קאַפּיטל 5
אַ בריוועלע דער מאַמען
— איר זײַט אַ ייִד צי ניט? זאָגט מיר, זאָגט מיר, איר זײַט אַ ייִד!?
פֿון באַוווּנדערונג האָט דאָקטער קאָגאַן פֿאַרלוירן אי דעם בטחון, אי דאָס קול. אין איין אויג האָט זיך בײַ אים אַנטוויקלט אַ נערוועזער צוק. די אונטערשטע ליפּ האָט זיך געטרייסלט, ווי אַ צאַפּלדיק פֿישעלע, וואָס מ’האָט עס אַרויסגעצויגן פֿון איר סבֿיבֿה, פֿון וואַסער. מיטן גראָבן פֿינגער האָט ער צוגעדריקט די אונטערשטע ליפּ צו דער אייבערשטער נאָר דאָס האָט אויך קוים געהאָלפֿן. די פֿרוי, וואָס האָט אים אַטאַקירט מיט דער אומגעוויינטלעכער פֿראַגע, איז אַנטשוויגן, מסתּמא געוואַרט אויף אַן ענטפֿער. דאָס האָט אים געגעבן אַ פּאָר מינוט צונויפֿקלײַבן זײַנע געדאַנקען. קאָגאַן האָט אויפֿגעהויבן די אויגן און פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז גערעכט, און די נערוועזע פֿרוי האָט טאַקע געוואַרט אויף זײַן ענטפֿער. וואָס פֿאַר אַן ענטפֿער האָט ער פֿאַר איר? ער האָט ברייט אויפֿגעעפֿנט זײַנע שוואַרצע מידע אויגן, אַרומגערינגלטע מיט שווערע טונקעלע זעקעלעך, באַווײַזנדיק ווי דערשטוינט איז ער פֿון איר אומבאַקאַנטער חוצפּה, געמאַכט אַן אָפֿיציעלע מינע, און „אויסגעשאָסן‟ אַ „צוגעגרייטע‟ רעדע, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ סאָוועטישן אָפֿיצער:
— יאָ, חבֿרטע. איך בין אַ ייִד. נו, איז וואָס? וואָס ווילט איר מיט דעם זאָגן? מײַן פֿאַמיליע־נאָמען איז קאָגאַן, דאָקטער פּאָדפּאָלקאָווניק [1] קאָגאַן. און איר, חבֿרטע פֿרוי, פֿאַרגעסט נישט, אַז מיר ביידע זענען סאָוועטישע בירגער, — קאָגאַן האָט אויפֿגעהויבן זײַן ווײַזפֿינגער, — דאָס טאָר מען נישט פֿאַרגעסן! קיין מאָל! און איך, — ער האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט דער ברייטער דלאָניע אויף זײַן ברוסט, באַפּוצט מיט אַ ריי מעדאַלן און אַנדערע מיליטער־צײכנס, — איך בין אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. איך בין אַ פּאַרטייער! פֿאַרשטייט איר, וואָס איך מיין?
- כ’פֿאַרשטיי, אַוודאי פֿאַרשטיי איך. נאָר פֿאָר מיר זײַט איר קודם־כּל אַ ייִד. און אויב אַזוי, טאָ פֿירט זיך אויף ווי אַ ייִד!
נו, וואָס זאָגט איר וועגן אַזאַ מאָדנעם געשפּרעך צווישן צוויי ייִדן? צווישן מײַן מאַמען און דעם הויפּט־דאָקטער אין דעם מיליטער־שפּיטאָל פֿון דער שטאָט ווענטספּילס? צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי האָבן זיי זיך געטראָפֿן און וואָס איז געווען די טעמע פֿון זייער שמועס, דאַרף מען זיך אומקערן צום סאַמע אָנהייב.
אַז מ’האָט מיר האָספּיטאַליזירט מיט אַ לונגען־אָנצינדונג, געדענקט איר? סײַדן איר האָט נישט געלייענט די מעשׂה מיט די „צוויי כּלות‟. נישט וויכטיק, גלייבט מיר, אַז מ’האָט מיך געבראַכט אין דעם שפּיטאָל מיט יענער אָנצינדונג, קוים לעבעדיק! און דאָ אין דער אינערלעכער אָפּטיילונג האָט מען מיך געהיילט מיט זעקס(!) אײַנשפּריצונגען אַ טאָג. נאָך איידער ווי איינע פֿון מײַנע צוויי „כּלות‟ — קאַרינע די רוסישע האָט מיך באַזוכט, האָב איך אויפֿגענומען דאָ אַ מער וויכטיקערן גאַסט — מײַן מאַמען. זי האָט געקראָגן מײַן בריוו און מיטן ערשטן אויטאָבוס געאײַלט זיך צו מיר, זען וואָס עס טוט זיך מיט מיר, מיט איר קראַנק זונעלע. אַ פּנים, די בריוו דערגייען אַהער זייער שנעל, אַפֿילו אויב מ’שרײַבט זיי אויף מאַמע־לשון, אויף ייִדיש מיין איך. יאָ, איר האָט גוט פֿאַרשטאַנען: דינענדיק אין דער סאָוועטישער אַרמיי, האָב איך געשריבן מײַנע בריוו אויף ייִדיש. נישט אַלע, פֿאַרשטייט זיך, נאָר אַ גרויסן טייל פֿון זיי. ס’ווענדט זיך צו וועמען דער בריוו איז אַדרעסירט געווען. צו מײַן באָבען, וואָס האָט געוווינט אין מאָסקווע, האָב איך געשריבן אויף רוסיש. צו מײַנע עלטערן — אויף ייִדיש. וועגן דער צענזור האָב איך אַפֿילו נישט געטראַכט, פּשוט נישט געוווּסט וועגן דעם. מיט אַ צײַט שפּעטער האָב איך געהערט פֿון אַנדערע זעלנער אין פּאָלק, אַז די סאָוועטישע אַרמיי פֿאַרמאָגט אַ ספּעציעלע אָפּטיילונג — „מיליטער־צענזור‟. זיי זיצן און לייענען די בריוו, וואָס מיר שיקן אַהיים. זייער אויפֿגאַבע איז צו קאָנטראָלירן אונדזערע מחשבֿות, וויסן, מיט וועלכער אינפֿאָרמאַציע טיילן מיר זיך מיט אונדזער טאַטע-מאַמעס און חבֿרים. איר מיינט דאָך, אַז איך לאַך? אַז דאָס איז אַ שפּאַס? אַז אָך־און־וויי איז צו דעם געלעכטער! די צענזור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט נאָך עקזיסטירט פֿון די אַלטע צײַטן, זינט די באָלשעוויקעס האָבן געעפֿנט די אַרבעטס־לאַגערן, דעם „גולאַג‟. זייער אַרבעט אין טאַקע אַ שווערע! דורכלייענען און אויספֿאָרשן אונדזערע קאָטשערעס און לאָפּעטעס באַדאַרף מען זײַן זייער פֿיייִק. און אויב עס רעדט זיך וועגן אַן אַנדער לשון ווי רוסיש, איז דאָס נאָך אַ טאָפּלטע אַרבעט פֿאַר זיי. און ייִדיש? ווער פֿון זיי האָט געקענט ייִדיש? נאָר ס’איז נישט מײַן דאגה. פֿון מײַנעטוועגן קענען זיי ברעכן די ציין און קעפּ, ווען זיי לייענען מײַן שרײַבעכץ. נאָר לאָמיר זיך אומקערן צו דעם האָספּיטאַל.
די מאַמע איז געקומען מיך אָנצושטאָפּן מיט היימישע מאכלים און אויך געבראַכט מיט זיך עטלעכע בריוו פֿון מײַן טאַטן און פֿון זײַן ברודער אָנקל חנן, וואָס האָט געוווינט אין ישׂראל. כאָנקע, ווי איך האָב אים גערופֿן, האָט נישט געקענט קיין רוסיש, האָט ער געשריבן זײַנע בריוו געוויינטלעך אויף ייִדיש. די בריוו האָט ער אַוועקגעשיקט צו מײַנע עלטערן, און זיי האָבן שוין די בריוו איבערגעשיקט צו מיר. צווישן די בריוו איז געווען אויך אַ בריוועלע פֿון מײַן קוזינע בתּיה, חננס איין־און־איינציקע טאָכטער. שוין מיט יאָרן לאַנג האָט זי זיך אויסגעלערנט ייִדיש. פֿאַר מײַן אַרמיי האָבן מיר זיך איבערגעשריבן זייער אָפֿט, געשיקט בילדער איינער דעם אַנדערן. ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז איך קלײַב פּאָסט־מאַרקעס, האָט זי אַלע מאָל ארײַנגעלייגט אין קאָנווערט עטלעכע מאַרקעס פֿון ארץ־ישׂראל.
וואָס האָב איך גאָר נישט געוווּסט, אַז מײַנע בריוו עפֿנט מען דאָ אויך, אין שפּיטאָל מיין איך. וואָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש? וואָס איז זייער עסק? דאָ היילט מען דאָך מענטשן, נישט זייערע מחשבֿות? ווען מײַן מאַמע וואָלט נישט געמאַכט מיר אַ ביקור־חולים, און ווען דער מיליטער־דאָקטער, פּאָדפּאָלקאָווניק קאָגאַן, וואָלט זי נישט געווען אַרויסגערופֿן צו האַלטן מיט אים „א וויכטיקן שמועס‟, ווי ער האָט עס אָנגערופֿן, וואָלט איך קיין מאָל נישט געוווּסט וועגן די לאַנגע און פֿאַרדרייטע וועגן, וואָס מאַכן דורך מײַנע בריוועלעך ביז זיי דערגייען צו די אַדרעסאַטן.
אָבער, ווי איר ווייסט שוין, מײַן מאַמע איז יאָ געקומען צו מיר, און דער דאָקטער האָט זי טאַקע געטראָפֿן און אײַנגעלאַדן צו זיך אין קאַבינעט אַרײַן. אָבער, ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז זינע, מײַן מאַמע, געווען אַ צו האַרטע ניסל פֿאַר זײַנע געלע פֿאַררויכערטע ציין. כאָטש געווען איז ער אַ מיליטער־דאָקטער, אַן אָפֿיצער, און נאָך אַ ייִד אַ קאָמוניסט צו אַלע צרות, האָט ער קיין אַנונג נישט געהאַט מיט וועמען ער האָט צו טאָן, מיט וועמען ער האָט זיך פֿאַרפֿירט.
דאָ אין שפּיטאָל איז דאָקטער קאָגאַן געווען זייער אַ בכּבֿודיקער רופֿא, דער גרעסער מומחה פֿון די אינערלעכע קראַנקײטן. און נישט נאָר דאָ. אין גאַנץ לעטלאַנד האָט מען געהערט פֿון אים און זײַנע מעדיצינישע הצלחות. זינע האָט עס אַוודאי נישט געוווּסט, און איך ווייס נישט צי עס וואָלט זי געאַרט, ווען זי וואָלט יאָ געהערט וועגן דעם. בײַ מײַן מאַמען איז דער עיקר געווען „זײַן אַ מענטש‟, און דערנאָך שוין — די דיפּלאָמען און פּראָפֿעסיעס.
די מאַמע האָט כּלומרשט געטראַכט, אַז ער רופֿט זי צו כאַפּן אַ שמועס וועגן מיך און וועגן מײַן קראַנקײט. זי האָט אָנגעקלאַפּט אין טיר, און פֿון יענער זײַט האָט זיך דערהערט אַ „וווידיטע!‟ אויף רוסיש, גייט אַרײַן, הייסט עס. זינע איז אַרײַנגעגאַנגען, און נאָך שטייענדיקערהייט האָט זי אָנגעהויבן אַרומקוקן דעם דאָקטערס קאַבינעט. וואָס האָט גלײַך צוגעצויגן אירע אויגן — ס’איז נישט געווען קיין איין פֿענצטער אין זײַן צימער. אַ גרויסע שווערע טיר, וואָס זי האָט אָקערשט פֿאַרמאַכט נאָך זיך, איז געווען באַצויגן מיט וואַטע־וואָל, באַדעקט מיט שוואַרצער לעדער און אין די ראַנדן אַרומגעקלאַפּט מיט צוועקלעך מיט קײַלעכדיקע טאָמבאַק־קעפּלעך. „דורך אַזאַ טיר הערט מען קיין וואָרט נישט. אַ פּנים, דעם דאָקטער לוינט מער מע זאָל נישט הערן וועגן וואָס ער שמועסט מיט זײַנע פּאַציענטן‟, — האָט זינע אַ טראַכט געטאָן. דער גאַסטגעבער האָט אָפּגעשטעלט אירע געדאַנקען און מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט איר באַוויזן אויף אַ פּראָסטן הילצערנעם שטול.
— זיצט… זעצט זיך אַוועק…
וואָס איז דאָס פֿאַר אַ לשון? זינען איז גלײַך נישט געפֿעלן געוואָרן זײַן אָפֿיציעלקײט: נישט קיין „ביטע‟, נישט קיין „גוט מאָרגן‟ און נישט קיין „אַנשולדיקט מיך‟. גלײַך צו דער זאַך, צום תּכֿלית. זיצט און שוין. מ’קען מיינען, אַז זי איז אַרײַן אויסצוהערן אים שטיינדיק. אַ שפּראַך האָט ער! נו, מילא. אַ ברירה האָט זי? זי האָט נישט אויסגעקליבן מיט וועמען צו האַלטן אַ שמועס און וועגן וואָס. אָבער… אוי־וויי, וועגן וואָס וויל ער טאַקע רעדן מיט איר? וועגן איר קראַנק זונעניו? זינע האָט זיך צוגעזעצט נאָר אויפֿן סאַמע ברעג בענקל, ווי געמיינט דערמיט ווײַזן: איך וועל זיך דאָ נישט פֿאַרהאַלטן, איך בין דאָ נאָר אויף אַ ווײַלינקע.
קאָגאַן, אַ מענטש אין די יאָרן, איז געזעסן אין אַ הויכן און ווייכן פֿאָטעל, אַ באַצויגענעם מיט אַ לעדערנעם געוואַנטל, דעם זעלבן ווי די טיר פֿונעם קאַבינעט. ער’ט געזעסן און געשוויגן. אין זײַן רעכטער האַנט האָט ער געהאַלטן אַ גוט אָנגעשניצטן בלײַער, און אים געדרייט אַהין און אַהער צווישן די פֿינגער, ווי ער וואָלט געווען א זשאָנגליאָר אין אַ צירק. אין דער לינקער האַנט האָט ער צוגעדריקט מיט זײַנע קורצע און גראָבע, געלע פֿון ניקאָטין פֿינגער, אַ פּאַפּיראָס, וואָס האָט נאָך „געוואַרט‟ מ’זאָל אים אָנצינדן. „קיין פֿינגער פֿון אַ כירורג האָט ער נישט, — האָט באַמערקט זינע, — אָבער ער איז, דאַכט זיך, נישט קיין כירורג. ער איז מסתּמא אַ טעראַפּעווט…‟. דער דאָקטער איז געווען אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישן מונדיר, און זינען האָט שוין געעקלט פֿון זײַן אָנטועכץ. זאָל אַ דאָקטער נישט טראָגן אַ ווײַסן כאַלאַט? וואָס פֿאַר אַ דאָקטער איז ער? ער זעט מער אויס ווי אַ סאָלדאַפֿאָן [2], איידער אַ דאָקטער. זינע האָט אים שוין „אַרײַנגעשריבן‟ אין איר „שוואַרצן טאַשן־בוך‟.
— חבֿרטע… ע… אַנטשולדיקט, איך ווייס נישט, ווי מ’רופֿט אײַך? ווי איז אײַער… ע.. נאָמען?
— איך הייס זינע, — האָט די מאַמע געענטפֿערט זייער בנימוסדיק, — זינע שאַרפֿשטיין. מײַן זון ליגט דאָ בײַ אײַך מיט אַ לונגען־אָנצינדונג.
— איך ווייס, איך ווייס… ער פֿילט זיך שוין אַ סך בעסער. ער איז אַ טאַנקיסט, דאַכט זיך. ער וועט אינגיכן ווערן געזונט און זיך אומקערן אין דער טאַנקיסטן־שול, זיך ווײַטער לערנען פֿאַר אַ טאַנק־קאָמאַנדיר.
— א גרויסן דאַנק אײַך, דאָקטער. יעצט בין איך רויִק. ס’איז מיר ממש אַראָפּגעפֿאַלן אַ שטיין פֿון האַרצן.
— יאָ, יאָ… אַ שטיין… אַ שטיין? וואָסער שטיין? — ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, אָנגעצונדן דעם פּאַפּיראָס און האָט זיך שטאַרק פֿאַרצויגן, אָנפֿילנדיק זײַנע לונגען מיט רויך. פֿאַרהוסט זיך, האָט ער ממשיך געווען: — נישט דאָס איז די סיבה, וואָס איך האָב אײַך אַרויסגערופֿן, נישט דאָס… איר פֿאַרשטייט, די פּראָבלעם איז… — די ווערטער זענען אים אַרויס זייער שווער און ער האָט זיך פֿאַרציט נאָך אַ מאָל, — איר פֿאַרשטייט, ע… אײַער זון… ע… פֿירט זיך נישט ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ סאָוועטישן סאָלדאַט. איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַז ער פֿירט זיך נישט אויף ווי אַ סאָוועטישער בירגער.
— אַנטשולדיקט, ביטע, נאָר וועגן וואָס רעדט איר? — זינען איז געוואָרן אַ ביסל נישט גוט, איר פּנים איז געוואָרן בלאַס פֿון זײַנע אומפֿאַרשטענדלעכע ווערטער, — וואָס ווילט איר זאָגן מיט דעם? וואָס האָט ער שוין אָפּגעטאָן?
— וואָס האָט ער אָפּגעטאָן? — קאָגאַן האָט זיך ווידער פֿאַרצויגן פֿונעם פּאַפּיראָס, און אַרויסגעלאָזט פֿונעם מויל אַ געדיכטן ווײַסן רויך, — וואָס האָט ער אָפּגעטאָן… ער שרײַבט בריוו אויף ייִדיש! — האָט ער געזאָגט העכער, — איר פֿאַרשטייט וואָס איך מיין? אויף ייִדיש! זײַנע בריוו זענען געשריבן מיט ייִדישע בוכשטאַבן!
— נו, אַבי ער איז געזונט! איר האָט מיך טאַקע באַרויִקט.
נאָר די טעמע איז זינען גלײַך נישט געפֿעלן געוואָרן. אָבער אָפּטרעטן יעצט? אירע שׂונאים וועלן נישט דערלעבן! זינע האָט תּמיד געוווּסט ווי און וואָס צו ענטפֿערן אַ פּאַרשוין, וואָס רעדט שלעכטס וועגן אירע קינדער… בפֿרט, אַז עס גייט די רייד וועגן ייִדן און ייִדישקײט. ניין, שווײַגן וועט זי נישט שווײַגן!
— און פֿאַר וואָס זאָל ער נישט שרײַבן מיט ייִדישע בוכשטאַבן? — האָט איר קול אויך אָנגעהויבן קלינגען העכער, — פֿאַר וואָס זאָל ער נישט שרײַבן אויף ייִדיש? ווי ווילט איר, זאָל ער שרײַבן? וואָס איז ער, אַ טאָטער? אַ גרוזינער? דער טאָטער שרײַבט אויף טאָטעריש, דער גרוזינער — אויף גרוזיניש. און מײַן זון, אַ געזונט אים אין קאָפּ אַרײַן, שרײַבט אויף זײַן מאַמע־לשון, אויף ייִדיש!
דאָס וואָרט „מאַמעלשון‟ האָט זינע געזאָגט אויף ייִדיש און פּאַמעלעך, ער זאָל פֿאַרשטיין וואָס זי מיינט. יעצט האָט זי זיך געפֿילט, ווי אינמיטן אַ קריג, אַ מלחמה פֿון „צו זײַן אָדער ניט צו זײַן‟. אירע אויגן האָבן געבלישטשעט און אַרוסגעשפּריצט פֿײַער. מיט אַ מינע פֿון זילזול איז זי געווען גרייט אַטאַקירן דעם ייִדישן דאָקטער ביזן נצחון. וואָס מיינט ער זיך, דאָס פֿאַלשע ייִדעלע? וואָס פֿאַר אַ מומחה איז ער אין בריוו־שרײַבן? אוי, ס’אַראַ טעות האָט ער געהאַט, וואָס ער האָט מיט איר אָנגעהויבן… אוי, ס’אַראַ טעות!
— און יעצט וויל איך אײַך עפּעס פֿרעגן, — זינע איז אַרויס מיט אַן אַטאַקע, — פֿון וואַנען האָט איר גענומען, אַז מײַן זון שרײַבט זײַנע בריוו אויף ייִדיש דווקא? האַ?! איר האָט געלייענט זײַנע בריוו? וואָס זײַט איר, אַ צענזאָר? וואָס פֿאַר אַ רעכט האָט איר אַרײַנשטופּן אײַער נאָז אין פֿרעמדע בריוו?
— איך… מיר, הייסט עס… ע…
דאָקטער קאָגאַן האָט זיך געוואָרגן מיט ווערטער און קיין קלאַנג פֿון זײַן גאָרגל איז נישט אַרויס. די פֿרוי האָט אים צערודערט און צעמישט די געדאַנקען, פֿאַרפּלאָנטערט די מחשבֿות, און ער האָט פֿאַרגעסן אַלץ, וואָס ער האָט פּלאַנירט צו זאָגן און צו דערקלערן. ער האָט זיך פֿאַרהוסט, און טאַקע אויף אַן אמתן. זינע האָט זיך דערשראָקן, נאָר דער קרענקלעכער הוסט האָט אים, אַפּנים, אומגעקערט צו דער ווירקלעכקײט. ער האָט גענומען רעדן מיט אַ סאָוועטישן לעקסיקאָן, מיט אָפֿיציעלע אויסגעשטודירטע פֿראַזעס:
- אונדזער שפּיטאָל איז אַ מיליטער־שפּיטאָל, און ער איז אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. איך בין אַ סאָוועטישער דאָקטער, און איך בין אויך אַן אָפֿיצער, אַ פּאָדפּאָלקאָווניק. אײַער זון, דער זעלנער שאַרפֿשטיין, איז אַ סאָוועטישער סאָלדאַט. און ווי אַ סאָלדאַט, איז ער אונטערגעאָרדנט צו אונדזערע מיליטער געזעצן. אַ זעלנער מוז זיך אויפֿפֿירן ווי אַ זעלנער, ווי אַ סאָוועטישער זעלנער, מיין איך.
קאָגאַן וואָלט „געשאָסן‟ מיט זײַן לעקסיקאָן ווײַטער און ווײַטער, נאָר ער האָט דאָך געהאַט אַן עסק מיט מײַן מאַמען. זי האָט אים גלײַך איבעגעשלאָגן מיט אַ פֿראַגע וועגן זײַן ייִדישקײט, וואָס איך האָב אײַך שוין דערציילט, און נאָך צוגעלייגט:
— איך זאָג אײַך נאָך אַמאָל: אויב איר זײַט אַ ייִד, טאָ פֿירט זיך ווי אַ ייִד!
זינע איז נישט געוואָרן נתפּעל פֿון זײַן פּאַרטיייִשקײט, און פֿון די אײַזערנע צאַצקעס אויפֿן מונדיר. זי האָט אים נאָך אַמאָל באַקוקט פֿון קאָפּ ביז די שפּאָגל־נײַע גלאַנצנדיקע שטיוול, אָפּגעאָטעמט, און אַריבער זיך אויסדרוקן לאַנגזאַם און קלאָר, ער זאָל אײַנזאַפּן יעדעס וואָרט:
— ווי אַ בירגער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, באַדאַרפֿט איר וויסן, אַז בײַ אונדז, אין אונדזער סאָציאַליסטישן היימלאַנד זענען אַלע פֿעלקער גלײַך! — און זי האָט אָנגעדריקט אויפֿן וואָרט „גלײַך‟, זאָל קיין ספֿק נישט זײַן וואָס זי מיינט, — און אויב איר זײַט נאָך אַ פּאַרטייער צו אַלע צרות, קענט איר אַוודאי אויף אויסנווייניק אונדזער סאָוועטישע קאָנסטיטוציע. איך בין גערעכט?
— עעע… וואָס… וואָס ווילט איר דערמיט זאָגן? ע… וואָס איך שײך… ע… דער קאָנסטיטוציע?
קאָגאַן האָט ווידער פֿאַרלוירן די זעלבסט־זיכערקײט און ווידער „געבעקעט‟. וואָס פֿאַר אַ העזה, האָט ער געטראַכט, ווער איז זי בכלל? אַ מאַמע פֿון עפּעס אַ קראַנקן סאָלדאַט? וואָס דערלויבט זי זיך, זיצנדיק אין מײַן קאַבינעט? נאָך איין וואָרט, וועט ער איר הייסן פֿאַרמאַכן די טיר פֿון דער צווייטער זײַט. אַ פֿרעכקײט פֿון אַ פֿרוי! ער האָט געזוכט די ריכטיקע ווערטער, ווי אַזוי צו באַווײַזן איר, ווער איז דאָ דער נאַטשאַלניק, דער קאָמאַנדיר. אָבער זינע האָט אים נישט געגעבן צו אָרגאַניזירן זײַנע געדאַנקען. זי האָט נישט געוואַרט אויף אים, צי ער האָט וואָס צו זאָגן, צי נישט. זי איז פֿון אים נישט אָפּגעטראָטן און איז אים „באַפֿאַלן‟ נאָך שטאַרקער:
— וואָס וויל איך זאָגן מיט דעם? אַז ווי אַ ייִד, און נאָך אַ פּאַרטיייִשער ייִד, געדענקט איר אפֿשר, וואָס ס׳שטייט געשריבן אין אונדזער סאָוועטישער קאָנסטיטוציע? אָדער מ’האָט עס געשריבן נישט פֿאַר אײַך?
— ע… נו… וואָס… ע… וואָס ווילט איר זאָגן מיט דעם?
— אין אונדזער סאָוועטישער סאָציאַליסטישער קאָנסטיטוציע שטייט געשריבן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז יעדעס פֿאָלק, — זינע האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון שטול און זיך אַוועקגעשטעלט אַנטקעגן דעם דאָקטער, ווי אַן אומפֿאַרלענדלעכע סטאַטוע פֿון לענין, — אַיעדער פֿאָלק האָט רעכט אויף אַן אייגענער שפּראַך און אויף אַן אייגענער קולטור. שוואַרץ אויף ווײַס! נישט נאַראָנים האָבן צונויפֿגעשטעלט די דאָזיקע געזעצן און זיי אַרײַנגעשריבן אין דער קאָנסטיטוציע, נישט טיפּשים! דאָס האָט מען געמאַכט אין די „הויכע פֿענצטער‟ אין מאָסקווע. פֿאַרשטייט איר שוין?
— אַוודאי… איך ווייס… איך פֿאַרשטיי וואָס איר מיינט… נאָר…
— אויב איר פֿאַרשטייט טאַקע, נעמט אַרויס אײַערע גראָבע פֿינגער פֿון מײַן זונס בריוו! ס’איז נישט אײַער עסק, וואָס און וועמען ער שרײַבט און אויף וועלכער שפּראַך! נישט אײַער עסק!
זינע האָט שוין כּמעט געשריגן אויף אים, און ער איז געזעסן שטום און בלאַס ווי די וואַנט.
זי האָט זיך אומגעקערט צו דער טיר און האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרויסגיין, נאָר דאַן האָט זי באַשלאָסן זיך אויסרעדן ביזן סוף, ביז ער וועט פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ מיאוסע ראָלע שפּילט ער דאָ אין דעם מיליטער־שפּיטאָל. מיט אַ רויט פּנים און מיט אַ הייזעריקער שטימע פֿון „האַקן‟ אַזוי פֿיל סאָוועטישע קלישעען, האָט זינע פֿאַרענדיקט איר רעדע:
— חבֿר פּאָדפּאָלקאָווניק קאָגאַן! אויב איר האָט נישט וואָס צו טאָן מיט אײַערע הענט, היילט מיט זיי די קראַנקע סאָלדאַטן! און יעדעס מאָל, ווען איר האָט אַ ביסל פֿרײַע צײַט, לייענט און שטודירט די סאָוועטישע קאָנסטיטוציע!
די מאַמע איז אַרויס פֿון קאָגאַנס קאַבינעט מיט אַ פֿראַזע אויף ייִדיש: „זײַט מיר געזונט‟, — און האָט אַ קלאַפּ געטאָן מיט דער טיר. איך בין געזעסן אויף אַ בענקל אין קאָרידאָר, און זיך געוווּנדערט וועגן וואָס האָבן זיי גערעדט. איך האָב זי נישט געפֿרעגט, נאָר זי האָר מיר אַליין דערצייל פֿאַרן אַוועקפֿאָרן. נאָך דעם האָט זי מיך אַרומגענומען מיט אירע וואַרעמע און פֿול מיט ליבשאַפֿט הענט, געגעבן אַ קוש אין שטערן, אויסגעווישט די פּאָמאַדע פֿון מײַן פּנים, און אַרויס פֿון דעם שפּיטאָל־בנין. זי האָט זיך זייער געאײַלט צו דער סטאַנציע, נישט פֿאַרשפּעטיקן דעם לעצטן אויטאָבוס, וואָס האָט זי אַוועקגעפֿירט אַהיים, קיין ווילנע. איר באַזוך האָט געדויערט אינגאַנצן איין טאָג, אַפֿילו נישט קיין מעת־לעת, נאָר פֿאַר מיר איז עס געווען גראָד צו דער צײַט. דאָס האָט מיך זייער פֿאַרשטאַרקט. פֿון מײַן מאַמען, פֿון איר שטאָלצקײט, איר ייִדישע גאווה האָב איך געשעפּט נײַע כּוחות, ווי פֿון אַ לעבנס־ברונעם.
אין האָספּיטאַל בין איך נאָך געבליבן אַ פּאָר וואָכן לאַנג, ביז איך בין געזונט געוואָרן, און האָב זיך אומגעקערט צוריק אין פּאָלק. מיר איז נאָך געווען אָנדערהאַלבן יאָר צו דינען. בריוו האָב איך געשריבן מערער ווי פֿריִער, און מערסטנס אויף ייִדיש. ביז מײַן דעמאָביליזאַציע האָט מיך קיינער נישט געשטערט, נישט געטשעפּעט, און נישט געפֿרעגט קיין קלאָץ־קשיות וועגן מײַן ייִדיש.
[1] פּאָדפּאָלקאָווניק (רוס.) — אונטערקאָלאָנעל
[2] סאָלדאַפֿאָן (רוס.) — אַ באַליידנדיקע דעפֿיניציע פֿון אַ סאָלדאַט