יעווגעני קיסין
צווייטער טײל
קאַפּיטל אַ
4
אינעם שאַפֿונג–הױז פֿאַר קאָמפּאָזיטאָרן „רוזאַ‟, װאָס האָט זיך געפֿונען אומגעפֿער הונדערט קילאָמעטער מערבֿ–צו פֿון מאָסקװע, זײַנען מישע און קאַטיע געקומען צו פֿאָרן מיט אַ טאַקסי: זײ האָבן געקאָנט זיך עס פֿאַרגינען און באַשלאָסן, אַז אַזױ װעט זײַן אײנפֿאַכער. ס׳איז געשטאַנען אַן אומגעװײנטלעך הײסער אױגוסט–טאָג. זײ זײַנען געזעסן אױפֿן הינטערשטן זיץ פֿונעם אױטאָ, האַלטנדיק זיך בײַ די הענט און זעלטן װען איבערװאַרפֿנדיק זיך שטיל מיט װערטער. דאָס ערשטע מאָל אין לעבן האָבן זײ זיך געלאָזט צוזאַמען אין אַן אָרט, װאָס איז געװען נישט–באַקאַנט זײ בײדן, און נישט ער, נישט זי זײַנען נאָך קײן מאָל אין אַזאַ מין אָרט ניט געװען. דער לעצטער טײל פֿון זײער װעג איז געלעגן דורך אַ יאָדלע–סאָסנע–װאַלד, און עס האָט זיך שטאַרק געפֿילט דער קאָנטראַסט צװישן דער רו פֿון די ריזיקע בײמער און דעם יאָגעניש פֿון זײער טאַקסי און אַנדערע אױטאָס אין בײדע ריכטונגען.
— קוק, גלײַך װי ראַכמאַנינאָװס פּרעלודיום אין רע–מאַזשאָר, — האָט מישע געזאָגט.
— מישע, איך האָב זיך אױך פֿאָרגעשטעלט דװקא דאָס! — האָט קאַטיע אױסגערופֿן אַן איבערגעראַשטע.
װען זײ זײַנען צוגעפֿאָרן צום טױער פֿונעם שאַפֿונג–הױז און מישע האָט זיך צעצאָלט מיטן שאָפֿער, האָט יענער אַ קוק געטאָן דורכן העל–בלױען מעטאַלענעם פּאַרקאַן, װאָס הינטער אים האָבן זיך דערזען אין דער בײמער–געדיכטעניש פֿאַרשײדענע דאַטשעס, דערנאָך אױף מישען און קאַטיען און געזאָגט:
— איר לעבט אין עשירות, יונגע מענטשן.
קאַטיע האָט נישט פֿאַרליטן אַזעלכע זאַכן און האָט געענטפֿערט מיט װירדע:
— מיר אַרבעטן אַ סך. בפֿרט מײַן מאַן אַרבעט זײער אַ סך.
באַטראַכט די דאַטשע, װאָס מע האָט זײ געהאַט אױסגעטײלט, האָט קאַטיע געזאָגט: „יאָ, ס׳איז דאָ פֿאַר װאָס צו צאָלן געלט!‟ דאָרטן זײַנען געװען אַ שלאָפֿצימער מיט צװײ בעטן, אַן אַרבעט–צימער מיט אַ פֿאָרטעפּיאַן, אַ שרײַבטיש און אַ בעט, אַ גאַסטצימער מיט אַ געשיר–שאַפֿע, אַ גרױסן טיש, דרײַ בענקלעך און אַ דיװאַן, אַ גרױסע טעראַסע; אינעם טואַלעט– און װאַנע–צימער האָט אַלץ פֿונקציאָנירט נאָרמאַל. אין דרױסן איז די לופֿט געװען װוּנדערלעך פֿריש און האָט געהערשט אַ שלװה: די דאַטשע, װי די אַנדערע דאַטשעס, האָט זיך באמת געפֿונען פֿאַקטיש אין װאַלד.
אין דער געראַמער גאָרקיך מיט גרױסע פֿענצטער זײַנען מישע און קאַטיע געקומען פּונקט צו מיטיק־צײַט. נאָך דער זופּ האָט מען זײ פֿאָרגעלײגט אָדער פֿיש, פֿאַרבאַקן אין טײג, אָדער אַ רינדערנע צונג — אמתדיקע דעליקאַטעסן לױט די סאָװעטישע סטאַנדאַרטן. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָרטן גיט מען אױך נאָכװאַרמעס: טײ מיט געשמאַקע בולקעס, װאָס ליגן אין גלעזערנע פֿרוכטאָװניצעס אין מיטן די טישן, צו אײן בולקע פֿאַר יעדן מענטשן.
צו יענער צײַט איז מישע שױן געװען גאַנץ גוט באַקאַנט צװישן די מוזיקאַנטן, בפֿרט אין מאָסקװע. יעדעס יאָר פֿלעגט ער געבן קאָנצערטן סײַ אינעם גרױסן, סײַ אינעם קלײנעם זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע, סײַ אינעם זאַל אױף טשײַקאָװסקיס נאָמען. דער עולם האָט אים ליב געהאַט, און די מוזיקאַנטן האָבן אים געקענט. דעריבער האָבן נישט ער, נישט קאַטיע זיך ניט פֿאַרחידושט, װען שױן אין זײער ערשטן טאָג אין „רוזאַ‟ בעתן װאַרמעס איז צו זײער טיש צוגעגאַנגען אַ באַיאָרטער מאָגערלעכער מענטש און האָט פֿאַרפֿירט מיט זײ אַ געשפּרעך. פּינקטלעכער געזאָגט, איז עס געװען נישט אַזױ אַ געשפּרעך, װי אַ מאָנאָלאָג; דער מענטש האָט זיך פֿאָרגעשטעלט װי „קאָמפּאָזיטאָר אַקאָסין‟ און זיך צעזונגען מיט אַ זיסער זקנישער שטים: „איך בין אַזױ גליקלעך, װאָס ס׳איז דאָ אַזאַ קונסט! און מיר זײַנען בעל–מלאָכות, מיר דינען דער מוזיק…‟ — און אַזױ װײַטער. װען אַקאָסין האָט געזאָגט, אַז נישט לאַנג פֿאַר דעם איז ער געװען אין אַמעריקע און האָט דיריגירט דאָרטן זײַן מוזיק, האָט מישע סוף–כּל–סוף אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל און אַ פֿרעג געטאָן: „און װאָס אײגנטלעך האָט איר דיריגירט?‟ — „מײַן מיוזיקל ׳פּושקינס מעשׂיות׳,‟ — האָט יענער געענטפֿערט. מישען און קאַטיען איז תּיכּף געװאָרן קלאָר, אַז זײ זײַנען געקומען צו פֿאָרן אין אַ ספּעציפֿיש אָרט. אין די װײַטערדיקע טעג האָבן זײ דערפֿילט עס נאָך שטאַרקער, װען זײ האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדן בילדן דאָרטן אַם װײניקסטן אַ העלפֿט פֿון די אָפּרוער. באַזונדערס איז דאָס אַלץ געװען אַ נײַע זאַך פֿאַר קאַטיען: להיפּוך צו מישען, איז זי נישט בלױז קײן מאָל ניט געװען אין אַזאַ מין ערטער, נאָר איר איז בכלל ניט אױסגעקומען זיך צו דרײען אין אַזעלכע קרײַזן.
בעת זײ זײַנען געװען אין „רוזאַ‟, פֿלעגן פֿאַרשײדענע קאָמפּאָזיטאָרן צוגײן צו מישען און פֿאָרלײגן, ער זאָל שפּילן זײערע װערק. מישע איז אַלע מאָל געװען בנימוסדיק מיט זײ, טענהנדיק, אַז ער האָט זײער אַן אָנגעשטרענגטן קאָנצערט–גראַפֿיק, נײַערט ער װעט אומבאַדינגט האָבן אין זינען זײער מוזיק; פֿון דעסטװעגן, האָבן זײ זיך בפֿירוש געריכט אױף אַ גרעסערן התפּעלות פֿון זײער שאַפֿונג. װען מישע און קאַטיע זײַנען אַרױס אין דרױסן נאָכן ערשטן באַזוך פֿון אײנעם אַ קאָמפּאָזיטאָר, אַ באַיאָרטן ייִדן, װאָס האָט זײ געהאַט געשפּילט די מאַגניטאָפֿאָן–רעקאָרדירונג פֿון זײַנעם אַ װערק, האָט קאַטיע געפֿרעגט: „נו, און װי איז דיר געפֿעלן געװאָרן די מוזיק?‟, און מישע האָט געענטפֿערט: „כּמעט דרעק.‟ װען אַן אַנדערס מאָל האָט נאָך אײנער אַ קאָמפּאָזיטאָר, אױך אַ ייִד אין די יאָרן, געפּרוּװט אַלײן אױסשפּילן מיט זײַנע פּאָדאַגרישע פֿינגער עפּעס אַ פּיעסע זײַנע, האָט קאַטיע דערנאָך געפֿרעגט איר מאַן: „נו װאָס, כּמעט דרעק?‟. „דװקא אַזױ,‟ — האָט מישע באַשטעטיקט. דאָס דריטע מאָל איז אַ קלײנװוּקסיקער שװאַרצהאָריקער מאַן פֿון מיטעלע יאָרן צוגעגאַנגען צו מישען און האָט געזאָגט מיט אַ לײַכטן קאַװקאַזישן אַקצענט: „איך װעל דיר געבן מײַן סאָנאַטע: דו דאַרפֿסט דאָך האָבן גוטע מוזיק! מע קאָן נישט שפּילן נאָר שעסטאַקאָװסקין. נו, כרעמענקאָװן מסתּמא קאָן מען יאָ שפּילן.‟ אױפֿן אַנדערן טאָג האָט ער געגעבן מישען דעם כּתבֿ–יד פֿון זײַן סאָנאַטע. מישע האָט זי דורכגעשפּילט גלײַך פֿון די נאָטן, קאַטיע האָט עס געהערט, ליגנדיק אױפֿן בעט און אַ פֿרעג געטאָן מיט אַ שמײכל: „נו װאָס, כּמעט?‟ — „אַפֿילו אָן כּמעט,‟ — איז געווען מישעס ענטפֿער.
געטראָפֿן האָבן זײ דאָרטן אױך די קאָמפּאָזיטאָרן, מיט װעלכע מישע האָט זיך געהאַט באַקאַנט בשעת זײַן סאַמע ערשטן װיזיט צו כרעמענקאָװן: מעיערסאָנען און סאַמאָשינען. זײ האָבן זיך אַרױסגעװיזן אַ ביסל קאָמישע, נאָר קלוגע, שאַרפֿזיניקע און װױלע מענטשן. זײ האָבן נישט געבעטן מישען, ער זאָל שפּילן זײער מוזיק, נײַערט האָבן זיך גערן באַגעגנט מיט מישען און קאַטיען, דערצײלט זײ אַ סך אינטערעסאַנטע און אַמוזאַנטע געשיכטעס.
געװען איז אין „רוזאַ‟ אױך מישעס לערער פֿון קאַמער–אַנסאַמבל אין דער קאָנסערװאַטאָריע מיכאַיִל אַלעקסאַנדראָװיטש מילנער: אַ הױכער, אינטעליגענטישער, אַ ביסל צוריקגעהאַלטענער, נאָר גוטװיליקער מענטש. דאָרטן האָט מישע דאָס ערשטע מאָל געטראָפֿן מילנערס פֿרױ; זי איז געװען אַ שײנע, הגם, װי איר מאַן, שױן אין די יאָרן, און גאָר אַן אָנגענעמע. װען ער האָט זיך געלערנט בײַ מיכאַיִל אַלעקסאַנדראָװיטשן, איז מישען געװען קלאָר, אַז יענער איז אַ מוזיקאַנט פֿון אַ הױכן ניװאָ, אָבער דאָ האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ער איז נישט בלױז אַ לערער פֿון קאַמער–אַנסאַמבל, נאָר אױך אַ קאָמפּאָזיטאָר. אױף מישעס אָנפֿרעגן זיך מכּוח מילנערס שאַפֿונג האָט יענער פֿאַרבעטן מישען און קאַטיע צו זיך אױף דער דאַטשע, און דאָרטן גאַנץ פֿלינק אױסגעשפּילט פֿאַר זײ זײַן לעצטע, 4טע, סאָנאַטע פֿאַר פֿאָרטעפּיאַן, װאַס ער האָט געהאַט פֿאַרפֿאַסט מיט אַ פּאָר יאָרן פֿריִער; ס׳איז נישט געװען קײן געניאַלע מוזיק, נײַערט אױך נישט קײן גרױע. אױפֿן שרײַבטיש זײַנען בײַ אים געלעגן גרױסע פֿאַרשריבענע בױגנס נאָטן–פּאַפּיר; דערזען מישעס פֿרעגנדיקן בליק, האָט מיכאַיִל אַלעקסאַנדראָװיטש דערקלערט, אַז אַצינדער האַלט ער בײַם פֿאַרענדיקן די אָרקעסטרירונג פֿון זײַן אָפּערע „די העל–רױטע זעגלען‟ לױט אַלעקסאַנדר גרינס באַרימטער גרעסערער דערצײלונג.
װי טימאָפֿײ מיכײַלאָװיטש האָט דערצײלט, איז אין „רוזאַ‟ געװען גאָר אַ גוטע ביבליאָטעק, װי אױך אַ פֿאָנאָטעק, — אױפֿן צװײטן שטאָק פֿון דער זעלבער געבײַדע, װוּ ס׳האָט זיך געפֿונען די גאָרקיך; דאָרטן האָט מען אױך פֿאַרקױפֿט נאָטן–פּאַפּיר. באַטראַכט דעם גאַנצן אוצר, האָט מישע גענומען אַ בוך פֿון איליאַ טשאַװטשאַװאַדזעס פּראָזע: ער איז שױן צװײ מאָל געװען אין גרוזיע מיט קאָנצערטן, האָט זיך פֿאַרליבט אין יענעם קאַנט און זײַנע מענטשן און געװאָלט זיך באַקענען כאָטש אַ ביסעלע מיט דער גרוזינער קולטור. אַצינד, זיצנדיק אױף אַ בענקעלע אין אַן אַלעע אונטער סאָסנעס אָדער ליגנדיק אין אַ שעזלאָנג אױף דער פּליאַזשע בײַם טײַך, פֿלעגט מישע פֿאַרזונקען װערן אין דער װעלט פֿון גרוזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. קאַטיע, זײַענדיק אונטער מישעס השפּעה, האָט גענומען אין דער ביבליאָטעק אַ בוך פֿון שלום–עליכמס װערק, און, װערנדיק פֿאַרכאַפּט מיט דער װעלט פֿון אירע אָבֿות, האָט זי פּלוצעם דערפֿילט, אַז אײניקע אָפּרוער אין „רוזאַ‟, בתוכם סאַמאָשינען און מעיערסאָנען, דערמאָנען איר שלום–עליכמס פּערסאָנאַזשן.
אױגוסט איז גיך אַדורכגעפֿלױגן, מישען און קאַטיען איז געװען אַ שאָד צו פֿאַרלאָזן די געמיטלעכע גרינע „רוזאַ‟. דאָס איז באמת געװען אַ ספּעציפֿיש אָרט, גלײַך װי אַ באַזונדער אינדזל אינעם גראָען סאָװעטישן לעבן…
המשך קומט