צווייטער טײל
קאַפּיטל ב
2
מישעס אַנדערער װיזיט צו שעסטװקאָװסקין איז פֿאָרגעקומען כּמעט מיט צװײ חדשים שפּעטער: אָט איז מישע געװען אױף גאַסטראָלן, אָט איז דעמענטי װאַסיליעװיטש אָדער נישט געװען אין מאָסקװע, אָדער פֿאַרנומען געווען מיט אַרבעט, אָדער ער האָט זיך געפֿילט נישט גוט. סוף–כּל–סוף אין נאָװעמבער איז מישע װידער געקומען אין דער דירה אױף דער נעזשדאַנאָװאַ–גאַס. דער באַלעבאָס האָט אים תּיכּף דורכגעפֿירט צו זיך אינעם צימער מיט שראַנקען און פּאָליצעס און פֿאָרגעלײגט מישען זיך אַװעקזעצן בײַם טיש, דאָס מאָל נישט אַנטקעגן, נײַערט לעבן זיך. אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ האָט זײ שטיל דערלאַנגט טײ מיט געבעקס און פּונקט אַזױ שטיל איז זי אַרױסגעגאַנגען פֿונעם צימער.
ס׳איז געשטאַנען אַ מרה–שחורהדיקער האַרבסטיקער אָװנט, און אויך די דערינערונגען דעמענטי װאַסיליעװיטשס זײַנען געװען מרה–שחורהדיק, איין דערינערונג מער פֿון דער אַנדערער. שעסטאַקאָװסקי האָט דערצײלט אַ סך אי װעגן זיך אַלײן, אי װעגן אַנדערע מענטשן, װאָס האָבן געהאַט געליטן פֿון סטאַלינס רעזשים. אַ חוץ דעם אַלעם, האָט ער דערצײלט, װי אין 1948 האָט מען אים געהאַט געצװוּנגען פֿאָרלײענען אַ חרטה–רעדע און מיט יאָרן שפּעטער, שױן בימי כרושטשאָװ — אַרײַנטרעטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ…
— עפּעס אַ גאָרנישט, פֿאַרשטײט איר, האָט אָפּגעבאַקט יענץ מיאוס טיפּשות — און איך האָב עס געמוזט פֿאָרלײענט, װי אַ פּאַפּיר–ליאַלקע אױף אַ שטריקעלע… יאָ, מישע, איך האָב מורא געהאַט. אַלע, פֿאַרשטײט איר, האָבן דעמאָלט מורא געהאַט — און איך אױך… װען איך טראַכט, װײסט איר, װעגן מײַן לעבן, פֿאַרשטײ איך, אַז כ׳בין געװען אַ פּחדן. יאָ, מישע, איך בין געװען אַ פּחדן… װען איר װאָלט געזען דאָס, װאָס מיר, פֿאַרשטײט איר, איז אױסגעקומען זען, װאָלט איר אױך געװען אַ פּחדן…
אַזױ האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש גערעדט במשך פֿונעם גאַנצן אָװנט. בײַם געזעגענען זיך, שױן נאָכן פֿאַרבעטן מישען קומען װידער, האָט ער פּלוצעם געזאָגט:
— נאָך אײן זאַך, װײסט איר, האָב איך געװאָלט אײַך זאָגן… צװישן אונדז, אַװדאי… איך װײס, אַז כרעמענקאָװ באַציט זיך גוט צו אײַך. איז אָט, איך װאָלט געװאָלט אײַך װאָרענען, פֿאַרשטײט איר, אַז… נישט צו אַלעמען באַציט ער זיך און האָט זיך באַצױגן גוט…
— כ׳פֿאַרשטײ, — האָט מישע געענטפֿערט. גאָרנישט באַזונדערס האָט ער אין אָט דער אינפֿאָרמאַציע ניט געפֿונען: מיר אַלע באַציִען זיך דאָך פֿאַרשײדן צו פֿאַרשײדענע מענטשן.
אױף דער אַנדערער טרעפֿונג מיט זײַן באַליבטן קאָמפּאָזיטאָר האָט מישע געמוזט װאַרטן נאָך לענגער, אַ קאַרג האַלב יאָר. די זעלבע מעשׂה: אי מישען האָט מען כּסדר געשיקט אױף גאַסטראָלן אין פֿאַרשײדענע מקומות, אי שעסטאַקאָװסקי איז געפֿאָרן אײן מאָל קײן קיִעװ, אַ פּאָר מאָל קײן לענינגראַד, געאַרבעט, געקעמפֿט מיט זײַן קראַנקײט, פֿאַרבראַכט כּמעט דעם גאַנצן חודש אַפּריל אין אַ סאַנאַטאָריִום… נאָך זײַן אומקערן זיך פֿון דאָרטן איז מישע װידער געקומען זיך טרעפֿן מיט אים. זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אינעם זעלבן צימער און האָבן זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן דיװאַן אונטער די ביכער–פּאָליצעס. אױפֿן טיש האָט מישע באַמערקט עפּעס אַן אַלטן זשורנאַל.
— אָט, מישע… — האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש גענומען רײדן מיט אַ מיד קול, — פֿיר װאָכן האָב איך ערשט, פֿאַרשטײט איר, פֿאַרבראַכט אין אַ סאַנאַטאָריע, אױסגעפֿילט אַלע רעקאָמענדאַציעס פֿון די דאָקטױרים, נאָר… דעם אמת געזאָגט, װײס איך נישט, װי לאַנג מיר איז נאָך געבליבן לעבן… איך בין שױן, פֿאַרשטײט איר, גאָר שװאַך… כאָטש ס׳װילט זיך, װײסט איר, אױפֿטאָן נאָך עפּעס… אָט האָב איך אַצינד פֿאַרטראַכט, פֿאַרשטײט איר, אָנשרײַבן אַ סאָנאַטע פֿאַר אַלט און פֿאָרטעפּיאַן — װעגן מײַן גאַנץ לעבן… איר געדענקט, איך האָב אײַך דערצײלט, װי װען מ׳האָט מיך, פֿאַרשטײט איר, אַרײַנגעטריבן אין דער פּאַרטײ, האָב איך געמײנט, אַז כ׳װעל שטאַרבן צוליב דעם, און אָנגעשריבן מײַן אַכטן קװאַרטעט װעגן מײַן גאַנץ לעבן?
— אַװדאי… — האָט מישע באַשטעטיקט.
— נאָר איך בין געבליבן לעבן… דעמאָלט בין איך נאָך געװען, פֿאַרשטײט איר, אַ סך ייִנגער… איצטער, מײן איך, װעט מײַן סאָנאַטע זײַן, װײסט איר, גאָר אַן אַנדערע… אפֿשר װעט איר זי אַ מאָל שפּילן… — האָט שעסטאַקאָווסקי געזאָגט האַלבפֿרעגנדיק.
— אַװדאי װעל איך זי אױסשפּילן! — האָט מישע געענטפֿערט מיט גרײטקײט, — אַלץ, װאָס איר װעט אָנשרײַבן, װעל איך אומבאַדינגט שפּילן. דעמענטי װאַסיליעװיטש, כ׳בעט אײַך, לעבט לאַנג! און שרײַבט אָן נאָך אַ סך!
— װען נאָר עס װאָלט זיך געװאָנדן פֿון מיר… — האָט שעסטאַקאָװסקי טרױעריק געשמײכלט.
— אפֿשר װאָלט איך געקאָנט אײַך העלפֿן מיט עפּעס? איך פֿאָר קײן אױסלאַנד פֿון מאָל צו מאָל; אפֿשר קאָן איך אײַך ברענגען פֿון דאָרטן עפּעס אַ רפֿואה? כ׳בעט אײַך, גיט מיר צו װיסן!
— אַ דאַנק, מישע… פֿאַר אַ יאָרן בין איך, װײסט איר, אױך געװען אין אױסלאַנד, מ׳האָט מיך דאָרטן באַטראַכט, געהײלט… נאָר אַצינדער מײן איך נישט, אַז כ׳װעל קענען װידער, פֿאַרשטײט איר, פֿאָרן קײן אױסלאַנד…
דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט אַ שװערן זיפֿץ געטאָן — און פּלוצעם צום ערשטן מאָל זינט זייער באַקאַנטשאַפֿט האָט ער אױסגעטאָן די ברילן. אַ שאָק האָט דורכגענומען מישען אױף דורך און דורך: ער האָט תּיכּף דערפֿילט, אַז די ברילן אױף שעסטאַקאָװסקיס פּנים זײַנען געװען נישט בלױז אַ מיטל פֿון קורצזיכטיקײט, נאָר אױך, װי זײַנע כּסדרדיקע „װײסט איר‟ און „פֿאַרשטײט איר‟, אַ מין מאַסקע, הינטער װעלכער עס האָט זיך אויסבאַהאַלטן דאָס גרױסע אמתדיקע געזיכט, פּונקט אַזאַ טיטאַנישס װי זײַן מוזיק.
— איר געדענקט, מישע, — האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש געפֿרעגט, — איך האָב אײַך געזאָגט װעגן כרעמענקאָװן, אַז נישט צו אַלעמען, פֿאַרשטײט איר, באַציט ער זיך און האָט זיך באַצױגן אַזױ גוט, װי צו אײַך?
דאָ איז צו מישען דערגאַנגען.
— הײסט עס… ער באַציט זיך און האָט זיך באַצױגן נישט זײער גוט… צו אײַך?
שעסטאַקאָװסקי האָט אַ זיפֿץ געטאָן.
— רײדן אַזױ איז, װײסט איר, גאָרנישט גערעדט… אַ מאָל, אין די יונגע יאָרן, האָבן מיר געהאַט, װײסט איר, גוטע באַציִונגען, און איך האָב אים געהאַלטן פֿאַר זײער אַ טאַלאַנטירטן מענטש. נאָר אָט, פֿאַרשטײט איר, האָט ער אָנגעשריבן די אָפּערע „אין שטורעם‟. איר האָט זי געהערט?
— נײן, קײן מאָל נישט געהערט.
— ס׳איז נישט כּדאַי. ס׳איז, װײסט איר, אַ שלעכטע אָפּערע, אַ פּרימיטיװע. איר ליברעטאָ איז געװען באַגרינדעט אױף אַ ראָמאַן, װאָס איז, פֿאַרשטײט איר, זײער געפֿעלן געװאָרן סטאַלינען, אַזױ אַז כרעמענקאָװ האָט בפֿירוש געװאָלט, פֿאַרשטײט איר, צוטרעפֿן דעם פֿירער.
„אַ שײנע מעשׂה!‟ — האָט מישע אַ טראַכט געטאָן מיט חידוש, — „װאָס נאָר דערװיסט מען זיך נישט װעגן מענטשן!‟.
— איך האָב אים אָנגעשריבן אַ בריװ, — האָט שעסטאַקאָװסקי גערעדט װײַטער, — כ׳האָב געװאָלט אים װאָרענען, פֿאַרשטײט איר, אַז ער האָט זיך געלאָזט אױף אַ געפֿערלעכן װעג. איך האָב געמײנט, פֿאַרשטײט איר, אַז כ׳טו אינעם גײַסט פֿון דער רוסישער שול: רוסישע קאָמפּאָזיטאָרן, װײסט איר, פֿלעגן זיך דאָך שטענדיק עצהנען אײנער מיטן אַנדערן און קריטיקירן אײנער דעם אַנדערן. נאָר כרעמענקאָװ, פֿאַרשטײט איר, האָט עס נישט אױפֿגענומען אַזױ. ער׳ט בפֿירוש געמײנט, אַז איך פֿאַרשטעל אים דעם װעג, פֿאַרשטײט איר, צו באַלױן–צײכנס, פּרוּװ אים אַרױפֿפֿירן, פֿאַרשטײט איר, אױף די סטעזשקעס פֿון פֿאָרמאַליזם — און סטאַלין װעט אים, פֿאַרשטײט איר, נישט לױבן דערפֿאַר.
דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט װידער אַ זיפֿץ געטאָן.
— איך פֿאַרשטײ, ס׳איז שװער צו גלײבן אין דעם. איך אַלײן האָב דעמאָלט, װײסט איר, נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַזױנס װעט געשען. נאָר…
ער האָט זיך אױפֿגעהױבן, געמאַכט עטלעכע שװערע טריט צום טיש, גענומען אַ זשורנאַל און זיך װידער אַװעקגעזעצט לעבן מישען.
— אָט, טוט אַ קוק, — ער האָט געװיזן מישען די אַלטע אױסגאַבע. מישע האָט איבערגעלײענט אױפֿן גרױען טאָװל: „סאָװעטסקאַיאַ מוזיקאַ, 1948, 2, מערץ–אַפּריל‟.
— אין קײן אײן ביבליאָטעק, פֿאַרשטײט איר, װעט מען דאָס אײַך גלאַט אַזױ נישט געבן, כאָטש ס׳איז, פֿאַרשטײט איר, אונדזער, סאָװעטישער זשורנאַל, — האָט שעסטװקאָװסקי געזאָגט מיט אַ שפּאָט–שמײכעלע, — בלױז, װײסט איר, לױט אַ ספּעציעל דערלױבעניש קאָן מען אים קריגן. נײַערט איך האָב אים, פֿאַרשטײט איר, פֿאַרהיט פֿון יענער צײַט אָן.
ער האָט דורכגעבלעטערט אַ פּאָר צענדליק זײַטן.
— און איצט לײענט אָט דאָס.
דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט דערלאַנגט מישען דעם זשורנאַל. מישע האָט דערזען דאָס קעפּל פֿון אַן אַרטיקל „דרײַסיק יאָר פֿון דער סאָװעטישער מוזיק און די אױפֿגאַבעס פֿון די סאָװעטישע קאָמפּאָזיטאָרן‟ און אונטער דעם — דעם מחברס נאָמען, געדרוקטן מיט קלענערע אותיות — „ט. כרעמענקאָװ‟. בײַם קעפּל איז געװען אַן אָנװײַזונג אױף דער פֿוסנאָטע: „דער פֿאָרטראָג אױפֿן צוזאַמענפֿאָר פֿון די סאָװעטישע קאָמפּאָזיטאָרן‟.
בעתן לײענען דעם לאַנגן פֿאָרטראָג, האָט מישע עטלעכע מאָל געבלעטערט די זײַטן אױף צוריק און געקוקט נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל אױפֿן נאָמען אונטערן קעפּל. אַװדאי האָט ער געװוּסט, אַז בימי סטאַלין פֿלעגט מען זאָגן און שרײַבן נאָך מער אַלערליי שטותערײַען װי אַצינד, נאָר אין זײַן באַװוּסטזײַן האָט דאָס אָנגעשריבענע אין יענעם טעקסט פּשוט נישט געקאָנט זײַן פֿאַראײניקט מיטן נאָמען פֿונעם מחבר, דעם מענטשן, װאָס ער האָט אים גוט געקענט:
„אין די נײַסטע באַלעט–פֿאָרשטעלונגען, װאָס דיאַגיליעװס טרופּע האָט זײ דעמאָנסטרירט אין אױסלאַנד, פֿלעגט דער רוסישער שטײגער פֿאָרגעשטעלט װערן אין אַ גראָב נאָכקרימענישער, חוזקדיקער פֿאָרם װי אַן אױסדרוק פֿון אַזיאַטישער טעמפּקײט, אומקולטורעלקײט און אַלטפֿעטערישער כאַמישקײט.
„די טעאָרעטיקערס פֿון ׳די אַסאָציאַציע פֿון מאָדערנער מוזיק׳ האָבן אַרױסגערוקט דעם לאָזונג, װאָס האָט געלױטעט: ׳קאָנטאַקט מיט מערבֿ, לערנען זיך בײַ מערבֿ איז אונדזער דרינגלעכע אױפֿגאַבע׳. יענעם קאָנטאַקט פֿלעגט מען זיך פֿאָרשטעלן װי די מעגלעכסטע פּראָפּאַגאַנדע פֿון אַלע מינים פֿאָרמאַליסטישער בורזשואַזער מוזיק. אין צײַטונג־ און זשורנאַל–אַרטיקלען און אין ספּעציעלע זאַמלביכער פֿלעגט מען זאָגן שבֿחים קאַזעלאַ, מיִיאָ, קשענעקן, בערגן, שאָנבערגן און אַנדערע גרױסע און קלײנע אָפּגעטער פֿון מאָדערניזם. באַזונדערס אַ סך כּוח איז געפּטרט געוואָרן צו פּראָפּאַגאַנדירן סטראַווינסקין.‟
פֿון דער הקדמה צו דער סאָװעטישער אױסגאַבע פֿון סטראַװינסקיס זכרונות, װאָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן פֿאַר כרושטשאָװס צײַטן, האָט מישע געװוּסט, אַז סוף 1940ער האָט מען אין ראַטן–פֿאַרבאַנד באַשולדיקט דעם גרױסן קאָמפּאָזיטאָר אין נישט–גוטע זאַכן און אױפֿגעהערט שפּילן זײַן מוזיק, נאָר אין דער זעלבער הקדמה זײַנען אױך ציטירט געװאָרן כרעמענקאָװס לױב–װערטער װעגן סטראַװינסקין. נאָך מער: װען בשעת אײנער פֿון זײַנע טרעפֿונגען מיט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשן האָט מישע אים געפֿרעגט װעגן שעסטאַקאָװסקין, האָט יענער דערצײלט, װי מיט אַ סך יאָרן צוריק האָבן זײ געהאַט געשפּילט אין פֿיר הענט סטראַװינסקיס „תּהילים–סימפֿאָניע‟. דעריבער איז מישען געװען שווער אויפֿצונעמען כרעמענקאָװס דערמאָנען סטראַװינקין אין אַזאַ קאָנטעקסט.
„אַ סך גרױסע אָפּערע–קאָלעקטיװן און, אין דער ערשטער רײ, דער לענינגראַדער קלײנער אָפּערע–טעאַטער פֿלעגן שטאַרק פּראָפּאַגאַנדירן קשענעקס, אַלבאַן בערגס, קורט װײַלס איבערגעשפּיצטע, אַמאָראַלישע און אַנטיִעסטעטישע אָפּערעס.
„אַ באַזונדער אָרט אין ׳הײַנטיקײט׳ פֿאַרנעמט מיאַסקאָװסקי. אין זײַן ציקל לידער „בײַם ראַנד‟, אױף ז. גיפּיִוס׳ טעקסטן, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם 1922יאָר — דאָס װערק, װאָס האָט זיך נאָך אין גאַנצן געפֿונען אינעם קרײַז פֿון די שטימונגען פֿונעם פֿאַר–רעװאָלוציאָנערן פּעריִאָד, — האָט אײנער אַ קריטיקער פֿון יענער צײַט באַמערקט ׳די שטימונג פֿון עפּעס אַ שױדערלעכער אילוזאָרישקײט, אומרעאַלקײט, װאָס איז אַן אַנדער פֿאָרם פֿונעם רעאַלן זײַן׳. אינעם יאָר 1923 פֿאַרענדיקט מיאַסקאָװסקי די מאָנומענטאַלע 6טע סימפֿאָניע, װאָס איז געװען אַן אָפּרוף אױף די געשעענישן פֿון דער דעמאָלטיקער רעװאָלוציאָנערער װירקלעכקײט. די רעװאָלוציע מאָלט זיך אין דער פֿאַרנעפּלטער פֿאַנטאַזיע פֿונעם קינסטלער, װי אַ שטורמישער װיכער, װאָס רײַסט זיך אַרײַן אינעם שאַפֿערישן לעבן. די הײַנטצײַטיקײט באַװײַזט זיך װי אַ שרעקלעכע כאַאָטישע װעלט, װאָס דערשטיקט דעם קינסטלערס פֿאַנטאַזיע.‟
דאָס האָט פֿאַרחידושט מישען נאָך מער: ער האָט נישט געװוּסט, אַז אין 1948 האָט מען געהאַט באַשולדיקט אין פֿאָרמאַליזם אױך מיאַסקאָװסקין, און בכלל איז זײַן מוזיק געװען אַ סך מער טראַדיציאָנעל, װי פּראָקאָפֿיעװס און שעסטאַקאָװסקיס, — אַפּשיטא שױן בערגס, שאָנבערגס און אַזױ װײַטער. בעתן הערן אײניקע װערק זײַנע, — למשל, דעם װיאָלאָנטשעל–קאָנצערט — האָט מישע, באַקומענדיק הנאה פֿון זײ, געטראַכט דערבײַ, אַז זײ האָבן געזאָלט אָנגעשריבן װערן מיט פֿערציק–פֿופֿציק יאָר פֿריִער. װער–װער, נאָר װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט ניקאָלײַ יאַקאָװלעװיטש געהאַט צו „הײַנטיקײט‟?!
„די שטריכן פֿון קאָנסטרוקטיװיזם האָבן באַשטימט דעם סטיל פֿון אַ סך װערק בײַם יונגן שעסטאַקאָװסקי — אַזעלכע, װי זײַנע „אַפֿאָריזמען‟ פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן, װי די 2טע סימפֿאָניע „די װידמונג דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע‟, װוּ די קאַלטע לינעאַרע גראַפֿיק און די דעמאָנסטראַטיװע אַבסטראַקטע שפּיל פֿון ריטמען און טעמברען האָט אַרױסגעשטופּט די קלענסטע אױפֿבליצן פֿון לעבעדיקן, בילדערישן און עמאָציאָנעלן אינהאַלט. שעסטאַקאָװסקי האָט אױך געשאַפֿן מוסטערן פֿונעם ניהיליסטיש–צינישן גראָטעסק, װאָס בײַ די הײַנטצײַטיקע בורזשואַזע קינסטלערס דריקט ער געװײנטלעך אױס זײער סקעפּטישע, אינערלעך אױסגעלײדיקטע און צעריסענע װעלט–אָנשױונג.
„דער יונגער שעסטאַקאָװסקי, פֿאָלגנדיק דעם בײַשפּיל פֿון די מערבֿדיקע ׳מײַסטערס׳ פֿון גראָטעסק, האָט געפּטרט אַ סך כּוח צו פּאָסמאַקעװען דאָס באַנאַלע, װוּלגאַרע, נישטיקע בפֿרט אין זײַנע באַלעטן אױף סאָװעטישע טעמעס.
„דער גרעבסטער פֿיזיאָלאָגישער נאַטוראַליזם און די עקספּרעסיאָניסטיש–קרענקלעכע איבערגעטריבנקײט האָבן זיך אַנטפּלעקט באַזונדערס בולט אין שעסטאַקאָװסקיס צװײ אָפּערעס — „די נאָז‟ און „לעדי מאַקבעט‟. זײ האָבן געזאָגט עדות װעגן דעם, װי אױפֿמערקזאַם און מיטפֿילעװדיק שעסטאַקאָװסקי האָט געהאַט שטודירט די מיאוסע מוסטערן פֿון דער נײַסטער בורזשואַז–דעקאַדענטישער אָפּערע.
„דורך די באַמיִונגען פֿון אַ רײ ׳טרובאַדורן׳ פֿון מאָדערניזם — סאָלערטינסקין און אַנדערע — װערט געשאַפֿן די אַטמאָספֿער פֿון באַגיטיקן פֿאָרמאַליסטישע זוכונגען, רעהאַביליטירן די פֿאָרמאַליסטישע שאַפֿונג. אין אָט דער אַטמאָספֿער שרײַבט שעסטאַקאָװסקי זײַן קאָנצערט פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן, 4טע סימפֿאָניע — די װערק, װאָס האָבן קאָנסעקװענט פֿאַרטיפֿט די אידעיִשע און קינסטלערישע פֿעלערן פֿון זײַן שאַפֿונג.
„פֿאָרמאַליזם האָט זיך פֿעסט אײַנגעװאָרצלט אינעם באַװוּסטזײַן פֿון שעסטאַקאָװסקין, פּראָקאָפֿיעװן און אַ רײ אַנדערע אָנגעזעענע קאָמפּאָזיטאָרן.‟
דאָס האָט מישען שױן לגמרי געפּלעפֿט, מחמת טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט אים עטלעכע מאָל געזאָגט, אַז פּראָקאָפֿיעװ איז געװען אײנער פֿון זײַנע סאַמע באַליבסטע קאָמפּאָזיטאָרן און אַז ער האָט אים געהאַלטן פֿאַר דעם סאַמע גרעסטן קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט! פֿון דעסטװעגן, איז עס געװען כּלל נישט אַלץ:
„אַזעלכע קאָמפּאָזיטאָרן, װי פּראָקאָפֿיעװ און שעסטאַקאָװסקי האָבן געהאַלטן אין איין שאַפֿן װערק, װאָס זײַנען געװען, װי פֿריִער, געצילט אױף אַן ענגן קרײַז פֿון עסטעטן–מפֿונקים, העכסט פֿאָרמאַליסטישע װערק — פּראָקאָפֿיעװס אָפּערע „די דועניע‟, קאָנצערט פֿאַר װיאָלאָנטשעל, 6טע סאָנאַטע פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן, שעסטאַקאָװסקיס 6טע סימפֿאָניע.
„… די קינסטלערישע אומבאַהאָלפֿנקײט, אױבנאױפֿיקײט פֿונעם פֿאַרטראַכט, אַשטײגער, פֿון אַזאַ װערק, װי פּראָקאָפֿיעװס אוּװערטור ׳דאָס יאָר 1941׳, װאָס איז געװען אָנגעשריבן אָן אַ לעבעדיק פֿילן די היסטאָרישע געשעענישן אינעם ערשטן פּעריאָד פֿון דער פֿאָטערלענדישער מלחמה. אַ װעלטל פֿון עסטעטסקע געשטאַלטן, אָפּגעריסענע פֿונעם לעבן, איז פֿאַרקערפּערט אין פּראָקאָפֿיעװס 8ער סאָנאַטע פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן.
„שעסטאַקאַװסקיס 7טע סימפֿאָניע האָט דעמאָנסטרירט, אַז זײַן מוזיקאַליש דענקען האָט זיך אַרױסגעװיזן מער עפֿעקטיװ פֿאַר אױסדריקן די שלעכט–סימנדיקע געשטאַלטן פֿון פֿאַשיזם און די װעלט פֿון סוביעקטיװער רעפֿלעקסיע, אײדער פֿאַר פֿאַרקערפּערן די פּאָזיטיװע העלדישע געשטאַלטן פֿון אונדזער הײַנטצײַטיקײט.
„די אינטאָנאַציאָנאַלע אַבסטראַקציע, דער קאָסמאָפּאָליטיזם פֿון שעסטאַקאָװסקיס מוזיקאַלישער שפּראַך, װאָס אױך בשעת דער מלחמה האָט ער נישט געשטעלט פֿאַר זיך די אױפֿגאַבע זיך צו דערנעענטערן צו דער נאַציאָנאַלער פֿאָלקישער מוזיק–שפּראַך, זײַנען געװאָרן אַ שטערונג פֿאַר דױערהאַפֿטער פּאָפּולערקײט פֿון דער 7טער סימפֿאָניע צװישן דעם סאָװעטישן פֿאָלק.‟
דאָ האָט מישע ממש נישט געקאָנט גלײבן זײַנע אײגענע אױגן: אין זײַן צײַט האָט מען כּסדר געלױבט שעסטאַקאָװסקין אַם מערסטן דװקא פֿאַר זײַן 7טער סימפֿאָניע, זי איז געװען אַ מין „אָפֿיציעלער שעדעװער‟, און מישע האָט אַפֿילו נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין 1948 האָט מען געטאַדלט דעמענטי װאַסיליעוויטשן אױך פֿאַר דעם ווערק!
„די 8טע סימפֿאָניע איז געװען אַ באַזונדערס בולטער סימפּטאָם פֿון דעם קינסטלערס טיפֿן קריזיס, פֿאָרמאַליסטישער פֿאַרבלענדונג, זײַן אָפּגעריסנקײט פֿון דער אַרומיקער װירקלעכקײט.
„אַ סך נידעריקער פֿון דער טעמע האָבן זיך אַרױסגעװיזן דרײַ ׳צװײטע׳ סימפֿאָניעס — כאַטשאַטריאַנס, מוראַדעליס, פּאָפּאָװס און מיאַסקאָװסקיס 22סטע סימפֿאָניע. בפֿרט אין כאַטשאַטריאַנס צװײטער סימפֿאָניע האָט זיך אַנטפּלעקט די טענדענץ צו פֿאַרבײַטן דאָס זוכן רעאַליסטיש אױסדריקלעכע, נאַטירלעך און אױסגעהאַלטן אַנטװיקלענדיקע מוזיקאַלישע געדאַנקען מיט אױסערלעכער עפֿעקטישקײט.‟
װי מיר װײסן שױן, האָט מישע געזען כאַטשאַטריאַנען אױף כרעמענקאָװס אימענינעס. נאָך מער: זײ האָבן זיך געדוצט און גערעדט אײנער מיטן אַנדערן נישט בלױז װי גלײַכע, נאָר ממש װי אַלטע, גוטע פֿרײַנד. אַצינדער אָבער איז מישע געװען אין אַזאַ שאָק פֿון דעם, װאָס ער האָט געלײענט, אַז ער׳ט זיך אַפֿילו נישט דערמאָנט אין דעם…
„…שעסטאַקאָװסקיס 3טער קװאַרטעט מיט אױבערהאַנט פֿון אומהײמלעך–װילד אױפֿגערעגטע נעװראַסטענישע צושטאַנדן <…> פּראָקאָפֿיעװס 6טע סימפֿאָניע, אין װעלכער לעבעדיקע און קלאָרע געדאַנקען װערן פֿאַרטױבט אַלע מינוט מיט אױסגעקליגלטע טומלדיקע ליאַרעמס <…> כּלערלײ יובילײ– אָדער פֿאַלש–פּראָגראַם–קעפּלעך האָבן פֿאַרדעקט די מוזיק, װאָס האָט זײ נישט אַנטשפּרעכט לױטן אינהאַלט, װאָס האָט זיך אױסגעצײכנט אָדער מיט רױשיקע טעמבער–אָנהױפֿונגען, װי פּראָקאָפֿיעװס ׳אָדע אױפֿן סוף פֿון דער מלחמה׳ און כאַטשאַטריאַנס ׳סימפֿאָניע–פּאָעמע׳, אָדער מיט עמאָציאָנעלער גלײַכגילטיקײט און אַבסטראַקטקײט, װי מיאַסקאָװסקיס „פּאַטעטישע אוּװערטור‟, אָדער פּראָקאָפֿיעװס ׳יום–טובֿדיקע פּאָעמע׳. דער קריזיס האָט זיך אַרױסגעװיזן אי אין דער געװיסער גלײַכגילטיקײט, שאַפֿערישער רוטינירטקײט פֿון כאַטשאַטריאַנס װיאָלאָנטשעל–קאָנצערט, אי אין דער פֿרעמדקײט פֿונעם מוזיקאַלישן פֿאַרטראַכט צו דער אידעע פֿונעם װערק אין מיאַסקאָװסקיס קאַנטאַטע ׳דער קרעמל בײַ נאַכט׳, אי אין אַ רײ אַנדערע װערק.
„מע דאַרף אָנװײַזן אױף די טיפֿע פֿעלערן פֿון פּראָקאָפֿיעװס אָפּערע ׳מלחמה און שלום׳. בײַם אַנאַליזירן דעם תּוך פֿון די אָפּנײגונגען פֿון טאָלסטױס ראָמאַן, װאָס דער קאָמפּאָזיטאָר און דער ליברעטיסט האָבן זיך דערלױבט, קומען מיר צום אױספֿיר, אַז דאָ איז אַן אײגנאַרטיקע, מאָדערניסטישע פֿאַרטײַטשונג פֿון דעם גרױסן װערק פֿון דער רוסישער קלאַסישער ליטעראַטור.
„שױן זשע איז עס נישט קײן שענדלעכער פֿאַקט אין דער געשיכטע פֿון אונדזער פּובליציסטיק, װאָס נאָך ׳פּראַװדאַס׳ אַרטיקלען פֿונעם יאָר 1936 איז נישט געװען אָנגעשריבן קײן אײן, אַפֿילו אַ קורצע אַרבעט, װאָס זאָל געווען געבן אַ ריכטיקע קריטישע אָפּשאַצונג פֿון שעסטאַקאָװסקיס אָפּערע ׳לעדי מאַקבעט׳ און אַנטהאַלטן אַן אידעיִש–סטיליסטישן אַנאַליז פֿון אָט דער אָפּערע, באַזירט אױף די טעזיסן פֿון דער פּאַרטײ–קריטיק?
„נישט קיין װײניק שענדלעכער פֿאַקט איז די אָפּװעזנהײט בײַ אונדז כאָטש אײן קריטישע אַרבעט, װאָס װאָלט דעמאַסקירט די זײַלן פֿונעם מערבֿדיקן בורזשואַזן פֿאָרמאַליזם, אַן אַרבעט, װאָס מיר װאָלטן געקאָנט זי קעגנשטעלן דער װילד–רעקלאַמע–ליטעראַטור פֿון דער ׳אַסאָציאַציע פֿון מאָדערנער מוזיק׳־אידעאָלאָגן. צי איז עס צו דערלײַדן, װאָס אונדזער יוגנט אין די קאָנסערװאַטאָריעס און אַלע אונדזערע מוזיקאַנטן האָבן ביזן הײַנטיקן טאָג נישט קײן מעגלעכקײט צו לײענען עפּעס װעגן הינדעמיטן, קשענעקן, סטראַװינסקין, שאָנבערגן און אַנדערע לערערס פֿון דעקאַדאַנס, אַ חוץ די אַלטע, שעדלעכע ביכער, װאָס אַנטהאַלטן אָפֿענע אַפּאָלאָגעטיק פֿון פֿאָרמאַליזם?‟
צו אָט דעם מאָמענט איז מישע געװען אַזױ פֿאַרטיפֿט אינעם לײענען, אַז ער׳ט זיך װידער נישט דערמאָנט אין עפּעס, דהײַנו: אַ מאָל, װען ער האָט געפֿרעגט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשן, װער איז געװען זײַן סאַמע באַליבטער מערבֿדיקער קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט יענער געענטפֿערט: „הינדעמיט.‟
און דער מחבר פֿונעם פֿאָרטראָג האָט זיך אַלץ נישט באַרויִקט מכּוח אײנעם פֿון מישעס סאַמע באַליבט מוזיקאַליש װערק: „אין דער סאָװעטישער מוזיק–פּרעסע זײַנען געװען פֿאַראַן פּרוּװן צו רײנװאַשן די פֿעלערן פֿון שעסטאַקאָװסקיס אָפּערע ׳לעדי מאַקבעט׳, נישט געקוקט אױף דער שטרענגסטער פּאַרטײ–קריטיק <…> אין אײניקע אַרטיקלען און מינדלעכע אַרױסזאָגונגען פֿלעגן אַלע מינוט שװיבלען לױב–רעפּליקעס װעגן דער דאָזיקער אָפּערע, װאָס האָבן שטענדיק אױסגעמיטן איר אידעיִש–עסטעטישן מהות.‟
מישע האָט גוט געװוּסט, װאָס ס׳האָט מיט זיך געהאַט פֿאָרגעשטעלט דער פֿאַראַנענער „פּערזאָנען–קולט‟, דעריבער װאָלטן די לעצטע װערטער פֿונעם פֿאָרטראָג אַן און פֿאַר זיך אים נישט פֿאַרחידושט, נײַערט װען ער האָט זײ איבערגעלײענט אינעם סוף פֿון דעם גאַנצן טעקסט אױף עטלעכע צענדליקער זײַטן, פֿון אָט די אַלע אַרױסזאָגונגען, האָט ער געהאַט אַ געפֿיל, אַז מע האָט זײ אַרײַנגעשלאָגן אין זײַן מוח, װי אַ צװאָק: „זאָל לעבן לאַנגע יאָרן דער בעסטער פֿרײַנד פֿון דער סאָװעטישער קונסט דער גרױסער און קלוגער ס ט אַ ל י ן!‟
אַ דערשלאָגענער, איז מישע געזעסן אומבאַװעגלעך עטלעכע רגעס, דערנאָך האָט ער זיך אױסגעקערעװעט צו שעסטאַקאָװסקין.
— יאָ, מישע, — האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש געזאָגט, — דװקא ער, פֿאַרשטײט איר, איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם אַלעם. איך האָב פֿאַרהיט אױך אַנדערע אַרטיקלען זײַנע; אינעם פֿריִערדיקן נומער, אַשטײגער, — ער האָט אַ װײַז געטאָן אױפֿן זשורנאַל אין מישעס הענט, — איז אױך דאָ, װײסט איר, זײַנער אַן אַרטיקל, נאָר אױף הײַנט, מײן איך, איז גענוג… גראָד דעמאָלט האָט סטאַלין אים נאָמינירט, פֿאַרשטײט איר, װי דער הױפּט פֿונעם קאָמפּאָזיטאָרן–פֿאַראײן — און ער האָט באַװיזן מיט אַלע כּוחות, װאָס ער קען. צו ערשט האָט סטאַלין זיך באַקענט, פֿאַרשטײט איר, מיט די אַנקעטעס פֿון די קאַנדידאַטן, דערנאָך געהײסן ברענגען זײערע פֿאָטאָגראַפֿיעס, צעלײגט זײ אױפֿן טיש, געטראַכט — און אַ ווײַז געטאָן אויף כרעמענקאָװס פֿאָטאָגראַפֿיע: „דער.‟ — ריכטיק דערפֿילט, פֿאַרשטײט איר…
שעסטװקאָװסקי האָט אָפּגעשװיגן אַ פּאָר װײַלעס און גערעדט װײַטער:
— ער און זײַנע פֿרײַנדלעך האָבן געמײנט, אַז איך, פֿאַרשטײט איר, האָב זײ פֿאַרשטעלט דעם װעג, אָפּגעכאַפּט דעם גאַנצן רום, פֿאַרשטײט איר, און זײ גאָרנישט ניט געלאָזט. קײנער אױף מערבֿ האָט נישט געװאָלט, פֿאַרשטײט איר, שפּילן כרעמענקאָװס, קאָװאַלס און טשולאַקיס מוזיק. און מ׳האָט פֿאַרשאָטן סטאַלינען, פֿאַרשטײט איר, מיט פּעטיציעס… אײנער אַ מוזיק–פֿאָרשער, װײסט איר, האָט מיר דערצײלט, װי אַ מאָל בעת אַ לעקציע האָט ער, פֿאַרשטײט איר, געהאַט געלױבט מײַן אַכטע סימפֿאָניע, איז דערנאָך צו אים צוגעגאַנגען כרעמענקאָװ און האָט גענומען, פֿאַרשטײט איר, שרײַען: „איר װײסט, װעמען איר האָט געלױבט? װי נאָר מירן פּטור װערן פֿון די אַליִיִרטע, װעלן מיר אײַער שעסטאַקאָװסקין צונעגלען!‟
דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט װידער געמאַכט אַ פּױזע אױף עטלעכע רגעס.
— נו, און נאָך יענער באַשטימונג פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט, פֿאַרשטײט איר, האָט ער זיך דערפֿרײט און געמײנט, אַז ס׳איז געקומען, פֿאַרשטײט איר, מײַן סוף. מײַנע אָפּערעס און באַלעטן האָט מען, פֿאַרשטײט איר, נישט געשטעלט; מײַנע סימפֿאָניעס און קאַמער–מוזיק זײַנען געװען פֿאַרװערט. איז אים, פֿאַרשטײט איר, געבליבן מיך בלױז אַרויסשטויסן פֿונעם קינאָ — און דאַן, פֿאַרשטײט איר, וואָלט נאָך מיר שוין קיין לעבעדיקער קלאַנג ניט געבליבן. און כרעמענקאָװ האָט גענומען, פֿאַרשטײט איר, טיכטיק דערנעענטערן מײַן סוף.
דאָס איז שױן געװען אױסער מישעס כּוחות. דערזען דעם אױסדרוק אױף זײַן פּנים, האָט שעסטאַקאָװסקי גערעדט װײַטער מיט אַ מילדער קול:
— איך װאָלט עס נישט געזאָגט, מישע, מיט אַזאַ זיכערקײט, װען כ׳װאָלט זיך נישט דערװוּסט װעגן דעם, פֿאַרשטײט איר, גאַנץ צופֿעליק. בכלל האָב איך, װײסט איר, נישט ליב קײן פּליאָטקעס, און װען מ׳הײבט אָן מיר דערצײלן, װער און וואָס האָט געזאָגט װעגן מיר, סטאַרע איך זיך געװײנטלעך, װײסט איר, איבעררײַסן אַזאַ שמועס. מ׳האָט מיר דערצײלט פֿון די מאָסמיטלען, װאָס כרעמענקאָװ, פֿאַרשטײט איר, האָט זײ געהאַט אָנגענומען, כּדי מ׳זאָל מיך ליקװידירן; איך גלײב נישט אין אָט די מעשׂיות. נאָר אַ מאָל בין איך אַלײן, פֿאַרשטײט איר, געװאָרן אַן עדות פֿון זײער אַ טשיקאַװן געשפּרעך — גאַנץ צופֿעליק! אײן מאָל האָט כרעמענקאָװ מיך אַרױסגערופֿן, פֿאַרשטײט איר, צו זיך צוליב עפּעס אַן ענין. איך בין געקומען, מיר האָבן גענומען שמועסן. פּלוצעם קלינגט דער טעלעפֿאָן. כרעמענקאָװ האָט אַראָפּגענומען דאָס טרײַבל — און דערהערט, פֿאַרשטײט איר, אַזױנס, װאָס ער׳ז באַלד אױפֿגעשפּרונגען פֿונעם בענקל און געבליבן שטײן מיטן טרײַבל אין דער האַנט. סוף–כּל–סוף האָט מען פֿאַרבונדן דעם חבֿר כרעמענקאָװ: עס האָט געקלונגען, פֿאַרשטײט איר, סטאַלין! איך בין שטיל אױפֿגעשטאַנען, געמאַכט עטלעכע טריט אין אַ זײַט און זיך אױסגעקערעװעט — נאָר געהערט, פֿאַרשטײט איר, דעם גאַנצן געשפּרעך. װאָס זשע האָט זיך אַרױסגעװיזן? ממש אומגלײבלעכע צונױפֿפֿאַלן, װײסט איר, טרעפֿן זיך אין לעבן: סטאַלין האָט געקלונגען דװקא װעגן מיר, נאָר חבֿר כרעמענקאָװ איז געװאָרן אַזױ אױפֿגערעגט, אַז ער׳ט, פֿאַרשטײט איר, פֿאַרגעסן, אַז איך געפֿין זיך אין זײַן קאַבינעט… ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז װען חבֿר כרעמענקאָװ איז געװױר געװאָרן, אַז מ׳האָט מיר, פֿאַרשטײט איר, געהאַט באַשטעלט אָנשרײַבן די מוזיק פֿאַר עטלעכע װיכטיקע פֿילמען, האָט ער אָנגעשריבן אַן אָנקלאָג אינעם „צק‟. ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען, אַז ער׳ט זיך געקלאָגט סטאַלינען אױף סטאַלינען, און אַצינד האָט סטאַלין אים געגעבן עס צו פֿאַרשטײן. געמוזט האָט חבֿר כרעמענקאָװ, פֿאַרשטײט איר, אָנערקענען, אַז ער׳ז געװען נישט גערעכט. אָט אַזאַ געשיכטע, פֿאַרשטײט איר…
מישע איז שױן מער נישט געװען ביכולת צו רעאַגירן אַפֿילו אינערלעך, האָט ער פּשוט זיך צוגעהערט.
— אָט אַזאַ, פֿאַרשטײט איר, איז דאָס לעבן, מישע… און װי האָט זיך אַלץ אָנגעהױבן, בעת ער איז געװען יונג: דעמאָלט, װײסט איר, איז מײַן פּאָרטרעט געשטאַנען אױף זײַן שרײַבטיש, און ער פֿלעגט זאָגן: „איך האָב צװײ געטער, טשײַקאָװסקי און שעסטאַקאָװסקי!‟ — צי װאָלט איך דאַן געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן, װאָס ס׳װעט, פֿאַרשטײט איר, װערן דערפֿון שפּעטער?!..
דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט אַ שװערן זיפֿץ געטאָן.
— איך האָב אָפּגעלעבט, װײסט איר, אַ לאַנג לעבן, געקענט אַ סך מענטשן, אַ סך איז מיר אױסגעקומען זען און הערן. אַ סך פֿאַרשידענע געשיכטעס… און אײניקע, פֿאַרשטײט איר, זײער שענדלעכע געשיכטעס… פֿאַר סטאַלינען, װײסט איר, פֿלעגן די הױפּט פֿון די שאַפֿערישע פֿאַראײנען פֿאָרשטעלן רשימות פֿון די קאַנדידאַטן אױף דער סטאַלין–פּרעמיע, און סטאַלין אַליין האָט געהאַט דאָס לעצטע װאָרט. און אָט אַ מאָל איז חבֿר כרעמענקאָװ געקומען, פֿאַרשטײט איר, צו סטאַלינען, כּדי פֿאָרצולײענען אים די רשימה. סטאַלין האָט דערװײַל עפּעס געשריבן: אפֿשר געאַרבעט, אפֿשר פּשוט געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער אַרבעט. כרעמענקאָװ האָט איבערגעלײענט ביזן סוף. שאַ־שטיל. פּלוצעם האָט סטאַלין אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ און אָנגעשטעלט אַ פּאָר אױגן אױף כרעמענקאָוון. און דאָ האָט חבֿר כרעמענקאָװ דערפֿילט, פֿאַרשטײט איר, אַז… ער׳ט זיך געהאַט באַדאָסט. ער האָט עפּעס געפּלאַפּלט, זיך אָנגעהויבן רוקן אױף צוריק צו דער טיר, און אינעם װאַרטצימער האָבן אים אונטערגעכאַפּט, פֿאַרשטײט איר, צװײ סאַניטאַרן, שוין אױסגעלערנטע פֿאַר אַזעלכע פֿאַלן. זײ האָבן אַװעקגעטראָגן דעם חבֿר כרעמענקאָװ, פֿאַרשטײט איר, אין אַ ספּעציעלן צימער, דאָרטן האָבן זײ אים אױסגעטאָן, אָפּגעװאַשן און אױסגעשווענקט זײַנע הױזן. סטאַלינס מײנונג מכּוח די קאַנדידאַטן האָט מען אים מיטגעטײלט שפּעטער. אָט אַזאַ מעשׂה, פֿאַרשטײט איר: אַ דערװאַקסענער מאַנצביל האָט אָנגעמאַכט אין די „הייזלעך‟. און נאָך מער: ער האָט אַלײן, פֿאַרשטײט איר, דערצײלט וועגן דעם מיט אַ ברען; אָנצודאָסן אין די הױזן, פֿאַרשטײט איר, אויף דעם פֿירערס אױגן — דאָס איז אַ מין כּבֿוד און דער העכסטער פֿאַרגעניגן! װי מיאוס איז דאָס אַלץ… איך בין זיכער: ער האָט זיך זײער באַמיט, אַז אָט די געשיכטע זאָל, פֿאַרשטײט איר, דערגײן צו סטאַלינען, כּדי סטאַלין זאָל, פֿאַרשטײט איר, אָפּשאַצן זײַן חניפֿה, מורא און געטרײַשאַפֿט. סטאַלינען, פֿאַרשטײט איר, איז געװען צום האַרצן, אַז די אינטעליגענץ האָט אַזוי מורא פֿאַר אים: דאָס זײַנען דאָך געװען, פֿאַרשטײט איר, נישט אַבי װער, נאָר מוזיקאַנטן, שרײַבערס — װי ער אַלײן האָט זײ אָנגערופֿן, „אינזשענערן‟ פֿון מענטשלעכע נשמות…
װען מישע איז אַרױס אין דרױסן, האָט ער תּיכּף דערפֿילט, אַז ס׳איז געװאָרן אַ סך קעלטער און ער איז אָנגעטאָן צו גרינג. ער װאָלט געקאָנט זיך דערקלײַבן אַהײם מיטן מעטראָ, נײַערט אָנשטאָט דעם האָט ער דורכגעשפּאַנט עטלעכע מעטער פֿאָרױס, זיך אױסגעקערעװעט אױף צוריק, לאַנג געקוקט אַהין, װוּ עס האָבן געמוזט זײַן די פֿענצטער פֿון דער דירה, אין װעלכער ער האָט אָקאָרשט פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה, — און זיך געלאָזט גיין אױף דער קראָפּאָטקינסקאַיאַ גאַס צו פֿוס, אָט פֿאַרשנעלערט דעם גאַנג, אָט אים פֿאַרהאַלטן און אַפֿילו זיך אָפּגעשטעלט, אַזױ אַז פֿון דער זײַט האָט מען געקאָנט מיינען, אַז ער איז בגילופֿין אָדער ניט מיט אַלעמען. די גלײַכגילטיקע לאַמטערנס האָבן געהאַלטן אין אײן שײַנען, און זײַן נשמה האָט זיך נישט געקענט געפֿינען קײן אָרט…
מישע האָט ממש נישט געװוּסט, װאָס צו טראַכטן. אַװדאי, האָט ער קיין מינדסטן געדאַנק נישט דערלאָזט, אַז שעסטאַקאָװסקי האָט געהאַט געלײַגט, — נאָר װי האָט דאָס אַלץ געקאָנט זײַן אמת: אי דאָס, װאָס דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט דערצײלט, אי דאָס, װאָס ער אַלײן האָט איבערגעלײענט אינעם זשורנאַל?! ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרגעסן ניט בלױז טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס באַשטענדיקע װאַרעמקײט און גאַסטפֿרײַנדלעכקײט, נאָר אױך װי ער האָט אים געהאַט אויפֿגענומען אין מיטן דער נאַכט, באַװאַרעמט, באַרויִקט, אָנגעהאָדעװעט, אָפּגעזעסן מיט אים נישט איין שעה — און דערנאָך לױט זײַן אײגענער איניציאַטיװ געהאָלפֿן מישען און קאַטיען באַקומען אַ דירה. אַװדאי, זײַנען קײן אידעאַלע מענטשן נישט פֿאַראַן; מישע האָט דערלאָזט, אַז כרעמענקאָװ האָט געקאָנט מקנא זײַן שעסטאַקאָװסקין, דערלאָזט אַפֿילו, אַז צוליב קינה האָט ער געקאָנט אים שטערן, שטעלן שטעקלעך אין די רעדער, — אָבער פּרוּװן אים אומברענגען?! און מיט דאָקומענטן קאָן מען פֿאָרט ניט שטרײַטן… װי האָט ער געקאָנט זאָגן דאָס אַלץ אין יענעם פֿאָרטראָג?!..
— מישע, װאָס איז געשען?! — האָט קאַטיע אױסגעשריִען מיט שרעק, דערזעענדיק דעם אױסדרוק אױף מישעס פּנים און װי ער ציטערט פֿון קעלט.
— גאָרנישט, גאָרנישט, קאַטיושע… — מישע האָט איבערגעטראָטן דעם שװעל פֿון דער דירה.
— וואָס הייסט, „גאָרנישט‟?! איך זע דאָך! — קאַטיע האָט אים אַרומגענומען — מישע, געליבטער מײַנער, זאָג מיר: װאָס איז די מעשׂה מיט דיר?!
— מיט מיר — קײן מעשׂה נישט… האָב נישט קײן יסורים, קאַטיושע, ס׳איז נישט מיט מיר…
— װאָס, שעסטאַקאָװסקי האָט װידער דערצײלט עפּעס מוראדיקס? — האָט קאַטיע זיך אָנגעשטױסן.
— יאָ, קאַטיושע… באמת מוראדיקס… און איך מוז עס פֿאַרשרײַבן װאָס גי…
— נײן, מישע: קודם–כּל מוזסטו נעמען אַ הײסן דוש װאָס גיכער, — האָט קאַטיע אַנטשײדן געמאָלדן, — גײ תּיכּף–ומיד אינעם װאַנע–צימער!
אַרױסגעגאַנגען פֿון דעם וואַנע־צימער, האָט מישע דערזען, אַז קאַטיע האָט אים געהאַט געבראַכט נישט בלױז זײַנע שטעקשיך, העמד און רײטוזן, נאָר אױך װאָלענע גאַטקעס און אַ סװעדער.
— און איצט טרינק אױס אָט דאָס! — האָט קאַטיע דערלאַנגט מישען אַ גלאָז הײסע טײ, װי נאָר ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿונעם װאַנע–צימער.
הגם מישע האָט געװאָלט פֿאַרשרײַבן אַלץ װאָס גיכער, האָט ער דאָס מאָל געשריבן לאַנגזאַם, מחמת אים איז געווען שװער „אױסצוקריצן‟ אָט די אַלע װערטער. און כּמעט יעדן זאַץ האָט ער אָנגעהױבן אַזױ: „דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט דערצײלט, אַז…‟, „אין טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטשס פֿאָרטראָג איז געװען אָנגעשריבן, אַז…‟.
המשך קומט