דניאל גלאי
פּערסאָנאַזשן:
מיכאל: דער פֿאָטער
ענבר: זײַן זון
יאָר 2024, ישׂראל
1
ענבר געפֿינט זיך אין זײַן הויז, אין איינעם פֿון די ייִשובֿים פֿון שומרון.
ענבר: ס’גייט אָן אַ מלחמה מיט כאַמאַס… זיי האַלטן די פֿאַרכאַפּטע… און מיר, ישׂראל, שיקן זיי הילף — ריזיקע, הונדערטער לאַסט־אויטאָס מיט שפּײַז. טאָג-אײַן, טאָג-אויס! אַ משוגעת! ווי קאָן דאָס זײַן? היתּכן? כ’פֿאַרשטיי שוין גאָרנישט. וואָס? אידיאָטן זענען מיר? נישט איך און נישט מײַנע מענטשן. דעם 7טן אָקטאָבער האָבן די מנוּוולים אונדז דערמאָרדעט, פֿאַרברענט, פֿאַרגוואַלדיקט… און מ’שיקט זיי שפּײַז? (איראָניש) „הו-מאַ-ני-טאַ-רע סיבות‟… און די „אומות-העולם‟? כ’פֿײַף אויף זיי, אויף זייער דרוק און בייזוויליקע שטעלונגען. אין דר’ערד האָב איך זיי! (הייבט אָן זיך אָנטאָן פֿאַרן פֿאַרלאָזן זײַן שטוב אין ייִשובֿ. גרייט צו אַ צדה-לדרך און האַלט שוין בײַם אַרויסגיין) … מײַן פֿאָטער איז נישט מסכּים. כ’דאַרף זיך מיט אים באַראַטן? וואָס בין איך, אַ קליין קינד? ער וועט זאָגן, וואָס כ’האָב צו טאָן? ס’זענען מיר נימאס געוואָרן די וויכּוחים מיט אים. אַ מאָל… האָט ער אַנדערש גערעדט. (מאַכט נאָך זײַן פֿאָטערס דיבור) „מ’דאַרף זיך באַזעצן. פֿאַרשטאַרקן. נײַע ייִשובֿים!‟ הײַנט אָבער… (איראָניש) „הו-מאַ-ני-טאַ-רע סיבות‟… כ’פֿײַף אויף אים און זײַנע סיבות! פּשוט עובֿר-בוטל. (גייט אַרויס און לאָזט זיך אין וועג.)
2
מיכאל פֿירט זײַן אויטאָ אין דער ריכטונג פֿון עזה-פּּאַס
מיכאל: גלײַך קיין עזה. באַשלאָסן. אין צוואַנציק מינוט בין איך דאָרט, בײַ דעם קאָנטראָל-באַריער. נעבן די לאַסט-אויטאָס וועט ענבר זיכער זײַן. אַזוי האָט ער געסטראַשעט. ווי אַזוי, פֿרעג איך, איז ער אַזאַ פֿאַנאַטיקער געוואָרן? נאָר איין גאָט ווייסט… (שמייכלט) כ’געדענק… כ’געדענק, ווען ר’איז נאָך אַ קליין קינד געווען, 8-7 יאָר, פֿלעגן מיר אין „לייב און העלפֿאַנד‟ זיך שפּילן. צום שלאָפֿצימער, אויפֿן גרויסן בעט, פֿלעגט ער אַרײַן. ער — דער לייב. איך — דער העלפֿאַנד. האָט ער זיך אויף מיר געוואָרפֿן און געפֿירט אַ „ביטערן‟ געשלעג. ווידער און ווידער האָט ער געזיגט. ס’האָט געקאָנט זײַן אַנדערש? נאָך זײַנע „נצחונות‟ האָט אַן אידיליע, אַ זיס-געשמאַקע געהערשט צווישן אונדז… הײַנט זענען מיר אויף מעסערס! ער אין שומרון. איך אין תּל-אָבֿיבֿ. „ראַטעווען די מדינה!‟, טענהט ער. ווייניקער מדינה, רעד בעסער וועגן דעם לאַנד, מענטשן, פֿעלקער… ווי גערעדט צו דער וואַנט. (שמייכלט) גיי ווייס… אפֿשר שפּילט ער אויך „לייב און העלפֿאַנד‟ מיט די קינדער…
(גייט אַראָפּ פֿון אויטאָ און הייבט אָן צו גיין) כ’זע. שווערע לאַסט־אויטאָס שטייען דאָרט. גלײַך אַהינצו גיי איך. אַ האַלב יאָר אים נישט געזען, נישט די פֿרוי, די אייניקלעך. קוים אַ טעלעפֿאָן און פֿאָטאָס-„וואַצאַפּ‟. דער משוגענער קאָן נאָך אַהערקומען מיט זיי. נו… וועלן מיר זיך כאָטש זען אַ מאָל. גם זו לטובֿה.
(שטעלט זיך אָפּ. קוקט פֿון דערווײַטנס) צה“ל האָט שוין אַלע שטיינער אַוועקגערוקט… זיי, די פּראָטעסטירער, ליגן איצט אויפֿן שאָסיי, נישט דערלאָזן די לאַסט־אויטאָס פֿאָרן.
אַזאַ חוצפּה! די טעלעוויזיע איז דאָ. (שמייכלט) דאָס האָבן זיי שוין געפּּועלט) .
3
ענבר צוזאַמען מיט די פּראָטעסטערס ליגט אויפֿן שאָסיי. דערלאָזן ניט די הומאַניטאַרע הילף דורכפֿאָרן קיין עזה. אָטעמדיק שווערלעך, פֿאַרפּאַמעלעכט מיכאל זײַנע טריט. דערנענטערט זיך פֿאָרזיכטיק. די אויגן זוכן, אַוווּ זײַן זון געפֿינט זיך. צווישן די ליגנדיקע פּּראָטעסטירערס גייט ער לינקס און רעכטס,
פֿאָרויס און צוריקוועגס.
מיכאל: אַ מזל! קיינער האָט מיך ניט פֿאַרהאַלטן… נישט די זעלנער, נישט די פֿאַנאַטיקערס ווייסן וואָס כ’טו דאָ. וואָלטן די פֿרומאַקעס געוווּסט, וואָלט מען מיך גלײַך אַרויסגעטריבן.
(שילדן מיט דער לאָזונג „קיין הילף, קיין שפּײַז פֿאַר זיי!‟. ער דערזעט פּּלוצעם ענברן.)
ענבר: טאַטע!…
מיכאל: ענבר…
ענבר: (בייז) וואָס טוסטו דאָ?!
מיכאל: דאָס זעלבע קאָן איך דיך פֿרעגן…
ענבר: ווי אַזוי?… ווער האָט דיך געלאָזט צוקומען?
מיכאל: דער רבונו-של-עולם.
ענבר: ס’איז מסוכּן! פֿאַרשטייסט נישט אַליין?
מיכאל: פֿאַר וואָס ליגט איר אויפֿן שאָסיי? מ’וועט אײַך פֿאַרטרײַבן ממילא…
ענבר: נישט דײַן עסק.
מיכאל: איך זאָרג.
ענבר: פֿאָר צוריק!
מיכאל: ביסט פֿאָרט מײַן זון.
ענבר: נאָר בושות מאַכסטו מיר אָן!
מיכאל: (ווייך) נישט זיך שלאָגן. געקומען רעדן מיט דיר.
ענבר: נישט דאָ! נישט איצט! גיי אַהיים!
מיכאל: פֿאַרביסענער עקשן!
ענבר: ס’איז דאָ אַ פֿאַרוואָס. אמונה גיט כּוח!
מיכאל: מ’וועט אײַך ממילא צעטרײַבן.
ענבר: די לאַסט־אויטאָס. כ’קאָן עס ניט אַראָפּּשלינגען. פֿאַרשטייסט וואָס איך רעד?
מיכאל: קוק אַהינצו. זעלנער קומען שוין אָן.
ענבר: גיי שוין אַוועק!… (ווייך) אָדער בעסער ליג שוין דאָ מיט מיר…
מיכאל: כ’בין גרייט… (בייגט זיך איבערן זון) בשׂר מבשׂרי ביסטו דאָך…
ענבר: (מיט אַלע פּראָטעסטירער שרײַט ער בכל־הכּוח) קיין שפּײַז די רוצחים! גאָרנישט פֿאַר זיי!
מיכאל: (שטרעקט אויס די האַנט צום זון) לאָז מיך כאָטש…
ענבר: (שרײַט ווידער) ניין, ניין, ניין! קיין הילף, קיין שפּײַז פֿאַר זיי! ניין, ניין! קיין הילף, קיין שפּײַז פֿאַר זיי! (צום פֿאָטער, באַפֿעלעריש.)
אויך דו, טאַטע! אויך דו! „ניין, ניין, ניין!…‟
מיכאל: כ’קאָן נישט, ענבר, זונעניו, פֿאַרשטיי מיך…
ענבר: גיי, גיי שוין אַוועק! פֿאַרשווינד פֿון מײַנע אויגן!
מיכאל: כ’זאָרג, קינד מײַנס. דערפֿאַר בין איך דאָ.
ענבר: נאָר בכּוח!…
מיכאל: הערסט ווי דו רעדסט?!
ענבר: … נאָר בכּוח וועט מען מיך רירן פֿון דאַנעט.
מיכאל: ריכטיק… נישט מיט זײַדענע הענטשקעס. מיט קלעפּ וועלן זיי באַפֿרײַען דעם וועג.
ענבר: איך האָב מורא פֿאַר קלעפּ?
מיכאל: (אומגעדולדיק) שטיי, שטיי שוין אויף!
ענבר: טראָג זיך אַוועק!
מיכאל: זיי קומען שוין. גיב אַ קוק.
ענבר: אַ בושה וואָס צה”ל טוט און דו באַרעכטיקסט זיי.
מיכאל: (פֿאַרשטעלט זיך די אויגן) געוואַלד, ייִדן! גאָט מײַנער!
ענבר: אַ גלויביקער ביסטו מיר געוואָרן…
מיכאל: שפּאָר מיר אײַן דאָס צו זען. (וואַקלענדיק דערווײַטערט זיך פֿון אָרט.)
ענבר: ניין, ניין, ניין! קיין הילף, קיין שפּײַז פֿאַר זיי!
(ס’קומען אָן זעלנערס, וואַרפֿן זיך אויף די פּראָטעסטירער און באַפֿרײַען דעם וועג פֿאַר די לאַסט־אויטאָס.)
ענבר: (קוקט אויף די פֿאָרנדיקע לאַסט־אויטאָס. שטיל) דאָס אַלץ פֿאַר זיי, פֿאַר די רוצחים. אַזאַ חרפּה!
מיכאל: (אויף אַ צווייטן עק) פֿאַר וואָס? צי זענען די שכנים נישט הונגעריק?…
4
דערנעבן זײַן אויטאָ שטייט מיכאל פֿאַרטראַכט. ווען ער דערזעט זײַן זון, הייבט ער אָן פֿאָכן מיט דער האַנט.
מיכאל: ענבר!… קום, קום צו מיר!
ענבר: (קודם זאָגט ער זיך אָפּּ… שפּעטער, אומוויליק, קומט ער צום פֿאָטער.)
מיכאל: אַנטשולדיק, ענבר, פֿאַר דער פֿאַרלעגנהייט… נישט געוואָלט דיך שטערן… ס’גייט מיר ניט אָן דער גאַנצער באַלאַגאַן… פּּשוט דיך געוואָלט זען…
ענבר: ניטאָ אַ מער פּאַסיק אָרט?
מיכאל: אַזוי לאַנג וואָס מיר רעדן קיין וואָרט נישט!…
ענבר: נישט געוואָלט דיך באַליידיקן… זײַ מוחל, טאַטע.
מיכאל: כ’האָב אַלעמען אין ארץ. העיקר מײַן זון זאָלט קיין קלעפּ נישט באַקומען.
ענבר: כ’בין נישט מער קיין קינד… כ’אײַל זיך. מ’וואַרט אויף מיר.
מיכאל: ענבר… אפֿשר פֿאָרסטו מיט מיר?
ענבר: געקומען מיט די חבֿרה פֿונעם ייִשובֿ.
מיכאל: שפּרינג אַריבער קיין תּל-אָבֿיבֿ. דערנאָך ברענג איך דיך אַהיים…
ענבר: מען זאָל זיך אַ גאַנצן וועג שלאָגן?…
מיכאל: חלילה!… (שמייכלט) געדענקסט דעם „לייב מיטן העלפֿאַנד‟, וואָס מיר פֿלעגן זיך שפּילן?
ענבר: (שמייכלט) נאָך ווי!…
מיכאל: און מיט דײַנע קינדער?
ענבר: מ’וואַרט אויף מיר, טאַטע. דענערוויר מיך נישט. אַן אַנדערש מאָל… (הייבט אָן צו גיין.)
מיכאל: האָסט נישט געענטפֿערט…
ענבר: נאַרישקייטן!
מיכאל: יאָ צי ניין. זאָג אַ וואָרט. וואָס לויפֿסטו?
ענבר: (פֿון דערווײַטנס דרייט זיך אויס צו זײַן פֿאָטער) יאָ!
מיכאל: אַ שטיין איז מיר אַראָפּ פֿון האַרץ.
ענבר: אָבער…
מיכאל: נו?…
ענבר: (שמייכלט) הײַנט בין איך דער העלפֿאַנד. (גייט ווײַטער מיט זײַן וועג ביז ער פֿאַרשווינדט.)
מיכאל: מאָלאָדיעץ! אַ געזונט אויף זײַן קעפּעלע.
ס ו ף
9.5.2024
אַלע רעכט געהערן צו דניאל גלאי