אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)


צווייטער טייל
קאַפּיטל ב


1

נאָך יענעם אומפֿאַרגעסלעכן באַזוכן דאָס הױז אױף דער נעזשדאַנאָװאַ–גאַס האָט מישע אָנגעהױבן טאָן אַלץ, װאָס ער האָט געקאָנט, כּדי צו װערן נאָענט צו זײַן באַליבטן קאָמפּאָזיטאָר. אײגנטלעך, איז געװען בלױז אײן אופֿן עס צו טאָן: אױסלערנען שעסטאַקאָװסקיס װערק און שפּילן זײ דעם אױטאָר. מישע פֿלעגט בעטן עמאַנויִל גריגאָריעװיטשן, ער זאָל אים פֿאַרגעבן שעסטאַקאָװסקיס פֿיר–און–צװאַנציק פּרעלודיומס, אײניקע פֿון זײַנע פּרעלודיומס און פֿוגעס און דעם ערשטן קאָנצערט פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן מיט אָרקעסטער; ער פֿלעגט צורעדן זײַנע חבֿרים אין דער קאָנסערװאַטאָריע, זײ זאָלן שפּילן צוזאַמען מיט אים שעסטאַקאָװסקיס קאַמער–מוזיק, און דערנאָך פֿלעגן זײ אַלע בעטן מיכאַיִל אַלעקסאַנדראָװיטשן, ער זאָל זײ יענע װערק אױסלערנען. אַזױ אַרום, במשך פֿון עטלעכע יאָר איז מישע געגאַנגען צו שעסטאַקאָװסקין אַהײם מער–װײניקער רעגולער, און דער גרױסער קאָמפּאָזיטאָר פֿלעגט צו מאָל אױך קומען אויף אײניקע פֿון מישעס קאָנצערטן אין מאָסקװע, אױף װעלכע מישע האָט געשפּילט זײַנע װערק. דעמענטי װאַסיליעװיטשן איז בפֿירוש געװאָרן קלאָר, װי שטאַרק מישע האָט ליב געהאַט זײַן מוזיק, און, אַפּנים, האָט ער דערפֿילט, אַז מישע טוט עס אױפֿריכטיקער און איז געוואָרן פֿאַר אים אַן „אײגענער‟ מענטש, אַ בעל–בטוח.

בערך אַ יאָר נאָך דעם, װי מישע האָט אָנגעהױבן שפּילן כרעמעקאָװס פֿינף פּיעסעס, האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש באַשלאָסן, אַז ס׳איז כּדאַי מישע זאָל זײ רעקאָרדירן. ער האָט זיך צונױפֿגערעדט מיט דער פֿירמע „מעלאָדיע‟, דער אײנציקער רעקאָרדירונג–פֿירמע אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, זי זאָל אַרױסלאָזן אַ פּלאַטע מיט מישעס שפּילן. אינעם רױטן געמױערטן בנין פֿון אַ געװעזענער אַנגליקאַנישער קירך, װאָס האָט זיך געפֿונען צװישן דער קאָנסערװאַטאָריע און דעם קאָמפּאָזיטאָרן–הױז, האָט מישע פֿאַר צװײ אָװנטן רעקאָרדירט סקריאַבינס צװײטע סאָנאַטע, כרעמענקאָװס פּיעסעס און שעסטאַקאָװסקיס צװײטע סאָנאַטע, אַזױ אַז ס׳האָט זיך באַקומען אַ פּלאַטע פֿון רוסישער און סאָװעטישער מוזיק. „מעלאָדיע‟ האָט פֿאַרצױגן דעם אַרױסלאָז פֿון דער רעקאָרדירונג, און אין אײנעם אַ געשפּרעך מיט מישען האָט טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש זײ אױך אָנגערופֿן „כוליגאַנען‟. וואָס כרעמענקאָװ האָט אײגנטלעך געמײנט מיט אָט דעם װאָרט, ריידנדיק וועגן דער אָנפֿירונג פֿון „מעלאָדיע‟, האָט מישע זיך דערװוּסט מיט עטלעכע יאָר שפּעטער. פֿון דעסטװעגן, אין מײַ 1974, פּונקט אין דער צײַט, װען מישע און קאַטיע האָבן זיך אַריבערגעצויגן אין דער נײַער דירה, איז מישעס ערשטע פּלאַטע סוף–כּל–סוף אַרױסגעלאָזט געװאָרן.

מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אין שעסטאַקאָװסקיס געבױרן–טאָג, האָט מישע אים אָנגעקלונגען און געפֿרעגט, צי ער מעג אַרײַנגײן אױף אַ מינוטקעלע באַגריסן אים, היות נישט לאַנג צוריק איז דערשינען די פּלאַטע מיט שעסטאַקאָװסקיס סאָנאַטע, און מישע װאָלט געװען אַ בעלן אים שענקען אַ קאָפּיע. דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט געענטפֿערט, אַז ער װעט זײַן זײער צופֿרידן צו זען מישען, און געפֿרעגט, צי זיבן אַ זײגער אין אָװנט װאָלט געװען אַ גינסטיקע צײַט פֿאַר אים. פּונקט זיבן אַ זײגער איז מישע געשטאַנען בײַ דער טיר פֿון שעסטאַקאָװסקיס װױנונג. באַגריסט דעם אימעניניק און אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ און דערלאַנגט אים די פּלאַטע, האָט מישע שױן געװאָלט אַװעקגײן, נײַערט דער באַלעבאָס האָט געזאָגט, אַז אױב מישע איז נישט פֿאַרנומען, זאָל ער אומבאַדינגט בלײַבן, און אים פֿאַרבעטן צום טיש.

װען די װעטשערע האָט זיך פֿאַרענדיקט און אַלע געסט, בתוכם מישען, האָבן גענומען זיך געזעגענען מיט די באַלעבאַטים, האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש שטיל געפֿרעגט בײַ מישען, צי יענער װאָלט געקאָנט בלײַבן נאָך אױף עטלעכע מינוט. נאָך דעם, װי דעמענטי װאַסיליעװיטש, אינאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ און מישע זײַנען געבליבן אין דער דירה זאַלבע דריט, האָט דער באַלעבאָס אַ פֿרעג געטאָן אױף זײער אַן אײדעלן אופֿן, צי מישע האָט צײַט צו פֿאַרבלײַבן אױף אײן–צװײ שעה. נישט גלײבנדיק זײַן אײגן גליק (דוכט זיך, װערט זײַן לאַנגאָניקער חלום סוף–כּל–סוף מקוים!), האָט מישע געענטפֿערט, אַז אַװדאי יאָ, און האָט געבעטן אַ דערלױבעניש אָנצוקלינגען דער פֿרױ, כּדי צו װאָרענען זי, אַז ער װעט זיך אומקערן אַהײם שפּעט.

שעסטאַקאָװסקי האָט דורכגעפֿירט מישען אין זײַן אַרבעטס–צימער, דאָרטן האָט ער אים פֿאָרגעלײגט זיך אַװעקזעצן אינעם פֿאָטעל בײַם שרײַבטיש, אַלײן האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אױפֿן בענקל בײַ איינעם פֿון די פֿאָרטעפּיאַנען און געזאָגט:

— איך געדענק, איר האָט אַ מאָל געפֿרעגט װעגן „קאַטערינאַ איזמײַלאָװאַ‟… ערענבורג, װײסט איר, האָט נישט אַלץ אָנגעשריבן… נישט װעגן אַלצדינג, פֿאַרשטײט איר, האָט איליאַ גריגאָריעװיטש געקאָנט דערצײלן…

דאָ האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש געמאַכט אַ פּױזע און געהאַלטן אין אײן קוקן מישען גלײַך אין די אױגן. מישע האָט דערפֿילט, אַז ער מוז װי–ניט–איז רעאַגירן, און האָט אַ לײַכטן שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ. דער דאָזיקער שאָקל, װי אױך דער אױסדרוק פֿון מישעס אױגן, האָבן, אַפּנים, איבערצײַגט דעם גרױסן קאָמפּאָזיטאָר, אַז דער יונגער־מאַן, װאָס איז געזעסן אַנטקעגן אים, האָט פֿאַרשטאַנען דעם מײן פֿון זײַנע לעצטע װערטער, און ער האָט גערעדט װײַטער:
  
— אין אָנהײב, װײסט איר, האָט די אָפּערע געהײסן נישט „קאַטערינאַ איזמײַלאָװאַ‟, נײַערט „לעדי מאַקבעט פֿון מצענסק‟, װי בײַ ליעסקאָװן… צי האָט איר געלײענט ליעסקאָװן?
— יאָ, אַװדאי.
— נו, אָט. אָבער נאָך דעם, װי די אָפּערע, פֿאַרשטײט איר, איז נישט געפֿעלן געװאָרן סטאַלינען, האָט מען זי בײַ אונדז כּמעט דרײַסיק יאָר נישט געשטעלט, און כּדי מע זאָל זי װידער אָנהייבן שטעלן, האָב איך, פֿאַרשטײט איר, געמוזט זי איבערמאַכן און דערצו ענדערן דעם נאָמען.

מישע האָט געהערט זײַן באַליבטן קאָמפּאָזיטאָר מיט אַ האַלב–אָפֿענעם מױל. 

— אַ סך, װײסט איר, האָב איך געמוזט איבערמאַכן… — שעסטאַקאָװסקי האָט זיך אױסגעקערעװעט אױפֿן בענקל מיטן פּנים צום פֿאָרטעפּיאַן און אָנגעהױבן שפּילן און זינגען פֿאַרשײדענע פֿראַגמענטן פֿון זײַן באַרימטער אָפּערע, דעמאָנסטרירנדיק מישען, װאָס ער האָט געהאַט אָנגעשריבן פֿריִער, אין די 1930ער, און װי ער האָט עס געהאַט איבערגעמאַכט. אין אײנעם אַ מאָמענט בײַם זינגען האָט ער זיך פּלוצעם שטאַרק פֿאַרהוסט; װען דער אָנפֿאַל איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש זיך האַלב–אױסגעקערעװעט צו דעם דערשראָקענעם מישען און דערקלערט: „האָט נישט מורא, איך בין נישט אָנשטעקעװדיק, דאָס איז בײַ מיר, פֿאַרשטײט איר, פֿון דער יאַדעשליװעקײט.‟
 
מישען איז געװאָרן קלאָר, אַז די סיבה פֿון די ענדערונגען, װאָס שעסטאַקאָװסקי האָט זײ געהאַט געמאַכט אין דער אָפּערע, איז געװען די סאָװעטישע צבֿועצטװע. ער האָט זיך דערמאָנט, װי נאָך אין זײַנע דערװאַקסלינג–יאָרן האָט ער געהאַט געלײענט דאָס בוך פֿונעם באַרימטן סאָװעטישן פּראָפּאַגאַנדיסט פֿון אַטעיִזם יאָסיף אַראָנאָװיטש קריװעליאָװ, װאָס האָט געהײסן „דאָס בוך װעגן דער ביבל‟. אין אָט דער שאַפֿונג האָט רב יוסף בן אַהרן, אַ חוץ דעם אַלעם, דערקלערט די לײענערס מכּוח „שיר–השירים‟, אַז ס׳איז געװען פֿאַראַן אין דער פּאָעמע „כּמעט אַ מיאוסער נאַטוראַליזם און עראָטיזם‟, און מודה געװען, אַז „נישט געקוקט אױפֿן אָנהױך פֿון פּרימיטיװער גראָבקײט און נאַטוראַליסטישקײט, װאָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר איר, שטעלט אָט די פּאָעמע מיט זיך פֿאָר אַן אױסערגעװײנטלעך קינסטלעריש װערק‟. דורכגעלײענט עס, האָט מישע פֿאַרשטאַנען אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, אַז אינעם לאַנד, װוּ ער האָט געלעבט, זײַנען נאַטוראַליזם, עראָטיזם וכּדומה געװען טרײפֿענע זאַכן.

— אָט אַזױ, פֿאַרשטײט איר, איז עס געװען, — דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט זיך װידער אױסגעקערעװעט מיטן פּנים צו מישען.

פּלוצעם איז מישען אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק, װאָס האָט געהאַט אַ שײַכות נישט צו צבֿועצטװע, נאָר צו פּאָליטיק:

— גוט נאָך, װאָס דעם לעצטן אַקט האָט איר נישט געמוזט איבערמאַכן: ער איז מסתּמא אױך נישט געפֿעלן געװאָרן סטאַלינען.

— יאָ, — האָט שעסטװקאָװסקי מסכּים געװען מיט אַ קרומען שמײכל, — אינעם לעצטן אַקט האָב איך פֿאָרט געמאַכט אײניקע ענדערונגען, אָבער זײ זײַנען, װײסט איר, נישט קײן װיכטיקע. אינעם ערשטן װאַריאַנט איז „שױן זשע איז פֿאַר אַזאַ לעבן דער מענטש געבױרן?‟ נישט געװען, נאָר דאָס, פֿאַרשטײט איר, קאָן מען דאָך פֿאַרטײַטשן אױף פֿאַרשידענע אופֿנים…

דאָ האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש װידער אַ קוק געטאָן אױף מישען אַזױ, װי ער האָט געװאָלט אױף מאַלע װאָס זיך איבערצײַגן, אַז יענער האָט אים ריכטיק פֿאַרשטאַנען, — און מישע האָט װידער פֿאַרזיכערט זײַן באַליבטן קאָמפּאָזיטאָר מיט אַ שאָקל פֿונעם קאָפּ.

אָפּגעשװיגן אַ פּאָר רגעס, האָט שעסטאַקאָװסקי געזאָגט:

— דעם „באַבי יאַר‘, װײסט איר, האָב איך דאָך אױך געמוזט איבערמאַכן.
— טאַקע?! — האָט מישע שטיל אױסגערופֿן, אױסגעגלאָצט די אױגן. קײן נאָטן פֿון שעסטאַקאָװסקיס דרײַצנטער סימפֿאָניע זײַנען דעמאָלט נאָך נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, נאָר אַ פּלאַטע איז דערשינען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, און, אַװדאי, האָט מישע זי תּיכּף געקראָגן, געהערט צענדליקער מאָל און פֿאַרגעדענקט דעם טעקסט פֿונעם ערשטן טײל.

— יאָ… — האָט דעמענטי װאַסיליעװיטש באַשטעטיקט, — דער ערשטער װאַריאַנט, װײסט איר, איז געװען אַן אַנדערער, נאָר דעמאָלט פֿלעגט מען באַשולדיקן יעװטושענקאָ אין דעם, פֿאַרשטײט איר, װאָס ער האָט אַרױסגעהױבן די ייִדישע פֿראַגע, מע פֿלעגט זאָגן, אַז אינעם באַבי יאַר זײַנען דערהרגעט געװאָרן נישט בלױז ייִדן, נאָר אױך רוסן און אוקראַיִנער; אַז יעװטושענקאָ האָט, פֿאַרשטײט איר, נישט געװיזן די ראָלע פֿונעם רוסישן פֿאָלק אינעם זיג איבער פֿאַשיזם… און שױן נאָך דער פּרעמיערע פֿון דער סימפֿאָניע האָט יעװטושענקאָ פֿאַרעפֿנטלעכט, פֿאַרשטײט איר, אַ נײַעם װאַריאַנט, אַ פֿאַרברײטערטן און… אַן „אױסגעראָכטענעם‟. ער האָט מיר אַפֿילו נישט געזאָגט װעגן דעם. קאָנדראַשין האָט דיריגירט די פּרעמיערע, און מע האָט אים באַלד געקלונגען, פֿאַרשטײט איר, פֿונעם קולטור–מיניסטעריִום, געפֿרעגט, צי איך װעל איבערמאַכן דעם ערשטן טײל. איך האָב נישט געװאָלט גאָרניט איבערמאַכן, נאָר קאָנדראַשין האָט מיר אײַנגערעדט: ער האָט זײער געװײטיקט, פֿאַרשטײט איר, פֿאַר דער סימפֿאָניע, געװאָלט זי ראַטעװען. און איך האָב פֿאַרביטן עטלעכע שורות, גענומען זײ, פֿאַרשטײט איר, פֿונעם נײַעם װאַריאַנט. איר געדענקט די צװײטע סטראָפֿע: „עס ליגן רוסן דאָ און אוקראַיִנער, מיט ייִדן ליגן אין דער זעלבער ערד‟?
— יאָ, אַוודאי.
— נו, אָט. נאָר אינעם ערשטן װאַריאַנט, װײסט איר, איז אַלץ געװען גאָר אַנדערש, דער ערשטער װאַריאַנט איז געװען אַזאַ: „עס דאַכט זיך מיר, אַז כ׳בין אַ חומש–ייִד, איך שפּאַן איבער די זאַמדן פֿון מיצרים, און פּרעה מיט זײַן חייל גײט נאָך מיר פֿוסטריט. דערנאָך מיט יעזוסן פֿאַרנעם איך לײדן נײַע.‟ — און אױך נעענטער צום סוף געדענקט איר: „איך טראַכט װעגן דעם העלדנטאַט פֿון רוסלאַנד, װאָס דעם פֿאַשיזם האָט פֿאַרשטעלט דעם װעג…‟? אינעם פֿריִערדיקן װאַריאַנט אָבער, װײסט איר, איז געװען: „און בעסער װאָלט איך שױן געװאָרן בלינד, און בעסער ניט געקאָנט דאָס אַלץ אײַך זאָגן. כ׳בין יעדעס דאָ דערשאָסן ייִדיש קינד, כ׳בין יעדערער דערשאָסענער דאָ זקן.‟…

דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט זיך װידער שטאַרק פֿאַרהוסט — און מישע איז געזעסן לגמרי אַ דערשיטערטער.
  
— אָט אַזױ, פֿאַרשטײט איר, איז עס געװען, מישע… — האָט שעסטאַקאָװסקי דאָס ערשטע מאָל אָנגערופֿן מישען בײַם נאָמען.
— דעמענטי װאַסיליעװיטש, — האָט מישע שטיל געזאָגט, — אַ שײנעם האַרציקן דאַנק אײַך, װאָס איר האָט מיר דערצײלט װעגן דעם אַלעם… איך גיב אײַך מײַן ערנװאָרט, אַז איך װעל עס קײנעם נישט דערצײלן…
— כּל–זמן איך לעב, דערצײלט נישט, — האָט געענטפֿערט דער גרױסער קאָמפּאָזיטאָר, — נאָר נאָך מײַן טױט דערצײלט, דערצײלט װאָס מער, כּדי די יונגע, פֿאַרשטײט איר, זאָלן דאָס אַלץ װיסן. אַבי נאָר, װײסט איר, עס זאָל אײַך נישט ברענגען קײן צרות…
— נו, פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן? — האָט מישע געזאָגט.

שעסטאַקאָװסקי האָט אַ טרױעריקן שמײכל געטאָן:
  
— אײַך האָט אָפּגעגאָלטן, איר האָט נישט געלעבט אין סטאַלינס צײַט. איר זײַט נאָך יונג, און דערװײַל, דאַנקען גאָט, גײט עס אײַך גוט, נאָר װער װײסט, װאָס דערװאַרט אײַך נאָך אין לעבן — און װאָס נאָך, פֿאַרשטײט איר, װעט געשען בײַ אונדז אין לאַנד… בײַ מיר, װײסט איר, פֿלעגט זיך אין אײַער עלטער אױך אַלץ צונױפֿלײגן גוט, זײער גוט אַפֿילו — אָבער שפּעטער…

דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט אַ שװערן זיפֿץ געטאָן און זיך אױפֿגעהױבן פֿונעם בענקל, אױך מיט שװעריקײט.
  
— לאָמיר דורכגײן אין אַן אַנדער צימער, — האָט ער פֿאָרגעלײגט.

שעסטאַקאָװסקי האָט דורכגעפֿירט מישען אין אַ צימער, אין װעלכן יענער איז פֿריִער נאָך קײן מאָל נישט געװען. בײַ די װענט זײַנען דאָרטן געשטאַנען ביכער–שראַנקען און געהאָנגען ביכער–פּאָליצעס, אין דער מיט — אַן אָװאַלער טיש מיט עטלעכע בענקלעך. מישע האָט באַמערקט אַ סך נאָטן אױף די פּאָליצעס און אַ גרױסן בראָנדזעװען קאַנדעליאַבער אױף אײנעם פֿון די שראַנקען. דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט פֿאָרגעלײגט מישען זיך אַװעקזעצן בײַם טיש און האָט זיך אַלײן געזעצט אַנטקעגן אים.

— יאָ, מישע, — האָט שעסטאַקאָװסקי אָנגעהױבן רײדן װײַטער, — כ׳װײס נישט װיפֿל ס׳איז מיר נאָך געבליבן צו לעבן, פֿאַרשטײט איר: איך בין שטאַרק קראַנק…
  
מישען האָט זיך זײער פֿאַרװאָלט אױסדריקן זײַן האָפֿענונג, אַז מע װעט אױסהײלן דעמענטי װאַסיליעװיטשן, און װינטשן אים לאַנגע יאָרן, נאָר ער האָט נישט געהאַט די העזה איבערהאַקן דעם גרױסן קאָמפּאָזיטאָר.

— און װען איך װעל זײַן נישט דאָ — דערצײלט, דערצײלט אײַערע פֿרײַנד, װעמען איר געטרױט. און דערצײלט עס װאָס גיכער: דער מענטשלעכער זכּרון איז, װײסט איר, אַזאַ זאַך… מעיערהאָלד האָט מיר אַ מאָל דערצײלט… איר האָט געהערט װעגן מעיערהאָלדן?
— אַװדאי.
— אַ מין גרויסער רעזשיסאָר געװען! אַ מין פּערזענלעכקײט! איז אָט, ער האָט, װײסט איר, ליב געהאַט דערצײלן אײן געשיכטע. אין זײַן יוגנט האָט ער, פֿאַרשטײט איר, זיך געלערנט יוריספּרודענץ אינעם מאָסקװער אוניװערסיטעט, און אָט אַ מאָל, בעת אײנער אַ פּראָפֿעסאָר, פֿאַרשטײט איר, האָט געלײענט אַ לעקציע װעגן די באַװײַזן פֿון די עדות, איז פּלוצעם עפּעס אַ כוליגאַן, פֿאַרשטײט איר, אַרײַנגעלאָפֿן אינעם לעקציע–זאַל און האָט גענומען בוּיאַנעװען. ס׳האָט זיך אָנגעהױבן אַ געשלעג, פֿאַרשטײט איר, און מע האָט אַרױסגערופֿן די װאַכלײַט, װאָס האָבן אַרױסגעפֿירט דעם כוליגאַן. דער פּראָפֿעסאַר האָט פֿאָרגעלײגט די סטודענטן דערצײלן װעגן דעם, װאָס איז ערשט געשען, און אַלע האָבן זײ, װײסט איר, געזאָגט פֿאַרשידענע זאַכן: יעדערער האָט, פֿאַרשטײט איר, באַשריבן סײַ דאָס געשלעג, סײַ דעם כוליגאַן אױף זײַן אײגענעם אופֿן, אײניקע האָבן אַפֿילו געזאָגט, אַז עס זײַנען געװען עטלעכע כוליגאַנען. סוף–כּל–סוף האָט דער פּראָפֿעסאָר מודה געװען, אַז דער גאַנצער אינצידענט, פֿאַרשטײט איר, איז געטאָן געװען אומיסטן, כּדי די צוקונפֿטיקע יוריסטן זאָלן װיסן, װאָס פֿאַר אַ װערט האָבן די באַװײַזן פֿון די עדות. אָט אַזױ איז עס, פֿאַרשטײט איר: אַפֿילו דאָס, װאָס איז אָקאָרשט געשען, געדענקט מען אָפֿט נישט ריכטיק! און דאָך געדענק איך נאָך עפּעס… אַ סך, װײסט איר, געדענק איך…

דעמענטי װאַסיליעװיטש האָט געמאַכט אַ פּױזע אױף עטלעכע רגעס און גערעדט װײַטער:

— איר האָט דעמאָלט געפֿרעגט װעגן סטאַלינען. יאָ, מיר איז, װײסט איר, אױסגעקומען זיך טרעפֿן מיט אים. און אויפֿן טעלעפֿאָן האָב איך מיט אים אַ מאָל גערעדט…

מישע האָט אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם.

— געטראָפֿן האָב איך זיך מיט אים, װען ער האָט באַשלאָסן, אַז מע דאַרף האָבן, פֿאַרשטײט איר, אַ נײַעם הימען. איר װײסט נישט, מסתּמא, אַז פֿריִער איז דער מלוכה–הימען בײַ אונדז געװען דער „אינטערנאַציאָנאַל‟?
— נײן, נישט געװוּסט, — האָט מישע באַשטעטיקט מיט חידוש.
— יאָ, נאָך דער רעװאָלוציע, װײסט איר, איז דער „אינטערנאַציאָנאַל‟ געװען אונדזער הימען. נײַערט בשעת דער מלחמה האָט מען באַשלאָסן, פֿאַרשטײט איר, צו שאַפֿן אַ נײַעם הימען. אינעם „אינטערנאַציאָנאַל‟ זינגט מען דאָך: ״נײן, קײסער װעט אונדז ניט באַפֿרײַען — ניט גאָט אַלײן און ניט קײן העלד,‟ — אָבער סטאַלין, פֿאַרשטײט איר, איז שױן געװען סײַ גאָט, סײַ קײסער, סײַ העלד, דעריבער זײַנען יענע װערטער געװאָרן, פֿאַרשטײט איר, נישט קײן פּאַסיקע. דערצו נאָך איז דער „אינטערנאַציאָנאַל‟ געװען, פֿאַרשטײט איר, אַ פֿראַנצייזיש געזאַנג — שױן זשע זײַנען מיר, רוסן, נישט פֿעיִק צו שאַפֿן אונדזער אײגענעם הימען? און אָט האָט מען פֿאַרפֿאַסט אַ „ריכטיקן‟ טעקסט און געגעבן אים פֿאַרשידענע קאָמפּאָזיטאָרן, זײ זאָלן אָנשרײַבן די מוזיק צו אים…

אַ סך אינטערעסאַנטע געשיכטעס האָט שעסטאַקאָװסקי דערצײלט מישען אין יענעם מילדן סעפּטעמבער–אָװנט: אי װעגן זײַן טרעפֿונג מיט סטאַלינען, בעת ער און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געמוזט אָנשרײַבן מוזיק פֿאַרן נײַעם הימען; אי װי סטאַלין האָט אים געקלונגען און אײַנגערעדט, ער זאָל פֿאָרן אין ניו–יאָרק אױף אַן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנגרעס פֿון שלום–אָנהענגערס, און ער, דעמענטי װאַסיליעװיטש, האָט געענטפֿערט, אַז ער קאָן נישט פֿאָרן, װײַל בײַ אונדז שפּילט מען נישט זײַן מוזיק, װי אױך די מוזיק פֿון זײַנע קאָלעגעס, װאָס מע האָט זײ געהאַט דערקלערט פֿאַר „פֿאָרמאַליסטן‟, און אין אַמעריקע װעט מען אים זיכער פֿרעגן װעגן דעם, — דאַן האָט דער פֿירער געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער האָט נישט געהאַט קײן שײַכות צו דעם, און צוגעזאָגט עס אײַנרעגולירן… מכּוח דעם, װאָס אין 1948 האָט מען געהאַט דערקלערט שעסטאַשאָװסקין און פּראָקאָפֿיעװן פֿאַר „פֿאָרמאַליסטן‟, האָט מישע געהערט: הגם אין מישעס צײַט פֿלעגט מען נישט דערמאָנען יענע געשעענישן אין סאָװעטישע אױסגאַבעס און מאַסן–מעדיאַ, האָט מען אין די מוזיקאַלישע קרײַזן געשמועסט װעגן זײ. קײן פּרטים אָבער זײַנען מישען נישט געװען באַקאַנט; ער האָט געפּרוּװט אױספֿרעגן דעמענטי װאַסיליעװיטשן מער באַריכות, יענער האָט אים עפּעס דערצײלט, און אין אײנעם אַ מאָמענט האָט ער זיך פֿאַרטראַכט אױף אַ רגע און געזאָגט, אַז אײניקע קאָלעגעס, װאָס זײַנען אים געװען מקנא, האָבן געהאַט פֿאַרװאָרפֿן סטאַלינען מיט פּעטיציעס קעגן אים.

— נו, ס׳איז שױן שפּעט, — האָט ער פּלוצעם װי איבערגעהאַקט זיך אַלײן, — ס׳איז שױן שפּעט, פֿאַרשטײט איר, אײַער פֿרױ װאַרט אױף אײַך. אַ דאַנק, מישע, פֿאַרן קומען. װען איר׳ט האָבן צײַט, קומט אַרײַן, קומט אַרײַן װידער. איך האָב, װײסט איר, נאָך אַ סך צו דערצײלן…

אױפֿן װעג פֿון דער נעזשדאַנאָװאַ–גאַס אױף דער קראָפּאָטקינסקאַיאַ גאַס, הגם מישע איז געגאַנגען גיך, אײַלנדיק זיך אַהײם, האָט ער געהאַט אַ געפֿיל, גלײַך װי ער האָט געטראָגן אין זיך אַ כּלי מיט עפּעס אַ װערטפֿולער פֿליסיקײט און זיך געסטאַרעט נישט צעפּליוסקען קײן אײן טראָפּן. אױף קאַטיעס פֿראַגע „נו װאָס, מישע?‟ האָט ער שטיל געענטפֿערט:

— קאַטיושע, ער האָט מיר הײַנט אַזױ פֿיל דערצײלט! כ׳װעל דיר אומבאַדינגט אַלץ דערצײלן — נאָר פֿריִער װעל איך דאָס אַלץ װאָס גיכער פֿאַרשרײַבן. אױב דו ביסט מיד, לײג זיך, װאַרט נישט אױף מיר.

מישע האָט שטאַרק אַרומגענומען און אַ קוש געטאָן קאַטיע, זיך אַװעקגעזעצט צום שרײַבטיש, אַרױסגענומען פֿון אַ שופֿלאָד אײנע פֿון זײַנע דיקע העפֿטן און אָנגעהױבן שרײַבן…

המשך קומט

Leave a comment