גאָט איז מיט אונדז, מיט אונדזער לאַנד

משה לעמסטער

פֿון דער הייך

איך קוק פֿון דער הייך
אויף דער ערד אין גרינע פֿאַרבן
און זע, אַז מײַן לאַנד אין נעפּל בלאַסן
זעט אויס, ווי דוד המלך מיט דעם שטיינוואַרפֿער
אַרום אים לענדער פֿײַנדלעכע — גולייתן.

זע, אַז מײַן לאַנד זעט אויס פֿון פֿאַר טאָג,
ווי שלמה המלך אין זײַן כּיסא־המלכות,
אַז פֿיל חכמה און פּראַכט די מדינה פֿאַרמאָגט,
טרוימט שלום מיט לענדער אַרומיקע מאַכן.

איך קוק פֿון דער הייך
אויף דער ערד, אויף דעם שטח,
וווּ מײַן לאַנד זעט אויס דאָרטן אונטן,
ווי אַ קאַפּיטל תּהילים, וואָס רימט דעם באַשעפֿער
און יעדן טאָג, איז דאָס אַן אַנדער קאַפּיטל.

זע, אַז מײַן לאַנד זעט אויס פֿון די הייכן ריינע,
ווי אַ פּרק שיר־השירים מיט געפֿילן־פֿײַער,
וווּ עס לעבן מענטשן פֿאַרליבטע און שיינע
און זינגען יעדן טאָג ליבעלידער נײַע.

איך קוק פֿון דער הייך
זע, אַז מײַן לאַנד זעט אויס
ווי דער בית־המיקדש — אַ וווּנדער פֿון וועלט
וועגן וועלכן דוד המלך האָט אַ מאָל געטרוימט
און שלמה המלך האָט אים אויפֿגעשטעלט.

אַהערצו קומט גאָט,
כ’האָב מיט אים זיך געטראָפֿן,
און פֿאַר דער ערד, וואָס ער האָט געשאָנקען די ייִדן
איך האָבן אים באַדאַנקט מיט לירישע סטראָפֿעס,
מיט מײַנע שענסטע, האַרציקסטע לידער…

גאָט איז מיט אונדז

זאָל אַ שוואַרצער וויכער
פֿאַרשטעלן בײַ טאָג די זון
נאָר מיר ווייסן דאָך אויף זיכער —
גאָט איז תּמיד מיט אונדז!

מיר קעמפֿן קעגן רציחה
און ווײַטער וועלן עס טון!
ווײַל מיר ווייסן דאָך אויף זיכער —
גאָט איז תּמיד מיט אונדז!

מע וויל מײַן לאַנד פֿאַרניכטן
ס’אָל גיין אין ים צום גרונט.
נאָר מיר ווייסן דאָך אויף זיכער —
גאָט איז תּמיד מיט אונדז!

דעם שׂונא וועלן מיר זיגן —
דעם צערייצטן בייזן הונט.
ווײַל מיר ווייסן דאָך אויף זיכער —
גאָט איז תּמיד מיט אונדז!

דעם מענטשן ניט צו פֿאַרריכטן,
זיך לעשט ניט פֿון שׂינאה די פֿונק.
נאָר מיר ווייסן דאָך אויף זיכער —
גאָט איז תּמיד מיט אונדז!

ייִדנפֿײַנט קאָנען ניט פֿליִען

די ייִדן האָבן ליב צו פֿליִען
העכער פֿון דעכער, וווּ עס הערשט די שײַן —
דאָרט אין די הימלען איז אַ מחיה
דאָרטן זײַנען ניטאָ קיין ייִדנפֿײַנט!

ווײַל זיי קאַנען ניט צום הימל פֿליִען,
זיך אויפֿהייבן צו דער העלער ליכט —
צו שווער איז, צו שווער איז פֿאַר זיי
פֿון ייִדנפֿײַנטשאַפֿט דאָס געוויכט!..

וואָס דאַרף איך נאָך?

איך קוק אויפֿן סאָד לעבן מײַן שטאָט,
אויף די מאַראַנצן־ביימער צעבליטע —
דאָס איז ישׂראל מײַן ייִדיש לאַנד,
און ס’ווערן געבוירן אין האַרצן שורות פֿון לידער.

איך קוק אויף דער שיל, לעבן מײַן שטוב,
עס גייט אַ ייִד אין אַ תּלית און תּפֿילין —
דאָס איז ישׂראל מײַן ייִדיש לאַנד,
און עס ווערט געבוירן אין האַרצן אַ תּפֿילה.

איך קוק אויף דער ברייטער, זוניקער גאַס,
עס גייען די אייניקלעך פֿונעם בית־ספֿר —
דאָס איז ישׂראל מײַן ייִדיש לאַנד,
ס’ווערן אין האַרצן געבוירן דאַנקבאַרע ווערטער.

איך קוק אויפֿן הימל און הער פֿון דאָרט:
— וואָס פֿאַרלאַנגסטו נאָך, וואָס נאָך קאָנסטו דאַרפֿן? —
דאָס איז ישׂראל מײַן ייִדיש לאַנד,
און עס ווערן געבוירן פֿיל ברכות אין האַרצן…

כּדי

איך האָב געהאַט אַ ייִדישע מאַמע
ז’האָט מיך ליב געהאַט, געווען געטרײַ —
איז דאָך הײַנט פֿאַר דעם, מסתּמא,
אויסטרינקען אַ גלאָז ווײַן כּדי!

כ’האָב קינדער און אייניקלעך — פּערל
זיי זאָגן מיר מיט ליבע — זײַ!
איז דאָך הײַנט פֿאַר דעם, חבֿרים,
אויסטרינקען אַ גלאָז ווײַן כּדי!

אַדורך דאָס לעבן, ווי אַ האַסטיקער וויכער,
כ’האָב געהאַט דרך־ארץ בײַ גוטע לײַט
איז דאָך הײַנט פֿאַר דעם אויף זיכער
אויסטרינקען אַ גלאָז ווײַן כּדי!

טרינק איך אויס. ווײַן וועט מיר סטײַען
נאָר ווער זשע וועט מיר זאָגן, ווער? —
פֿאַר וואָס נאָך דעם, וואָס כ’מאַך אַ לחיים,
צום דנאָ פֿונעם גלאָז עס פֿאַלט מײַן טרער?..

Leave a comment