
גלעזערײַ און גלעזערס
צווישן די ייִדישע פּרנסות, וואָס האָבן געהאַט אַ ווערט אינעם שטייגער־לעבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, קאָן מען זיכער אָנרופֿן גלעזערײַ. יעדעס הויז האָט געוויס געהאַט פֿענצטער און אַ פֿענצטער מוז האָבן שויבן. נישט זעלטן פֿלעגט אַ סטאָליער באַהערשן אויך די מלאָכה פֿון אַ גלעזער. נאָר ווײַט נישט יעדער גלעזער האָט געקאָנט זײַן אויך אַ סטאָליער.
וואָס האָט אייגנטלעך געמוזט האָבן אַ גלעזער צו זײַן אַרבעט? קודם־כּל פּלאַכטעס גלאָז און אַ דימענט, דאָס גלאָז שנײַדן. אַ חוץ דעם, קליינע צוועקלעך און קיט — צו פֿאַרפֿעסטיקן בעסער די אַרײַנגעשטעלטע אין דער ראַם שויב. אָט ווי עס שילדערט דעם גלעזער דער ייִדישער דראַמאַטורג אָסיפּ דימאָוו:

„אַ לאַנגער ייִד, מיט אַ לאַנגער באָרד און אין אַ לאַנגער גרויער קאַפּאָטע איז געווען דער גלעזער. ער האָט אַרומגעטראָגן מיט זיך אַ ספּעציעל־געבויטן גרויסן פּלאַטשיקן, מיט אַ זאַק איבערגעצויגענעם קאַסטן, וואָס איז געווען ענלעך צו אַ ריזיקן הילצערנעם פּאָרטפֿעל. אין „פּאָרטפֿעל‟ זײַנען געשטאַנען גרויסע פּלאַכטעס גלאָז און עס זײַנען געלעגן שטיקער „קיט‟. צו שנײַדן דאָס גלאָז האָט ער געהאַט אַ דימענט אײַנגעפּאַסט אין אַ ספּעציעלן אינסטרומענט מיט אַ הענטל. איך האָב שטענדיק מיט דער גרעסטער נײַגערישקייט געוואַרט, אַז דער גלעזער זאָל שוין אַרויסנעמען דעם אינסטרומענט מיטן דימענט און באַווײַזן זײַן גרויס וווּנדער — שנײַדן גלאָז. אַ צי מיטן דימענט און דאָס גלאָז איז אָפּגעשניטן פּינקטלעך, אַזוי שיין, גלײַך ווי אַ ווירע. הײַנט דער „קיט‟ — ווען מע קראַצט אים אַרויס פֿון אַ נאָר־וואָס אַרײַנגעשטעלטע שויב, שמעקט ער אַזוי זאַפֿטיק. און דער גלעזער האָט גאַנצע קנוילן „קיט‟ — ווער קאָן זיך גלײַכן צום גלעזער.‟ („וואָס איך געדענק‟)
צווישן אַלע ייִדישע פּרנסות האָט מען אין שטעטל געהאַלטן, אַז גלעזערײַ איז די שענסטע און ריינסטע מלאָכה. וועגן גלעזערײַ האָב איך געהערט אַזאַ מעשׂה:
„װען גאָט האָט געבױט נוחס תּיבֿה, האָט ער אים געמאַכט אַ פֿענצטערל
צו קענען אַראָפּקוקן צו דער װעלט, און אַז דורכן פֿענצטערל זאָל אין דער תּיבֿה קיין וואַסער זיך נישט אַרײַגיסן, האָט ער דאָס פֿענצטערל באַגלאָזט‟. הייסט עס, אַז גאָט איז אויך געווען אַ גלעזער?!
אַהרן דער גלעזער האָט געוווינט אויף איין גאַס מיט אונדז. זײַן הויז איז געשטאַנען אַנטקעגן דעם הויז פֿון מײַנע עלטערן. אַהרן איז געווען אַ היפּוך צו דעם גלעזער, וועלכן עס שילדערט אין זײַנע דערמאָנונגען דימאָוו. אַ קליינוווּקסיקער, דיקלעכער, דאָס בײַכל איז אים אַרויסגעפֿאַלן פֿון די הויזן, פֿאַרצויגן מיט אַ רימען, און דער קראָק איז שטענדיק געווען פֿאַרשפּיליעט נאָר אויף איין קנעפּל. ער האָט אויך געטראָגן פֿון דער רעכטער זײַט אַ פּלאַטשיקן קאַסטן מיט אָנגעשניטענע שטיקער פֿלאַך גלאָז, וואָס האָט אַזוי אָפּגעשפּיגלט אויף דער זון, אַז ס׳האָט אַזש פֿאַרבלענדט די אויגן און געמאַכט דעם גלעזער פֿאַר אַן אומאָנזעעוודיקן, נאָך מער — אַ רואה־ואינו־ניראה — אַ פֿאַנטאַסטישן פּאַרשוין. מ׳האָט אויף זײַן שטענדיק רויט פּנים מיט בלוי־צעפֿלאָסענע ליפּן קיין שמייכל נישט געזען, ווי ער וואָלט עס אַמאָל אַרײַנגעקנאָטן אין אַ שטיק קיט, וואָס איז פֿאַרשטיינערט געוואָרן.

ער פֿלעגט גאַנצע טעג אַרומגיין מיט זײַן הילצערנעם „פּאָרטפֿעל‟ פֿון איין הויף צו אַן אַנדער הויף, ווײַל כּמעט אין יעדער הויף האָט מען אָדער געמאַכט אַ רעמאָנט, אָדער איבערגעבויט די שטוב. אין די 1950ער יאָרן, ווען די באַלעבאַטים זײַנען געקומען צו זיך נאָך דער מלחמה, זיך געשטעלט אויף די פֿיס האָט מען אָגגעהויבן ביסלעכווײַז פֿאַרגרעסערן די וווינונג. שוין אָפּגערעדט, אַז אין די משפּחות איז צוגעקומען נאָך אַ קינד און נאָך אַ קינד… דאָס לעבן איז אַוועק אויף אַ נײַעם פֿרידלעכן וועג.
אַן אַנדערן גלעזער האָב איך געזען אין קינאָ. געהייסן האָט ער טשאַרלי טשאַפּלין. געוווינט האָט ער אין אַמעריקע און קיין גרויסע פּרנסה פֿון זײַן גלעזערײַ נישט געהאַט. האָט ער געטראָפֿן אַ שותּף, אַ יתום. יענץ ייִנגעלע! צוזאַמען האָבן זיי געפֿונען אַ וועג, ווי אַזוי צו פֿאַרדינען אויפֿן לעבן. דאָס ייִנגעלע האָט צעזעצט די שויבן מיט אַ שטיין, און דער גלעזער פֿלעגט זיך די מינוט באַווײַזן לעבן דער שטוב מיט זײַן הילצערנעם „פּאָרטפֿעל‟ אונטערן אָרעם…
הײַנט בויט מען אומעטום גאַנצע וואָלקן־קראַצערס, באַגלאָזט פֿון אונטן ביז אַרויף, אָבער דער פֿאַך אַליין פֿון אַ גלעזער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
מיט האַרציקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס