אין גרויס־דײַטשלאַנד.



נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מאַקס ספּאַרער זיך פֿאַרשפּאַרט אין זײַן שלאָס, אויפֿגעבויט פֿאַר זיך נאָך אין די גוטע צײַטן אויפֿן סאַמע ברעג פֿון מאָנטיגלער אָזערע. די שרעק צו זײַן פֿאַרמישפּט איז אים נאָכגעגאַנגען ביזן לעצטן טאָג. זײַנע קרובֿים, די הײַנטיקע אייגנטימער פֿונעם האָטעל, אַז מע פֿרעגט וועגן דעם מאָלער פֿון די בילדער, קומען זיי אָפּ מיט אַ קאַרגן ענטפֿער: יאָ, געוווינט דאָ נישט ווײַט אין זײַן שלאָס, ווי אַ נזיר, שטענדיק אַרומגעגאַנגען שיכּור… פֿאַר קליינגעל פֿאַרקויפֿט זײַנע בילדער, אַבי קויפֿן זיך ווײַן און שפּײַז…
ווי עס זאָל נישט זײַן, איז נישט ווײַט פֿון דעם זעע־האָטעל פֿאַראַן אַ דאָרף גאַנדאַ, וואָס איינע פֿון די גאַסן טראָגט דאָרט דעם נאָמען פֿונעם מאָלער מאַקס ספּאַרער…

דער וועג צוריק אַהיים האָט אויסגעזען קירצער. דאָס שאַרפֿע אויג פֿונעם פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט אַרויסגעכאַפּט פֿון דער נאַטור און די מיטל־עלטערלעכע שטעט און שטעטלעך איין קאַדער נאָך אַן אַנדערן, געפּרוּווט זיי צו פֿאַראייביקן אויף זײַן אופֿן; אָבער דער בעסטער אַפּאַראַט און אַפֿילו די טאַלאַנטירטע קינסטלערישע לײַוונטן פֿונעם דרום־טיראָלער מאָלער זײַנען נישט מסוגל איבערצוגעבן דעם כּישוף, וואָס באַהאַלט זיך אויס אין די בערג און וועלדער פֿונעם אַלטן לאַנד פֿון דרום־טיראָל.
ברוקלין, יולי 2024