קאַפּיטל 4
שטיי! אַניט — וועל איך שיסן!
די געשעעניש, וואָס איר וועט באַלד הערן, האָט זיך נישט אָפּגעלייגט אין מײַן זכּרון אַלץ אַ טראַגעדיע צי אַן אומגליק, כאָטש די מעשׂה ענדיקט זיך מיט טויט. פֿרעגט איר באַלד, וואָס עפּעס דערציילסטו אונדז גלײַך פֿון אָנהייב אָן וועגן אַ פֿאַטאַלע ענדע, מאַכסט אַ „ספּוילער‟, ווי מ’רופֿט עס הײַנטיקע צײַטן? אַנטקעגן דעם, ענטפֿער איך, אַז דערציילנדיק אײַך אָט אַזאַ נישט קיין אויסגעטראַכטע געשיכטע, וואָס האָט טאַקע פּאַסירט אין דער אמתן, האָף איך, אַז איר וועט באַקומען אַ בעסערע אַנונג וועגן דער נישט נאָרמאַלער, אַפֿילו אוממעגלעכער טאָג־טעגלעכקייט אין דער סאָוועטישער אַרמיי ווי אַ קורסאַנטן פֿון אַ טאַנקיסטן־שול. ווען איר וועט עס דורכלייענען ביזן סוף, וועט איר שוין בעסער פֿאַרשטיין וועגן וואָס האָבן מיר, פּשוטע סאָוועטישע סאָלדאַטן, געטרוימט, צו וואָס האָבן מיר געשטרעבט, און ווי קען עס זײַן, אַז אַ ציוויליזירטער מענטש זאָל זען אַזוינע חלומות. הײַנט, מיט פֿינף און פֿופֿציק יאָר שפּעטער, איז אַפֿילו מיר שווערלעך זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַלץ, וואָס איך שרײַב, האָט טאַקע געטראָפֿן.
וועגן דעם, וואָס איז דאָ געשען, האָט מען געשמועסט און אַרומגערעדט אויף אַלע פֿאַרזאַמלונגען פֿון ראָטעס און באַטאַליאָנען. און נישט נאָר בײַ אונדז אין שול. איך בין זיכער, אַז דער גאַנצער מיליטער־קרײַז האָט גערעדט וועגן דעם. איך האָב אַפֿילו געהערט פֿון איינעם אַ קורסאַנט, אַז דער קלאַנג וועגן דעם „אינצידענט‟ האָט זיך צעשפּרייט איבער דער שטאָט ווענטספּילס, און אפֿשר איבער גאַנץ לעטלאַנד. אונדזערע קאָמאַנדירן האָבן „געפּויקט‟ וועגן דעם בײַ יעדער געלעגנהײט, און יעדעס מאָל מיט נײַע, אַ מאָל „קאָרעקטירטע‟ און אַפֿילו אויסגעדרייטע פּרטים. אין דעם „שיינעם‟ לאַנד ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען תּמיד צוגעפּאַסט די גרויסע, און אַפֿילו די קלענסטע דעטאַלן צו דעם אָפֿיציעלן ראָנד. בײַ זיי האָט דער ציל תּמיד באַרעכטיקט די מיטלען. אַזוי האַנדלט זיך נאָך פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. טאָ וואָס באַדאַרף מען עס בײַטן?
וועגן וואָס חלומט אַ פֿריש־אָפּגעבאַקענער קורסאַנט פֿון אַן אָפּגעצאַמטער און אַ פֿאַרשפּאַרטער אויף זיבן שלעסער טאַנקיסטן־שול? וועגן אַ קאַפּעטשקע פֿרײַהײט. ווען מ׳האָט אונדז מאָביליזירט, איז געווען פֿאַר יעדן קלאָר און פֿאַרשטענדלעך, אַז צוויי יאָר וועלן מיר נישט זען אונדזער היים, אונדזערע משפּחות, אונדזערע גוטע פֿרײַנט און חבֿרים. און וועגן ליבע קאָנען מיר בכלל פֿאַרגעסן — אויס חבֿרטעס און אויס מיידלעך! צוויי לאַנגע יאָר! פֿאַרשטייט זיך, ווען דו ביסט אַן אַכצן־יאָריקער יונגאַטש, מאַכסטו ניט פֿון דעם קיין וועזן. וואָרן וועמען אַרט עס — אַ יאָר, צוויי יאָר… עס ברענט דען? אָבער הייבסטו אָן צו דינען, ווערט די בענקשאַפֿט נאָך דער היים גרעסער און גרעסער, און דו שפּירסט עס טיף אין האַרצן. אָבער פּלוצלונג דערוויסטו זיך, אַז ס’איז פֿאַראַן אַ קליינע, ממש אַ קליינטשינקע מעגלעכקײט צו קריגן אַ קורצן אורלויב און באַזוכן אַלץ וואָס דו האָסט געלאָזט הינטער זיך. און, כאָטש דער שאַנס איז טאַקע זייער אַ קנאַפּער, טרוימסטו סײַ־ווי „אַרויסצופֿליִען פֿון דער שטײַג‟. ס’איז דאָך אַ מענטשלעכע זאַך, ניין?
פֿרעגט איר דאָך, ווי קאָן אַ פּשוטער זעלנער, וואָס דינט אין דער אַרמיי בלויז עטלעכע חדשים, ווי אַזוי קאָן ער „פֿאַרדינען‟ אָט אַזאַ טײַערע מתּנה צו באַזוכן זײַן טאַטע-מאַמען? ווײַזט זיך אַרויס, אַז מ’קאָן! מ’דאַרף נאָר אָפּטאָן עפּעס אַן אומגעזעענע זאַך, עפּעס אַ העלדישקײט, אַ גבֿורה, און דער עיקר, עס זאָל זײַן לויט דעם מיליטער־געזעץ און לטובֿת אונדזער סאָוועטישן היימלאַנד. פֿרעגט איר ווידער: וואָס פֿאַר אַ גבֿורה קאָן מען שוין אַרויסווײַזן, אַז קעמפֿן, קעמפֿט מען נישט און די מלחמה האָט זיך שוין געענדיקט אין 1945? אָ! האָט איר טאַקע אַ טעות. די מלחמה האָט זיך קיין מאָל נישט פֿאַרענדיקט! אַזוי האַקט מען אונדז אין קאָפּ אַרײַן. ווער יאָ האָט זיך געביטן, איז דער פֿײַנד, דער שׂונא. דאַן זענען געווען די דײַטשן, די פֿאַשיסטן, און הײַנט האָבן מיר אַן עסק מיט די אַמעריקאַנער און מיט NATO. און וואָס איז מיט דעם „צע.רע.או‟ (אַזוי רופֿט מען אויף רוסיש דעם CIA)? ער שלאָפֿט נישט אַוודאי און אַוודאי! דער CIA שטרעקט אויס זײַנע לאַנגע הענט און פֿינגער און שיקט צו אונדז טויזנטער שפּיאָנען. און די שפּיאָנען, אַז מ’שיקט זיי, וועלן זיי שוין געפֿינען אַ וועג צו אַרײַנדרינגען אין אונדזער מיליטער־לאַגער. צו וואָס? צונויפֿקלײַבן אינפֿאָרמאַציע וועגן אונדזער טאַנקיסטן־שול און אָרגאַניזירן די ווערסיעס קעגן אַלץ, וואָס איז הייליק פֿאַר די סאָוועטישע בירגער. פֿאַר וואָס דווקא קעגן דאָ? דאָס האָט מען אונדז ניט דערקלערט, און קיינער האָט עס ניט געפֿרעגט. מ’האָט נאָר אונטערגעשטרײַכט, אַז אונדזער הויפּט־אויפֿגאַבע איז צעשטערן די אימפּעריאַליסטישע פּלענער. וואָס קען טאָן אַ פּראָסטער סאָלדאַט קעגן דעם שרעקלעכן שׂונא? ער קען! פֿון צײַט צו צײַט נעמען מיר אָנטייל אין אַ קאַראַוּל, דאָס מיינט, מיר באַוואַכן אַ מיליטער־אָביעקט. דאָס קען זײַן אַ פּאַרקיר־פּלאַץ מיט טאַנקן, אַ סקלאַד מיט געווער אָדער דער אַרײַנגאַנג־טויער פֿונעם לאַגער. באַוואַכנדיק די מיליטער־אָביעקטן קעמפֿן מיר קעגן די דיווערסאַנטן פֿון „נאַטאָ‟; און טאָמער וועלן מיר כאַפּן אַ שפּיאָן, אַ לעבעדיקן צי אַ טויטן, וועלן מיר באַקומען דעם טיטל פֿון אַן „אויסגעצײכנטן סאָלדאַט‟. און אפֿשר וועלן מיר אַפֿילו געווינען אַ קורצע וואַקאַציע און פֿאָרן אַהיים.
פּונקט ווי אַלע קורסאַנטן, האָב איך אויך געחלומט, ווי איך שטיי אויף דער וואַך און שיס די דיווערסאַנטן, די קאַפּיטאַליסטישע גזלנים, וואָס האָבן איבערגעשטיגן דעם פֿאַרצאַם און אַטאַקירן אונדזערע מיליטער־אָביעקטן. פֿאַר מיר איז עס געבליבן בלויז אַ חלום. בײַ אַן אַַנדער קורסאַנט האָט זיך דער חלום פֿאַרווירקלעכט.
צוויי זעלנער נישט פֿון אונדזער באַטאַליאָן, האָבן באַוואַכט אַ סקלאַד מיט קוילן פֿאַר מאַשין־ביקסן. ס’איז געווען אין מיטן דער נאַכט, זיי זענען געווען שוין גוט אויסגעמאַטערט און מיד. אַרום זיי איז געשטאַנען אַ פֿינצטערניש, ממש חושך־מצרים. אויך דער הימל איז געווען שטאַרק פֿאַרוואָלקנט, און קיין פֿאַרבלאָנדזשענער שטערן האָט זיך ניט אַרויסגעזען. וועגן לבֿנה־ליכט קומט שוין נישט קיין פֿראַגע. די סאָלדאַטן האָבן באַדאַרפֿט גוט, גוט אָנשטרענגען די ראיה צו זען עפּעס. כּדי ניט אײַנצושלאָפֿן, זענען די יונגע יאַטן נישט געשטאַנען אויף אַן אָרט, נאָר פּאַרטרולירט די גאַנצע צײַט אַרום דעם סקלאַד, יעדער איינער אין אַן אַנדער ריכטונג. פּלוצעם, האָט איינער פֿון זיי, אַ הויכער יאַט מיט שמאָלע פּלייצעס, דערזען פֿון דער ווײַטן אַ שוואַרצן פֿלעק, אַ שאָטן. דער „שאָטן‟ איז ניט געשטאַנען אויף אַן אָרט, נאָר האָט זיך דערנענטערט גלײַך צו אים. דער סאָלדאַט (דאַכט זיך, אַז מ’האָט אים גערופֿן וואַדים), האָט עס נישט געוואָלט דערלאָזן. ער האָט שוין געהאַט אַ ביסל דערפֿאַרונג אין דער וואַך־מלאָכה, האָט ער גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס קען זײַן אַ פֿרעמדער, אפֿשר אַפֿילו אַן אַמעריקאַנער מרגל! אויב אַזוי, דאַרף מען אים פֿאַרהאַלטן וואָס גיכער! וואַדים האָט צוגעגרייט זײַן קאַלאַשניקאָוו־ביקס און דין אַרויסגעשריִען: „שטיי, ווער גייט עס! בלײַב שטיין אויפֿן אָרט!‟
קיין ענטפֿער פֿונעם „חשוד‟ האָט מען נישט געהערט. פֿאַרקערט, דער „שאָטן‟ האָט גראָד געמאַכט נאָך אַ פּאָר טריט אין וואַדימס ריכטונג. יעצט האָט מען שוין געקאָנט זען, אַפֿילו פֿון דער ווײַטן אַ מענטשלעכן סילועט. ער האָט אויסגעזען נישט קיין הויכער, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגן מאַנטל און אַן אושאַנקע [1] אויפֿן קאָפּ. דאָס פּנים און די הענט זענען געווען פֿאַרטונקלט. „קען זײַן, אַז ער האַלט אַ געווער אין זײַן האַנט…‟, האָט אַ טראַכט געטאָן וואַדים, און אָנגעהויבן קאָמאַנדעווען, ווי מ’האָט אים געלערנט, ווי עס שטייט געשריבן אין די וואַך־געזעצן.
— שטיי, ווער עס גייט! שטיי, אַניט — שיס איך!
דער שאָטן האָט זיך אָפּגעשטעלט און אָגעהויבן זיך שאָקלען, אָבער שטילערהייט, קיין וואָרט האָט מען פֿון אים נישט געהערט. וואַדים האָט אים געוואָרנט נאָך אַמאָל, אָבער דעם „דיווערסאַנט‟ האָט עס מסתּמא נישט געאַרט, און ער האָט ווידער גענומען זיך רירן. דאַן האָט וואַדים געלאָדן זײַן געווער. אין דער שטילער נאַכט האָט זיך גוט געהערט דער אײַזערנער קלאַנג פֿונעם ביקס־ריגל… דער אַרײַנדרינגער האָט נאָר פֿאַרגיכערט זײַן גאַנג. דאַן האָט וואַדים אויסגעשאָסן אין דער לופֿטן, דערנאָך אָננגעשטעלט די ביקס אויפֿן שוואַרצן סילועט, ווי עס וואָלט געווען אַ צילברעט, און נאָך אַמאָל אָנגעדריקט אויף דעם ביקס־צינגל.
בלויז איין קויל האָט וואַדים אַרײַנגעזעצט אין דעם „שאָטן‟ אינעם לאַנגן מאַנטל, און יענער איז גלײַך געפֿאַלן אויף דער ערד און האָט זיך מער נישט גערירט. וואַדים מיט זײַן וואַך־שותּף, וואָס האָט דערהערט דעם שאָס, האָבן גענומען לויפֿן צו דעם געפֿאַלענעם. זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט אַ פּאָר טריט פֿון אים און דערזען אַ מאַנסביל, אָנגעטאָן אין מיליטערישע קליידער און אַ לאַנגן שינעל. אַ ווינטער־הוט פֿון אַן אָפֿיציר האָט זיך געוואַלגערט נישט ווײַט פֿון זײַן טויטן קערפּער. צוגיין נענטערן האָבן זיי נישט געוואַגט; זיי האָבן נאָך ביז אַהער נישט געזען אַן אמתן מת.
אין עטלעכע מינוט האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַרום דעם געהרגעטן אַ כאָפּטע מיליטער־פּאַרשוינען: קאָמאַנדירן, זעלנער, מיליטער־סאַניטאַרן און ווער ניט. אַלע האָבן גערודלט, גערעדט און געשריגן מיט אַמאָל. די לופֿט האָט זיך אָנגעפֿילט מיט סמאַטשנע רוסישע קללות, און עס האָט זיך געדאַכט, אַז מיר זענען אין מיטן אַ פֿאַרמעסט פֿון „ווער שילט מערער און שענער‟. עמעצער האָט אָנגעצונדן אַ גרויסן פּראָזשעקטאָר, און דאַן האָט מען שוין געקאָנט זען, אַז עס רעדט זיך וועגן אַן אָפֿיציר, אַ מאַיאָר. ער איז געלעגן מיטן קאָפּ אָן אַ זײַט, די פֿיס, אָנגעטאָנע אין כראָמעווע שטיוול, צעשפּרייט און אויסגעדרייט נישט ווי בײַ אַ לעבעדיקן, און ביידע הענט האָט ער געהאַלטן אונטערן קערפּער, ווי ער וואָלט פּרובירט מיט זײַנע לעצטע כּוחות אָפּצושטעלן דאָס בלוט. דער שניי אַרום דעם דערשאָסענעם האָט גיך געביטן די פֿאַרב פֿון שמוציק־ווײַס צו טונקל־רויט. יעצט, אַז מ’האָט שוין געוווּסט ווער און וואָס, איז דער טומל געוואָרן נאָך גרעסער. אַלע האָבן געשריִען און מאָדנע זשעסטיקולירט מיט די הענט. וואַדימען האָט מען תּיכּף אַרעסטירט און אַוועקגעפֿירט אין תּפֿיסה.
אויף מאָרגן האָט זיך אָנגעהויבן די אויספֿאָרשונג, און די ערשטע זאַך וואָס מ׳האָט געטאָן, האָט מען דורכגעפֿירט אַ בלוט־עקספּערטיזע, סײַ בײַ דעם שיסער און סײַ בײַ דעם דערשאָסענעם. ס’איז גלײַך געוואָרן קלאָר, אַז וואַדים האָט ניט געהאַט קיין איין טראָפּן בראָנפֿן אין זײַן לײַב, און דער מאַיאָר איז שוין געווען שיכּור־טויט, נאָך איידער מ’האָט אים אַוועקגעשיקט צום אייבערשטן. דער הויפּט־פֿאָרשער האָט געפּסקנט, אַז די אמתע סיבה וואָס דער מאַיאָר האָט ניט רעאַגירט אויף דעם וואַכמאַנס וואָרענונגען, שטעקט אַרויס פֿונעם „פֿלאַשס דנאָ‟. אַזוי אַרום, איז דער מאַיאָר אַליין שולדיק אין זײַן טויט. דער פֿאָרשער האָט אויך אונטערגעצײכנט, אַז נישט געקוקט אויף די שווערע אָנגאַבן, האָט דער וואַכמאַן וואַדים זיך אויפֿגעפֿירט ווי עס פּאַסט אַ סאָוועטישן סאָלדאַט, ווי עס שטייט געשריבן אין די אַרמיי־געזעצן.
אין אַ וואָך אַרום האָט מען דעם אָפֿיציר באַגראָבן אין זײַן היים־שטאָט, ווײַט פֿון ווענטספּילס און לעטלאַנד. ווי עס פֿירט זיך, האָט מען עס דורכגעפֿירט מיט אַלע מיליטער־פּיטשעווקעס: מיט אַ בלאָז־אָרקעסטער און מיט דרײַ שאָסן אין דער לופֿטן איבער דעם פֿרישן קבֿר.
און דעם גיבור וואַדים האָט מען געגעבן דעם גרעסטן פּרײַז: אַן אורלויב פֿון צען טעג. ער איז גלײַך אַוועקגעפֿאָרן אַהיים, אין זײַן דאָרף, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט אָריאָל.
און מיר? מיר זענען געבליבן אין דער טאַנקיסטן־שול, געדינט און געטרוימט, אַז אויך אויף אונדז זאַל אַמאָל „אַראָפּפֿאַלן‟ אַזאַ מין מזל: צו שיסן אין עמעצן און קריגן די טײַערסטע מתּנה — אַרײַנכאַפּן זיך אַהיים, כאָטש אויף אַ ווײַלינקע.