משה לעמסטער
ס’איז אַ וווּנדער איך קאָן זיך וועטן!
ווי טרעפֿן זיך אַזעלכע זאַכן? —
פֿיל קינדער אין אונדזער שטעטל
זענען ענלעך אויפֿן קונצן־מאַכער.
— וואָס איז דער וווּנדער, איך בעט אײַך?
אײַערע מענער מסתּמא, שוואַכע!
— יאָ, אָבער ניט פֿאַראַן איז אין שטעטל
בײַ אונדז אַ קונצן־מאַכער!
2
הײַנט וויל זיך מיר פּשוט שרײַען
מיר הערט זיך ניט אויף צו דאַכטן,
אַז אַלע קינדער אין ירושלים
זענען ענלעך אויפֿן קונצן־מאַכער.
— ס’קאָן זיך טרעפֿן אין שטאָט וואָס איז הייליק,
גאָט האָט ליב דאָך קונצן צו מאַכן.
– יאָ, אָבער ניט געזען האָב איך קיין מאָל
כאָטש איין אמתן קונצן־מאַכער!
3
— איר זײַט אַ שרײַבער באַוווּסטער,
ביכער זענען אײַער רײַכטום,
וואָס פֿאַר אַ וווּנדער־שמונדער
איר האָט אַליין אויסגעטראַכט די מעשׂה!
איר זענט אַ טרוימער פֿון אַ שטעטל,
ווילט, אַז די מענטשן זאָלן לאַכע…
— מיר דאַכט, אַלע קינדער אויף דער פּלאַנעטע
זענען ענלעך אויפֿן קונצן־מאַכער!..
4
בין איך אין די צירקן געגאַנגען
די קונצן־מאַכערס איצטער מיך קענען,
נאָר די קינדער זעען אויס אַנדערש
ניט אויף זיי זענען זיי ענלעך!
כ’זוך דעם ענטפֿער אין גראָבע ביכער,
כ’קוק צום הימל אין די פֿאַרנאַכטן —
דאָרט דאָרף מען וויסן אויף זיכער
ווער זשע איז טאַקע דער קונצן־מאַכער…