עמיל קאַלין
דאָס צווייטע קאַפּיטל
3
סעם איז אַרײַנגעגאַנגען אין ליפֿט און אַן עלעווייטאָר-גאַי, וואָס סעם האָט נישט דערקענט, האָט אים אָנגעטראָגן אַ האַרציקן, צעצויגענעם, גוט פֿאַרצוקערטן „גוד-איוונינג‟, ווי ער וואָלט געהאַלטן סעם פֿאַר אַ קליין קינד, אַן אימבעציל, וועמען מע מוז האַלטן אין וואַטע, אַז נישט וועט די האַרבע ווירקלעכקייט אים, חלילה, פֿולקום רויִנירן. דער פֿאַרצוקערטער „גוט-אָוונט‟ איז סעמען אַרײַן אין איין אויער און איז אַרויס פֿונעם צווייטן. ער האָט געהאַט גרעסערע דאגות ווי די באַגריסונג פֿון עפּעס אַן אומבאַקאַנטן עלעווייטאָר-גאַי. ער איז געשטאַנען מיטן פּנים צום שפּיגל. ער האָט דערזען די אייגענע אָפּשפּיגלונג: אַ ברייטביינערדיקער פּאַרשוין. דער קײַלעכדיקער קאָפּ, באַרעמלט מיט אַ קופּע שיטערע, צעשויבערטע, שוואַרץ-זילבערנע האָר, וואָס זעען אויס ווי צאַרטע שטענגלעך, וועלכע אויך אַ פּיצל קינד קאָן אַרויסרײַסן מיטן וואָרצל, איז געלעגן אויף אַ ברייטן, קורצן, רויטן האַלדז, איבער וועלכן דער קנופּ איז געלאָפֿן אַרויף און אַראָפּ, ווי עס וואָלט געהאַלטן אין עפּעס אַראָפּשלינגען. די בלויע אויגן האָבן אים באַטראַכט אונטער די צוויי צעשויבערטע ברעמען, באַשאָטן מיט מעל און איבער צוויי געשוואָלענע טאָרבעלעך; זיי האָבן געקוקט מיט אומעט און מיט אויסגעשעפּטקייט. סעם האָט געזאָגט צו זיך, אַז „אַזוי‟, אויב ער נעמט נישט אין באַטראַכט דעם אומעטיקן, וואַסערדיקן בליק, זעט ער אויס גאָר נישקשה. אמת, ער שפּאַנט מיט זיכערע טריט אויפֿן וועג אויסצוזען ווי אַ פֿאַרזעעניש, נאָר דערווײַל גיט זיך אים אײַן אויפֿהאַלטן אַ דערטרעגלעכן אויסזען, בנאמנות. ער האַלט זיך נאָך אַלץ — די שׂונאים אויף צעפּיקעניש — אויף דער מעלה. יאָ, די פּלייצע זײַנע איז טאַקע עטוואָס אײַנגעבויגן, אָבער זי קאָן נאָך, קיין עין-הרע, טראָגן אויף זיך איבערגענוג משׂא, נישט ערגער ווי אַ טרעגער אין מאַרק, די הענט זײַנע זענען גרויס, קרעפֿטיק און אָדערדיק, מיט וווּרשטיקע פֿינגער. אויף יעדער פֿינגער האָט אַרויסגעשפּראָצט אַ דינינק בערדעלע, פּונקט ווי בײַ דעם טאַטן עליו-השלום.
ער האָט באַטראַכט די אייגענע דלאָניעס — רויטע, פֿאַרקנייטשטע און גערונצלטע, ווי בײַ אַן אַלטן צאַראַן‟ (פּויער) — נאָר אַ שטינקנדיק היטל פֿון שעפֿסענער פֿעל, פֿעלט אים אויס. ווי הייסט אַזאַ היטל, האַ? האָט זיך סעם געקראַצט אויפֿן שטערן. דאַכט זיך, „קוטשמע‟. ער איז געווען פֿאַרחידושט: וואָס פּלוצעם פֿאַלט אים אײַן אַזאַ אוראַלט וואָרט. ער האָט דערנענטערט ביידע פֿאַרהאַרטעווטע דלאָניעס צו די אויגן, זיי באַטראַכט אַ ווײַל מיט צוגעזשמורעטע אויגן און אַ קול האָט מבֿיניש באַשטעטיקט אין אים: „וויפֿל שטאַרקייט און וויפֿל שוואַכקייט ליגן אין אָט די הענט…‟
„אָ, מיסטער דרײַמען!‟ — האָט זיך דער עלעווייטאָר גאַי פּלוצעם אָנגערופֿן, איבעררײַסנדיק סעמס מחשבֿות-פֿאָדעם. — „איר דאַרפֿט זיך גאָר נישט זאָרגן וועגן די וואַליזעס. תּיכּף וועל איך אַרויפֿקומען צו העלפֿן זיי אַראָפּשלעפּן פֿון אײַער אַפּאַרטמענט. איך וועל זיי אויך אַלע אַרײַנוואַרפֿן אין קאַר. זיי זענען, געוויס, שווער! איר ווייסט אפֿשר, ווען דער טאַקסי דאַרף זײַן אונטן?‟
„וועלכער טאַקסי? וועלכע וואַליזעס?‟ — האָט סעם אָנגעשטעלט אַ פּאָר גרויסע אויגן אויפֿן עלעווייטאָר־גאַי, ווי יענער וואָלט, מיט אַ מאָל, אָנגעווויורן די קלאָרקייט. און ער שיט פֿון זיך אויס גלאַט ווערטער, אָן שום האַפֿט, איין וואָרט קלעפּט זיך נישט צו דעם צווייטן.
דער עלעווייטאָר־גאַי האָט זיך געגעבן אַ פּאָטש איבערן שטערן: „אַנטשולדיקט מיך, מיסטער דרײַמען! ס’האָט, זיכער, געדאַרפֿט זײַן אַ סורפּריז, וואָס די מיסעס האָט אײַך געמאַכט אָן צו לאָזן וויסן. אפֿשר איז הײַנט אײַער אַניווערסערי און דער דאָזיקער פֿאַקט איז פּשוט אַרויסגעפֿלויגן פֿון אײַער קאָפּ? ס’איז גאַנץ נאָרמאַל. ס’טרעפֿט זיך נאָך אַזוי פֿיל יאָרן זײַן צוזאַמען!‟ — האָט דער עלעווייטאָר־גאַי געכיכיקעט ווי אַ מענטש מיט אַ טעמפּן מוח.
סעמען האָט זיך געגלוסט אים דערלאַנגען אַ פּויסט אין די ציין אַרײַן, אָבער ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן. אַנשטאָט דעם האָט ער געשמייכלט. ער האָט געפּרוּווט בלעטערן אויף צוריק אין זײַן זכּרון. ווער ווייסט? אפֿשר איז דער יאָלד גערעכט, על־פּי־טעות? ווען האָט ער חתונה געהאַט מיט דאָריס, צו אַלדי שוואַרצע יאָר? זאָל דאָס זײַן אין יאָר 1955 אָדער 1957? דאָס איינציקע וואָס עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן אַרויסשלעפּן פֿון די ווייניק באַזוכטע טיילן פֿון זכּרון איז געווען דער פֿאַקט, אַז די חתונה איז פֿאָרגעקומען האַרבסט־צײַט. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז דאָריס האָט אים אויפֿגעגעסן די לעבער מיט אירע טענות: הלמאַי וועט זי מוזן טראָגן יענע מיאוסקייט — דאָס כּלה-קליידל מיט די לאַנגע אַרבל און נישט קאָנען זיך באַווײַזן פֿאַרן עולם אָנגעטאָן אין אַ לײַכטן, שיינעם קליידל, מיט אַ „דעקאָלטע‟, ווי עס האָט זיך איר געחלומט זינט זי איז געווען אַ קליין מיידעלע? די שולד האָט זי געוואָרפֿן אויף סעמס פּרימיטיווע עלטערן, וואָס האָבן שוין טאַקע געדרוקט מע זאָל שטעלן אַ חופּה „כּדת משה וישׂראל‟. זײַן, סעמס, אומפֿאַרשטענדלעכע אונטערטעניקייט און פּוטערנער כאַראַקטער, אַז עס קומט צו זײַנע טאַטע-מאַמע, האָבן אָנגענמאַכט דעם גאַנצן עסק.
סעם האָט זיך אָנגעכאַפּט בײַם קאָפּ. ס’טײַטש! דער יאָלד-בן-לאָקש איז, דאָך, גערעכט, צו אַלדי שוואַרצע יאָר! דעם עלעווייטאָר גאַי האָט ער געזאָגט:
יאָ, איר זענט גערעכט: הײַנט האָב איך טאַקע חתונה געהאַט מיט דאָריס מיט אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל יאָר צוריק, אַליין שעם איך זיך אויסרעכענען פּינקטלעך מיט וויפֿל יאָר…‟
דעם עלעווייטאָר גאַי האָט דאָס געשאַפֿן פֿאַרגעניגן אָן אַ שיעור. ער האָט גוט-ברודעריש אַ קלאַפּ געטאָן סעמען איבער דער פּלייצע און געזאָגט הויך:
„איך האָב דאָס געוווּסט! וווּהין וועט זי אײַך נעמען? אויף אַ קאַריבישן אינדזל? אַ זיס לעבן! איך פֿאַרגין אײַך מיטן גאַנצן האַרצן! עס קומט אײַך און אין דען איז נישטאָ קיין ספֿק. איר אַרבעט זייער שווער.‟
דער ליפֿט האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף סעמס שטאָק. די טיר האָט זיך אַ רוק געטאָן אויף אַ זײַט. סעם איז אַרויסגעגאַנגען און האָט באַדאַנקט דעם עלווייטאָר־גאַי, געפּרוּווט שמייכלען. „נו‟, האָט ער זיך געטרייסט. — „אַ וואַקאַציע אין די קאַריביער איז נישט דאָס ערגסטע. פֿאַראַן גרעסערע אומגליקן.‟ ער איז געווען אויסגעשעפּט, טרויעריק, דערשלאָגן און פֿאַרקלעמט.
סעם האָט אַ דריי געטאָן מיטן שליסל אין שלאָס און די טיר האָט זיך אַן עפֿן געגעבן. פֿון אינווייניק האָט איצט אַרויסגעשלאָגן אַ העלע ליכטיקייט, וואָס האָט אים אַ בלענד געטאָן. אַ טעמפּער ווייטיק האָט פּולסירט אין זײַנע אויגן. ער האָט פֿאַרשלאָסן די וויעס, פֿאַרצויגן דאָס פּנים, זיך געוואַקלט אַ רגע און זיך צעקלאַפּט דעם שטערן אין דער טיר. אַ שאַרפֿער ווייטיק האָט דורכגעשניטן דעם קאָפּ, פֿון שטערן ביזן קאַרק. סעם האָט אַרויסגעלאָזט אַ פֿאַרהאַקטער געשריי, אָבער קיינער האָט זיך נישט אָפּגערופֿן.
ווען סעם האָט ווידער אויפֿגעעפֿנט די אויגן, האָט ער קיינעם נישט געזען פֿאַר זיך, אָבער זײַנע אויערן האָבן אויפֿגעכאַפּט לוסטיקע ווײַבערישע קולות: איינס איז געווען, קענטיק, דאָריסעס קול און דאָס צווייטע האָט מסתּמא געהערט צו יענער אָנשיקעניש פֿון יאַס, פֿלאָראַן. ער האָט דערהערט דאָס רוקן בענקלעך אַהין-און-אַהער, גיכע טריט עפֿענען און פֿאַרהאַקן טירלעך און טירן — די סימפֿאָניע פֿון אַן אמתן רײַזע-פֿיבער מיטן פֿולן זין פֿון וואָרט.
קיינער האָט, דאַכט זיך, נישט באַמערקט, אַז ער איז אַרײַנגעקומען אין דער דירה. פֿאַר וואָס זאָל מען באַמערקן? וואָס פֿאַר אַ וואָג האָט זײַן עקזיסטענץ? ער איז געווען דאָ אַן איבעריקער, אַן אומגעבעטענער, אומגעוווּנטשענער גאַסט, אַ פֿרעמדער אין דעם אייגענעם לעבן.
סעם האַט פֿאַרמאַכט הינטער זיך די טיר און זיך אָנגערופֿן מיט אַ צעצויגענעם, זיסלעכן ניגון:
„דאָריס! פֿלאָראַ! צאַרטע בלימעלעך, קאַטשקעלעך! קומטס אַהער מיידלעך! די צוויי פֿיסיקע בהמה, מיטן נאָמען סעם דריימאַן איז ענדלעך אָנגעקומען צו פֿאַרנעמען דעם טראָן אין זײַן באַשיידענער מלוכה.‟
ער איז אַרײַן אין ליווינג-רום און דערזען, לעבן דעם טײַערן פּערסישן קאָברעץ, ליגן צוויי שפּאָגל-נײַע וואַליזעס מיט צעעפֿנטע מײַלער. אין די מײַלער זייערע זענען געוואַקסן קופּעס מיט מלבושים פֿון אַלע מינים און פֿאַרבן. אַ מאָנומענט נאָך דאָריסעס אומאויסשעפּלעכער באַדערפֿעניש צוציִען דאָס אויג.
סעם איז געשטאַנען איבער די אָפֿענע וואַליזעס און נישט געקאָנט געפֿינען זײַנע אייגענע קליידער.
„דאָריס!‟ — האָט ער אויסגעשריגן אויף הינטערווײַלעכץ, — „זאָלסט נאָר וויסן, אַז אויך אין דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק האָב איך בדעה צו טראָגן הויזן!‟
דאָריס איז אַרײַנגעקומען אין ליווינג-רום מיט ראָלן אין די האָר, אַ וויִסן קרעם צעשמירט איבער אַ האַלבן שטיין און אויסגעצויגן פּנים. זי איז אים גלײַך באַפֿאַלן מיט בייזקייט:
„סעם?! מאַכסט געוואָלד?! וווּ ביסט פֿאַרפֿאַלן ערגעץ, האַ? דו דרייסט דיך אַ גאַנצן טאָג און איך דאַרף זיצן דאָ און אויפֿעסן די יאָרן. שיין! ביסט פֿאַרפֿאַלן ווי אין וואַסער אַרײַן און איצט דרייסטו מיר אַ קאָפּ מיט דײַנע הויזן. כ’האָב געהאַלטן בײַם רופֿן די פּאָליס. איך האָב געמיינט, מע האָט דיך פֿאַרכאַפּט אָדער איך ווייס נישט וואָס… זאָג נאָר, וווּ ביסט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אויפֿן גאַנצן אָוונט?‟
„וווּ בין איך פֿאַרפֿאַלן געוואָרן? איך האָב גערייכערט אַ ציגאַרעט מיט גאָט. איך האָב שוין געוואָלט צוריק, אָבער דער אייבערשטער האָט מיך אָנגעכאַפּט בײַם אַרבל… וווּ מיינסטו, בין איך געווען? ס׳וועט דיר נישט שאַטן צו וויסן, אַז עס איז געווען אַ זיצונג פֿון דער שטעפֿאַנעשטער לאַנדמאַנשאַפֿט… צו מאַכן אַ לאַנגע מעשׂה קורץ. בערני, דו ווייסט נישט מסתּמא ווער ער איז, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַסאָסיעשן איז אַוועק. געשטאָרבן, הייסט עס, אין אַ שפּיטאָל אין ווין נאָך אַן אַקצידענט — אַ גאַנצע געשיכטע. שוין, איצט איז שוין אַלץ אַוועק מיטן רויך. מ׳וויל איך זאָל…‟
„נו, ברוך דיין האמת!‟ — האָט דאָריס געזאָגט, אויפֿגעהויבן פֿרום די הענט און צוגעקאָוועט דעם בליק צו דער סטעליע, וווּ פֿון דאָרט דאַרף קומען די אויסלייזונג. „געשטאָרבן איז געשטאָרבן. די ערד דעקט אַלעמען צו.‟
„דאָריס, דאָס איז אַ טראַגעדיע! ער האָט איבערגעלאָזט יתומים. די באָבישעס שטיק טויגן נישט‟, — האָט סעם געזאָגט הויך און זײַנע הענט האָבן גענומען ציטערן.
„טויג נישט? און מײַנע טרערן העלפֿן יאָ? אַז מײַנע טרערן וואָלטן געהאָלפֿן…‟, — האָט דאָריס זיך אָנגעשפּאַרט מיט ביידע הענט אין דער טאַליע, געשוויגן אַ רגע און גלײַך גענומען מוסרן סעם ווידער: — „וואָלסט שוין געוואָרן אַ מענטש… און פֿאַר וואָס האָסטו נישט געלאָזט פֿון זיך וויסן? האָסט כאָטש געקאָנט אַ קלונג טאָן אַהיים. און פֿאַר וואָס זעסטו אויס אַזוי צעשויבערט און אויסגעפֿליקט. וואָס איז מיט דיר? קוק דיך אָן אין שפּיגל. אַ פּנים האָט עס…‟
„כ׳קאָן נישט ווערן קיין מענטש! כ’האָב דיר דאָך פֿריִער געזאָגט, אַז איך בין אַ צוויי־פֿיסיקע בהמה.‟
„אוי, איצט האָב איך געכאַפּט! ביסט געוואָרן אַ גרויסער קאָמיקער אויף דער עלטער, נעבעך! אַזוי זאָל איך לעבן!‟
דאָריס איז פּלוצעם געוואָרן ערנסט:
״הער מיך אויס, שלוימעלע… איך פּאַק אײַן. איך האָב גערענט אַ פֿאַרם אין אָהאַיאָ, איך מוף אַהין מיט פֿלאָראַ אויף דרײַ חדשים. איך מוז דורכלופֿטערן די געהירן. די לופֿט דאָ איז פֿאַרסמט. איך מוז געפֿינען די אמתע דאָריס. די אמתע דאָריס איז אין ערגעץ נישטאָ. זי האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט און איך מוז זי ראַטעווען… הײַנט, מיט צוואַנציק יאָר צוריק, האָבן מיר חתונה געהאַט. פֿאַר די לעצטע צוואַנציק יאָר און אפֿשר נאָך לענגער האָב איך…‟
„שוין, שוין!‟ — סעם איז געוואָרן נאָך מער אומגעדולדיק. — „ווילסט אַוועקפֿאָרן? פֿאָר אַוועק. ווילסט אין אַ פֿאַרם אין אָהאַיאָ, זאָל זײַן אַ פֿאַרם אין אָהאַיאָ. מײַן באָבעס דאגה! פֿון מײַן זײַט, זאָל זײַן אַ פֿאַרם אויף דער לבֿנה און עס זאָלן גאָט מיט די מלאכים מעלקן די קי. ס׳איז נישט מײַן עסק. אָבער…‟
„שאַ, שלאָג מיר נישט איבער! לאָז איין מאָל אַרויסרעדן אַ וואָרט. עס פּאַסט פֿאַר דיר זייער פֿאַרמאַכן אַלעמען דאָס מויל. נאָר דו מעגסט רעדן און שיטן מיט חכמהלעך… הער מיך אויס און דאָס מאָל שלאָג דיר אַרײַן אין קעפּעלע. איך חזר איבער: איך מוז פֿאַרן אַהין צו געפֿינען די אמתע דאָריס, צו פֿאַרשטיין, איין מאָל און פֿאַר אַלע מאָל, ווער איך בין און וואָס איך בין. ס׳מעג דיר יאָ געפֿעלן אָדער נישט געפֿעלן — אַלץ איינס!‟
„אַ מינוט, אַ מינוט. צו וואָס פֿאָרן אויף אַ פֿאַרם? זוך די אמתע דאָריס דאָ אַרום, אין ניו-יאָרק. דאָ קאָן מען זי נישט זוכן?״
דאָריס האָט באַטראַכט סעמען אַ ווײַל, ווי מע באַטראַכט אַ חולה-מסוכּן און געזאָגט מיט ביטול:
„ניין, דאָ איז אַבסאָלוטלי אוממעגלעך צו זוכן זיך אַליין.‟
„פאַר וואָס נישט?‟ — סעם האָט זיך געחידושט. — „מיט וואָס איז ניו-יאָרק ערגער ווי אַ דער פֿאַרוואָרפֿענער עק אין אָהאַיאָ?‟
„אָ, דו וועסט קיינמאָל נישט פֿאַרשטיין. דער טומל אין דער שטאָט איז נישט צום איבערטראָגן. אַזוי קאָן מען נישט טראַכטן וועגן קיין שום זאַך. ווער רעדט שוין וועגן טיפֿע געדאַנקען? און דו… דו ביסט, דאָך, דאָ… ניין…‟, — האָט דאָריס געשאָקלט מיטן קאָפּ. — „פֿון אַזאַ אַטמאָספֿער וועט גאָרנישט אויסוואַקסן.‟
סעם האָט געקוועטשט מיט די ליפּן:
„שיין! איצט בין איך שולדיק אויך אין דעם, האַ?‟
„יאָ. דו ביסט דער הויפּט-שולדיקער, יאָ!‟ — האָט דאָריס פּלוצעם אויסגעשריגן. — „איך וועל שוין נישט פֿאַרגלעטן די זאַכן. ס’איז מיר שוין דערגאַנגען ביז אַהער!‟ — דאָריס האָט אָנגעוויזן אויפֿן האַלדז און צוגעגעבן: — „דער אמת טוט וויי!‟
סעם האָט נישט באַנומען וואָס אַזוינס האָט ער אָפּגעטאָן, וואָס עס קומט אים אַזאַ פֿאַטש. ער האָט געהאַט אַ געפֿיל, אַז זײַן קאָפּ ווערט געשוואָלן און אָט-אָט וועט ער פּלאַצן פֿאַר אויפֿרעגונג. אַזאַ חוצפּה! זי דערלויבט זיך צו פֿיל גראָבע שטיק. ער האָט געשוויצט ווי אין באָד. ער האָט אַן עפֿן געטאָן דאָס מויל, כּדי עפּעס זאָגן, כאָטש ער האָט נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס עס וועט זיך אַרויסקײַקלען דערפֿון אין דער קומענדיקער רגע.
פּלוצעם איז אַרויסגעקומען פֿון אים אַ דונערדיקער געלעכטער. ער האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן בײַם בויך, די ראיה איז געוואָרן אין גאַנצן פֿאַרנעפּלט. ער האָט געלאַכט משוגע-הויך, נישט קאָנענדיק זיך באַהערשן. די פֿיס זענען געוואָרן שלאַבעריק, זיך אונטערגעבראָכן אונטער אים. ער האָט אַ פֿאַל געטאָן אויפֿן דיל און זיך געקײַקלט אַהין-און-אַהער. ער האָט קוים געאָטעמט, עס האָט אים געדרוקט אין בויך און בײַ דער זײַט, די אורין האָט געשטאָכן. סעם האָט ממש געליטן און דאָך נישט געקאָנט פּועלן בײַ זיך אויפֿהערן לאַכן. אַ שטאַרקער, אינערלעכער כּוח, וואָס לאָזט זיך אין קיין שום פֿאַל נישט צוימען, האָט אַרויסגעיאָגט פֿון אים אַ שטורמישן געלעכטער, וואָס האָט אַ טייל צײַט געקלונגען מענטשלעך און אַ טייל צײַט ווי דער יאָמער פֿון אַ פֿאַרוווּנדיקער חיה. דאָס האָט אים אי אויסגעליידיקט, אי פֿאַרשאַפֿט הנאה און ווייטיק.
דאָריס איז געשטאַנען איבער אים. דאָס פּנים אָנגעצונדן פֿאַר כּעס, צאָרנדיק פֿאַרקנייטשט, מיט אַרויסגעבאַלטע אויגן און געשריגן, ווי עס וואָלט אין איר אַרײַן אַ נישט-גוטער:
„שלוימעלע! גענוג זיך מאַכן פֿאַר אַ נאַר! שטיי אויף די פֿיס! אויף די פֿיס! דאָס איז אַן ערנסטער שמועס!‟
„פֿיס-שמועס!‟* האָט עמעצער אין סעמען איבערגעחזרט דעם גראַם מיט חוזק. דאָס האָט אים געמאַכט לאַכן נאָך שטאַרקער.
סעם האָט דערהערט טריט און פֿלאָראַס קול:
„דאָריס טײַערע, בייזער זיך נישט… ס’איז נישט געזונט. לאָז אים צורו, זעסט דאָך, אַז ער איז נישט מיט אַלעמען… זײַן פּושקע איז עפּעס קאַליע געוואָרן. נעבעך, נעבעך, אַ רחמנות אויך אים.‟
סעם איז געלעגן אויפֿן דיל און געציטערט פֿאַר געלעכטער. די כּוחות האָבן נישט געסטײַעט צו לאַכן הויך. פֿון זײַן מויל איז אַרויסגעקומען אַ שטילער שעפּטש:
„דאָריס, דאָריס… איך וועל אָנמאַכן אין די הויזן… הערסט, דאָריס? דאָס איז נישט קיין וויץ‟. — דער ווייטיק, וואָס האָט זיך אַצינד פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן קערפּער, איז געוואָרן פּשוט נישט אויסצוהאַלטן.
*אין בעסאַראַבער דיאַלעקט קלינגט עס: „פֿיס-שמיס‟
סעם האָט פֿאַרמאַכט הינטער זיך די טיר און זיך אָנגערופֿן מיט אַ צעצויגענעם, זיסלעכן ניגון:
„דאָריס! פֿלאָראַ! צאַרטע בלימעלעך, קאַטשקעלעך! קומט אַהער מיידלעך! די צוויי פֿיסיקע בהמה, מיטן נאָמען סעם דריימאַן איז ענדלעך אָנגעקומען צו פֿאַרנעמען דעם טראָן אין זײַן באַשיידענער מלוכה.‟
ער איז אַרײַן אין ליווינג-רום און דערזען, לעבן דעם טײַערן פּערסישן קאָברעץ, ליגן צוויי שפּאָגל-נײַע וואַליזעס מיט צעעפֿנטע מײַלער. אין די מײַלער זייערע זענען געוואַקסן קופּעס מיט מלבושים פֿון אַלע מינים און פֿאַרבן. אַ מאָנומענט נאָך דאָריסעס אומאויסשעפּלעכער באַדערפֿעניש צוציִען דאָס אויג.
סעם איז געשטאַנען איבער די אָפֿענע וואַליזעס און נישט געקאָנט געפֿינען זײַנע אייגענע קליידער.
„דאָריס!‟ — האָט ער אויסגעשריגן אויף הינטערווײַלעכץ, — „זאָלסט נאָר וויסן, אַז אויך אין דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק האָב איך בדעה צו טראָגן הויזן!‟
דאָריס איז אַרײַנגעקומען אין ליווינג-רום מיט ראָלן אין די האָר, אַ וויִסן קרעם צעשמירט איבער אַ האַלבן שטיין און אויסגעצויגן פּנים. זי איז אים גלײַך באַפֿאַלן מיט בייזקייט:
„סעם?! מאַכסט געוואָלד?! וווּ ביסט פֿאַרפֿאַלן ערגעץ, האַ? דו דרייסט דיך אַ גאַנצן טאָג און איך דאַרף זיצן דאָ און אויפֿעסן די יאָרן. שיין! ביסט פֿאַרפֿאַלן ווי אין וואַסער אַרײַן און איצט דרייסטו מיר אַ קאָפּ מיט דײַנע הויזן. כ’האָב געהאַלטן בײַם רופֿן די פּאָליס. איך האָב געמיינט, מע האָט דיך פֿאַרכאַפּט אָדער איך ווייס נישט וואָס… זאָג נאָר, וווּ ביסט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אויפֿן גאַנצן אָוונט?‟
„וווּ בין איך פֿאַרפֿאַלן געוואָרן? איך האָב גערייכערט אַ ציגאַרעט מיט גאָט. איך האָב שוין געוואָלט צוריק, אָבער דער אייבערשטער האָט מיך אָנגעכאַפּט בײַם אַרבל… וווּ מיינסטו, בין איך געווען? ס׳וועט דיר נישט שאַטן צו וויסן, אַז עס איז געווען אַ זיצונג פֿון דער שטעפֿאַנעשטער לאַנדסמאַנשאַפֿט… צו מאַכן אַ לאַנגע מעשׂה קורץ. בערני, דו ווייסט נישט מסתּמא ווער ער איז, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַסאָסיעשן איז אַוועק. געשטאָרבן, הייסט עס, אין אַ שפּיטאָל אין ווין נאָך אַן אַקצידענט — אַ גאַנצע געשיכטע. שוין, איצט איז שוין אַלץ אַוועק מיטן רויך. מ׳וויל איך זאָל…‟
„נו, ברוך דיין האמת!‟ — האָט דאָריס געזאָגט, אויפֿגעהויבן פֿרום די הענט און צוגעקאָוועט דעם בליק צו דער סטעליע, וווּ פֿון דאָרט דאַרף קומען די אויסלייזונג. „געשטאָרבן איז געשטאָרבן. די ערד דעקט אַלעמען צו.‟
„דאָריס, דאָס איז אַ טראַגעדיע! ער האָט איבערגעלאָזט יתומים. די באָבישעס שטיק טויגן נישט‟, — האָט סעם געזאָגט הויך און זײַנע הענט האָבן גענומען ציטערן.
„טויג נישט? און מײַנע טרערן העלפֿן יאָ? אַז מײַנע טרערן וואָלטן געהאָלפֿן…‟, — האָט דאָריס זיך אָנגעשפּאַרט מיט ביידע הענט אין דער טאַליע, געשוויגן אַ רגע און גלײַך גענומען מוסרן סעם ווידער: — „וואָלסט שוין געוואָרן אַ מענטש… און פֿאַר וואָס האָסטו נישט געלאָזט פֿון זיך וויסן? האָסט כאָטש געקאָנט אַ קלונג טאָן אַהיים. און פֿאַר וואָס זעסטו אויס אַזוי צעשויבערט און אויסגעפֿליקט. וואָס איז מיט דיר? קוק דיך אָן אין שפּיגל. אַ פּנים האָט עס…‟
„כ׳קאָן נישט ווערן קיין מענטש! כ’האָב דיר דאָך פֿריִער געזאָגט, אַז איך בין אַ צוויי־פֿיסיקע בהמה.‟
„אוי, איצט האָב איך געכאַפּט! ביסט געוואָרן אַ גרויסער קאָמיקער אויף דער עלטער, נעבעך! אַזוי זאָל איך לעבן!‟
דאָריס איז פּלוצעם געוואָרן ערנסט:
״הער מיך אויס, שלוימעלע… איך פּאַק אײַן. איך האָב גערענט אַ פֿאַרם אין אָהאַיאָ, איך מוף אַהין מיט פֿלאָראַ אויף דרײַ חדשים. איך מוז דורכלופֿטערן די געהירן. די לופֿט דאָ איז פֿאַרסמט. איך מוז געפֿינען די אמתע דאָריס. די אמתע דאָריס איז אין ערגעץ נישטאָ. זי האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט און איך מוז זי ראַטעווען… הײַנט, מיט צוואַנציק יאָר צוריק, האָבן מיר חתונה געהאַט. פֿאַר די לעצטע צוואַנציק יאָר און אפֿשר נאָך לענגער האָב איך…‟
„שוין, שוין!‟ — סעם איז געוואָרן נאָך מער אומגעדולדיק. — „ווילסט אַוועקפֿאָרן? פֿאָר אַוועק. ווילסט אין אַ פֿאַרם אין אָהאַיאָ, זאָל זײַן אַ פֿאַרם אין אָהאַיאָ. מײַן באָבעס דאגה! פֿון מײַן זײַט, זאָל זײַן אַ פֿאַרם אויף דער לבֿנה און עס זאָלן גאָט מיט די מלאכים מעלקן די קי. ס׳איז נישט מײַן עסק. אָבער…‟
„שאַ, שלאָג מיר נישט איבער! לאָז איין מאָל אַרויסרעדן אַ וואָרט. עס פּאַסט פֿאַר דיר זייער פֿאַרמאַכן אַלעמען דאָס מויל. נאָר דו מעגסט רעדן און שיטן מיט חכמהלעך… הער מיך אויס און דאָס מאָל שלאָג דיר אַרײַן אין קעפּעלע. איך חזר איבער: איך מוז פֿאַרן אַהין צו געפֿינען די אמתע דאָריס, צו פֿאַרשטיין, איין מאָל און פֿאַר אַלע מאָל, ווער איך בין און וואָס איך בין. ס׳מעג דיר יאָ געפֿעלן אָדער נישט געפֿעלן — אַלץ איינס!‟
„אַ מינוט, אַ מינוט. צו וואָס פֿאָרן אויף אַ פֿאַרם? זוך די אמתע דאָריס דאָ אַרום, אין ניו-יאָרק. דאָ קאָן מען זי נישט זוכן?״
דאָריס האָט באַטראַכט סעמען אַ ווײַל, ווי מע באַטראַכט אַ חולה-מסוכּן און געזאָגט מיט ביטול:
„ניין, דאָ איז אַבסאָלוטלי אוממעגלעך צו זוכן זיך אַליין.‟
„פֿאַר וואָס נישט?‟ — סעם האָט זיך געחידושט. — „מיט וואָס איז ניו-יאָרק ערגער ווי אַ דער פֿאַרוואָרפֿענער עק אין אָהאַיאָ?‟
„אָ, דו וועסט קיינמאָל נישט פֿאַרשטיין. דער טומל אין דער שטאָט איז נישט צום איבערטראָגן. אַזוי קאָן מען נישט טראַכטן וועגן קיין שום זאַך. ווער רעדט שוין וועגן טיפֿע געדאַנקען? און דו… דו ביסט, דאָך, דאָ… ניין…‟, — האָט דאָריס געשאָקלט מיטן קאָפּ. — „פֿון אַזאַ אַטמאָספֿער וועט גאָרנישט אויסוואַקסן.‟
סעם האָט געקוועטשט מיט די ליפּן:
„שיין! איצט בין איך שולדיק אויך אין דעם, האַ?‟
„יאָ. דו ביסט דער הויפּט-שולדיקער, יאָ!‟ — האָט דאָריס פּלוצעם אויסגעשריגן. — „איך וועל שוין נישט פֿאַרגלעטן די זאַכן. ס’איז מיר שוין דערגאַנגען ביז אַהער!‟ — דאָריס האָט אָנגעוויזן אויפֿן האַלדז און צוגעגעבן: — „דער אמת טוט וויי!‟
סעם האָט נישט באַנומען וואָס אַזוינס האָט ער אָפּגעטאָן, וואָס עס קומט אים אַזאַ פּאַטש. ער האָט געהאַט אַ געפֿיל, אַז זײַן קאָפּ ווערט געשוואָלן און אָט-אָט וועט ער פּלאַצן פֿאַר אויפֿרעגונג. אַזאַ חוצפּה! זי דערלויבט זיך צו פֿיל גראָבע שטיק. ער האָט געשוויצט ווי אין באָד. ער האָט אַן עפֿן געטאָן דאָס מויל, כּדי עפּעס זאָגן, כאָטש ער האָט נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס עס וועט זיך אַרויסקײַקלען דערפֿון אין דער קומענדיקער רגע.
פּלוצעם איז אַרויסגעקומען פֿון אים אַ דונערדיקער געלעכטער. ער האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן בײַם בויך, די ראיה איז געוואָרן אין גאַנצן פֿאַרנעפּלט. ער האָט געלאַכט משוגע-הויך, נישט קאָנענדיק זיך באַהערשן. די פֿיס זענען געוואָרן שלאַבעריק, זיך אונטערגעבראָכן אונטער אים. ער האָט אַ פֿאַל געטאָן אויפֿן דיל און זיך געקײַקלט אַהין-און-אַהער. ער האָט קוים געאָטעמט, עס האָט אים געדרוקט אין בויך און בײַ דער זײַט, די אורין האָט געשטאָכן. סעם האָט ממש געליטן און דאָך נישט געקאָנט פּועלן בײַ זיך אויפֿהערן לאַכן. אַ שטאַרקער, אינערלעכער כּוח, וואָס לאָזט זיך אין קיין שום פֿאַל נישט צוימען, האָט אַרויסגעיאָגט פֿון אים אַ שטורמישן געלעכטער, וואָס האָט אַ טייל צײַט געקלונגען מענטשלעך און אַ טייל צײַט ווי דער יאָמער פֿון אַ פֿאַרוווּנדיקטער חיה. דאָס האָט אים אי אויסגעליידיקט, אי פֿאַרשאַפֿט הנאה און ווייטיק.