נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 82

אויף אַ באַזוך אין דרום־טיראָל

מאָנטיגלער־אָזערע פֿאָטאָ: ר. סאַנדלער

עס קומט דער זומער, גיט זיך ווי עפּעס אַ רעדעלע אַ דריי אין דיר — אין וועג אַרײַן! אין די לעצטע פֿינעף יאָר, צוליב פֿאַרשידענע סיבות, בתוכם אָדער קודם־כּל, צוליב דער פּאַסקודנער קאָוויד־מגיפֿה, — האָט דאָס טוריסטישע „רעדעלע‟ זיך נישט גערירט ניט בײַ מיר, ניט בײַ מײַן פֿרוי, ווי פֿאַרזשאַווערט געוואָרן. להיפּוך צו אונדז, האָט די פֿרוי פֿון מײַן פֿרײַנד אַ פֿאַרברענטע אַרומפֿאָרערין, שוין געווען געהאַט אַ גרייטן פּלאַן, ווען און וווּהין „שטעלן זיי אָן די רעדער‟ פֿון זייער ערשטער זומעריקער רײַזע, דהײַנו: דרום־טיראָל. ווײַטער האָט שוין מײַן פֿרוי זיך צוגעלאָנטשעט צו דעם רײַזע־פּלאַן און צו דער באַשטימטער צײַט האָבן מיר זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.

כ׳וועל זיך נישט גיין איצט צעלייגן מיט אַלע פּרטים וועגן אונדזער נסיעה, אָבער איין זאַך מוז איך פֿאָרט דערמאָנען: טיראָל און דער דאָרטיקער פֿידל־מײַסטער יאַקאָב שטײַנער (1617־1683) האָבן געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צום ייִחוס פֿון מײַן פֿידל, וועלכער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין מײַנע הענט בײַ די 15־16 יאָר. מעגלעך, אַז נישט יאַקאָב שטײַנער גופֿא, נאָר עמעצער פֿון זײַנע תּלמידים האָט אויסגעמײַסטרעוועט מײַן פֿידל, פֿון דערסטוועגן, האָט ער עס געטאָן אין טיראָל און פֿון די ביימער, וואָס וואַקסן דאָרט אין די בערג ביזן הײַנטיקן טאָג.

זעעהאָטעל

אונדזער סטאַנציע אויף 9 טעג איז געוואָרן דער שיינער האָטעל אויפֿן ברעג פֿון דער מאָנטיגלער־אָזערע (אָדער „מאָנטיקאָלאָ אויף איטאַליעניש), אין וועלכער ס׳האָבן זיך געשפּיגלט די אַלפּן־בערג און וועלדער. שוין צײַט אָנצורופֿן די נעמען פֿון אונדזערע פֿרײַנד און וועגווײַזערס — לענע און גענאַדי עסטרײַך. ביידע זײַנען זיי געזעסן פֿון פֿאָרנט אין דעם אַרענדירטן „פֿיִאַט‟; לענע ווי אַ שטורמאַן און גענאַדיע — בײַם רודער.

ווען מע טרעפֿט אַרײַן אין אייראָפּע פֿון אַן אַנדער קאָנטינענט, הייבט מען שאַרפֿער אָן פֿילן די פֿאַרבינדונג מיט דער געשיכטע פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. יעדנפֿאַלס, אַזוי קומט עס פֿאָר מיט מיר. האָב איך פֿון פֿריִער, פֿאַרן לאָזן זיך אין וועג אַ גריבל געטאָן זיך אינעם „גוגל‟ מכּוח די ייִדן אין דרום־טיראָל. יעדער קאָן עס הײַנט טאָן, כּדי זיך איבערצײַגן, אַז פֿון די גרויסע אויפֿטוען, וואָס די ייִדן האָבן דאָרט געטאָן, איז יעדעס מאָל דער סוף געווען דער זעלבער — די גזירות פֿון מיטל־עלטער ביז דער טאָטאַלער פֿאַרניכטונג בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. און פֿאָרט, אַ דאַנק די ייִדן, האָט דרום־טיראָל באַקומען אַ שם פֿון אַ טוריסטישן גן־עדן; און נישט פּשוט טוריזם, נאָר אַ הייל־טוריזם פֿאַר קראַנקע אויף טובערקוליאָז. אַ דאַנק די אינוועסטיציעס פֿון דער משפּחה שוואַרץ, למשל, איז געגרינדעט געוואָרן אַ צעצווײַגטע אײַזנבאַן־נעץ; לעבן דער גרעסערער שטאָט באַלצאַנאָ איז אין 1907 דערעפֿנט געוואָרן דער גרעסטער אין אייראָפּע פֿוניקולאָר. די זעלבע משפּחה האָט זיך באַטייליקט אינעם בויען דעם צווייטן פֿוניקולאָר מענדעל. פֿאַרשטייט זיך, אַז הײַנט איז דער מענדעל־פֿוניקולאָר סאָפֿיסטיקירט געוואָרן, און מיר האָבן זיך אין דעם איבערצײַגט, שטייענדיק אויף דער הייך פֿון 954 מעטער.

די שטאָט טרענטאָ. אויף דער גאַס Via Velenzani: רײַע, גענאַדי און לענע

צום גליק, האָט דער וועטער אונדז צוגעשפּילט. די בערג און הימל האָבן געשײַנט מיט זייער לויטערקייט, אָנגעזעטיקט מיט זייער ציכטיקער לופֿט די אוממענדלעכע שורות פֿון ווײַנגערטנער, וועלכע האָבן זיך צעלייגט אויף די שיפּועדיקע בערגלעך, ווי אויך די שטאַלטנע עפּל־ביימער, אַרײַנגעפֿלאָכטן מיט די צווײַגן אין די סטרונעס דראָטן. אַזאַ שיטה צו פֿלאַנצן עפּל־ביימער איז מיר געווען באַקאַנט נאָך פֿון מײַן היים־קאַנט מאָלדאָווע. געהייסן האָט עס, פּאַלמעט־סעדער. אויף אַזאַ אופֿן האָט מען אויך קולטיווירט פֿערעשקעס־סעדער.

דרום־טיראָל — אַ לאַנד פֿון ווײַן און סידער. אין דער לופֿטן טראָגט זיך כּסדר אַ בגילופֿינדיק ווינטל.

כּמעט יעדן טאָג נאָך פֿרישטיק האָבן די עסטרײַכס אײַנגעשפּאַנט דעם קליינעם „פֿיִאַט‟ און מיר האָבן זיך געלאָזט באַזוכן אַן אַנדער שטעטל. דער וועג שלענגלט זיך און דאָס אויג כאַפּט אָפֿט אַרויס פֿון ערגעץ העט־העט אויפֿן שפּיץ־באַרג אַ האַלב־חרובֿ געוואָרענע פֿעסטונג, אַ מאָנאַסטיר, אַ קלויסטער — מילא הײַנט, אָבער וויִאַזוי אין די ווײַטע צײַטן פֿלעגט מען זיך אַהין אַרויפֿדראַפּען?

העט-הויך אין די בערג זעט זיך דער קלויסטער
St. Michael

אין דער קריסטלעכער אייראָפּע פֿירן אַלע וועגן צום רוים. אין די קלענערע שטעט און שטעטלעך פֿירן די שמאָלע שטיינערנע גאַסן און געסלעך צו אַ פּלאַץ מיט אַ קלויסטער. אייגנטלעך, האָט זיך אַרום דעם קלויסטער געבויט דאָס לעבן פֿון די קריסטן. הײַנט שפּײַזן זיך די אײַנוווינער פֿון ס׳רובֿ שטעט מערסטנס פֿון טוריזם. אין דרום־טיראָל רעדן די תּושבֿים אויף דרײַ שפּראַכן: דײַטש, איטאַליעניש און לאַדיניש, אַ מין לאָקאַלער זשאַרגאָן. דעריבער זײַנען די נעמען פֿון די שטעט אויף די אָנווײַזערס אָנגעוויזן אויף צוויי שפּראַכן — דײַטש און איטאַליעניש.

סוף קומט

Leave a comment